ברעקינג!! אייסיס פירער "על באגדאדי" טויט!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 5:19 pm

מאטיסאווצער האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:לגבי די איד בין איך יא מחולק, נישט אז זיי שרייבן אז ער איז אומגעבערענגט געווארן דורך אמעריקע, נאר אז ער איז אומגעברענגט געווארן בשעת א אמעריקאנע קאמאנדא אקציע.... נישט ליגנט
אבער דעתי איז אז זייער קעפל איז זייער טרוקן און רוי, קוקט אויס ווי עס פעלט די זאלץ און פעפער דארט...



ער איז אומגעברענגט געווארן אדער האט זיך גענומען דאס לעבן?

אזויווי @טראמבאן זאגט דורך אמעריקא איז צוקגעקומען אז ער איז אומגעברענגט געווארן!
אגעין די איד האלט איך איז דירעקט נישט גוט אראפגעלייגט,

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 7:51 pm

kosher phone האט געשריבן:BREAKING UPDATE: The Islamic State group confirms it's leader al-Baghdadi death and of ISIS spokesman Abu Hassan al-#Muhajir death, announces "Abu Ibrahim al-Hashimi al-Qurayshi" as new leader of the Islamic State terror group


א נייע פירער:

די נייע ווארטזאגער מיט'ן נאמען אבו חאַמזאַ 'על קורעישי' האט באשטעטיגט אז באגדאדי איז טויט, און דערקלערט אבו איבראהים על האשימי 'על קורעישי' אלץ נייע פירער פון די חאליפאט.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:03 pm

קרעדיט פאר טראמפ דארף ער נישט געבן, אבער פארפירעריש אז זיין קעפל. אבער וואס איז די סורפרייז?
יא @אהבת ער איז א פארביסענע דעמאקראט.

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובהדורך נעם אין אכט » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:04 pm

פרייזן האט געשריבן:
Capture.PNG

איך האלט נישט אז ער האט דא געוואלט מינימייזען דעם אקציע.

ער איז די מערסטע דשונערליסטיש פון אלע יודישע צייטונגען.
ער וועט אייביג האבן א קעפל פון עפעס א זייטיגע נאטיץ וואס קען זיין אז מ׳האט דאס פארזען, ווערסעס די הויפט נייעס ווי באגדאדי איז טויט וואס יעדער איינער ווייסט שוין פון אנפאנג וואך.

דער איד איז די עקסטע אין די רייע, ווי אייביג.

און דער בלאט איז די אינטערשטע מיטן מעלדען אז באגדאדי איז טויט...! באאם! ממש יעצט געמאלדן געווארן.


וואס יא, איך בין זיכער (הגם נאכנישט געליינט) אז די צייטונג איז אסאך אריין געווארפן אנטי טראמפ אינעם ארטיקעל, אבער דער קעפל האלט איך נישט איז וועגן ער איז דעמאקראט נאר ווייל ער איז א דשונערליסט, און יעדער ווייסט שוין אז באגדאדי איז טויט.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:13 pm

.
צוגעלייגטע
82896D1B-499F-46D7-8202-0D035D995335.jpeg
82896D1B-499F-46D7-8202-0D035D995335.jpeg (309.87 KiB) געזעהן 1454 מאל

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:19 pm

:lol: :lol: :lol: :mrgreen:

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:22 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:.


וואס איז נייעס?! :lol: :lol:
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:33 pm

לעכטל האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:BREAKING UPDATE: The Islamic State group confirms it's leader al-Baghdadi death and of ISIS spokesman Abu Hassan al-#Muhajir death, announces "Abu Ibrahim al-Hashimi al-Qurayshi" as new leader of the Islamic State terror group


א נייע פירער:

די נייע ווארטזאגער מיט'ן נאמען אבו חאַמזאַ 'על קורעישי' האט באשטעטיגט אז באגדאדי איז טויט, און דערקלערט אבו איבראהים על האשימי 'על קורעישי' אלץ נייע פירער פון די חאליפאט.

אויב ס'איז א נייער ווארטזאגער און א נייער פירער וויאזוי ווייסט מען צו זיי פארטרעטן בכלל די כאליפאט :evil:

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:34 pm

איך וויל קלעריפייען

מיין פראבלעם מיט די צייטונג העדליין איז נישט אז ער גיט נישט קיין קרעדיט פאר טראמפ

מיין פראבלעם איז אז עס איז נישט שרייבעריש עס איז באביש געשריבן ער רעדט און רעדט אבער זאגט נישט גארנישט

ווען עס קומט צו העדליינס איז דער בלאט די בעסטע עס האט אייביג גוטע קעפלעך, קורץ און שארף

איינס נאכדעם איז דער איד זיי האבן דא דארט גוטע קעפלעך
די צייטונג קעפלעך זענען א טאטאל דיזעסטער פון א שרייבערישן שטאנדפונקט

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:43 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:
Capture.PNG

איך האלט נישט אז ער האט דא געוואלט מינימייזען דעם אקציע.

ער איז די מערסטע דשונערליסטיש פון אלע יודישע צייטונגען.
ער וועט אייביג האבן א קעפל פון עפעס א זייטיגע נאטיץ וואס קען זיין אז מ׳האט דאס פארזען, ווערסעס די הויפט נייעס ווי באגדאדי איז טויט וואס יעדער איינער ווייסט שוין פון אנפאנג וואך.

דער איד איז די עקסטע אין די רייע, ווי אייביג.

און דער בלאט איז די אינטערשטע מיטן מעלדען אז באגדאדי איז טויט...! באאם! ממש יעצט געמאלדן געווארן.


וואס יא, איך בין זיכער (הגם נאכנישט געליינט) אז די צייטונג איז אסאך אריין געווארפן אנטי טראמפ אינעם ארטיקעל, אבער דער קעפל האלט איך נישט איז וועגן ער איז דעמאקראט נאר ווייל ער איז א דשונערליסט, און יעדער ווייסט שוין אז באגדאדי איז טויט.


איינער האט אהערגעברענגט דעם ארטיקל, עס איז פול מיט פרא טראמפ.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:45 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:
Capture.PNG

איך האלט נישט אז ער האט דא געוואלט מינימייזען דעם אקציע.

ער איז די מערסטע דשונערליסטיש פון אלע יודישע צייטונגען. * געווען
ער וועט אייביג האבן א קעפל פון עפעס א זייטיגע נאטיץ וואס קען זיין אז מ׳האט דאס פארזען, ווערסעס די הויפט נייעס ווי באגדאדי איז טויט וואס יעדער איינער ווייסט שוין פון אנפאנג וואך.

דער איד איז די עקסטע אין די רייע, ווי אייביג.

און דער בלאט איז די אינטערשטע מיטן מעלדען אז באגדאדי איז טויט...! באאם! ממש יעצט געמאלדן געווארן.


וואס יא, איך בין זיכער (הגם נאכנישט געליינט) אז די צייטונג איז אסאך אריין געווארפן אנטי טראמפ אינעם ארטיקעל, אבער דער קעפל האלט איך נישט איז וועגן ער איז דעמאקראט נאר ווייל ער איז א דשונערליסט, און יעדער ווייסט שוין אז באגדאדי איז טויט.

ער איז היינט צוטאגס א געהעריגע קאפי פון סי ען ען.

און טאקע אין דעם ארטיקל פונעם וואס @הויעך ברענגט שרייט ארויס נעגעטיוויטי אנטקעגן טראמפ אויף א שרעקליכע פארנעם.


קליינע דוגמה'ס כ'האב נאר געליינט די ערשטע פאר פאראגראפן, (כ'קען פשוט נישט ליינען א.פ.'ס שטותים) די צייטונג שרייבט:
א פּענטאגאן באאמטער האט שוין געזאגט פאר די טראמפּ מעלדונג אז מ'איז כמעט זיכער אז באגדאדי איז טויט, אבער מ'איז נאכנישט פארטיג מיט די "די. ען. עי." אנאליזן. ער האט אויך צוגעגעבן אז ביי כאטש וועלכן אנדערן פּרעזידענט וואלט מען געווארט צו זיין אבסאלוט זיכער ביז מען מעלדט דעם זיג, אבער פּרעזידענט טראמפּ איז שוין געווען אומגעדולדיג, און פארטיידיקונג סעקרעטאר מארק עספּער האט איינגעשטימט צו ערשינען אויף די זונטאג צופרי אינטערוויו פּראגראמען אלס א לעצטע-מינוטע צוגאב צו די פריערבאשטימטע פּראגראמען, צו בארימען זיך איבער דעם נצחון.

נאך א דוגמה:
פארשטייט זיך, מ'זעט אויך דעם הויפּט דיפערענץ, אז דא זיצט פּרעזידענט טראמפּ ביים אויבנאן, אלע קוקן אויף די קאמערא, וואס ביים אבאמא בילד האט זיך דער פּרעזידענט אראפּגעזעצט אויף א קליין בענקל אויף די זייט פונעם טיש, איבערלאזענדיג דעם אויבנאן פאר'ן הויפט גענעראל, וואס אויך פון די זייט האט ער געקענט אלעס מיטהאלטן, און מ'האט דארט געזען די אנגעצויגענקייט ווען די באטייליגטע האבן מיטגעהאלטן די אקציע "לעבעדיג".
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:46 pm

צל עובר האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:
Capture.PNG

איך האלט נישט אז ער האט דא געוואלט מינימייזען דעם אקציע.

ער איז די מערסטע דשונערליסטיש פון אלע יודישע צייטונגען.
ער וועט אייביג האבן א קעפל פון עפעס א זייטיגע נאטיץ וואס קען זיין אז מ׳האט דאס פארזען, ווערסעס די הויפט נייעס ווי באגדאדי איז טויט וואס יעדער איינער ווייסט שוין פון אנפאנג וואך.

דער איד איז די עקסטע אין די רייע, ווי אייביג.

און דער בלאט איז די אינטערשטע מיטן מעלדען אז באגדאדי איז טויט...! באאם! ממש יעצט געמאלדן געווארן.


וואס יא, איך בין זיכער (הגם נאכנישט געליינט) אז די צייטונג איז אסאך אריין געווארפן אנטי טראמפ אינעם ארטיקעל, אבער דער קעפל האלט איך נישט איז וועגן ער איז דעמאקראט נאר ווייל ער איז א דשונערליסט, און יעדער ווייסט שוין אז באגדאדי איז טויט.


איינער האט אהערגעברענגט דעם ארטיקל, עס איז פול מיט פרא טראמפ.

צ"ל פוהל מיט אנטי טראמפ. גארנישט פרא טראמפ!
ער דארף נאר ברענגן די אנדערע זייט צו אויסקוקן אביסל נארמאל. גיוו מי א ברעיק.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:50 pm

עס איז געווען א געוואלדיגער זיג פאר אמעריקע בכלל און פאר פּרעזידענט טראמפּ בפרט, איבערהויפּט נאכדעם ווי אייסיס איז שוין כמעט אינגאנצן אויסגעראטן געווארן פון זייער קאליפאט, די אמאליגע גרויסע מלוכה וואס זיי האבן אויפגעשטעלט ווען זיי האבן פארכאפּט א טייל פון איראק און א טייל פון סיריע און האבן דארט אנגעפירט א ברוטאלן רעזשים אויסצייכענענדיג זיך מיט אומבאשרייבארע רציחות, אזוי ווי ארויסשיקן אויפ'ן אינטערנעט ווידיאס ווי זיי האקן אפּ קעפּ אדער פארברענען מענטשן לעבעדיגערהייט רח"ל.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:51 pm

וועט אים איצט גוט שטיין אז ער וועט זיך קענען בארימען אז ער האט יא אפּגעהאלטן א זיג אויף דעם נומער 1 שונא, אייסיס, מיט הרג'נען זייער פירער. נאך מער, קורדישע שפּיאנאזש באאמטע אין איראק און אין סיריע האבן געהאלפן צושטעלן קריטישע שפּיאנאזש אינפארמאציע וואו מ'זאל צילן די אבלאווע צו כאפּן דעם אייסיס פירער, וואס ווייזט אז טראץ די אנגעצויגענקייט צווישן די קורדן מיט אמעריקע איבער די טערקישע מיליטערישע אקציע צו פארטרייבן די קורדן טיפער אריין אין סיריע, אוועק פון איר גרעניץ, זענען די קורדן נאך אלץ גרייט געווען צו ארבעטן מיט אמעריקע קעגן זייער געמייזאמען פיינט, אייסיס.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:52 pm

דאס וועט נישט אפּשטעלן דעם אימפּיטשמענט פּראצעדור, אבער אויב עס וועט באדייטענד הויבן די טראמפּ פּאפּולאריטעט און עס וועט אנהאלטן עטליכע וואכן - וואס געווענליך גליטשט זיך די פּאפּולאריטעט צוריק ווען דער שכרות-געפיל הויבט אן נאכצולאזן - וועלן די דעמאקראטן שווערער מוזן ארבעטן און איבערטראכטן זייער סטראטעגיע ווי אזוי ווייטער צו האנדלען.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 9:08 pm

מצב כללי האט געשריבן:ווען עס קומט צו העדליינס איז דער בלאט די בעסטע עס האט אייביג גוטע קעפלעך, קורץ און שארף

איינס נאכדעם איז דער איד זיי האבן דא דארט גוטע קעפלעך
די צייטונג קעפלעך זענען א טאטאל דיזעסטער פון א שרייבערישן שטאנדפונקט

אז מ'רעדט שוין, ווען ס'קומט צו העדליינס איז די בלאט פיין, און די צייטונג און איד זענען רוב מאל נישט צום זאך. איין וואך איז די צייטונג ערגער און איין וואך דער איד ערגער. ביידע זענען מאדנע, אויסגעצויגן און שלאבעריש.

די פלא איז נישט אויף די צייטונג, וואס איז תוכו כברו... שלעכט געשריבן דורכאויס, נישט די תוכן נאר די אופן הכתיבה. משא"כ דער איד איז אינעווייניג אלץ גוט געשריבן, אן קיין גרייזן, קורץ און שארף (לעצטנס), אבער די הויפט העדליינס זענען שרעקליך.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 9:19 pm

צל עובר האט געשריבן:איינער האט אהערגעברענגט דעם ארטיקל, עס איז פול מיט פרא טראמפ.

מאכסט חוזק?

פארשטייט זיך, מ'זעט אויך דעם הויפּט דיפערענץ, אז דא זיצט פּרעזידענט טראמפּ ביים אויבנאן, אלע קוקן אויף די קאמערא, וואס ביים אבאמא בילד האט זיך דער פּרעזידענט אראפּגעזעצט אויף א קליין בענקל אויף די זייט פונעם טיש, איבערלאזענדיג דעם אויבנאן פאר'ן הויפט גענעראל, וואס אויך פון די זייט האט ער געקענט אלעס מיטהאלטן, און מ'האט דארט געזען די אנגעצויגענקייט ווען די באטייליגטע האבן מיטגעהאלטן די אקציע "לעבעדיג".

ווי פארשטענדליך, האט די בארימעריי געברענגט פארשידענע נעגאטיווע רעאקציעס קעגן טראמפּ, מיט פראגעס פארוואס ער לאזט זיך נישט אפּ, פארוואס ער קען נישט פארגעסן פון זיין פארגייער פּרעזידענט אבאמא.

טייל האבן אפילו אפּגעשעפּעט, מיט פארגלייכן די בילדער וואס זענען פארעפענטליכט געווארן ביי די אקציע, וואס איצט זעט מען אויפ'ן בילד ווי יעדער קוקט אויף די קאמערא, עס ווייזט דעם פּרעזידענט ווי ער זיצט אויבנאן ארומגענומען מיט זיינע וויכטיגסטע זיכערהייט באאמטע, אבער ביי בין לאדען האט דאס ווייסע הויז פארעפענטליכט א בילד אין וואס מ'האט געזען ווי יעדער קוקט נישט צו די קאמערא, נאר אויף גרויסע קאמפּיוטער סקרינס, און אלע זענען געווען מיט אנגעצויגענע פּנימ'ער ווען זיי האבן מיטגעהאלטן די אקציע אין פּאקיסטאן.


און ווי קומט די לאנגע אנטי טראמפ דרשה אריין און אזוי שטארק אריינצופארן אין אן אוף טאפיק?
און טראמפּ שטיצער האבן געהאט א גוטן אנהויב צו די נייע וואך, נאכ'ן דורכגיין א פּאר זייערע שווערע וואכן, איבערהויפּט פאריגע וואך ווען עס איז ארויסגעקומען ביי די קאנגרעסיאנאלע פארהערן אז פּרעזידענט טראמפּ אליין איז געווען פאראנטווארטליך פאר דעם שאנטאזש אויף דעם אוקריינער פּרעזידענט, באפעלענדיג פאר זיינע דיפּלאמאטן אז זיי זאלן זייער קלאר געבן צו פארשטיין פאר פּרעזידענט זעלענסקי, אז ער האט אפּגעשטעלט די הונדערטער מיליאנען דאלארן מיליטערישע הילף, ער וועט נישט געבן קיין איינלאדונג צום ווייסן הויז פאר דעם נייעם אוקריינער פּרעזידענט, ביז ער וועט עפענטליך מעלדן א קארופּציע אויספארשונג אויף די ביידענס, און אויך אויף די באריכטן אז אוקריינע איז גאר געווען פארמישט אין אריינדרינגען אין די דעמאקראטישע קאמפּיוטערס אין 16', און נישט רוסלאנד האט עס געטאן...

ווען דער אמבאסאדאר טעילאר האט דערציילט די אלע זאכן אין די געשלאסענע סעסיע ביי די קאמיטע, זענען אפילו די דעמאקראטישע קאנגרעסלייט געווארן ערשטוינט און האבן געקוקט איינער אויפ'ן צווייטן און אפילו געשעפּשעט אז דאס איז ממש אומגלויבליך. דאקעגן די רעפּובליקאנער קאנגרעסלייט האבן זיך געשעמט אויפצוהויבן די אויגן, זיי האבן געקוקט אין די פּאפּירן אויפ'ן טיש, ווען טעילאר האט געגעבן די דאזיגע אויפדעקונגען, און האבן געציטערט ווי אזוי דאס וועט זיך אפּשפּילן ווען די קאמיטע וועט האבן די עפענטליכע פארהערן און גאנץ אמעריקע וועט עס קענען זען און הערן.


און זיי ברענגן שיףס נארישע ווערטער אבער נישט די הסבר פון פרעזידענט טראמפ אז ער טראסט זיי נישט

יעצט ווייז דו איין ספעציעלע פרא טראמפ
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובהדורך נעם אין אכט » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 9:24 pm

אלעס וואס מ׳ברענגט דא פון אינעווייניג איז ווי כהאב מיר פארגעשטעלט, אוועק פונעם ענין צו קענען אריין פארן אין טראמפ... טיפיקעל.

אבער דער אופן הכתיבה און זיינע העדליינס זענען די בעסטע. #אין מיינע אויגן

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 9:27 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:אלעס וואס מ׳ברענגט דא פון אינעווייניג איז ווי כהאב מיר פארגעשטעלט, אוועק פונעם ענין צו קענען אריין פארן אין טראמפ... טיפיקעל.

אבער דער אופן הכתיבה און זיינע העדליינס זענען די בעסטע. #אין מיינע אויגן

ס'האט א געוויסע היימישע חן, ס'איז אבער זייער ווייט פון פראפעסיאנאל.

בכלל דאס פארן פון איין נושא צום צווייטן אינעם עדיטאריעל יעדע וואך, איז עפעס וואס געוויסע רופן זשורנאליזם, איך רוף עס מאלן וואסער. ואכמ"ל.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 9:40 pm

עגרי, זיינע ארטיקלען זענען זיער גוט עס פעלט אבער איין ווארט אין אנהייב,
"אפיניען"

אבער איך פארשטיי נאכאלץ נישט וואס איז די סורפרייז?
עס איז קיין סוד אז א.פ. איז א שטארקע ליבעראלע, און זינט טראמפ איז געווארן פרעזידענט זעט דאס זיך שטארק אן אויף זיינע ארטיקלען.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:13 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:עגרי, זיינע ארטיקלען זענען זיער גוט עס פעלט אבער איין ווארט אין אנהייב,
"אפיניען"

אבער איך פארשטיי נאכאלץ נישט וואס איז די סורפרייז?
עס איז קיין סוד אז א.פ. איז א שטארקע ליבעראלע, און זינט טראמפ איז געווארן פרעזידענט זעט דאס זיך שטארק אן אויף זיינע ארטיקלען.

סורפרייז??!! בכלל נישט!

די העדליין איז יא געווען א שטיקל סורפרייז, פארדרייען די קעפל כדי ח"ו נישט צו מאכן אויסקוקן א טראמפ אקציע ווי א סוקסעס.
דאס ווייזט נאכאמאל וואספארא גארביטש "די צייטונג" איז.
דעטס אלל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:36 pm

דממה דקה האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:BREAKING UPDATE: The Islamic State group confirms it's leader al-Baghdadi death and of ISIS spokesman Abu Hassan al-#Muhajir death, announces "Abu Ibrahim al-Hashimi al-Qurayshi" as new leader of the Islamic State terror group


א נייע פירער:

די נייע ווארטזאגער מיט'ן נאמען אבו חאַמזאַ 'על קורעישי' האט באשטעטיגט אז באגדאדי איז טויט, און דערקלערט אבו איבראהים על האשימי 'על קורעישי' אלץ נייע פירער פון די חאליפאט.

אויב ס'איז א נייער ווארטזאגער און א נייער פירער וויאזוי ווייסט מען צו זיי פארטרעטן בכלל די כאליפאט :evil:

גוטע פראגע. מענטשן כאפן נישט אז די גאנצע פאוער פון אייסיס, איז באגדאדי. די חילוק פון אייסיס און אנדערע טעראר ארגאניזאציעס איז, אז אייסיס איז געקומען מיט א איידיע וואס מאכט מוסלמענער זייער ענטוזיאסטיש, נעמליך - אז ער גייט אויפפרישן דעם 'כאליפאט', דהיינו - מען גייט ווייטער ממשיך זיין די שלשלת השחור וואס האט זיך געצויגן פון זייער שמייליגער מוחמאד ביז דאכט זיך מיר ערגעץ פאר'ן אדער נאכ'ן ערשטן וועלט קריג. באגדאדי האט באשלאסן אז לויט זיינע חשבונות דארף ער זיין דער 'כאליף' און דער ממשיך דרכו הטמא פון דעם איסלאמישן גרינדער.

באגדאדי איז ארויסגעקומען מיט גרויס פאמפע דערקלערן אז מען גרינדעט פון דאסניי דעם כאליפאט, און מען גייט איינעמען די וועלט און אויסראטן די שונאים. דאס איז עפעס וואס האט צוגעצויגן זייער אסאך ראדיקאלע מוסלמענער פון איבער די וועלט זיך צו קומען אנשליסן אינעם נייעם מלוכה, און דערצו איז ער געקומען מיט זיין מורא'דיגע געניטשאפט אין 'פירן', ער איז געווען גאר פראפעסיאנאל. וואו זיי זענען געקומען, וועלכע פלאץ און שטח זיי האבן איינגענומען האבן זיי אוועק געשטעלט א געהעריגע גאווערמענט, זיי זענען געווען געהעריג מסודר מיט אלע פיטשעווקעס, ממש א געהעריגע מלוכה, ווי אויך האבן זיי געמאכט זיכער צו האבן אסאך געלט, זיי האבן פארקויפט אויל, זיי האבן באראבעוועט בענק מיט שווערער מיליאנען דאלארן. אזוי אויך, און דאס ווייסן מיר אלע זייער גוט, האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיין רציחה אויף א פארנעם וואס מען האט שוין נישט געזען לאנגע יארן, אבער עס איז נישט געווען סתם רציחה אן קיין חשבון, ער האט געהאט א פסיכאלאגישע חשבון דערמיט, ער האט געמאכט זיכער עס צו מאכן אויפן גרויליגסטן אופן שייך, און אז יעדער זאל עס זען, אלעס כדי אנצווארפן די מאקסימום פחד אויף זיינע פיינט, אז זיי זאלן ציטערן זיך אנצופאנגען מיט אים, און אזוי איז טאקע געווען.

די אלע זאכן האבן געגעבן די געפיל פאר טויזנטער מוסלמענער איבער די וועלט, אז דאס איז עס, ענדליך האבן מיר דעם מענטש וואס גייט מחזיר זיין עטרה ליושנה: קוק, דער איז א מוצלח, ער פארט גוט, נעמט איין שטחים אויף שטחים לאנד, א כאליפאט האט ער, נו לאמיר גיין זיך משתתף זיין.

וואס מען כאפט נישט איז, אז אונטער די אלע זאכן ליגט א מח וואס האט דאס אלעס אויסגעשטעלט אזוי, און דאס איז על באגדאדי, דאס איז אלעס געווען זיין קאפ. ער איז דער נאכפאלגער, ער איז דער אויסלייזער, ער איז דער גייסטליכער. זיין כאריזמע, זיין שפראך, זיין מעסעדזש, זיין פאוער, זיין פירערשאפט האט אים געברענגט צו זיין וואס ער איז געווען. דאס געשעט נישט און איין טאג, נישט יעדער קען דאס באווייזן, עס איז א ספעציעלער חוש וואס מען דארף האבן, און ער האט עס געהאט.

יעצט קומט איינער אן: איך בין כאליף, איינער האט דיר געפרעגט? איך בין כאליף, וואס עפעס דו? האסטע געהערט אזאנס! ווער דעסיידעט אז דו ביזסט דער גייסטליכער פירער? קיינער! פארוואס זאלן די אייסיס מיטגעלידער אים פאלגן ווייל ער האט אזוי באשלאסן, עס ארבעט נישט אזוי, עס איז נישטא קיין נאכפאלגער, ווער עס וויל קען גיין טרייען אליין און זען אויב ער קען אויך, באגדאדי'ס כאליפאט האט נישט קיין נאכפאלגער, עקשולי: עס עקזיסטירט שוין נישט.

מען דארף זיין על באגדאדי דאס צו באווייזן.

סאו ווען איינער פרעגט וואס מען האט פון הרגענען באגדאדי, איז די ענטפער אז מען האט אסאך..
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6524
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:35 pm

א דאנק פעיק, שיינע תגובה!
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:48 pm

פעיקע נאז, גוט געשריבן!

די שאלה איז נאר: איינמאל זיי האבן שוין א יסוד, שטיצערס, פאמפע, נויז, יעדער ווייסט פון זיי, יעדער ארום ציטערט, איז דען נישט גרינגער אז די הויכע שלישקעס פון צווישן די אייסיסיער זאלן דעסיידן אז איינער זאל איבערנעמען און עס נישט לאזן טאטל צאמטראסקען? קיינער וויל נישט זען ווי זיין חסידות צעפאלט!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6524
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:53 pm

אינטערסאנט אז פאר די פאר לעבעדיגע אייסיס מיטגלידער פאלט נישט איין אז צו זאגען אז ער לעבט נאך עכט יא.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט