געשיכטע פון ר' יוסף זוהר

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

טוב ה' לכל האט געשריבן:איך האב יעצט געליינט די גאנצע נושא דא, איך וויל צולייגן מיינע דיבורים.

.

דברים נוקבים ויורדים עד חדרי בטן!
יישר כוח פאר די טייערע דיבורים
מ'וואלט דאס געדארפט איינפרעימען און האלטן פאר די אויגן שטענדיג!
---
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

איך פארשטיי אויך נישט, און אונז האמיר נישט קיין השגה אין תיקון נשמות, בכלל, אין שורש נשמות, האט ער געזינדיגט וואס קען דער צדיק מתקן זיין, א זאך וואס אלע תלמידי בעל שם האבן עוסק געווען, א טובה געטון פאר די נשמה, און א טובה געטון פאר אנדערע עד סוף כל הדורות, וואס איז פשט? אונז דארף מען גלייבן און טון וואס מ'דארף.

וויאזוי איין קאצקא צוקער פון פדיון הבן קען זיין חשוב ווי 80 תעניתים פארשטייסטו שוין? און וויאזוי ברענען די ליכט שבת, און וויאזוי עסן די ברעקליך פון מוציא שבת, איז א תיקן אויף די ערגסטע?

איך פארשטיי נאך סאך ווייניגער ווי די זאכן נישט, מ'דארף נישט פארשטיין, מ'דארף טון, צו מ'גלייבט מעשיות צו נישט.
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

איינער האלט אז איך בין מחולק מיט אים???
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

למעלה משבעים האט געשריבן:
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:פאר איך פרעג וויל איך קלארשטעלן אז איך גלייב די מעשה פון הייליגן ר''ר אלימלך זי''ע

אבער איך וויל וויסן וואס איז פשט פון דעם? שכר ועונש?

איר גלייבט? דאן אויף וועם פרעגט איר, אויפן הייליגן ר"ר אלימלך פארוואס ער האט א טובה געטון א איד? איר קענט פראבירן גיין צו זיין ציון בעטן ער זאל אייך ענטפערן, אולי ירחם...

אגב, איר האט גענוצט דעם נישט ריכטיגן ניק צו פרעגן די שאלה, איר וואלט ענדערש געדארפט ניצן "מתנגדישע ווארטזאגער" איינער וואס איז אויפגעוואקסן מיט חסידישע עלטערן האט נישט אזא שאלה.

אבער נאכן פליקן איז נאך פאר אני הקטן נישט קלאר געווארן גארנישט...

#נישט אז איך האלט אז איך קען פארשטיין


פאר מיר איז ברור אז אזאנע מעשיות פון אנווערטשאפן און זיך ארויסדרייען באלאנגט זיכער נישט די ערשטע אויפן סדר היום צו דערציילן פאר פשוטע אידן.
די קאנפיודזשן פון יסודות און הירות יסודות האט די מעגליכקייט צו צעווארפן אלעס!! פאר א סיבה האט די רבי ז"ל נישט געגלייבט קיין מעשיות אפילו סזענען זיכער פארגעקומען ביי צדיקים אומפארשטענדליכע דברים מפליאים,


די נעקסטע סטעפ נאך "הייליגע" קאנפיודזשן איז אינטערטינקען מיין רביס קעגענערס אין מקוה וכו' ודי
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12397
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: געשיכטע פון ר' יוסף זוהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

זאג בעסער, נישט אז די ווילסט פארשטיין...

פאר דיר איז ברור? ווי כ'פארשטיי האלטסטו דאך אז כהיום יום איז נישטא קיינער וואס קען דאס באווייזן, דאן וואס איז די פראבלעם צו פארציילן וואס פריערדיגע קדושי עליון האבן געקענט?

און כלפי אנדערע ווילסט נעמען דיין פארשטאנד און דערמיט אפלערנען און האבן א מיינונג פאר די וואס זען זאכן אינגאנצן אין אן אנדערע בליק און מיט א מהלך המחשבה ממש כרחוק מזרח ממערב פון דיינס, און דערמיט בויען בנינים וואס קומט יא אויפן סדר היום און וואס נישט? ווי כאילו די האסט די מינדעסטע פארשטאנד וואס די יעניגע האלטן, כדי זאלסט גאר וויסן וואס די נעקסט סטעפ איז? די גאנצע וואס די ווייסט און פארשטייסט איז פון אזעלכע וואס זענען אויפגעוואקסן מיט די השקפה און הדרכה וואס דו ביזט, און פאר זיי דארפסטו זיך נישט זארגן זיי גלייבן בכלל נישט אין קיינע מעשיות, איז עס קיין פראבלעם צו פארציילן...
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

שבתי בוים האט געשריבן:פתי יאמין לכל דבר, די אלע מעשיות זענען דברי הבל ורעות רוח. ברענג מיר א לעפקאוויטש אדער מיטלמאן וואס האט געהאט אזא ערפארונג...
אויף יו טוב איז דא אלערליי ווערסיעס פון אלערליי גלויבונגען והרבה דמיון עושה וכו'.


דאס איז די געשמאקסטע תגובה אין די שמועס....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re: געשיכטע פון ר' יוסף זוהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

למעלה משבעים האט געשריבן:זאג בעסער, נישט אז די ווילסט פארשטיין...

פאר דיר איז ברור? ווי כ'פארשטיי האלטסטו דאך אז כהיום יום איז נישטא קיינער וואס קען דאס באווייזן, דאן וואס איז די פראבלעם צו פארציילן וואס פריערדיגע קדושי עליון האבן געקענט?

און כלפי אנדערע ווילסט נעמען דיין פארשטאנד און דערמיט אפלערנען און האבן א מיינונג פאר די וואס זען זאכן אינגאנצן אין אן אנדערע בליק און מיט א מהלך המחשבה ממש כרחוק מזרח ממערב פון דיינס, און דערמיט בויען בנינים וואס קומט יא אויפן סדר היום און וואס נישט? ווי כאילו די האסט די מינדעסטע פארשטאנד וואס די יעניגע האלטן, כדי זאלסט גאר וויסן וואס די נעקסט סטעפ איז? די גאנצע וואס די ווייסט און פארשטייסט איז פון אזעלכע וואס זענען אויפגעוואקסן מיט די השקפה און הדרכה וואס דו ביזט, און פאר זיי דארפסטו זיך נישט זארגן זיי גלייבן בכלל נישט אין קיינע מעשיות, איז עס קיין פראבלעם צו פארציילן...

לא זכיתי להבין...
כהאב קיינמאל נישט געוויסט אז די 13 אני מאמין איז בלורי...
אלץ האב איך מיר איינגערעדט אז נגלה קען מען נישט טשעלענדזשן, ווער איך יעצט געוואר אז גארנישט מיינט נישט גארנישט.. איך מגושם פארשטיי דאך סייווי נישט די דערהויבענע ענינים פון יענע דערהויבענע מהלך מחשבה ודרך בעבודת השם..

איך ווייס נישט וואו אין מיינע ווערטער איז משמע אז היינט איז שוין נישט שייך די זאכן...
אבער אז מרעדט שוין, איך גלייב באמונה שלימה אז מיין פריערדיגע רביס זוהן האט א בחירה, אדער צו בוחר זיין בטוב אדער חלילה להיפך... און סאיז גארנישט אזוי זיכער אז ער מוז באלאנגען דוקא צו די קדושה און פון הימל האט מען "מיך" געטראסט צו בוחר זיי אין אן ערליכן איד אלס מיין מנהיג ומורה דרך... און ווען איך זעה דברים מפליאים ביי א גאלדענע בעקיטשע וואס איז ע"פ פשטות נגד התורה, דערשרעק איך זיך נישט ב"ה.

איך ריש מיך אויף קולות .... אבער ליבערשט אביסל לאגיק.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

טראק דרייווער האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:פתי יאמין לכל דבר, די אלע מעשיות זענען דברי הבל ורעות רוח. ברענג מיר א לעפקאוויטש אדער מיטלמאן וואס האט געהאט אזא ערפארונג...
אויף יו טוב איז דא אלערליי ווערסיעס פון אלערליי גלויבונגען והרבה דמיון עושה וכו'.


דאס איז די געשמאקסטע תגובה אין די שמועס....

געווען דא הצוויי איגן וואס זאגן אז זיי קענען אידן וואס זענען דעס דורך נאר זיי ווילן נישט א י. ש. דרעזנער זאל זיי נאך לויפען פאר א אינטערווי
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

זיסקינד האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:א חושבע ניק שיקט מיר דאס פאלגענדע אין אישי.
וויירשיינלוך האב איך זוכ געווען צו דעם אישי אלץ פותח האשכול, און לתועלות הרבים לייג איך עס דא ארויף.
אני שכן של ר' יוסף זוהר, הוא גר בקרית הרמ"א בבית שמש, ערליכער ייד, לא בעל תשובה אלא ירא ושלם מבטן ולידה, הוא לא בעל דמיונות כלל וכלל, כל תושבי בית שמש מכירים אותו כאיש רציני ואמיתי, הסיפור שלו גלוי וידוע ומפורסם לכל מי שגר בקרית הרמ"א, כמו גם הסיפור עם השכן שלו שנפטר בתקופה שר' יוסף זוהר שכב בבית החולים בלי הכרה.

מתוך היכרות אישית איתו אני יכול להעיד שכל מה שסיפרו זה אמת לאמיתה, כך אכן היה המעשה איתו והוא מספר לכל מי שרק ירצה.

ר' יוסף עצמו הוא יהודי שעוסק בקירוב ואפשר לראות אותו מדי פעם גם בטישים אצל האדמו"ר מויזשניץ בית שמש, כל הקהילה בוויזשניץ התפללה לרפואתו וביקרה אותו בבית החולים, גם האדמו"ר עצמו.


יא יא
ר' יוסף וואוינט אויף ר' יוחנן בן זכאי גאס אין בית שמש אין ריב"ל געגנט,
איך קען עם זייער גוט, איך וואוין ממש בשכנות פון עם אריבער די גאס, ער האט א ישיבה פאר שוואכע בחורים אויף ר' מאיר בעל הנס גאס אין בית שמש לעבן ביהמ"ד נחלת חן - ברעסלעוו און לעבן ביהמ"ד ראדאשיץ,
ער איז נישט קיין בעל דמיון און אויב ער דערציילט די מעשה איז ער א אדם נאמן, - קיינער וועט נישט באקומען קיין גהינום פארן נישט גלויבן די מעשה, אבער אז יש דין ויש דיין דאס גלויבן מיר אלע,
ער איז זייער א ערנסטער מענטש אלע מאל געווען,
נאר איין חידוש איז מיר די גאנצע מעשה אז ביז יעצט האב איך נישט געהערט פון די מעשה על אף איך בין א שכן דארט,
דאס איז מיר א חידוש,
בכל אופן וועל איך מארגן משתדל זיין מברר זיין די מעשה



הרב זיסקינד:
ביררת כבר?

וואס איז אייער רעפארט וואס מיר ווארטן פון חנוכה צייט?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”