וואל רעזולטאטען פון מדנ"י וואלן, Sep. 17 2019

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 12:23 am

ער האט נישט פאררופן. ער האט געזאגט אז ער טראכט דערפון פאר די נעקסטע וואלן. אויף זיין פאזיציע איז נישט געווען קיין פריימעריז לעצטע יאר.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 12:40 am

אסדר, יעך האב באקומען דאס.
Israel: Party officials within Likud (ECR) has confirmed it will be holding a snap Likud leadership primary, this is an intended play by current leader Netanyahu to indicate to other political parties that his party will only stand by him. #IsraElex19v2

Israel: Former Education and Interior Minister Gideon Sa’ar (Likud-ECR) has announced he will be running against Netanyahu in the Likud leadership primaries. #IsraElex19v2

יעצט זעה איך אין דזשערוסעלעם פאוסט אז מען האט גערעדט דערפון, אבער למעשה קוקט עס נישט אויס, ואתכם הסליחה.

----

אין אנדערע נייעס זאגט לפיד אז ער איז גרייט אויפצוגעבן אויף זיין ראטאציע מיט גאנץ פאר א ממשלת אחדות.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

ר' איד
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

תגובהדורך ר' איד » זונטאג אוקטובער 06, 2019 2:12 am

צל עובר האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס זאגט לפיד אז ער איז גרייט אויפצוגעבן אויף זיין ראטאציע מיט גאנץ פאר א ממשלת אחדות.


א גוט ווערטעל, דערווייל די לעצטע פאר וואכען האט קיינער נישט גערעדט אז לפיד באקומט דא עפעס, ס'געווען פשוט פאר יעדען אז אויב איז דא א ממשלת אחדות איז לפיד נישט קיין חלק פון דעם אלס ראה"מ.
נאר וואס, ביבי האט מצליח געווען צו זיך מאכען דא דער וואס איז גרייט איינצוגעבען אויף אסאך 'למען השלום' בשעת זיי קענען זיך נישט בייגען.
נא וואס טוט מען? לפיד איז מודיע אז ער איז 'מוותר' אויף זיין ראטאציע און שוין זיי האבען זיך מיט עפעס געבויגען.
איך זעי נישט עפעס א דארכבראך מיט דעם ריזיגען 'וותרנות' זיינע.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 06, 2019 2:16 am

די מעשה איז אזוי, ביבי טענה'ט שוין אפאר טאג אז עכט איז שוין גאנץ מסכים, נאר לפיד שטערט, ווייל ער וויל נישט אויפגעבן אויף זיין ראטאציע, האט לפיד געטון א גוטע מאוו, און ארויסגעקומען עמטליך זאגן אז ער געבט עס אויף.

ממילא איז יעצט ביבי מיט די צינג אינדרויסן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 06, 2019 2:28 am

צל עובר האט געשריבן:די מעשה איז אזוי, ביבי טענה'ט שוין אפאר טאג אז עכט איז שוין גאנץ מסכים, נאר לפיד שטערט, ווייל ער וויל נישט אויפגעבן אויף זיין ראטאציע, האט לפיד געטון א גוטע מאוו, און ארויסגעקומען עמטליך זאגן אז ער געבט עס אויף.

ממילא איז יעצט ביבי מיט די צינג אינדרויסן.

ממש מיט די צונג אינדרויסן?

ביבי האט גע'טענה'ט אז לפיד האט מורא אז גאנץ וועט ווערן ראש ממשלה און נישט לפיד און דערפאר שטערט ער די פארהאנדלונגען.

יעצט וואס האט זיך געטוישט נאכן אויפגעבן ווען ס'איז קלאר אז גאנץ וועט זיין ראש ממשלה און נישט לפיד?...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 06, 2019 2:31 am

אז יעצט ווייסט מען צוריק אז דער פראבלעם איז אז ביבי שטעלט זיך אז ער בלויז אינאיינעם מיט זיין 55 בלאק, און אז ביבי וויל דוקא גיין די ערשטע.

ביבי מיט זיינע ביביסטן פלעגן אפילו האבן קארטאנען ווי דער דראפאוט לפיד האט איינגעשפארט דעם רמטכ"ל גאנץ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 06, 2019 2:34 am

און לפיד איז דער וואס האקט קאפ אין וואנט און וויל נישט אזא דיעל, אפי' מיטן מיטנעמען די לינקע גוש און אפי' מיטן באקומען מער פאזיציעס.

בקיצור, ביבי זאגט כאטש וואס ער וויל, און וואס ער געט. לפיד זאגט נאר ניין ניין אן צו זאגן וואס יא, אדער צו פרעגן וואס באקום איך אנשטאט דעם.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 06, 2019 2:44 am

אין קעיס איר זענט נישט אפדעיטעד, לפיד'ס מעלדונג איז געקומען א טאג נאך וואס גאנץ האט זיך אנטזאגט צו טרעפן מיט ביבי לעצטע מיטוואך.

ביבי האט גערופן גאנץ פאריגן זונטאג בשעת גאנץ איז געווען אין לאנדאן און געזאגט אז ער וויל נאכאמאל זיצן מיט אים מיטוואך אפי' ביי גאנץ אין שטוב, און גאנץ האט געזאגט מסכים. דינסטאג נאכט האט גאנץ צוריקגעצויגן. יעדער האט באריכטעט אז מסתמא איז די ניין געקומען בשם לפיד.

לפיד האט נישט געהאט ווי אזוי אפצואווישן דעם פלעק נאר דורכ'ן מעלדן אז ער גיט אויף זיין ראטאציע... און די מידיע האט זיך צוגעכאפט דערצו כמוצא שלל רב און עטליכע אמעריקאנער האבן עס אפי' געגלייבט...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

רזא דגלגוליא...
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 2:09 pm

תגובהדורך רזא דגלגוליא... » זונטאג אוקטובער 06, 2019 6:54 pm

ד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט