בלאט 1 פון 1

ווען איז א קאנדידאט 'עכט'?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:52 am
דורך Yang2020
איבער צוואנציג קאנדידאטן לויפן יעצט פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע, און רוב פון זיי ווערן באטראכט נישט עכט. דאס טייטשט, נישט נאר אז רעאליסטיש גייען זיי נישט געווינען, נאר אז זיי האבן נישט קיין שאנס בכלל און זייער גאנצע קאמפיין איז א דזשאוק און א שאד די צייט.

איך האלט, ווי שוין געשריבן דא אפאר מאל, אז די חשבונות קומען נישט צופיל אריין יעצט. אויב טוסטו סייווי אין פאליטיק און א געוויסער קאנדידאט איז דער בעסטער לויט דיין מיינונג, קענסטו גארנישט פארלירן פון שטיין צו זיין זייט און אים אננעמען פאר דיין קאנדידאט. אויך אויב וועט ער טאקע נישט געווינען, וועט ער אבער רוקן דעם Overton window אויב וועט ער מאכן גענוג א גרויסע ספלעש.

אבער רוב מענטשן טראכטן נישט אזוי. זיי קוקן בכלל נישט אויפן זייט פון די קאנדידאטן וואס זענען (לויט זיי) נישט עכט. בין איך נייגעריג, און דאס האט נישט מיט קיין ספעסיפיק קאנדידאט אדער קאמפיין, ווען הייסט א קאנדידאט עכט?

איינער האט מיר געשריבן אז ווילאנג א קאנדידאט איז נישט קוואליפייד צום דריטן דעבאטע איז ער נישט אינטערעסירט צו ליינען איבער אים. א צווייטער האט מיר געשריבן אז 4% עוורעדזש אויף real clear politics הייבט שוין אן צו זיין א קאמפיין. וואס האלטסטו?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:04 am
דורך לפנות בוקר
א פראנט ראננער מיט 20 30 פראסענט איז ביי מיר א עכטע קאנדידאט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:27 am
דורך Yang2020
לפנות בוקר האט געשריבן:א פראנט ראננער מיט 20 30 פראסענט איז ביי מיר א עכטע קאנדידאט


קיינער חוץ פון ביידען זענען נישט עכט, זיי האבן נישט קיין שאנס בכלל און זייער גאנצע קאמפיין איז א דזשאוק און א שאד די צייט?
דאס איז אביסל עקסטרעם, דאונט יו טינק?

און נאר אויסצוקלארן, מיין שאלה איז נישט ווער האט באמת א שאנס, אויף דעם וואלט איך בעסער געדארפט נאכקוקן אלטע רעקארדס און סטאטיסטיקס. מיין שאלה איז ווען באטראכטן מענטשן א קאמפיין ווי עפעס וואס קען זיין ווערט זייער אטענשאן און שטיצע?

איך האב געשטימט עפעס אנדערש. עכטקייט האט נישט מיט די אלע סטאטישע מעטריקס, נאר איז מער דינאמיש. איינער מיט 1.5% אויף רקפ איז מער עכט ווי איינער מיט 3% אויב פארט ער ארויף און יענער אראפ. דער צענט העכסטער איז שטערקער ווי דער פינפטער, אויב האט דער לעצטער א ערנסטער פראבלעם וואס לאזט אים נישט גיין העכער, און דער צענטער דארף פשוט מער מענטשן זאלן וויסן פון אים, און ער האט א פלאן וויאזוי עס אויסצופירן. און אזוי ווייטער.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:34 am
דורך סארקאזי
איך פארשטייט נישט וואס מר' יענג וויל דא.
די פינעף העכסטע האבען באמת א שטארקע טשאנס עס צו מאכען און באזיגען זיידי ביידען.
און אפילו פון די נידריגערע איז נאך זייער פרי אינם קאמפיין מהאלט נאך לאנג פארען וואויטען.
אסאך סורפרייזעס קענען נאך אויפקומען.
סקוקט אויס אז מר' יענג איז שוין מיואש פון זיין קאנדידאט. וויל ער אנגרייטען דעם פלאטפארמע אז באמת שטיצט ער אים נישט צו געווינען נאר צו פארשפרייטען זיינע שיטות. אקעי

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:52 am
דורך Yang2020
סארקאזי האט געשריבן:איך פארשטייט נישט וואס מר' יענג וויל דא.
די פינעף העכסטע האבען באמת א שטארקע טשאנס עס צו מאכען און באזיגען זיידי ביידען.
און אפילו פון די נידריגערע איז נאך זייער פרי אינם קאמפיין מהאלט נאך לאנג פארען וואויטען.
אסאך סורפרייזעס קענען נאך אויפקומען.
סקוקט אויס אז מר' יענג איז שוין מיואש פון זיין קאנדידאט. וויל ער אנגרייטען דעם פלאטפארמע אז באמת שטיצט ער אים נישט צו געווינען נאר צו פארשפרייטען זיינע שיטות. אקעי


איך בין אינגאנצן מיט דיר.
פארוואס זאל איך זיך מייאש זיין פונקט יעצט, ווען זאכן גייען אזוי גוט פאר יענג? :lol:
איך האב גלייך אנהייב געשריבן אז זיינע שאנסן זענען היבש שוואך, אבער נישט אוממעגליך (און אז ער איז אונטערגעשאצט). איך האלט ווייטער די זעלבע.

די שאלה דא איז נישט איבער יענג אדער סיי ווער, נאר וואס איז די טרעשאלד ווען א קאנדידאט כאפט מענטשן'ס אויפמערקזאמקייט ווי איינער וואס קען עס באווייזן.
קען זיין איך פרעג נישט אזוי קלאר די שאלה ווייל איך אליין פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס דאס איז נוגע, ווי איך האב געשריבן אנהייב אשכול, אבער איך שרייב לשיטת רוב מענטשן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:55 am
דורך לפנות בוקר
Yang2020 האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:א פראנט ראננער מיט 20 30 פראסענט איז ביי מיר א עכטע קאנדידאט


קיינער חוץ פון ביידען זענען נישט עכט, זיי האבן נישט קיין שאנס בכלל און זייער גאנצע קאמפיין איז א דזשאוק און א שאד די צייט?
דאס איז אביסל עקסטרעם, דאונט יו טינק?
.

א קאנדידאט וואס האט דורך געשוויצט אסאך בשעתן לויפן און מהאלט נאך אלץ פון אים דער איז געווענדליך א בר קיומה

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:56 am
דורך Yang2020
Yang2020 האט געשריבן:איך האב געשטימט עפעס אנדערש. עכטקייט האט נישט מיט די אלע סטאטישע מעטריקס, נאר איז מער דינאמיש. איינער מיט 1.5% אויף רקפ איז מער עכט ווי איינער מיט 3% אויב פארט ער ארויף און יענער אראפ. דער צענט העכסטער איז שטערקער ווי דער פינפטער, אויב האט דער לעצטער א ערנסטער פראבלעם וואס לאזט אים נישט גיין העכער, און דער צענטער דארף פשוט מער מענטשן זאלן וויסן פון אים, און ער האט א פלאן וויאזוי עס אויסצופירן. און אזוי ווייטער.


איך האב זיך איבערגעטראכט, די בעטינג מארקעטס דארפן צו נעמען די דינאמישע מעטריקס אין באטראכט. איך וואלט געטוישט מיין שטימע צו 10 העכסטע אויף די בעטינג מארקעטס, אבער נאר ווילאנג זיי האבן 1% אדער מער אויף די מארקעטס, ווען נישט איז עס סטאטיסטיקל נויז.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:02 am
דורך אסדר לסעודתא
לפנות בוקר האט געשריבן:א קאנדידאט וואס האט דורך געשוויצט אסאך בשעתן לויפן און מהאלט נאך אלץ פון אים דער איז געווענדליך א בר קיומה


אזוי גאר?

ווי איך האב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש, לוינט בכלל נישט צו רעדן פון פאולס. די לעצטע פאר פריימעריס האט יעדעם איבערגעקליגט, בעיקר ביי דעמאקראטן.

2008 איז אבאמא געווען אונטער קלינטאן אין כמעט אלע פאולס ביז א טאג נאך סופער טוסדעי.

גענוי דאס זעלבע האט פאסירט 2004 מיט זשאן קערי.

און גענוי דאס זעלבע האט פאסירט מיט זשאן מקעין - ר אין 2008.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:03 am
דורך Yang2020
לפנות בוקר האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:א פראנט ראננער מיט 20 30 פראסענט איז ביי מיר א עכטע קאנדידאט


קיינער חוץ פון ביידען זענען נישט עכט, זיי האבן נישט קיין שאנס בכלל און זייער גאנצע קאמפיין איז א דזשאוק און א שאד די צייט?
דאס איז אביסל עקסטרעם, דאונט יו טינק?
.

א קאנדידאט וואס האט דורך געשוויצט אסאך בשעתן לויפן און מהאלט נאך אלץ פון אים דער איז געווענדליך א בר קיומה


דאס איז א גוטע ארגומענט פארוואס ביידען זאל האבן די בעסטע שאנסן צו געווינען צום סוף.
קען זיין איך בין מסכים מיט דעם און קען זיין נישט (אסדר לסעודתא האקט אריין מיט ארגומענטן קעגן), אבער די שאלה דא איז נישט געווען ווער האט די בעסטע שאנסען צו געווינען, נאר ווער האט די מינימאלסטע שאנסען בדעת בני אדם אז זיי זאלן יענעם אנהייבן נעמען אין באטראכט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:12 am
דורך לפנות בוקר
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:א קאנדידאט וואס האט דורך געשוויצט אסאך בשעתן לויפן און מהאלט נאך אלץ פון אים דער איז געווענדליך א בר קיומה


אזוי גאר?

ווי איך האב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש, לוינט בכלל נישט צו רעדן פון פאולס. די לעצטע פאר פריימעריס האט יעדעם איבערגעקליגט, בעיקר ביי דעמאקראטן.

2008 איז אבאמא געווען אונטער קלינטאן אין כמעט אלע פאולס ביז א טאג נאך סופער טוסדעי.

גענוי דאס זעלבע האט פאסירט 2004 מיט זשאן קערי.

און גענוי דאס זעלבע האט פאסירט מיט זשאן מקעין - ר אין 2008.

100 פראצענט גערעכט איך האב נישט גערעדט פון ווערן פרעזידענט
אלס א קאנדידאט איז אין מיינע אויגן אזא קאנדידאט "עכט"

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:16 am
דורך אסדר לסעודתא
ביי מיר איז אן עכטער קאנדידאט איינער וואס האט אויסזיכטן צו ווערן פרעזידעט. זשאן קערי האט פלוצלינג געוואונען האבנדיג בלויז 7 פראצענט, דאס מיינט אז יעדער קאנדידאט האט אויסזיכטן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:17 am
דורך לפנות בוקר
Yang2020 האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:א פראנט ראננער מיט 20 30 פראסענט איז ביי מיר א עכטע קאנדידאט


קיינער חוץ פון ביידען זענען נישט עכט, זיי האבן נישט קיין שאנס בכלל און זייער גאנצע קאמפיין איז א דזשאוק און א שאד די צייט?
דאס איז אביסל עקסטרעם, דאונט יו טינק?
.

א קאנדידאט וואס האט דורך געשוויצט אסאך בשעתן לויפן און מהאלט נאך אלץ פון אים דער איז געווענדליך א בר קיומה


דאס איז א גוטע ארגומענט פארוואס ביידען זאל האבן די בעסטע שאנסן צו געווינען צום סוף.
קען זיין איך בין מסכים מיט דעם און קען זיין נישט (אסדר לסעודתא האקט אריין מיט ארגומענטן קעגן), אבער די שאלה דא איז נישט געווען ווער האט די בעסטע שאנסען צו געווינען, נאר ווער האט די מינימאלסטע שאנסען בדעת בני אדם אז זיי זאלן יענעם אנהייבן נעמען אין באטראכט.

דאס וואס איך ברענג ארויס, א פראנט ראננער האבן שוין מענטשען באטראכט, מווייסט וואס ער האלט, און ער האט 20 30 פראצענט (בפרט אויב ער איז שוין אינטער ספאט לייטס פאר יארן)איז א עכטע קאנדידאט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:22 am
דורך אסדר לסעודתא
דער אמת איז, אז מ'דארף ווארטן ביז די שוואכערע קאנדידאטן פאלן ארויס צו וויסן ווער ס'איז פראנט ראננער. לכאורה וועלן רוב פון זיי נישט גיין צו ביידן.

אויסער דעם, איינמאל נאך איינער אויסער סאנדערס באקומט עכטע מאמענטום (כאטש 25 פראצענט), וועלן אסאך יעצטיגע ביידן-שטיצער אויטאמאטיש פאלן צו יענעם. יעצט זענען זיי ביי ביידן נאר ווייל ער איז פראנט ראננער, פונקט ווי קלינטאן אין 2008.

איך שאץ פאר אז ווארען גייט זיין די וואס גייט באקומען די אלע פראצענטן, מעגליך אז בוטידזשעדזש.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:28 am
דורך Yang2020
איך האב נישט געוואלט אריינגיין דא אין ספעסיפיקס. אבער אז מען רעדט שוין, מיין איך אז בוטידזשעדזש איז סטאק.
ער האט זיראו שטיצע ביי די מינאריטיס, און א דעמאקראטישע קאנדידאט קען נישט געווינען אן זיי.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:44 pm
דורך Yitzchok Shmiel
ווען די בלאזיא איז געלאפן פאר מעיאר אין ער האט געהאט קוים שאנסן צי געווינען למעשה איז די פראנט ראנער געפלויגן פונם פארמעסט אין די בלאזיא האט איבער גענימען יענעםס שטיצער
מיט ביידן קען געשעהן די זעלבע ער האלט אין איין מאכן טעותים אין פארגעסט כסדר זאכן אין זיינע שטיצער וועלן ע"פ רוב נישט גיין פאר סענדערס אדער ווארן אויב פליהט ער ארויס

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 8:50 am
דורך Yang2020
זיך פונקט אנגעשטויסן מיט א אלטע ארטיקל, און דער קעפל דא קוקט כמעט אויס געבארגט פון דארט
Why Donald Trump Isn’t A Real Candidate, In One Chart

און דער אויספיר איז
For this reason alone, Trump has a better chance of cameoing in another “Home Alone” movie with Macaulay Culkin — or playing in the NBA Finals — than winning the Republican nomination.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:40 am
דורך בוידעם
צ/ק. ווען ער גייט מיט א נעק-טיי ביי די דעבאטעס...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:42 am
דורך בוידעם
Yang2020 האט געשריבן:זיך פונקט אנגעשטויסן מיט א אלטע ארטיקל, און דער קעפל דא קוקט כמעט אויס געבארגט פון דארט
Why Donald Trump Isn’t A Real Candidate, In One Chart

און דער אויספיר איז
For this reason alone, Trump has a better chance of cameoing in another “Home Alone” movie with Macaulay Culkin — or playing in the NBA Finals — than winning the Republican nomination.


איין 'פיצי' חילוק, טראמפ האט געראקט אין די אנקעטעס, משא"כ יענג איז ענג....

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:56 am
דורך בוידעם
Yitzchok Shmiel האט געשריבן:ווען די בלאזיא איז געלאפן פאר מעיאר אין ער האט געהאט קוים שאנסן צי געווינען למעשה איז די פראנט ראנער געפלויגן פונם פארמעסט אין די בלאזיא האט איבער גענימען יענעםס שטיצער
מיט ביידן קען געשעהן די זעלבע ער האלט אין איין מאכן טעותים אין פארגעסט כסדר זאכן אין זיינע שטיצער וועלן ע"פ רוב נישט גיין פאר סענדערס אדער ווארן אויב פליהט ער ארויס


חוץ די שטארקע רצון וואס דו האסט, איז דא נאך א סיבה פארוואס זיי זאלן גיין צו יענג?

אז דו חלומ'סט שוין יא, פארוואס נישט טראכטן אז זיי גייען אלע גיין טאקע צו די זעלבע דעבלאזיא אויף וועמען די חלום איז געבויט?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:15 am
דורך Yang2020
און ווען איך האב געשריבן איבער היטלער'ס אידישע אפשטאם, האב איך פארגעסן צוצולייגן אז יענג שטאמט נישט, ווי ווייט איך ווייס, פון אידן.

און ווען איך האב געברענגט וויפיל פרקים משניות זענען דא, האב איך פארגעסן צוצולייגן אז די אינפארמעישן קומט פון אוצר החכמה און נישט פון יענג'ס ביכל.

פונקט ווי נישט אלע אייערע תגובות רעדן זיך פון בוידעמער, אזוי רעדן זיך נישט מיינע אלע פון יענג.

(און סתם אינטערעסאנט, די לעצטע איז געוואנדן צו מיר אדער צו Yitzchok Shmiel, וואס האט גראדע אויך נישט דערמאנט יענג?)