בלאט 1 פון 1

פראטעסטן אין האנג קאנג

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:06 pm
דורך שמערלער
אין האנג קאנג קומט שוין וואכן פאר פראטעסטן די לעצטע צוויי טאג האבן זיי פאלעזירט די שטאט אין פארשלאסען די לופטפעלד היינט איז ארויסגעקומען א ווידיאו ווי מזעט טשיינע אהינפירן מיליטערישע טראקס,
פרעזידענט טראמפ האט גלייך געטוויט,

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:44 pm
דורך זארג נישט
איך וויל נאר פארשטיין, זענען די פאליציי אויף די זייט פון די באפעלקערונג און דענמאלט דארפן זיי זיך אן נעמען פאר זיך אליין קעגן כינע, אדער זענען זיי געליפערט פון כינע צו טיילן קלעפ אין האנג קאנג?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:55 pm
דורך אסדר לסעודתא
האנג קאנג וויל באשטעטיגן אן אויסליפערונג געזעץ, צו קענען ליפערן קרימינאלע אין אזיע, און די בירגער ציטערן דערפון ווייל עס גייט געבן צוטריט פאר כינע צו האנג קאנג בירגער.

האנג קאנג איז בעצם אונטער כינע, און אז מ'דרייט איבער זייער לאנד ווילן זיי קעיר נעמען.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:06 pm
דורך Goodmorning
האנג קאנג פלעגט זיין אונטער בריטישע קאנטראל, און ווען מען האט עס צוריקגעגעבן צו טשיינע איז עס געבליבן מער דעמאקראטיש און געפירט האלבוועגס שבת פאר זיך כאטש עס באלאנגט באמת צו די קאמוניסטישע טשיינע. לעצטנס פראבירט טשיינע צו איינצוימען די רעכטן און נעמען מער קאנטראל.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:26 pm
דורך אסדר לסעודתא
דער יעצטיגער געזעץ וואס האנג קאנג וויל איינפירן האט נישט דירעקט מיט טשיינע, נאר עטליכע לענדער דארט אין ראיאן ווילן עס איינפירן. פערצופאל גייט אויסקומען אז טשיינע גייט איינוועגס האבן קאנטראל צו פארלאנגען אויסליפערונגען פון האנג קאנג בירגער, וויבאלד טשיינע איז צווישן די לענדער וואס זענען אינקלודעד אין דעם געזעץ.

כ'מיין אז דער ספעציפישער געזעץ איז פארגעשלאגן געווארן דורך טייוואן, כינע'ס שונא נומער איינס.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 2:17 am
דורך Goodmorning
די פראטעסטן זענען שוין לאנג נישט איבער די געזעץ, עס איז געווארן א פראטעסטן אנטקעגן די פירערשאפט'ס זיין צו נאנט צו כינע, לויט ווי איך פארשטיי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:16 am
דורך אסדר לסעודתא
Goodmorning האט געשריבן:די פראטעסטן זענען שוין לאנג נישט איבער די געזעץ, עס איז געווארן א פראטעסטן אנטקעגן די פירערשאפט'ס זיין צו נאנט צו כינע, לויט ווי איך פארשטיי

די פראטעסטן זענען איבער דעם געזעץ, פלאס אז מ'איז צו שטרענג צו פראטעסטירער. קיין שייכות מיט כינע.

די גארדיען פון נעכטן
The extradition bill was suspended by the territory’s chief executive, Carrie Lam, in mid June, but protesters want it officially withdrawn. In addition to demanding Lam’s resignation, the protesters are calling for:

The complete withdrawal of the proposed extradition bill
The government to withdraw the use of the word “riot” in relation to protests
The unconditional release of arrested protesters and charges against them dropped
An independent inquiry into police behaviour
Implementation of genuine universal suffrage

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 7:31 am
דורך יום זה מכובד

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:31 am
דורך Goodmorning
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:די פראטעסטן זענען שוין לאנג נישט איבער די געזעץ, עס איז געווארן א פראטעסטן אנטקעגן די פירערשאפט'ס זיין צו נאנט צו כינע, לויט ווי איך פארשטיי

די פראטעסטן זענען איבער דעם געזעץ, פלאס אז מ'איז צו שטרענג צו פראטעסטירער. קיין שייכות מיט כינע.

די גארדיען פון נעכטן
The extradition bill was suspended by the territory’s chief executive, Carrie Lam, in mid June, but protesters want it officially withdrawn. In addition to demanding Lam’s resignation, the protesters are calling for:

The complete withdrawal of the proposed extradition bill
The government to withdraw the use of the word “riot” in relation to protests
The unconditional release of arrested protesters and charges against them dropped
An independent inquiry into police behaviour
Implementation of genuine universal suffrage

עס יא זיכער ווייל די פירערשאפט איז צו נאנט צו כינע און נישט גענוג דעמאקראטיש. אוודאי קען מען נישט פראטעסטירן אויף דעם דירעקט, נאר מער ווייל רעכט א.א.וו.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:43 am
דורך דניאל אויערבאך
Goodmorning האט געשריבן:האנרגיה קאנגרעס

:lol:
ספעל טשעקער???

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:51 am
דורך Goodmorning
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:האנרגיה קאנגרעס

:lol:
ספעל טשעקער???

יעפ שכח פארראכטן :roll:

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:55 am
דורך זארג נישט
הייסט עס אז האנג קאנג האט פארזיכט דער טעם פון דעמעקראטיע און ווילן נישט זיין אינטער דער אייזערנע פויסט פון כינע. כינע וויל יא, און האט נישט קיין צוויי ברירות ווייל אויב זיי ערלויבן פרייהייט און האנג קאנג איז מאמא כינע נעקסט, די כינעזער בירגער וועלן דענמאלט אויך פארלאנגן פרייהייט. ווען כינע קען, וואלטן זיי געמאכט מיט האנג קאנג וואס זיי האבן געמאכט מיט א גאנצן פאלק פון 20 מיליאן די וויעגערס ווי זיי קאנטראלירן יעדן ריק וואס זיי געבן מיט מאדערן טעקנאלידזי. אלע 20 מיליאן וויעגרס זענען ווי גאלדפיש אין א פיש טאנק ווי מען וואטשט זיי אויף קעמערע.

עס איז אין די אינטערעס פון דער גאנצע וועלט צו העלפן האנג קאנג האבן ריכטיגע אוטונאמיע און זיך באפרייען פון טאטאלע קאנטראל פון כינע, ווייל אויב נישט וועט כינע איין שלינגן דער וועלט מיט מאדערן טעקנאלעדזי. ווא-ווע איז זייער ערשטע פריוו. זיי האבן שוין אויס געשפרייט זייערע לאפעס אויף אלע קאנטינענטן ואיי הים.

האנג קאנג איז דער קענערי אין דער מיין. אויב קראשט כינע האנג קאנג זעמער אונז נעקסט. טאקע נישט אין איין טאג אבער שנעלער ווי מען מיינט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:29 pm
דורך דניאל אויערבאך
דיין תגובה איז זיך סותר מיט דיין ניק נאמען

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:36 pm
דורך גליק
skynews-hong-kong-protests_4744854.jpg
skynews-hong-kong-protests_4744854.jpg (466.34 KiB) געזעהן 1587 מאל

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:25 am
דורך פעיק נוז
איינוואוינער פון האנג קאנג האבן נעכטן אנטיילגענומען ביי א מאסיווע ראלי פון איבער 1.5 מיליאן מענטשן, וואס האט זיך געשלענגלט לענגאויס די צענטער-גאסן, און איז אריבער מערסטנס פרידליך, אן קיין געוואלדטאטן.

עס האט אראפגעלאזט א שלאקס רעגן אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן די פראטעסטירער פון זייער מארש, און האבן ווייטער מארשירט. די פאליציי האבן דאס מאל גענומען אן אנדערן צוגאנג ווי ביז איצט, ווען זיי זענען בלויז געשטאנען ביי באריקאדן ארום די מארשירער און האבן גארנישט געטון עס אפצושטעלן אדער בלאקירן.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 5:01 pm
דורך פעיק נוז
די פרא-דעמאקראטיע אקטיוויסטן אין האנג קאנג וועלכע פראטעסטירן שוין די לעצטע פאר מאנאטן קעגן די כינעזער רעזשים האבן אפגעצייכנט א שטארק סוקסעס ווען די טשיף עקזעקיוטיוו - וועלכע איז די דע-פאקטא פירער פונעם לאנד - האט געמאלדן אז זי טוט גענצליך אנולירן דעם אויסליפערונג קיין טשיינע געזעץ פארשלאג וועלכע האט געברענגט דעם אויסברוך פון די פראטעסטן.

דאס קומט נאכדעם וואס ביז יעצט האט זי דאס בלויז אפגעשטופט צוליב די פראטעסטן אבער נישט פארמאל אפגעמעקט.

דאס האט געברענגט אפטיזמיזם ביי גלאבאלע אינוועסטירער ווי עס האט זיך אנגעזען מיט א שטארקע אויפשטייג אין די ארטיגע וואלוטע און אינעם סטאק מארקעט.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:15 am
דורך פעיק נוז
פילע אקטיוויסטן זאגן אבער אז עס איז שוין יעצט צו א קליינע און צו א שפעטע שריט.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:17 pm
דורך זארג נישט
פעיק נוז האט געשריבן:פילע אקטיוויסטן זאגן אבער אז עס איז שוין יעצט צו א קליינע און צו א שפעטע שריט.

ריכטיג, טשיינע האט זיך געשאסן אין דער פיס און וועט נישט נאר פארלירן האנג קאנג, נאר די כינעזער אין האומלענד טשיינע וועלען באלד אויך פארלאנגן פרייהייט. דער פרעזידענט פון טשיינע (וואס אויסער שטופן יעדן אין א זייט קען ער גארנישט) האט זיך שטארק באנארישט און לעקט יעצט זיינע וואונדן.

ווי זיך אויף צו פירן ווי א מענטש אויף דער וועלט ווייסט ער נישט, אבער כאטש ביז יעצט געוויסט ווי צו פירן זיין לאנד. יעצט קען ער שויו דאס אויך נישט.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:21 pm
דורך פעיק נוז
די פרא-דעמאקראטיע פראטעסטירער אין האנג קאנג האבן נעכטן געמאלדן אז זיי וועלן נישט אפהאלטן קיין פראטעסטן היינט סעפטעמבער 11 אין א צייכן פון סאלידאריטעט מיט אמעריקע און קעגן טעראריזם.

אינעם סטעיטמענט האבן זיי פארגליכן די ברוטאליטעט פון די כינעזער רעזשים צו טעראר און געזאגט אז זיי שטייען אינאיינעם מיט אמעריקע אינעם קאמפ קעגן טעראר.

JP

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:46 pm
דורך זארג נישט
די האנג קאנג כינעזער פארשטייען גוט זייערע ברודער די כינעזער פון כינע. נאר די מערב וועלט פארשטייט נישט.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 06, 2019 1:19 pm
דורך פעיק נוז
האנג קאנג'ס פירער קערי לאם האט פרייטאג אפיציעל אקטיוויזירט עמורדזשענסי מאכטן פאר די לאקאלע רעגירונג, זייענדיג דאס ערשטע מאל אין מער ווי פופציג יאר וואס די ארטיגע רעגירונג טוט אזא שריט.

דאס קומט צוליב וואס די פראטעסטן און ראיאטן זענען אינגאנצן ארויס פון קאנטראל, און די פאליציי וויל האבן פרישע מאכטן צו קענען ארעסטירן פראטעסטירער און נעמען אנדערע דראמאטישע שריט קעגן אזעלכע וואס ראיאטירן און פלינדערן אויף די גאסן. צווישן אנדערן וועלן פראטעסטירער נישט טארן גיין מיט מאסקעס.

איד דעילי