בלאט 5 פון 5

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 7:48 pm
דורך קרן
געגעבן אז איין איד וועט האבן א טובה פון דעם האט עס זיך געלוינט

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:33 pm
דורך שמואל בארג
זיך משתתף געווען.

נישט קיין שלעכטע געדאנק, מען קען דאס מאכן אויך ביי לאקאלע פארמעסטן, צומאל קען די פאר דאלער אויך אויסמאכן.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:45 pm
דורך זארג נישט
שנאפס האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:פאליטיק און פאליסיס און שטאטישע אויפטוהן אין א זייט געלייגט, ער האט חסיד'ישע אינגעלייט וואס זענען זיינע גוטע פריינט, ער האט אמאל געדינט אלס קאונסילמאן אין א טייל פון בארא פארק, ער קען זיך מיט'ן היימישן ציבור און שפירט זיך היבש באקוועם מיט זיי. צי דאס איז מציצה בפה אדער כפרות, און אפילו אנהויב פון די מערכה איבער חינוך האט ער זיך תמיד ארויסגעשטעלט לטובת דעם היימישן ציבור. ער האט אפילו פערזענליך אינטערווינט אין די לאקאלע בארא פארק'ע אינטערעסן ביי די גארביש טראק מערכה וואו ער האט געמאכט עפעס א סדר וואס איז עכ"פ היינט צוטאגס בעסער ווי עטליכע יאר צוריק.


גוט אז דו דערמאנסט כפרות, די סיטי האט פאראיאר צו צוויי יאר צוריק פארטיידיגט די מנהג כפרות אין געריכט און געוואונען

די ליבעראלן האבן געוואלט צווינגען די סיטי אפצושטעלן די מנהג כפרות און דעבלאזיא האט עס פארטיידיגט

ער איז טאקע אן עכטער ליבעראל אבער ער פארשטייט אונזערע געברויכן

אויך, ער איז נישט א "שלעכטע" ליבעראל וואס מיינט צו טעראריזירן די רעכטע. ער איז אייביג גוט געווען צו אונז כאטש זיין פאנאטישע ליבעראלקייט.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:40 am
דורך אמסטערדאם
עסקנים דרייען זיך אין די קאנטריס און נעמען צוזאם דאלערס מיט חתימות פאר די קאמפיין אנצוקומען צו די צען טויזענט נומבער די אלע ווערט נישט געזעהן אויפן ספעציעלן סייט

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:23 am
דורך אסדר לסעודתא
אמסטערדאם האט געשריבן:האלט נאך אלץ ביי 504

זייטס ענק משתתף פאר איש וביתו מיט איין דאללער

איין דאלער מילא, איש וביתו דאס נישט. איך האב מורא ער וועט נאך אנקומען דארט...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:59 am
דורך Gevald Geshrigen
לדעתי וואלט געווען א גוטע זאך אויב עס ווערט געפאוסט פובליק דעם נומבער פון אלע ביישטייערונגען צוזאמען

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:18 pm
דורך שטומפיג
אמסטערדאם האט געשריבן:עסקנים דרייען זיך אין די קאנטריס און נעמען צוזאם דאלערס מיט חתימות פאר די קאמפיין אנצוקומען צו די צען טויזענט נומבער די אלע ווערט נישט געזעהן אויפן ספעציעלן סייט

זיך משתתף געווען היינט דא אין קאנטרי, נר איש וביתו, אבער נאר נאך דער עסקן האט מיך גאראנטירט אז דעבלאזיא האט נישט קיין שאנס אין די וואלן און אז מיין ברייטע נדבה וועט אים נישט העלפן אנקומען צום ווייסן בודקע.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:03 pm
דורך וועלטניק
שטומפיג האט געשריבן:
אמסטערדאם האט געשריבן:עסקנים דרייען זיך אין די קאנטריס און נעמען צוזאם דאלערס מיט חתימות פאר די קאמפיין אנצוקומען צו די צען טויזענט נומבער די אלע ווערט נישט געזעהן אויפן ספעציעלן סייט

זיך משתתף געווען היינט דא אין קאנטרי, נר איש וביתו, אבער נאר נאך דער עסקן האט מיך גאראנטירט אז דעבלאזיא האט נישט קיין שאנס אין די וואלן און אז מיין ברייטע נדבה וועט אים נישט העלפן אנקומען צום ווייסן בודקע.

דו ברויכסט צוקומען צום עסקן גאראנטי? בדרך הטבע זענען זיינע שאנסן בערך 100 בעלאו זערא, און אין פאל ער מאכט דאס יא איז דאס א זיכערע געווינס פאר טראמפ, ווייטער אויב כביכול דעסיידט אז ער וויל אים האבן פאר פרעזידענט, וועק קיין גאראנטיע פון דיין עסקן נישט אויסמאכן.. צייט צו סטאפן די נאנסענס

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:54 pm
דורך פאראינטערסירט
געגעבן די אויסגעבעטענע איין דאללאר פארן צודרייטן בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי.
אבער זינט דאן האבעך אנגעהויבן באקומען אימעילס פון איהם....

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:01 pm
דורך ווישוואש
ס'איז א צוויי-סטעפ פראסעס, געב א דאלער און סיין דיר אראפ.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:56 am
דורך כאפצעם
Tahares hakodesh האט געשריבן:
שלא נבוש האט געשריבן:
Tahares hakodesh האט געשריבן:יא, לאמיר ארויסוויזן אן הכרת הטוב פאר די געשמאקע ליביראלע געזעצן.


זעהט נישט אויס ווי דו ביזט באקאנט, אבער ווילאנג די חינוך אישו איז געווען אין זיין טאש איז געווען מנוחה.


יכול להיות, אבער דאס קען נישט זיין א ריכטיגע און לאנג טערם הצלה, ווייל ער איז בשיטה אויף די אנדערע זייט.

:lol:

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:01 am
דורך אמסטערדאם
פאראינטערסירט האט געשריבן:געגעבן די אויסגעבעטענע איין דאללאר פארן צודרייטן בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי.
אבער זינט דאן האבעך אנגעהויבן באקומען אימעילס פון איהם....

מען ברויך נישט אריינלייגן קיין אימעיל אדרעס לכתחלה

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:15 pm
דורך אורח הכבוד
SatmarHQ: Urgent: on request of Askunim call 9292290070 and donate 1$ for pres. campaign of Mayor DeBlasio. Leave your info to pick up $ and complete form!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:12 pm
דורך אמסטערדאם
דער מעיאר זעהט שוין איין אז ער מאכט עס נישט אויפן סטעידש וואס ער ווארט נאר צו זעהן יעצט איז וויפיל דאלערס מען קען אים דעליווערן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:52 pm
דורך איינפאכער איד
פארוואס גייט ער נישט ענדערש קיין קרוינהייטס צום רבי'ן? דארט וועט מען נישט דארפן צוזאמקראצן דאללארס פונעם עולם נאר אנשטאטס וועט דער רבי טיילן אלע דאללערס...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:01 pm
דורך גיב א שמייכל
איינפאכער איד האט געשריבן:פארוואס גייט ער נישט ענדערש קיין קרוינהייטס צום רבי'ן? דארט וועט מען נישט דארפן צוזאמקראצן דאללארס פונעם עולם נאר אנשטאטס וועט דער רבי טיילן אלע דאללערס...

;l;p-

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:04 pm
דורך למעלה משבעים
פני תם האט געשריבן:רבותי

נישטא מער.

צייט צו אנהייבן מעקן ניקים נישט תגובות...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:09 pm
דורך לפנות בוקר
למעלה משבעים האט געשריבן:
פני תם האט געשריבן:רבותי

נישטא מער.

צייט צו אנהייבן מעקן ניקים נישט תגובות...

שכח!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:28 pm
דורך HelpMe
אורח הכבוד האט געשריבן:SatmarHQ: Urgent: on request of Askunim call 9292290070 and donate 1$ for pres. campaign of Mayor DeBlasio. Leave your info to pick up $ and complete form!

מערכת סאטמאר שוין אריינגברענגט איבער 1000 חתימות
#שמועות איך נעם נישט קיין אחריות

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:32 pm
דורך שמואל בארג
זאגט מיר איינער אז אין די ישיבות איז מען געגאנגען בעטן פון די בחורים.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:34 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
HelpMe האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:SatmarHQ: Urgent: on request of Askunim call 9292290070 and donate 1$ for pres. campaign of Mayor DeBlasio. Leave your info to pick up $ and complete form!

מערכת סאטמאר שוין אריינגברענגט איבער 1000 חתימות?
#שמועות איך נעם נישט קיין אחריות

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:39 am
דורך יישר כח
דעבלאזיא מיינט אז איך בין גרייט מפקר צו זיין איין דאלער פון מיין פארמעגן פאר אים, בין איך אויך גרייט צו הערן ווי געלאנגען אין קליג ער איז.
ניין!! איך בין נישט נייגעריג, העלען מיר זיך אראפ סיינען.