בד"ה: הרבנית הצדיקת מרת ליבא אסתר זילבער ע"ה מיאוואזשנא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נחלת יעקב
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:20 am

תגובהדורך נחלת יעקב » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 3:48 pm

קען איינער ברענגען די הספד פינעם רב ?

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5040
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 3:48 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:אינטרעסאנט ווער נאך זאל קויפן אין דעם חלקה? איז דא ״מעמבערס״ אין יאוואזשנא?!

קוקט אויס איר זענט פרעמד מיט יאוואזשנא מיט אן מעמבערס האבן זיי אויף די הייליגע טעג 700 זיצן

לידיעה בעלמא די זיבן הונדערט זיצן ווערן געדינגען פון מענטשען וואס באלאנגען צו א קהילה וואס האט שוין א בית החיים און זוכן נישט ווי צו ליגן למוע״ש, יאוואזשנא איז נישט קיין קהילה אדער חסידות אבער א מאגנעט פאר אידן וואס לעכצן צו הערן א איד וואס קאכט פארן באשעפער, א איד וואס סרייסט זיך ארויס א אמת׳דיג קרעכץ פארן בורא כל חי

איך גלייב אז א איד וואס לאזט איבער זיין קהלה צו הערן א איד וואס קאכט פארן באשעפער, א איד וואס סרייסט זיך ארויס א אמת׳דיג קרעכץ פארן בורא כל חי, איז דאס ווייל ער איז א מעמבער איין זיין קהלה ביי דיפאלט, און ער וועט מער בוחר זיין צו ליגן אינעם ביה"ח פון די קהלה וואס ער האט בוחר געווען, נישט אין די קהלה וואס זיין טאטע/זיידע האבן בוחר געווען


זעהט אויס אז איר קענט נישט די סאטמאר מאנאליטעיט....


פאלט אייך נישט איין אז איר קענט נישט די יאוואזשנא מענטאליטעיט?....

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 3:52 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:אינטרעסאנט ווער נאך זאל קויפן אין דעם חלקה? איז דא ״מעמבערס״ אין יאוואזשנא?!

קוקט אויס איר זענט פרעמד מיט יאוואזשנא מיט אן מעמבערס האבן זיי אויף די הייליגע טעג 700 זיצן

לידיעה בעלמא די זיבן הונדערט זיצן ווערן געדינגען פון מענטשען וואס באלאנגען צו א קהילה וואס האט שוין א בית החיים און זוכן נישט ווי צו ליגן למוע״ש, יאוואזשנא איז נישט קיין קהילה אדער חסידות אבער א מאגנעט פאר אידן וואס לעכצן צו הערן א איד וואס קאכט פארן באשעפער, א איד וואס סרייסט זיך ארויס א אמת׳דיג קרעכץ פארן בורא כל חי

איך גלייב אז א איד וואס לאזט איבער זיין קהלה צו הערן א איד וואס קאכט פארן באשעפער, א איד וואס סרייסט זיך ארויס א אמת׳דיג קרעכץ פארן בורא כל חי, איז דאס ווייל ער איז א מעמבער איין זיין קהלה ביי דיפאלט, און ער וועט מער בוחר זיין צו ליגן אינעם ביה"ח פון די קהלה וואס ער האט בוחר געווען, נישט אין די קהלה וואס זיין טאטע/זיידע האבן בוחר געווען


זעהט אויס אז איר קענט נישט די סאטמאר מאנאליטעיט....

קאן איך גראדע גענוג און נאך אידן, וואס האבן מיט די גאנצע ס. קאמפאני זילטש, אבער יא, ווייקן זיך אין יאוואזשנע, רירן זיך נישט אן רבי טודרוס שליט"א....
אזוי צו אזוי, במחילת כולכם, יא, ס'זענען נאך דא אידן וואס אנבעלאנגט לאחר מאה ועשרים שנה, מאכן זיך זייערע חשבונות עטוואס מער ערנסטער און ערוואקסן, ווי די דערמאנטע נארישע קינדישקייטן....

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 3:57 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:אינטרעסאנט ווער נאך זאל קויפן אין דעם חלקה? איז דא ״מעמבערס״ אין יאוואזשנא?!

קוקט אויס איר זענט פרעמד מיט יאוואזשנא מיט אן מעמבערס האבן זיי אויף די הייליגע טעג 700 זיצן

לידיעה בעלמא די זיבן הונדערט זיצן ווערן געדינגען פון מענטשען וואס באלאנגען צו א קהילה וואס האט שוין א בית החיים און זוכן נישט ווי צו ליגן למוע״ש, יאוואזשנא איז נישט קיין קהילה אדער חסידות אבער א מאגנעט פאר אידן וואס לעכצן צו הערן א איד וואס קאכט פארן באשעפער, א איד וואס סרייסט זיך ארויס א אמת׳דיג קרעכץ פארן בורא כל חי

איך גלייב אז א איד וואס לאזט איבער זיין קהלה צו הערן א איד וואס קאכט פארן באשעפער, א איד וואס סרייסט זיך ארויס א אמת׳דיג קרעכץ פארן בורא כל חי, איז דאס ווייל ער איז א מעמבער איין זיין קהלה ביי דיפאלט, און ער וועט מער בוחר זיין צו ליגן אינעם ביה"ח פון די קהלה וואס ער האט בוחר געווען, נישט אין די קהלה וואס זיין טאטע/זיידע האבן בוחר געווען


זעהט אויס אז איר קענט נישט די סאטמאר מאנאליטעיט....

איך קען עס בעסער ווי דו מיינסט, און די אידן וואלט געגאנגען מיט ר' טודרוס אפילו אין ניו דזשערזי כש"כ אז יעצט איז עס אין א סאטמארע ביה"ח סמוך ונראה וכו' דאס איז דאך ממש יוצא ידי שניהם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:01 pm

נישט געוויסט ווי גרויס יאוואשנא איז אויב איינער קען אביסעל אויסשמוסען אלעס ארום די קהילה מיט זייער חושב'ע מנהיג שליט"א

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:09 pm

דער רביצין וואלט זיכער נישט געגליכן דער טראלעריי דא.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:12 pm

רחש לבי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:וואס האט עס מיט דעם צו עס איז יא איין בית החיים צו נישט?

און סאטמאר מאכט מען נישט קיין אוהל פאר קיינעם און דער רב שליט"א האט זייער שטארק געוואלט האבן!


וואס הייסט אין סאטמאר מאכט מען נישט, אין די שטאט סאטמאר איז דא א שיינע פאר אוהלים, און אין סיגוט איז אויך דא.

(ויש לישב אזוי ווי דער מנהג פון נישט באערדיגן איינעם אן א בארד, אויף וואס די ברך משה ז"ל האט שוין געווייטאגט דערויף)


אין סאטמאר חלקה אין ניו דזשערזי איז דע צוויי אוהלים נאך פון די ל׳ יארן, א אוהל פאר הרה״ק ר׳ יחזקאל׳ע מערץ ז״ל ועוד, און א אוהל פאר די רעבעצין׳ס עלטערן ז״ל.

מען האט ביידע אוהלים געבויט נאך וואס די רבי איז אוועק, ווילאנג סהאט געהייסן אז די רבי וועט ליגן דארט איז קיין אוהל נישט געווען

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:13 pm

נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די הספד פינעם רב ?


818 ביי קוח"ה טעלעפאון

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:13 pm

מענטשאלע האט געשריבן:אין הר הזיתים פלעגט מען נישט מאכן קיין אהל, דער אהל פון גור איז א אלטע נאטורליכע מערה, און דער אהל פון ראחמסטרייוקא'ער רבי איז געווען א טהרה שטיבל און מ'העאט עס נישט געבויט, דערפאר איז טאקע דעם דמשק אליזער זצוק"ל אינדרויסן נישט מיט קיין אהל נאר א דעכל פון זייט.
ווידער דער נאדבורנער אהל איז געמאכט אן רשות פון ח"ק וכידוע אז אפאר אידן האבן פארלוירן זייער פלאץ וועגן דעם, און שאר קדושי עליון ווי די זויעלהער רבי'ס און הרה"ק הרמ"א פריינד און תולדות ארהן שומרי אמונים האבן טאקע נישט קיין אהל, נאר ביים רמ"א האט מען געמאכט א דעכל צייטוויליג וואס איז צייטווייליג ביז היינט, אבער נישט קיין אהל.

די אלטע אר"י'דיגע מנהג איז געוועהן נישט לאזן מאכן א אוהל, צוליב נישט מרבה זיין טומאה באר"י.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:14 pm

וואס איז די נומער פון די מטר השמים טעלעפאן ליניע?

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:17 pm

רצון טוב האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די הספד פינעם רב ?


818 ביי קוח"ה טעלעפאון

מה זה?
מוחות הדתות?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:19 pm

רצון טוב האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די הספד פינעם רב ?


818 ביי קוח"ה טעלעפאון


נומער 1 הערט מען די יאוואזשנא רב.
מורא'דיגע ווערטער

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:20 pm

ס'הארץ רייסט...

א שטארקע טרויער האט מיר ארומגענומען, איך ווייס נישט פארוואס, איך גיי נישט קיין סאך אין יאוואשנא, אבער דאס הארץ גייט אויס פארן רב.

ברוך דיין האמת

אביונה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די הספד פינעם רב ?


818 ביי קוח"ה טעלעפאון

מה זה?
מוחות הדתות?


וואס ברויך מען דריקן פאר 818???

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:22 pm

שמארטיקל האט געשריבן:ס'הארץ רייסט...

א שטארקע טרויער האט מיר ארומגענומען, איך ווייס נישט פארוואס, איך גיי נישט קיין סאך אין יאוואשנא, אבער דאס הארץ גייט אויס פארן רב.

ברוך דיין האמת

אביונה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די הספד פינעם רב ?


818 ביי קוח"ה טעלעפאון

מה זה?
מוחות הדתות?


וואס ברויך מען דריקן פאר 818???

845-363-8800
718-362-8800

דודהמלך
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 5:41 pm

תגובהדורך דודהמלך » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:23 pm

shimon7323 האט געשריבן:דער רביצין וואלט זיכער נישט געגליכן דער טראלעריי דא.

ביליאן פערצענט!

מנהלים, ביטע מעקן די תגובות וואס האב נישט קיין שייכות, אדער וואס ברענגן איר נישט קיין כבוד.

די רעבעצן איז געווען גאר א דערהויבענע,ווארימע און אריסטעקראטישע פרוי, אין ס'איז א בישה אנציחזרן די אשכול מיט דברים של מה בכך.

ישר כח

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:27 pm

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:ס'הארץ רייסט...

א שטארקע טרויער האט מיר ארומגענומען, איך ווייס נישט פארוואס, איך גיי נישט קיין סאך אין יאוואשנא, אבער דאס הארץ גייט אויס פארן רב.

ברוך דיין האמת

אביונה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די הספד פינעם רב ?


818 ביי קוח"ה טעלעפאון

מה זה?
מוחות הדתות?


וואס ברויך מען דריקן פאר 818???

845-363-8800
718-362-8800

יישר

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:38 pm

קול מטר השמים
718-664-6060

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:42 pm

מ'קען צוגייען הערנדיג די ריינע ווערטער פונעם רב שליט"א ביי זיי הספד, ער הייבט אן די געוואלדיגע פארלוסט ווי ער פלעגט יעדעס מאל פאר ער פלעגט אראפגיין זאגן של"ש תורה אדער דאווענען פארן עמוד איר געבעטן זי זאל מתפלל זיין אז ער זאל קענען זאגן אמת'ע דיבורים פארן באשעפער... אם אבן הוא נימוח.. אונז קענען גארנישט משיג זיין די גדלות פון דעם איד, ער וויינט ביתי ריקם אבער פאר אסאך א טיפערע און העכערע סיבה עפעס הימלדיג און הייליג...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

לב בשר
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:47 pm

שמארטיקל האט געשריבן:ס'הארץ רייסט...

א שטארקע טרויער האט מיר ארומגענומען, איך ווייס נישט פארוואס, איך גיי נישט קיין סאך אין יאוואשנא, אבער דאס הארץ גייט אויס פארן רב.

ברוך דיין האמת

אביונה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די הספד פינעם רב ?


818 ביי קוח"ה טעלעפאון

מה זה?
מוחות הדתות?


וואס ברויך מען דריקן פאר 818???

גא״מ כ׳גיי גאנץ ווייניג אהין, און ס׳טוט מיר אזוי וויי!

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:50 pm

דודהמלך האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:דער רביצין וואלט זיכער נישט געגליכן דער טראלעריי דא.

ביליאן פערצענט!

מנהלים, ביטע מעקן די תגובות וואס האב נישט קיין שייכות, אדער וואס ברענגן איר נישט קיין כבוד.

די רעבעצן איז געווען גאר א דערהויבענע,ווארימע און אריסטעקראטישע פרוי, אין ס'איז א בישה אנציחזרן די אשכול מיט דברים של מה בכך.

ישר כח


רט אינטערסאנט וואס די מנהלים פארזעין דא

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:52 pm

לב בשר האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:ס'הארץ רייסט...

א שטארקע טרויער האט מיר ארומגענומען, איך ווייס נישט פארוואס, איך גיי נישט קיין סאך אין יאוואשנא, אבער דאס הארץ גייט אויס פארן רב.

ברוך דיין האמת

אביונה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די הספד פינעם רב ?


818 ביי קוח"ה טעלעפאון

מה זה?
מוחות הדתות?


וואס ברויך מען דריקן פאר 818???

גא״מ כ׳גיי גאנץ ווייניג אהין, און ס׳טוט מיר אזוי וויי!

יא דער אמת טוט וויי,
דער יאוואדזשנער רב שליט"א, איז דאך אמת בלתי לה' לבדו, א חסיד ופרוש אמיתי, האט מיטן פאלשן עולם הזה גארניקס... [יאך גיי ליידער אויך ווייניג אהין..]

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:00 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'קען צוגייען הערנדיג די ריינע ווערטער פונעם רב שליט"א ביי זיי הספד, ער הייבט אן די געוואלדיגע פארלוסט ווי ער פלעגט יעדעס מאל פאר ער פלעגט אראפגיין זאגן של"ש תורה אדער דאווענען פארן עמוד איר געבעטן זי זאל מתפלל זיין אז ער זאל קענען זאגן אמת'ע דיבורים פארן באשעפער... אם אבן הוא נימוח.. אונז קענען גארנישט משיג זיין די גדלות פון דעם איד, ער וויינט ביתי ריקם אבער פאר אסאך א טיפערע און העכערע סיבה עפעס הימלדיג און הייליג...

ווען מען הערט די בכיות איבער א אמת'ע הרהור תשובה אין די טעג בעת הספדו קען דאס הארץ ממש צוגיין

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:09 pm

יא!! די ריינע צורה פונם רב, די טיפע אמתדיגע אויגן און הארץ פונם רב בעטענדיג זיך זי זאל איינריסן אויבן ער זאל האבן א אמתדיגע הרהור תשובה, האט צוריסען די הערצער, קאנעס פון טרערען האט זיך געגאסן פונם עולם! אזוי אויך ווען ער האט געשריגען ביתי ריקן!!! ער פלעגט נישט אראפגיין צו שלש סעודות פארן נעמען א ברכה פון איר...בכיות נוראות האט זיך אפגעטוהן.

רבי יוסף חיים גרינוואלד האט נאכדעם געזאגט אז די רב זאגט ביתי ריקן, אבער ס'איז בכלל נישט ריקן, ער האט טויזענטער תלמידים הקרוים בנים

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:11 pm

יישר כח באשעפער האט געשריבן:נישט געוויסט ווי גרויס יאוואשנא איז אויב איינער קען אביסעל אויסשמוסען אלעס ארום די קהילה מיט זייער חושב'ע מנהיג שליט"א


פאר ווער עס ווייסט נישט. רבי טודרוס זילבער שליט"א איז פון די שענסטע תלמידים פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, ער איז א פייערדיגע קאכעדיגע איד (לאמיר זאגן לדוגמא, אזוי ווי רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, נאר אויף א סאטמאר שטייגער וד"ל) וואס איז איין שטיק תורה מיט עבודה אויפ'ן העכסטן שטייגער, זיינע תפילות זענען מיט אן אויסטערלישע ברען און ווארימקייט אזש א שטיין קען צוגיין פון די טיפע התעוררות.

ער וואוינט אין וויליאמסבורג, און ער פירט דארט אן מיט א בית המדרש וקהילה, אן קיין מוסדות, אבער האט הונדערטער אידן וואס ווייקן זיך ביי אים. ער איז מער אזא סארט מנהיג ווי א משפיע, אבער דאך רעכנט מען זיך זייער שטארק מיט זיין מיינונג אין אלע סארט עניני הדת והתקופה.

דאס איז ארויסגעברענגט אויפ'ן שפיץ גאפל פאר איינער וואס קען אים נישט.
לעצט פאראכטן דורך עפל קאמפאוט אום זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:15 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
יישר כח באשעפער האט געשריבן:נישט געוויסט ווי גרויס יאוואשנא איז אויב איינער קען אביסעל אויסשמוסען אלעס ארום די קהילה מיט זייער חושב'ע מנהיג שליט"א


פאר ווער עס ווייסט נישט. רבי טודרוס זילבער שליט"א איז פון די שענסטע תלמידים פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, ער איז א פייערדיגע קאכעדיגע איד (לאמיר זאגן לדוגמא, אזוי ווי רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, נאר אויף א סאטמאר שטייגער וד"ל) וואס איז איין שטיק תורה מיט עבודה אויפ'ן העכסטן שטייגער, זיינע תפילות זענען מיט אן אויסטערלישע ברען און ווארימקייט אזש א שטיין קען צוגיין פון די טיפע התעוררות, ער איז מער אזא סארט מנהיג ווי א משפיע, אבער דאך רעכנט מען זיך זייער שטארק מיט זיין מיינונג אין אלע סארט עניני הדת והתקופה.

דאס איז ארויסגעברענגט אויפ'ן שפיץ גאפל פאר איינער וואס קען אים נישט, נישט זייענדיג אויפגעוואקסן אין סאטמאר.

אויך א געוואלדיגער בעל מחשבה ומח, יעדעס ריר זיינער איז דורכגעטראכט בהתבוננות עמוק, לעבט אויף לחם צר ומים לחץ, כמעט נישט נהנה פונם עוה"ז כאצבע קטנה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: alpinest, Graphic24, Williamsburg, א. לערנער, ווער איז דאס, ותיק וחסיד, זזה, יוסף פריעדמאן, מזי רעב, עירמאנט'ער, פאלקס קיך, ר' זעקל, שופר און 60 געסט