ברעקינג!! אייסיס פירער "על באגדאדי" טויט!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:31 pm

דער צייטונג העדליין איז נאריש און קינדעריש.
ער קען זיך פשוט נישט ברענגן צו שרייבן עפעס גוטס פארן פרעזידענט.

כ'האב נישט געליינט די צייטונג, אבער כ'בין זיכער אז ער וועט אינעם לאנגן באריכט איבער די אקציע אריינמישן גאר אסאך נעגעטיוויטי פאר טראמפ, נוסח פעיק-ניוז אברהם פרידמאן.

ער איז אזוי בייעסד אז וויפיל מאל מ'וועט איהם אויפמערקזאם מאכן דערוועגן וועט ער אייביג באשולדיגן די קריטיקער אלץ טראמפ פאפעטס. כ'פלעג אמאל ליינען די אפטיילונג פון "וואס איהר זאגט"...

נישט קיין וואונדער אז די צייטונג גייט נישט אין די געשעפטן, דאס וואס ווערט יא פארקויפט איז א גרויס חלק צוליב די שיינע ארבעט אין די אידישע אפטיילונג.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:33 pm

די רגע וואס כאב געזעהן די קעפל איבער על באגדאדי האבעך געטראכט וויזוי קיממל גייט מאכן א וויץ דערפון... ער גייט זאגן אז ער האט פראף אז די פאונדער פון אייסיס לעבט... און לייגן א פיקטשער פון אבאמא און א קליפ ווי טראמפ זאגט אבאמא פאונדעד אייסיס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:35 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די רגע וואס כאב געזעהן די קעפל איבער על באגדאדי האבעך געטראכט וויזוי קיממל גייט מאכן א וויץ דערפון... ער גייט זאגן אז ער האט פראף אז די פאונדער פון אייסיס לעבט... און לייגן א פיקטשער פון אבאמא און א קליפ ווי טראמפ זאגט אבאמא פאונדעד אייסיס...


סייד נאויט פאונדער מיינט גרינדער נישט פירער באגדאדי איז געווען אייסיס ליעדער
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:40 pm

הויעך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די רגע וואס כאב געזעהן די קעפל איבער על באגדאדי האבעך געטראכט וויזוי קיממל גייט מאכן א וויץ דערפון... ער גייט זאגן אז ער האט פראף אז די פאונדער פון אייסיס לעבט... און לייגן א פיקטשער פון אבאמא און א קליפ ווי טראמפ זאגט אבאמא פאונדעד אייסיס...


סייד נאויט פאונדער מיינט גרינדער נישט פירער באגדאדי איז געווען אייסיס ליעדער

ער איז געווען ביידע.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:02 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די רגע וואס כאב געזעהן די קעפל איבער על באגדאדי האבעך געטראכט וויזוי קיממל גייט מאכן א וויץ דערפון... ער גייט זאגן אז ער האט פראף אז די פאונדער פון אייסיס לעבט... און לייגן א פיקטשער פון אבאמא און א קליפ ווי טראמפ זאגט אבאמא פאונדעד אייסיס...


סייד נאויט פאונדער מיינט גרינדער נישט פירער באגדאדי איז געווען אייסיס ליעדער

ער איז געווען ביידע.

ווער באגדאדי אדער אבאמא? :roll: :lol: :wink:
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:36 pm

[quote="עכט היימיש"]הערט אויף מיט די נארישקייטן.

יעדע קאנסערוואטיווע נייעס קוואל האט געהאט די זעלבע קעפל. דאס איז דער נייעס און פארטיג.

קאפ אין וואנט...
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אור
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

2 איז שטערקער

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:41 pm

אינטרעסאנט
קיינער רעדט נישט פון די 2# אייסיס וואס איז אויך געהארגעט געווארן -די זעלבע וואך ווי זיין פארגייער-

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:48 pm

מען האט יא גערעדט.
viewtopic.php?p=2018919#p2018919
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:51 pm

איינס האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:

פיינעלי די נייעס פשוט און קלאר.
נישט טראמפ נישט קרעדיט און נישט די פארקערטע, נאר פשוט די ״ברעיקנג״ נייעס : אל באגדאדי איז טויט

Here you go!!! דאס הייסט א פיינעם קעפל!!
לעצט פאראכטן דורך אהבת השם אום דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:54 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:די צייטונג איז פונקט ווי די פאוסט, דער פירער האט זיך פלוצלינג אויפגעריסן, אינמיטן עפעס אן אמעריקאנער אקציע.

איך גלויב אז דער איד וועט נישט זיין צופיל אנדערש, דער בלאט וועט מסתמא שרייבן נארמאלער

דאס האב איך געשריבן נעכטן צופרי. און איך בין גערעכט געווען. דער בלאט איז די בעסטע אין קעפלעך.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:00 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די צייטונג קעפל איז נישט אזוי געפערליך, אבער איך גלייב אז מען האט דוקא נישט געוואלט שרייבן עפעס וואס קוקט אויס אז עס קומט זיך די קרעדיט פאר אמעריקע.

דער בלאט קעפל איז 'אייזן גוט'.

דער איד קעפל איז פשוט א 'פאלשער קעפל' אמעריקע האט נישט אומגעברענגט באגדאדי.

ברענגסט עס ארויס זייער קלאר!!

די צייטונג האלט איך אזוי ווי דיר, עס שטארט ארויס אז זיי האבן נישט געוואלט ברענגען לקרעדיט פאר אמעריקע!

די בלאט קעפל איז מוראדיג גוט, צום זאך, ווי די שרייבסט 'אייזן גוט'

לגבי די איד בין איך יא מחולק, נישט אז זיי שרייבן אז ער איז אומגעבערענגט געווארן דורך אמעריקע, נאר אז ער איז אומגעברענגט געווארן בשעת א אמעריקאנע קאמאנדא אקציע.... נישט ליגנט
אבער דעתי איז אז זייער קעפל איז זייער טרוקן און רוי, קוקט אויס ווי עס פעלט די זאלץ און פעפער דארט...

ווייסע ברילן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am

תגובהדורך ווייסע ברילן » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:01 pm

kosher phone האט געשריבן:BREAKING UPDATE: The Islamic State group confirms it's leader al-Baghdadi death and of ISIS spokesman Abu Hassan al-#Muhajir death, announces "Abu Ibrahim al-Hashimi al-Qurayshi" as new leader of the Islamic State terror group


זעט אויס אז זיי האבן אויפגענומען א פירער מיט אזא לאנגע נאמען אז אויב\ווען טראמפ וועט אים הרגנען\ער וועט זיך אויפרייסן בשעת אן אמעריקאנע אקציע(סארי איך טריי צו זיין פאליטקעלי קארעקט) זאל זש. ק. קענען חוזק מאכן ווי טראמפ זאגט Abu ... Ibrahim ... al-Hashimi... al-Qurayshi....
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ

אוועטאר
מאטיסאווצער
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am

תגובהדורך מאטיסאווצער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:18 pm

אהבת השם האט געשריבן:לגבי די איד בין איך יא מחולק, נישט אז זיי שרייבן אז ער איז אומגעבערענגט געווארן דורך אמעריקע, נאר אז ער איז אומגעברענגט געווארן בשעת א אמעריקאנע קאמאנדא אקציע.... נישט ליגנט
אבער דעתי איז אז זייער קעפל איז זייער טרוקן און רוי, קוקט אויס ווי עס פעלט די זאלץ און פעפער דארט...



ער איז אומגעברענגט געווארן אדער האט זיך גענומען דאס לעבן?

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:23 pm

מאטיסאווצער האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:לגבי די איד בין איך יא מחולק, נישט אז זיי שרייבן אז ער איז אומגעבערענגט געווארן דורך אמעריקע, נאר אז ער איז אומגעברענגט געווארן בשעת א אמעריקאנע קאמאנדא אקציע.... נישט ליגנט
אבער דעתי איז אז זייער קעפל איז זייער טרוקן און רוי, קוקט אויס ווי עס פעלט די זאלץ און פעפער דארט...



ער איז אומגעברענגט געווארן אדער האט זיך גענומען דאס לעבן?

ער איז "געברענגט" געווארן דורך אמעריקע זיך צו "אומברענגען"... און דער איד "ברענגט" די נייעס, און עטס "ברענגטס" עס נאך...

איינער קען מיר עפעס "ברענגען" צו עסן?...

אוועטאר
מאטיסאווצער
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am

תגובהדורך מאטיסאווצער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:34 pm

נישט געטראפן די דעקל פון די צייטונג כאטש כ'בין געווען זיכער אז ס'וועט זיין, נאך די סומאטוכע מיט די אויסשניידן די בילד פון קלינטאן

אבער דאס האב איך יא געטראפן
צוגעלייגטע
Der Yid.jpg
Der Yid.jpg (49.46 KiB) געזעהן 1337 מאל
Der Blatt cover.jpg
Der Blatt cover.jpg (44.99 KiB) געזעהן 1337 מאל

אוועטאר
מאטיסאווצער
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am

תגובהדורך מאטיסאווצער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:35 pm

די אינעווייניג פון די צייטונג
צוגעלייגטע
TZ.jpg
TZ.jpg (84.07 KiB) געזעהן 814 מאל

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:39 pm

מאטיסאווצער האט געשריבן:נישט געטראפן די דעקל פון די צייטונג כאטש כ'בין געווען זיכער אז ס'וועט זיין, נאך די סומאטוכע מיט די אויסשניידן די בילד פון קלינטאן

אבער דאס האב איך יא געטראפן

זעהט מען אז "דער איד" גיט שטענדיג קרעדיט פאר די לאנד.

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:45 pm

למעשה אין פאקט:
בין לאדין איז אומגעקומען דורך די אמעריקאנע קאמאנדאס.
און דער באגדאדי איז אומגעקומען ביי אן אויפרייס פון אמעריקאנער, ע"פ דרך הטבע, ווען נישט די אמעריקאנער וואלט ער זיך נישט גענומען, מילא זענען די אמעריקאנע 100 פראצענט בארעכטיגט צו נעמען קרעדיט.

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:52 pm

ס'זיכער אז "דער בלאט" האט מער די קעפל וואס איז ערווארט געווארן דורך די מאסן, אבער איך וואלט "דער איד" קעפלען אנגערופן פאליטישע קעפלען.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:14 pm

לעכטל האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:הערט אויף מיט די נארישקייטן.

יעדע קאנסערוואטיווע נייעס קוואל האט געהאט די זעלבע קעפל. דאס איז דער נייעס און פארטיג.

קאפ אין וואנט...

אז דו האסט נישט וואס צו שרייבן מיזטו נישט שרייבן.

אבער לאמיר דיר פרעגן צוויי פשוט'ע פראגן, און זעהן צו דער לעכטל שרייבט סתם לשם שרייבן אדער איז פשוט אומוויסענד.

וואס איז דער גרעסטער קאנסערוואטיווע פראו טראמפ 'צייטונג' אין לאנד?

און יעצט, וואס איז געווען זייער קעפל?
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

Kollel
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:24 pm

די צייטונג online:
https://t.co/P68Sf4a6zs?amp=1
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

רזא דגלגוליא...
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 2:09 pm

תגובהדורך רזא דגלגוליא... » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:34 pm

אהבת השם האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:

פיינעלי די נייעס פשוט און קלאר.
נישט טראמפ נישט קרעדיט און נישט די פארקערטע, נאר פשוט די ״ברעיקנג״ נייעס : אל באגדאדי איז טויט

Here you go!!! דאס הייסט א פיינעם קעפל!!

מערקט ביי די בלאט פון הינטערגרינט א בילד פון טראמפ וואס דאס שענקט אים זיין פארדינטע קרעדיט

Isreal123
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 08, 2018 3:47 pm

תגובהדורך Isreal123 » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 4:20 pm

סאיז נישט דא קיין קלארעררע וידיאו?

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 4:21 pm

Kollel האט געשריבן:די צייטונג online:
https://t.co/P68Sf4a6zs?amp=1



אהער געבערענגט פאר די חשובע ליינער (פיקטשערס זענען נישט מיטגעקומען צוליב מיין פילטער)
וּבַאֲבֹד רְשָׁעִים רִנָּה:




גרינדער און פירער

פון אייסיס רייסט זיך אויף

ביי אמעריקאנער

קאמאנדא אקציע



פּרעזידענט טראמפּ האט זונטאג צופרי אין א דראמאטישן אויפטריט אין ווייסן הויז ארומגענומען מיט וויצע פּרעזידענט פּענס און זיינע וויכטיגסטע קאבינעט מיטגלידער און גענעראלן, באשטעטיגט די קלאנגען פון מוצ"ש אז אן אמעריקאנער געלונגענע קאמאנדא אקציע אין סיריע האט אומגעבראכט אבו באקער על-באגדאדי, דער גרינדער און פירער פון די "איסלאמישע סטעיט", באקאנט אלס "אייסיס", וועלכער איז שוין א פּאר יאר געווען דער נומער 1 געזוכטער טעראריסט דורך אמעריקע. ווען די קאמאנדאס האבן זיך געיאגט נאך אים אין א טונעל, ווען מיליטערישע הינט זענען געלאפן פאראויס, האט באגדאדי, לויט ווי טראמפּ האט איבערגעגעבן, געוויינט און געשריגן, פּרובירענדיג צו אנטלויפן מיט 3 קינדער. דערנאך ווען ער האט איינגעזען אז עס וועט אים נישט געלונגען, האט ער אויפגעריסן א זעלבסטמארד וועסטל מיט וואס ער איז גע'הרג'עט געווארן אינאיינעם מיט זיינע 3 קינדער.

טראמפּ האט זיך בארימט: ער האט גע'פּגר'ט ווי א הונט, ער איז געשטארבן ווי א פּחדן.

ביי זיין אויפטריט האט טראמפּ מערערע מאל פארגעשטעלט באגדאדי ווי א קראנקער און צעדרייטער, און ער מיט זיינע אנהענגער זענען "פארלירער", און דערשראקענע הינטלעך, און האט גענוצט נאך אזעלכע אויסדרוקן ביים בארימען זיך אויף די געלונגענע קאמאנדא אקציע ביי וואס מ'איז ענדליך פּטור געווען פון דעם ברוטאלסטן מאסן מערדער אין די לעצטע פּאר יאר.

דער קערפּער פון דעם רוצח איז טאקע צעפליקט געווארן אבער טראמפּ האט געזאגט אז מ'האט געמאכט פארשידענע טעסטס וואס האט באשטעטיגט זיין אידענטיטעט, און אינגיכן וועט מען האבן ענדגילטיגע "די ען עי" טעסטס, פולשטענדיג צו באשטעטיגן זיין אידענטיטעט.

עס איז געווען א געוואלדיגער זיג פאר אמעריקע בכלל און פאר פּרעזידענט טראמפּ בפרט, איבערהויפּט נאכדעם ווי אייסיס איז שוין כמעט אינגאנצן אויסגעראטן געווארן פון זייער קאליפאט, די אמאליגע גרויסע מלוכה וואס זיי האבן אויפגעשטעלט ווען זיי האבן פארכאפּט א טייל פון איראק און א טייל פון סיריע און האבן דארט אנגעפירט א ברוטאלן רעזשים אויסצייכענענדיג זיך מיט אומבאשרייבארע רציחות, אזוי ווי ארויסשיקן אויפ'ן אינטערנעט ווידיאס ווי זיי האקן אפּ קעפּ אדער פארברענען מענטשן לעבעדיגערהייט רח"ל.

דאס איינציגע פּלאץ וואו זיי זענען נאך פארבליבן אין קאנטראל פון געוויסע שטחים איז אין דעם אידליב פּראווינץ פון צפון-מערב סיריע, נאענט צו די טערקישע גרעניץ, וואס לויט ווי מ'האט פאריגע וואך געהערט, האט זיך איצט דער סיריער פרעזידענט-דיקטאטאר מאסן-מערדער אסאד מאביליזירט זיינע קרעפטן און איז גרייט דורכצופירן מאסן שחיטות אין יענעם פּראווינץ, נאכדעם ווי אמעריקע איז ארויסגעגאנגען פון די קורדישע שטחים נעבן די טערקישע גרעניץ, אזוי אז אויב אסאד וועט באזיגן די לעצטע פארבליבענע אייסיס שטחים, וועט ער ווידעראמאל זיין באלעבאס אויפ'ן גאנצן לאנד, אבער דאס מאל וועט עס זיין בשותפות מיט רוסלאנד און איראן, און אין א געוויסע מאס אויך מיט טערקיי, וואס אלע וועלן האבן א שטיקל דעה אין סיריע, ווער מער און ווער ווייניגער.

לויט אן אמעריקאנער מיליטערישע אפּשאצונג פון אויגוסט, האט נאך אייסיס דאן געהאט צווישן 14,000 און 18,000 קעמפער אין מערערע פּלעצער איבער די וועלט אין צוגאב צו סיריע און איראק. צווישן די פּלעצער וואו זיי האבן נאך טעטיגקייטן איז מערב אפריקע, מדבר סיני, ליביע, אפגאניסטאן און די פיליפּינען. זיי האבן אויך אויך מערערע אנהענגער אין אייראפּע וואו זיי פירן דורך פון צייט צו צייט טעראריסטישע אקציעס.

עס איז אנגעוויזן געווארן זונטאג דורך מערערע עקספּערטן, אז טראץ באגדאדי'ס טויט, וועט נאך אייסיס נישט אונטערגיין. עס וועט פילייכט פארקומען א מאכט געראנגעל פון "מי בראש", ווער עס זאל ווערן דער אפיציעלער נייער הויפּט, און מ'ערווארט אויך געוויסע נקמה אקציעס פון אייסיס איבער די וועלט, ווי צו ווייזן פאר די וועלט אז די ארגאניזאציע לעבט נאך!

אין וואשינגטאן, איז פּרעזידענט טראמפּ שטארק קריטיקירט געווארן דורך סענאטארן און קאנגרעסלייט פון ביידע פּארטייען פאר פארראטן די קורדן, נאכדעם ווי ער האט באפוילן ארויסצונעמען דאס אמעריקאנער מיליטער פון צפון-מזרח סיריע, וואס ווי לאנג די אמעריקאנער זענען דארט געווען האט טערקיי זיך נישט געטרויט אונטערצונעמען מיליטערישע אקציעס קעגן די קורדן,

וועט אים איצט גוט שטיין אז ער וועט זיך קענען בארימען אז ער האט יא אפּגעהאלטן א זיג אויף דעם נומער 1 שונא, אייסיס, מיט הרג'נען זייער פירער. נאך מער, קורדישע שפּיאנאזש באאמטע אין איראק און אין סיריע האבן געהאלפן צושטעלן קריטישע שפּיאנאזש אינפארמאציע וואו מ'זאל צילן די אבלאווע צו כאפּן דעם אייסיס פירער, וואס ווייזט אז טראץ די אנגעצויגענקייט צווישן די קורדן מיט אמעריקע איבער די טערקישע מיליטערישע אקציע צו פארטרייבן די קורדן טיפער אריין אין סיריע, אוועק פון איר גרעניץ, זענען די קורדן נאך אלץ גרייט געווען צו ארבעטן מיט אמעריקע קעגן זייער געמייזאמען פיינט, אייסיס.

ווען אימער עס געלונגט צו הרג'נען א מייסטער טעראריסט אויף וועמען עס איז שווער געווען צו לייגן א האנט, מוז דאס זיין א געוואלדיגער זיג, אבער עקספּערטן ווארענען שוין לאנג אז אפילו ווען מען הרג'עט אזא פירער, שאפט עס נישט אפּ דעם געפאר, אזוי ווי מ'האט געזען אז מיט'ן טויט פון אסאמא בין לאדען, איז נאך דער על-קאידא טעראר אפּאראט נישט אונטערגעגאנגען. גראדע איז באגדאדי אויך געווען "א קינד" פון על-קאידא, וואס זיין גרופּע האט זיך אפּגעטייטל פון די מעסיגע טעראריסטן און דאס מזל האט אים געשפּילט ווען ער האט געקענט זייער שנעל אייננעמען גרויסע טיילן פון איראק און סיריע אין זומער פון 14', וואס אין די בעסטע צייטן האט עס דערגרייכט צו א דריטל פון ביידע לענדער!

מ'האט שוין עטליכע מאל געהערט באריכטן אז באגדאדי איז גע'הרג'עט געווארן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז געווען פאלשע באריכטן. ער איז געווען זייער א פארזיכטיגער טעראריסט, ער איז נישט ערשינען אין די עפענטליכקייט דורכאויס די אלע יארן בלויז אין געציילטע פאלן, און ווען פּרעזידענט טראמפּ האט מוצ"ש פארעפענטיכט אויף טוויטער אז עס קומט זייער אן אינטערעסאנטע מעלדונג צופרי, זענען נערוועז געווען געוויסע טראמפּ באאמטע אז מ'זאל נישט האבן א דורכפאל, ווייל מ'איז נאכנישט פארטיג געווען מיט די פארשידענע "די. ען. עי." טעסטן. א פּענטאגאן באאמטער האט שוין געזאגט פאר די טראמפּ מעלדונג אז מ'איז כמעט זיכער אז באגדאדי איז טויט, אבער מ'איז נאכנישט פארטיג מיט די "די. ען. עי." אנאליזן. ער האט אויך צוגעגעבן אז ביי כאטש וועלכן אנדערן פּרעזידענט וואלט מען געווארט צו זיין אבסאלוט זיכער ביז מען מעלדט דעם זיג, אבער פּרעזידענט טראמפּ איז שוין געווען אומגעדולדיג, און פארטיידיקונג סעקרעטאר מארק עספּער האט איינגעשטימט צו ערשינען אויף די זונטאג צופרי אינטערוויו פּראגראמען אלס א לעצטע-מינוטע צוגאב צו די פריערבאשטימטע פּראגראמען, צו בארימען זיך איבער דעם נצחון.




דאס בילד איז פארעפענטליכט געווארן מוצ"ש, ווארשיינליך נאכ'ן דערפאלג פון די אקציע אין סיריע.
אויבנאן זעט מען פּרעזידענט טראמפּ און ביי זיין רעכטע האנט וויצע פּרעזידענט מייק פּענס. נאך פּענס זיצט דער נייער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער ראבערט אברייען.
אויף לינקס פון טראמפּ איז פארטיידיקונג סעקרעטאר מארק עספּער, דערנאך איז אמעריקע'ס הויפּט גענעראל מארק מילי. ער איז אן ארמיי גענעראל וואס ער איז דער פארזיצער פון גענעראלן שטאב. נאך אים זיצט גענעראל מארקוס עדעמס.
דאס בילד איז פארזיכטיג צענזורירט געווארן דורכ'ן ווייסן הויז פאר'ן פארעפענטליכן עס, און איר וועט באמערקן לינקס גאנץ אונטן אויפ'ן בילד איז דא א קאמפּיוטער סקרין אויף וואס מ'זעט גארנישט, סיידן עס שפּיגעלט אפּ דעם לעקטער פון דאך. ווייזט אויס מ'איז איצט געווען מער פארזיכטיג אז עס זאל נישט בטעות געזען ווערן קיין שום שפּיאנאזש אדער געהיימע אינפארמאציע, וואס דאס זעט מען אויך אויף אלע פּאפּירן אויפ'ן אונטערשטן העלפט פון בילד, אויף ביידע טישן, אלעס איז ליידיג, גארנישט איז נישט געשריבן דערויף, מ'זעט נישט קיין ווארט, קיין אות וואס איז געשריבן געווארן, וואס מ'פארשטייט אליין אז מ'האט עס אפּגעמעקט פאר'ן ארויסגעבן די בילדער.
אויך האט מען אפּגעהאקט דאס בילד אז עס זאל נישט ווייזן אלע באטייליגטע, אנדערש ווי אין פאל פון דעם בארימטן בילד ווי אזוי פּרעזידענט אבאמא האט מיטגעהאלטן די בין לאדען אקציע וואס מ'האט אויפגעכאפּט געוויסע קלייניקייטן אויפ'ן בילד, אפילו ווען מ'האט נישט געזען די פּנימ'ער פון די מענטשן, אבער פון די קאליר פון א העמדל, שניפסל, א.ד.ג. האט מען דערנאך געקענט אידענטיפיצירן אויך אנדערע מענטשן וואס זענען געווען אנוועזענד, וואס זייער אידענטיטעט וואלט געדארפט בלייבן געהיים צוליב שפּיאנאזש און זיכערהייט חשבונות. מ'האט זיך געלערנט די לעקציע אין ווייסן הויז און דאס איצטיגע בילד איז געווארן צענזורירט דורכ'ן ווייסן הויז פאר מ'האט עס פארעפענטליכט.
פארשטייט זיך, מ'זעט אויך דעם הויפּט דיפערענץ, אז דא זיצט פּרעזידענט טראמפּ ביים אויבנאן, אלע קוקן אויף די קאמערא, וואס ביים אבאמא בילד האט זיך דער פּרעזידענט אראפּגעזעצט אויף א קליין בענקל אויף די זייט פונעם טיש, איבערלאזענדיג דעם אויבנאן פאר'ן הויפט גענעראל, וואס אויך פון די זייט האט ער געקענט אלעס מיטהאלטן, און מ'האט דארט געזען די אנגעצויגענקייט ווען די באטייליגטע האבן מיטגעהאלטן די אקציע "לעבעדיג".


די מיליטערישע אקציע

באלד פון אנהויב דארף אנגעמערקט ווערן אז דאס איז געווען זייער א דערפאלגרייכע שפּיאנאזש אקציע, ווייל לויט ווי מ'האט זונטאג צופרי געהערט, איז די באגדאדי באנדע אנגעקומען אין דעם דערפל אין די בארישא געגענט, וואס איז באקאנט פאר שמוגלערייען, ערשט דאנערשטאג נאכט. פּרעזידענט טראמפּ האט זונטאג צופרי באדאנקט אלע וואס האבן געהאלפן טרעפן באגדאדי און האבן זיך באטייליגט אין די אבלאווע. די קורדן האבן טאקע צוגעשטעלט אינפארמאציע וואס האט געהאלפן הרג'נען באגדאדי אבער זיי האבן נישט געהאלפן אין די מיליטערישע אקציע האט טראמפ באטאנט.

דער אייסיס פירער איז געווען דער טעראריסט וואס איז דאס מערסטע געזוכט געווארן דורך אמעריקע און דורך אייראפּע זינט זיין אומגלויבליכן דערפאלג 5 יאר צוריק ווען ער האט איינגענומען גרויסע טיילן פון איראק און סיריע. זיינע דזשיהאדיסטן האט אפּגענויגט פון די על-קאידא אידעאלאגיע וואס על-קאידא איז באקאנט געווען פאר זוכן דורכצופירן אטאקעס מיט מאסן פארלוסטן אזוי ווי אויפרייסן און אראפּקראכן עראפּלאנען, אייסיס האט זיך אויסגעצייכנט מיט געוואלדטאטן אויף א קלענערן פארנעם. באגדאדי האט געהעצט זיינע אנהענגער - מיט'ן ברייטן באנוץ פונעם אינטערנעט - דורכצופירן קלענערע אטאקעס וואס וועט פיל שווערער זיין צו פארמיידן, ווייל די געזעץ אינסטאנצן וועלן נישט האבן אזוי פיל געלעגענהייט צו דערגיין די פּלענער פאר אזעלכע אטאקעס.

די דזשיהאדיסטן וואס קענען נישט קומען צו זיין "קאליפאט" האט ער ערמוטיגט אז זיי זאלן דורכפירן הריגות וואו זיי געפונען זיך מיט כאטש וואס פארא וואפן עס קומט אין זייערע הענט, און זיינע העצערייען איז געווען אן אינספּיראציע פאר איבער 140 טעראריסטישע אטאקעס אין 29 לענדער - אויסער איראק און סיריע - מיט מינימום 2,043 טויטע!

דער סטעיט דעפּארטמענט האט נאך אין 16' געלייגט א באלוינונג אויף באגדאדי'ס קאפּ מיט א מאקסימום פון 25 מיליאן דאלאר פאר אינפארמאציע אדער שפּיאנאזש וואס קען פירן צו פאנגען אדער הרג'נען דעם מייסטער טעראריסט.

נאכדעם ווי אמעריקע האט געמאלדן די 25 מיליאן דאלאר, האט מען זייער זעלטן געזען באגדאדי. פאקטיש, ווייסט מען דערווייל פון בלויז איין פאל ווען ער האט אויפגעטרעטן אינדרויסן, פאר א פארזאמלונג, און דאס איז געווען אין 14', ווען ער האט געפּרעדיגט אין דעם גרויסן מעטשעט אין מאסול, איראק, נאכדעם ווי אייסיס האט עס איינגענומען. אויסערדעם פלעגט ער בלויז ערשיינען דורך ווידיאס, וו.צ.ב.ש., ווען ער האט געבעטן די מוסולמענער איבער די גאנצע וועלט צו שווערן טריישאפט צו זיין קאליפאט, און "מקבל מרות" זיין פון אים, פאלגן אים אלס זייער פירער. ער האט "געפּראוועט עניוות" אין יענעם ווידיא, זאגענדיג אז "עס איז אן עול אנצונעמען דאס אחריות צו זיין אייער פירער. איך בין נישט בעסער פון אייך אדער ערליכער פון אייך. אויב איר זעט מיך (גיין) אויפ'ן ריכטיגן וועג, העלפט מיר, אויב איר זעט מיך אויפ'ן נישט-ריכטיגן וועג, לאזט מיך וויסן און שטעלט מיך אפּ, און פאלגט מיך אזוי ווי איך פאלג דעם באשעפער".

באגדאדי האט גענומען עקסטרעמע זיכערהייט באווארענונגען אפילו ווען ער האט זיך געמוזט טרעפן מיט זיינע נאענטסטע און וויכטיגסטע געהילפן. ער פלעגט פון צייט צו צייט פארעפענטליכן טעיפּס, וו.צ.ב.ש., זיין לעצטער טעפּ אין סעפּטעמבער אין וואס ער האט אויפגעפאדערט זיינע אנהענגער צו טאן אלעס וואס איז מעגליך צו באפרייען די אייסיס ארעסטאנטן וואס זענען געהאלטן געווארן אין טורמעס און אין לאגערן.

מ'וועט אין די קומענדיגע טעג הערן מער איינצלהייטן פון די מיליטערישע אקציע, אבער לויט די ערשטע באריכטן האבן זיך באטייליגט אין די אקציע אמעריקאנער קאמאנדאס פון די ארמיי רעינדזשערס און דעלטא איינהייטן.


טראמפּ'ס טוויט נעכטן נאכט: עפּעס זייער גרויס איז נארוואס פארגעקומען!


ויהי בחצי הלילה

לויט א באריכט פון א סיריער ארגאנזיאציע פאר מענטשן רעכטן, זענען געקומען צו פליען 8 (פון אנדערע האט מען געהערט 6) העליקאפּטערס באגלייט פון א קריגס עראפּלאן באמבארדירענדיג די באזעס וואו אייסיס האט זיך אויסבאהאלטן אין די בארישא געגענט וואס איז צפון פון די שטאט אידליב, וואס דאס איז די פארבליבענע אייסיס פעסטונג אין סיריע.

די באמבארדירונגען האבן זיך אנגעהויבן נאך 12 אזייגער מוצ"ש און האט אנגעהאלטן ארום 2 שעה, ווען די דזשיהאדיסטן האבן צוריקגעשאסן אויף די העליקאפּטערס מיט זייערע שווערע וואפן.

די וואס האבן נישט געוואוסט אז באגדאדי באהאלט זיך איצט אויס דארט, האבן געמיינט אז דאס איז סתם געווען אן אמעריקאנער אטאקע אויף אייסיס, צו ווייזן אז אמעריקע גיט נישט אויף דעם קאמף קעגן אייסיס, אפילו נאכ'ן ארויסנעמען אירע טרופּן פון די אנדערע געגענט אין סיריע. די אייסיס דזשיהאדיסטן האבן אבער יא געוואוסט אז דאס איז א מער ערנסטע אטאקע, זעענדיג אזוי פיל העליקאפּטערס וואס זענען געקומען, ווייל געווענליך ביי באמבארדירונגען נוצט מען נישט קיין העליקאפּטערס, און די שיסעריי האט פאראורזאכט א גרויסע צאל פארלוסטן פאר אייסיס. לויט'ן ערשטן באריכט זענען געווען 9 טויטע, אבער מ'האט געוואוסט אז דאס וועט שטייגן צוליב די גרויסע צאל פארוואונדעטע.

לויט אמעריקאנער באריכטן, זענען געווען 6 העליקאפּטערס וואס האבן געטראגן צווישן 50 און 70 דעלטא און רעינדזשערס קאמאנדאס. זיי האבן באלאגערט די באהעלטעניש פון באגדאדי, און לויט פארטיידיקונג סעקרעטאר עספּער, זענען בלויז 2 אמעריקאנער סאלדאטן לייכט פארוואונדעט געווארן. פּרעזידענט טראמפּ האט געזאגט אז איינע פון די מיליטערישע הינט איז פארוואונדעט געווארן. טראמפּ האט זיך בארימט אז ער האט געזען א גרויסן טייל פון די אקציע און קיין איין אמעריקאנער איז נישט פארלוירן געווארן, אבער א גרויסע צאל פון באגדאדי'ס קעמפער און באגלייטער זענען גע'הרג'עט געווארן מיט אים.

ער איז געשטארבן נאכדעם ווי ער איז אריינגעלאפן אין א טונעל וואס האט נישט געהאט קיין צווייטן ארויסגאנג. טראמפ האט דערציילט, אז ער האט געוויינט און געשריגן די גאנצע צייט ווען ער איז געלאפן און האט מיטגענומען 3 קינדער ווען ער האט געוואוסט אז ער פירט זיי צו א זיכערן טויט.

ער איז אנגעקומען צום ענדע פונעם טונעל ווען אונזערע הינט האבן אים אנגעיאגט. ער האט אנגעצינדן זיין וועסטל צו הרג'נען זיך און די 3 קינדער. זיין קערפּער איז צעפליקט געווארן פונעם אויפרייס און דער טונעל איז אויך ארויפגעפאלן אויף אים אין צוגאב, אבער טעסט רעזולטאטן האבן געגעבן זיכערע, באלדיגע און טאטאלע פּאזיטיווע אידענטיפיקאציע. עס איז געווען ער. דער פארברעכער וואס האט אזוי שטארק פּרובירט צו טשעפּען אנדערע, האט פארברענגט זיינע לעצטע מאמענטן אין אויסטערלישע שרעק, אין טאטאלע פּאניק און פארצווייפלונג וואס עס ווארט אויף אים. ער האט געציטערט פון די אמעריקאנער קרעפטן וואס האבן זיך דערנענטערט צו אים.

לויט'ן פּרעזידענט האט מען שוין עטליכע וואכן נאכשפּיאנירט באגדאדי, און ווייניג הויפּט באאמטע האבן געוואוסט פון די קומענדיגע אטאקע. ער האט אויך צוגעגעבן אז ער באדויערט נישט זיין באשלוס ארויסצונעמען די אמעריקאנער טרופּן פון צפון סיריע, וואס האט געעפענט דעם וועג פאר טערקיי צו אינוואדירן און צילן אויף די דארטיגע קורדישע קרעפטן.

א טערקישער באאמטער האט איבערגעגעבן אז באגדאדי איז אנגעקומען אהין 48 שעה פריער אינאיינעם מיט זיינע 2 ווייבער וואס אויך זיי האבן געהאט אויפרייס וועסטלעך און אויך זייערע קינדער. אויך זיי זענען צווישן די טויטע.

די קורדישע געפירטע "סיריער דעמאקראטישע קרעפטן" האבן זונטאג געמאלדן אז זיי האבן געארבעט מיט אמעריקע אין א דערפאלגרייכע אקציע קעגן אייסיס, און "אונזער שטארקע און ווירקזאמע אקציעס האט נאכאמאל באשטעטיגט אונזער שטארקייט און אנטשלאסענקייט צו גיין קעגן אייסיס".


די אמעריקאנער מיליטערישע אקציע איז פארגעקומען אין די בארישא געגענט, וואס איז נישט ווייט פון די טערקישע גרעניץ.



די פּאליטישע רעאקציעס אין אמעריקע

פאר שטיצער פון פּרעזידענט טראמפּ איז געווען "גרויס יו"ט" ווען מ'האט געהערט פון די געלונגענע אקציע, איבערהויפּט נאכדעם ווי עס איז זונטאג צופרי באשטעטיגט געווארן. כאטש מ'האט נישט געהאט אזא פּערזענליכע שנאה אין אמעריקע צו דעם באגדאדי ווי מ'האט צו בין לאדען, איז אבער באגדאדי אויך געווארן שטארק פארהאסט, ווייל עס איז שווער געווען אראפּצושלונגען די ברוטאלע רציחות וואס אייסיס האט דורכגעפירט אפילו אויב דאס איז געווען ווייט אוועק פון אמעריקע, ווייל זיי האבן דאך גע'הרג'עט אויך אמעריקאנער וואס זענען געקומען אונטער זייערע הענט.

פּרעזידענט טראמפּ אליין האט זיך בארימט אז די אקציע אויף אסאמא בין לאדען איז טאקע "געווען גרויס, אבער דאס איז דאס גרעסטע וואס האט נאר געקענט זיין". ער האט זיך בארימט אז די איצטיגע אקציע איז געווען א פיל גרעסערע און וויכטיגערע זאך ווי הרג'נען בין לאדען, ווייל בין לאדען איז גרויס "געווארן גרויס מיט וואוירלד טרעיד צענטער, אבער באגדאדי האט געוואלט בויען א לאנד, א קאליפאט".

ווי פארשטענדליך, האט די בארימעריי געברענגט פארשידענע נעגאטיווע רעאקציעס קעגן טראמפּ, מיט פראגעס פארוואס ער לאזט זיך נישט אפּ, פארוואס ער קען נישט פארגעסן פון זיין פארגייער פּרעזידענט אבאמא.

טייל האבן אפילו אפּגעשעפּעט, מיט פארגלייכן די בילדער וואס זענען פארעפענטליכט געווארן ביי די אקציע, וואס איצט זעט מען אויפ'ן בילד ווי יעדער קוקט אויף די קאמערא, עס ווייזט דעם פּרעזידענט ווי ער זיצט אויבנאן ארומגענומען מיט זיינע וויכטיגסטע זיכערהייט באאמטע, אבער ביי בין לאדען האט דאס ווייסע הויז פארעפענטליכט א בילד אין וואס מ'האט געזען ווי יעדער קוקט נישט צו די קאמערא, נאר אויף גרויסע קאמפּיוטער סקרינס, און אלע זענען געווען מיט אנגעצויגענע פּנימ'ער ווען זיי האבן מיטגעהאלטן די אקציע אין פּאקיסטאן.

קעגן בין לאדען האט מען געהאט די מערסטע שנאה אין אמעריקע, זינט די צווייטע וועלט מלחמה, ווייל ער האט דאך דורכגעפירט די ערגסטע אטאקע אויף אמעריקע זעלבסט אין די היסטאריע, גייענדיג צוריק ביז די יאפּאנעזער אטאקע אויף פּוירל הארבער, וואס דאן איז נאך האוואי נישט געווען קיין אמעריקאנער סטעיט, קען מען אפילו זאגן אז דאס איז נישט געווען אזא אטאקע אויף "אמעריקע זעלבסט" ווי די אטאקעס פון סעפּטעמבער 11, 01'.

די על-קאידא אטאקעס האט פּערמענאנט געטוישט אמעריקע. ביז דאן האט מען זיך איינגערעדט אז אמעריקע איז באשיצט און פארזיכערט פון דזשיהאדיסטן. אפילו ווען עס פלעגט פארקומען געוויסע אינצידענטן, האט מען זיך דאס נישט גענומען צום הארצן, ווייל עס איז זייער אפט געלונגען פאר די "עף. בי. איי." צייטליך צו כאפּן טעראריסטן פאר זיי קענען דורכפירן עפּעס אן אקציע.

נאך די סעפּטעמבער 11 אטאקעס איז אלעס שטרענגער געווארן אין אמעריקע. מ'האט שנעל דורכגעפירט געזעצן וואס האט אוועקגענומען א סאך פון די "פּרייוועסי" מיט וואס דאס אמעריקאנער פאלק איז אויפגעוואקסן. פּרעזידענט בוש האט דאן דערקלערט אז אמעריקע איז אריין אין א מלחמה קעגן דזשיהאדיסטן, א מלחמה וואס קען זיך פארשלעפּן אפילו צענדליגער יארן, און ער האט ליידער נישט מגזם געווען. צוליב דעם, האט יעדער אמעריקאנער באטראכט דעם בין לאדין טויט ווי א פערזענליכע נקמה, אנדערש ווי מיט אייסיס.

מ'זעט פון צייט צו צייט אז מ'כאפּט נאך אפילו איצט מוסולמענער טעראריסטן, און די רעדע איז פון אמעריקאנער בירגער אפילו די וואס זענען געבוירן אין אמעריקע נאר זענען געווען פארכאפּט צו א ראדיקאלע מוסולמענער טעראריסטישע אידעאלאגיע אדאנק די פּראפּאגאנדעס וואס ווערן געפיטערט אויפ'ן אינטערנעט אדער אין געוויסע מעטשעטן. טייל ווערן ראדיקאל ווען זיי שמאכטן אין די טורמעס.

עס איז שוין 18 יאר זינט די על-קאידא אטאקעס אויף אמעריקע און עס איז שוין 8 יאר זינט די געלונגענע קאמאנדא אקציע אונטער פּרעזידענט אבאמא ביי וואס מ'האט אומגעבראכט בין לאדען, אבער על-קאידא האט שוין אויפגעבויט מערערע טעראר ארגאניזאציע וואס צייכענען זיך אויס מיט פארשידענע אנדערע מיטלען אדער סארטן דזשיהאדיסטן, און אייסיס האט זיך אויסגעצייכנט נישט בלויז מיט איר אומגלויבליכע רציחה, נאר אויך מיט זייער א כיטרען פּראפּאגאנדע אפּאראט וואס האט פאר'כישופ'ט טויזנטער צעדרייטע אנטוישטע "דורכפאלן" אין לעבן, אז זיי זענען גרייט געווען זיך מקריב צו זיין פאר אייסיס. עס האבן געשטראמט פון איבעראל יונגע קעמפער צו סיריע און צו איראק זיך אנצוסליסן אין אייסיס, נישט בלויז פון אייראפּע נאר אויך פון אמעריקע.


לאקאלע איינוואוינער באקוקן איינגעווארפענע הייזער נאך די באמבארדירונגען מוצ"ש.

באגדאדי איז טאקע נישט געווען אזא פארהאסטער פיגור אין אמעריקע ווי בין לאדען, אבער דאס פאלק איז פארט העכסט צופרידן אז מ'האט געקענט פּטור ווערן פון אים, און טראמפּ שטיצער האבן געהאט א גוטן אנהויב צו די נייע וואך, נאכ'ן דורכגיין א פּאר זייערע שווערע וואכן, איבערהויפּט פאריגע וואך ווען עס איז ארויסגעקומען ביי די קאנגרעסיאנאלע פארהערן אז פּרעזידענט טראמפּ אליין איז געווען פאראנטווארטליך פאר דעם שאנטאזש אויף דעם אוקריינער פּרעזידענט, באפעלענדיג פאר זיינע דיפּלאמאטן אז זיי זאלן זייער קלאר געבן צו פארשטיין פאר פּרעזידענט זעלענסקי, אז ער האט אפּגעשטעלט די הונדערטער מיליאנען דאלארן מיליטערישע הילף, ער וועט נישט געבן קיין איינלאדונג צום ווייסן הויז פאר דעם נייעם אוקריינער פּרעזידענט, ביז ער וועט עפענטליך מעלדן א קארופּציע אויספארשונג אויף די ביידענס, און אויך אויף די באריכטן אז אוקריינע איז גאר געווען פארמישט אין אריינדרינגען אין די דעמאקראטישע קאמפּיוטערס אין 16', און נישט רוסלאנד האט עס געטאן...

ווען דער אמבאסאדאר טעילאר האט דערציילט די אלע זאכן אין די געשלאסענע סעסיע ביי די קאמיטע, זענען אפילו די דעמאקראטישע קאנגרעסלייט געווארן ערשטוינט און האבן געקוקט איינער אויפ'ן צווייטן און אפילו געשעפּשעט אז דאס איז ממש אומגלויבליך. דאקעגן די רעפּובליקאנער קאנגרעסלייט האבן זיך געשעמט אויפצוהויבן די אויגן, זיי האבן געקוקט אין די פּאפּירן אויפ'ן טיש, ווען טעילאר האט געגעבן די דאזיגע אויפדעקונגען, און האבן געציטערט ווי אזוי דאס וועט זיך אפּשפּילן ווען די קאמיטע וועט האבן די עפענטליכע פארהערן און גאנץ אמעריקע וועט עס קענען זען און הערן.

אויף דעם איז נאך צוגעקומען טראמפּ'ס מיסטעריעזע אנטלויפן פון סיריע, וואס אויך איר שווען אויפגענומען געווארן דורך די רעפּובליקאנער אויף אזוי ווייט, אז אפילו דער סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנאל האט עס אויך קריטיקירט, איז דער טויט פון באגדאדי געווארן די בעסטע מתנה וואס האט געקענט קומען אין די איצטיגע שווערע צייטן וואס פּרעזידענט טראמפּ גייט דורך אין וואשינגטאן.

דאס וועט נישט אפּשטעלן דעם אימפּיטשמענט פּראצעדור, אבער אויב עס וועט באדייטענד הויבן די טראמפּ פּאפּולאריטעט און עס וועט אנהאלטן עטליכע וואכן - וואס געווענליך גליטשט זיך די פּאפּולאריטעט צוריק ווען דער שכרות-געפיל הויבט אן נאכצולאזן - וועלן די דעמאקראטן שווערער מוזן ארבעטן און איבערטראכטן זייער סטראטעגיע ווי אזוי ווייטער צו האנדלען.

קריטיקירער פונעם טראמפּ באשלוס ארויסצוגיין פון סיריע האבן שוין זונטאג צופרי אנגעוויזן אז די געלונגענע אקציע איז פארגעקומען טראץ טראמפּ'ס פּאליטיק, און אויב די מיליטערישע פירער וואלטן נישט פארלאנגזאמט דאס אהיימברענגען די טרופּן, וואלט נישט מעגליך געווען אזא אבלאווע. אדרבה, דאס שטרייכט אונטער די וויכטיגקייט פון אנהאלטן אן אמעריקאנער מיליטערישע אנוועזענהייט אין סיריע און אין איראק, נישט נאכצולאזן דעם דרוק אויף אייסיס.

דער רעפּובליקאנער קאנגרעסמאן מייקל וואלץ פון פלארידא, אליין א געוועזענער ארמיי "גרין בערעי" קאמאנדא, איז געווען פון די ערשטע אויסצונוצן די געלונגענע אקציע ווי א באווייז אז אמעריקע מוז האבן מיליטער אין יענעם ראיאן. ער האט דערקלערט אז מיר מוזן געדענקען אז מיר האבן געקענט נעמען די אקציע אויף באגדאדי ווייל מיר האבן געהאט קרעפטן אין יענעם ראיאן. מיר מוזן ווייטער ארבעטן אז אייסיס זאל נישט קענען צוריקקומען צו די מאכט און דאס קען נאר זייע ווען מיר וועלן אנהאלטן די אפענסיווע.

דער פּרעזידענט האט נישט איינגעמאלדן פון פריער פאר די דעמאקראטישע הויז ספּיקער נענסי פּעלאסי און פאר'ן סענאט מינאריטעט פירער. סענאטאר טשאק שומער האט געזאגט אז ער האט זיך דערוואוסט פון די אטאקע אויף די טעלעוויזיע.

קאנגרעסמאן עדעם שיף, פארזיצער פון די הויז שפּיאנאזש קאמיטע, האט געזאגט, אז עס איז געווען אן עוולה פונעם פּרעזידענט נישט צו אינפארמירן די "באנדע פון 8", ווי מ'באצייכנט די 4 סענאטארן און 4 קאנגרעסלייט וועמען מען מעלדט יא איין וויכטיגע מיליטערישע אונטערנעמונגען וואס אין דעם איז אריינגערעכענט די מאיאריטעט און מינאריטעט פירער פון הויז און סענאט, און די מאיאריטעט און מינאריטעט פירער פון די שפּיאנאזש קאמיטעען אין הויז און סענאט. שיף האט רעטאריש געפרעגט, וואס וואלט געשען אויב די אקציע געלונגט נישט? אויב די רוסן וואלטן געשאסן אויף די אמעריקאנער העליקאפּטערס? וואלט אמעריקע אריינגעשלעפּט געווארן אין א מיליטערישע אקציע מיט די רוסן און דער פּרעזידענט וואלט נישט איינגעמאלדן דאס פאר די וויכטיגסטע קאנגרעסיאנאלע פירער?!

גראדע האבן די רוסן אוועקגעמאכט די גאנצע זאך, שטעלענדיג אפילו א פראגע אויף די מיליטערישע אקציע, וואס איז געווען לעכערליך, ווען מ'האט דאך געזען בילדער פון די געלונגענע אקציע. פונדעסטוועגן האט רוסלאנד יא גענומען קרעדיט אז עס קומט איר א יישר כח פאר פּטור ווערן פון אייסיס...

גראטולאציעס זענען געקומען פון איבעראל, צ.ב.ש., פּעלאסי האט באגריסט די העלדישקייט פון די אמעריקאנער קאמאנדאס און האט באטאנט אז דאס מיינט נאכנישט אן ענדע צו אייסיס.

אפילו דער מדינת ישראל פּרעמיער נתני' האט אויך עפענטליך גראטולירט אמעריקע, אין אן אפענעם פארזוך צו חנפ'ען פּרעזידענט טראמפּ, מיט די האפענונג אז דאס וועט אים העלפן אין די איצטיגע שוועריקייטן אין מדינת ישראל ביים שאפן א נייע קאאליציע רעגירונג. נתני' איז שטארק אנטוישט אז פּרעזידענט טראמפּ האט זיך ווי אפּגעשאקעלט פון אים, ער רעדט שוין נישט אזוי פריינטליך און מיט אזא שעצונג זינט נתני' האט נישט געווינען די צווייטע וואלן, עטליכע וואכן צוריק. אין טראמפּ'ס אויגן איז שוין איצט נתני' א "לוזער", א פארלירער, און טראמפּ רעספּעקטירט נישט קיין פארלירער. ער האט אפילו עפענטליך געזאגט באלד נאך די צווייטע וואלן אז זיין פריינדשאפט, געטריישאפט, איז מיט מדינת ישראל, און נישט ספּעציפיש מיט נתני'.


דאס איז א לאגער וואו באגדאדי איז געהאלטן געווארן צווישן אנדערע געפאנגענע ארום 11 חדשים
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 4:32 pm

פאמפט ער דאך יא טראמפ אסאך מער ווי די מינומים.

---------------------------------------

New HuffPost/YouGov poll:

Ratings for Trump's handling of
al-Baghdadi raid: 49% approve/26% disapprove
ISIS: 45%/39%
Terrorism: 44%/42%
Foreign policy: 40%/46%

https://t.co/ecsaH4WYAl

היפש גוטע נאמבערס פאר די באגדאדי רעיד, אין די פלאס אויף אייסיס, און אויך אויף טעראריזם אין דזשענערעל, און היפש א פארבעסערטע ראטע אויף אויסערן פאליטיק, ווי טראמפ איז באמת געווארן אפגעשוואכט פון סיריע מיט אוקריינע.

אבער פון די אנדערע זייט זעהט מען די גרויסע שנאה פון איבער האלב אמעריקע קעגן טראמפ, זיי ווילן אים ניטאמאל געבן קיין עפראוועל אויפן כאפן באגדאדי.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט