וואל רעזולטאטען פון מדנ"י וואלן, Sep. 17 2019

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:40 pm

משל למה הדבר דומה, אז טראמפ זאל ארויסווארפן ניו יארק און קאליפארניע פונעם פאראיין (זיי זאלן בלייבן טעריטאריעס וואס באלאנגען פאר די פאראייניגטע שטאַטן וואס האבן נישט קיין עלעקטארעל שטימען אין פרעזידענטליכע וואלן) כדאי זיך צו פארזיכערן מיט א געווינס אין 2020...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

רזא דגלגוליא...
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 2:09 pm

תגובהדורך רזא דגלגוליא... » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:42 pm

אינטערסאנט וואס ער זאגט אז די חרדים זענען נישט קיין פיינט מש"כ די אראבער פארוואס באטראכט ער נישט די חרדים ווי זיינע פיינט? מאי שנא?

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:43 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:משל למה הדבר דומה, אז טראמפ זאל ארויסווארפן ניו יארק און קאליפארניע פונעם פאראיין (זיי זאלן בלייבן טעריטאריעס וואס באלאנגען פאר די פאראייניגטע שטאַטן וואס האבן נישט קיין עלעקטארעל שטימען אין פרעזידענטליכע וואלן) כדאי זיך צו פארזיכערן מיט א געווינס אין 2020...


זאג עס נישט צו הויעך ער וועט עס נאך אפשר טוהן :lol:
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:45 pm

רזא דגלגוליא... האט געשריבן:אינטערסאנט וואס ער זאגט אז די חרדים זענען נישט קיין פיינט מש"כ די אראבער פארוואס באטראכט ער נישט די חרדים ווי זיינע פיינט? מאי שנא?


די אראבער זענען זיינע פיינט שוין יארן, די חרדים איז די פאליטישע געים צו געווינען קולות.

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:49 pm

הרב טעאריע,

אמעריקא האט אויך טעריטאריעס ווי די איינוואינער קענען נישט שטימען... אבער אן אמעריקאנער בירגער וואס וואוינט דארט קען יא שטימען...
מדינת ישראל האט איינגענומען טעריטאריעס אין 67 בארעכטיגט צו אומבארעכטיגט. זיי האבען נישט אנעקסירט רוב דערפון. די חלק וואס יא, זענען גלייכע בירגער פונקט ווי אלע אראבער און להבדיל די אידען וואס וואינען בתוך קו הירוק.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9983
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:53 pm

;l;p-
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:משל למה הדבר דומה, אז טראמפ זאל ארויסווארפן ניו יארק און קאליפארניע פונעם פאראיין (זיי זאלן בלייבן טעריטאריעס וואס באלאנגען פאר די פאראייניגטע שטאַטן וואס האבן נישט קיין עלעקטארעל שטימען אין פרעזידענטליכע וואלן) כדאי זיך צו פארזיכערן מיט א געווינס אין 2020...


וואלט קיין סאך געהאלפן, ביידן איז פאראויס אין די אלע בלויע.

JW3rd.png
JW3rd.png (126.62 KiB) געזעהן 1066 מאל


איך וואלט עס אפשר נישט אריינגעברענגט דא ווען נישט יענער ברענגט דא אריין טראמפ העיטערס רעטאריק.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:57 pm

דאס איז דאך בעצם די רעכטע אידעלאגיע צי אנעקסירען אפיציעל אלע שטחים, ביבי האט עס ציגעזאגט צי טוהן אויף די אידישע געגענטער אין די מערב ברעג.

איך בין אבער נישט חושד אונזער טעאריע צי זיין א רעכטער ציניסטישער אידעאליסט.

די נושא איז טאקע אז יעצט איז עס טאקע נישט גערעכענט אלס א מדינת ישראל טעראטאריע, איהרע געזעצן גייען דארט נישט אן, למשל נעבן קבר רחל ביי די וואנט הענגט א ריזן טאוועל מיט'ן אויפשריפט "אין כניסה לישראלים", אבער די מדינת ישראל בירגער וואס וואוינען דארט קענען שטימען, פונקט ווי אן אמעריקאנער בירער אין פראנקרייך קען שטימען פאר אמעריקא.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 2:01 pm

די אראבערס וואס וואוינען אין מזרח ירושלים, וואס איז אויך פון די געכאפטע שטחים פון 67, קענען יא וויילען, ווייל מדינת ישראל האט דאס איבערגענומען אין דאס אריינגערעכנט אין די גבולות המדינה. אבער זיי גייען נישט וועלן, ווייל זיי האלטן זיך פאלאסטינע בירגער.

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 2:02 pm

צל עובר האט געשריבן:איינמאל מען מעג זיצן מיט לפיד, און בעני האט דער מאנדאט, איז דא אזא אפשן,

‏אז כחול לבן ‎@Kachollavan19 זה 33
העבודה ‎@HavodaParty 6
המחנה הדמוקרטי ‎@meretzparty 5
שס 9
אגודת ישראל 8

ביחד זה 61.

נכון שזה לא אופציה קלה, או פשוטה, אבל היא קיימת.

בני גנץ ‎@gantzbe צריך לעבוד במקביל ולהכין אלטרנטיבה.

‎#רקאומר
‎#בחירות2019ב

איי לפיד וויל מאכן גזירות? איך גלייב אז ער איז גרייט נאכצוגעבן אסאאאך צו באקומען דעם גרויסן בענקל, וואס אין א ממשלת אחדות ווייסעך שוין נישט אויב ער באקומט עס.

דו האסט אפילו נישט קיין מושג וואס פאר א רשע דער לפיד איז
ער וועט אלס גרייט זיין צי מוותר זיין, דאס עיקר צי פייניגען ערליכע אידן

משהלע
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 2:08 pm

אבן יקרה האט געשריבן:די אראבערס וואס וואוינען אין מזרח ירושלים, וואס איז אויך פון די געכאפטע שטחים פון 67, קענען יא וויילען, ווייל מדינת ישראל האט דאס איבערגענומען אין דאס אריינגערעכנט אין די גבולות המדינה. אבער זיי גייען נישט וועלן, ווייל זיי האלטן זיך פאלאסטינע בירגער.


נישט וואר. נאר צו די עירייה

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 2:12 pm

איך מיין ס'וואלט געווען א טובה אויב מען שמועסט נישט ווייטער פון די שטחים אין די אשכול.

עס זעט אויס ווי די קוליצי' פארהאנדלונגען וועט אנגיין פאר א שטיק צייט, און איך קען מיר נישט עפארדען צו פארלירן די אשכול.

א דאנק.

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 2:18 pm

The Arabs living in East Jerusalem and the Druze in the Golan Heights, occupied by Israel in the Six-Day War of 1967 and later annexed, were offered Israeli citizenship, but most have refused, not wanting to recognize Israel's claim to sovereignty. They became permanent residents instead.[19] They have the right to apply for citizenship, are entitled to municipal services and have municipal voting rights.[20]

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 2:19 pm

צל עובר האט געשריבן:;l;p-
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:משל למה הדבר דומה, אז טראמפ זאל ארויסווארפן ניו יארק און קאליפארניע פונעם פאראיין (זיי זאלן בלייבן טעריטאריעס וואס באלאנגען פאר די פאראייניגטע שטאַטן וואס האבן נישט קיין עלעקטארעל שטימען אין פרעזידענטליכע וואלן) כדאי זיך צו פארזיכערן מיט א געווינס אין 2020...


וואלט קיין סאך געהאלפן, ביידן איז פאראויס אין די אלע בלויע.

JW3rd.png


איך וואלט עס אפשר נישט אריינגעברענגט דא ווען נישט יענער ברענגט דא אריין טראמפ העיטערס רעטאריק.

לויט דעם וועט ביידען געוואונען אין 2020 מיט 396 עלעקטארעלס!

יויש איך ציטער פאר דיין דיסעפוינטמענט יענע נאכט ;l;p-

און דאס איז שוין אן דשארזשיע..

זשאסט קידינג מיי פרענד

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 2:26 pm

נאך די ערשטע טאג פון המלצות פאר נשיא רבלין ווער זאל צוזאם שטעלן די ממשלה, איז אויסגקומען:
גנץ: 46
נתניהו: 40
און נאך 8 וואס האבן גארנישט געזאגט
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9983
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 2:29 pm

די פאולס זענען דאס, אין דזשארדזשיע איז נאכנישט דא קיין אר סי פי עוורידזש.

וועגן דעם האב איך עס געלאזט ביי טראמפ'ענען.

---

עניוועי, גאנץ וועט זיכער האבן מער ממליצים, 57 קעגן 55, און ער האט די גרעסטע פארטיי, 33 קעגן 31, ממילא אדער וועט ער באקומען דעם מאנדאט, אדער ביידע צוזאמען, ביבי אליינס וועט כמעט זיכער נישט באקומען דעם מאנדאט.

דערווייל קוקט די וועלט אן גאנץ אלץ געהעריגער מחותן, און דזשעיסאן גרינבלאט וועט זיך מארגן טרעפן מיט אים.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 2:54 pm

צל עובר האט געשריבן: קוקט די וועלט אן גאנץ אלץ געהעריגער מחותן, און דזשעיסאן גרינבלאט וועט זיך מארגן טרעפן מיט אים.

ער איז טאקע היינט א מחותן, אבער ער גייט אויך זיין די ערשטע לוזער.

אין פאל ער שטעלט נישט צוזאם א ממשלה ביז 2 וואכן, גייט ער קענען פארלאנגען די ווייניגסטע, ווייל דו האסט דאך שוין פרובירט אליינס... משא"כ ביבי - אויב ער גייט טאקע זיין די צווייטע - וועט קענען זאגן פאר גאנץ דו לוזער, קום שנעל מיט מיך. הכלל, די ערשטע מחותן גייט די שנעלסטע פארלירן.

אדער וועט ביבי קענען זאגן פאר העבודה, א ממשלת אחדות גייט ממילא זיין, גאנץ האט מיך אפי' געבעטן צו גיין אינאיינעם, איז קום דו מיט מיר און פארטיג.
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 3:13 pm

גנץ איז ערווארטעט צו לייגן לחץ אויף דרעי טריינצוקומען אין אויך אויף געוויסע אין ליכוד מיטן חלום ארויסצוזעהן ביבי פון ליכוד

ימים יגידו
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:01 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:גנץ איז ערווארטעט צו לייגן לחץ אויף דרעי טריינצוקומען אין אויך אויף געוויסע אין ליכוד מיטן חלום ארויסצוזעהן ביבי פון ליכוד

ימים יגידו

ס'דא שאנסן אז דרעי זאל זיך ברעכן פאר גאנץ?
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:10 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
סאו לויט דיר וואלט נישט געווען קיין סתירה צו דעמאקראטיע וווען מ'זאל פארבאטן ניו יארקער איינוואוינער פון צו שטימען אין אמעריקע'ס פרעזידענטליכע וואלן ווייל "זיי קענען שטימען אין ניו יארק סטעיט וואלן"???

נישט ממש, סאיז אזוי ווי מזאל פארבאטן רעפאבליקאנע רעגיסטרירטע צו וועלן אין די דעמאקראטישע פריימריס.

סאיז נאריש צו זאגן אז די אראבער האבן נישט קיין שטום רעכטן אין מדינת ישראל, און די צייט וואס זיי זענען די דריטע גרעסטע פארטיי אין מדינת ישראל.


איז איזראעל א פארטיי? נישט קיין רעגירונג?

כ'האף אז דו פארשטייסט אז ווען א ציבור האט פופציג פראצענט פון א באפעלקערונג אבער צוליב וואס מ'לאזט נישט שטימען האלב פון זייער עולם האבן זיי נישט קיין מעגליכקייט צו האבן מער פון צוואנציג פראצענט, איז נישט קיין פירכא דערקעגן אז זיי האבן די דריט גרעסטע פארטיי (וואס ענטהאלט עלף פראצענט פון פארלעמענט).


דארפסט אבער אויך פארשטיין אז אויב לאזט מען שטימען די עלף פראצענט איז ווארשיינליך דא א סיבה פארוואס די אנדערע חלק קענען נישט שטימען.
און די סיבה איז פשוט, בלויז "בירגער" זענען בארעכטיגט צו שטימען.


אודאי גייען זיי שפילן דעמאקראטיש, אבער אז מ'שניידט ארויס א האלבע לאנד (ווי א ציבור וואס האט פופציג פראצענט איז דארט איבער אכציג פראצענט) און מ'זאגט אז ווער ס'וואוינט דארט איז "פשוט נישט קיין בירגער" אין לך ליצנות גדולה מזו. (און זיי שפילן ניטאמאל די שפיל גוט ווייל די אידן וואס וואוינען דארט האבן יא א שטים רעכט...)

ווען אמעריקע האט מיליטעריש קאנטראלירט איראק פאר עטליכע יאר, האבן די איראקע בירגער געקענט וואוטן אין אמעריקאנע וואלן? ניין!
אבער אמעריקאנע בירגער וואס האבן פאר סיי וועלכע סיבה זיך געפינען אין איראק האבן יא געקענט שטימען, נישט אזוי?

די שטחים לעת עתה איז נישט קיין ישראל'ישע טעריטאריע על אף די מיליטער האלט סדר דארט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:18 pm

שכח פאר אלע שיינע באריכטן און אנאליזן, איין זאך פארזעהט דא דער עולם, און דאס איז די שנאה וואס די לינקע/צענטער האבן קעגן ביבי'ן. מ'שפעקולירט דא ממשלת אחדות, עבודה מיט ליכוד.. עטץ כאפטס נישט די חברה דא זענען דא פאר דעסטראקשען אלל די וועי.. ביבי ארויס אדער גארנישט.

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:19 pm

ליברמן: "גנץ התקשר אליי, ניפגש מחר – מצידי שגנץ ונתניהו יטילו מטבע"
גנץ.jpg
גנץ.jpg (72.08 KiB) געזעהן 661 מאל
לעצט פאראכטן דורך ימות המשיח אום זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:20 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:גנץ איז ערווארטעט צו לייגן לחץ אויף דרעי טריינצוקומען אין אויך אויף געוויסע אין ליכוד מיטן חלום ארויסצוזעהן ביבי פון ליכוד

ימים יגידו

ס'דא שאנסן אז דרעי זאל זיך ברעכן פאר גאנץ?

לענ"ד
אויב וועלן די חרדים קומען צו די מסקנא אז בדרך הטבע זענען די שטארקע טעג פון ביבי אווער, ווען זיי די בעסטע אנקומען אויב זיי זאלן זיך פארשטאפן די נאז און אריינגיין אין א גאנץ רעגירונג, ווי איידער צו ווארטן אז ביבי זאל באקומען די טשאנס און ער וועט סייוויסיי מוזן צוקומען די גאנץ - לפיד פאר א אחדות רעגירונג, און דאן אפי' אויב ביבי וועט זיי נישט אינגאצן פארראטן און זיי אפערן אריינצוקומען, וועלן זיי זיין א סרך העודף, ס'וועט זיי נישט בלייבן קיין שום ערענסטע פארציעס + זיי וועלן סייווי דארפן מסכים צו זיצן מיט לפיד אין איין רעגירונג, זאלן זיי ענדערשער מסכים זיין צו פארהאנדלן מיט גאנץ, ארויסקוועטשן פון אים די מאקסימום, ער זאל צוזאגן סאטוסקווא אויף עניני דת וכדומ' עכ"פ אין די שטעט ווי ס'וואוינען פרומע, זיכער מאכן זיי באקומען די תיקים און ראשי וועדות וואס זיי דארפן, און גאנץ און לפיד וועלן זיך בדרך הטבע ברעכן ווי טאטעלעך פאר די פרומע ווען זיי וועלן פילן אז דורך די פרומע קענען זיי אליין האבן דעם שלטון פאר 4 יאר, און גאנץ לפיד וועלן באמת זיין משעובד פאר די פרומע נישט איבערצוצוען די שטריק מיט זיי ווייל אן זיי וועט די רעגירונג פאלן.

אז די חרדים זאלן זיך עקש'ענען און נישט וועלן פארהאנדלן מיט גאנץ מיינט עס אז זיי האבן אויפגעגעבן און זענען גרייט צו שטיין אויף זייערע פרינציפטן און גיין אין אפאזיציע פאר די קומענדיגע יארן.
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:28 pm

כאפצעם האט געשריבן:שכח פאר אלע שיינע באריכטן און אנאליזן, איין זאך פארזעהט דא דער עולם, און דאס איז די שנאה וואס די לינקע/צענטער האבן קעגן ביבי'ן. מ'שפעקולירט דא ממשלת אחדות, עבודה מיט ליכוד.. עטץ כאפטס נישט די חברה דא זענען דא פאר דעסטראקשען אלל די וועי.. ביבי ארויס אדער גארנישט.

לאמיר זאגן אז די שנאה איז אמת. איז דא א לאגישע וועג עס אויסצופירן?

איך האלט גראדע אז עס איז נישט אזוי ווייט שנאה צו זיין פירערשאפט ווי זיין געווינס. ס'איז דא אסאך וואס קענען נישט שטימען פאר אים צוליב זיין דיקטאטורישע ענדלאזע מאכט. אבער אלס פירער ווילן זיי זען ביבי ענדערש ווי גאנץ.
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:57 pm

לעכטיגער האט געשריבן:הרב טעאריע,

אמעריקא האט אויך טעריטאריעס ווי די איינוואינער קענען נישט שטימען... אבער אן אמעריקאנער בירגער וואס וואוינט דארט קען יא שטימען...


א גוטע צושטעל, מיט איין חילוק אבער - ווען א טעריטאריע וויל האט זי א רעכט צו פארלאנגען זעלבסטשטענדיגקייט אויב מ'נעמט איר נישט אריין אלס געהעריגע שטאַט, משא"כ די מערב ברעג וואס איזראעל לאזט נישט דאס געשען בשום פנים ואופן מיט'ן טענה אז ס'איז זייערס לכל דבר והדא הוא דכתיב "אקופאציע".
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 7:23 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:דאס איז דאך בעצם די רעכטע אידעלאגיע צי אנעקסירען אפיציעל אלע שטחים, ביבי האט עס ציגעזאגט צי טוהן אויף די אידישע געגענטער אין די מערב ברעג.

איך בין אבער נישט חושד אונזער טעאריע צי זיין א רעכטער ציניסטישער אידעאליסט.


איך האלט נישט אז מ'דארף זיין א רעכטע ציוני אדער א ציוני בכלל צו פארלאנגען אז איזראעל זאל אנעקסירן די שטחים אלס טייל פון איזראעל, איך האלט אז ס'איז פשוט א פראקטישע מהלך וויאזוי צו צווינגען אן ענדע צו די אקופאציע דורכ'ן זאגן פאר איזראעל: "אז דו האלטסט אז ס'באלאנגט פאר איזראעל, נעם עס אריין אין איזראעל" וואס וועט צווינגען איזראעל זיי אויפצוגעבן אויב זיי ווילן נישט א גוי'אישע רוב אין איזראעל (וואס אונז אלע ווייסן אז זיי ווילן נישט).

און אז דו האסט שוין ארויפגעברענגט אז אנעקסירונג איז די רעכטע מהלך, דארף די קשיא אדרעסירט ווערן וואס זייער פלאן איז איינמאל ס'איז אנעקסירט, און איך מיין אז די תירוץ ליגט אין די סיבה פארוואס טאקע זיי האבן עס נאכנישט אנעקסירט - זיי פארשטייען אז די צייט איז נאכנישט רייף צו "אפיציעל" איינפירן א רעזשים ווי שטים רעכטן זענען באזירט אויף ראסע און רעליגיע...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”