רענק טשויס וואטינג Rank choice voting

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

רענק טשויס וואטינג Rank choice voting

תגובהדורך mmn » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:15 pm

קען איינער אויסשמיסן די פרא'ס און די קאנס וויאזוי צי וואוטען מארגן?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:27 pm

די גוטע זאך איז, אז מען וועט קענען שטימען אין א רייע, דזאני איז מיין ערשטע אויסוואל פאר מאיאר, חיים איז מיין צווייטע און קריס איז די דריטע.

איינע פון די פראבלעמען: די פאליטישע קנאקערס וועלן זיך טאקע פאסמאקעווען דערמיט, אבער עס איז צו קאמפליצירט פארן פשוט'ן וויילער.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:28 pm

אויב מעג איך צוצייכענען...
viewtopic.php?p=2019652#p2019652

Hope this helps!

---

האקט, ווער עס וויל קען שטימען ווייטער נאר איינס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:45 pm

וואס איז די שאלה?
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:48 pm

Yang2020 האט געשריבן:אויב מעג איך צוצייכענען...
viewtopic.php?p=2019652#p2019652

Hope this helps!

---

האקט, ווער עס וויל קען שטימען ווייטער נאר איינס.

זייער קלאר און שיין כ"ק אדמו"ר מיענג שליטא

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:48 pm

וואס זענען די סיבות פון די אנטי?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:53 pm

Yang2020 האט געשריבן:אויב מעג איך צוצייכענען...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p2019652

Hope this helps!

---

האקט, ווער עס וויל קען שטימען ווייטער נאר איינס.

אבער וואס איז אויב קיינער האט נישט קיין פופציג, און דיע וואס האבן געשטימט פארן קאנדידאט מיט די ווייניגסטע פראצענטן האבן נאר געשטימט פאר איינס, גייען זייערע וואס אין גארביזש?
שוין ווייטער נישט גוט.

און וואס אויב ס'קומט אויס אז נאך אלע ראונדס האט קיינער קיין פופציג פראצענט, ווייל נישט גענוג מענטשן האבן אריינגעלייגט א צוויייטע אפציע? האט דאך עני וועיס קיינער קיין פופציג פראצענט פונעם פאלק.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:55 pm

mmn האט געשריבן:וואס זענען די סיבות פון די אנטי?


דאס וויל איך שוין לאנג וויסן! אויב ווערסטו געוואויר זיי מיר מודיע...

איינער האט מיר געזאגט אז עס איז אן ענין פון פיזור לרשעים הני' להם והני' לעולם, אבער יענער האט מיר אויך מודה געווען אז די מעלות וועגן איבער די חסרונות. (אין אנדערע ווערטער, אנשטאט פיזור לרשעים, בעסער זאל די RCV ברענגען מער פאזיטיווע קאמפיינען אא"וו ווי געשריבן דארט, וועלן זיי זיין קלענערע רשעים און נישט דארפן קיין פיזור)

א צווייטער האט מיר געזאגט אז די עסקנים ווילן בעיקר א ניין אויף די אנדערע פראגן, און גרינג צו מאכן פארן עולם זאגן זיי ניין אויף אלעס און פארטיג. מאכט סענס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:58 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:אויב מעג איך צוצייכענען...
viewtopic.php?p=2019652#p2019652

Hope this helps!

---

האקט, ווער עס וויל קען שטימען ווייטער נאר איינס.

אבער וואס איז אויב קיינער האט נישט קיין פופציג, און דיע וואס האבן געשטימט פארן קאנדידאט מיט די ווייניגסטע פראצענטן האבן נאר געשטימט פאר איינס, גייען זייערע וואס אין גארביזש?
שוין ווייטער נישט גוט.

און וואס אויב ס'קומט אויס אז נאך אלע ראונדס האט קיינער קיין פופציג פראצענט, ווייל נישט גענוג מענטשן האבן אריינגעלייכול א צוויייטע אפציע? האט דאך עני וועיס קיינער קיין פופציג פראצענט פונעם פאלק.


די שטימען פאר די ווייניגסטע גייען יעצט אויך אין גארבעדזש. בסך הכל האט מען זיי געגעבן אן אפציע צו שטימען פאר א צווייטן על תנאי, אויב האבן זיי עס נישט אויסגענוצט שטייען זיי דאך נישט ערגער.

אויף די צווייטע פראגע בין איך נישט זיכער אויף די מינוט, מסתמא דער מיט די מערסטע שטימען געווינט. ווייטער נישט ערגער (כאטש נישט בעסער) ווי יעצט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:59 pm

FJCC האט געבעטן בשם אלע היימישע עסקנים צו שטימען אויף אלעס NO
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:00 pm

א דעמאנסטראציע וויאזוי די סארט וואלן קומען אויס אין עקשאן קען מען זען אין דעם אשכול
viewtopic.php?f=6&t=40709
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:03 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:FJCC האט געבעטן בשם אלע היימישע עסקנים צו שטימען אויף אלעס NO


קענסטו אפשר באשטעטיגן אויב דאס איז נישט אמת?
Yang2020 האט געשריבן:א צווייטער האט מיר געזאגט אז די עסקנים ווילן בעיקר א ניין אויף די אנדערע פראגן, און גרינג צו מאכן פארן עולם זאגן זיי ניין אויף אלעס און פארטיג. מאכט סענס.


אויב ווילן זיי דווקא ניין אויף די פראגע בין איך מבטל מיין דעת, איך וואלט אבער געוואלט אויב איינער קען מסביר זיין פארוואס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:04 pm

אגעין וואס פונקטליך גייט זיין די שאלה?

אבער בנוגע RCV:
בינעך נישט אזוי אויסגעקאכט אינעם נושא, אבער כ'זעה נישט עכט וואסי ווראנג מיט דאס וואס רב יענג ברענגען אינעם לינק, ווי אויך פארוואס די ווינער זאל מוזן האבן 50%, אז מ'זאל נישט לאזן שטימערס בלייבן ביי זייער ערשטע וואט.

(נאכאמאל כ'בין נישט אויסגעקאכט און קען זיין אויב רב יענג קומט אריין אביסל קלארער העל איך אויך טוישן מיין [אומבאשלאסענע] מיינונג)
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:12 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:אגעין וואס פונקטליך גייט זיין די שאלה?


די פראגע אויפן בעלאט, מיינסטו?

This proposal would amend the City Charter to:

Give voters the choice of ranking up to five candidates in primary and special elections for Mayor, Public Advocate, Comptroller, Borough President, and City Council beginning in January 2021. If voters still want to choose just one candidate, they can. A candidate who receives a majority of first-choice votes would win. If there is no majority winner, the last place candidate would be eliminated and any voter who had that candidate as their top choice would have their vote transferred to their next choice. This process would repeat until only two candidates remain, and the candidate with the most votes then would be the winner. This proposal would eliminate the separate run-off primary elections for Mayor, Public Advocate, and Comptroller;

Extend the time period between the occurrence of a vacancy in an elected City office and when a special election must be held to fill that vacancy. Special elections would generally be held 80 days after the vacancy occurs, instead of 45 days (for Public Advocate, Comptroller, Borough Presidents and Council Members) or 60 days (for Mayor); and

Adjust the timeline of the process for drawing City Council district boundaries so that it is completed before City Council candidates start gathering petition signatures to appear on the ballot for the next primary elections. This process occurs every ten years.

Shall this proposal be adopted?


וואס טוט זיך האט געשריבן:אבער בנוגע RCV:
בינעך נישט אזוי אויסגעקאכט אינעם נושא, אבער כ'זעה נישט עכט וואסי ווראנג מיט דאס וואס רב יענג ברענגען אינעם לינק, ווי אויך פארוואס די ווינער זאל מוזן האבן 50%, אז מ'זאל נישט לאזן שטימערס בלייבן ביי זייער ערשטע וואט.

(נאכאמאל כ'בין נישט אויסגעקאכט און קען זיין אויב רב יענג קומט אריין אביסל קלארער העל איך אויך טוישן מיין [אומבאשלאסענע] מיינונג)


"כ'זעה נישט עכט וואסי ווראנג מיט דאס וואס רב יענג ברענגען אינעם לינק" נישט פארשטאנען די ווערטער.

וואס הייסט לאזן שטימען בלייבן ביי זייער ערשטע וואוט? דער מיט די ווייניגסטע שטימען איז דאך זיין שטימע סייווי גארנישט ווערט, עס ווערט שוין יעצט דע פאקטא ארויסגעווארפן. בסך הכל געבט מען אים מער טשויס, ער זאל קענען שטימען על תנאי: איז מיין ערשטע שטימע גילטיג, איז דאך גוט, און אז נישט, וויל איך שטימען פאר די צווייטע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:16 pm

גערעכט.

און א דאנק פארן ברענגען די שאלה.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:27 pm

-
צוגעלייגטע
F9CD029D-B7FB-4A7C-B4CD-A16D6913C097.jpeg
F9CD029D-B7FB-4A7C-B4CD-A16D6913C097.jpeg (354.01 KiB) געזעהן 584 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 9:05 pm

מיין גאנץ לעבן מוטשע איך מיר ארום אז איך בין אין די מינאריטעט מיינונג, מיין חסידות אין מיין שטאט זענען די לוזערס, מיין רבי האט ווייניגער מענטשען ווי זיין ברידער, מיינע קאנדידאטען פארלירען אייביג, אין די חסידישע שטאט פארלירט מיין פארטיי אייביג ווען זיי ציהען נאר אן פערציג פראצענט פון די שטומען. האט שוין יא איינער פון מיינע קאנדידאטען אמאל געוואונען גייט מען אים אומפיטשען אדער גייט ארויס מיט בישות וחרפות אז ער מיז ריזיינען.

סאו וויאזוי ארבייט עס מיט די נייע מהלך גייט מען זעהן אז איך בין ווייטער א לוזער אדער גיי איך אנפאנגען געווינען איינמאל פאר אלעמאל.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 9:13 pm

אויב פארשטיי איך גוט האבן די פראפאוזעלס עטליכע פראגן צוזאמען, זאכן וואס האבן קנאפ שייכות איינס צום צווייטן זענען געווארן צאמגעפארט. זייער מעגליך אויב RCV וואלט געווען א פראגע פאר זיך וואלטן די עסקנים נישט געהייסן שטימען דערקעגן.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 8:27 am

מטעמים האט געשריבן:מיין גאנץ לעבן מוטשע איך מיר ארום אז איך בין אין די מינאריטעט מיינונג, מיין חסידות אין מיין שטאט זענען די לוזערס, מיין רבי האט ווייניגער מענטשען ווי זיין ברידער, מיינע קאנדידאטען פארלירען אייביג, אין די חסידישע שטאט פארלירט מיין פארטיי אייביג ווען זיי ציהען נאר אן פערציג פראצענט פון די שטומען. האט שוין יא איינער פון מיינע קאנדידאטען אמאל געוואונען גייט מען אים אומפיטשען אדער גייט ארויס מיט בישות וחרפות אז ער מיז ריזיינען.

סאו וויאזוי ארבייט עס מיט די נייע מהלך גייט מען זעהן אז איך בין ווייטער א לוזער אדער גיי איך אנפאנגען געווינען איינמאל פאר אלעמאל.


מיט RCV, וואו דו קענסט וועלן פאר עטליכע אפציעס, איז העכער דער שאנס אז איינס פון די אויסוואלן וועט טאקע זיין דער געווינער.

אבער אפילו נאר רעדנדיג פונעם ערשטן אויסוואל, לויט ווי עס קוקט מיר אויס ביסטו נישט שטארק פארטייאיש, עס געפעלן דיר פראקטישע קאנדידאטן מיט פרישע געדאנקען וואס לייגן זיך נישט אזוי גרינג אריין אין באקסעס, קאנדידאטן מיט וואשינגטאן קולטור שאך-שפילן עקלען דיר, דיין אויסוואל איז מער דורכגערעכנט ווי דער טיפיקל לאו-אינפארמעישאן וואוטער, און איך שטעל זיך פאר אז א פאזיטיווע קאמפיינער איז ביי דיר א פלוס. RCV וועט געבן בעסערע שאנסן ווי יעצט פאר אזעלכע קאנדידאטן, ווי ערקלערט דארט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 8:29 am

בר דעת האט געשריבן:אויב פארשטיי איך גוט האבן די פראפאוזעלס עטליכע פראגן צוזאמען, זאכן וואס האבן קנאפ שייכות איינס צום צווייטן זענען געווארן צאמגעפארט. זייער מעגליך אויב RCV וואלט געווען א פראגע פאר זיך וואלטן די עסקנים נישט געהייסן שטימען דערקעגן.


מען קען שטימען יא פאר די ערשטע און ניין פאר די פיר איבריגע, אבער עס קוקט טאקע אויס ווי די עסקנים האבן גארנישט קעגן RCV, נאר ווי געשריבן אז די עסקנים ווילן בעיקר א ניין אויף די אנדערע פראגן, און גרינג צו מאכן פארן עולם זאגן זיי ניין אויף אלעס און פארטיג.
פונעם בלעטל וואס וואס עפעס האט געברענגט זעט מען אויך אזוי, ווייל די טעמים וואס זיי שרייבן (will waste money etc) קומען נישט אריין דא. (אויב עפעס וועט RCV שפארן געלט און צייט, דורכן פארמיידן ראנאף עלעקשאנס)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 8:55 am

מטעמים האט געשריבן:מיין גאנץ לעבן מוטשע איך מיר ארום אז איך בין אין די מינאריטעט מיינונג, מיין חסידות אין מיין שטאט זענען די לוזערס, מיין רבי האט ווייניגער מענטשען ווי זיין ברידער, מיינע קאנדידאטען פארלירען אייביג, אין די חסידישע שטאט פארלירט מיין פארטיי אייביג ווען זיי ציהען נאר אן פערציג פראצענט פון די שטומען. האט שוין יא איינער פון מיינע קאנדידאטען אמאל געוואונען גייט מען אים אומפיטשען אדער גייט ארויס מיט בישות וחרפות אז ער מיז ריזיינען.

סאו וויאזוי ארבייט עס מיט די נייע מהלך גייט מען זעהן אז איך בין ווייטער א לוזער אדער גיי איך אנפאנגען געווינען איינמאל פאר אלעמאל.

:lol:
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:00 am

Yang2020 האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:אויב פארשטיי איך גוט האבן די פראפאוזעלס עטליכע פראגן צוזאמען, זאכן וואס האבן קנאפ שייכות איינס צום צווייטן זענען געווארן צאמגעפארט. זייער מעגליך אויב RCV וואלט געווען א פראגע פאר זיך וואלטן די עסקנים נישט געהייסן שטימען דערקעגן.


מען קען שטימען יא פאר די ערשטע און ניין פאר די פיר איבריגע, אבער עס קוקט טאקע אויס ווי די עסקנים האבן גארנישט קעגן RCV, נאר ווי געשריבן אז די עסקנים ווילן בעיקר א ניין אויף די אנדערע פראגן, און גרינג צו מאכן פארן עולם זאגן זיי ניין אויף אלעס און פארטיג.
פונעם בלעטל וואס וואס עפעס האט געברענגט זעט מען אויך אזוי, ווייל די טעמים וואס זיי שרייבן (will waste money etc) קומען נישט אריין דא. (אויב עפעס וועט RCV שפארן געלט און צייט, דורכן פארמיידן ראנאף עלעקשאנס)

זעלטן דא ראנאף עלעקשאנס

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:01 am

אמת, דערפאר שרייב איך "אויב עפעס"
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:07 am

מטעמים האט געשריבן:מיין גאנץ לעבן מוטשע איך מיר ארום אז איך בין אין די מינאריטעט מיינונג, מיין חסידות אין מיין שטאט זענען די לוזערס, מיין רבי האט ווייניגער מענטשען ווי זיין ברידער, מיינע קאנדידאטען פארלירען אייביג, אין די חסידישע שטאט פארלירט מיין פארטיי אייביג ווען זיי ציהען נאר אן פערציג פראצענט פון די שטומען. האט שוין יא איינער פון מיינע קאנדידאטען אמאל געוואונען גייט מען אים אומפיטשען אדער גייט ארויס מיט בישות וחרפות אז ער מיז ריזיינען.

סאו וויאזוי ארבייט עס מיט די נייע מהלך גייט מען זעהן אז איך בין ווייטער א לוזער אדער גיי איך אנפאנגען געווינען איינמאל פאר אלעמאל.

ווילסט ערגעץ וואו זיין אויפן winning team??
טויש רבי'ס. הרבה עשו כן ועלתה בידם...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:22 am

Yang2020 האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:אויב פארשטיי איך גוט האבן די פראפאוזעלס עטליכע פראגן צוזאמען, זאכן וואס האבן קנאפ שייכות איינס צום צווייטן זענען געווארן צאמגעפארט. זייער מעגליך אויב RCV וואלט געווען א פראגע פאר זיך וואלטן די עסקנים נישט געהייסן שטימען דערקעגן.


מען קען שטימען יא פאר די ערשטע און ניין פאר די פיר איבריגע, אבער עס קוקט טאקע אויס ווי די עסקנים האבן גארנישט קעגן RCV, נאר ווי געשריבן אז די עסקנים ווילן בעיקר א ניין אויף די אנדערע פראגן, און גרינג צו מאכן פארן עולם זאגן זיי ניין אויף אלעס און פארטיג.
פונעם בלעטל וואס וואס עפעס האט געברענגט זעט מען אויך אזוי, ווייל די טעמים וואס זיי שרייבן (will waste money etc) קומען נישט אריין דא. (אויב עפעס וועט RCV שפארן געלט און צייט, דורכן פארמיידן ראנאף עלעקשאנס)


איך זאג עפעס אנדערש, יעדע פון די פינף שאלות איז צאמגושטעלט פון עטליכע שאלות, פרעג מיר נישט פארוואס.

די RCV שאלה איז צוזאמען מיט אנדערע קשיות וואס האט אויך שייכות מיט די ווארט עלעקשענס, מען קען נאר שטימען פאר די פראפאוזעלס צוזאמען יא אדער ניין


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אין כל חדש, וויכטיג מאכער, יישר כח, יש ברירה, ליסקא, מאניש בנבנשתי, מה ידידות, משה צימערינג, פריינד, ר' זעקל, שירה פען און 125 געסט