נייע לייסענס פלעטס סטייל (וואלן)
נישט שענער, היינט בויעט מען אזוי: שנעלער און ביליגער.
אגב, דער גורג וואשינטאן האט געדארפט ווערן באדעקט מיט בריקס, און איז קיינמאל נישט פארענדיגט געווארן צוליב א פעלינג פון פאנדן. געבליבן שטיין האלב פארענדיגט, און עס האט א געוואלדיגע חן.

"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)
-
- שר האלף
- תגובות: 1550
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
- לאקאציע: אין מיין שיך!
קריגעריי איבער נייע לייסענס פלעיטס
אלבאני – די פאליטישע רייבערייען ארום גאווערנאר קאומאו'ס פלאן אהערצושטעלן נייע לייסענס פלעיטס וואס מאטאריסטן וועלן דארפן צאלן דערפאר 25 דאלער, האלט ווייטער אן. נעכטן האט מען געהערט פון דזשים טעדיסקא, א סטעיט סענאטאר פון סאראטאגע אין אפסטעיט ניו יארק, וואס ער האלט אז מען דארף אראנזשירן פובליק הירינגס אין אלע עקן פון דער סטעיט, אז איינוואוינער זאלן האבן א ווארט און זאלן מעגן זאגן א מיינונג איבער'ן פלאן. טעדיסקא האלט אז ס'איז אומדערהערט אז מ'זאל אהערשטעלן נייע פלעיטס וואס וועט קאסטן געלט און וועט קיינעם נישט בענעפיטירן.
פון ד.ד.א
-
- שר מאה
- תגובות: 190
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לדעתי האט די מאריא מ. קאומא ברידזש גאר א ניו יארקער פליטישער סימבאל, עס איז די איינציגסטע באקאנטע ברידזש וואס לויפט אריבער די האדסאן ריווער און קענעקט ניו יארק סטעיט און ניו יארק סיטי, און איז גענצליך אונטער ניו יארק'ס שטחים, נישט אזוי ווי די דזשארדזש וואשינגטאן וואס ענדיגט זיך אין ניו דזשערזי
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 773
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
אלופי אדום האט געשריבן:לדעתי האט די מאריא מ. קאומא ברידזש גאר א ניו יארקער פליטישער סימבאל, עס איז די איינציגסטע באקאנטע ברידזש וואס לויפט אריבער די האדסאן ריווער און קענעקט ניו יארק סטעיט און ניו יארק סיטי, און איז גענצליך אונטער ניו יארק'ס שטחים, נישט אזוי ווי די דזשארדזש וואשינגטאן וואס ענדיגט זיך אין ניו דזשערזי
האסט מסביר געווען פארוואס פונקט די ברידזש און נישט אנדערע ברידזשעס.
אבער רבש"ע פארוואס פונקט א ברידזש דארף סימבאליזירן ניו יארק? איז עס פון די 10 אדער אפילו 50 מייסטערהאפטיגסטע בריקן אלוועלטליך? איז דאס דער סאמע שפיץ פון ניו יארק'ס שטאלץ? קאם אן!
עס זענען דא אסאך אנדערע מיני זאכן וואס הייבן זיך אן אין ניו יארק און ענדיגן זיך דארט, ווי למשל די גרעבסטע ראטן אין דער וועלט...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.
- איש האשכולות
- שר האלף
- תגובות: 1951
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
אלופי אדום האט געשריבן:לדעתי האט די מאריא מ. קאומא ברידזש גאר א ניו יארקער פליטישער סימבאל, עס איז די איינציגסטע באקאנטע ברידזש וואס לויפט אריבער די האדסאן ריווער און קענעקט ניו יארק סטעיט און ניו יארק סיטי, און איז גענצליך אונטער ניו יארק'ס שטחים, נישט אזוי ווי די דזשארדזש וואשינגטאן וואס ענדיגט זיך אין ניו דזשערזי
אויב אזוי איז די 59th st ברידש סאך מער סימבאליש,
ס'קאנעקט מאנהעטן מיט קווינס, און צוגאב האט ער צוויי פיס אויף רוזעוועלט איילענד,
און די פאליטיש סימבאלישקייט איז, אז מ'קען צומאל מאכן ביי ביי פאר די טשערליפט רייזענדע.
#אויך_מיר_סימבאליש
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
- פעטער שמואל
- שר חמש מאות
- תגובות: 644
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm
די סיבה פארוואס זיי טוישן די פלעיטס איז וויבאלד די נייע קעשלעס טאלל סיסטעם האט שוועריגקייטן מיטן ליינען די יעצטיגע געלע פלעיטס. וועגן דעם האבן זיי אויך געמאכט אזעלכע טרוקענע גרעפיקס.
איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס זיי פרעגן אונז וועלכע סטייל מען וויל? עס איז נישט געמאכט פאר אונז צו ליינען, עס איז געמאכט פארן קאמפיוטער, זאל מען זיי פרעגן וועלכע איז די שענסטע.

איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט
- nmi
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3297
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
פעטער שמואל האט געשריבן:איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס זיי פרעגן אונז וועלכע סטייל מען וויל? עס איז נישט געמאכט פאר אונז צו ליינען, עס איז געמאכט פארן קאמפיוטער, זאל מען זיי פרעגן וועלכע איז די שענסטע.
זייער פשוט. לכתחילה ווילן זיי לייגן דעם נייעם ברידזש אבער אזוי ווי זיי האבן מורא אז גי עולם וועט פארפירן היתכן דו מאכסט קאומאו פאר עפעס א ווייסעך וואס האבן זיי דיסיידעט צו מאכן וואוטס און די אנדערע 4 מינע האבן זיי ספעשל געמאכט אז ס'זאל נישט זיין אין מויל צו נעמען אזוי אז די עולם זאל וואוטן פארן בריק וואס דטן קען מען נישט האבן קיין טענות מער, וואס שרייסטע? אז דו האסט עס נישט ליב דעמאלס פארוואס האסטו געוואוט דערפאר?!.......
א גוטע פשט???
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 773
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
nmi האט געשריבן:פעטער שמואל האט געשריבן:איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס זיי פרעגן אונז וועלכע סטייל מען וויל? עס איז נישט געמאכט פאר אונז צו ליינען, עס איז געמאכט פארן קאמפיוטער, זאל מען זיי פרעגן וועלכע איז די שענסטע.
זייער פשוט. לכתחילה ווילן זיי לייגן דעם נייעם ברידזש אבער אזוי ווי זיי האבן מורא אז גי עולם וועט פארפירן היתכן דו מאכסט קאומאו פאר עפעס א ווייסעך וואס האבן זיי דיסיידעט צו מאכן וואוטס און די אנדערע 4 מינע האבן זיי ספעשל געמאכט אז ס'זאל נישט זיין אין מויל צו נעמען אזוי אז די עולם זאל וואוטן פארן בריק וואס דטן קען מען נישט האבן קיין טענות מער, וואס שרייסטע? אז דו האסט עס נישט ליב דעמאלס פארוואס האסטו געוואוט דערפאר?!.......
א גוטע פשט???

נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.
שוין אמאל געהערט פון מעניפאלעישאן?
דער פארדרייט א קאפ.
אנשטאט אויפברענגן צו מאכן א נייע פלייט, גיבט ער אונז די כבוד צו אויסוועלן די פלעיט.
דו מיינסט אז עס קומט אזוי, נאר פון גרויס גוטסקייט האט ער אונז געגעבן די אפשען 'וועלכע' פלעיט אנשטאט 'אויב' עס פעלט בכלל אויס.
איך טשוז די אלטע.
צוליב מיין גאלדענע הארץ האב איך באשלאסן, אז יעדער וואס גייט מיט אויגן גלעזער, קען אויסוועלן וואו עס גייט זיין מיין וואקאציע, וואס עטס אויגן גלעזער טראגערס, מוזן מיר באצאלן;
באהאמאס, 50,000,000$
פלארידע, $800,000,000
שווייץ, $ 750,000,000
בראזיל $950,000,000
אויסטראליע, 650,000,000.
שכח אלע וואס האבן געוואוט, באהאמאס האט געווינען...

לעצט פאראכטן דורך בסד אום פרייטאג אוגוסט 30, 2019 6:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אלופי אדום האט געשריבן:עס איז די איינציגסטע באקאנטע ברידזש וואס לויפט אריבער די האדסאן ריווער און קענעקט ניו יארק סטעיט און ניו יארק סיטי.
וואס?
קודם כל דער בריק ציט זיך פון וועסטשעסטער קאונטי צו ראקלענד קאונטי עס האט גארנישט מיט די סיטי איינגעשטעקט.
צווייטנס מען דארף אפילו נישט אריבער שפרייזן דעם האדסאן אנצוקומען קיין אלבאני.
דריטנס די האדסאן האט אזא צען בריקן אויפן גאנצן לענג.
שטודיר אביסל די מאפע.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)
- פליגל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4480
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
פעטער שמואל האט געשריבן:די סיבה פארוואס זיי טוישן די פלעיטס איז וויבאלד די נייע קעשלעס טאלל סיסטעם האט שוועריגקייטן מיטן ליינען די יעצטיגע געלע פלעיטס. וועגן דעם האבן זיי אויך געמאכט אזעלכע טרוקענע גרעפיקס.
איך פארשטיי ניטאמאל פארוואס זיי פרעגן אונז וועלכע סטייל מען וויל? עס איז נישט געמאכט פאר אונז צו ליינען, עס איז געמאכט פארן קאמפיוטער, זאל מען זיי פרעגן וועלכע איז די שענסטע.
נישטא נאך אזא טריקענע פלעיטס ווי די ניו יארק'ע גאלדענע... און
און וואטיצעך מיט די אלע ספעשעלטי פלעיטס מיט אלע סארט בילדער דערויף? וואס איז דער תירוץ מיט די פלעיטס פון אנדערע סטעיטס?
סתם א תירוץ אבי צו שטילן דעם המון.
- Think and Thank
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4552
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm
אלופי אדום האט געשריבן:לדעתי האט די מאריא מ. קאומא ברידזש גאר א ניו יארקער פליטישער סימבאל, עס איז די איינציגסטע באקאנטע ברידזש וואס לויפט אריבער די האדסאן ריווער און קענעקט ניו יארק סטעיט און ניו יארק סיטי, און איז גענצליך אונטער ניו יארק'ס שטחים, נישט אזוי ווי די דזשארדזש וואשינגטאן וואס ענדיגט זיך אין ניו דזשערזי
צו גיין פון ניו יארק סיטי צו ניו יארק סטעיט דארפסטו נישט קיין בריק. מיט איין טריט ביזטו ארויס פון בראנקס און אריין אין יאנקערס, וכן להיפך.
(און די טאפאן זי/מאריא קואמא בריק איז א שיינע פאר מייל ווייט פון די סיטי.)
- צוגעלייגטע
-
- I87 (1).JPG (114.88 KiB) געזעהן 1611 מאל
“We choose truth over facts.”
Joe Biden, august 8, 2019
-
- שר מאה
- תגובות: 218
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am
בסד האט געשריבן:צוליב מיין גאלדענע הארץ האב איך באשלאסן, אז יעדער וואס גייט מיט אויגן גלעזער, קען אויסוועלן וואו עס גייט זיין מיין וואקאציע, וואס עטס אויגן גלעזער טראגערס, מוזן מיר באצאלן;
באהאמאס, 50,000,000$
פלארידע, $800,000,000
שווייץ, $ 750,000,000
בראזיל $950,000,000
אויסטראליע, 650,000,000.
שכח אלע וואס האבן געוואוט, באהאמאס האט געווינען...
זאגנאר! ביסט נאך דארט? וואס איז די מצב נאכ'ן האריקעין?
- Think and Thank
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4552
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm
בעריש'ל האט געשריבן:אלופי אדום האט געשריבן:עס איז די איינציגסטע באקאנטע ברידזש וואס לויפט אריבער די האדסאן ריווער און קענעקט ניו יארק סטעיט און ניו יארק סיטי.
וואס?
קודם כל דער בריק ציט זיך פון וועסטשעסטער קאונטי צו ראקלענד קאונטי עס האט גארנישט מיט די סיטי איינגעשטעקט.
צווייטנס מען דארף אפילו נישט אריבער שפרייזן דעם האדסאן אנצוקומען קיין אלבאני.
דריטנס די האדסאן האט אזא צען בריקן אויפן גאנצן לענג.
שטודיר אביסל די מאפע.
גראדע ברויך מען יא אריבערגיין דעם האדסאן אנצוקומען קיין אלבעני. די האדסאן גייט פיל, פיל העכער ארויף ווי אלבעני.
פון די סיטי ביז אלבאני אליין האט די האדסאן פערצן אריבערגענג:
אוטערברידזש קראסינג
גאטהעלס ברידזש
האלענד טאנעל
לינקאלן טאנעל
וואשינגטאן ברידזש
מאריא קואמא (טעפען זי) ברידזש
ביער מאונטען ברידזש
ניובורג ביקען ברידזש
מיד-האדסאן ברידזש
קינגסטאן-ריינקליף ברידזש
ריפ ווען ווינקל ברידזש
קעסטלטאן-אן-האדסאן ברידזש
דאן מעמאריעל ברידזש
פעטרון איילענד ברידזש
די ערשטע פינף גייען פון ניו יארק צו ניו דזשערזי. די איבריגע גייען אלע בתוככי ניו יארק רבתי.
“We choose truth over facts.”
Joe Biden, august 8, 2019
Think and Thank האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:אלופי אדום האט געשריבן:עס איז די איינציגסטע באקאנטע ברידזש וואס לויפט אריבער די האדסאן ריווער און קענעקט ניו יארק סטעיט און ניו יארק סיטי.
וואס?
קודם כל דער בריק ציט זיך פון וועסטשעסטער קאונטי צו ראקלענד קאונטי עס האט גארנישט מיט די סיטי איינגעשטעקט.
צווייטנס מען דארף אפילו נישט אריבער שפרייזן דעם האדסאן אנצוקומען קיין אלבאני.
דריטנס די האדסאן האט אזא צען בריקן אויפן גאנצן לענג.
שטודיר אביסל די מאפע.
גראדע ברויך מען יא אריבערגיין דעם האדסאן אנצוקומען קיין אלבעני. די האדסאן גייט פיל, פיל העכער ארויף ווי אלבעני.
פון די סיטי ביז אלבאני אליין האט די האדסאן פערצן אריבערגענג:
אוטערברידזש קראסינג
גאטהעלס ברידזש
האלענד טאנעל
לינקאלן טאנעל
וואשינגטאן ברידזש
מאריא קואמא (טעפען זי) ברידזש
ביער מאונטען ברידזש
ניובורג ביקען ברידזש
מיד-האדסאן ברידזש
קינגסטאן-ריינקליף ברידזש
ריפ ווען ווינקל ברידזש
קעסטלטאן-אן-האדסאן ברידזש
דאן מעמאריעל ברידזש
פעטרון איילענד ברידזש
די ערשטע פינף גייען פון ניו יארק צו ניו דזשערזי. די איבריגע גייען אלע בתוככי ניו יארק רבתי.
גערעכט איך האב מכוון געווען צום דאן מעמאריעל בריק וואס רירט אן אלבאני, מיר נוצן דעם וועג בדרך כלל, איך האב געמיינט אז עס איז אין אלבאני.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)
- פליגל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4480
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
שטורעמישע אייסערייען אין די ניו יארק סטעיט פאליטישע קארידארן רודערט זיך און פאליטישאנס פון ביידע פארטייען האבן ארויסגעברענגט זייער אומצופרידענהייט מיט קאומאו'ס פלעיטס פלאן צוליב עטליכע אורזאכן.
איינס איז געווען די געדאנק אז מ'לייגט ארויף אן אומגעבעטענע טובה אויף די בירגער וואס מ'מאכט זיי באצאלן דערויף בעת זיי ראנגלען זיך צו דעקן טעגליכע קאסטן. "ער ניקל'ט און דיימ'ד דעם ציבור".
א שטארקע טענה האבן זיי ארויסגערוקט איבער די גאנצע אזוי גערופענע וואלן ווי מ'האט געגיבן דעם המון א שאנס צו וועלן צווישן טשיקן אר טשיקן.. " עס איז פשוט ריגד" שרייט איין סטעיט סענעטאר. 5 סארט פלעיטס, 4 פון די זעלבע סארט געדאנק, דעם ניו יארק'ער לאזונג , און דעם ליבערטי, און נאך עטליכע סימבאליסטישע זאכן. עס איז בעיסיקלי באשטאנען פון א ווייסער בעקגראונד מיט בלויע ווערטער און גאלדענע ליניעס, און מען האט געקענט וועלן צווישן די 4 וועלכע מען האט מער געגליכן, איינער גלייכט דעם ליבערטי גרעסער, איינער גלייכט קעפיטעל לעטטערס, א צווייטער מער סקריפט, איינער דעם פלאם און א צווייטער דעם קרוין. וכו' וכו'.
און נאכדעם איז דא די 5'טע.. דאס'ז שוין א גאר אנדערע געדאנק, קיין שום שייכות מיט די איבעריגע 4, קיין שום ווארט דערמאנט נישט די ניו יארק'ער לאזונג, די ליבערטי, עס האט ניאמאל די גאלדענע ליניע.. עס איז בכלל אנאנדערע סארט זאך, קיין שום גלייכן צו די אנדערע 4.. עס האט דעם נייעם לאנגן בריק וואס פארבינד וועסטשעסטער און ראקלענד קאונטיס און טראגט איינוועגס דעם נאמען פון דעם גובערנאטאר'ס פארשטארבענעם פאטער, זעלבסט א געוועזענעם ניו יארק'ע גובערנאטאר.
"עס איז אזוי בולט אז ער האט דאס געטאהן ספעציעל אזוי אז דער בריק פלעיט זאל זיין דער געווינער" ליארמעט איין געזעץ גיבער. מענטשן אייסערן זיך איבער די 4 זעלבע וועלכער איז שענער מיט די פרטים, און איינוועיגס וועט דער בריק פלעיט געווינען ווען מ'קען נישט וועלן איבער יענס אויף א שענערע וכדו'. "עס איז געהעריג 'פלעיטגעיט'" גארגעלט זיך איין לעגיסלאטור.
גובערנאטור קאומאו איז נישט שולדיג געבליבן שטייצעך, און מיט זיין שארפע רעטאריק צוריק געשאסן אז די געזעצגיבער זעלבסט זענען די וואס זענען שולדיג אז עס גייט קאסטן די בירגער געלט.. זיי האבן נאך איידער די צייטן וואס איך בין געווען אפילו ערוועלט ארויסגעשמירט א געזעץ אז עס מעג קאסטן 25 טולער פאר א נייע סעט פלעיטס, נא וואס ווילן זיי פון מיר? זאלן זיי צוריקדרייען דעם געזעץ און פטור אן עסק!
דער גובערנאטאר צייגט אן אז מען מוז טוישן די פלעיטס ביז אפריל 1 למס', ווייל אפילו די "טריפל-עי" זאגט אז די "לעבנסלענג" פון לייסענס פלעיטס זענען ארום 10 יאר (נאכדעם שטארבט עס?..). און עס מוז נאכלויפן די נייעסטע טעכנאלאגיע ווי די רעד-לייט און ספיעד קעמערעס און די אי-זי-פעסס נייע סארט פלעיט ריעדערס וואס פלאגן זיך צו לייענען די אלטע פלעיטס. (אקעי, לייג נישט קיין קעמערעס.. ).
מען גייט מוזן צאלן 25 טולער פאר א נייע סעט בלעכלען, און טאמער וויל מען בלייבן מיט די אלטע נומערן וועט עס צוקאסטן נאך אן איבעריגע 20 טולער.
ער צייגט אן אז אנדערע סטעיטס האבן אויך פלעיט-טוישן פראגאראמען וואו מען ברויך זאגאר טוישן איעדע 5 יאר.. סא 10 יאר איז נישט אזא הימל געשריי.
פאריגעס מאל ווען גאווערנער פעטערסאן (איינער געדענקט אים נאך?) האט געוואלט מאכן דעם עולם טוישן די פלעיטס איז געווארן אזא ווייגעשריי אז ער האט צוריגעצויגן פון דעם פרט אז מען מוז עס איינטוישן, נאר אנשטאט האט מען פון דאן און ווייטער אנגעהויבן גיבן נאר די נייע פלעיטס פון דאן; די גאלדענע.

אז פליגל איז דא מיט א לענגס און א ברייט מיינט עס אז ס'איז טאקע דא א פראבלעם.
חחח, די מיט דיין שפראך, דער קאומאו איז דאך טאקע טויט צודרייט.
כ'האה געוואוט 5, ווייסט איינער אויב ווען מען וואוט דא אויף אייוועלט גייט עס אטאמאטיש ארויף אויף די גאווערנארס וואוט?

איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 773
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
40% האט געוואוט פארן אפגעריסענעם בריק?
איין לימוד זכות איז דא פארוואס דער עולם וואוט פונקט אויף דעם, אבער כ'מיין מ'זאל עס האלטן שטיל צווישן אונז...
פלעיט #3 איז די איינציגסטע וואס האט א פארטונקלטע בעקגראונד, און עס איז צו האפן אז עס וועט שטערן די קעמעראס ביי לייטס און טאול בודקעס אויפצוכאפן קלארע נומערן...
איין לימוד זכות איז דא פארוואס דער עולם וואוט פונקט אויף דעם, אבער כ'מיין מ'זאל עס האלטן שטיל צווישן אונז...
פלעיט #3 איז די איינציגסטע וואס האט א פארטונקלטע בעקגראונד, און עס איז צו האפן אז עס וועט שטערן די קעמעראס ביי לייטס און טאול בודקעס אויפצוכאפן קלארע נומערן...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 773
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
זינגער האט געשריבן:כ'האה געוואוט 5, ווייסט איינער אויב ווען מען וואוט דא אויף אייוועלט גייט עס אטאמאטיש ארויף אויף די גאווערנארס וואוט?
זעט אויס אז יא!!!!
גירא בעיניה דקאמאו...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.
א מפלה אין קאומא
נעקסט טיים האלט דיר נישט אזוי גרויס מיט דיין בריק....
דאס אנדערע מאל זאלסטו אויך מאכן אנדערע שיינע דיזיינס אזוי אז ניו יארק וואלט געקענט האבן א שיינע היינטיגע דיזיין.
יעצט וועט מען געדענקן אז קאומא האט צוליב א אייגענע נגיעות געמכאט אז ניו יארק זאל האבן א אלטמאדישע און נישט עפעס ספעציעל שיינע פלעיטס..

איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט
מיין בליק אויף איי וועלט
eller האט געשריבן:א מפלה אין קאומא
נעקסט טיים האלט דיר נישט אזוי גרויס מיט דיין בריק......
איר זענט ראנג, איך וועל זיך אנעמען פאר קאמאו, א גוי האט נישט די איסור פון גאווה,
די בריק איז עפעס מיט וואס ער מעג זיין שטאלץ, די זעלבע איז מיט לאגווארדיע און דשעי עף קעי עירפארט איבערבוי, קאמאו האט באוויזען עפעס וואס וווייניג בעפאר אים האבן באוויזען, ער האט באוויזען צו בויען אין ענדיגען אין צייט און געבליבען אין בודשעט.
געב קרעדיט ווען קרעדיט קומט זיך.
- פליגל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4480
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
קאנסילמאן האט געשריבן:eller האט געשריבן:א מפלה אין קאומא
נעקסט טיים האלט דיר נישט אזוי גרויס מיט דיין בריק......
איר זענט ראנג, איך וועל זיך אנעמען פאר קאמאו, א גוי האט נישט די איסור פון גאווה,
די בריק איז עפעס מיט וואס ער מעג זיין שטאלץ, די זעלבע איז מיט לאגווארדיע און דשעי עף קעי עירפארט איבערבוי, קאמאו האט באוויזען עפעס וואס וווייניג בעפאר אים האבן באוויזען, ער האט באוויזען צו בויען אין ענדיגען אין צייט און געבליבען אין בודשעט.
געב קרעדיט ווען קרעדיט קומט זיך.
גם אני מצטרף, ער איז היצט ביים שטייסל, ער האט געוואלט פאראייביגן זיין טאטענס נאמען וואס האט געדינט דעם לאנד ניו יארק פאר 12 יאר, געווען א שטאטסמאן און אייביג באוויזן זיך דורכצוקומען מיט אפאנענטן. און ס'יז נישט מער ווי נארמאל.
ספעציעל ווען דער בריק איז דא מיט וואס זיך צו שטאלצירן. א שטייגער די שטענדיגע צעגערייען פון די ביז היצטיגע ווירטשאפט ביז ער האט געגיבן א קלאפ אויפן טיש אז דא קומט א נייע בריק און פטור א געשעפט מיט דעם אלטן פעלערהאפטיגן וואס האט געקאסט די סטעיט עפרות זהב און איז נישט ווערט געווען די גרייצער וואס מען האט אריינגעלייגט ביז דאן. די ארבייט האט גענומען טשיק-טשאק ווען עס קומט אין קאנטראסט מיט אנדערע פראיעקטען וואס נעמט פאר אייביג.
כ'אב גראדע היבש הנאה געהאט פון זיין פראוו.
קאנסילמאן האט געשריבן:eller האט געשריבן:א מפלה אין קאומא
נעקסט טיים האלט דיר נישט אזוי גרויס מיט דיין בריק......
איר זענט ראנג, איך וועל זיך אנעמען פאר קאמאו, א גוי האט נישט די איסור פון גאווה,
די בריק איז עפעס מיט וואס ער מעג זיין שטאלץ, די זעלבע איז מיט לאגווארדיע און דשעי עף קעי עירפארט איבערבוי, קאמאו האט באוויזען עפעס וואס וווייניג בעפאר אים האבן באוויזען, ער האט באוויזען צו בויען אין ענדיגען אין צייט און געבליבען אין בודשעט.
געב קרעדיט ווען קרעדיט קומט זיך.
קענסט מיר אפשר מסביר זיין מיט וואס איז דער בריק שענער ווי דער גאטעלעס, אדער קאסקיאסקא?
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)
בעריש'ל האט געשריבן:קאנסילמאן האט געשריבן:eller האט געשריבן:א מפלה אין קאומא
נעקסט טיים האלט דיר נישט אזוי גרויס מיט דיין בריק......
איר זענט ראנג, איך וועל זיך אנעמען פאר קאמאו, א גוי האט נישט די איסור פון גאווה,
די בריק איז עפעס מיט וואס ער מעג זיין שטאלץ, די זעלבע איז מיט לאגווארדיע און דשעי עף קעי עירפארט איבערבוי, קאמאו האט באוויזען עפעס וואס וווייניג בעפאר אים האבן באוויזען, ער האט באוויזען צו בויען אין ענדיגען אין צייט און געבליבען אין בודשעט.
געב קרעדיט ווען קרעדיט קומט זיך.
קענסט מיר אפשר מסביר זיין מיט וואס איז דער בריק שענער ווי דער גאטעלעס, אדער קאסקיאסקא?
ווי האב איך געשריבען אז עס איז שענער אז די ציטיר'סט מיר?
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Graphic24, Jobless, kollel yingerman, Tachlis Hayediah, Working, ?אפשרטאקע, א גאנץ יאר פרייליך, א מחי', אביונה, אוסף החסיל, בן בוזי, ברוינע באנאנע, התבונני, חזן שמילאוויטש, טאנץ 2, סיז מסודר, סקאראמוטשי, עס איז מיר גיט, פאר וואס נישט, פארפלאנטערט, פישל, קיין נפקמ, שדה ורוד, שירה פען און 236 געסט