גייט אויטאמאציע ברענגען א קריזיס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג יולי 23, 2019 5:43 pm

Yang2020 האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:GDP האט זיך געהויבן, אבער גאר אסאך מענטשן זענען ארויסגעפאלן


untitled.png



היינט איז איינער ארויפגעקומען אויף רעדיט אז ער מיט 20 פון זיינע קאלעגעס האבן היינט פארלוירן זייערע דזשאבס צוליב אויטאמאציע. זיי האבן געארבעט ביי א קאר דילערשיפ, ער איז געווען דער Service Coordinator און אנגעפירט Customer Relations, אבער סאפטוועיר קען אים שוין איבערנעמען.

דא רעדט זיך נישט פון א ריזיגע קאמפאני וואס מאכט די העדליינס, אבער אזעלכע קליינע פארלוסטן געשעען טעגליך איבער גאנץ אמעריקע, און שוואכן צוביסלעך אפ די סאושעל סטרוקטשור פון טויזנטע קאמיוניטיס איבער די לאנד.

יענער מאכט גראדע די רושם פון א טויגליכער, וועסטו זיכער זאגן אז ער וועט עפענען א ביזנעס און ווערן נאך רייכער. קען זיין, אבער מיט וואס?
78% ארבעטער אין אמעריקע לעבן פעי-טשעק צו פעי-טשעק, אויב איז ער איינער פון זיי איז ער יעצט אובד עצות, און עפענען א ביזנעס איז כמעט אוממעגליך.
אונז היימישע אידן שטייען ב"ה בעסער אין דעם, מיט אונזערע גמ"חן און שטערקערע social cohesion, אבער רוב מענטשן אין אמעריקע קענען זיך נישט ארויסזען פון אזא סיטואציע.



שוין לאנג געטענעט די גויאישע מידיע איז טאקע גוט פאר די דומע גוים למשל יעדע פאלעסי טשענש דערלייגט איינער אין איינער פארדינט, למשל סיי וואס די וועסט טוישן אין העלט קעיר איז דא דערלייגערס אין פארדינערס די שאלה איז וואס איז די סך הכל די ענד טאטעל זוכן זיי אלטץ א הונקעדיגע צובראכענע אלמנה מיט צוויי קראנקע קינדער מאכן א אינטערוויא יענער איז פונקט פין דעי וואס דאס מאל איז אויף די דערלייגן זייט אין זיי וויינט מיט בכיות נוראות אויפן צרה, א בפירושע רייע אז די פאלעסי איז נישט גוט ווען מען קוקט אויף אלע 300 מיליאן אמעריקנער א ניין?
אן יעצט זיך טענען וואס די ענד רעזאלטס איז מער דזשאבס צו וויניגער אבער די מעשה איז נישט מער ווי א מעשה אין זאגט נישט גארנישט קיינער לייקענט נישט אז זאכן טוישן זיך אין מען דארף נישט קיין רייע די שאלה איז אין אז עס טוישט זיך איז עס גוט אדער נישט

נאך א נקודה לגבי אויטימאציע אוטיצאציע ברענגט אויך אז מער מענטשן זאלן ניצן א סערוויס וואס פארדעם האט נישט יעדע געניצט ווייל עס איז אומענאטיש אין ביליגער למשל נעכטן גערעדט ווען סורוויליענס קעמערס אז עס האט צוגעברענט טויזענעטער דשזאבס פין פראדעצירער אינסטולערס וכו' האסט געטענעט אז מען דארף נישט האבן אזוי סאך ארבייטער פארדעם ווי מענטשן וועכטער עס איז אבער נישט אמת ווייל וועכטער האבן נאר געניצט גרויסע בילדינג גרויסע ביזנעסער וכו סורוויליענס קעמערס טאקע ווען נאר די זעלבע צאל מענטשן וואס האבן געניצט וועכטער זאלן דאס ניצן וואלט די דעפיציט פין ארבייטערס געווען זייער אסאך אבער קעמערס ווערט געניצט ביי יעדע הויז אפאר די קאסטומער בעסס איז 100 מאל מער ווי עכטע וועכטער
בקיצור אוטיצאציע ברענג אויך נייע באדערפענישען אין געברויכן נייע מיליאנען נייע קאסטומערס פאר אלע סארטן אלטע סערוויסע סערוויסעס און דאס מאכט מער דזשאבס
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום דינסטאג יולי 23, 2019 5:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דינסטאג יולי 23, 2019 5:52 pm

Yang2020 האט געשריבן:היציגע פראטעסטן גייען לעצטענס אן ביים פארט אין לאס אנדזשעלעס קעגן אויטאמאטישע טראקס.
איינער זאל אריינכאפן די מצוה און גייען מודיע זיין פאר די ארבעטער אז לויט געוויסע פאנדיטס וועט אויטאמאציע ברענגען מיט די צייט מער דזשאבס ווי עס נעמט אוועק. על כן דארפן זיי טאנצן פאר שמחה אז זייערע אייניקלעך וועלן זען נידריגערע אנעמפלוימענט ווי זיי זעען.

אויב רעדט זיך איינער איין אז דאס איז דאס ערגסטע וואס קען זיין, עפעס א ווילדע פראטעסט אין א ווייטע סיטי, איז ער זייער נאאיוו. די מיליאנען דרייווערס קענען זיך זייער גרינג אפשמועסן אויף סאושעל מידיא, יעדער נעמט זיין טראק, טרעילער, באס און מיניווען און פארקירט זיך אויף די ברייט פון אלע הייוועיס אין אמעריקע.
דאס איז זייער א פשוטע אקציע, און גאנץ אמעריקע ווערט פאראליזירט.

זאג פאר די טראקערס זיי זאלן גיין ווערן באצאלטע פראטעסטירער פאר די דעמאקראטישע פארטיי
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דינסטאג יולי 23, 2019 5:53 pm

סא לאמיר צולייגן אויף קליין געלט
יארע 2030
סטיוו שטייט אויף צופרי אין זיין הויז וואס האט זיך אטאמאטיש געבויט, דורך מאשינען וואס האבן זיך אטאמאטיש געבוירן,

זיין עלעקטעריסיטי ווערט אטאמאטיש פראדאציט,
זיין עסן ווערט אטאמאטיש געפלאנצט געוואסערט געשניטן געליפערט געקאכט און סערווירט

זיינע בגדים זענען אטאמאטיש דיזיינט גענייט געוואשן, געביגלט און סארטירט אין שאפע

זיינע צייטונגען זענען אטאמאטיש געשריבן געעדיטעט און געפאבלישט.

נוא וואס קאסט עם דאס לעבן? נישטא קיין לעבאר קאסט פאר גארנישט. מי יתן והיה,
לעצט פאראכטן דורך zibala אום דינסטאג יולי 23, 2019 6:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג יולי 23, 2019 5:59 pm

אמת אז די מעשה איז נאר א מעשה.
זאכליכע ענטפערס אויף די פאקטן אויבן האט איר אויך? ווייל איך בין באמת נייגעריג.
איך האב געפרעגט פיר קשיות, איך בעט א תירוץ פאר אפיקומן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג יולי 23, 2019 6:05 pm

יא
עס ווערט נאר לענגער אין לענגער די טענעריי אין איך האב נישט חתונה געהאט מיט דעי נושא שבעה עשר בתמוז האב איך געהאט אביסל נערווין צו שרייבן יעצט 5:30 האב איך געהאט נארך אפאר מינוט אין נערווין האב איך געשריבן אביסל איך האב נישט קיין כח צו שרייבן זייער לאנגע זאכן כהאב מער ווייניגער געשריבן די אנדער זייט פין די איבעיא, תן לחכם

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג יולי 23, 2019 6:27 pm

אקעי, טעיק יור טיים, איך לייג נישט קיין פרעשור :smile: .

דיין לעצטע טענה לאזט ארויס איין פרט פונעם איקוועישאן. אויך אויב סעקיוריטי ראבאטס ווערן באנוצט הונדערט מאל מער ווי סעקיוריטי גארדס ברענגען זיי ווייניגער דזשאבס.
לאמיר נעמען יענע אפגעזאגטע קאר דילער, טאקע נאר א מעשה אבער א גוטע ביישפיל בכלל. די קאמפאני וואס מאכט יענע סאפטוועיר האט וויפיל ארבעטער? מאך עס די מערסטע איבערגעטריבן, צוואנציג טויזנט. קומט אויס אז 20 האבן פארלוירן אבער 20 טויזנט האבן פארדינט, א נעט געין!

אבער דא שטעלט זיך עס נישט אפ. די נעקסטע קאר דילערשיפ וועט אויך קויפן דעם סאפטוועיר, און קאפיען פאדערט נישט פרישע ארבעטער. רעכן אלע קאר דילערס, אלע קאמפאניס וואס דארפן אזא סערוויס, און דו האלטסט ביי מאסיווע נעט לאס.

דאס איז בעיסיק אריטמעטיק, און דו האסט זיך נאך קיינמאל נישט באצויגן צו דעם.

נאך א נקודה למחשבה, פערד זענען געווארן ארבעטסלאז אין די מאסן ביים אינדוסטריעל רעוואלושען. א ריזיגע פראצענט פון מענטשן זענען די "פערד" אין די היינטיגע עקאנאמיע (no offense intended). אויב איז דיין ענטפער אז מענטשן לערנען זיך, געדענק אז מאשינען לערנען זיך שוין אויך היינט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג יולי 23, 2019 6:27 pm

@zibala
איך ווייס נישט צו דו מיינסט עס ערנסט אדער ציניש, אבער אזא סצענע וואלט געווען רעאליסטיש ווען די וועלט וואלט זיך אנגעהויבן מיט אויטאמאציע. לויט וויאזוי די וועלט פארט יעצט וועט עס נישט געשען, נישט אין 2030 און נישט שפעטער. פון וואו זאל דער ארימער האבן די ראבאטן וואס וועלן אים אלעס אויטאמאטיש צושטעלן?

אדער אין אנדערע ווערטער, דיין סצענע איז ממש וואס יענג וויל!
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג יולי 23, 2019 8:22 pm

יענג.


איך גלויב נישט אז איינער פארמאגט דעם קריסטאלענעם באל צו ענטפערן א תירוץ, און ווען די פרעגסט ווען די זעלבע קושיות פאר די ערפינדונג פונעם קאר און קאמערציאלע עראפלאנען, וואס וועלן די אלע שמידן וואס פלעגן מאכן פערדן שיך טוהן, און די אלע קאפיטאנען/מאטראזן וואס גייען פארלירן דזשאבס, וכו' און די זעלבע מיט די אלע לאקאלע פארמער און אייער פראדוצירער איידער די רעפרידזשערעיטעד טראקס, וכו' וואלט דיר אויך קיינער נישט געקענט ענטפערן פונקטליך ווי די מענטשען גייען ארבעטן.


און איך זעה נישט וואס פונקטליך יענג טוט אויף מיט זיין ubi אין דעם הינזיכט, אויסער האלטן מענטשען אויף גאווערמענט פעיראל (חוץ מזה וואס דאס איז זייער ווייט פון גענוג אפי' אויף פשוט צו דורכלעבן).

גייט דאס אויסלערנען פאר טראקערס סאפטוועיר דעוועלאפמענט אז זיי זאלן קענען באקומען א נייע דזשאב?

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג יולי 23, 2019 8:44 pm

דאס איז פשוט איבערגעשריבן מיין ערשטע קשיא פון אויבן. קיינער וואלט דיר טאקע נישט געקענט ענטפערן וואס די אלע גייען טון, און אסאך פון זיי האבן זיך טאקע געטראפן אן ארבעט. די אומבאלאנס האט געברענגט קריזיסן, און האט זיך נאר אויסגעגראדט 200 יאר שפעטער. פארוואס זאל יעצט זיין אנדערש?

די צווייטע שאלה האב איך געמיינט אז איך האב שוין געענטפערט דארט. אויב נישט, וואלט איר געקענט דארט צולייגן וואס ווערט נישט פארענטפערט?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג יולי 23, 2019 9:14 pm

איך פרעדיקט נישט צו ס'גייט יא אדער נישט זיין קיין קריזיס, און אויב גייט יא זיין א קריזיס, גייט ubi נישט סאלווען דעם פראבלעם (ווי דו שרייבסט דארט) די מאיאריטעט פון די פרישע ubi געניסער גייען פשוט בלייבן אויף גאווערמענט פעיראל (איך האב געליינט דעם סאציאליסטישע געדאנק אז מ'זאל פשוט אויסהאלטן די ניי געווארענע וואלונטירן. ס'פראדוצירט נישט גארנישט, איך זעה נישט ווי מ'קען דאס באטראכטן אלץ א חלק פון דעם לייזונג, ווען די ציהל דא איז אז מענטשען זאלן זיך אליין אויסהאלטן, נישט זיין קיין נצרך)

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג יולי 23, 2019 9:40 pm

און פארוואס טאקע פרעדיקסטו נישט? ווען איז שוין געווען עפעס ענליכס צום מצב יעצט, און א קריזיס איז נישט געקומען?
און באמת דארף מען נישט פרעדיקטן, נאר די ערשטע שפורן פונעם קריזיס זענען שוין דא. ווי מיין צווייטע (און דריטע) קשיא.


דער הויפט קעיס פאר UBI איז א קאפיטאליסטישער, ריין קאנסערוואטיווע אינסטיטוציעס האבן אויסגערעכנט אז עס וועט ברענגען פרישע מעגליכקייטן און וואקסן די עקאנאמיע מיט 12.56 ביז 13.1 פראצענט. און איך ווייס נישט אויף וואס דו באזירסט דיין פרעדיקציע אז די מאיאריטעט פון די פרישע ubi געניסער גייען פשוט בלייבן אויף גאווערמענט פעיראל, אין די צייט וואס דאס האט שוין נישט קיין היסטארישע פרעצעדענט.
און אויב ביסטו אומבאקוועם מיט קריסטאל באל פרעדיקציעס, דארפסטו אננעמען אז דער קריזיס איז נאר א צייטווייליגע טרענזישאן, ווי אלעמאל אין היסטאריע דערווייל, וואס מאכט דיין טענה אסאך שוואכער.
אויסהאלטן די וואלונטירן איז נאר א זייטיגע געדאנק, און נישט ווייל עס קומט אזוי, נאר אז סוף סוף וועט סאסייעטי באשיצט ווערן פון א איבערפלוס פון פארביטערטע מענטשן, וואס א חילוק מיט וועלכע תירוץ. רוף עס א פראיעקט צו באקעמפן קריים, מיט א בעסערע סוקסעס רעיט (42%) ווי סיי וועלכע אנדערע. אויב גייסטו איין אויף א סאסייעטי וואו די רעגירונג שטעלט צו געפלאסטערטע ראודס און לעקטערס אויף די גאסן, זע איך נישט פארוואס פונקט דאס זאל דיר שטערן.
דער חלק שמועס איז בעסער ממשיך צו זיין דארט, ווייל באלד וועט מען טאקע דארפן צאמשטעלן די אשכולות...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג יולי 30, 2019 9:19 am

לעצטענס האב איך אסאך געטראכט פארוואס מענטשן ווילן נישט אננעמען דעם מעגליכקייט אז אויטאמאציע גייט ברענגען א קריזיס. עס איז נישט אז מענטשן פרעדיקטן קיינמאל נישט, ווייל דאס גאנצע לעבן איז פול מיט פרעדיקשענס. דער מוח איז א פרעדיקשן מאשין. און בכלל איז עס backwards, עס פעלט נישט אויס צו פרעדיקטן עפעס צו נעמען די מעגליכקייט אין באטראכט. די וואס ווילן נישט אננעמען דעם מעגליכקייט זענען די וואס פרעדיקטן אז גארנישט גייט נישט געשען, וואס שטופט זיי צו דעם?

נאכן איבערליינען די ריעקשענס דא און אינעם אנדערן אשכול קוקט מיר אויס אז מענטשן האבן פשוט ליב פראגרעס. אונזער לעבן היינט איז ב"ה אסאך בעסער ווי 200 יאר צוריק, און אונז האפן און ערווארטן אז 20 יאר ארום זאל זיין אסאך בעסער ווי יעצט. ווען איינער ברענגט אויף פראבלעמען וואס דער פראגרעס קען ברענגען, ווערט ער גלייך באטראכט ווי א אנטי-פראגרעס פאנאטיקער וואס פראבירט אפצושטעלן דעם מארש פאראויס.

Guess what? דער פראגרעס ווערט שוין יעצט פארלאנגזאמט, און טאקע ווייל די פראבלעמען ווערן נישט אנערקענט און אדרעסירט.
גוגל האט זיך אפגעשאקלט פון די אומגלויבליך פארגעשריטענע Boston dynamics ראבאטס. אין א אינערליכע אימעיל האבן זיי געשריבן we don’t want to answer most of the questions it triggers.
 the Sedasys איז געווען א מאשין וואס האט געקענט טון די ארבעט פון anesthesiologists בעסער און פאר א צענטל די פרייז. עס איז אבער געווארן אפגעשטעלט ווייל די anesthesiologists האבן גערודערט, היתכן זייער דעליקאטע פראפעסיע ווערט איבערגעגעבן פאר א מאשין.
שטעל דיר פאר א רגע אז דער טראקטאר איז ערפינדן געווארן, אבער איז צוריקגעצויגן געווארן פונעם מארקעט ווייל א באנדע אקסן זענען געווארן אפענדעט פונעם געדאנק אז א מאשין וועט אמאל קענען נאכמאכן זייער שווערע און געטרייע ארבעט. וואו וואלטן מיר היינט געהאלטן?
אדער שטעל דיר פאר אז באנען זענען געווארן אפגרעידעט פונעם סטים ענדזשין, אבער יוניאנס האבן געקעמפט און געווינען צו לאזן דעם פאך פון coal-shovelers, אז עס זאל בלייבן א דזשאב פאר מענטשן אויף די טרעינס גארנישט צו טון פאר די קומענדיגע 60 יאר. דאס דארפסטו זיך נישט פארשטעלן ווייל עס איז פאקטיש געשען!
און זענען דען אונזערע פייערלעשערס צופיל אנדערש? היינט זענען דא האלב אזויפיל פייערס ווי 30 יאר צוריק (בעיקר צוליב אויטאמאציע, ספרינקלער סיסטעמס), אבער 50 פראצענט מער מענטשן ווערן געצאלט זיי צו לעשן.

דאס איז נישט פראגרעס נאר רעגרעס. א באהאלטענע קאמף קעגן די מאשינען וואו די מיט פרעסטיזשפולע דזשאבס אדער שטארקע יוניאנס געווינען און דער גאנצער פאבליק פארלירט. אלעס ווייל מיר האבן נישט קיין אפענע דיסקאשן איבער אויטאמאציע און וואס עס מיינט פאר דזשאבס און וואס זענען בעסערע פלענער פארן עתיד.
די אלע מיט דזשאבס וואס טוען גארנישט פראדוקטיוו און ברענגען גארנישט פאר די וועלט וואלטן פאקטיש מער אויפגעטון פאר זיך און פאר יעדעם ווען דינייעל איז ווען נישט קיין אפשען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 1:33 pm

UPS has been discreetly using self-driving trucks to deliver cargo https://t.co/zLxAe5xbUn https://t.co/Ced80BUlpd
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:38 pm

נאך אפאר נייעסלעך, פון די לעצטע פאר טעג אליינס

Robots Will Serve You Chinese Hot Pot At New South Loop Restaurant
https://blockclubchicago.org/2019/09/05 ... restaurant

Foxconn’s first announced product for its Wisconsin factory is an airport coffee robot
https://www.theverge.com/2019/9/5/20851 ... automation

Purdue University in West Lafayette, IN welcomed robots that can deliver food to students anywhere on campus within minutes for $1.99
https://www.purdue.edu/newsroom/release ... obots.html

NHS Users Prefer Talking To AI Virtual Assistants Instead Of Humans
https://www.forbes.com/sites/nicholasfe ... -of-humans

McDonald’s acquires A.I. company to help automate the drive-thru, its third tech deal this year!
https://www.cnbc.com/2019/09/10/mcdonal ... -thru.html

איך ברענג נישט די זאכן אלעמאל, ווייל מען וועט מיר רופן אבסעסד. אבער ווען איינער גייט עס נאר אביסל נאך איז אים קלאר אז די רעדע איז פון א שטילע צונאמי.
איך בין נייגעריג ווען דער עוורעדזש אמעריקאנער וועט זיך כאפן וואס דא גייט פאר. אויב יענג געווינט נישט, דאס איז.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:14 pm

וואס מער מאשינען עס איז דא אלץ מער מענטשן דארף מען האבן צו אויפזיכטן און פאררעכטן אזויפיל מאשינען. ווי זאגט יו"ט ערליך "ווי לאזט מען א שוואכע יודענע אליינס מיט אזויפיל מאשינען?"...

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:00 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:וואס מער מאשינען עס איז דא אלץ מער מענטשן דארף מען האבן צו אויפזיכטן און פאררעכטן אזויפיל מאשינען. ווי זאגט יו"ט ערליך "ווי לאזט מען א שוואכע יודענע אליינס מיט אזויפיל מאשינען?"...


וויפיל מענטשן האלט UPS אויף צו אויפזיכטן און פאררעכטן זייערע סעלף דרייווינג טראקס? גלייב מיר, ווייניגער ווי איינס פער טראק. און דער חשבון איז זייער פשוט, ווען נישט וואלטן זיי דאך נישט איינגעקויפט די טייערע טראקס וואס שפארן זיי גארנישט.
אבער דארפסט מיר נישט גלייבן אויפן ווארט. ליין דעם אשכול פון אנהייב פאר פאקטן און ביישפילן וואס ווייזן אז מענטשן ווערן איבריג און נישט פארקערט.

דער עיקר איז אבער, אז מאשינען ביז לעצטענס זענען געווען נארישע קלעצער און געקענט טון נאר ספעציפישע זאכן, האבן מענטשן געדארפט אוועקגעבן אסאך צייט זיי צו אויפזיכטן און פאררעכטן, שוין אפגערעדט פון זיי הייסן וואס צו טון (דרוקן די קנעפלעך) אויף טריט און שריט.

היינט אבער איז דער אויפטו מאשינען וואס לערנען זיך, און "פארשטייען" אלס בעסער וואס זיי האבן צו טון, און פרעג נאר אן ביי גוגל וואס איז דאס אזאנס self-repairing robots, וועסטו זיך לערנען עפעס וואס ר' יו"ט עהרליך האט נישט געוואוסט...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:57 pm

בערך 1804
אין די צייטן ווען אין יוראפ האט מען צום ערשטן מאל געזעהן א נייעם המצאה וואס הייסט א באן, (steam locomotive)
זענען געווען א גרופע חסידים פונעם צמח צדק וואס זענען געווען בעלי עגלה
און זיי האבן מורא געהאט פאר זייער פרנסה
זענען זיי צוזאמען געפארן צום רבי'ן אפצורופן דעם ביטערן גזירה

האבן זיי אינטערוועגנס זיך צעזונגען א ניגון בזה הנוסח:

אי"ה נאך שבת וועלן מיר ביים רבי'ן זיין
מ'וועט אים פארציילן א מעשה מיט אן אייזערנעם באן

אך איז דאס א פייפער - מיט אן אייזערנעם כח
פון אונטן גיסט ער וואסער - און פון אויבן גייט רויעך

ריבונו של עולם - האק אים אף די זייטן
ער זאל ניט קענען פארן - און ער זאל ניט קענען פייפן

אך איז דאס א פייפער - מיט אן אייזערנעם כח
פון אונטן גיסט ער וואסער - און פון אויבן גייט רויעך


ריבונו של עולם - נעם אים אוועק די יארן
ער זאל ניט קענען פייפן - און ער זאל ניט קענען פארן

אך איז דאס א פייפער - מיט אן אייזערנעם כח
פון אונטן גיסט ער וואסער - און פון אויבן גייט רויעך
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:57 pm

די נקודה איז
אז פרנסה גיבט דער אייבישטער
ארבייטן דארף מען פאר די חטאים
און אז מ'בארגט זיך האט מען

געלעכטער אין א זייט
נותן לחם לכל בשר טוט נישט קיינמאל עקספייערן
ווער האט געגלייבט פאר 20 יאר צוריק, אז תשע"ט וועט נאך זיין אין ק"י א אינגערמאן וואס וועט דעליווערן צום טיר "פרישע אייער" פאר פרנסה

און די אידן פון די אמאליגע צוויי אנגעפאקטע 47 סטריט באסעס שלייפערס און דשולערי סעטטערס, זענען נישט געבליבן היינט ארבעטס-לאז

אויפן ערגסטן חלום קען automation ח"ו ברענגען א שווערע איבערגאנג
דהיינו ח"ו א פעריאד פון ארבעטס-לאזיגקייט, און דערנאך א רעוועלוציע

און סייווי איז שוין דא ווער ס'זארגט זיך שוין אוועק צונעמען און אויסצוטיילן די נכסים פון די 1 פראצענט רייכע, דער אייבישטער זאל אפהיטן מ'זאל נישט דארפן אנקומען דערצו.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”