געשיכטע פון ר' יוסף זוהר

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג אוקטובער 27, 2019 1:02 pm

נישטא קיין סיבה יא אדער נישט צו גלייבען די געשיכטע, מען דארף גלייבען בחז"ל אז מען געט דין וחשבון אויף יעדע ריר בדיבור מעשה ומחשבה.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אוקטובער 27, 2019 1:20 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:נישטא קיין סיבה יא אדער נישט צו גלייבען די געשיכטע, מען דארף גלייבען בחז"ל אז מען געט דין וחשבון אויף יעדע ריר בדיבור מעשה ומחשבה.

יעדער גלייבט אין השגחה פרטית, אבער די רגע וואס מען 'זעהט' עס בחוש באקומט מען א התפעלות, וואס איז? האסט נישט געגלייבט ביז יעצט?

מיט שכר ועונש איז נישט אנדערש.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג אוקטובער 27, 2019 1:25 pm

:?
El Rushbo האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:נישטא קיין סיבה יא אדער נישט צו גלייבען די געשיכטע, מען דארף גלייבען בחז"ל אז מען געט דין וחשבון אויף יעדע ריר בדיבור מעשה ומחשבה.

יעדער גלייבט אין השגחה פרטית, אבער די רגע וואס מען 'זעהט' עס בחוש באקומט מען א התפעלות, וואס איז? האסט נישט געגלייבט ביז יעצט?

מיט שכר ועונש איז נישט אנדערש.


דו פרעגסט, זאגסט?
איך כאפ נישט וואס דו שרייבסט און וואס דו מיינסט צוצילייגען צו מיין תגובה.

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג אוקטובער 27, 2019 6:33 pm

ווער ס'האלט באמת אז די דערמאנטע רבנים זענען נישט געווען אויסגעהאלטן בהלכה אדער בהשקפה, טאר על פי דין תורתינו הקדושה נישט טוישן זיין מיינונג וועגן א חלום, אדער צוליב עפעס א חזיון ....., תורה לא בשמים הוא!

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » זונטאג אוקטובער 27, 2019 6:35 pm

גיט האט געשריבן:איינער קען עס ביטע איבערזעצן אויף אידיש?

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג אוקטובער 27, 2019 6:40 pm

;l;p-
אביונה האט געשריבן:ווער ס'האלט באמת אז די דערמאנטע רבנים זענען נישט געווען אויסגעהאלטן בהלכה אדער בהשקפה, טאר על פי דין תורתינו הקדושה נישט טוישן זיין מיינונג וועגן א חלום, אדער צוליב עפעס א חזיון ....., תורה לא בשמים הוא!
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג אוקטובער 27, 2019 6:41 pm

הערשקא האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:איינער קען עס ביטע איבערזעצן אויף אידיש?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

לב בשר
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג אוקטובער 27, 2019 6:52 pm

אביונה האט געשריבן:ווער ס'האלט באמת אז די דערמאנטע רבנים זענען נישט געווען אויסגעהאלטן בהלכה אדער בהשקפה, טאר על פי דין תורתינו הקדושה נישט טוישן זיין מיינונג וועגן א חלום, אדער צוליב עפעס א חזיון ....., תורה לא בשמים הוא!

מ׳דארף זאגן תורה לא בשמים ווען מ׳ווייסט אז די מעסעדזש איז פון הימל... בנידן דידן ווייסטו בכלל נישט צו עס קומט מן השמים...

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג אוקטובער 27, 2019 6:53 pm

אביונה האט געשריבן:ווער ס'האלט באמת אז די דערמאנטע רבנים זענען נישט געווען אויסגעהאלטן בהלכה אדער בהשקפה, טאר על פי דין תורתינו הקדושה נישט טוישן זיין מיינונג וועגן א חלום, אדער צוליב עפעס א חזיון ....., תורה לא בשמים הוא!


סוי די וואס האלטען אז בחורים מעגן גיין אין צבה טארן אויך נישט טוישען צוליב די חלום?
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

rutledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » זונטאג אוקטובער 27, 2019 7:07 pm

אביונה האט געשריבן:ווער ס'האלט באמת אז די דערמאנטע רבנים זענען נישט געווען אויסגעהאלטן בהלכה אדער בהשקפה, טאר על פי דין תורתינו הקדושה נישט טוישן זיין מיינונג וועגן א חלום, אדער צוליב עפעס א חזיון ....., תורה לא בשמים הוא!

אונזער טענה דא איז גאנץ אנדערש פארוואס האט דער חולם נישט געזעהן ביים בי״ד רב ציננער פון פעןן סטריט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אוקטובער 27, 2019 7:11 pm

לב בשר האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:און ווער זאגט דיר אז עס ארבעט נישט אזוי? דייקא די וואס קענען דיר זענען דיר דן.

וועגען אזא תגובה טאר מען נישט אנעמען די חלומות...
קוק, דו הייבסט אן גלייבן ווער ס׳זיצט אין ב״ד של מעלה פון איינעם זוהר... אזאך וואס האט נישט קיין מקור בדברי חכמינו ז״ל.

דיין תגובה האב איך נישט זוכה געווען צו פארשטיין ביז כ'האב געזען א שפעטער תגובה און פארשטאנען "וואס" דיר דריקט. איז אנטשולדיגט אלע פארן טרעטן אויפן הינער-אויג...

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוקטובער 27, 2019 8:26 pm

rutledge האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:ווער ס'האלט באמת אז די דערמאנטע רבנים זענען נישט געווען אויסגעהאלטן בהלכה אדער בהשקפה, טאר על פי דין תורתינו הקדושה נישט טוישן זיין מיינונג וועגן א חלום, אדער צוליב עפעס א חזיון ....., תורה לא בשמים הוא!

אונזער טענה דא איז גאנץ אנדערש פארוואס האט דער חולם נישט געזעהן ביים בי״ד רב ציננער פון פעןן סטריט

וועלכע רב ציננער וואונט אויף פען?
דביה תחדי נפשא

לב בשר
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג אוקטובער 27, 2019 8:31 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:און ווער זאגט דיר אז עס ארבעט נישט אזוי? דייקא די וואס קענען דיר זענען דיר דן.

וועגען אזא תגובה טאר מען נישט אנעמען די חלומות...
קוק, דו הייבסט אן גלייבן ווער ס׳זיצט אין ב״ד של מעלה פון איינעם זוהר... אזאך וואס האט נישט קיין מקור בדברי חכמינו ז״ל.

דיין תגובה האב איך נישט זוכה געווען צו פארשטיין ביז כ'האב געזען א שפעטער תגובה און פארשטאנען "וואס" דיר דריקט. איז אנטשולדיגט אלע פארן טרעטן אויפן הינער-אויג...

כ׳ווייס נישט פונקטלעך וואסערע הינעראויג דו מיינסט, אבער געענטפערט איז עס נישט.
לעצם הענין: ׳גלייבן׳ איז די האקעלסטע זאך ביי אידן. מיר גלייבן אין די י״ג עיקרים ודברי חז״ל אין וואס אלע צדיקי אמת האבן אונז געלערנט. עפעס אנדערש איז אמונת טפילות וטיפשות.
פארוואס זאל איך גלייבן עמיצער וואס קומט מיר זאגן עפעס א חלום?
צו ווייסט איר אז נוצרות און איסלאם זענען נישט כופר בשם, ס׳איז נאר אמונה טפשיות אין א חולם חלום, אין פון דעם איז ארויסגעקומען פאלטשע רעליגיעס...
(בד״וו, ס׳איז מן הסתם דא מוסלעמענער וואס האבן באמת גע׳חלום׳ט די נאכט ווי על באגדאדי איז אין גן עדן...)
אז איינער קומט מיט א חלום נגד התורה, זאגסטו -אהן טראכטן א מינוט- אז ס׳איז שקר. נא, ווייל ס׳קען שטימען מיט תורה, מיינט ס׳איז אמת? ודוק כי עמוק הוא.
סוף דבר, רובא דרובא וועלט גלייבט אין הבל׳דיגע חלומות ואמנות טפילות. און מיר לאכן זיך אויס פון די אלע זאכן, אין האבן אונזער ריינע אמונה פון מעמד הר סיני!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אוקטובער 27, 2019 8:51 pm

"אני רואה מול עיניי את החיים שלי, כמו בסרט“

פאר די וואס ווילן וויסן פארוואס מען טאר עס נישט גלייבן

פעעעך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אוקטובער 27, 2019 8:53 pm

חוץ מזה וואס דאס איז געווען בשעת אן אפערעישאן. איי געס מען האט געמאכט ניתוחי מתים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג אוקטובער 27, 2019 9:01 pm

שאינו יודע האט געשריבן:"אני רואה מול עיניי את החיים שלי, כמו בסרט“

פאר די וואס ווילן וויסן פארוואס מען טאר עס נישט גלייבן

פעעעך


מיין מיינוג איבער יא אדער נישט גלייבען האבן איך שוין פריער געשריבען, אבער וואס באדערט דיר דא מיט די ווערטער??

איך זע גארנישט ראנג דערמיט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוקטובער 27, 2019 9:13 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:ווער ס'האלט באמת אז די דערמאנטע רבנים זענען נישט געווען אויסגעהאלטן בהלכה אדער בהשקפה, טאר על פי דין תורתינו הקדושה נישט טוישן זיין מיינונג וועגן א חלום, אדער צוליב עפעס א חזיון ....., תורה לא בשמים הוא!

אונזער טענה דא איז גאנץ אנדערש פארוואס האט דער חולם נישט געזעהן ביים בי״ד רב ציננער פון פעןן סטריט

וועלכע רב ציננער וואונט אויף פען?

הר"ר שמשון ציננער שליט"א מח"ס תבואות שמש האט א ביהמ"ד אויף פען, מסתמא וואוינט ער דארט אויך. (כמדומה איז ער א ברודער מיט'ן בעל נטעי גבריאל)
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 12:36 am

שאינו יודע האט געשריבן:"אני רואה מול עיניי את החיים שלי, כמו בסרט“

פאר די וואס ווילן וויסן פארוואס מען טאר עס נישט גלייבן

פעעעך



#קינדערגארטן אלערט.

עושר וכבוד
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 12:40 am

שאינו יודע האט געשריבן:"אני רואה מול עיניי את החיים שלי, כמו בסרט“

פאר די וואס ווילן וויסן פארוואס מען טאר עס נישט גלייבן

פעעעך

ער רעדט פון די 'סרט' וואו מ'זעט דעם חפץ חיים זצ"ל
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

rutledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 12:43 am

עכט היימיש האט געשריבן:עס טוט זיך הימל און ערד מיט א לעבעדיגע גרוס פון בי"ד של מעלה וואס א איד ר' יוסף זוהר האט מיטגעלעבט, און עס ווערט פראמענענט באריכטעט אויף די דעקל פון די היימישע צייטונג 'די צייטונג' און אזוי אויך אין די נייעס קוועלער.
אין דער 'צייטונגען קאווער' אשכול דא אויף אייוועלט איז דער געשיכטע בארירט געווארן אויפן שפוץ גאפל, אבער איך קען באשטיין צו הערן מער דעטאלן דערפון, און אזוי אויך צי דער ציבור גלייבט די געשיכטע.

ביטע נעמט אראפ פון קעפל ״פחדיגע״ יעדער משוגענער (תמים, שוטה,) וואס חלומט עפעס דרייט איבער די חרידישע מידיע מיט נביאותן די גאנצע עולם פארט משוגע העלף זיי נישט פארשעמען די עם חכם ונבון

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 7:33 am

שאינו יודע האט געשריבן:"אני רואה מול עיניי את החיים שלי, כמו בסרט“

פאר די וואס ווילן וויסן פארוואס מען טאר עס נישט גלייבן

פעעעך

אויפן ריזשינער פארציילט מען אז ער האט געהאט א שטוב ווי ער אמאל געוויזן אויף די ווענט פאר עפעס א בעל תשובה אלע זיינע חטאים. ״כמו בסרט״ קען מיינען א משל לסבר את האוזן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

קעדילעק
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 9:28 am

וואס איז שווער צו גלייבן, אויב איינער האט א פראבלעם מיט איין פרט, למשל די חברי הבי"ד, ווייסן מיר דאך אז אין חלום בלא דברים בטלים, נו, דער איין פרט איז נישט ריכטיג, די איבעריגע קען זיין פיין אמת.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 10:09 am

איך בין נישט זיכער אז ס'גייט אריין בגדר חלום.

לעצם המעשה, די פראסעס בכלליות איז נישט קיין נייעס, מ'טרעפט עס אין די גויאישע וועלט אויך, און די דעסקריפציעס און אומשטענדן ארום זענען אלס מורא'דיג ענליך.

די רידערס דיידזשעסט האט עס באשריבן יארן צוריק. פון גוים כמובן, און ס'איז געווען זייער ענליך צו די אידישע ווערסיעס. (די אנליין ווערסיע פונעם ארטיקל: https://www.rd.com/true-stories/surviva ... k-to-life/)

אינטערעסאנט אז זיין ווערסיע האט נישט קיין לאנגע טונעל וואס מ'פליט אדורך. זייער אסאך האבן עס יא.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

קעדילעק
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 11:07 am

זיין מעשה שטימט מער מיט וואס די ספה"ק זאגן, דאס ווערט געברענגט אז אלעס גייט דארט מיט שטום לשון און נעמט מינוטן אדער סעקונדעס

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 12:25 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:"אני רואה מול עיניי את החיים שלי, כמו בסרט“

פאר די וואס ווילן וויסן פארוואס מען טאר עס נישט גלייבן

פעעעך

ער רעדט פון די 'סרט' וואו מ'זעט דעם חפץ חיים זצ"ל



אבי גערעדט!!!
מ'רעדט נישט קיין כמו חפץ חיים בלעק און ווייט פילם, נאר טאפ-קוואליטי
Highest resolution, Virtual Reality
וועט מען ווייזן

אזוי האבן מיינע רבי'ס אין חדר אויסגעלערנט און אזוי האבן אסאך ערליכע אידן געזאגט, אז אלע נייע טעכנעלאגישע זאכן וואס קומען ארויס, איז צו ווייזן א לעבעדיגע גשמיות'דיגע עקזעמפל פון רוחניות'דיגע מושגים מדברי חז"ל

עין רואה, ואוזן שומעת = cameras, camcorders
live IP surveillance streaming
audio recording
Telephones - intercoms
Live audio hookups
כל מעשיך בספר נכתבים = Hard-Drive, HDR
ותזכור כל הנשכחות = Cloud Backup
ותפתח את ספר הזכרונות, ומאליו יקרא = זה סרט בלע"ז
וחותם יד כל אדם בו = fingerprints, cache and cookies

אפשר קען זיין אז די וואס האבן נישט געקיקט קיין סרט דאהי נאר סליידס, וועט מען זיי טאקע נאר ווייזן דארט אויך אויף סליידס? דארף מען פרעגן השומרים קארטלעך
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Graphic24, אין כל חדש, וויכטיג מאכער, זזה, יש ברירה, לעכטל, מאניש בנבנשתי, צווייפעל, שכל טוב, שליו ודגים און 115 געסט