דעמאקראטישע פריימערי אנקעטע - 4#

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארוועם וואלט איר געשטימט אין די דעמאקראטישע פריימערי?

דזשאו ביידען
30
30%
בערני סענדערס
7
7%
עליזיבעט ווארען
5
5%
פיט בוטאטדזשעש
8
8%
קאמאלע העריס
1
1%
ענדראו יענג
32
32%
קארי בוקער
3
3%
דזשוליאן קאסטראו
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
טולסי געבבערד
12
12%
עמי קלאבאטשער
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
טאם סטייער
1
1%
 
סך הכול שטימען: 99

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

דעמאקראטישע פריימערי אנקעטע - 4#

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:04 pm

זאכן רוקן זיך, עס ווערט נענטער און נענטער צו די ערשטע קאוקעסעס און פריימעריס, און א יאר פון היינט וועט שוין גאר זיין נאך די דזשענערל וואלן, און מען דארף זיך א שאקל געבן אויך מיט די אייוועלט אנקעטעס.

דער לעצטער דעמאקראטישע פריימערי אנקעטע - 3# איז שוין געווען מיט קרוב צו צוויי חדשים צוריק, און נאך דער התעוררות פון כמה ניק'ס אין אישי אז מען דארף אנהייבן צו מאכן מער אפט אנקעטעס פון די דעמאקראטישע אייוועלט באנוצער, צו מעסטן די ליפט ביים היימישן ציבור, און זעהן צו עס וועט ווייטער אנהאלטן איר ביז יעצטיגער סטאטוס מיט א ענדליכע גאנג צו די אלגעמיינע אנקעטעס חוץ שטייטצעך יענג, שטעלן מיר יעצט ווידער אמאל פאר דער פערטער פריימערי אנקעטע.

ווי פארשטענדליך האב מיר ווידער געשניטן די נעמען צו נאר רעלאוואנטע קאנדידאטן, וירא הקהל ויבחר.
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:09 pm

איר וואלט געדארפט ארויסלייגן סטייער, טוט עס נאך שנעל פאר צופיל מענטשן וואטן, ער איז מער רעלעוואנט ווי אסאך אויפן ליסטע.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:14 pm

אנטשולדיגט צו די שיינע צאל אידן וואס האבן שוין געהאט געוועלט אין די ערשטע מינוטן פון די אנקעטע, עס איז אינטערגעקומען א צורך גדול, און מיר האבן געמוזט צולייגן איינעם, ביטע איבער שטימען.

ואתכם הסליחה!
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:15 pm

געשטימט יענג.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:16 pm

איבערגעשטימט...

____
דער גאבערד וויילער זאל זיך אנדעקן...

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:18 pm

יש ברירה האט געשריבן:איבערגעשטימט...

____
דער גאבערד וויילער זאל זיך אנדעקן...

פארוועם האט איר געשטימט?


אגב (שוין גארנישט אזוי אגב... ), א דאנק פאר עכט היימיש פארן מהנה זיי די עולם.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:22 pm

יש ברירה האט געשריבן:איבערגעשטימט...

____
דער גאבערד וויילער זאל זיך אנדעקן...

מיר האבען דא רוסישע אידען וואס האבען אריינגעסיינט פאר גאבארד (קרעדיט קלינטאן)
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:28 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איבערגעשטימט...

____
דער גאבערד וויילער זאל זיך אנדעקן...

פארוועם האט איר געשטימט?


אגב (שוין גארנישט אזוי אגב... ), א דאנק פאר עכט היימיש פארן מהנה זיי די עולם.

ביידען.

אויך מצרף צום אגב,

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:29 pm

מטעמים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איבערגעשטימט...

____
דער גאבערד וויילער זאל זיך אנדעקן...

מיר האבען דא רוסישע אידען וואס האבען אריינגעסיינט פאר גאבארד (קרעדיט קלינטאן)

איך בין עכט נייגעריג אויב איז דאס טאקע איינער וואס שטיצט איר, אדער עמיצער וואס האט געזען א אנקעטע און עס נישט געקענט דורכלאזן אן אנחזר'ן...

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:33 pm

ווען @יש האט צום ערשטן מאל געפרעגט זיין פראגע האב איך געקלערט צו ענטפערן אז 90 פארצענט ביי מיר זיכער אז די שטומע (דאן געווען נאר 1) איז פון א טראמפ שטיער וואס האט געפילט אז ער מוז וועלן עפעס...

אבער איך האב עס נישט געשריבן ווייל איך האב געהאלטן אז אויב עס גייט ווערן א שמועס ארום גאבארד גייען אלע אנדערע חברים פון דער ערשטער ניק אויך שטומען פאר איר, און דער אנקעטע גייט פארליר די ווערד.

אבער עס איז יא געווארן, און די רעזולטאטן זענען שוין מערקבאר....
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:35 pm

דן לכף זכות... כ"קען זען סיבות פארוואס צו שטימען פאר איר, אבער אייער השערה מאכט אויך סענס.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:36 pm

עס מוז נישט זיין געטראולט, גאבארד איז שטארק ביי די טראמפיסטן, רוב פון אירע שטיצער אין די אלגעמיינע אנקעטעס זענען טראמפיסטן.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:36 pm

געשטימט ביידען.

על אף וואס איך וואלט געשטימט פאר א צווייטע אפציע קאנדידאט פאר מעיאר פיט. א שאד עס איז נישט דא אזא אפציע, און א דירעקטע אנקעטע פאר א צווייטע אפציע וועט כמובן דא נישט ארבעטן.

אגב, וואס האלט דער ציבור עס איז שוין כדאי צו אנהייבן מיט ווס. טראמפ אנקעטעס, ד. ה. יענער ווס. טראמפ?. אדער נאך ווארטן אביסל?

עס וועט מוזן זיין נאר איין קאנדידאט פער אנקעטע, ווייל ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אינעם עבר ארבעט נישט מערערע קאנדידאטן ווייל איינער קען וואוטן 10 מאל טראמפ ווס. ביידען אויב ער זעהט אז דארט איז טראמפ שוואך.
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:38 pm

מאך א עקסטערע אנקעטע פאר צווייטע טשויס.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:39 pm

עכט היימיש האט געשריבן:ווען @יש האט צום ערשטן מאל געפרעגט זיין פראגע האב איך געקלערט צו ענטפערן אז 90 פארצענט ביי מיר זיכער אז די שטומע (דאן געווען נאר 1) איז פון א טראמפ שטיער וואס האט געפילט אז ער מוז וועלן עפעס...

אבער איך האב עס נישט געשריבן ווייל איך האב געהאלטן אז אויב עס גייט ווערן א שמועס ארום גאבארד גייען אלע אנדערע חברים פון דער ערשטער ניק אויך שטומען פאר איר, און דער אנקעטע גייט פארליר די ווערד.

אבער עס איז יא געווארן, און די רעזולטאטן זענען שוין מערקבאר....

סארי :?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:39 pm

מהיכי תיתי אז מען קען נישט עכט היימיש?
טראללן קען מען די זעלבע דא ווי ביי די אלגעמיינע צוויייטע אפציע אנקעטעס.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:41 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:מהיכי תיתי אז מען קען נישט עכט היימיש?
טראללן קען מען די זעלבע דא ווי ביי די אלגעמיינע צוויייטע אפציע אנקעטעס.

אקעי, עמער מאכן, ווי נאר מען ענדיגט מיט דער אנקעטע אז מען זאל זיך נישט צומישן.

פאר ווער עס האט נישט באמערקט האב איך יעצט צוגעלייגט נאך א פראגע צו מיין לעצטע תגובה.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:43 pm

וואס קען שאטן?

אפשר מאך עס אזוי:

• טראמפ ווס. ביידען: טראמפ
• ביידען
• טראמפ ווס. ווארען: טראמפ
• ווארען
• טראמפ ווס. סאנדערס: טראמפ
• סענדער
וכו'

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 9:37 pm

עכט היימיש האט געשריבן:געשטימט ביידען.

על אף וואס איך וואלט געשטימט פאר א צווייטע אפציע קאנדידאט פאר מעיאר פיט. א שאד עס איז נישט דא אזא אפציע, און א דירעקטע אנקעטע פאר א צווייטע אפציע וועט כמובן דא נישט ארבעטן.

אגב, וואס האלט דער ציבור עס איז שוין כדאי צו אנהייבן מיט ווס. טראמפ אנקעטעס, ד. ה. יענער ווס. טראמפ?. אדער נאך ווארטן אביסל?

עס וועט מוזן זיין נאר איין קאנדידאט פער אנקעטע, ווייל ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אינעם עבר ארבעט נישט מערערע קאנדידאטן ווייל איינער קען וואוטן 10 מאל טראמפ ווס. ביידען אויב ער זעהט אז דארט איז טראמפ שוואך.

גראדע פונקט יעצט געטראכט דערוועגן..

לפי ענ"ד זאלסטו ווארטן עט ליעסט ביז נאך די דעצעמבער דעבאטע, אבער מאכן עקסטערע אשכולות איז נישט קיין אפשען. קענסט נישט יעצט מאכן דריי-פיר עקסטערע אשכולות..
דארפסט נאר שרייבן מיט רויטע טינ"ט "בכל לשון של בקשה..", און די איבריגע לאזן פאר זיי צו דיסיידן....

אגב, די עיקר וואס איך וואלט געקוקט איז נישט ווער ס'געוואונט טראמפ אדער די דעמאקראטישע קאנדידאט, ווייל דאס מיין איך קלאר די רעזולטאטן דא אויף אייוועלט..
וואס איך וואלט געקוקט איז ווער ס'ציט אן שטערקער אקעגן טראמפ און ווער ווייניגער.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 9:51 pm

צל עובר האט געשריבן:עס מוז נישט זיין געטראולט, גאבארד איז שטארק ביי די טראמפיסטן, רוב פון אירע שטיצער אין די אלגעמיינע אנקעטעס זענען טראמפיסטן.

מיט דיין רישא ביזטו גערעכט, אבער דיין סיפא פון וואו נעמסטו? חוץ פון דעם, זענען זיי אירע שטיצער אדער זיינע?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 9:57 pm

אזוי ווייזן די אנקעטעס.

עס איז אייביג דא דעמאקראטן וואס שטיצן טראמפ, עס איז אויך דא אינדעפענדענטס און אביסל רעפאבליקאנער וואס שטימען אין די דעמאקראטישע פריימעריס.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:01 pm

די אנקעטעס דא ווייזט אז אונזער יענגע'לע אויפן וועלטעל האט א גיטע פעדער...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 1:59 am

מעיאר פיעט (סארי דזשאו)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 8:28 am

דאס געזעץ ערלויבט נישט צו קאמפיינען ביי די וואל-בודקעס, און איך וועל טאקע נישט קאמפיינען. איך וויל נאר באמת פארשטיין די וואס גייען אריבער פון ביידען צו בוטידזשעזש.
ביידען'ס עיקר מעלה איז דאך געווען זיין עלעקטעביליטי קעגן טראמפ, און ווען איינער האט אמאל דא געפרעגט וואס האט מען געזען אין ביידען האט א חשובער ביידען שטיצער געשריבן "בעיקר דאס", ברענגענדיג א טשארט וואס ווייזט אז ביידען באזיגט די באקוועמסטע קעגן טראמפ אין אלע וויכטיגע שטאטן.

יעצט, אויב געבט איינער אויף אויף ביידען, פארוואס גיין פונקט צו בוטידזשעזש, וואס ווי קאפ-צו-קאפ אנקעטעס ווייזן איז ער דער שוואכסטער קעגן טראמפ צווישן די פינף-זעקס העכסטע?

די איינציגסטע געהעריגע קאפ-צו-קאפ אנקעטע וואס איז דורכגעפירט געווארן מיט יענג האט געוויזן אז ער איז הארט אונטער ביידען (אין מארדזשין אוו עראר) און פאראויס פון אלע אנדערע. אויך אנדערע סטאטיסטיקס און דאטא-פוינטס ווייזן אז ער איז כמעט די זעלבע גוט אדער גאר בעסער ווי ביידען אין דעם.
איך קען פארשטיין אז יענג איז נישט פאר יעדן, אבער פארוואס פונקט בוטידזשעזש?

און כדי מען זאל נישט מיינען אז איך זוך פשוט אראפצורייסן דעם מעיאר, וועל איך צולייגן אז לדעתי איז ער פון די קלוגסטע און פרישסטע קאנדידאטן. ער איז זייער א געלונגענע מענטש וואס קען נאך אסאך אויפטון פאר אמעריקע, און איך וואלט אים געוואלט זען אינעם יענג קאבינעט.


אויך וואלט גוט געווען אז לכל הפחות די וואס שטימען פאר קאסטרא, בוקער, העריס, סטייער, קלאבוטשער, וואס ווי 538 שאצט קענען זיי זיך בקרוב ארויסציען, זאלן שרייבן וואס זייער צווייטע אויסוואל איז. אז אויב זיי ציען זיך ארויס זאל מען וויסן וואו מען שטייט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 8:58 am

זייענדיג א רפובליקאנער האב איך נישט געשטימט אין די אנקעטע, אבער איך פארשטיי נישט די רדיפות אויף גאבערט, זי האט זייער אסאך מעלות - כאטש איך בין נישט איינשטימינג מיט אירע פאלאסיס, זי איז אפשר די דעמעקראטישע רענד פאול.

מרס קלינטאן האסט איר צילוב דזעשלאסי ווייל זי איז א געלונגענע פרוי פאליטישען.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”