פראטעסטן אין האנג קאנג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובהדורך נעם אין אכט » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:40 pm

פעיק נוז האט געשריבן:איינוואוינער אין האנג קאנג וועלן היינט זונטאג ווידעראמאל ארויסקומען אין די מאסן אויף די ארטיגע גאסן, אבער דאסמאל וועט עס זיין צו גיין אנטיילנעמען אין די וואלן וואו אלע 452 זיצן אויף די לאקאלע רעגירונג קאונסיל וועלן זיין אויפן שטים צעטל.

די וואלן זענען דען צו ארויס ווארפן כינע?

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 12:21 am

פעיק נוז האט געשריבן:איינוואוינער אין האנג קאנג וועלן היינט זונטאג ווידעראמאל ארויסקומען אין די מאסן אויף די ארטיגע גאסן, אבער דאסמאל וועט עס זיין צו גיין אנטיילנעמען אין די וואלן וואו אלע 452 זיצן אויף די לאקאלע רעגירונג קאונסיל וועלן זיין אויפן שטים צעטל.

אין א שטוינענדע זיג, זענען די פרא-דעמאקראטיע קאנדידאטן אריינגעקומען גאר שטארק.

פון די פיר-הונדערט-צוויי-און-פופציג (452) זיצן וואס זענען געווען אויפ'ן בעללאט, האבן די פרא-דעמאקראטיע קאנדידאטן באקומען, אויף דערווייל, צוויי-הונדערט-ניין-און-זעכציג (269) זיצן, בעת וואס די פרא-בעזשינג קאנדידאטן - וואס האבן ביז היינט געהאלטן אזויפיל ווי דריי-און-זיבעציג פראצענט (73%) פון די זיצן - האלטן יעצט ביי בלויז דרייסיג (30) זיצן. הגם די רעדע דא איז פון די לאקאלע קאונסיל זיצן וואס פירן אן בלויז מיט די טאג-טעגליכע ווירטשאפט אין זייער דיסטריקט, דאך ווערט אנגעוויזן אז נאך אזא שטארקע ווייפ-אוט ווי דאס - א רעקארד פון איין-און-זיבעציג פראצענט (71%) רעגיסטרירטע וויילער זענען ארויסגעקומען - וועט די אוטנאמישע רעגירונג פון האנג-קאנג זיך מוזן רעכענען -כאטשיג עטואס מער ווי ביז היינט - מיט די פארלאנגען פון די פראטעסטירער.

ווי איין אנאליס זאגט: "דאס איז א פאליטישע חורבן פאר בעיזשינג וואס וועט האבן נאכפאלגענדע קאנצעקווענצן וואס אפקלונגען נישט בלויז אין האנג-קאנג זעלבסט, נאר גאר ביז אין אריין. פרוי לאם, די טשיף-עקזעקיוטיוו פון ה"ק, זי ענטפערט דירעקט צו פרעזידענט שי זשינפינג, זי האט מער נישט קיין פרייהייט צו טוהן וואס זי וויל. אויב ער וועט איר באפעלן נישט נאכצוגעבן פאר די פראטעסטירער - אזוי ווי ער האט געטוהן ביז היינט - וועט ה"ק אויפרייסן. אויב די פאליטישע עסטעבלישמענט וויל נישט נאכגעבן, ווייסן מיר נישט ווי דאס וועט פירן, אבער די פראטעסטן ווען מן-הסתם ווערן גרעסער און ווילדער."
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מאי 22, 2020 10:49 am

היינט פרייטאג וועט די כינעזער קאנגרעס אנהייבן א וואך-לאנגע סעסיע, וואו איינע פון די הויפט אישוס וואס וועלן דעבאטירט ווערן איז די אנגייענדיגע פרא-דעמאקראטיע פראטעסטן וואס בושעווען אין האנג קאנג שוין לאנגע מאנאטן.

די כינעזער רעגירונג האט סיגנאליזירט אז זיי וועלן ביי דער סעסיע באשטעטיגן נייע נעשאנעל סעקיוריטי געזעצן מיט'ן ציל צו לייגן א שטייפערע קאנטראל האנט אויף האנג קאנג – וואס האט ארויסגערופן פארדאמונג דורך עטליכע אמעריקאנער סענאטארן וואס האבן געסטראשעט מיט פרישע סאנקציעס.

איד דעילי
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מאי 25, 2020 12:29 pm

די טראמפּ אדמיניסטראציע האט געזאגט, אז כינע'ס שריט צו פארכאפּן מער קאנטראל אויף האנג קאנג, וועט פירן צו שווערע סאנקציעס אויף די כינעזער רעגירונג.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 46 געסט