פרעזידענט טראמפ אימפיעטשט אלס רעזולטאט פון אוקריינע סקאנדאל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:33 pm

זי רעדט מיט אייפער, אפשר גערעגט, אבער אינטיליגענט.... ווען דער רויטער ווערט אין כעס רעדט ער דאך ווי א קינד פון 3 יאר וואס טענטרומט.
לעצט פאראכטן דורך Goodmorning אום דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:34 pm

ניטאמאל איז איינגעפאלן פאר קעווין מעקארטי, וועם מען האט געפרעגט ביי זיין פרעסע קאנפרענץ אויב ער גלייבט פעלאוסי אז זיי האט נישט פיינט טראמפ, אז עס איז געווען א שוואכע מינוט פון פעלאוסי.

אויך איז עס נישט איינגעפאלן פאר קיין איין רעפאטער אויפן פלאץ.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

בלינצע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:35 pm

יש ברירה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פאר די רעקארד, פאר אנדערע וואס האבן נישט געהערט דעם אויסטויש, דיין באשרייבונג איבער דעם אינצידענט קעפטשערד נישט וואס האט פאסירט.

פעלאוסי איז געווען גאר גוט, און איר ענטפער איז געווען ספעקטעקיולער!


Hua!?
ווען ס׳וואלט געווען טראמפ וואלט עס געהייסן ״געסנעפּט״.

וירא הקהל וישפוט.

דראפבאקס

דאס וואס דו ברענגטס איז אויך גוט, אבער עס האקט זיך אפ פאר איר ענטפער...

סארי אבער מיר האבן נישט קיין קהל וואס זאל משפט'ן איין וועג אדער א צווייטע... יעדער קען אליינס באשליסן לויט זיין אגענדע. איי דא דע סעים... איך האב נאר נישט געוואלט אז מען זאל בויען א באשלוס אויף דיין דיסקריפשען פון די איווענט.

געסנעפט, ווייל זי האט געזאגט 'איך האס נישט קיינעם', איז א חידוש. באט דען עגען דעטס מי...


די ענטפער אז טראמפ איז א "קאוערד" איז וואס דו רופסט "ספעקטעקיולער"?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:37 pm

ציטאטן פונעם סענטרי:

יש ברירה האט געשריבן:סארי אבער מיר האבן נישט קיין קהל וואס זאל משפט'ן איין וועג אדער א צווייטע... יעדער קען אליינס באשליסן לויט זיין אגענדע. איי דא דע סעים... איך האב נאר נישט געוואלט אז מען זאל בויען א באשלוס אויף דיין דיסקריפשען פון די איווענט.


צל עובר האט געשריבן:ווען עס וואלט געווען טראמפ וואלט עס געווען געסנעפט, און ביי פעלאוסי איז עס פעשאן.


;l;p-

יעדער קען אראפלייגן די געווער, קיינער מיינט נישט קיינעם. שלום על ישראל, און ווען משיח וועט קומען וועט ער וויסן מיט די פינגער דעיס זענען די ניקס..
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

שׁטילער
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

תגובהדורך שׁטילער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:37 pm

צל עובר האט געשריבן:אה, אקעי, איך זעה עס דא די ערשטע מאל.

אבער עס מאכט סענס, מען האט שוין דעמאלטס געזען אז אימפיעטשמענט איז נישט צו פאפעלער אין די סווינג סטעיטס, און איך מיין אז מען האט עס באריכטעט.

חוץ מזה, יעדער ברענגט וועלכע נייעס ער וויל.

@הכל הבל למשל, ברענגט בעצם זייער ווייניג וועגן אימפיעטשמענט.


די נער זאל ארויסגיין פין מקוה... :wink:
ווער זאגט כהאב דיר געמיינט?

אבער יא דאס האב איך טאקע געוואלט ארויסברענגן! יעדער ברענגט וואס ער וויל! אפילו פאולס ברענגט מען נאר וואס מהאט ליב

עגען איך בין נישט אנדערש כהאב דשאסט געהיילייט א פוינט

און טאקע שכח צל פארן זיין פין די גרעסטע נייעס ברענגערס דא אויפן וועלטל אפילו איך עגרי נישט מיט דיינע אפיניענס רוב מאל
לעצט פאראכטן דורך שׁטילער אום דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:47 pm

צל עובר האט געשריבן:
חוץ מזה, יעדער ברענגט וועלכע נייעס ער וויל.

@הכל הבל למשל, ברענגט בעצם זייער ווייניג וועגן אימפיעטשמענט.

---------------------


מיין ניק איז געווארן ערווענט און איך וואלט געוואלט קורצליך רעאגירן
איך רעד ווייניג איבער אימפיטשמענט צוליב וואס עס איז א טעמע וועלכע ווערט נאכגעפאלגט און טאקע פון די נאנט דורך מערערע און דעטאלן ווערן צייטליך באריכטעט דורך אסאך שרייבער ותהי משכורתם שלימה (און די טערמין האקט ווערט אפט באנוצט)..
אויסער דעם גלייך איך ווייניגער אריינצוטשיפן תגובות אין אשכולות וועלכע איז א געמיש פון באריכטן און ענדלאזע ארגומענטן (איך זעלבסט קען אמאל ווערן פארמישט אין א לענגערע הין און צוריק אבער עס פאסירט ווייניגער אפט)
דעריבער איז קלאר אז איך האלט מיך נישט צוריק פון באריכטן איבער אימפיטשמענט ווייל די טעמע איז נעגאטיוו פאר טראמפ ווייל גענוג און נאך נייעסלעך איז גונסטיג פארן פרעזידענט און אויך יענץ סמכתי על אחרים לבשרן

בלויז אלץ ביישפיל: פריער ווען רב צל האט פארשטאנען אז די נייע אנקעטע עוורידזש איז פון די טיימס און עס איז קיין נייעס האט איך געליינט זיין תגובה גראד ווען עס איז אריינגעקומען און פארשטאנען אז ער האט נאכנישט געהערט פון די פרישע וואשינגטאן פאוסט אנקעטע עוורידזשאיך האב עס אפילו אים געטראכט פון שיקן אין אישי למען כבודו אבער דאן באשלאסן אז פון די אנגעלייגטע ניק אנווזענהייט אין דעם אשכול וועט עימיצער סייווי בליץ שנעל אויסקלארן אז מען רעדט פון די פאוסט וכן הוה
איך האב גראדע יא געזעהן עטליכע קאמענטארן פון סענאטארן איבער זייער מיינונג און גרייטקייט צו אראפרופן די ביידנס און געהאלטן אז דאס איז שוין יא עטוואס נייעס וועלכע קען ווערן פארזעהן און טראגט פארט רעלעוואנץ און איך האב עס באריכטעט טאקע נישט אין דעם אשכול נאר אריבער אין די נאטיצן פון סענאט אשכול ווי באריכטן ווערן טאקע דיסקוסירט אבער ווערן נישט פארשוועמט אין א וואנע פון ארגומענטן

ואגב, איך האב שוין גענוג און נאך נייעס באריכטעט אויפן וועלטל נעגאטיוו אויפן פרעזידענט
יישר כח פארן מיר לאזן זיך ערקלערן

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:51 pm

קיינער האט נישט געזאגט אז וועגן עס איז נישט גוט פאר טראמפ, פשוט אז דו ווילסט נישט.

והא ראי', אז די גוטע נייעס פאר טראמפ בנוגע אימפיעטשמענט, באריכט איר אויך נישט.

נאכמער, אפילו אין אימפיעטשמענט האט איר באריכטעט וועגן וואס קונס זאגט וועגן רופן ביידן, וואס איז לכאורה נעגאטיוו פאר טראמפ, און נישט אז מעקארטי האט געהאט א געלונגענע פרעסע קאנפרענץ.

בד"וו, ישר כח פארן ארויסברענגן אז איך האב טאקע נישט געוואוסט פון די וואפ"א אנקעטע.

נישט אז איך וואלט עס באריכטעט, מסתמא נישט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:54 pm

יש ברירה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קראך!

איינער האט שוין אמאל געזעהן א ראַט זיך שלאגן מיט א קאץ?..

פעלאוסי איז היינט - אויפן וועג ארויס פון געבן איר סטעיטמענט ווי זי האט אפציעל געבעטן די קאמיטעי׳ן זאלן פיילן ארטיקלס אוו אימפיטשמענט - געפרעגט געווארן דורך NBC’s ריפארטער אויב ״זי האט פיינט דעם פרעזידענט״ [?].

פעלאוסי איז געווארן זייער אין כעס, זי האט זיך צוריקגעדרייט און געוויזן מיטן פינגער...

פעלאוסי: ״איך האב נישט קיינעם פיינט, קיינעם אויף די וועלט, דו זאלסט מיר נישט באשילדיגן מיט אזאנע זאכן״..

ריפארטער: איך באשילדיג נישט.

פעלאוסי: דו האסט יא! ווייזענדיג מיטן פינגער.

ריפארטער: כ׳האב ס״ה געפרעגט א שאלה, און אזוי האבן אבער הויז מעמבערס געזאגט נעכטן ביים הירינג, און איך האלט ס׳איז א יושר׳דיגע נקודה״.

פעלאוסי: דו זאלסט נישט אויפמעסן מיט מיר, שטאנען?״

#סטעיבל דזשיניעס׳טע

פאר די רעקארד, פאר אנדערע וואס האבן נישט געהערט דעם אויסטויש, דיין באשרייבונג איבער דעם אינצידענט קעפטשערד נישט וואס האט פאסירט.

פעלאוסי איז געווען גאר גוט, און איר ענטפער איז געווען ספעקטעקיולער!



פאר די רעקארד, איי דיסעגרי... זי איז געווען צושאקלט, שטארק גערעגט... זאג נישט העיט אין די זעלבע סענטענס ווי דו דערמאנסט מיך... זי האט זיך געשאקלט און געמוטשעט מיט ווערטער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:55 pm

צל עובר האט געשריבן:נישט אז איך וואלט עס באריכטעט, מסתמא נישט.

מדוע?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:56 pm

ווייל לעצטענס ברענג איך נישט רובא דרובא אנקעטעס, און אודאי נישט די וואס איך וואלט געקענט באשטיין אז עס זאל זיין אנדערש.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

שׁטילער
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

תגובהדורך שׁטילער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:58 pm

הבל אינטערעסאנט איך האב נישט געטראכט אז די ליינסט דא
זעלטן וואס די שרייבסט און דעם אשכול

די האסט א שטארקן כח המעצר

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 1:58 pm

צל עובר האט געשריבן: אודאי נישט די וואס איך וואלט געקענט באשטיין אז עס זאל זיין אנדערש.

הממ...צל?..דאס ביזטו? דער פון אמאל?

שׁטילער
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

תגובהדורך שׁטילער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:01 pm

צל עובר האט געשריבן:ווייל לעצטענס ברענג איך נישט רובא דרובא אנקעטעס, און אודאי נישט די וואס איך וואלט געקענט באשטיין אז עס זאל זיין אנדערש.

פאר א שטיק צייט איז מיין בליק געווען אויף דיר אז אפילו ביזט א שחארקע טראמפּ העיטר
דאך ברענגסטו אלע נייעס בעיקר פאולס איך געדענק די פלעגסט ברענגן אסאך פאולס

הבל האקט די זעלבע פוינט
לעצט פאראכטן דורך שׁטילער אום דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:02 pm

צל עובר האט געשריבן:ווייל לעצטענס ברענג איך נישט רובא דרובא אנקעטעס, און אודאי נישט די וואס איך וואלט געקענט באשטיין אז עס זאל זיין אנדערש.

איך וויל דיר אפלאדירן פאר דיין אויפריכטיגקייט אבער דאך...

ביזטו נישט פון די מער ערוואקסענע דא?

באריכטן עפעס וואס דו האסט געוואלט עס זאל זיין אנדערש איז דיר טאקע אומבאקוועם?

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:07 pm

Goodmorning האט געשריבן:זי רעדט מיט אייפער, אפשר גערעגט, אבער אינטיליגענט.... ווען דער רויטער ווערט אין כעס רעדט ער דאך ווי א קינד פון 3 יאר וואס טענטרומט.

עני לינק
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:08 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פאר די רעקארד, פאר אנדערע וואס האבן נישט געהערט דעם אויסטויש, דיין באשרייבונג איבער דעם אינצידענט קעפטשערד נישט וואס האט פאסירט.

פעלאוסי איז געווען גאר גוט, און איר ענטפער איז געווען ספעקטעקיולער!


Hua!?
ווען ס׳וואלט געווען טראמפ וואלט עס געהייסן ״געסנעפּט״.

וירא הקהל וישפוט.

דראפבאקס


קומט נישט צו אפילו א טיפה מן הים צו די שווערע און ווילדע אויסבראכן פון ד. טראמפ.


העי וודאי נישט קיינער קומט נישט צו צו דאנעלד ... און ווען ער טוט דאס איז עס כאטש צו די זאך .... אבער איין נארמאלע לפי תומו קשיא זאל אזוי ארויסנעמען באבי פון די כלים איז העכסט באדייטענד

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:09 pm

שׁטילער האט געשריבן:הבל אינטערעסאנט איך האב נישט געטראכט אז די ליינסט דא
זעלטן וואס די שרייבסט און דעם אשכול

די האסט א שטארקן כח המעצר


RT

הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן: אודאי נישט די וואס איך וואלט געקענט באשטיין אז עס זאל זיין אנדערש.

הממ...צל?..דאס ביזטו? דער פון אמאל?


ניין, אמאל פלעג איך זיך פירן צו ברענגן ווי מיר נייעס, נאט עני מאר, יעצט פיר איך זיך צו ברענגן נאר נייעס וואס כאפט מיר, און בד"וו, עס פעלט אויס אסאך ווייניגער ווי אמאל, וועגן מען שטעלט ברוך השם צו קאקאש דא.

שׁטילער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווייל לעצטענס ברענג איך נישט רובא דרובא אנקעטעס, און אודאי נישט די וואס איך וואלט געקענט באשטיין אז עס זאל זיין אנדערש.

פאר א שטיק צייט איז מיין בליק געווען אויף דיר אז אפילו ביזט א שחארקע טראמפּ העיטר
דאך ברענגסטו אלע נייעס בעיקר פאולס איך געדענק די פלעגסט ברענגן אסאך פאולס

הבל האקט די זעלבע פוינט


אמאל פרעג איך ברענגן אלע אנקעטעס, אבער מאיזה סיבה שהוא, טו איך עס שוין נישט היינט, איך לאז אנדערע ברענגן אנקעטעס, איך האב אויך נישט געברענגט די היינטיגע מארנינג קאנסאולט לויט וואס טראמפס עפראוועל איז מיינוס 14 אין וויסקאונסין. [וואס בד"וו, מאכט קיין סאך סענס.] וכדומה.

הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווייל לעצטענס ברענג איך נישט רובא דרובא אנקעטעס, און אודאי נישט די וואס איך וואלט געקענט באשטיין אז עס זאל זיין אנדערש.

איך וויל דיר אפלאדירן פאר דיין אויפריכטיגקייט אבער דאך...

ביזטו נישט פון די מער ערוואקסענע דא?

באריכטן עפעס וואס דו האסט געוואלט עס זאל זיין אנדערש איז דיר טאקע אומבאקוועם?


פארוואס זאל איך עס יא טאן?

און ניין, איך בין נישט ממש פון די ערוואקסענע דא, איך קען אזוי עקטן ווען עס פעלט אויס, און איך פלעג אזוי טאן.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

שׁטילער
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

תגובהדורך שׁטילער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:11 pm

איך בין געווען שטארק סורפרייזט אז די פאוסט עוורידש איז נישט געווארן ריפארטעד דא

איך מיין עס איז שוין צוויי טאג אלט
סאיז גאר גינסטיגע נאמבערס פארן פרעזידענט! מקען אפילו זאגן אז דאס ווייזט אז אימפיטשמענט גייט בעקפייערן פאר די דעמאקראטן און די גאר וויכטיגע סווינג שטאטן!

טאקע וועגן דעים האב איך מיך געווינדערט אז די געווענליכע אנקעטע ברענגערס האבן עס אויסגעלאזט/פארגעסן
יעדע נערישע אנקעטע איז געווארן געברענגט דא

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:12 pm

צל עובר האט געשריבן:און ניין, איך בין נישט ממש פון די ערוואקסענע דא, איך קען אזוי עקטן ווען עס פעלט אויס, און איך פלעג אזוי טאן.


מ׳קען נישט עקטן ערוואקסן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:12 pm

אקעי, דא איז די פאוסט ארטיקל...
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 9V&ampcf=1
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:15 pm

צל עובר האט געשריבן:ניטאמאל איז איינגעפאלן פאר קעווין מעקארטי, וועם מען האט געפרעגט ביי זיין פרעסע קאנפרענץ אויב ער גלייבט פעלאוסי אז זיי האט נישט פיינט טראמפ, אז עס איז געווען א שוואכע מינוט פון פעלאוסי.

אויך איז עס נישט איינגעפאלן פאר קיין איין רעפאטער אויפן פלאץ.


וודאי נישט ווער האט דען פיינט פעלאוסי .... נעבעך די געלעכטער פון שטאט אן קיין ציינער מיט געבונדענע הענט צו דעם ליימענעם שיף

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:17 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פאר די רעקארד, פאר אנדערע וואס האבן נישט געהערט דעם אויסטויש, דיין באשרייבונג איבער דעם אינצידענט קעפטשערד נישט וואס האט פאסירט.

פעלאוסי איז געווען גאר גוט, און איר ענטפער איז געווען ספעקטעקיולער!


Hua!?
ווען ס׳וואלט געווען טראמפ וואלט עס געהייסן ״געסנעפּט״.

וירא הקהל וישפוט.

דראפבאקס


זי פירט אויס אז זינט די איז קאטויליק עקסיזטירט נישט ביי איר אזא דאך ווי פיינט האבן איינעם און אז סאיז מתפלל פארן פרידן פונעם פרעזידענט יעדן טאג
מיט אזעלכע פריינד...

שׁטילער
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

תגובהדורך שׁטילער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:19 pm

פארגעסטס נישט נעשענעל פאולס מאכט בכלל נישט אויס! קלינטאן איז געווען שטערקער נאציאנאל און טאקע געוואנען די פאפעלער וואוט!

וואס מאכט אויס איז טאקע די סווינג שטאטן פאולס, דעיס דארף טראמפּ צי געווינען, און דארט זענען די נאמבערס גיט פאר אים!

עגען ווען די נאבערס זענען ווען פארקערט וואלט מען געמאכט א לענגס און א ברייטס דערפון דא
לעצט פאראכטן דורך שׁטילער אום דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:19 pm

צל עובר האט געשריבן:
און ניין, איך בין נישט ממש פון די ערוואקסענע דא, איך קען אזוי עקטן ווען עס פעלט אויס, און איך פלעג אזוי טאן.

ערוואקסן האב איך געמיינט בדעת נישט מיט די יארן,און איך גלויב אז דו וועג ווי אוזוי די פלעגסט זיך אהערשטעלן דא בעבר איז געווען מער צום טעם פון מערסטנס ליינער און שרייבער אויף ביידע זייטן פון פאליטיק
געוויס איז דיין באשלוס צו שרייבן ווי אזוי דו ווילסט אבער אויב די מיינונג פון די ליינער פון דיינע תגובות איז דיר רעלעוואנט גלויב איך (נישט קיין פאקט, בלויז מיין מיינונג..) אז רובא דרובא וואלטן בעפארצוגט דיין אלטן סטיל

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:24 pm

זעיט אויס אז דער צל זאל זיין עובר נעמט אביסעלע לענגער ער דארף ווען זיך לערנען אז הכל הבל...........


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, אמאל געווען, באדראג-קערעסטיר, דוד גרינבערג, טעם וריח, קו הישר, קראכטס אלע, שכל טוב, שרייזשע און 74 געסט