דעמאקראטישע פריימערי אנקעטע - 4#

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארוועם וואלט איר געשטימט אין די דעמאקראטישע פריימערי?

דזשאו ביידען
30
30%
בערני סענדערס
7
7%
עליזיבעט ווארען
5
5%
פיט בוטאטדזשעש
8
8%
קאמאלע העריס
1
1%
ענדראו יענג
32
32%
קארי בוקער
3
3%
דזשוליאן קאסטראו
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
טולסי געבבערד
12
12%
עמי קלאבאטשער
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
טאם סטייער
1
1%
 
סך הכול שטימען: 99

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:00 am

זייענדיג א רפובליקאנער האב איך נישט געשטימט אין די אנקעטע, אבער אלץ דעמעקראט וואלט איך אויך נישט געשטימט, נישטא פארוועם, א אויסוואל פון קאנדידאטען פון נישט גוטע קאנדידאטען צו מער נישט גיטע קאנדידאטען.

Maybe
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:14 pm

תגובהדורך Maybe » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:56 am

זייענדיג א רפובליקאנער האב איך נישט געשטימט אין די אנקעטע, אבער אלץ דעמעקראט וואלט איך געשטימט פאר
ביידען
בוטאטדזשעש
סענדערס

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7565
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:04 am

Yang2020 האט געשריבן:דאס געזעץ ערלויבט נישט צו קאמפיינען ביי די וואל-בודקעס, און איך וועל טאקע נישט קאמפיינען. איך וויל נאר באמת פארשטיין די וואס גייען אריבער פון ביידען צו בוטידזשעזש.
ביידען'ס עיקר מעלה איז דאך געווען זיין עלעקטעביליטי קעגן טראמפ, און ווען איינער האט אמאל דא געפרעגט וואס האט מען געזען אין ביידען האט א חשובער ביידען שטיצער געשריבן "בעיקר דאס", ברענגענדיג א טשארט וואס ווייזט אז ביידען באזיגט די באקוועמסטע קעגן טראמפ אין אלע וויכטיגע שטאטן.

יעצט, אויב געבט איינער אויף אויף ביידען, פארוואס גיין פונקט צו בוטידזשעזש, וואס ווי קאפ-צו-קאפ אנקעטעס ווייזן איז ער דער שוואכסטער קעגן טראמפ צווישן די פינף-זעקס העכסטע?

די איינציגסטע געהעריגע קאפ-צו-קאפ אנקעטע וואס איז דורכגעפירט געווארן מיט יענג האט געוויזן אז ער איז הארט אונטער ביידען (אין מארדזשין אוו עראר) און פאראויס פון אלע אנדערע. אויך אנדערע סטאטיסטיקס און דאטא-פוינטס ווייזן אז ער איז כמעט די זעלבע גוט אדער גאר בעסער ווי ביידען אין דעם.
איך קען פארשטיין אז יענג איז נישט פאר יעדן, אבער פארוואס פונקט בוטידזשעזש?

און כדי מען זאל נישט מיינען אז איך זוך פשוט אראפצורייסן דעם מעיאר, וועל איך צולייגן אז לדעתי איז ער פון די קלוגסטע און פרישסטע קאנדידאטן. ער איז זייער א געלונגענע מענטש וואס קען נאך אסאך אויפטון פאר אמעריקע, און איך וואלט אים געוואלט זען אינעם יענג קאבינעט.


אויך וואלט גוט געווען אז לכל הפחות די וואס שטימען פאר קאסטרא, בוקער, העריס, סטייער, קלאבוטשער, וואס ווי 538 שאצט קענען זיי זיך בקרוב ארויסציען, זאלן שרייבן וואס זייער צווייטע אויסוואל איז. אז אויב זיי ציען זיך ארויס זאל מען וויסן וואו מען שטייט.

איך קען עס פארשטיין,

1) יענג איז א לייטוועיט, אפשר זענען זיינע ציפערן יעצט גוט קעגן טראמפ, קיינער האט גארנישט קעגן אים, אבער ווען די קאמפיין וועט זיך אנהייבן וועט ער שטארק מסתבר ווערן צומאלן.

2) יענג האט נישט קיין שאנסן צו געווינען, עז אוו נאו, רוב מענטשן וועלן נישט טוישן זייער שטיצע פון די פראנט ראנער צו עמיצער וואס האט נישט קיין שאנסן. מען זיכט פון די קאנדידאטן וועלכע האבן יא איינעם אויסצוקלייבן.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:22 am

מסתבר איז פארקערט. וואס נידריגערע נעים רעקאגנישאן אלץ שוואכער איז מען געווענליך אין העד-טו-העד. והא ראיה, וויליאמסאן האט נישט די נומבערס...

אבער עניוועי, איך פרעג נישט פארוואס נישט יענג, איך פרעג פארוואס יא בוטידזשעזש, אויב איז דער הויפט ציל באזיגן טראמפ.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7565
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:31 am

מיין פוינט איז נישט געווען וועגן רעקאגנישען.

פארוואס יא פיט? מעגליך ווייל ווארען און סאנדערס זענען צו ליבעראל טא איז פיט די נעקסטע בעסטע זאך, נעמענדיג אין באטראכט אז ער האט שאנסן צו געווינען אייעווע, און אנקעטעס צייגן אז ער האט כאטש א גוטע שאנסן צו באזיגן טראמפ.

אנדערש ווי יענג איז ער א 1- פראנט ראנער און 2- מער א חברה מאן

איך האב גערופן ארויפציר צו מאכן א אנקעטע איבער "צווייטע טשויס" ווייל דארט וועלן מער מענטשן שטימען פאר זייער ריכטיגע קאנדידאט. די רעזולטאטן קענען זיין זייער איבעראשנד.

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:53 am

געשטימט יענג
אים איבערגעפירט העכער ביידען
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:07 pm

געשטימט גאבארד (נאך בעפאר איך האב געליינט איין שורה אין די אשכול)

פשוט ווייל איך האלט אז זי טראכט אליין און פרובירט צו זיין ריזענעבל, און איז נישט דא זיך צו געפעלן פאר די קליינקעפיגע מילעניעלס און די האליוואד גרוילאכצער, כאטש איך שטים נישט איין מיט אסאך פון אירע פאליסיס, טראסט איך איר מער ווי סיי וועם אויף די ליסטע.

יענג האט אויך די מעלה, אבער ער זאל זיין א פראפעסער/בעל דרשן/פילאנראפיסט/וכו', ער איז נישט געבוירן צו זיין א פאליטישן. פינטל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:18 pm

לכאורה איז מעיאר פיט דער איינציגסטער פון די דעמאקראטן וואס איז בערך די זעלבע שטארק אין עלעקטארעל קאלידזש ווי אין די פאפעלער וואויט.

ער פארשטייט צום מידוועסטערנער עולם.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:36 pm

אלץ רעפאבליקאנער אבער רעגיסטרירטע דעמאקראט... האבעך געשטימט פאר יענג, דער איינציגסטער וועם איך קען מיר זעהן שטימען פאר אין די דעמאקראטישע פריימעריס.

אין די פאריגע אנקעטע האבעך געשטימט פאר בענעט, וויסעך נישט פארוואס ער איז נישטא יעצט אויפן בעלאט?...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ביידען2020
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

תגובהדורך ביידען2020 » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:42 pm

צוריק געשאנקען פאר ביידען דעם אויבערהאנט

אמת'דיג גערעדט איז יענג'ס שימען דא אויף אייוועלט נישט רעלאוואנט, ווייל עס מסתמא בעיקר רעפאבליקאנע וואס שטימען פארן 'ניק', ווייל איך זע נישט נאך א דעמאקראטישע ניק וואס זאל זיין אין שטיצע פון יענג, ממילא ווייזט דאס א סאליד סאליד אויבערהאנט פאר דזשאו
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן


טראמפ טיילט פאר יעדן צו נעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"

דזשאו ביידען, נאוועמבער 2019

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:47 pm

די ליסטע פון דעמאקראטישע ניקס וואס האבן אויסגעדרוקט שטיצע פארן קאנדידאט יענג וואס איך ווייס פון רעכנט אריין

רואיג!
וואס טוט זיך

און נאך אסאך וואס האבן עס אויסגעדרוקט פריוואט.
כל אחד בשמו הטוב יבורך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:49 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:אלץ רעפאבליקאנער אבער רעגיסטרירטע דעמאקראט... האבעך געשטימט פאר יענג, דער איינציגסטער וועם איך קען מיר זעהן שטימען פאר אין די דעמאקראטישע פריימעריס.

אין די פאריגע אנקעטע האבעך געשטימט פאר בענעט, וויסעך נישט פארוואס ער איז נישטא יעצט אויפן בעלאט?...

ווייל ער האט נישט קוואלאפאצירט צו דעם אנקעטע :roll:
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:57 pm

Yang2020 האט געשריבן:די ליסטע פון דעמאקראטישע ניקס וואס האבן אויסגעדרוקט שטיצע פארן קאנדידאט יענג וואס איך ווייס פון רעכנט אריין

רואיג!
וואס טוט זיך

און נאך אסאך וואס האבן עס אויסגעדרוקט פריוואט.
כל אחד בשמו הטוב יבורך.

איך ווייס נישט צי 'וואס טוט זיך' איז א דעמאקראט. דאכט זיך אז ער איז בעצם א רעפובליקאנער וואס איז אין גלות צווישן די דעמאקראטן ביז די קריזיס גייט פארביי.
אין אלגעמיין וואלט איך געזאגט אז ביידען איז באקוועם פאראויס צווישן דעמאקראטן, נאר צי זאגן אז די יענג וויילער זענען בעיקר רעפובליקאנער איז מן הסתם אויך נישט ריכטיג.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 2:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 2:00 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם זאגט אז קיינער וויל נישט גאבערד, איך וואלט איר ערנסט גענומען פאר מיין 4'טע אדער 5'טע טשויס. (אן קיין פארשטאפטע נאז).

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 5:44 pm

גערעכט שלמה.
אבער כ'מיין אז אזוי איז ביי רוב נעוועריסטן דא.

קען זיין אז אפילו נאך די קריזיס גייט פארביי גייען זיי שוין נישט צוריק גיין, אבער געווען זענען זיי זיכער.
ו2016 פריימעריס אשכול יוכיח.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 8:06 pm

מקען שוין מאכן א פינפטע אנקעטע מיט בלומבערג
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:49 pm

ארויף.

בעפאר דער אנקעטע פאלט אראפ און מען וועט מאכן דער סך הכול פון דער אנקעטע, וויל איך אז עס זאל האבן כאטש 100 שטימען אזוי ווי די פריעדיגע, ממילא אויב האט איר נאכנישט געשטימט, דאן ביטע שטימט.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:03 pm

אינטערסאנט אז 57% אייוועלט דעמאקראטן שטיצן פראגרעסיוון, און בלויז 43% שטיצן מעסיגע קאנדידאטן.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:06 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אינטערסאנט אז 57% אייוועלט דעמאקראטן שטיצן פראגרעסיוון, און בלויז 43% שטיצן מעסיגע קאנדידאטן.

יענג אדער גאבארד זענען פראגרעסיוון?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:06 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אינטערסאנט אז 57% אייוועלט דעמאקראטן שטיצן פראגרעסיוון, און בלויז 43% שטיצן מעסיגע קאנדידאטן.

וואו זעהסטו דאס? איך זעה פארקערט.

אדער ווייסטו נישט ווער עס איז מעסיג און ווער עס איז פראגרעסיוו.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:11 pm

45% שטיצן קאנדידאטן וועלכע האבן אינדראסירט בערני אין 2016, נאך זעקס פראצענט שטיצן בערני, און נאך זעקס פראצענט שטיצן ווארען.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:13 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:45% שטיצן קאנדידאטן וועלכע האבן אינדראסירט בערני אין 2016, נאך זעקס פראצענט שטיצן בערני, און נאך זעקס פראצענט שטיצן ווארען.

קום אריין מיט נעמען ביטע. קלארער.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:15 pm

יענג און גאבארד האבן אינדראסירט בערני אין 2016 (ווארען נישט).
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:19 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:יענג און גאבארד האבן אינדראסירט בערני אין 2016 (ווארען נישט).

אבער ביידע לויפן יעצט קלאר נישט אויף א פראגרעסיווע אגענדע, און קיינער פון זייערע שטיצער שטיצן זיי נישט צוליב זייער שטיצע פאר בערני אין 2016, איז בסה"כ די שטיצע פאר פראגעסיוון דא אויף אייוועלט 12% פאר בערני און ווארען אינאיינעם. וועלכע זענען די איינציגסטע פראגרעסיוון אויף דער ליסטע.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

רזא דגלגוליא...
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 2:09 pm

תגובהדורך רזא דגלגוליא... » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:55 pm

מען מעג שטימען מיט אלע ניקים אדער נישט?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Zeltzer, וויכטיג מאכער, זזה, יש ברירה, לעגאו מענטשעלע, מאניש בנבנשתי, נעכטיגן טאג, פארשטייסט?, שטילער, שכל טוב און 104 געסט