סאלוטירט ריכטיג

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Monticello

סאלוטירט ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

אזוי ווי בארק ה. אבאמא די טעג פלאגט זיך צו פארעטפערן זיין מאמענט-אף-קלאצן בשעת ער האט געברויכט סאלוטירן, איז כדי אביסעל איבער צו פרישן און א שיעור כללי הלכות סאלוטירן.

באקענט אייך מיט די הלכות, כדי נישט צו ארויסרופן בייז בלוט ביי מענטשען וואס ס'איז ביי זיי טייער די ענינים. און אזוי ווי דער מסילת ישרים זאגט שוין, איך קום נישט זאגן קיין נייע זאכן, נאר בלוזי איבערחזרן זאכן וואס מחמת רגילות ווערן זיי פארגעסן.


איז אזוי:

ס'איז דא פיר פעלער, וואס איך ווייס, ווען מ'דארף סאלוטירן:

ווען מ'זינגט דעם נאציאנעל הימנע (NATIONAL ANTHEM) אפי' אויב ס'איז נישט אנוועזענד א פאן,
ווען די פאן גייט פארביי,
ווען מ'נידערט אדער ציהט ארויף דעם פאן,
אדער ווען מ'זאגט דעם "צוזאג פון געטריישאפט" (PLEDGE OF ALLEGIANCE).

וויאזוי טוט מען סאלוטירן?

קודם איז וויכטיג צו אנמערקן אז א ציווילע קען נישט סאלוטירן א מיליטערישע סאלוט - ביי די שלייפן. כ'האב שוין געזעהן דעם טעות ביי היימישע מענטשען. דאס איז רעזערווירט בלויז פאר פארזאנען אין יוניפארם.

א פשוט'ע בערל און שמערל ברויכן שטיין, מיטן פנים אין ריכטונג פון פאן (אין פאל ס'איז נישט דא קיין פאן אבער מ'שפילט דעם הימנע: און ריכטונג פון די מוזיק) מענער ברויכן אויסטוהן יעדע צודעק אויפן קאפ (נישט די קאפל) לייגן דעם רעכטן האנט אויפן הארץ.

ווי לאנג?

ביים זינגן דעם הימנע, פונעם ערשטן ביזן לעצטן נאטן. ביים פארבייטראגן די פאן, בלויז בשעת ס'ווערט אריבערגעפירט ממש נאנט. ביים הייבן און נידערן די פאן, ווען די לעצטע קנעפל איז אויפגעמאכט, אדער די לעצטע נאטן פונעם הימנע, וועלכעס ס'קומט ערשט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

און ווי אזוי איז די הלכה ווען מ'זעהט א קליפ?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח מאנטיסעלא פאר'ן נעמען די מיה מיט'ן מעתיק זיין די הלכות פסוקות הנוגע לענינינו, דער בי"ד איז דן בכובד ראש אלע צדדים פאר'ן ארויסקומען מיט א קלארע פסק הלכה צו 'ברק חוסן' האט א דין ווי א מורד במלכות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב שוין אליינס זיך טועה געגעסן עטליכע מאל ביים סאלוטירן ארמיי אפיצירן וכדומה מיט א האנט-ווינק אויפן שלייף.

וויאזוי דארף איך באגריסן די דזשאנדארן אויב נישט אזוי? לייגן די האנט אויפן בייכל איז א סאלוט פאר זיי אויך? אדער נאר פארן דומם-פאן?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בילד

איז דאס א סאלוט ביים שלייף? כ'אב נישט געוויסט איך טאר דאס נישט מאכן? איך פלעג עס אלץ מאכן פאר ר' עקיבא הענדלער
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום מאנטאג מארטש 03, 2008 1:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

נו גילוי...
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

ווי ווייט איך ווייס אז סאלוטירן א פריווילעגיע און התחייבות בלויז פאר מיליטערלייט. געוואנדען לויטן ראנג, איז דא פארשידענע הלכות וויאזוי און ווען מ'ברויך אדער מעג סאלוטירן.

א ציווילע פערזאן טאר נישט סאלוטירן, און א מאן אין יוניפורעם וואלט דאס אנגעימען פאר א חוצפה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

לויט מיינע ידיעות ווייזט מען פאר סאלדאטען וכדו' די V סיין מיט די צווייטע און דריטע פינגער און מ'זאגט זיין גאד בלעס יו.

מאנטי,

וואס טוט מען אויב מען איז ביי א באלל געים ווען ס'שפילט די נאציאנאלע הימנע, ממה נפשך, טו איך נישט אויס די קעפ בין איך דאך א מורד במלכות, טו איך יא אויס די קעפ וועט דאך מיין פיאות ארוס פאלען פון אונטער די קעפ, וואס טוט מען?


סתם א שאלה לכבוד פורים... :lol:
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דא שטייט אז א ציווילער האט נישט וואס צו סאלוטירן, נאר קען געבן א האנט שאקל און זיך באדאנקן פאר זייער סערוויס:
http://answers.yahoo.com/question/index ... 521AAovb2K
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שוועמל לויט מיינע אינפארמאציע איז די בילד פון דיין סאלאט.... אאפס סאלוט, גענומען פון די איינשווערונג און גראאדואציע צערעמאניע פון די נעווי סיעלס BUDS אפטייילונג
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וועלכער בין איך? רעד קלאר

יא צוגעטראפן, די וואס גייען ווייס זענען געווענליך נעווי באאמטע ווי סובמארינערס אדער דעסטרויער אפיצירן. און דער בילד איז פון די אמעריקאנער יו עס עס קאראנעידא שיף אין יוקוסוקא יאפאן, ווי דער וויצע אדמיראל יונתן גרינערט נעמט איבער די פירערשאפט פון זיין פארגייער וויצע אדמיראל ראבערט ווילארד, איבער די יו עס זיבעטע פלאטע, אין א טויש-פון-קאמאנד צערעמאניע מיטן מאיאסטעטישן סאלוט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”