בד"ה ר' יעקב ע"ה בן ר' מרדכי צבי נ"י פארקאש (27) קרית יואל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 11:18 am

איך און איך האט געשריבן:
לייבקע יענטע'ס האט געשריבן:מזל טוב פאר די גאנצע משפחה אין פאר אלא אידען וואס האט זיך משתתף געוען בצערם בגופם ובממונן, לרגל הולדת הבן אצל ר' יעקב ז"ל

מזל טוב!! וועט מען קענען געבן א יעקב, יעקב בן יעקב

אויב סאיז נישטא א זיידע ממשפחת האם וואס הייסט יעקב
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 11:26 am

איך און איך האט געשריבן:
לייבקע יענטע'ס האט געשריבן:מזל טוב פאר די גאנצע משפחה אין פאר אלא אידען וואס האט זיך משתתף געוען בצערם בגופם ובממונן, לרגל הולדת הבן אצל ר' יעקב ז"ל

מזל טוב!! וועט מען קענען געבן א יעקב, יעקב בן יעקב

מען וועט אייך לאזן וויסן די נאמען נאכען ברית.
ווייל ער איז א יתום דארף כלל ישראל מיטהאלטען אלעס וואס ביי א צווייטן איז א פריוואטע זאך?

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:24 am

לאנדאן
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (96.41 KiB) געזעהן 3140 מאל

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:39 am

היכן היה הברית, מי היה סנדק? ויקרא שמו בישראל?

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:42 am

קאנסילמאן האט געשריבן:היכן היה הברית, מי היה סנדק? ויקרא שמו בישראל?

די ברית קומט פאר ביי כ"ק האדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א שליט"א אין מאנסי ווי דער רבי וויילט יעצט.

ע"פ דין ליגט דער חוב מל'ע צו זיין א יתום אויפ'ן בי"ד פון די שטאט.

ווי איך האב געהערט וועט דער רבי מאכן די ברכה להכניס.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:43 am

א נייע מעשה האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:היכן היה הברית, מי היה סנדק? ויקרא שמו בישראל?

די ברית קומט פאר ביי כ"ק האדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א שליט"א אין מאנסי ווי דער רבי וויילט יעצט.

ע"פ דין ליגט דער חוב מל'ע צו זיין א יתום אויפ'ן בי"ד פון די שטאט.

ווי איך האב געהערט וועט דער רבי מאכן די ברכה להכניס.

געווען באריכטעט דא
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:46 am

היות האדמו"ר איז על פי דין די בעל ברית.
אלץ מרא דאתרא אין קרית יואל והגלילות.

גייט די רבי מיט שטריימעל אין בעקעטשע היינט צום ברית, ווי אויך מאכט די רבי די להכניסו, און די זעלבע די ברית סעודה,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:00 am

בין איך עפעס געוואר געווארען, עס זאל קיינמאל מער נישט זיין נוגע.

_______________

א מאמע האט נישט קיין שום חיוב מל צו זיין א קינד? מחנך זיין צו מצוות האט זי יא?
די שטאט קר"י האט א בי"ד אויף וועם עס זאל חל זיין די חיוב? מה נקרא "בי"ד" לגבי הלכה?
"מרא דאתרא" יש לו מקור בחז"ל אז עס זאל פאלן אויף אים די פליכט מל צו זיין דאס קינד?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:11 am

קאנסילמאן האט געשריבן:בין איך עפעס געוואר געווארען, עס זאל קיינמאל מער נישט זיין נוגע.
א מאמע האט נישט קיין שום חיוב מל צו זיין א קינד? מחנך זיין צו מצוות האט זי יא?

שטאט קר"י האט א בי"ד אויף וועם עס זאל חל זיין די חיוב? מה גדר בי"ד לגבי הלכה?
"מרא דאתרא" יש לו מקור בחז"ל אז עס זאל פאלן אויף אים די פליכט מל צו זיין דאס קינד?

1] ניין א מאמע האט נישט קיין חיוב, אזוי זאגט די משנה אין מסכת קידושין.
די גמרא איז מסביר די מקור: למולו מנלן דכתיב וימל אברהם את יצחק בנו, והיכא דלא מהליה אבוה מיחייבי בי דינא למימהליה דכתיב המול לכם כל זכר, והיכא דלא מהליה בי דינא מיחייב איהו למימהל נפשיה דכתיב וערל זכר אשר לא ימול את בשר ערלתו ונכרתה, איהי מנלן דלא מיחייבא דכתיב כאשר צוה אותו אלהים אותו ולא אותה.

2] עס איז א מחלוקה אין די אחרונים צו א מאמע איז מחיוב מיט חינוך במקום שאין אב, אויף אזאך וואס פרויען זענען בעצם מחיוב, אבער זאכן וואס פרויען זענען פטור למשל תלמיד תורה, ברית מילה וכד', איז קלאר מבואר אין די גמרא אז זיי זענען פטור פאר זייערע קינדער.

3] קרית יואל האט א בית דין צדק, לגבי דין תורות אבער נישט דאס מיינט א חיוב בית דין, א חיוב בית דין מיינט די פארטרעטערס פון די רוחניות פונעם עולם, די ראשי קהילה וואס זיי האבן א כוח בית דין הגדול שבירושלים לגבי די איינוואונער פון זייער שטאט, און אויף זיי ליגט די אחרית, און אויב עס איז דא א מנהיג רוחני א מרא דאתרא, אדער גדול העיר וואס ער איז בעל הבית אויף די ראשי הקהלה,פאלט די חיוב אויף אים.

4] צו אין די גמרא ווערט דערמאנט מרא דאתרא, יא אסאך מאל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אביונה
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:11 am

דער מרא דאתרא האט גע'מל'עט??
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:24 am

אביונה האט געשריבן:דער מרא דאתרא האט גע'מל'עט??

פערצופאל דא איז דער מרא דאתרא אויך א מוהל, אבער בפשטות קען ער מאכען א שליח פונקט ווי די טאטע קען מאכען א שליח.

____

שכוח סאדאם כוסעין פאר דיין ענטפער.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:41 am

אין מסכת עירובין לגבי ווייזן א מעסער פארן מרא דאתרא, אדער א תלמיד חכם מעג אליין קוקן.
מסכת שבת: ההוא תלמידא דאורי בחרתא דארגיז כרבי שמעון שמתיה רב המנונא והא כר' שמעון סבירא לן באתריה דרב הוה לא איבעי ליה למיעבד הכי. אז איפלו הלכה כר' שמעון, אבער היות די מרא דאתרה דארט האט געהלאטן ווי רב האט ער עס נישט געטארט טוען.
ואמר רבי יוחנן איזהו תלמיד חכם כל ששואלין אותו הלכה בכל מקום ואומרה למאי נפקא מינה למנוייה פרנס על הציבור

לוי איקלע לבי יוסף רישבא קריבו ליה רישא דטוותא בחלבא לא אכל כי אתא לקמיה דרבי א''ל אמאי לא תשמתינהו א''ל אתריה דר' יהודה בן בתירה הוה.

ובאתרא דגברא רבה לא מיבעי ליה לאיניש לאורויי מעשה ואפילו להחמיר, [ריטב"א]
מסכת פסחים, ואי לא (זיי וועלן נישט אראפ לאזן די פרייזן) דרשינא לכו כרבי שמעון, ולידרוש להו? דהא שמואל כרבי שמעון סבירא ליה, אתריה דרב הוה, (ורב סבירא ליה לאסור)
יבמות דף י"ד: ת''ש דרבי אבהו כי איקלע לאתריה דרבי יהושע בן לוי הוה מטלטל שרגא וכי איקלע לאתריה דר' יוחנן לא הוה מטלטל שרגא,
לשון הרשב"א: ואי נמי דאפילו למאן דבעי בי דינא דאלים לאו כבי דינא דסורא ונהרדעא קאמר, אלא בי דינא רבה באתריה, ויפתח בדורו כשמואל בדורו, ובי דינא באתריה, כרב אמי ורב אסי באתרייהו. וכן דעת רבינו תם ז"ל
ההוא דאתא לקמיה דרב נחמן לנהרדעא שדריה לקמיה דר' ירמיה בר אבא לשום טמיא אמר הכא אתרא דשמואל היכי נעביד כוותיה דרב
לעצט פאראכטן דורך סאדאם חוסעין אום מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:53 am

איך און איך האט געשריבן:
לייבקע יענטע'ס האט געשריבן:מזל טוב פאר די גאנצע משפחה אין פאר אלא אידען וואס האט זיך משתתף געוען בצערם בגופם ובממונן, לרגל הולדת הבן אצל ר' יעקב ז"ל

מזל טוב!! וועט מען קענען געבן א יעקב, יעקב בן יעקב

ויקרא שמו בישראל "חיים" יעקב בן יעקב
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:34 pm

אביונה
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:41 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אין מסכת עירובין לגבי ווייזן א מעסער פארן מרא דאתרא, אדער א תלמיד חכם מעג אליין קוקן.
מסכת שבת: ההוא תלמידא דאורי בחרתא דארגיז כרבי שמעון שמתיה רב המנונא והא כר' שמעון סבירא לן באתריה דרב הוה לא איבעי ליה למיעבד הכי. אז איפלו הלכה כר' שמעון, אבער היות די מרא דאתרה דארט האט געהלאטן ווי רב האט ער עס נישט געטארט טוען.
ואמר רבי יוחנן איזהו תלמיד חכם כל ששואלין אותו הלכה בכל מקום ואומרה למאי נפקא מינה למנוייה פרנס על הציבור

לוי איקלע לבי יוסף רישבא קריבו ליה רישא דטוותא בחלבא לא אכל כי אתא לקמיה דרבי א''ל אמאי לא תשמתינהו א''ל אתריה דר' יהודה בן בתירה הוה.

ובאתרא דגברא רבה לא מיבעי ליה לאיניש לאורויי מעשה ואפילו להחמיר, [ריטב"א]
מסכת פסחים, ואי לא (זיי וועלן נישט אראפ לאזן די פרייזן) דרשינא לכו כרבי שמעון, ולידרוש להו? דהא שמואל כרבי שמעון סבירא ליה, אתריה דרב הוה, (ורב סבירא ליה לאסור)
יבמות דף י"ד: ת''ש דרבי אבהו כי איקלע לאתריה דרבי יהושע בן לוי הוה מטלטל שרגא וכי איקלע לאתריה דר' יוחנן לא הוה מטלטל שרגא,
לשון הרשב"א: ואי נמי דאפילו למאן דבעי בי דינא דאלים לאו כבי דינא דסורא ונהרדעא קאמר, אלא בי דינא רבה באתריה, ויפתח בדורו כשמואל בדורו, ובי דינא באתריה, כרב אמי ורב אסי באתרייהו. וכן דעת רבינו תם ז"ל
ההוא דאתא לקמיה דרב נחמן לנהרדעא שדריה לקמיה דר' ירמיה בר אבא לשום טמיא אמר הכא אתרא דשמואל היכי נעביד כוותיה דרב

טאקע א הערליכע בקיאות, אבער גארנישט מיט קיין ברית מילה צו טוהן..
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:00 pm

אביונה האט געשריבן:

רילייט צו די אובן דערמאנטע שאלה לגבי ברית האב איך געשריבן א תגובה פארדעם
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:10 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:דער מרא דאתרא האט גע'מל'עט??

פערצופאל דא איז דער מרא דאתרא אויך א מוהל, אבער בפשטות קען ער מאכען א שליח פונקט ווי די טאטע קען מאכען א שליח.

____

שכוח סאדאם כוסעין פאר דיין ענטפער.

עס איז זיכער אז זיי קענען מאכן א שליח, די שאלה איז נאר וואס די אחרונים רעדן צו זיי זענען זיך מחיוב צו לאזן קאסטען פאר א מוהל, אדער נישט,

למעשה האט עס א הלכה פינקט ווי א אייגענע קינד אין מען דארף זיך געהעריג לאזן קאסטן פאר א מוהל.
ויש להסתפק אם הבית דין או שארי ישראל שבשם אינם יכולים למול בעצמם, וצריכים להוציא הוצאות לשלוח אחר מוהל, אם המה חייבים להוציא הוצאות. דוודאי האב כיון דעיקר חיובא עליה דידיה, רמי חייב להוציא הוצאות כשאינו יכול למול בעצמו ואין מוהל במקומו, כמו כל המצות. אבל בית דין דאין עיקר החיוב עליהם אלא כשהאב לא מהלו, אם מחוייבים בזה אם לאו? וכקצת ראיה לזה מדלא חייבתה תורה לבית דין בפדיון הבן בדליכא אב, אלא שיפדה הוא את עצמו לכשיגדיל – שמע מינה דבמקום פסידא דממון לא חייבה תורה לאחרים.
(ערוך השלחן)
ומכל מקום לדינא נראה לי שבית דין חייבים גם להוציא ממון למולו, שהרי סוף סוף התורה חייבתם. והוי אצלם ככל המצות שעל גופם. ואין למדין מפדיון הבן, דטעמי התורה נעלמה מאתנו.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:34 pm

בילדער פונעם ברית ?

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:35 pm

קלאץ קשיא האט געשריבן:ק/פ

א פרימארגן א קילע
ס'קומט פאר א ברית מילה
א קינד אזא בא'חנ'טע
אבער יעדער מיט אויגן פארוויינטע

אליהו מלאך הברית איז דא
מ'רופט אויס ברוך הבא!
ער ברענגט א גאסט פון עולם העליון
דער אבי הילד המסתתר בשפריר חביון

רוב האבן דאס מיטגעהאלטן קיינמאל
ווי מ'זאגט ויקרא שמו בישראל
מיט א געפיל אזא שווערן
'חיים יעקב בן יעקב' צו הערן

מיט טרערן מען וואונטשט לחיים
ס'שטעכט דער 'ויעקבני זה פעמיים'
א מישעניש פון שמחה ותוגה
אונטערן שמייכל איז א בכייה מאין הפוגה

קיינעם אינטערעסירט גארנישט סיידן
די הארצרייסנדע רוף 'ישמח האב מגן עדן'
אוי! דער טאטע האט נישט זוכה געווען
מיט די פליישיגע אויגן דאס צו זען

מען הערט דאס געוויין פון קינד
מיט א טרייסל טראכט יעדער אצינד
אוי! נעבעך, דאס קינד מיינט
אז ער ווייסט פארוואס ער וויינט

===

די נשמה פון טאטן אינעם זעלבן צייט
קוקט זיך צו פון דער זייט
ער פארשטייט נישט דאס געוויין
וואס דארף דאס צו זיין?

ער שטראלט מיט א שמייכל
איך בין אין א הויכן היכל
אין עולם האמת איז מיר גוט
א תענוג רוחני יעדע מינוט

ער קלערט צומישט
אויף מיר וויינען זיי זיכער נישט
אויף א גוטע זאך געבט מען א דאנק
עס טוט אוודאי קיינעם נישט באנג

ער מאכט א חשבון א קלארע
ער ברענגט אויף א סברא
ס'מוז זיין אז דער עולם טוט קלאגן
אויף די אייגענע פלאגן

מה יתאונן אדם חי?
וואס טוט א מענטש וויי?
נאָר גבר על חטאיו!
דערויף איז פלגי מים ירדו עיניו!

מיר וויינען אויפן טאטן פונעם פיצל קינד
יעדער טראכט פון אים אצינד
אוי! נעבעך, מיר מיינען
אז מיר ווייסן אויף וואס מיר וויינען

גענומען פון דא!

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:37 pm

ציגעלע האט געשריבן:בילדער פונעם ברית ?

כ״ק מהר״א מ׳סאטמאר איז אויפן פסק פונעם דיין געווען דער בעל ברית, ער איז לכבוד דעם געגאנגען מיט בגדי שבת און געפראוועט די סעודת ברית
צוגעלייגטע
F9F306CC-B5A3-443B-BB12-A5DF67CBE3CE.jpeg
F9F306CC-B5A3-443B-BB12-A5DF67CBE3CE.jpeg (66.61 KiB) געזעהן 1275 מאל
4CB79CEB-A7E3-4BE8-A59D-E4863FCA8A5E.jpeg
4CB79CEB-A7E3-4BE8-A59D-E4863FCA8A5E.jpeg (56.35 KiB) געזעהן 1275 מאל

אוועטאר
Bissli
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:49 pm

דער רבי גייט געבן שלישה למילה?
.If they don't know you personally, don't take it personal

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:13 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:דער מרא דאתרא האט גע'מל'עט??

פערצופאל דא איז דער מרא דאתרא אויך א מוהל, אבער בפשטות קען ער מאכען א שליח פונקט ווי די טאטע קען מאכען א שליח.

____

שכוח סאדאם כוסעין פאר דיין ענטפער.

עס איז זיכער אז זיי קענען מאכן א שליח, די שאלה איז נאר וואס די אחרונים רעדן צו זיי זענען זיך מחיוב צו לאזן קאסטען פאר א מוהל, אדער נישט,

למעשה האט עס א הלכה פינקט ווי א אייגענע קינד אין מען דארף זיך געהעריג לאזן קאסטן פאר א מוהל.
ויש להסתפק אם הבית דין או שארי ישראל שבשם אינם יכולים למול בעצמם, וצריכים להוציא הוצאות לשלוח אחר מוהל, אם המה חייבים להוציא הוצאות. דוודאי האב כיון דעיקר חיובא עליה דידיה, רמי חייב להוציא הוצאות כשאינו יכול למול בעצמו ואין מוהל במקומו, כמו כל המצות. אבל בית דין דאין עיקר החיוב עליהם אלא כשהאב לא מהלו, אם מחוייבים בזה אם לאו? וכקצת ראיה לזה מדלא חייבתה תורה לבית דין בפדיון הבן בדליכא אב, אלא שיפדה הוא את עצמו לכשיגדיל – שמע מינה דבמקום פסידא דממון לא חייבה תורה לאחרים.
(ערוך השלחן)
ומכל מקום לדינא נראה לי שבית דין חייבים גם להוציא ממון למולו, שהרי סוף סוף התורה חייבתם. והוי אצלם ככל המצות שעל גופם. ואין למדין מפדיון הבן, דטעמי התורה נעלמה מאתנו.

פערצופאל דא איז די רבי נישט געווען מוהל וועגן ס'איז געווען א שווערע ברית
דער מוהל איז געווען ר' אהרן ווייס פון קרית יואל, דער רבי האט אים געמאכט פאר א שליח (אזוי ווי יעדע טאטע מאכט פאר א ברית) און ביי די סעודה האט אים די רבי געגעבן געלט

דרך אגב וועגן מאכן די ברכה להכניסו, אזא מעשה איז געווען סיי ביים ברך משה (ביי בן ר' שלמה אברהם כהן ע"ה) און סיי ביים דברי יואל (ביי ר' ברוך מרדכי לעבאוויטש), און זיי האבן געמאכט די ברכה להכניסו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:18 pm

מי יודע האט געשריבן:דרך אגב וועגן מאכן די ברכה להכניסו, אזא מעשה איז געווען סיי ביים ברך משה (ביי בן ר' שלמה אברהם כהן ע"ה) און סיי ביים דברי יואל (ביי ר' ברוך מרדכי לעבאוויטש), און זיי האבן געמאכט די ברכה להכניסו

הם ג"כ לבשו בגדי שבת כו"כ?

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:19 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דרך אגב וועגן מאכן די ברכה להכניסו, אזא מעשה איז געווען סיי ביים ברך משה (ביי בן ר' שלמה אברהם כהן ע"ה) און סיי ביים דברי יואל (ביי ר' ברוך מרדכי לעבאוויטש), און זיי האבן געמאכט די ברכה להכניסו

הם ג"כ לבשו בגדי שבת כו"כ?

ווייס איך נישט, מי יודע?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:20 pm

אויב איך געדענק גוט איז עטליכע חדשים צוריק פארגעקומען דער ברית פון א קינד פון דעם גור'ן אינגערמאן פון אשדוד וואס איז ל"ע אום געקומען פון א באמבע, איז דער ברית פארגעקומען ביים גור'ער רבי'ן אין ירושלים.

כ'מיין אז עס איז אפי' געווען באריכטעט דא אויפן וועלטעל.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo און 6 געסט