קאנאדישע פארלימענט וואלן 2019

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

והיתם נקיים
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

קאנאדישע פארלימענט וואלן 2019

תגובהדורך והיתם נקיים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:52 pm

היינט האט זיך די וואל פארמעסט צום קאנאדישן פארלימענט אפיציעל אנגעהויבן, ווען דער פריעמיער מיניסטער דזשאסטין טראדאו איז אריבער צום פאלאץ פונעם גאווערנאר דזשענעראל באקאנט אלס "רידאו האל" און פארמאל געבעטן פונעם גאווערנאר דזשענעראל מרס. פאיעט צו ענדיגן און פארמאכן דעם 42'סטן פארלימענט וואס האט אנגעהאלטן פון דעצעמבער דעם דריטן 2015 ביז היינט.

די וואלן זענען ערווארטעט פארצוקומען שמיני עצרת הבעל"ט (ולמספרם אקטאובער 21), ווי די אויסגעוועלטע קאנדידאטן וועלן לויפן אין די 338 ריידינגס דורכאויס קאנאדא.

די ארויסגייענדע פארלימענט באשטייט פון 177 מיטגלידער פון די ליבעראלע פארטיי, 95 מיטגלידער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי, 40 מיטגלידער פון די נייע דעמאקראטישע פארטיי, 10 מיטגלידער פון די קוויבעקער בלאק פארטיי, 2 מיטגלידער פון די גרינע פארטיי, 1 מיטגליד פון די נייע פיפעל'ס פארטיי (איר גרינדער וואס האט זיך אפגעריסן פון די קאנסערוואטיווע פארטיי) 9 זעלבסטשטענדיגע מיטגלידער און 4 זיצן וואס זענען ליידיג.

כדאי צו האבן א מאיאריטעט רעגירונג (דאס הייסט אז מען האט א רעגירונג אן א קאאליציע) דארף מען האבן כאטש 170 זיצן, ביי די פאריגע וואלן זענען די ליבעראלן אריינגעקומען גאר באקוועם מיט 184 זיצן, די קאנסערוואטיוון מיט 99 זיצן, די נייע דעמאקראטן מיט 44 זיצן, די קוויבעקער בלאק מיט 10 זיצן , און די גרינע מיט 1 זיץ.

לויט די יעצטיגע שאצונג פון 338Canada.com וואלטן זיך די וואלן היינט געענדיגט מיט 167 זיצן פאר די ליבעראלן, 142 זיצן פאר די קאנסערוואטיוון, 12 זיצן סיי פאר די קוויבעקער בלאק און סיי פאר די נייע דעמאקראטן, 4 זיצן פאר די גרינע, און צווישן בכלל נישט קיין זיצן און 1 זיץ סיי פאר די פיפעל'ס און סיי פאר א זעלבשטענדיגע קאנדידאט.

אויפ'ן פראנט פון די פאפולערע שטימען וואלטן סיי די ליבעראלן און סיי די קאנסערוואטיוון אנגעצויגן בערך 34%, די נייע דעמאקראטן 13%, די גרינע 11%, די קוויבעקער בלאק 4%, און די פיפעל'ס 3%.

די פירערס פון די פארטייען וואס פארמעסטן זיך צו ווערן פרעמיער מיניסטער זענען אזוי, די ליבעראלע פירער איז דזשאסטין טרודאו פון קוויבעק (47 יאר אלט), די קאנסערוואטיווער פירער איז ענדרו שיר פון סאסקאטשוען (40 יאר אלט), די נייע דעמאקראטן פירער איז דזשאגמיט סינג פון אנטעריאו (40 יאר אלט), די קוויבעקער בלאק פירער איז יואוו-פראנסעי בלאנשעי פון קוויבעק (54 יאר אלט), די גרין פארטיי פירער איז מרס. עליזאבעט מעי פון בריטיש קאלאמביע (65 יאר אלט), די פיפעל'ס פארטיי פירער איז מעקסים בערניער פון קוויבעק (56 יאר אלט).

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:54 pm

זייער שיין, א דאנק.

פארוואס זענען די קאנסערוואטיוון שטערקער היינט?
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:55 pm

שיין.

טענקס!

והיתם נקיים
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובהדורך והיתם נקיים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:03 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:זייער שיין, א דאנק.

פארוואס זענען די קאנסערוואטיוון שטערקער היינט?


די ליבערעלס זענען די אינקאמבענטס, און יעדער לויפט קעגן זיי, די קאנסערוואטיוון זענען נישט צויפל שטערקער, אין 2015 האבן זיי באקומען 32%.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:07 pm

און די אלע קליינע זענען מער לינקע.

עניוועי, איך ווי א נאר האב זיך נעכטן געמוטשעט דאס צו ליינען אויף ענגליש, נישט וויסנדיג אז עס וועט זיין דא.

הערליכע היקף.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:20 pm

מענין לענין
לעצטענס געליינט אז טרודא מוטשעט זיך מיט סקאנדאלן
עפעס מער אינפו?

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:12 pm

שכוח פארן אנאליז, די געווארנער זשענעראל איז אזוי ווי די נשיא אין מדנ"י??
איך וויל פערזענליך איבערבעטן יעדער אויפן וועלטל וואס איז געווארן געטראפן פון מיר.
און כ'האף ביסט מיר מוחל, כ'העל אי"ה פרובירן זיך צו פארבעסערן.

איך בין יעדעם דא מוחל, און כ'וויל טאקע אנוואונטשן יעדעם דא, א גמר חתימה טובה, מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:36 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:שכוח פארן אנאליז, די געווארנער זשענעראל איז אזוי ווי די נשיא אין מדנ"י??


די קאנאדישע קעניגן איז אזויווי די נשיא אין מדנ"י, די גאווערנאר דזשענעראל איז איר שליח ווייל די קעניגן וואוינט אין ענגלאנד.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:44 pm

צ"ל, דער נשיא אין זייער מדינה טוט חלקים פון וואס די קעניגן טוט, און דער גאווערנאר דזשענערעל איז איר שליח.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:07 am

זייער שיין!

אין א זייטיגן נאטיץ, זענען אלע וואס פארמעסטן זיך פארן פרעמיער מיניסטער אמט פריש און יונג, אדער כאטש נישט מער ווי 65 יאר אלט...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:40 am

והיתם נקיים האט געשריבן:די וואלן זענען ערווארטעט פארצוקומען שמיני עצרת הבעל"ט (ולמספרם אקטאובער 21),


מען רעכענט זיך נישט מיט די יודישע וויילער ?
קען מען כאטש וועלען פריער ?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:13 pm

צל עובר האט געשריבן:צ"ל, דער נשיא אין זייער מדינה טוט חלקים פון וואס די קעניגן טוט, און דער גאווערנאר דזשענערעל איז איר שליח.

דער נשיא זייערע איז קאפירט פונעם ענגלישען קעניגן, געוויסע מאכטן, צוליב וואס בריטאניע האט אנגעפירט מיט די ווערטשאפט דארט. אזוי ווי אין אסאך אנדערע מקומות וואס די רעגירונג סיסטעם איז געבויט אויפן ענגלישן מאדעל, אריינגערעכנט אמעריקא וואס האט זיך אביסל ארומגעשפילט, אבער ביסודו איז עס נאכגעמאכט.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:32 pm

שלום עליכם @והייתם
עס איז א כבוד צי האבן אזא שרייבער אויפן וועלטל
זייט ממשיך
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:26 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צ"ל, דער נשיא אין זייער מדינה טוט חלקים פון וואס די קעניגן טוט, און דער גאווערנאר דזשענערעל איז איר שליח.

דער נשיא זייערע איז קאפירט פונעם ענגלישען קעניגן, געוויסע מאכטן, צוליב וואס בריטאניע האט אנגעפירט מיט די ווערטשאפט דארט. אזוי ווי אין אסאך אנדערע מקומות וואס די רעגירונג סיסטעם איז געבויט אויפן ענגלישן מאדעל, אריינגערעכנט אמעריקא וואס האט זיך אביסל ארומגעשפילט, אבער ביסודו איז עס נאכגעמאכט.

נאכקוקנדיג די זאך זעה איך אז קאנאדע איז גאר א חלק פון די קעניגרייך אונטער קעניגין עליזאבעט II,

ס'דא 16 לענדער אריינגערעכנט אוסטראליע, ניו זילאנד, דזשעמעיקע, די באהאמאס, און קאנאדא, וואס זענען א חלק פון די Commonwealth Realm וואס די נשיא/קעניגן דערפון איז קעניגן עליזאבעט דער צווייטער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:37 pm

יא יא!!!

קאנאדע, אויסטראליע, ניו-זילאנד, די באהאמאס און נאך האבן אלע א קעניגן, וואס איז גראדע אויכעט די קעניגן פון ענגלאנד. די קאנאדישע מלוכה, די ענגלישע מלוכה און די אויסטראלישע מלוכה, זענען דריי עקסטרע מלוכות, וואס איין מענטש אקופירט די אלע פאזיציעס און די געזעצן איבער ווער ס'ירש'נט די קרוין זענען אויך די זעלבע, אבער בעצם איז עס גענצליך אן עקסטרע מלוכה.

ועיין כאן אז ס'קען גאר אויסקומען אז די קעניגן זאל זיין אין א מלחמה צושטאנד מיט זיך אליינס.... :lol: :lol:
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 2:04 pm

איך דענק אז דארט ווי דער קאנאדישער ירום הודו (וואטעווער היז טייטל) וואוינט איז אויך דא אן עמטליכער טשעינדשינג אף די גארד טעגליך פונקט ווי אין לאנדאן

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 2:36 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צ"ל, דער נשיא אין זייער מדינה טוט חלקים פון וואס די קעניגן טוט, און דער גאווערנאר דזשענערעל איז איר שליח.

דער נשיא זייערע איז קאפירט פונעם ענגלישען קעניגן, געוויסע מאכטן, צוליב וואס בריטאניע האט אנגעפירט מיט די ווערטשאפט דארט. אזוי ווי אין אסאך אנדערע מקומות וואס די רעגירונג סיסטעם איז געבויט אויפן ענגלישן מאדעל, אריינגערעכנט אמעריקא וואס האט זיך אביסל ארומגעשפילט, אבער ביסודו איז עס נאכגעמאכט.

ערשטענס, די אמעריקאנע סיסטעם איז בכלל נישט געבויט אויפן ענגלישן סיסטעם. צווייטענס, ווען אמעריקע איז געווארן אן לאנד, האט נאכנישט ענגלאנד געהאט זייערע היינטיגע רעגירונג סיסטעם, דעמאלטס האט נאך די קעניג/קעניגין געהאט די גאנצע מאכט.
איך וויל פערזענליך איבערבעטן יעדער אויפן וועלטל וואס איז געווארן געטראפן פון מיר.
און כ'האף ביסט מיר מוחל, כ'העל אי"ה פרובירן זיך צו פארבעסערן.

איך בין יעדעם דא מוחל, און כ'וויל טאקע אנוואונטשן יעדעם דא, א גמר חתימה טובה, מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 2:52 pm

דאס איז לכאורה אין ענגלאנד, נישט אזוי?
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

פויליש אמבאסאדאר
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

תגובהדורך פויליש אמבאסאדאר » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 2:56 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:דאס איז לכאורה אין ענגלאנד, נישט אזוי?

?
I have a great relationship with the mexican people"- Donald Trump"

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 3:15 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:דאס איז לכאורה אין ענגלאנד, נישט אזוי?

קוק דא:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך דענק אז דארט ווי דער קאנאדישער ירום הודו (וואטעווער היז טייטל) וואוינט איז אויך דא אן עמטליכער טשעינדשינג אף די גארד טעגליך פונקט ווי אין לאנדאן
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:18 pm

פויליש אמבאסאדאר האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:דאס איז לכאורה אין ענגלאנד, נישט אזוי?

?
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (112.16 KiB) געזעהן 1512 מאל
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:37 pm

אין קאנאדע איז דא א פארלאמענט, אבער אנדערש ווי אין זייער מדינה ווי מען ערוועלט אויף פארטיי ליסטעס נאציאנאל, ארבעט עס אזוי ווי אין ענגלאנד, אז מען לויפט אין דיסטריקטס אזוי ווי די אמעריקאנער האוז אף רעפרעזענעטיווס. עס הייסט דארט קאנסיטשוענסי.

לויט ווי די דיסטריקטס זענען אויסגעשטעלט געבט עס א העווי עדווענטידזש פאר די ליבעראלע פארטיי פון טרודא.

לויט א קאמפעני וואס רופט זיך "קענעדע פעדערעל 2019" https://leantossup.ca/canada-federal-2019/ איז יעצט דער מצב אז די קאנסערוואטיוון געווינען די פאפעלער וואויט מיט 35.2% קעגן 33.7% פאר טרודא, אבער טרודא געווינט א רוב אין פארלאמענט.

ליבעראלן LPC 176
קאנסערוואטיוון CPC 129
ניי דעמאקראטן NDP 15
קוויבעקע בלאק BQ 10
גרינע GPC 7
נייע פיפל PPV 1
https://t.co/0oJKrV418N

newplot.png
newplot.png (43.9 KiB) געזעהן 1206 מאל
newplot (3).png
newplot (3).png (33.53 KiB) געזעהן 1206 מאל
newplot (1).png
newplot (1).png (41.86 KiB) געזעהן 1206 מאל
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

והיתם נקיים
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:54 pm

טראדו האט זיך פארשמירט אין די לעצטע וואך מיט א ברוינע-פנים סומאטוכע, און אין אנדערע ראסיזם נייעס פארפירט דער ען. די. פי. לידער סינג אז מ'זאל נישט ארויפלאזן די פיפעל'ס בערניער אויפ'ן דעבאטע צוליב זיין אויסגעשפראכענע צוגאנג.

והיתם נקיים
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 10:12 pm

א וואוטער אין מאנטרעאל האט נעכטן ג'עצה'עט די NDP פיהרער סינג אז ער זאל "אפשניידן זיין טורבאן כדאי אויסצוקוקן ווי א קאנאדישער", סינג האט אים גע'ענטפערט אז קאנאדער קוקן אויס ווי אסאך סארטן מענטשן, און אז דאס איז די שיינקייט פון קאנאדא.

יענער האט נאכדעם געזאגט אז ער האפט אז סינג געווינט, און סינג האט אויך געזאגט היינט אז יענער האט נישט געמיינט שלעכט נאר איז באמת געווען פריינטליך, ער זאגט אויך אז ער איז שוין געוואוינט צו הערן אזאלכע קאמאנטארן.

והיתם נקיים
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 10:19 pm

ס'איז היינט באקאנט געווארן אז די קאנסערוואטיוו פיהרער ענדרו שיר איז אן אמעריקאנער בירגער.

שיר'ס טאטע איז געבוירן אין אמעריקע און ער האט געמאכט זיינע קינדער פאר בירגער (לויט טעד קרוז קען ער לויפן צו זיין אמעריקע'ס פרעזידענט...) אבער ער האלט יעצט אינמיטן די פראצעדור פון אויפגעבן די אמעריקאנער בירגערשאפט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, john, MauiBot, PetalBot, Rak Tov, אזוי וויל איך און 27 געסט