בד"ה: הרבנית הצדיקת מרת ליבא אסתר זילבער ע"ה מיאוואזשנא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:25 pm

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:וויזשניץ לאזט אויך נישט מאכן א אוהל מהאי טעמא איז די אוהל ריבניץ און סקולען נעבן די קבר

מנהג ריבניץ און סקולען איז נישט צימאכן אן אוהל, כמנהג רבותיהם משטיפינעשט זצוק''ל. כך שמעתי.

עס האט געהייסן אז הרה"ק מריבניץ גייט ליגן אין ק"י
למעשה איז עס נישט צושטאנד געקומען ווייל סאטמאר האט נישט געלאזט מאכן א אוהל
וויזניץ האט קודם געזאגט אז זיי גייען יא לאזן מאכן א אוהל
האט מען אים געלייגט אין מאנסי
למעשה האט מען דארט אויך נישט געלאזט

א דוגמה ווי אזוי מעשיות ווערן באשאפן, קיינמאל נישט געפלאנט צי ליגן אין קר"י, קיינמאל נישט געוואלט מאכן א אוהל.
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:29 pm

שליו ודגים האט געשריבן:
דודהמלך האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:דער רביצין וואלט זיכער נישט געגליכן דער טראלעריי דא.

ביליאן פערצענט!

מנהלים, ביטע מעקן די תגובות וואס האב נישט קיין שייכות, אדער וואס ברענגן איר נישט קיין כבוד.

די רעבעצן איז געווען גאר א דערהויבענע,ווארימע און אריסטעקראטישע פרוי, אין ס'איז א בישה אנציחזרן די אשכול מיט דברים של מה בכך.

ישר כח


רט אינטערסאנט וואס די מנהלים פארזעין דא



מנהלים דארף מען מודיע זיין מיט דער קנעפל געמאכט פאר דעם.

יאך האב נאר געשריבן לעורר , און זעהט אויס אז מען האט עס דערהערט ברוך השם . אידען זענען לויטער און ריין, אמאל דארף מען נאר א דערמאנונג.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:31 pm

ווער קען טוהן א חסד און ברענגען דעם רב׳ס הספד?

אלבערט איינשטיין
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 2:08 pm

תגובהדורך אלבערט איינשטיין » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:50 pm

יעצט צוריק געקומען פון די קבורה.
הארצרייסנדע טאג געווען

אלבערט איינשטיין
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 2:08 pm

תגובהדורך אלבערט איינשטיין » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:15 pm

אינטערסאנט צו באמערקן וויאזוי די גדולי הרבנים האבן זיך אויסגדריקט אויפן רב זאל זיין געזונט בשעת די הספדים,
הגה"צ אבד פריימאן האט זיך צווויינט זאגדינג אז קיינער איז נישט געווען אזוי נאנט צום ברידער (בימי חורפו) ווי אים אין וויאזוי ער האט זיך מימי בחרותו געפירט 'בקדושה ובטהרה ובפרישות ' און איז געווען א מורם מעם , און די זכיה וואס די שוועגערין האט געהאט משמש צו זיין אזא צדיק .

הגה"צ אבד פאיע האט זיך אין איין אויסגדריקט בלשון ' איר גרויסן מאן מגדולי הדור אין איר געוואלדיגע מסירת נפש מסתיר צו זיין איר מחלה נישט צו שטערן איר גרויסן מאן פון זיין עבודת הקודש,

הגהצ אבד סעדראהעלי האט זיך אויסגעדריקט זאגדינג וויאזוי זי האט באדינט איר מאן 'דער הייליגער רב' ,

אחיו הרה"ג ר אברהם שמואל זילבער שליט"א האט זיך אויסגעדריקט ' מיין ברודער דער גרויסער צדיק אמיתי ,

הגהצ ר שמעון משה וואלדמאן דומ"ץ חרדים האט זיך אויסגעדריקט זאגדינג אז די רביצין ע"ה האט געהאט די זכיה צו זיין די אשת חיל פון איינעם פון די צדיקי הדור,

ועוד ועוד וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט.
לעצט פאראכטן דורך אלבערט איינשטיין אום מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:22 pm

אביונה האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:קוקט אויס איר זענט פרעמד מיט יאוואזשנא מיט אן מעמבערס האבן זיי אויף די הייליגע טעג 700 זיצן

לידיעה בעלמא די זיבן הונדערט זיצן ווערן געדינגען פון מענטשען וואס באלאנגען צו א קהילה וואס האט שוין א בית החיים און זוכן נישט ווי צו ליגן למוע״ש, יאוואזשנא איז נישט קיין קהילה אדער חסידות אבער א מאגנעט פאר אידן וואס לעכצן צו הערן א איד וואס קאכט פארן באשעפער, א איד וואס סרייסט זיך ארויס א אמת׳דיג קרעכץ פארן בורא כל חי

איך גלייב אז א איד וואס לאזט איבער זיין קהלה צו הערן א איד וואס קאכט פארן באשעפער, א איד וואס סרייסט זיך ארויס א אמת׳דיג קרעכץ פארן בורא כל חי, איז דאס ווייל ער איז א מעמבער איין זיין קהלה ביי דיפאלט, און ער וועט מער בוחר זיין צו ליגן אינעם ביה"ח פון די קהלה וואס ער האט בוחר געווען, נישט אין די קהלה וואס זיין טאטע/זיידע האבן בוחר געווען


זעהט אויס אז איר קענט נישט די סאטמאר מאנאליטעיט....

קאן איך גראדע גענוג און נאך אידן, וואס האבן מיט די גאנצע ס. קאמפאני זילטש, אבער יא, ווייקן זיך אין יאוואזשנע, רירן זיך נישט אן רבי טודרוס שליט"א....
אזוי צו אזוי, במחילת כולכם, יא, ס'זענען נאך דא אידן וואס אנבעלאנגט לאחר מאה ועשרים שנה, מאכן זיך זייערע חשבונות עטוואס מער ערנסטער און ערוואקסן, ווי די דערמאנטע נארישע קינדישקייטן....

די גאנצע נושא איז דאך נישט נוגע פאר יעצט,האפענטליך נישט פאר 50 יאר ... באמת נארישקייטן פאר יעצט , א יאוואזשנע חסיד לאחר מאה ועשרים וועט נישט יעצט לכאורה ליגן לעבן א רביצין , סא סאיז א א זאך פון יארן ארום בפשטות
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:41 pm

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א לאחר קבורת אשתו הרבנית הצדיקת ע"ה.
צוגעלייגטע
1569191665559_123_2.jpg
1569191665559_123_2.jpg (22.62 KiB) געזעהן 2932 מאל

אפטרופס
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

תגובהדורך אפטרופס » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:56 pm

יצחקי האט געשריבן:כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א לאחר קבורת אשתו הרבנית הצדיקת ע"ה.

ווי איז דער קריעה?

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 7:03 pm

אפטרופס האט געשריבן:
יצחקי האט געשריבן:כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א לאחר קבורת אשתו הרבנית הצדיקת ע"ה.

ווי איז דער קריעה?

גערעכט דאס איז נאך בשעת די קבורה

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 7:20 pm

ער פלעגט נישט גיין מיט א ריבסענע בעקיטשע אינדערוואכן?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אלבערט איינשטיין
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 2:08 pm

תגובהדורך אלבערט איינשטיין » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 7:45 pm

nmi האט געשריבן:ער פלעגט נישט גיין מיט א ריבסענע בעקיטשע אינדערוואכן?

לאוו דווקא אמאל אזוי און אמאל אזוי

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 7:48 pm

הספד פון רב זאל זיין געזונט,
מוועט ארויפשטעלן די קלארע רעקארדירונג ווי נאר עס וועט זיין עוועילעבל
https://www.dropbox.com/s/kqj0wucknml2a ... 4.mp3?dl=0

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 9:12 pm

יצחקי האט געשריבן:הספד פון רב זאל זיין געזונט,
מוועט ארויפשטעלן די קלארע רעקארדירונג ווי נאר עס וועט זיין עוועילעבל
https://www.dropbox.com/s/kqj0wucknml2a ... 4.mp3?dl=0

הארץ רייסענד,
איך ווייס נישט צו ס׳דא א איד וואס הערט דעם הספד און לאזט נישט א אמת׳דיגע טרער,
זאל דער אייבערשטער שוין מגלה זיין כבוד איין מאל פאר אלעמאל. אמן
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 10:57 pm

יצחקי האט געשריבן:הספד פון רב זאל זיין געזונט,
מוועט ארויפשטעלן די קלארע רעקארדירונג ווי נאר עס וועט זיין עוועילעבל
https://www.dropbox.com/s/kqj0wucknml2a ... 4.mp3?dl=0

גוגל דרייוו פליז

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:42 am

האדמו"ר מסאטמאר מהר"יי האט געזאגט ביים לויה
עס שטייט ביי שרה ויבאו אברהם לספוד לשרה ולבכותה שטייט נישט מיט וואס אברהם האט מספיד געווען וואס דען דאס וואס מען האט געזעהן אברהם אבינו איז געווען דאס בעסטע הספד אויף שרה די זעלבע דא מען זעהט די יאוואשנע רב זיין עבודת הקודש איז עס די בעסטע הספד אויף הרבנית

זויבער
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 30, 2014 3:27 pm

תגובהדורך זויבער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 1:58 am

איך דענק יאוואזשנער רב נישט צו לאנג צוריק פון ראטלעזש סטריט ווי איך פלעג אריינפאלן פון צייט צו צייט און מיטגעהאלטן וויאזוי דאס איז זיך אזוי שיין צווואקסן און פארוואנדלט געווארן די לעצטערע יארן אין א שטיקל חסידות אפילו.

יאוואזשנער רב ציהט א שטארק פרומער ציבור, יארן געפירט א ישיבה ווי שטארק פרומע שטיבער פון סאטמאר האבן געשיקט צו איהם בחורים אין די צייט וואס זיי האבן נישט געקענט ערגעץ אנדערש גיין לערנען צוליב געוויסע סיבות און דאס איז זיין ערשטע באזע פון אוהדים ומעריצים פון תלמידים און עלטערן פון די ישיבה וכולל.

אויסער זיין ישיבה איז ער שטארק מפורסם געווארן מיט זיין כוח פון דרשות, זיינע דרשות זענען זייער הארציג און מעורר לבבות באגלייט מיט טיפע טייטשן, דרוש בעומק הפשט, און קומט ארויס אויף א ריינע וועג מעומק לב טהור, צווויינט זיך כסדר, און האט אינטרעסאנטע תנועות וואס מיט זיין עילויאישע מוח כאפט ער ניטאמאל און אזוי האט זיך געמאכט א אייגנארטיגע סטיל באקאנט אלס רבי טורדוס.

מיט די צייט בעיקר צווישן די יארן פון תש״ס און מיטן די תש״ע יארן איז ער געווארן דער אומאפיציעלער מגיד מישרים אין סאטמאר, זיינע פרקי אבות שיעורים זומער אין סאטמאר בית המדרש פלעגן ציען הונדערטער אידן, פלעגט ארומלויפן אין אלע ישיבה קטנה׳ס און א שטיק צייט אפילו וועכנטליך אין ישיבה גדולה אין קווינס זאגן דרשות, פלעגט זאגן דרשות פאר יונגעלייט נאך די חתונה, דרשות אין די כוללים, און ביי יעדע עפענטליכע צאמקום פון סאטמאר ווי אקעגן אינטערנעט, ציונות, צניעות, אסיפות וכו׳ פלעגט מען איהם נוצן אלס רעדנער.

פון די אלע דרשות האט ער כסדר אראפגעכאפט בחור'לעך און יונגעלייט מבקשי השם וואס פלעגן זיך אנהייבן דרייען אין זיין שול אויף ראטלעזש סט. וואס נאר א משכמו למעלה יונגערמאן האט געקענט מיטהאלטן צוליב זיינע לאנגע תפלות און הפסקות אינדערמיט מיט טיפע בחינות, איעדע וויליאמסבורגע פרומער יונגערמאן האט געהאט א שטיק צייט א תקופה וואס ער פלעגט גיין הערן פון רבי טודרוס׳ן שלש סעודות תורה, וואס געווענליך פלעגט נישט צו לאנג אנהאלטן צוליב די שוועריגקייטן וואס זענען געווען פארבינדן דערמיט, אבער די השפעה זיכער באגלייט יארן שפעטער.

ביי איהם אין בית המדרש האט מען טאקע נאר געזעהן בעיקר אזוינע צורות מיטן גאנצן חסידישן טראגע און פרומען קנייטש, און מען פלעגט זייער שנעל קענען כאראקטיזירן א רבי טודרוס חסיד, מען מוז זאגן אז דער יוניעק נאמען פון רבי טודרוס און זיין אינטרעסאנטע קהלה נאמען ׳יאוואזשנא׳ האט אויך צוגעגעבן צו דעם גאנצן אייגנארטיגן מציאות .

עס מוז ווערן ארויסגעברענגט אז דער רב אליינס פאר זיך איז זייער א געשמאקער מענטש, מע פלעגט מיט איהם קענען שיין פארברענגן און הערן ביאורים מיט זיין טיפן מהלך המחשבה אויף אלע מאורעות הזמן און אלס צוגעלאזענער מענטש פלעגט ער קענען פארברענגן מיט א בחור'ל אפילו און זיך אויסשמועסן, איך פלעג אסאך נאשן פון איהם דא דארט אמאל אין פאיע מקוה/בית המדרש אדער אין סאטמאר ראדני, ביז שפעטער ווען דער רב האט שוין געהאט א גבאי און פלעגט איהם ממש אוועקשלעפן מיט געוואלד, ווייל מיט זיין פארטיפטקייט פלעגט ער קענען בלייבן פארמוחט אויף איין פלאץ פארגעסן פון עסן אדער פון א דרשה ווי מע ווארט אויף איהם וכו׳.

אין יענע תקופה פלעגן זיי ארויס דינגען בנין עסטרייכער אויף די הייליגע טעג, דער גבאי (עמיצער פערלמוטטער) דענק איך פלעגט ארומלויפן אין די סאטמארע בתי מדרשים ביינאכט סעילסן די זיצן און רעדן פונעם רבס תפלות ודרשות וכו׳, און ווי א יאר איז עס טאקע געווארן מער באקאנט אלס א אבן שואבת פאר א ערליכע ציבור וואס האט דירעקט הנאה געהאט פון זיינע תפלות און ספעציעלע נוסח די הייליגע טעג, שפעטער איז ער שוין אויסגעוואקסן בנין עסטרייכער און איז אריבער אין זאלן פון ברכה סימא, פון יאר צו יאר איז עס געווארן פילער מיט שווערע הונדערטע אידן ממש מסלתה ומשמנה, א שטייגער ווי דער בארימטער מגיד הגה״ח רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, הג״ר חיים קלמן גוטמאן, הג״ר ישעי ווייס שליט"א וכו׳.

ביני לביני האט זיין ביהמ'ד אפגעברענט און דער רב מיט די קהלה זענען געווען פארוואגלט, איך פלעג אמאל אריינפאלן צו איהם יענע תקופה אין צעהלימע תלמוד תורה ווי ער פלעגט פראווען, נישט געווען קיין גרויסע פארקער דאן, אבער זיין טיכטיגער גבאי איז געגאנגען מיט א וויזיע און א ווייטן בליק און אריינגעשפרינגען אין א ריזן שול אין אנדערן עק ניי וויליאמסבורג, אמע האט פארקויפט דאס אלטן ביהמ'ד און צאמגעשלעפט איבריגע גרויסע געלטער פון תלמידים ומעריצים און דאן האט זיך אנגעהויבן א נייע עפאכע והמפורסמות א״צ ראיה, דער שול איז אויסער א צענטער פאר זיין פרומע באזע אויך א געגנט צענטער און אויטאמאטיש זעהט מען שוין דארט אלע מיני מענטשן וואס ווערן נאנט צו דעם פלאץ, און ימים טובים און הייליגע טעג קומט מען פון אלע עקן שטאט לשמוע אל הרנה ואל התפלה העכער אלע ערווארטונגען!

זינט דעם גרינדונג פונעם בית המדרש הערט מען שוין ווייניגער דרשות אין די פרעמד, און מער זעלטן וואס מען זעהט דעם רב ערגעץ ווי, און אוודאי מער נישט אליינס אן א גבאי׳ן כימי קדם און מיט רעכט עס איז שוין א אייגן ערנסטן געשעפט, און פון אפאר פרומע אזוי גערופענע רבי טודרוס אינגעלייט האט זיך אנגעהויבן וועבן א חצר פון א אדמו"ר מיט מקורבים וכו׳, עס ווירבלט זיך טאקע מיט יונגעלייט וואס זענען מקושר בכל נימי נפשו צום רב און די גאנצע ווערטשאפט, טאטעס טראגן בחור'לעך תפלין לייגן, חתנים לויפן צו די סדרים, און סתם אידן צו הערן הדרכות און חיזוק מפום ממלל רברבן, ביי דברים העומדים על הפרק ווילן הונדערטער אידן הערן דייקא וואס יאוואזשנער רב׳ס חוות דעת איז אין דעם ענין, זיינע מיינונגען זענען אנגענומען אלס ריין אנע נגיעות און איבערגעטראכט ומנופה בי״ג נפה און טראגן א גרויס געוויכט ביים פרומען ציבור אין וויליאמסבורג וואס ציילן זיך אין א שיינעם מספר בליעה״ר.

פון דא ביז א אוהל איז שוין דער וועג אויסגעפלאסטערט, און איז געקומען צום אויסדרוק ביים גרויסן רעבישן לויה פון די רעבעצן ע״ה ווי א ריזן ציבור האט מלוה געווען, און מע האט געזעהן אויפן ציבור א טיפער מיטגעפיהל מיטן רבס צער און שטארק מיטגעוויינט ביים הארצרייסנדן הספד, און מע האט געהערט גרויסע הפלגות פון די מספידים אויפן רב, זאל השי״ת טרייסטן דעם רב און די גאנצע קהלה

ביללער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 2:58 am

זויבער האט געשריבן:.

קריגסט א מעדאל פאר אזא איבערזיכט

אוועטאר
בן מנחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 3:28 am

ביללער האט געשריבן:
זויבער האט געשריבן:.

קריגסט א מעדאל פאר אזא איבערזיכט

מיט איין מינדערליכען טויש
אנשטאט דאס ווארט ״פרומע״ ״פרומע״ וואס האלט און איין איבערגעניצט ווערן טויש עס צו ״ערליכע״ ״ערליכע יונגעלייט״

ביללער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 4:44 am

וואס עפעס

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:23 am

ביללער האט געשריבן:וואס עפעס

ווייל זיינע נאנטע מקורבים/חסידים זענען דייקא יא פון די בעל בתישע טיפ.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:01 am

זויבער האט געשריבן:.

%75

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:28 am

[quote="אלבערט איינשטיין"]אינטערסאנט צו באמערקן וויאזוי די גדולי הרבנים האבן זיך אויסגדריקט אויפן רב זאל זיין געזונט בשעת די הספדים,
הגה"צ אבד פריימאן האט זיך צווויינט זאגדינג אז קיינער איז נישט געווען אזוי נאנט צום ברידער (בימי חורפו) ווי אים אין וויאזוי ער האט זיך מימי בחרותו געפירט 'בקדושה ובטהרה ובפרישות ' און איז געווען א מורם מעם , און די זכיה וואס די שוועגערין האט געהאט משמש צו זיין אזא צדיק .
/quote]

האט איינער די ריקארדינג?
ס'איז אינטערעסאנט צו הערן וויאזוי א עלטערע ברודער רעדט אזוי שטארק זיין אינגערע ברודער פון צדקות, פרישות, קדושה, טהרה וכו'
(כידוע די רבני משפחת זילבער רעדן קיין איבריגע רייד ווי סתם חנופה וכו')

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:40 am

זויבער האט געשריבן:.


זייער שיין באשריבן, יישר כח

(אגב, די רב לעבט נאך...)

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:30 am

עס באלאנגט טאקע נישט דא, אבער אז מען רעדט שוין... פרעג איך אפאר ערנסטע שאלות וואס איך וויל וויסן (אן קיין שום זייטיגע געדאנקען דערין):

א) וואס איז בכלל דער ענין פון ליגן אין א אהל?

ב) אויב עס איז אן ענין, פארוואס זאל מען עס נישט לאזן מאכן פאר נאך איינעם אויסער דעם אייגענעם רבי'ן? (עס נעמט אוועק זיין כבוד?)

ב*) אויב למשל דער ציון פונעם אלטן רבי'ן איז שוין אנגעפולט, וועט מען דען נישט מאכן א אהל אויפן ציון פונעם נייעם רבי'ן? (עס וועט זיין א פחיתת הכבוד פאר'ן אלטן רבי'ן?)

ג) אפטמאל זעט מען אז א אהל מאכט אויך א שאדן, ווייל דער אהל איז קליין, און ווייניג אידן קענען מתפלל זיין אויפן קבר, דאן פארוואס בויעט מען א אהל בכלל אויב עס איז נישטא גענוג פלאץ צו בויען א גרויסע?

אפטרופס
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

תגובהדורך אפטרופס » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:35 am

סדר המספידים ביים מסע הלוי' אין קרית יואל:
1 הר"ר שם טוב מאיער
2 הר"ר שלמה מיכאל מאיער
3 הר"ר ארי' לייב מאיער
4 הרה"ג ר' שמעון משה וואלדמאן שליט"א דומ"ץ חרדים ק"י
5 הרה"ג ר' יצחק אהרן פאגעל שליט"א אב"ד ביהמ"ד יאוואזשנא מאנסי
6 הרב ר' הילל יואל קעפעטש שליט"א מנה"ר ישיבת יאוואזשנא מאנסי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט