סיום הש"ס - ד' טבת תש"פ - MetLife Stadium January 1st 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גמרא קאפ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:31 pm

תגובהדורך גמרא קאפ » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:01 pm

עס איז היינט געווארן באריכטעט אז נאך וואס רוב פון די 90.000 טיקעטס זענען שוין פארקויפט געווארן האט די אגודה געבאאקט די בארקלעיס צענטער פאר די סיום הש"ס עס וועט זיין אויך דארט א אויבןאן און מען וועט אלעס קענען מיטהאלטן דארט אויך לייו

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:24 pm

גמרא קאפ האט געשריבן:עס איז היינט געווארן באריכטעט אז נאך וואס רוב פון די 90.000 טיקעטס זענען שוין פארקויפט געווארן האט די אגודה געבאאקט די בארקלעיס צענטער פאר די סיום הש"ס עס וועט זיין אויך דארט א אויבןאן און מען וועט אלעס קענען מיטהאלטן דארט אויך לייו
צוגעלייגטע
IMG-20191127-WA0017.jpg
IMG-20191127-WA0017.jpg (94 KiB) געזעהן 859 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

גמרא קאפ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:31 pm

תגובהדורך גמרא קאפ » מוצ"ש נובעמבער 30, 2019 10:15 pm

מען וועט אנהייבן צו פארקויפן די טיקעטס פאר בארקלעיס דאנערשטאג אי"ה

די מעלה פון בארקלעיס קעגן מעטלייף איז אוודאי אז בארקלעיס איז אינדאארס באשיצט פון רעגן אין קעלט אין דער צייט וואס מעטלייף איז אינדרויסן

אוועטאר
לעכטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מוצ"ש נובעמבער 30, 2019 10:30 pm

אור האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:עמאראצישע שאלה: איז די סיום פון דרשו און אגודת ישראל די זעלבע זאך? (דיסקלעימער: איך בין נישט קיין נייע סארט "דרשו איד", איך בין סתם אזוי א אידיש קינד)
אגודה סיום איז סאך גרעסער (93000 זיץן +) און שמעתי אז עס סגייט זיין אינמיטן טאג (נייע יאר חאגא טאג)

וואס?! דרשי איז נישט אינמיטן טאג?
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

עושר וכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מוצ"ש נובעמבער 30, 2019 10:36 pm

אויך אז בארקלעיס איז אין ברוקלין. משא"כ מעט לייף.

כ'מיין אז גראד נעבן מעט לייף איז דא נאך א אינדאאר ארענא מיט פלאץ פאר 20,000. כפי זכרוני האט מען יענס שוין אמאל גענוצט, פארוואס נעמט מען נישט יענס פאר פרויען און אלע מענער וועלן בלייבן אין מיט לייף?
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

עושר וכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מוצ"ש נובעמבער 30, 2019 10:36 pm

לעכטל האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:עמאראצישע שאלה: איז די סיום פון דרשו און אגודת ישראל די זעלבע זאך? (דיסקלעימער: איך בין נישט קיין נייע סארט "דרשו איד", איך בין סתם אזוי א אידיש קינד)
אגודה סיום איז סאך גרעסער (93000 זיץן +) און שמעתי אז עס סגייט זיין אינמיטן טאג (נייע יאר חאגא טאג)

וואס?! דרשי איז נישט אינמיטן טאג?

דרשו מאכט א חודש שפעטער ווען ס'דארף שוין נישט זיין אזוי קאלט. אגודה מאכט מיטאג צייט צוליב די וועטער.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:09 pm

נאך אן עמאראצישע שאלה, איז די איווענט/סיום/צערעמאניע, וויאזוי איר ווילט עס רופן (ווענדט זיך ווי מען האט זיך געהאדעוועט), סיי פאר מענער און סיי פאר נשים?

man
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 2:02 am

תגובהדורך man » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:17 pm

יא.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 9:57 am

דרשו מאכט אויך סאך שענער פון אגודת ישראל.
זיי זענען משקיע אסאך געלטער.

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:23 am

הרב יוסף חיים גאלדרינג האט געמאלדען אויף אגודה לייוו ביים קאנווענשאן אז עס וועט אי"ה זיין פון איין משפחה פיר דורות ביים סיום וואס דריי דערפון וועלן אי"ה מסיים זיין גאנץ ש"ס
לא ימוש התורה מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך אמר השם מעתה ועד עולם
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

טרענספארטעשאן צום סיום

תגובהדורך ליינער » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:29 am

מען קען שוין באשטעלען א באס טיקעיט צום סיום פאר $35 א ראונד טריפ אויף דעם וועבזייטעל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

גמרא קאפ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:31 pm

תגובהדורך גמרא קאפ » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:38 pm

מנהלים ביטע שמעלצן

viewtopic.php?f=6&t=38340

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

בארקלעיס סענטער סיום הש"ס

תגובהדורך ליינער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:18 pm

טיקעיטס וועט נאר זיין צו באקומען אין די געשעפטען נישט אונליין
צוגעלייגטע
IMG-20191204-WA0038.jpg
IMG-20191204-WA0038.jpg (103.71 KiB) געזעהן 953 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

גמרא קאפ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:31 pm

תגובהדורך גמרא קאפ » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:40 pm

די פרייזן פאר בארקלעיס וועט אי"ה זיין 36 54 און 100 דאללער

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:18 am

כ"ק צאנז אר"י רבי שליט"א וועט ערשיינען אין די אמעריקאנע סיום הש"ס, און וועט זיין די גאסט רעדנער

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

92,000 טיקעטס שוין פארקויפט

תגובהדורך ווייזער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 7:44 am

ק/פ

אגודת ישראל בארה"ב תפיק בארה"ב את סיום הש"ס הגדול ביותר בגלובוס כולו. צפי ל-100.000 משתתפים. עד עכשיו נמכרו כ-92.000 כרטיסים. למעמד יגיעו רבנים מכל העולם. המעמד יתקיים בראשות מרן הגר"ש קמינצקי זקן ראש הישיבות ומנהיג עולם התורה בארה"ב.

עושר וכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:08 am

אבן יקרה האט געשריבן:כ"ק צאנז אר"י רבי שליט"א וועט ערשיינען אין די אמעריקאנע סיום הש"ס, און וועט זיין די גאסט רעדנער

נישט אין מעטלייף, נאר ביי דרשו.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:18 am

אן אינסיידער זאגט מיר אז נישט מער פון 25% זענען עכט מסיים גאנץ ש״ס.

75% פון די משתתפים ביים גרויסן סיום דף היומי זענען בכלל נישט מסיים.
50% פון אלע משתתפים לערנען למחצה לשליש ולרביע.
די איבריגע 25% קומען קוקן א שיינע כשרע סיום אין א סטעדיום.

למשל רוב רובם לעיקוואודער אידן לערנען נישט דעם דף, און אזוי נאך רבבות אידן אפילו פון אפישעל אגודה קרייזן.

כ׳קען עס נישט מברר זיין, אבער אויב יא האבעך מורא אז ס׳איז א שטיק ליצנות.

אוועטאר
קו הישר
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:22 am

ווייזער האט געשריבן:אן אינסיידער זאגט מיר אז נישט מער פון 25% זענען עכט מסיים גאנץ ש״ס.

75% פון די משתתפים ביים גרויסן סיום דף היומי זענען בכלל נישט מסיים.
50% פון אלע משתתפים לערנען למחצה לשליש ולרביע.
די איבריגע 25% קומען קוקן א שיינע כשרע סיום אין א סטעדיום.

למשל רוב רובם לעיקוואודער אידן לערנען נישט דעם דף, און אזוי נאך רבבות אידן אפילו פון אפישעל אגודה קרייזן.

כ׳קען עס נישט מברר זיין, אבער אויב יא האבעך מורא אז ס׳איז א שטיק ליצנות.

ווי אין די וועלט האסטו באקומען די אימפרעשן אז די גאנצע עולם איז מסיים? עס איז א ריזיגע כינוס לכבוד התורה ולומדיה ווי הונדערט טויזנט אידן קומען זיך צוזאם לקדש שם שמים.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:34 am

אויב פרויען גייען אויך, וואס גייט זיין מיט בעבי סיטטינג?
האט איר פאָד סטעמפס אדער מעדיקעיד קענט איר האָבן אמעזאן פריים, פרי שיפינג - מוזיק - לייענען - עסן - דיעל'ס - און נאך! פאר בלויז $5.99 א חודש!
https://amzn.to/347BDWp

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:35 am

ס'איז דאך באקאנט די ווארט פון ווילנער גאון, אז ביי שמחת סיום זענען די וואס זענען נישט מסיים, פונקט אזוי מחותנים ווי די מסיימים, וסימנך אז די באהאלטענע אותיות פון סיו"ם, זענען אויך בגימטריא סיו"ם, דאס הייסט, ס'מ"ך זענען די מ' מיט די כ' די באהאלטענע אותיות וואס מאכן די ס', זענען אויך בגימטריא ס', און אזוי אויך יו"ד, און ו"ו, און מ"ם, די אלע זענען די באהאלטענע, כלומר די וואס זענען נישט מסיים, אויך די זעלבע ווי די מסיימים אליין.
בפרט ביי אזא לימוד, וואס שווערע צענדליגע טויזנטע זענען מסיימי הש"ס, איז דאס אמת'ע שמחה פון גאנץ כלל ישראל.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:37 am

עושר וכבוד האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:כ"ק צאנז אר"י רבי שליט"א וועט ערשיינען אין די אמעריקאנע סיום הש"ס, און וועט זיין די גאסט רעדנער

נישט אין מעטלייף, נאר ביי דרשו.

טאקע פארוואס?
אז ביי מעטלייף גייט זיין אסאך א גרעסערע ציבור, און נאך דערצו ס'איז פון אגו"י, ווי דער רבי איז פון מועצגה"ת.

אגב, דאס כבוד וואס דער צאנזער רבי שליט"א געבט פאר דרשו איז א ספעציעלע מדות. דרשו האט דאך כאילו איבערגענומען די גאנצע כבוד פון מפעל הש"ס. ודו"ק היטב.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 2:08 pm

ווייזער האט געשריבן:אן אינסיידער זאגט מיר אז נישט מער פון 25% זענען עכט מסיים גאנץ ש״ס.
פון ווי ווייסט די אינסיידער? ווען מען האט זיך איינגעשריבן האט מען נישט געפרעגט אויב מען ענדיגט ש"ס
75% פון די משתתפים ביים גרויסן סיום דף היומי זענען בכלל נישט מסיים.
אבער 100% פלאנען אנצוהייבן בעזהשי"ת
50% פון אלע משתתפים לערנען למחצה לשליש ולרביע.
די איבריגע 25% קומען קוקן א שיינע כשרע סיום אין א סטעדיום.

למשל רוב רובם לעיקוואודער אידן לערנען נישט דעם דף, און אזוי נאך רבבות אידן אפילו פון אפישעל אגודה קרייזן.

כ׳קען עס נישט מברר זיין, אבער אויב יא האבעך מורא אז ס׳איז א שטיק ליצנות.
זיי מסביר די ליצנות, קיינער האט אפי' נישט געחלומט אז נאר די מסיימים גייען, מען גייט ווייל מען וויל מיטהאלטן און ווייזן פאר די קינדער די היסטארישע מעמד, צו קענען ענטפערן אמן יהא שמיה רבה צוזאמען מיט איבער 90 טויזענט מענטשן דאס מאכט זיך קיינמאל נישט.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 5:09 pm

ווייזער האט געשריבן:אן אינסיידער זאגט מיר אז נישט מער פון 25% זענען עכט מסיים גאנץ ש״ס.

75% פון די משתתפים ביים גרויסן סיום דף היומי זענען בכלל נישט מסיים.
50% פון אלע משתתפים לערנען למחצה לשליש ולרביע.
די איבריגע 25% קומען קוקן א שיינע כשרע סיום אין א סטעדיום.

למשל רוב רובם לעיקוואודער אידן לערנען נישט דעם דף, און אזוי נאך רבבות אידן אפילו פון אפישעל אגודה קרייזן.

כ׳קען עס נישט מברר זיין, אבער אויב יא האבעך מורא אז ס׳איז א שטיק ליצנות.

נניח אז די ציפערן האבן א האפט (פשוט אוממעגליך צו וויסן), הייסט דאס אז פון די אריבער הונדערט טויזנט משתתפים (בליעה"ר) רעדט מען פון איבער 25 טויזנט אידן וואס האבן מסיים געווען ש"ס?!

איין ווארט WOW

ברוך המקדש שמו ברבים, ויהא חלקי עמהם.

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 5:23 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:כ"ק צאנז אר"י רבי שליט"א וועט ערשיינען אין די אמעריקאנע סיום הש"ס, און וועט זיין די גאסט רעדנער

נישט אין מעטלייף, נאר ביי דרשו.

טאקע פארוואס?
אז ביי מעטלייף גייט זיין אסאך א גרעסערע ציבור, און נאך דערצו ס'איז פון אגו"י, ווי דער רבי איז פון מועצגה"ת.

אגב, דאס כבוד וואס דער צאנזער רבי שליט"א געבט פאר דרשו איז א ספעציעלע מדות. דרשו האט דאך כאילו איבערגענומען די גאנצע כבוד פון מפעל הש"ס. ודו"ק היטב.

אודאי, דער עיקר איז דער תכלית וואס האדמו"ר זצ"ל האט געוואלט איז דא און ער דארף אפי' נישט שאפן דאס געלט, דער וואס האט אביסעל געקענט האדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל ווייסט אז ער וואלט זיך מחיה געווען מיט דרשו, ביי איז דער עיקר געווען דער פועל יוצא אז אידען זאלן לערנען און קענען, נישט דער כבוד וכדומה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”