וואל רעזולטאטען פון מדנ"י וואלן, Sep. 17 2019

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 3:30 pm

צל עובר האט געשריבן:ווי אזוי בלייבט ער אן א ממשלה אז קיין וואלן איז נישט שייך, און ער זיצט אין אמט?

משל למה הדבר דומה, באריס דזשאנסאן האט נישט קיין רוב אין פארלאמענט בכלל, ער מוטשעט זיך טאקע מיט בילס, אבער פריים מיניסטער בלייבט ער ווילאנג די אפאזיציע וויל צו קיין וואלן נישט גיין.

מען קען טאקע שטימען אין כנסת פאר א נייע ממשלה, אבער גאנץ האט דאך נישט קיין 61 פארדעם, אזוי ווי קארבין האט נישט.

ער וועט זיך טאקע מוטשען מיט א באדזשעט, אבער למעשה איז דא א באדזשעט אין אמעריקע אפילו טראמפ האט נישט רוב פארלאמענט.

דו מישט אויס צווישן נישט ממשלה מיט פיזור הכנסת. יעצט איז נישטא קיין ממשלה, אבער אויך נישט קיין וואלן.

וואלן נאך ראטאציע איז שייך נאר ווען 80 זענען מסכים. אויב איז נישטא קיין ממשלה דארף ריבלין פרובירן וואס ער קען צו פארמירן א פרישע ממשלה. אויב ריבלין קען זיך אויך נישט קיין עצה געבן קען ער לכאורה אליין באשליסן אז בחירות איז די אפציע.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 3:41 pm

סוי, ווען וועט גאנץ ווערן רה"מ אויב ביבי מאכט קונצן?

איך רעד נישט פון יעצט, נאר פון 2 יאר ארום.

און ניין איך מיש נישט, צו מאכן אויס ממשלה מיט א רוב מוז מען אריינשטעלן א אנדערע ממשלה, און פאר דעם וואלט גאנץ געדארפט א קאאליציע וואס קען האבן רוב, און אויב ער קען, קען ער עס טאן יעצט פאר די גאנצע סומאטוכע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 3:44 pm

ביבי גייט אראפ פון בענקל אויטאמאטיש ווייל ער האט נישט קיין 60 שטיצער נאר פאר 2 יאר.

די ממשלה בלייבט ווייל מ'דארף 80 צו צעשטערן די ממשלה.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אור
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 4:02 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ביבי גייט אראפ פון בענקל אויטאמאטיש ווייל ער האט נישט קיין 60 שטיצער נאר פאר 2 יאר.

די ממשלה בלייבט ווייל מ'דארף 80 צו צעשטערן די ממשלה.
סא וויזוי בלייבט גאנץ די 2טע צוויי יאר? ער האט דאך אויך נישט קיין 60 ???

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 4:08 pm

אסדר, וואס מאכט ביבי אראפגיין פון בענקל?

ווער זעצט זיך דארט?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 4:23 pm

אור האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ביבי גייט אראפ פון בענקל אויטאמאטיש ווייל ער האט נישט קיין 60 שטיצער נאר פאר 2 יאר.

די ממשלה בלייבט ווייל מ'דארף 80 צו צעשטערן די ממשלה.
סא וויזוי בלייבט גאנץ די 2טע צוויי יאר? ער האט דאך אויך נישט קיין 60 ???

לויטן אפמאך גייט ער האבן, חוץ אויב ליכוד גייט ארויסגיין פונעם אפמאך.

בקיצור, די צווייטע איז טאקע נישט פארזיכערט, אבער די ערשטע מוז אראפגיין ווייל אויב נישט גייט כחול לבן ארויס פון ממשלה און עס צופאלט.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 4:24 pm

צל עובר האט געשריבן:אסדר, וואס מאכט ביבי אראפגיין פון בענקל?

ווער זעצט זיך דארט?

ריבלין זאגט אראפ, יעצט גייט גאנץ זיצן דארט. אויב וויל ער נישט טרעט כחול לבן ארויס און די ממשלה איז פארטיג, ריבלין זאגט פרישע וואלן.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 4:33 pm

סוי קיינער וועט נישט וועלן זיין די 2טע 2 יאר ווייל די אנדערער קען ארויסגיין און אויטאמאטיש וועט ריבלין מוזן רופן פרישע בחירות ווייל ער וועט נישט קענען צוזאמשטעלן א ממשלה
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 4:44 pm

הויעך האט געשריבן:סוי קיינער וועט נישט וועלן זיין די 2טע 2 יאר ווייל די אנדערער קען ארויסגיין און אויטאמאטיש וועט ריבלין מוזן רופן פרישע בחירות ווייל ער וועט נישט קענען צוזאמשטעלן א ממשלה


ס'איז אבער דא א חילוק.

אויב ביבי קען רופן נייע וואלן, און ער טוט עס נאך 2 יאר, וואס קענסטו טון? קענסט שרייען אויף אים שקרן וכו', אבער מ'גייט צו די וואלן.
אויב קען ער נישט, און ער מוז זיך אוועק זעצן מיט ריבלין, קען מען אים זאגן, האסט געמאכט אן אפמאך האלט עס איין. איך זאג נישט אז ביבי וועט זיך טאקע צושטעלן, אבער אזוי האסטו א בעסערע טשענס.

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 4:45 pm

רואיג! האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:סוי קיינער וועט נישט וועלן זיין די 2טע 2 יאר ווייל די אנדערער קען ארויסגיין און אויטאמאטיש וועט ריבלין מוזן רופן פרישע בחירות ווייל ער וועט נישט קענען צוזאמשטעלן א ממשלה


ס'איז אבער דא א חילוק.

אויב ביבי קען רופן נייע וואלן, און ער טוט עס נאך 2 יאר, וואס קענסטו טון? קענסט שרייען אויף אים שקרן וכו', אבער מ'גייט צו די וואלן.
אויב קען ער נישט, און ער מוז זיך אוועק זעצן מיט ריבלין, קען מען אים זאגן, האסט געמאכט אן אפמאך האלט עס איין. איך זאג נישט אז ביבי וועט זיך טאקע צושטעלן, אבער אזוי האסטו א בעסערע טשענס.


ביבי האט שוין טרעפן א שיינע תירוץ פאר ריבלין, ער איז א גוטע פאליטישאן איך בין נישט באזארגט פאר אים
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 5:55 pm

ריבלין קען פייערן דעם פריים מיניסטער ווי א קעניג?

אויב יא, מאכט עס טאקע סענס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 6:52 pm

מי כעמך האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אלזא, נתניהו האט שוין געדעקט אלע תש"ע'ס, צום גדלי' קומט א רעזיגנאציע!

טעאריע וואס לעבט?


וואס איז שווער?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 7:33 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אלזא, נתניהו האט שוין געדעקט אלע תש"ע'ס, צום גדלי' קומט א רעזיגנאציע!

טעאריע וואס לעבט?


וואס איז שווער?


סקוקט אויס ווי אים איז שווער אז סאיז שוין נאך צום גדלי' און ביבי האט נאכנישט רעזעגנירט
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 7:44 pm

הויעך האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אלזא, נתניהו האט שוין געדעקט אלע תש"ע'ס, צום גדלי' קומט א רעזיגנאציע!

טעאריע וואס לעבט?


וואס איז שווער?


סקוקט אויס ווי אים איז שווער אז סאיז שוין נאך צום גדלי' און ביבי האט נאכנישט רעזעגנירט


אה, ס'איז בלויז געווען א טעאריע... קוק מיין אונטערשריפט.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 10:47 pm

צל עובר האט געשריבן:ריבלין קען פייערן דעם פריים מיניסטער ווי א קעניג?

אויב יא, מאכט עס טאקע סענס.

ניין ריבלין קען נישט, נאר כחול לבן קען ארויסשפאצירן פון קאאליציע. אז ס'איז נישטא קיין ממשלה איז נישטא קיין ראש.

איינמאל די ממשלה איז צעפאלן קומט ריבלין און זאגט אדער מו"מ אדער פרישע בחירות.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:26 pm

וואס הייסט אז די ממשלה ווערט אויס?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:37 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס הייסט אז די ממשלה ווערט אויס?


די רעגירנוג באשטייט פון א קאאליציע פון רוב מעמבערס פונעם פארלימענט, די רוב איז 61, אויב איז דא ווייניגער ווי 61 מעמבערס וואס זענענן מיט די קאאליציע איז נישט דא קיין רעגרינוג, מען גייט צו נייע וואלען.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:45 pm

ער זאגט דאך אז מען וועט דארפן האבן 80 צו גיין צו וואלן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:48 pm

ער זאגט אז מ'דארף אכציג ווען מ'וויל גיין צו בחירות פונעם אייגענעם ווילן, אז דו האסט נישט קיין ממשלה מוזטו גיין צו בחירות.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:48 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס הייסט אז די ממשלה ווערט אויס?

יעצט איז דא א ראש ממשלה? נייו. פארוואס נישט? ווייל ס'איז נישטא קיין ממשלה. אן די נויטיגע 61 חכי"ם איז נישטא קיין ממשלה. און אז ס'איז נישטא קיין ממשלה איז נישטא קיין ראש.

דאס זעלבע קען געשען ווען איינער שפאצירט ארויס אינמיטן א ממשלה, אויב בלייבט מען מיט ווייניגער פון 61 ווערט פלוצלינג אויס ממשלה און אויס ראש ממשלה. דאן גייט מען צו פרישע בחירות.
צל עובר האט געשריבן:ער זאגט דאך אז מען וועט דארפן האבן 80 צו גיין צו וואלן.

פאר א חוק 'פיזור הכנסת', צו גיין צו בחירות תיכף ומיד אן געבן א שאנס פארן אנדערן צד וכדו', אזוי ווי ביבי האט געטון לעצטן חודש ניסן, פארדעם האט מען ביז היינט געדארפט 61, און פון יעצט 80 - בעת רוטציה.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:54 pm

מאכט נישט קיין סענס.

ווייל עס איז מובן מאליו אז אויב האב איך 61 שטימען האב איך גענוג ארויסצוגיין פון די ממשלה עס זאל מער נישט האבן קיין רוב.

און דאס קען כמובן ביבי טון מיט גאנץ נאך 2 יאר.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג אוקטובער 04, 2019 12:46 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 12:16 am

אמת.

דו האסט געהאט געפרעגט לגבי בלייבן פאר 4 יאר, דאס קען ער נישט.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 12:17 am

לפי זה מאכט דאך די אכציג גארנישט אויס, סוי וואס מיינט דאס בכלל?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 12:20 am

צל עובר האט געשריבן:לפי זה מאכט דאך די אכציג גארנישט אויס, סוי וואס מיינט דאס בכלל?

איז נישט.

צוריק צום וויסעל בלאוער...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 12:22 am

איך זעה אז עס איז נאך נישט באריכטעט.

למעשה איז פארשטייט זיך גארנישט געווארן מיט ליבערמאן, ער זאגט אז ער גייט נאר אריין אין א ממשלת אחדות.

ביבי האט פאררופן ליכוד פריימעריס, מען פארשטייט אז כדי צו צייגן אז דער עולם איז רק ביבי, למעשה לויפט גדעון סער קעגן אים, ונראה מה יהי'.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט