בלאט 1 פון 5

דעבלאזיא אין א געבעט צו עסקנים: איך וויל זיין ביים דיבעיט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:04 pm
דורך אמסטערדאם
די עסקנים פון אחים לדעה סאטמאר מהרי״י זענען ארויסגעקומען מיט גאר א מאדנער פארלאנג געבעטן אדורך דער מעיאר בעצמו

ענטפערט דעם רוף פון עסקנים מיט
1 דאָללאַר


טייערע ברודער, אחים לדעה הי"ו,
מיר – וואס ארבעטן צוזאמען מיט די געטרייע עסקנים וועלכע שטייען אין כסדר'דיגע פארבינדונגען מיט די רעגירונג פאר א רייע שתדלנות'ן למען קהלותינו ומוסדותינו הקדושים און פאר יחידים וואס דארפן הילף, און צו פארטרעטן אייערע אינטערעסן - ווענדן מיר צו אייך מיט א בקשה וואס קען אויסזען מאָדנע, אָבער ס'איז זייער וויכטיג און איין דאלאר מאַכט אויס גאָר אַסאַך.
ווי איר ווייסט, איז מעיאָר דעבלאַזיאָ אַ קאַנדידאַט פאַר די דעמאָקראַטישע פּריימעריס פאַר פּרעזידענט. כדי צו קענען אַריינקומען אין צוקונפטיגע דעבאַטעס, נאָכ'ן זומער, דאַרף יעדער קאַנדידאַט אַריינברענגן ביישטייערונגען פון 130,000 מענטשן, און מוז אויך ווייזן שטארקקייט אין די פאולס – יעדע ביישטייערונג קען זיין אזוי ווייניג ווי א דאָלאַר, אָבער עס דאַרף האָבן דעם נאָמען פונעם מענטש וואָס האָט עס געגעבן.
דער מעיאָר האָט פערזענליך געבעטן מ'זאָל אים שטיצן און זען אַריינצוברענגן וואָס מער איין דאָלאַרדיגע ביישטייערונגען פאַר זיין קאַמפּיין. די עסקנים בעטן זיך צו אונז מ'זאל אַריינברענגן 10,000 ביישטייערונגען.
מיר בעטן אייך בכל לשון של בקשה, ביישטייערט א דאָלאַר מיט אייער קרעדיט קאַרד.
בעט אויך אייער פרוי און ערוואקסענע קינדער וואס האבן קרעדיט קאַרדס צו ביישטייערן (אויב נוצט מען דעם זעלבן קאמפיוטער, מאכט זיכער צו דרוקן ריסעט אונטן, און אז מ'לייגט אריין זייער נאמען).
געדענקט: ס'איז זעלטן וואס א דאלאר טראגט אזא ווערד.
איר זענט טאקע נישט געוואוינט צו געבן פאליטישע ביישטייערונגען, אבער דאס איז א חסד פאר'ן ציבור, דורכ'ן ווייזן אז עס אינטרעסירט אונז.
מיט'ן געבן דעם דאָלאַר שטיצט איר נצרכים, דעם גאַנצן חרדי'שן ציבור און אונזערע רעכטן און געברויכן, דורך ענטפערן דעם רוף פון עסקנים, וואס דארפן ווייזן אז דער ציבור אנערקענט די וואס פארשטייען אונזערע אינטערעסן.
מיט'ן דאלאר שטיצט איר נישט זיין קאנדידאטור, נאר איר העלפן אים מעגליך אנצוקומען צו די דעבאטע (אויב ער שטייגט אין נאך פאולס צו 2 פראצענט). איר שטיצט יא אונזערע געטרייע עסקנים, וועלכע בעטן זיך אז מיר זאלן ארויסווייזן די שטיצע.
די דעדליין אריינצוברענגן די סומע איז אין די קומענדיגע וואכן (אגוסט 28). מאכט זיכער עס נישט אפצולייגן.


https://secure.actblue.com/donate/achimladiah

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:08 pm
דורך נעכטן
די מעסעדזש איז שוין ארומגעפארן לעצטע וואך. יעצט האט איינער צוגעלייגט: "דעבלאזיא אין א געבעט צו עסקנים".. סהאט גארנישט מיט דעבלאזיא

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:18 pm
דורך בר דעת
עס טוט זיך שוין אין די פרעסע עטליכע טעג דערוועגן

http://gothamist.com/2019/08/08/a_brief ... _2020s.php

אויב איינער קען אהערברענגן וואלט געווען אינטערסאנט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:25 pm
דורך קרן
ביי דאנעיטאן דא https://secure.actblue.com/donate/achimladiah גייט עס פאר די בלאזיא ?
ווער איז דאס actblue?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:44 pm
דורך שנאפס
נעכטן האט געשריבן:די מעסעדזש איז שוין ארומגעפארן לעצטע וואך. יעצט האט איינער צוגעלייגט: "דעבלאזיא אין א געבעט צו עסקנים".. סהאט גארנישט מיט דעבלאזיא


עס האט יא

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:45 pm
דורך שנאפס
קרן האט געשריבן:ביי דאנעיטאן דא https://secure.actblue.com/donate/achimladiah גייט עס פאר די בלאזיא ?
ווער איז דאס actblue?


יא

עקט-בלו ווי איך פארשטיי איז זיין קאמפיין קאמיטע

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:51 pm
דורך nmi
וואס טוה איך אויב איך בין פון קהילת מהרי"י און איך דארף ענדישער טראמפ אלס פרעזידענט אווי דעבלאזיאו?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:56 pm
דורך לייטער
nmi האט געשריבן:וואס טוה איך אויב איך בין פון קהילת מהרי"י און איך דארף ענדישער טראמפ אלס פרעזידענט אווי דעבלאזיאו?

קענסט רוהיג געבן געלט פאר די בלאזי או ער גייט עניוועי נישט ווערן פרעזידענט, און ער '' איז יא'' מעיאר

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:59 pm
דורך Goodmorning
nmi האט געשריבן:וואס טוה איך אויב איך בין פון קהילת מהרי"י און איך דארף ענדישער טראמפ אלס פרעזידענט אווי דעבלאזיאו?

דיין דאלער גייט אים פשוט מאכן פילן גוט צו קענען שרייען ביי נאך א דעבעיט, מען דארף א מינימום דאנארס צו קוואליפיצירן. ער גייט נישט האבן מער שאנסן צו געווינען, פשוט די עסקנים זאלן אים קענען ווייזן ווי געטריי זיי זענען צו אים אין זיין עת צרה....
און גראדע אויב געווינט ער די פריימערי, געווינט לכאורה טראמפ

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:00 pm
דורך אמסטערדאם
ער און דו ווייסן אז ער ווערט נישט פרעזידענט, קענסט רואיג געבן דעם דאלער
פאר די ארימע אידעלעך איז ער גאנץ גוט דא און די עסקנים האבן א אפענע טיר און ער האט גערופן זיך בעטן יעצט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:38 pm
דורך א גוטן
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אונז דארף מיר נאך דעם בלאזיער. חוץ טרעפיק, קריים און שאפינג בעגס האמיר גארנישט פון אים.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:39 pm
דורך שנאפס
פאר מענטשן וועלכע פרעגן וואס עקט בלו איז.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/ActBlue

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:39 pm
דורך שנאפס
א גוטן האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אונז דארף מיר נאך דעם בלאזיער. חוץ טרעפיק, קריים און שאפינג בעגס האמיר גארנישט פון אים.


למען בריתו אשר שם בבשרינו

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:24 am
דורך סארקאזי
זאג אים ער זאל גיין זונטיג קיין 770 און שטיין אין די ליין צו באקומען א דאללער :lol:

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 3:21 am
דורך לאנדאנער
סארקאזי האט געשריבן:זאג אים ער זאל גיין זונטיג קיין 770 און שטיין אין די ליין צו באקומען א דאללער :lol:

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 7:30 am
דורך א גולם
אז איך געב א דאללער גייט עס העלפן פאר די חינוך? אדער גארנישט, מיש נישט הודיל מיט בודיל

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 7:37 am
דורך נאר נייעס
סקען גאר שטארק העלפן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:06 am
דורך משה חיים פנחס
נו שוין זאל זיין א דאלער צו העלפן אפאר אנדערע אידן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:11 am
דורך Gevald Geshrigen
פאר איין דאלאר צו העלפן פיר אידן איז ביליגער ווי ווען יעדער קומט עקסטער ביים מנין סייווי פאר מינימום א דאלער איטש

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:17 am
דורך י
א גוטן האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אונז דארף מיר נאך דעם בלאזיער. חוץ טרעפיק, קריים און שאפינג בעגס האמיר גארנישט פון אים.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:33 am
דורך Goodmorning
י האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אונז דארף מיר נאך דעם בלאזיער. חוץ טרעפיק, קריים און שאפינג בעגס האמיר גארנישט פון אים.

מען זאל נישט בעסער נישט אויסגעפונען וואס עס געשעט ווען מען האט גארנישט קיין קאנעקשאנס און די מצב וואלט געווען גאר שלעכט ווען

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:38 am
דורך לייטער
זייט בלומינגבערג איז ארויס זענען 10דליגע עסקנות זאכן געווארן מסודר
דיבלאזיא איז א ריכטיגע אוהב ישראל אוהב חסידישע אידן, נישט קיין חילוק וואס מען האלט אויף אים אלץ פאליטיק.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:51 am
דורך Yang2020
אמסטערדאם האט געשריבן:די עסקנים פון אחים לדעה סאטמאר מהרי״י זענען ארויסגעקומען מיט גאר א מאדנער פארלאנג געבעטן אדורך דער מעיאר בעצמו

ענטפערט דעם רוף פון עסקנים מיט
1 דאָללאַר


טייערע ברודער, אחים לדעה הי"ו,
מיר – וואס ארבעטן צוזאמען מיט די געטרייע עסקנים וועלכע שטייען אין כסדר'דיגע פארבינדונגען מיט די רעגירונג פאר א רייע שתדלנות'ן למען קהלותינו ומוסדותינו הקדושים און פאר יחידים וואס דארפן הילף, און צו פארטרעטן אייערע אינטערעסן - ווענדן מיר צו אייך מיט א בקשה וואס קען אויסזען מאָדנע, אָבער ס'איז זייער וויכטיג און איין דאלאר מאַכט אויס גאָר אַסאַך.
ווי איר ווייסט, איז מעיאָר דעבלאַזיאָ אַ קאַנדידאַט פאַר די דעמאָקראַטישע פּריימעריס פאַר פּרעזידענט. כדי צו קענען אַריינקומען אין צוקונפטיגע דעבאַטעס, נאָכ'ן זומער, דאַרף יעדער קאַנדידאַט אַריינברענגן ביישטייערונגען פון 130,000 מענטשן, און מוז אויך ווייזן שטארקקייט אין די פאולס – יעדע ביישטייערונג קען זיין אזוי ווייניג ווי א דאָלאַר, אָבער עס דאַרף האָבן דעם נאָמען פונעם מענטש וואָס האָט עס געגעבן.
דער מעיאָר האָט פערזענליך געבעטן מ'זאָל אים שטיצן און זען אַריינצוברענגן וואָס מער איין דאָלאַרדיגע ביישטייערונגען פאַר זיין קאַמפּיין. די עסקנים בעטן זיך צו אונז מ'זאל אַריינברענגן 10,000 ביישטייערונגען.
מיר בעטן אייך בכל לשון של בקשה, ביישטייערט א דאָלאַר מיט אייער קרעדיט קאַרד.
בעט אויך אייער פרוי און ערוואקסענע קינדער וואס האבן קרעדיט קאַרדס צו ביישטייערן (אויב נוצט מען דעם זעלבן קאמפיוטער, מאכט זיכער צו דרוקן ריסעט אונטן, און אז מ'לייגט אריין זייער נאמען).
געדענקט: ס'איז זעלטן וואס א דאלאר טראגט אזא ווערד.
איר זענט טאקע נישט געוואוינט צו געבן פאליטישע ביישטייערונגען, אבער דאס איז א חסד פאר'ן ציבור, דורכ'ן ווייזן אז עס אינטרעסירט אונז.
מיט'ן געבן דעם דאָלאַר שטיצט איר נצרכים, דעם גאַנצן חרדי'שן ציבור און אונזערע רעכטן און געברויכן, דורך ענטפערן דעם רוף פון עסקנים, וואס דארפן ווייזן אז דער ציבור אנערקענט די וואס פארשטייען אונזערע אינטערעסן.
מיט'ן דאלאר שטיצט איר נישט זיין קאנדידאטור, נאר איר העלפן אים מעגליך אנצוקומען צו די דעבאטע (אויב ער שטייגט אין נאך פאולס צו 2 פראצענט). איר שטיצט יא אונזערע געטרייע עסקנים, וועלכע בעטן זיך אז מיר זאלן ארויסווייזן די שטיצע.
די דעדליין אריינצוברענגן די סומע איז אין די קומענדיגע וואכן (אגוסט 28). מאכט זיכער עס נישט אפצולייגן.


https://secure.actblue.com/donate/achimladiah


וואס וועלן אים די דאלארן העלפן אויב האט ער נישט וויאזוי צו שטייגן אין די פאולס?
אפשר זאל ר' טמ"נ איבערגעבן זיינע נאמבערס פאר די פאולסטערס, וועט דער מעיאר יר"ה פלוצלינג שטייגן צו אויסטראנאמישע פראצענטן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:04 am
דורך שמחה ונחת
איצטערט געגיבן.
אז עסקנים בעטן - נו פארוואזשע נישט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:21 am
דורך אמסטערדאם
עס קומט נישט אריין פאולס דא און גאר ווייניג קערן די עסקנים צו ער קומט אן
עס איז ווערי סימפל.
ער בעט הילף פאר א דאלער