בד"ה: הרבנית הצדיקת מרת ליבא אסתר זילבער ע"ה מיאוואזשנא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלבערט איינשטיין
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 2:08 pm

בד"ה: הרבנית הצדיקת מרת ליבא אסתר זילבער ע"ה מיאוואזשנא

תגובהדורך אלבערט איינשטיין » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:10 pm

ברוך דיין האמת הרבנית הצדיקת מרת ליבא אסתר בת הגה"צ רבי יצחק זאב ע"ה, אשת חבר של כ"ק מרן אדמו"ר מיאוואזשנא שליט"א,
אויסגכהויכט איר נשמה שב"ק פרשת כי תבא כ"א אלול תשע"ט לפ"ק אין די עלטער פון 67 ,
באריכט מיט פאסיגע דברי הערכה וועט נאכפאלגן,
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

תגובהדורך היט-אפ מויל & קיפעד » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:12 pm

ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש״ק

תנצבה

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:15 pm

פרטי הלוויה?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אלבערט איינשטיין
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 2:08 pm

תגובהדורך אלבערט איינשטיין » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:17 pm

מארגן 9:00

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:27 pm

בד"ה.
נישט משיג צו זיין וויאזוי זי האט זיך מקריב געווען פאר איר געהויבעם מאן יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מיאוואזשנא שליט"א ,
זייענדיג א אשה מחוכמת האט זי משיג געווען גדלותו אין האט במסירת נפש ממש אכטונג געווען אז ער זאל קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:43 pm

אוועק היינט שבת. איר געהויבענער מאן האט נישט פארלאזט קיין טרער ביזן זמן מוצאי.
דער באשעפער זאל אים טרייסטן מיט די גאנצע משפחה

yerushalmi
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 5:01 pm

תגובהדורך yerushalmi » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:46 pm

מען לייגט איר אין די נייע ביה"ח אין קרית יואל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:47 pm

אוי ברוך דיין האמת, ס'זייער א שווערע קלאפ פארן רב שליט"א, השי"ת זאל איהם מנחם זיין.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

zwe
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 26, 2018 3:14 pm

תגובהדורך zwe » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:52 pm

לוי אין בית המדרש הגדול יאווזשנא מארגן 9 צופרי .. בדרכה לבית החיים החדש בקרית יואל. . בשורות טובות
לעצט פאראכטן דורך zwe אום מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

yerushalmi
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 5:01 pm

תגובהדורך yerushalmi » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:53 pm

זי איז געווען א שוועסטער פאר יבלח"ט ר' מנשה אב"ד גרינוויל ר' שם טוב מחשובי חסידי סאטמאר וומס"ב ר'שלמה מיכאל מראשי כולל שומרי החומות ר' ארי' לייב פון קרית יואל ר'דוד הערש ע"ה ר' מנחם יושע ע"ה.
לעצט פאראכטן דורך yerushalmi אום מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:06 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:54 pm

yerushalmi האט געשריבן:זי איז געווען א שוועסטער פאר יבלח"ט ר' מנשה אב"ד גרינוויל ר' שם טוב מחשובי חסידי סאטמאר וומס"ב ר'שלמה מיכאל מראשי כולל שומרי החומות.

און ווער זענען די שוועסטערס?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:54 pm

אשת ר׳ פישל שמעלצער
א שוועסטער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:09 pm

yerushalmi האט געשריבן:זי איז געווען א שוועסטער פאר יבלח"ט ר' מנשה אב"ד גרינוויל ר' שם טוב מחשובי חסידי סאטמאר וומס"ב ר'שלמה מיכאל מראשי כולל שומרי החומות ר' ארי' לייב פון קרית יואל ר'דוד הערש ע"ה ר' מנחם יושע ע"ה.

וואס איז געווען איר פאזיציע ביי בי ענד עיזש? כ'האב אמאל געהערט אז זי האט קעיר גענומען פון די רוחניות פון די מיידלעך
לעצט פאראכטן דורך דריידל אום מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:10 pm

יאפ. א געזונטן פראסק לכבוד א' סליחות. לאמיר תשובה טון בעפאר די מצב ווערט נאך ערגער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

yerushalmi
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 5:01 pm

תגובהדורך yerushalmi » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:12 pm

לכאורה וועט נישט זיין קיין סליחות אין יאווזשנע מארגען
לעצט פאראכטן דורך yerushalmi אום מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:28 pm

אידישע מוח האט געשריבן:אשת ר׳ פישל שמעלצער
א שוועסטער

משפחה מיט ר' חיים פון וויליאמסבורג?

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:43 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
אידישע מוח האט געשריבן:אשת ר׳ פישל שמעלצער
א שוועסטער

משפחה מיט ר' חיים פון וויליאמסבורג?

יא, ברידער מיט ר׳ חיים. א חשוב׳ע איד א תלמיד חכם.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:50 pm

zwe האט געשריבן:לוי אין בית המדרש הגדול יאווזשנא מארגן 9 צופרי .. בדרכה לבית החיים החדש בקרית יואל. . בשורות טובות

פארוואס נישט היינט נאכט ?

yerushalmi
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 5:01 pm

תגובהדורך yerushalmi » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:57 pm

מאנכע זאגען וועגן די דעד סערטיפיקעט מאנכע זאגען אז די עולם וואלט זיך געיאגט היינט נאכט

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 12:08 am

ברוך דיין האמת! סהארץ גייט אויס פאר די צער פון אחד מגדולי המשפיעים בדורינו כ״ק הגה״צ מיאוואשנע שליט״א וואס האט פארלורן זיין לעבנס באגלייטער לדאבון לב כל הקהילה.
די יאוואשנע רעבצין ע״ה איז געווען א אשה חכמת און געטריי פאר איר געהויבענע מאן מיט מסירת נפש ממש!!
מהעט מוזן ממשיך זיין אנדערע מאל

אמסטערדאם
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 11:45 am

תגובהדורך אמסטערדאם » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 12:10 am

די רביצין איז אוועק אין שטוב און געליגן אין ווייבער שול איבער שבת

איר ברודער הגה״צ אב״ד גרינוויל איז דא געווען אויף שבת

קהל יאוואשנא האט אפגעקויפט צענדליגע חלקות אין בית החיים אין קרית יואל

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:06 am

די רב שליט"א איז אריינגעקומען צי של"ס ביזן זמן ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

zwe
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 26, 2018 3:14 pm

תגובהדורך zwe » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:12 am

י

איך הער נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

תגובהדורך איך הער נישט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:17 am

maybeeynot האט געשריבן:די רב שליט"א איז אריינגעקומען צי של"ס ביזן זמן ?

יאפ אויך געדאווענט צופרי פארן עמוד כאולי לא היה
ווען ביים טיר זענען געשטאנען מענטשן און אנגעזאגט כהנים נישט אריינצוקימען
אומבאשרייבליכע גבורת הנפש

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:19 am

א חשוב'ער מתפלל הביהמ"ד גיבט איבער גאר שיינע זכרונות אויף קול מבשר 1-1-4


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט