טראמפ - אוקריינא - וויסעל בלאוער פרשה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:36 pm

טראמפ האט געפאוסט א ווידיאו ווי ביידען זאגט ליגנט אז ער האט נישט מיט געהאלטן מיט זיין זון'ס האנדלן אין אויסלאנד און ווי זיין זון זאגט אז ער האט יא גערעד מיט אים

היינט האט טראמפ געפאוסט א ווידאו ווי ביידען זאגט ליגנט אז ער האט נישט מיט געהאלטן מיט זיין זון'ס האנדלן אין אויסלאנד און די אנדערע חלק ווידיאו זעהט מען זיי צוזאמן די ביידענס מיט אן אוקריינעשע עקזעקיוטיוו פון די געז קאמפעני און עס האט א מוגזמדיגע נאומבער פון לייקס

אוועטאר
ביידען2020
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

ביידען'ס מאכטפולע אדרעס צום לאנד

תגובהדורך ביידען2020 » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:51 pm

דזשאו ביידען האט יעצט ביינאכט צום ערשטן מאל אדרעסירט דער טראמפ סקאנדאל ביי א מאסן ראלי אין נאוואדע, א רעדע וואס איז מיטגעהאלטן געווארן ליוו דורך שווערע מיליאנען איבערן לאנד, ווי א CNN רעפארטער האט עס באצייכנט 'דער אקטאבער דעבאטע', און לויט די ערשטע קאמאנטארן נאך די רעדע קוקט אויס אז דאס האט זעלטן גוט אויסגענומען ביי אמעריקאנע בירגער
פאליטישע קאמנטירער האבן געשריבן נאך די רעדע אז אמעריקאנער רייבן זיך די אויגן ווי נאך א לאנגע טיפע שלאף, שוין לאנג נישט געהערט א פרעזעדענליכע רעדע, צום פינטל, ווי א ריכטיגע אמעריקאנע פאטריאט רעדט, זיי זענען שוין נעבעך צוגעוויאונט צו א שפראך פון ערשטע גרעיד קינדער ארויס פון ווייסן הויז'
דער רעדע איז ערווארטעט דראסטיש צו הייבן דזשאו אין די אנקעטע ציפערן
אויב איינער האט א קליפ דערפון, אדער קען ברענגען ציטאטן, וואלט איך אים דאנקבאר געווען
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן


טראמפ טיילט פאר יעדן צו נעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"

דזשאו ביידען, נאוועמבער 2019

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:53 pm

ס'איז מיר א שטארקע הנאה צו זען אז אלץ ערגער ס'ווערט די סקאנדאל אלץ מער אימשילדיג איז ער ביי זייער נאכפאלגער. זעט אויס אז דאס איז די לעצטע מיטל...

אוועטאר
ביידען2020
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

תגובהדורך ביידען2020 » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:55 pm

דער ציטאט וואס איז געזען געווארן דאס מערסטע איבערן לאנד

לויט ווי מען שאצט מער ווי וויפיל נאכפאלגער טראמפ האט אויף טוויטער


“Let me make something clear to Trump and his hatchet men and the special interests funding his attacks against me – I’m not going anywhere. “You’re not going to destroy me. And you’re not going to destroy my family. I don’t care how much money you spend or how dirty the attacks get."
לעצט פאראכטן דורך ביידען2020 אום מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן


טראמפ טיילט פאר יעדן צו נעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"

דזשאו ביידען, נאוועמבער 2019

אוועטאר
ביידען2020
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

תגובהדורך ביידען2020 » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:55 pm

א אנדערע ציטאט פון דער מאכטפולער אדרעס

"I’m not backing down. And I’m not going to be distracted by the lies, smears, distortions and name calling. I’m going to let Congress do its job on impeachment. And I’m going to stay focused on your lives,”.
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן


טראמפ טיילט פאר יעדן צו נעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"

דזשאו ביידען, נאוועמבער 2019

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:59 pm

בכלל נישט עפעס צו קנאקעדיגע היט ליינס אויב דו פרעגסט מיר.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:00 pm

קיינער באריכטעט נישט אבער די רעדע

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:01 pm

ביידען2020 האט געשריבן:דער ציטאט וואס איז געזען געווארן דאס מערסטע איבערן לאנד

לויט ווי מען שאצט מער ווי וויפיל נאכפאלגער טראמפ האט אויף טוויטער


“Let me make something clear to Trump and his hatchet men and the special interests funding his attacks against me – I’m not going anywhere. “You’re not going to destroy me. And you’re not going to destroy my family. I don’t care how much money you spend or how dirty the attacks get."

מיר איז דאס מערסטע געפאלן דעם שורה: And you’re not going to destroy my family
ווי באקאנט זענען די דעמאקראטן זייער אפגעהיטן און ארנטליך אין דעם נושא.
ווייל ער איז א דרשו איד!

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:02 pm

ביידען2020 האט געשריבן:דער רעדע איז ערווארטעט דראסטיש צו הייבן דזשאו אין די אנקעטע ציפערן

אויב איז די פאלגענדע די שטערקסטע ליין פון אים היינט נאכט דאן האב איך מורא ער בלייבט ווי ער איז...
ביידען2020 האט געשריבן:דער ציטאט וואס איז געזען געווארן דאס מערסטע איבערן לאנד

לויט ווי מען שאצט מער ווי וויפיל נאכפאלגער טראמפ האט אויף טוויטער


“Let me make something clear to Trump and his hatchet men and the special interests funding his attacks against me – I’m not going anywhere. “You’re not going to destroy me. And you’re not going to destroy my family. I don’t care how much money you spend or how dirty the attacks get."
צעקה בקול דממה דקה

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:17 pm

מצב כללי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן: ווי לאנג ער סטראשעט נישט דעם אוקריינישן פרעזידענט מיט קיין געלט איז עס לעגאל און עס איז נישט קיין אביוז אוו פאווער.

1) אפילו אן געלט איז עס אומלעגאל. קריגן א קאמפיין נדבה אין סייוועכע פארעם פון "ווערד" איז אומלעגאל. שטייצעך אז אן אויספארשונג אויף ביידן איז ווערד כל הון דעלמא.

2) ס'איז יא געווען געלט. א) ער האט יענע וואך אפגעהאלטן 400 מיליאן דאלאר און הערשט נאך וואס דער אוקריינער האט צוגעזאגט צו עפענען דעם אויספארשונג האט ער ריליעסד די געלטער.

און ב) דער אוקריינער אינעם שמועס בעט די נייע וואפן שיפמענט פון אנטי טאנק מיסילס פון אמעריקא צו קענען פייטן רוסלאנד, טראמפ ענטפערט אים: "אבער איך וויל א טובה פון דיר".

בקיצור א פול פלעדזשד סקאנדאל וואס פירט אראפ די טראמפ פרעזידענסי גענצליך פון די שינעס.


כאפצעם וואס איז די ווארסט קעיס סענעריאו וואס דו זעהסט פאר זיך אויסקאכן מיט דעם סקאנדאל?


אז ביי די קימענדיגע וואלען וועט מען ארויסוועלן די דעמעקראטישע קאנגרעס.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:21 pm

זאג פאר זיידי ביידען אז טוויטס קאסט נישט קיין געלט, און טראמפ וועט נוצן דעם טאלל אראפ צו ברענגען ביידען מיט זיין משפחה אן ספענדען א ניקעל

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:24 pm

ווען די דעמאק-ראטן שרייען נישט אימפיטשמענט פון דעי וואן וואלט די א.ג. סקאנדעל אפשר געטראגען מער געוויכט. אבער ווען מדעבאטירט שוין אימפיטשמענט אלץ אפיציעל זינט די דעמס האבן איבערגענומען קאנגרעס און מהאט געזוכט אן עבירה וואס זאל עס בארעכטיגען שטינקט עס פון אויבן אראפ

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:27 pm

ביידן האט זיך אליין דעסטרויט איהם מיט זיין פאמיליע דורך זיים קאראפטירט.

ככה זה בעולם, אז מען איז קאראפטירט ווערט עס צום סוף נתגלה.

נעקסטיים ביהעיוו

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:40 pm

קרייסלער האט געשריבן:ווען די דעמאק-ראטן שרייען נישט אימפיטשמענט פון דעי וואן וואלט די א.ג. סקאנדעל אפשר געטראגען מער געוויכט. אבער ווען מדעבאטירט שוין אימפיטשמענט אלץ אפיציעל זינט די דעמס האבן איבערגענומען קאנגרעס און מהאט געזוכט אן עבירה וואס זאל עס בארעכטיגען שטינקט עס פון אויבן אראפ

טויזענט פראצענט גערעכט.
אבער פון די אנדערע זייט, איז אבער דאס אז זיי האבען אזוי אראפ געשלעפט און אביוזד די לעצטע 2 יאר די מישוג פון איפיטשמענט אלס ריין פאליטיש, און עס געשריגען על לא דבר אן קיין שום סיבה וואס זאל עס בארעכטיגען. דאס האט געמאכט אז יעצט אפילו עס איז גאר ווייט פון א סיבה צו בארעכטיגען אומפיטשמענט, עסט זיך עס אבער גרינגער אריין ביים פאלק... עס איז דאך שוין נישט ממש פאר גארנישט... עפעס איז דאך שוין יא דא...
זיי האבען עס אראפגעשלעפט פון 100 צו 0 און יעצט האבען זיי עס צוריק ארויפגעברענגט צו 10...
צעקה בקול דממה דקה

rutledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:16 pm

צל עובר האט געשריבן:איך זעה אז דו זעהסט נישט פון וואס איך שרייב, מען רעדט אז בערך 60% רעפאבליקאנער האלטן נגד המציאות ווייל זעהט אויס אז זיי ווייסן אז אויב ער האט יא גערעדט איז עס ווייט פון פערפעקט.

סוי די זעלבע וואלט געקענט זיין ביי 5ט עוועניו, זיי וואלטן פשוט געהאלטן אז עס איז נישט אמת.

ווען א מענטש וואס איז ניט אנגעפולט מיט האסע אויף טראמפ הערט צו דעם פאון קאל וואס האט אריינגענומען גאר אסאך און ביידען איז דערמאנט געווארן אלס א משל פון די קארופציע וואס הערשט קען מען עס פארפעלן אבער איינער ווי צל וואס עדעם שיף זאגט אים וואס אין די קאול טאקע נישט מעגליך צו פארפעלן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:18 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:וויכי מ'דארף נישט זיין אן אנטי מיטן קאפ אין וואנט צו כאפן א פשוט'ע זאך, אז טראמפ רעדט וועגן דורהעם'ס אינוועסטיגעישען, און נאכדעם פאנגט ער אן רעדן וועגן ביידן און אן קיין שום . אדער , בעט ער צו העלפען בארר ווי פאלגענד: אנד די אטער דינג וועגן ביידן... סוספישעס... סאו איף יו קען העלפ בארר וויט ענידינג, איז פשוט אז ער בעט הילף וועגן די ביידן אינוועסטיגעישען.


איך בין נישט קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן...

נאך פאר די DOJ האט ארויסגעגעבן די סטעיטמענט אז בארר האט געבעטן טראמפ צו קאלן אויסלענדישע פיהרער, האט סיי ווער ס'האט געוואלט ליינען די טרענסקריפטס געקענט זעהן אז די עיקר שמועס איז בנוגע די קראודסטרייק... סאו די תורה אז טראמפ האט אפגעהאלטן פאנדס וועגן ביידן איז פאלטש! און אפהאלטן פאנדס פאר די בארר-דורהעם אויספארשונג, אידעך לכתחילה מותר! סאו פון דא און ווייטער איז די גאנצע שמועס אווער!!!

כל שכן יעצט נאך די DOJ סטעיטמענט, ווייסט מען דאך קלאר די ציהל פון די פאון קאלל, איז וואסי שייך בכלל צו רעדן?

ווילסט זאגן אז טראמפ האט געזאגט אז בארר גייטעם קאלן איבער ביידן, מעגסט אזוי האלטן, אבער די וואס גלייבן אז בארר זאגט אמת, ווייסן אז בארר האט נישט גערעדט מיט טראמפ איבער ביידן, סאו ס'קעניש זיין אז ער האט געמיינט בארר גייטעם קאלן איבער ביידן... נאר טראמפ כדרכו ווארפט אריין זייטיגע זאכן און קומט צוריק צום שמועס... ער רעדט איבער דורהעם'ס אינוועסטיגעישען, און ווארפט אריין די אנדערע זאך איבער ביידן, און פיהרט אויס אופן גאנצן שמועס, סאו וואטעווער דו קענסט זיין בייהילפיג פאר בארר...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:28 pm

מטעמים האט געשריבן:די דעמאקראטען זענען שוין ווייטער ביי א טויטע סוף, לויט ווי מען האלט יעצט האבען די דעמאקראטען א וויסעל בלאוער קאמפלעינט וואס אפילו טאמער איז עס הינדערט פראצענט אמת איז עס נישט קיין אומפיטשעבל אפענס ווייל עס איז נישט קיין היי קריים, די אומפיטשמענט קריים וואס ווערט געשטיצט אין אמעריקעס פאבליק איז נאר ווען עס קומט מיט מיט עכטע דראמא, עכטע קרימינאלע אקטיוויטעטן מיט גרויסע קאווער אפס, נישט ווען עס איז נאכאמאל די רעגולערע פארטיזאן מחלוקה צווישען דעמאקראטען און רעפובליקאנע.

עדעם שיף האט געמאכט די טעות פון די סענטשרי מיטען ליגענט זאגען פאר די פאבליק אין די הירונג ביים סתם פאר די נישטיגקייט צולייגען ווערטער צום פרעזידענט, עס ווייזט א שנאה פון שיף, עס ווייזט ער איז נישט ערענסט, עס ווייזט אז זיין קאמפלעינט האט נישט גענוג באדי פאר אומפיטשמענט און ער מיז אויפמאכען אייגענס, דאס וועט מן הסתם זיין די גרעסטע סיבה פארוואס פאבליק סופארט גייט נישט נאכקומען צו אימפיטשען די פרעזידענט.

און ווייל אלע קארדס זענען שוין אויפען טיש און עס איז נישט דא קיין פרישע סקאנדאלען אדער איינצעלהייטען איבער פריערידיגע סקאנדאלען גייט דאס אויך שטארבען פונקט ווי די סאו קאלד ראשע קעלוזשען און אלע אנדערע סאו קאלד סקאנדאלען זענען געגאנגען א גאנג.

די דעמאקראטען שפילען פאליטיק מיט קאנגרעס און זיי זענען נאר דא צו שטערן די גאווערמענט פון זיך פירען ווייטער ווייל זיי קענען פשוט נישט קאונטערן די פרעזידענטס ארבייט מיט בעסערע אויפטוהען און פאר דעם איז היינט פעלאוסי געקומען וויינען אז זי איז שוין גרייט צו ארבייטען אויף די יו עס עם סי עי און גאן קאנטראל די צוויי זאכען וואס די פרעזידענטס האט זיך געבעטען צו איר זי אז זי זאל עפעס ארויפלייגען אויפען טיש.

טראמפ האט געטוהן ראונג מיטען רעדן צו זעלענסקי איבער ביידען און זשוליאני אבער מיט אזאנע צוהיצטע משוגעים ווי שיף איז די פרעזידענט פארזיכערט אז די דעמאקראטען וועלן אווער ריעקטען און זיין מער משוגע ווי אים.



איך וואלט געזאגט נאך ווייטער, די דעמעקראטן האבן געפלאנט אז די וויסלבלאוער גייט ארויסקומען, און טראמפ גייט נישט לאזן ארויסגיבן, און זיי גייען שרייען וואס באהאלטסטו, ס'גייט זיין א פייט איבער די אינפארמעישן... און נאך יעצט איז שיף ביזי אז עניטינג וואס טראמפ האלט צוריק גייט ווערן קאנסידערט אבסטראקשן... און פלוצלינג שיסט טראמפ אלעס ארויס! לייגט ארויס די טרענסקריפטס, נישטא קיין פרעשור, און אפילו די שמועס איז בעיקר אויף די דורהעם'ס אינוועסטיגעישען... ווילסט ליינען די קאמפלעינט,(וואס מ'ווייסט שוין יעצט אז שיף היט געוואוסט פארדעם וואס דארט שטייט!) גאו אהעד, דא האסטו! א גרויסע חלק פון די פלענער זענען צופארן...

צו די זאך איז אווער? ניין! נאך אלעם האבן דאך די דעמעקראטן זיך געגרייט מיט דעם שוין אפאר חדשים און די ריפאבליקענס זענען געכאפט געווארן אין א סורפרייז... אבער צוביסלעך ווערן זאכן קלארער און קלארער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:56 pm

.@YouGovUS Poll: If the U.S. House of Representatives votes to impeach Donald Trump, do you think the U.S. Senate should or should not remove him from office?

% Should remove/Should not
Reg. voters 51/39
Democrats 83/8
Republicans 13/76
Independents 40/33
https://t.co/I0HluV0sdS

.@YouGovUS Poll: Do you think the U.S. House of Reps should or should not try to impeach Trump?

% Should/Should not
Reg. voters 50/39
Dem 83/8
GOP 11/76
Ind 36/34
Men 41/42
Women 47/33
Lib 81/10
Mod 51/29
Con 10/77
White 40/43
Black 68/11
Hispanic 44/36
https://t.co/xmRPRKoy3X
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:00 am

קוקנדיג אויף די גוטע זייט איז דא עפעס א טובה פאר פון די גאנצע סומטוכע - נעמליך, אז מען רעדט נישט פון די עקאנעמי..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:02 am

למעשה זעה איך אז די IG האט ס"ה איבערגעגעבן דאקומענטן איבער ביידן, און רוב דערפון קומט פון דזשוליאני...

לויט די דעמעקראטן איז די בריפינג געווען א וועיסט אוו טיים... פשוט ווייל מ'האט דיסקאססד ביידן וואס לויט זיי איזעס א דיבאנקט סטארי... פון א ריפאבליקען זעה איך נישט אנדערש, אבער ער זאגט אז די דעמעקראטן האבן נישט געגליכן אז מ'רעדט פון ביידן...

קוקט נישט אויס ווי ס'גייט עפעס ווערן פון דעם...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:45 am

ס"ה וואו מ'שטייט יעצט, מ'ווייסט אויף דערווייל אז שיף און זיין סטעף האבן געוואוסט פון די קאמפלעינט פאר סיז ארייגעגעבן געווארן, אזוי אויך ווייסט מען אז מ'האט עפעס געטוישט אין די פארם פאר וויסלבלאוערס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 8:41 am

מצב כללי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן: ווי לאנג ער סטראשעט נישט דעם אוקריינישן פרעזידענט מיט קיין געלט איז עס לעגאל און עס איז נישט קיין אביוז אוו פאווער.

1) אפילו אן געלט איז עס אומלעגאל. קריגן א קאמפיין נדבה אין סייוועכע פארעם פון "ווערד" איז אומלעגאל. שטייצעך אז אן אויספארשונג אויף ביידן איז ווערד כל הון דעלמא.

2) ס'איז יא געווען געלט. א) ער האט יענע וואך אפגעהאלטן 400 מיליאן דאלאר און הערשט נאך וואס דער אוקריינער האט צוגעזאגט צו עפענען דעם אויספארשונג האט ער ריליעסד די געלטער.

און ב) דער אוקריינער אינעם שמועס בעט די נייע וואפן שיפמענט פון אנטי טאנק מיסילס פון אמעריקא צו קענען פייטן רוסלאנד, טראמפ ענטפערט אים: "אבער איך וויל א טובה פון דיר".

בקיצור א פול פלעדזשד סקאנדאל וואס פירט אראפ די טראמפ פרעזידענסי גענצליך פון די שינעס.


כאפצעם וואס איז די ווארסט קעיס סענעריאו וואס דו זעהסט פאר זיך אויסקאכן מיט דעם סקאנדאל?

אימפיעטשט, און (אין גרויס חלק אלס רעזולטאט פון ווערן אפגעשוואכט דערפון) ארויסדערוועלט פון אפיס.

והדא הוא דכתיב, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 9:44 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:אחרי ככלות הכל, לענ"ד זענען די דעמאקראטען צו שנעל געלאפן צו אימפיטשמענט מיינענדיג אז עס איז שוין רייף, און אז יעצט האבן זיי געכאפט דעם קאץ, און עס וועט זיי (האפענטליך...) שטארק צוריקפייערן!!
דאס איז אויסער די פאקט אז טראמפ גייט נישט אין ערגעץ מיט די רעפאבליקאנער סענאט.
נאר דאס יא טראמפ איז א פערד פארן זיך דאס אליינס אנווערטשאפטן, אבער ער וועט דאס מיטן אייבערשטענס הילף אויך אדורכשווימען! גם זה יעבור, ער האט שוין דורכגעמאכט ערגערע סקאנדאלן ווי דאס.

כווייסנישט אויב טראמפ איז אזא פערד אויב למעשה וועט זיך עס אויסלאזען מיט גארנישט (וואס אזוי גייט לכאורה זיין) וועט עס פיין בעקפייערן אויף די דעמס און טראמפ וועט ארויסקומען די זיגער צום וויפעלטען מאל, וועט עס מיינען אז טראמפ האט דא געמאכט א פיינעם קאשע פאר די דעמס בבחינת סוף מעשה במחשבה תחילה אוי עט ער געווינען ווידערוויילונג,
א געמבלער איז ער זיכער
לעצט פאראכטן דורך מי כעמך אום דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 9:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 9:47 am

מי כעמך האט געשריבן: אויב למעשה וועט זיך עס אויסלאזען מיט גארנישט (וואס אזוי גייט לכאורה זיין) וועט עס פיין בעקפייערן אויף די דעמס

וואס מיינט גארנישט?

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 9:49 am

כאפצעם האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן: אויב למעשה וועט זיך עס אויסלאזען מיט גארנישט (וואס אזוי גייט לכאורה זיין) וועט עס פיין בעקפייערן אויף די דעמס

וואס מיינט גארנישט?

גארנישט
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גימפעל און 28 געסט