תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יוני 29, 2020 10:07 pm
מהאט עס געטריט ווי א אליאירטע מערב לאנד מיט כמעט אלע הינזיכטען, זייער סטאק מארקעט איז געווען אינטערקאנעקטעט מיט וואל סטריט,
דעס איז אלעס ווייל סאיז געווען איין לאנד מיט צוויי סיסטעם, דהיינו מעינלאנד טשיינע איז געווען קאמוניסטיש אין האנג קאנג איז געווען דעמאקראטיש, דאכצעך אז אזא פיינענשעל ריז ווי בלומבערגס העדקוואטער איז אין האנג קאנג, עלכ"פ איינע פון זייערע הויפטקוואטירען איז דארט,
יעצט אז טשיינע וויל מאכען א געזעץ (ווי זיי ברעכען א קאנטראקט וואס האט זיי געגעבען האנג קאנג מיט אירע עטליכע מיליאן בירגער) אז סווערט איין סיסטעם מיט טשיינע, טענהט די מערב וועלט נו? וואס דארף איך דיך געבען די ספעשעל סטאטוס ?,
ביסט דאך סך הכל א שטאט אין טשיינע,
טשיינע דערלייגט א געוואלד, דעס איז א ריזיגע פליק, דעס איז ווי למשל ניו יארק סיטי וואלט זיך אפגעריסען פון ניו יארק סטעיט אדער פון אמעריקע,
פארוואס? ווייל אויב איז האנג קאנג אויס, איז וואל סטריט אויס, טוריזים אויס, און אויס מיט די הויפקוואטיר פון אלע מעגא ביזנעסער וואס האבען געצאלט גרויסע שטייער פאר טשיינע אין נאך זאכען וואס זיי האבען ביישטייערט פאר טשיינע, דעמאלטס זענען זיי נישט מער ווי א הויפען ליימענע כאטקעס, אן די גאנצע אינהאלט,
לאמיר מאכען א משל מבויעט אויף לאס וועגאס פאר געמבלינג און ביזנעס שוי'ס אין סאיז ווען נאר דא איין פלאץ אין גאנץ אמעריקע ווי מקען געמבלען אין מאכען שוי'ס, אין איין טאג זאגט די גאווערמענט מקען אלעס טון דארטען נאר נישט געמבלען אין מאכען שוי'ס פארלירט עס איר וועליו, נאר דא ביי האנג קאנג איז עס סאך מער ווייל סאיז מיליאנען מענטשען ציזאם געשטופט אין דריי פיר מייל אין סאיז נישט דא קיין פארמינג נישט דא קיין פעקטאריס אין יעצט דארף זיי גאר טשיינע אויסהאלטען,
האנג קאנג איז געווען א פלאץ וואס איז געווען אויפגעבויט דורך די בריטען, זיי האבען משקיע געווען פון זייער מעכטיגע מלוכה דארט, און טשיינע האט איבער גענומען א מעכטיגע פארט שטאט מיט איר אלע איינריכטונגען און איר גאנצע האנדעל אין וואנדעל אויף א גאלדענע טאץ, אן דארפען אריינלייגען א פעני, אין זי איז געווען ווי א האן וואס האט געלייגט גאלדענע אייער מיט א ריזיגע אינקאם וואס איז באשטאנען צימאל אכציג פראצענט (משל) פון איר עקאנאמיע, און לכבוד דעם האט א ארימע צירוק געשטאנענע לאנד געהאט פון ווי צי נעמען ביליאנען אין דאס אינוועסטען אין איר אייגענע עקאנעמי (און ווי אויך פון ווי צי באצאלען אן ארמיי פון גנבים וועלכע האבען אויסגעפלינדערט אלע לאנגיעריגע אמעריקאנע ביזנעסער..)
פלאס דעם וואס די טשייניזע פארטיי שישקעס זענען מסתמה געווען זעלבסט שותפים אין די ריזיגע ביזנעסער זעלבסט ווי למשל פאסיפיק עירליין, (אדער אפשר הייסט עס קאטהעי פאסיפיק? בקיצור די האנג קאנג באזירטע עירליין)
הגם טשיינע איז היינט נישט אנגעוויזען אויף האנג קאנגס ביזנעס ווי אמאל זיי האבען שוין פיין אינוועסטעט אבער פארט איז עס א שיינע פראצענט פון זייער עקאנעמי (כוועל באלד טרייען צי טשעקען סליגט מיר אין קאפ דריי פראצענט )
אין ביליאנען פון טעקס וואס קיינער האט נישט ליב צי דערלייגען, פלאס טויזענטע ארבעטער וועלכע פארען דארט אריין טעגליך ,
טשיינע האט נישט באהאלטען זייער אויפברויז ווען פאמפעי האט געסטראשעט אז מגייט עס טון און געזאגט ווי א בולי אז אמעריקע זאל זיך נישט דערוואגען אוועק צי נעמען די סטאטוס אויב זיי טוישען דארט די דעמאקראטישע סיסטעם, קוקט אויס אז עפעס גייט זיי עס אן,
אבער זיי ברעכען א אפמאך מיט די בריטישע וועלכע דארט שטייט קלאר אז אויב זיי גייען טשעפענען האנג קאנג אטאמאטיש וועט אוועק גיין זייער סטאטוס,( זיי האבען אנפאנג געטרייט צי זאגען א אפענע ליגענט אז די געזעץ איז נישט ממש אוועק גענומען זעלבסשטענדיקייט פון די האנג קאנגערס נאר זיי האבען געמאכט אזא הינטער טירעל געזעץ און די וועלט דארף עס ווען איגנארירען)
סאיז דא וואס וועלען פרעגען וואס הייסט אז ענגלאנד האט עס אוועק גענומען נו געהערט דאך עס פאר זיי נא פארוואס טארען זיי נישט טון וואס זיי ווילען?
נאר מדארף קענען די גאנצע היסטאריע פון האנג קאנג דעס צי פארשטיין, און איך וועל זאגען נאר די צוויי לעצטע תירוצים,
איינס אז מהאט געמאכט א דיעל מיט טשיינע אין נישט מיט די קאמוניסטישע פארטיי,
און די עכטע גאווערמענט וועלכע זיצט אין טייוואן (אן עקאנעמי און א מיליטער וואס איז אויך נישט אוועק צי מאכען) וויל נישט אז מזאל עס צירוק געבען זיי האבען יא געוואלט מאכען ווייטער א דיל מיט די ענגלענדער,
און צוויי אין האנג קאנג גופא האבען שוין די ענגלענדער זעלבסט אויפגענומען אונטער זייער ממשלה אזא זעלבשטענדיגע ווירטשאפט און סאיז געווארען געפירט דורך די מערב וועלט שטייגער לאו אין ארדער אין יוסטיץ אן קיין קארופציע אין פארברעכענס,
און פארשטייט זיך אז די געגענט אין ביזנעסער האבען געבליעט, אבער צירוק צי אונזער טעמע אז זיי זענען געווען זעלבסשטענדיג אין גערעדט ענגליש שוין דורות אין בכלל נישט גערעדט די טשייניזע שפראך אין געהאט א היבשע אנדערע קולטור, סא ווער איז ענגלאנד בכלל צי מאכען דיעלס איבער זייער קעפ? זענען זיי עפעס א הויפען ציגעל וואס מריקט אהער אין מריקט אהין!
לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, לאמיר זאגען אז אמעריקע קומט געלט פאר ענגלאנד אדער דייטשלאנד, זאגט אמעריקע פאר ענגלאנד קענסט נעמען ניו יארק אין זייער שטייער פאר 20 יאר אין ענגלאנד נעמט עס אין געט עס פאר טשיינע פאר וועם זיי קומען געלט און טשיינע וועט אויך האבען א ווארט א פיצעלע אונטער די קוליסין ווי מזאל אינוועסטען אין די ניו יארקע ראודס האטעלס וכד',
די ניו יארקערס וועט דאך עס נישט אזוי שמעקען!
וואס וואלט אבער געווען ווען ענגלאנד נעמט עס אין צוליב א אלטע חשבון פון די רעוועלאצינערע מלחמה ווילען זיי עס אינגאנצען איבער געבען פאר טשיינע פאר 50 יאר! אין די דעמאלסדיגע פאליטישען אין די ווייסע הויז וועט זיך משום איזהו סיבה שהוא נישט אנטקעגען שטעלען, יעדער פארשטייט אז די ניו יארקע וועלען איבערדרייען,
יעצט סאיז נאר א משל אין אסאך זאכען זענען אנדערש לכאן ולכאן אבער די פוינט אויף וויא פון די האנג קאנגע איז,
איך האב גארנישט מיט טשיינע אין ענגלאנד דארף מיך נישט איז פיין אבער איך קען דאך זיין זעלבסשטענדיג, אונז קענען אפי' זיין גוטע פריינד פאר טשיינע אבער וואס האבען מיר מיט דעם רויבער זשינג (שהינג, טשינג, זינק, שזהינק אה יעצט איז עס געלונגען..),
און זיי פארפירען טאקע געפערליך,
און א נארמאלע וועלט וואלט מען נישט געדארפט זאגען מער ווי דעמאקראטישע נארמאלע ציוויליזירטע מענטשען ווילען נישט זיין אינטערגעדריקט אונטער א ברוטאלע רעזשים, אפי' די טשייניזע גופא האבען שוין געטרייט אראפציווארפען די רוצחים פון בענקעל,
די אמת איז אז ווי פריער געשמיעסט איז דא א גאנצע השתלשלות איבער האנג קאנג וואס מוועט פארשטיין סאך מער ווי דעם, איך האב נאר אנגעכאפט ממש אויפן שפיץ גאפעל ווי סהאט געהאלטען די לעצטע פאר יאר,
לעצט פאראכטן דורך
פאלעסיידס אום דינסטאג יוני 30, 2020 3:16 am, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.