פראטעסטן אין האנג קאנג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג יולי 10, 2020 9:59 am

די רעגירונג אין אויסטראליע האט געמאלדן אז זיי האבן אפּגעהאקט אן אויסליפערונג אפּמאך מיט האנג קאנג, ברענגענדיג שטארקע אויפברויז פון דער כינעזער רעגירונג.

די אויסטראליער רעגירונג האט דאס געמאלדן אלס דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס כינע האט אוועקגעשטעלט מער נאציאנאלע סעקיוריטי אויטאריטעט אויף האנג קאנג, וואס אויסטראליע זאגט אז כינע וועט קענען פארלאנגען אויסצוליפערן אומשולדיגע פון אויסטראליע פאר פּאליטישע פּראצעסן.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 15, 2020 7:44 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:די רעגירונג אין אויסטראליע האט געמאלדן אז זיי האבן אפּגעהאקט אן אויסליפערונג אפּמאך מיט האנג קאנג, ברענגענדיג שטארקע אויפברויז פון דער כינעזער רעגירונג.

די אויסטראליער רעגירונג האט דאס געמאלדן אלס דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס כינע האט אוועקגעשטעלט מער נאציאנאלע סעקיוריטי אויטאריטעט אויף האנג קאנג, וואס אויסטראליע זאגט אז כינע וועט קענען פארלאנגען אויסצוליפערן אומשולדיגע פון אויסטראליע פאר פּאליטישע פּראצעסן.

איד דעילי

צו די זעלבע צייט האט די ארטיגע רעגירונג געמאלדן אז בירגער פון האנג-קאנג וואס געפונען זיך יעצט אין אויסטאליע אויף סטודענט/ארבעטס וויזאס וועלן באקומען א אויטאמאטישע פינף יאר פארלענגערונג אויף זייער רעכט צו בלייבן אין לאנד - מיט א מעגליכקייט פון זיך איינגעבן פאר בירגערשאפט נאך די פינף יאר.

די דאזיגע פינף יאר פארלענגערונג איז גילטיג פאר די וואס באזיצן שוין יעצט א וויזא - ווי אויך די וואס וועלן אין די צוקונפט ווערן באשטעטיגט פאר א סטודענט/ארבעטס וויזא וועלן אויטאמאטיש באקומען א פינף יאר פארלענגערונג.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 15, 2020 7:51 pm

אין ליכט פון די לעצטענס באשטעטיגטע "נאציאנאלע זיכערהייט געזעץ" וועט ארום א דריטל פון די "ניו יארק טיימס" ארבעטסקראפט אין האנג-קאנג ווערן אריבערגעשיקט קיין סעאול - די הויפטשטאט פון דרום קארעא.

ווי רעפארטער באריכטן, האבן זיי אין די לעצטערע וואכן געהאט שוועריגקייטן מיטן באקומען וויזאס אויף צו קענען אריינקומען אין די ה"ק טעריטאריע צו טוען זייער ארבעט - דאס איז אנדערש ווי אין די פארגאנגענהייט ווען די וויזאס זענען באשטעטיגט געווארן איינס-צוויי.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 15, 2020 7:55 pm

צווישן אנדערע ווייסט סי.ען.ען. צו פארציילן אז איינגעשטעלט ביי די "וואל סטריט זשורנאל" פארציילן אז הויכראנגיגע מענדזשער'ס ביי די אגענטור האבן אנגעהויבן דיסקוסירן די מעגליכקייט פון זיך ארויסציען פון ה"ק און טרעפן א צווייטע באזע אין אזיע - נישט אז זיי האבן אזעלכע פלענער יעצט אויפן מינוט, נאר מ'זאל זיין גערישט אז ס'קען ווערן אזא מעגליכקייט.

אויך ווערט באריכטעט אז די עי.עפ.פי. - א פרעסע אגענטור געשטיצט דורך די פראנצויזישע רעגירונג - באטראכט אויך אזא מעגליכע שריט פון זיך ארויסציען פון ה"ק.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג יולי 31, 2020 12:29 pm

אין א שאקירענדע אנטוויקלונג - וואס וועט לכאורה נאך מער אנציען די געמיטער - האבן באאמטע אין האנג-קאנג געמאלדן אז די וואלן פאר די לעגיסלאטיווע קאונסיל וואס האבן געזאלט פארקומען אין סעפטעמבער - ווי עס איז געווען ערוואטערט אז די פרא-בעיזשינג לאגער וועט כאפן א שטארקע קלאפ - ווערן אפגעשטופט אויף 12 מאנאטן. די אנגעגעבענע סיבה דערצו איז זארגן איבער די קאראנע.

דאס קומט א טאג נאך וואס ארטיגע באאמטע האבן דיסקוואליפיצירט פרא-דעמאקראטיע קאנדידאטן פון צו קענען לויפן ביי די וואלן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך שאשא » פרייטאג יולי 31, 2020 12:35 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין א שאקירענדע אנטוויקלונג - וואס וועט לכאורה נאך מער אנציען די געמיטער - האבן באאמטע אין האנג-קאנג געמאלדן אז די וואלן פאר די לעגיסלאטיווע קאונסיל וואס האבן געזאלט פארקומען אין סעפטעמבער - ווי עס איז געווען ערוואטערט אז די פרא-בעיזשינג לאגער וועט כאפן א שטארקע קלאפ - ווערן אפגעשטופט אויף 12 מאנאטן. די אנגעגעבענע סיבה דערצו איז זארגן איבער די קאראנע.

דאס קומט א טאג נאך וואס ארטיגע באאמטע האבן דיסקוואליפיצירט פרא-דעמאקראטיע קאנדידאטן פון צו קענען לויפן ביי די וואלן.

טשיינע בתפארתה
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג יולי 31, 2020 12:53 pm

וואס איז אזוי שאקירנד? אונזער פרעזידענט יר"ה וויל עס אויך טון.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 1man, Kollel, יש ברירה, פוילער און 28 געסט