ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:50 pm

מיסטער פארשער ביסט גוט, איך בענק זיך נאך דיר, אזוי זעט מען אויס אויב מען דרייט זיך נישט דא, איך האב שוין אפילו פארגעסן דעם עניאגראם...

איך מיין אז הרב יענג דינן איז יא א זיבענער, ואסביר בקיצור:

קודם איז וויכטיג צו באטאנען אז דער גאנצער עניאגראם איז זייער מצומצום, אינערהאלב דעם זיבענער גרופ אליין קענען זיין פארשידענארטיגע סארטן מענטשן.

יעצט אונזער ניק יענג איז צו עקסיידעט און צו 'לייכט' פאר א פינעווער, א פינעווער איז נישט אזוי עקסיידעט געווענליך, אלזא קלער אז ער איז מעגליך יא א זיבענער.


---
איך האב נאך א ספק אביסל טיפער, אבער איך בין שטארק מסופק אין מיינע פאלגענדע ווערטער, פונדעסטוועגן וועל איך שרייבן און איך שרייב עס טאקע בתורת ספק.

עס זענען דא מענטשן וואס זענען פיוטשעריסטן (futurist) דאס הייסט זיי לעבן מיט די איטערעסאנטע זאכן וואס גייען זיין אינעם עתיד, זיי זעען שוין מיט די אויגן וויאזוי מען גייט צום קאמפיוטער פאר א יערליכע טשעקאפ, דער קאמפיוטער באשליסט אז מען דארף מאכן א סורזשערי און ער נעמט זיך גלייך צו די מעשה, איין ארעם גיט תיכף אן אנעסטיזשע בשעת די אנדערע ארעם הייבט שוין אן צו שניידן מיטן פרעציזקייט וואס נאר א AI ראבאט קען, און אט גייט ער שוין אהיים -מיטן סעלף דרייווינג קאר שטייצעך- און די קאמפיוטער שיקט אריבער א מעסיזש צו די סטים אז ער זאל אנווארימען דעם הוז צו 71 דעגריס ווייל דער באלעבוס האט געהאט א סורזשערי און ער ברויך ווארימקייט, ווען דער פאציענט קומט אהיים ליגט שוין דער פעקל מיט די מעדיצינען אין פריזשעדער. און קיין אין מענטש איז נישט געווען אינוואלוועד דורעכאויס די גאנצע מעשה!

ביי מיר איז דאס עקסיידינג, און איך ווייס פאר א דבר פשוט אז עס גייט אזוי זיין, אן קיין שאלות! נאר בשעת עס דאכט זיך מיר אז עס גייט שוין אזוי זיין אין 10 יאר ארום, וועט עס לכאורה נעמען 20-30 יאר ביז די וועלט וועט אזוי אויסזען.

ביי אנדערע איז די גאנצע זאך דא א מאדנע געלעכטער, ער פארשטייט ניטאמאל וואס איז פשט פון דעם ליידיגייערס פאנטאזיע, דאס קומט ווי באלד זיי זעען זייער גוט דעם הוה, זיי לאזן זיך נישט נארן, זיי זענען גראונדעד!

זיבענערס זענען לכאורה די פיוטשעריסטן, מער ווי אלע אנדערע עניאגראם טייפס, איינס פון די גרעסטע סייענטיסטן אין היסטאריע איז געווען ריטשארד פיינמאן, און ער איז געוען א זיבענער און א פיוטשעריסט, ער האט גערעדט פון קאמפיוטער טשיפס און זאגאר פון קוואנטום קאמפיוטערס און די צייטן וואס די IBM קאמפיוטערס זענען נאך געווען די סייז פון א קאמערשאל פריזשעדער.

אויב איז דא עפעס וואס האט געמאכט @יענג2024 עקסיידעט איבער יענג איז עס לכאורה די 'פיוטשעריזם' שבו, ווייל ענדרו יענג'ס ספיטשעס אליין איז נישט דוקא זייער באצויבערנד כאטש מען קען שטארק מסכים זיין צו זיינע שיטות, ער איז נישט קיין אראטארישער רעדנער, ער איז נישט דוקא א גוטער לץ, און ער איז נישט סימפל קאמען סענס וואס קאנעקט מיט מענטשן, און אויב וועסטו קוקן וועסטו זען אז @יענג 2024 איז דוקא יא באצויבערט געווארן פון די געדאנק אז יענג קען זיין פרעזידענט, און איך קלער אז עס צוליב די בעפארשטייענדע פראבלעמען וואס ענדרו יענג האט אדרעסירט און פארגעשלאגן אינטערעסאנטע לעזונגען און דערמיט אויפגעועקט די פיוטשעריזם פון אונזער ניק יענג.

דיסקלעימער, איך ווייס פון ענדרו יענג כמעט נאר פון דאס ביסל וואס איך האב דא געליינט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:51 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:איך בלייב דא, בלי נדר. .......


!!!!!!!!!YAY
;1@ ;1@ ;1@


גא"מ
יישר כח

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:57 pm

וואס איז דאס דעם עניאגראם?

(ווי איך פארשטיי פון דיין תגובה איז דאס אסאך אנדערע מינע טיפס פון מענטשן, וואו קען מען דאס זעען?)
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:06 pm

עס איז אויסגעשמועסט זייער באריכות אינעם לינק, נישט געמאכט געווארן צו כאפן שנעלערהייט.

viewtopic.php?f=25&t=17336
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:07 pm

א זיבענער שטייט אויף איין נושא?
א זיבענער רעדט מיט רעספעקט צו יעדן בריאה?
א זיבענער איז זיך מתעמק?
א זיבענער פארשטייט וואס דאס מיינט זיך זארגן?

#שיסן נאמבערס און בקיאות קען איך אויך...
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:13 pm

יעצט זע איך אז יענג אליין באצייכענט זיך שוין אינעם עניאגראם אשכול אלץ א פינעווער, ויה''ר כאילו לא אמרתי כלום.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:17 pm

א 5 דארף גיין צו 8 און טאר "נישט" גיין צו 7.

און אנדערע ווערטער אויב ארבעט נישט א פינעווער אויף זיינע שוואכקייטן וועט ער מיט די צייט אויסזען אביסל ווי א זיבענער..
די יסוד איז אז, אדם פרא אדם יולד, און די נאמבער וואס מ'טאר נישט אהין גיין, איז די דיפאלט סעטינג..

דיסקלעימער, איך מיין בכלל נישט אונזער יענג.
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:47 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

פארשער
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובהדורך פארשער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:19 pm

טענקס @דערבארומדיג'ער פאר יאר קיינד Wארדס. אגב, ווער איז @יענג2024? נישט געהערט פון אזא ניק...
נייע אידישע ביכער Pesach Cookbooks
Use coupon code P2020 to get 10% off everything. Valid till Pesach.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:29 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:א זיבענער שטייט אויף איין נושא?
א זיבענער רעדט מיט רעספעקט צו יעדן בריאה?
א זיבענער איז זיך מתעמק?
א זיבענער פארשטייט וואס דאס מיינט זיך זארגן?

#שיסן נאמבערס און בקיאות קען איך אויך...


אביסל רעספעקט פאר איינער וואס האט שוין פיל געפאקט און געמאזלט איבער אניאגראם, געליינט ביכער, און פון די מערסטע אקטיוו אין די אניאגראם אשכול. נישט אז ער האט נישט קיין טעות לדעתי. אבער פון דארט ביז דיין העשטעג איז איז א געזונטע כיוון ההקצנה.
הוי מחשב...

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:32 pm

מחשב האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:א זיבענער שטייט אויף איין נושא?
א זיבענער רעדט מיט רעספעקט צו יעדן בריאה?
א זיבענער איז זיך מתעמק?
א זיבענער פארשטייט וואס דאס מיינט זיך זארגן?

#שיסן נאמבערס און בקיאות קען איך אויך...


אביסל רעספעקט פאר איינער וואס האט שוין פיל געפאקט און געמאזלט איבער אניאגראם, געליינט ביכער, און פון די מערסטע אקטיוו אין די אניאגראם אשכול. נישט אז ער האט נישט קיין טעות לדעתי. אבער פון דארט ביז דיין העשטעג איז איז א געזונטע כיוון ההקצנה.

איך ווייס נישט וויפיל ער האט שוין געפאקט און גע...... איבער די אניוגראם,
איך האב טאקע נישט געשריבן דערפון קיין סאך אויף אייוועלט אבער איך פאטשקע שוין אין די נושא פאר ארום 10 יאר סאו ביטע רעספעקט פאר מיר...

אגב, מחשב האט מיט מיר א פערזענדליכע אגענדע, דארף מען עס נאר דערגיין מער פונקטליכער...
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:39 pm

לאז די אשכול צוריקגיין צום נושא.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 7:33 am

איך וויל נאר שרייבן אז מיר איז אויך א כבוד אז מען שטעלט מיר צו צו דערבארומדיג'ער.
(לויט וויפיל איך קען זיך בין איך א פינעווער. און כאטש עס איז ריכטיג אז פיוטוריזם קען האבן מיט זיין א זיבענער, ווי דערבארומדיג'ער האט אזוי שיין ערקלערט, קען עס אויך האבן מיט זיין א פינעווער וואס לעבט אין אבסטראקט און טעאריע, ווי שיעלע האט מיר שוין אמאל גע'מוסר'ט...)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 7:37 am

נעכטן איז געווען א קאנפערענץ קאל מיט עטליכע שישקעס פונעם יענג קאמפיין. אפאר פרטים:

די עיקר סיבה פארוואס ער האט זיך ארויסגעצויגן איז ווייל אזוי קען ער לעגאל טון זאכן וואס ער קען נישט אלס קאמפיין, ווי אננעמען נדבות פון מער ווי $5600 און מיטארבעטן מיט PACs און אנדערע וואס טארן נישט אדער קענען נישט מיטארבעטן מיט פאליטיקאנטן, אריינגערעכנט אילאן מאסק.
דער פלאן איז צו ארבעטן פלייסיג ווייטער, אריינגערעכנט אויף אזעלכע זאכן ווי פאליטישע קרעדענשאלס און קאנעקשאנס און זאמלען געלט.

נאך א סיבה פארוואס ער האט זיך ארויסגעצויגן איז, ווייל ער האט נישט געוואלט נעמען געלט פון מענטשן וואס מיינען אז ער פלאנט נאך צו געווינען.

אלע קאמפיינען האבן זיך שוין פארבינדן מיט אים, אנצוטראגן פאזיציעס (אריינגערעכנט VP) און/אדער בעטן זיין אינדארסירונג. אבער ווי ער האט שוין געמאלדן איבער זיין אינדארסירונג, דארפן זיי ערשט עפעס אננעמען פון זיין פלאטפארמע בעפאר ער קען עס נעמען אין באטראכט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 8:49 am

Yang2020 האט געשריבן:אלע קאמפיינען האבן זיך שוין פארבינדן מיט אים, אנצוטראגן פאזיציעס (אריינגערעכנט VP) און/אדער בעטן זיין אינדארסירונג. אבער ווי ער האט שוין געמאלדן איבער זיין אינדארסירונג, דארפן זיי ערשט עפעס אננעמען פון זיין פלאטפארמע בעפאר ער קען עס נעמען אין באטראכט.

וועלכע קאמפיין האט אים אנגעטראגן VP פאזיציע?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:21 am

הר גריזים האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:אלע קאמפיינען האבן זיך שוין פארבינדן מיט אים, אנצוטראגן פאזיציעס (אריינגערעכנט VP) און/אדער בעטן זיין אינדארסירונג. אבער ווי ער האט שוין געמאלדן איבער זיין אינדארסירונג, דארפן זיי ערשט עפעס אננעמען פון זיין פלאטפארמע בעפאר ער קען עס נעמען אין באטראכט.

וועלכע קאמפיין האט אים אנגעטראגן VP פאזיציע?


איך ווייס נישט.

(איינער האט דא אמאל געשריבן אז ער וואלט געווען א גוטע אויסוואל פאר ווארען, און ווארען האט שוין גראדע געזאגט אז זי איז אפען צו באטראכטן UBI, אבער איני יודע)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 2:19 pm

יענג האט צובאקומען איבער ניין טויזנט פאלאוערס אויף טוויטער און ארום 1.5 טויזנט אויף אינסטאגראם אין די 24 שעה נאך וואס ער האט זיך ארויסגעצויגן. קוקט אויס אז די ניי געפונענע מידיא אטענשאן מאכט אסאך אויס.
קלער איך צו דאס איז נאר געווען א שפיצל, און יעצט וועט ער מעלדן אז ער שפרינגט אריין אינעם פארמעסט :lol:

---

גאנץ א שיינע ארטיקל אינעם אינטעליגענצער:

Yang Is Out. Yangism Is Here to Stay.


Andrew Yang is out of the race. The Silicon Valley entrepreneur, who’d run for president on a platform of giving every American a $1,000-per-month, no-strings-attached benefit payment, withdrew from the Democratic presidential primary before official New Hampshire results were even announced. “Endings are hard, New Hampshire,” the candidate told supporters on Tuesday night. “But this is not an ending. This is a beginning. This is just the starting line. This campaign has awakened something fundamental in this country and ourselves.”

He’s right. It would be easy to attribute the unlikely success of the Yang campaign — even in his last week of campaigning, the non-billionaire political neophyte was still earning a consistent 4 percent in national polls — to the candidate’s easy accessibility to journalists, or his charming shamelessness when it came to internet-friendly gimmicks, or even to the goofy, improbable charisma he developed on the campaign trail. But the Yang campaign wasn’t a sideshow, a stunt, or a vanity project. Even though Yang’s quasi-libertarian platform, orthogonal as it was to traditional Democratic politics, was unlikely to assemble a coalition broad enough to secure the nomination, it still activated a group of devoted supporters — the YangGang — whose insistent, zealous advocacy for their candidate and his signature proposal revealed a strain of politics with a significant and passionate constituency, one that’s unlikely to evaporate in the sudden absence of its figurehead. The Yang campaign may be over. But Yangism is here to stay.

The best way to understand Yangism might be as a strain of post-libertarianism — one of a handful of descendent, related ideologies now emerging from the wreckage of American libertarianism in the Trump era. Over the last decade, split apart by the response to the global financial crisis and the rise of Donald Trump, the broad libertarianism once regularly touted as insurgent in electoral politics has more or less collapsed. Some supposed libertarians have simply become (or revealed themselves as) Trumpists, or out-and-out white nationalists; others have taken up the project of reconstructing a kind of left-wing libertarianism they call “liberaltarian”; still others, calling themselves “state-capacity libertarians,” now advocate for greater government intervention in and support of markets. (Don’t even get me started on the ones calling themselves “classical liberals.”)

And then there’s the YangGang, encompassing everyone from the rich, middle-aged “cranks and curmudgeons” that the Outline’s John Ganz calls “New American Tories” to the alienated teenage doomers of Reddit and Instagram. I doubt that many YangGangers would call themselves libertarians at the moment, or for that matter that many of them called themselves libertarians in the recent past. But they strike me as obvious descendants of the digital activists who drove the Ron Paul campaigns of 2008 and 2012: Mostly young, mostly male, highly online, impatient with politics and confident they’ve found the One Weird Trick to get the country back on track.

In his essay, Ganz identifies the Yang platform’s three “central premises” as “general social liberalism (‘let people do what they want!’), a rejection of identity politics (‘this political correctness stuff is out of control!’), and UBI (‘just give people $1,000!’).” This sort of interpersonal libertarianism — essentially, a desire to be left alone — matched to an ambitious state program to ensure that the continued feasibility of being left alone provides what Ganz calls “a way out of politics and its constant tensions.”

Various forms of this sick-of-politics ideology have cycled through the American electoral landscape for decades, and Yang’s campaign harks back not just to Paul’s, but to Ross Perot’s straight-talking businessman bid of 1992. But Yangism is a particularly 21st-century edition: Yang supporters are animated by a deep belief that the world is undergoing dramatic environmental and economic change, probably for the worse, and for which a sclerotic Establishment is unprepared. To prevent or mitigate these changes — and to restore and preserve the individual freedom and economic stability that allow people to be left alone — politicians must develop creative, disruptive policies premised on straightforward, engineer-minded rationality.

The scale of its ambitions aside, the “Yangist” varietal of post-libertarianism is not particularly radical. Its quintessential policies are those that are eminently respectable as matters of academic debate, but nearly impossible to imagine being implemented under current political conditions. It’s not intently ideological, and it owes much more to the futuristic, information-wants-to-be-free libertarianism of ’90s Silicon Valley than it does to the paranoid end-the-Fed libertarianism out of which the Paul campaign originated. As such, it’s generally amenable to conventional Democratic Party politics in a way that various solutionist libertarianism ideologies of the past were not.

It’s in this context that the future of Yangism becomes particularly interesting. The relative success of Yang’s run has demonstrated that there’s a real appetite for his brand of techno-libertarianism — and that it’s not wedded to the Republican Party. Democrats who can tap into the sentiments that animate Yangism — urgency, ambition, skepticism of political Establishment — have a good chance of keeping his supporters in the party, and potentially turning them into a significant bloc within Democratic politics. On the other hand, Democrats shouldn’t take it for granted. Before the Iowa caucus, Yang suggested that he and Bernie Sanders have “a lot of overlap in support.” But, he confessed, “I frankly think I’d have a hard time getting them to do anything that they’re not naturally inclined to do.”
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 2:22 pm

הר גריזים האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:אלע קאמפיינען האבן זיך שוין פארבינדן מיט אים, אנצוטראגן פאזיציעס (אריינגערעכנט VP) און/אדער בעטן זיין אינדארסירונג. אבער ווי ער האט שוין געמאלדן איבער זיין אינדארסירונג, דארפן זיי ערשט עפעס אננעמען פון זיין פלאטפארמע בעפאר ער קען עס נעמען אין באטראכט.

וועלכע קאמפיין האט אים אנגעטראגן VP פאזיציע?

די סטאייער קאמפיין :lol:

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש פאברואר 15, 2020 7:47 pm

סארקאזי האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:אלע קאמפיינען האבן זיך שוין פארבינדן מיט אים, אנצוטראגן פאזיציעס (אריינגערעכנט VP) און/אדער בעטן זיין אינדארסירונג. אבער ווי ער האט שוין געמאלדן איבער זיין אינדארסירונג, דארפן זיי ערשט עפעס אננעמען פון זיין פלאטפארמע בעפאר ער קען עס נעמען אין באטראכט.

וועלכע קאמפיין האט אים אנגעטראגן VP פאזיציע?

די סטאייער קאמפיין :lol:


סטייער ווייס איך נישט, אבער ביל וועלד האט געזאגט אין א אינטערוויו אז זיין "Fantasy running mate" איז ענדרו יענג.
I guess that's close enough...


---


די וואך איז יענג די מערסטע געזוכט געווארן ווי סיי ווען, נאך וואס די מידיא האט שוין נישט מורא געהאט אים צו דעקן האלב נארמאל.
sylffp7w30h41.png
sylffp7w30h41.png (166.25 KiB) געזעהן 767 מאל


און דאס איז נישט אלעס. אינטערעסע אין UBI איז אויך ארויפגעשאסן צו די העכסטע פון אלעמאל גלייך נאך וואס יענג האט זיך ארויסגעצויגן.
pasted image 0.png
pasted image 0.png (32.42 KiB) געזעהן 767 מאל


איך האף אז כאטש א טייל פון זיי זענען געווארן גוט אויפגערעגט אויף די מידיא וואס פארציילט זיי פון יענג נאר לאחר המעשה, און אפגעשטעלט זייער סובסקריפשאן. דאס וועט אויך צוגערעכנט ווערן צו די גוטע זאכן וואס יענג האט אויפגעטון נאר מיטן לויפן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש פאברואר 15, 2020 8:03 pm

Yang2020 האט געשריבן:איך האף אז כאטש א טייל פון זיי זענען געווארן גוט אויפגערעגט אויף די מידיא וואס פארציילט זיי פון יענג נאר לאחר המעשה, און אפגעשטעלט זייער סובסקריפשאן. דאס וועט אויך צוגערעכנט ווערן צו די גוטע זאכן וואס יענג האט אויפגעטון נאר מיטן לויפן.

האלטסט עכט אז די וועלט איז גענוג קלוג/ראפינירט פאר דעם? מ'קייעט נאר וואס די מידיע שפייעט, אן צולייגן קאפ.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש פאברואר 15, 2020 8:13 pm

ניין, איך האלט נישט עכט. נאר געשריבן סארקאסטיש.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג פאברואר 17, 2020 3:29 pm

אויסצוגן איבערגעטייטשט פון א אימעיל וואס איך פלאן צו שיקן צו יענג און זיין קאמפיין, מיט פארשלאגן וואס זיי קענען טון בעסער קומענדיגע מאל (אננעמענדיג אז ער וועט לויפן נאכאמאל אין 2024, אבער די געדאנקען זענען אקטועל אויך אויב האט ער אנדערע פלענער). אזויווי יענג'ס פאליסיס, ארבעטן די געדאנקען אויך יעדע פאר זיך, אבער זיי העלפן ארויס איינס דאס אנדערע.

די נקודה אין איין ווארט איז אז יענג קען נישט געווינען אויפן געווענליכן וועג. ער דארף נוצן זיינע שטארקייטן און אדרעסירן זיינע שוואכקייטן. אט זענען עטליכע פלענער וויאזוי דאס אויסצופירן, אנגעהויבן פון יעצט.


זאמלען דאונעישאנס

דאס דארף מען וויסן אויב און וויאזוי מען קען עס טון לעגאל, קאמפיין פינאנץ געזעצן זענען פארפלאנטערט. אבער אויב איז מעגליך, זאל ענדרו ארויסשיקן "טענק יו" אימעילס פאר זיינע קרוב צו האלב מיליאן דאונערס. דארט זאל ער זיי שרייבן אז ער איז נאך ווייט פון געענדיגט, פונעם קאמפיין ווערט יעצט א באוועגונג, און זיי זאלן ערווארטן נייעס פון אים אין די קומענדיגע וואכן. און אויך, ווער עס וויל, קען זיין א טעגליכע דאונער פון איין פעני א טאג (לכבוד דעם וואס יענג וועט עלימינירן דעם פעני), אדער איין ניקעל, דיים, אדער איין דאלער א וואך, אדער איין דאלער א טאג, צוויי, דריי. זיי קענען באקומען א "טעגליכע דאונער פאר יומעניטי" אויסצייכענונג.

דאן, ווען יענג וועט דערקלערן זיין קאמפיין צוויי יאר ארום, וועט ער אנהייבן מיט א פולע קאסע. רעכענענדיג א עוורעדזש דאונעישאן פון ארום איין ניקעל א טאג (נאר $18.25 א יאר), וועט ער שוין האבן מער ווי 18 מיליאן, און דאס איז לכאורה אונטערגעשאצט. צוזאמען מיט אנדערע הכנסות, ווי ווייטער אויסגעשמועסט, איז רעאליסטיש ער זאל האבן 25 מיליאן אויך אן צו ציען צופיל אויפמערקזאמקייט. אבער די פאלגנדע אקטיוויטעטן וועלן אויך אפקאסטן, וועלן מיר זיך האלטן ביי 18 מיליאן. (פאר פארגלייך, האט ער געמאכט 180K אינעם גאנצן ערשטן יאר וואס ער איז געלאפן. אנהייבן מיט הונדערט מאל אזויפיל איז גאר עפעס אנדערש).


דירעקטע ליניע פון קאמיוניקאציע

דאס איז די וויכטיגסטע פראיעקט. יענג שטיצער זענען (געווען) די מערסטע קאנעקטעד, ענטוזיאסטיש, און אינטעליגענט/קריעטיוו. אנשטאט נוצן די גרעס-רוטס נאר פאר דאונעישאנס, זאל זיין א דירעקטע ליניע פון קאמיוניקאציע אויף ביידע וועגן. וואו שטיצער זאלן צוזאמען (decentralized) אויפקומען מיט געדאנקען און פלענער, פארן קאמפיין צו נעמען גלייך אין באטראכט, און דער קאמפיין זאל ארויסלייגן אויפגאבעס און צילן, וואס די שטיצער זאלן ארבעטן אויסצופירן.
דער יסוד דערפון איז א פשוטע פראדזשעקט טרעקער, וואו צילן און טאלאנטן, איידיעס און די וועגן וויאזוי זיי אויסצופירן, קענען גרינג טרעפן זייער שידוך.

אבער עס איז נאכמער ווי דעם. פונקט ווי יענג איז געווען פארנומען אז מיר דארפן אויפהערן צו מעסטן אלעס לויט די GDP, אזוי דארף אויך דער קאמפיין מעסטן שטיצער מיט מער ווי וויפיל נדבות קומט אריין פון זיי.
שטיצער זאלן דארט קענען באצייכענען וואסערע טאלאנטן און ערפארונגען און אומשטענדן זיי קענען אויסנוצן צו העלפן דעם קאמפיין. און עס זאל זיין א מעסעדזשינג סיסטעם לויט וויאזוי מען האט זיך באצייכענט. למשל אויב איז דא א געדאנק צו שרייבן ארטיקלען אין לאקאלע צייטונגען, זאל זיין א וועג אז אלע וואס האבן זיך באצייכנט "שרייבער" זאלן באקומען א מעסעדזש. אויך זאל זיין א וועג צו פארדינען רעפוטאציע באזירט אויף אזעלכע טעגס - איינער וואס איז שוין מער צוהילף געקומען אין שרייב ארבעט זאל זיין דעה מער געהערט ווערן ווען עס קומט צו שרייבעריי פארשלאגן און פלענער ווי א צווייטער, וואס איז אפשר מער ערפארן אין גרעפיקס.
(רוב פון די אינפאסטרוקטור עקזיסטירט שוין אין פארשידענע פראדזשעקט טרעקינג סיסטעמען, עס דארף נאר זיין א גוטער wrapper).

עס זאל ארויסגעשיקט ווערן א אימעיל צו אלע דאונערס, אז יעצט קענען זיי שוין אויך דאונעיטן פון זייערע טאלאנטן צום ציל. זיי דארפן גארנישט טון, נאר אוועקגעבן אפאר מינוט אראפצושרייבן אפאר פרטים פון זיך, אריינגערעכנט זייערע טאלאנטן און ערפארונגען און אומשטענדן.
אויך ווען עס קומט צו א פרישער דאונער, זאל עקט בלו דערנאך רעדירעקטן צו א "וואס קענסטו טון?" בלאט.


יענג פיראמיד

ווען יעדער יענג שטיצער וואלט, שטייענדיג הארט בעפאר די אייאווע קאוקעס, צוגערעדט נאר נאך פיר פון זיינע באקאנטע צו שטיצן יענג, וואלט ער ארויף פון 5% צו 25% און געווארן דער פראנט ראנער.
פארשטייט זיך אז דאס זאגט זיך גרינגער ווי געטון, אבער א גרויסע חלק פונעם שוועריגקייט איז געווען וויבאלד עס איז געווען אינמיטן קאמפיינען, ווען צענדליגע אנדערע קאמפיינען האבן העפטיג קאנקורירט און יענג האט אנגעהויבן מיט גארנישט און דעריבער נישט געקומען אין באטראכט פאר א גרויסע חלק פונעם פאפולאציע. אבער מיט צוויי שטילע יארן, און ווען עס איז נישט יענג וואס לויפט (אפיציעל) נאר זיינע געדאנקען וואס ווערן פארשפרייט, איז עס אסאך גרינגער. עס דארף נאר זיין א שטופ דערצו, און דאס קען קומען דורך gamification.

עס זאל אויפגעשטעלט ווערן א "יענג שטיצער רעדזשיסטערי" (אדער "יומעניטי פוירסט רעדזשיסטערי"), א וועבסייט וואו מען קען זיך איינשרייבן און האבן א אייגענע בלעטל. זיך איינצושרייבן דארף מען דערקלערן שטיצע פאר יענג'ס געדאנקען (דאס איז נישט קיין קאנטראקט וואס מען קען נישט ברעכן, נאר א דערקלערונג אז יעצט האלט מען אזוי), און אריינגעבן א אימעיל אדרעס אדער אנדערע קאנטאקט אינפארמאציע און דער זיפ קאוד וואו מען וואוינט (דאס בלייבט פריוואט). אויפן בלעטל, קען מען ארויפשטעלן דעם נאמען (אדער א ניק), בילד, לינקס צו סאושעל מידיא אקאונטס, אייגנארטיגע קוואוטס אדער די געשיכטע וויאזוי מען איז געקומען צו שטיצן יענג, היימיש געמאכטע ווידיאוס, אד"ג.

יעדער וואס שרייבט זיך איין, באקומט דערפאר 512 פוינטס. און ער געבט דערביי אן די סיבה וואס האט אים געברענגט צו יענג, ווי ווייט ער ווייסט.
מען קען אבער אויך איינשרייבן א חבר. למשל אויב איז איינער דא אויף אייוועלט געווארן איבערגעצייגט דורך מיר, קען איך אריינגעבן יענעמ'ס ניק און אימעיל אדרעס, און איך בין יענעמ'ס סיבה. דער סיסטעם וועט ערשט זיכער מאכן אז יענער איז נאכנישט איינגעשריבן, און דאן ארויסשיקן אן אימעיל צו יענעם, מיט א פראגע צו יענער איז טאקע איבערגעצייגט געווארן דורך מיר, און א לינק וואו צו קליקן אויב יא. ווען יענער קליקט דערויף ווערט ער איינגעשריבן, און ער קומט אן צו א בלאט וואו ער קען איינפילן זיינע פרטים און אויסשטעלן זיין בלעטל. ער באקומט דאן 512 פוינטס, און איך, וואס איך האב אים איבערגעצייגט, באקום נאך 256 פוינטס.
אז דער חבר ברענגט א חבר, באקומט דער לעצטער 512 פוינטס, דער מיטלסטער נאך 256 פוינטס, און דער ערשטער פרישע 128 פוינטס. אא"וו עד דור עשירי, ווען דער ערשטער פארדינט 1 פוינט.

עס קען אויך זיין א באזונדערע אויסצייכענונג פאר די וואס האבן איבערגעצייגט זייערע עלטערן, אדער אנדערע אזעלכע דעמאגראפיקס וואו יענג דארף וויכטיגער פרישע שטיצע, און א באזונדערע מיילשטיין פאר די וואס האבן שוין איבערגעצייגט פיר באקאנטע אינעם ערשטן דור.
אויך קען זיין א leaderboard, וואו מען קען זען אלע מיט די העכסטע פוינטס בכלל, אלע מיט די מערסטע פוינטס פארדינט די וואך, די חודש, אא"וו.

די פוינטס און אויסצייכענונגען וועלן קענען גענוצט ווערן פאר קרעדיטס אינעם יענג געשעפט, ווי אויך פאר פארשידענע פריווילעגיעס אינעם יענג עקא-סיסטעם.

אויב וועט יעדער יענג שטיצער בלייבן ביי אים, און צוברענגען נאר נאך צוויי שטיצער (איינער פער יאר), וועט יענג האבן 15% גלייך ביים אריינשפרינגען און וועט קלאר זיין ווייעבל.
אבער חוץ פון די פשוטע אויפטו, פון שטעלן אינסענטיווס צוצוברענגען נאך שטיצער, וועט עס אויך זיין שטארקע סאושעל פרוף, ווען מען וועט קענען זען אויף איין פלאץ מיליאנען בלעטער פון עכטע מענטשן וואס זענען יענג שטיצער. אויך וועט עס קענען גענוצט ווערן פאר מאביליזאציע. למשל שפעטער ווען עס וועט קומען צו די אייאווע קאוקעס, וועלן אלע שטיצער מיט א זיפ קאוד אין אייאווע באקומען א פערזענליכע מעסעדזש: "א גוטן סטיוו, היינט גייען 347 מענטשן אין אייאווע קאוקעסן פאר יענג נאר צוליב דיר. אריינגערעכנט פיר - דזשעק, דזשאן, דזשאו, דזשיל - וואס דו האסט געברענגט דירעקט, און 343 וואס זענען ארויסגעקומען ווייטער אין די קומענדיגע דורות. זיי גייען זיין עקסייטעד צו וויסן אז דו גייסט אויך!"
אלע גייען וויסן אז אלע באקומען דעם אימעיל מיט די נעמען, וואס וועט זיין א שטארקע שטופ נישט צו אנטוישן און א הילף זיך אויסרעכענען צוזאמען וויאזוי זיך צו באטייליגן.
אויך וועט די דאטא זיין א גאלדנגרוב פארן קאמפיין. ווי למשל וויסן וועלכע סיבה ברענגט וועלכע מענטשן און וויפיל, אזוי ארום אויסצושטעלן דעם סטראטעגיע אויף ווייטער.


עס זאל ארויסגעשיקט ווערן א אימעיל צו אלע דאונערס, אז זיי קענען רעגיסטרירן זייער שטיצע, אויסשטעלן זייערע בלעטער, און הנאה האבן פונעם מאמענטום.
די דריי סיסטעמען - דאונעישאנס, פראדזשעקט טרעקער וואו יעדער איז איינגעשריבן מיט זיינע קוואליפיקאציעס, און יענג שטיצער רעדזשיסטערי - קענען ווערן integrated. יעדער וואס קומט די ערשטע מאל דאונעיטן וועט ווי געשמועסט רעדירעקטעד ווערן אויסצופילן א בלאט מיט זיינע טאלאנטן, אבער דאס וועט אויך שאפן א בלאט אינעם יענג שטיצער רעדזשיסטערי, און די זעלבע פארקערט. אויך, דאונעישענס געבן אויך צו פוינטס, און פוינטס געבן אויך צו רעפוטאציע אויפן פראדזשעקט טרעקער. דאס מאכט סענס, ווייל איינער וואס דאונעיט טויזנטערס קומט זיך זיינע געדאנקען זאלן שנעלער אויסגעהערט ווערן (כאטש נישט אנגענומען ווערן אויב זענען זיי נישט ריכטיג), און איינער וואס ברענגט צו הונדערטער שטיצער האט עפעס ארויס ריכטיג, לוינט זיך צו הערן וואס ער האט צו זאגן.


פאדקעסט

יענג שיינט אין לענגערע שמועסן. רוב פון זיינע שטיצער זענען געקומען אדער דורכן זען זיינע אינטערוויוס אדער דורך ליינען זיין ביכל (זע באזונדער). וואס מער לאנגע שמועסן ער וועט צושטעלן אלץ מער זענען די מעגליכקייטן פאר פרישע שטיצער, חוץ פון הייבן נעים רעקאגנישאן און האלטן זיין מעסעדזש ביים לעבן.
אבער יעצט דארף ער שוין נישט גיין צו אנדערע. ער איז שוין גענוג פאפולער מיט גענוג היי-פראופיל שטיצער צו זיין זיין אייגענע סטאנציע.

עס זענען דא עטליכע וועגן וויאזוי דאס קען גיין. ער קען טון איינס פון זיי, אדער אפאר/אלע.

ער האט ארום 165 פאליסיס. קען ער גרונדן א פאדקעסט, גערופן Thinking Harder with Andrew Yang, וואו ער טוט דורך איין פאליסי א וואך, מיט א עקספערט אדער פובליק פיגור (קען מעגליך אריינשטופן עלאן מאסק, Dave Chapelle, און אנדערע אזעלכע שטיצער).
דאס וועט אוועקנעמען זיין "סינגל פאליסי" אימעדזש. דערקלערנדיג זיין קאנדידאטור וועט ער האבן שעות פון שמועסן אויף רוב פון זיינע פאליסיס. עס געבט אים א געלעגנהייט צו אנטוויקלען פרישע טאלקינג פוינטס און ערווענען נאך דאטא. און עס קען אריינברענגען פרישע געלטער.

ער קען נוצן די רעקאגנישאן און געלטער צו אנטוויקלען א דאקומענטערי/סעריע, גערופן The War on Normal People, וואס וועט ארויסברענגען דעם מעסעדזש פון זיין ביכל אבער אין ווידיאו פארמאט.
עס וועט נאכפאלגן אפאר קאמיוניטיס איבער אמעריקע און וויאזוי זיי זענען באטראפן געווארן פון אויטאמאציע, (וואס האט זיי געברענגט צו שטימען פאר טראמפ), איין משפחה אין יעדע פון זיי וועט באקומען טויזנט דאלער א חודש, און עס וועט נאכגיין וויאזוי עס טוישט זיי דעם בילד. אא"וו.
דאס וועט אים ברענגען צו אסאך א ברייטערע דעמאגראפיק, און פארברייטערן דעם שמועס פון דאטא צו עמאושענס און פון טעקסטועל צו וויזשועל.

יענג האט געהאט געזאגט אז זיינע סטעיט אוו די יוניאן רעדעס וועלן אויסקוקן אנדערש ווי אלע ביז אהער, מיט פונקטליכע טשארטס און דאטא אויף אלע וויכטיגע זאכן וואס האבן זיך געטוישט במשך דעם יאר. אבער ער דארף נישט ווארטן ביז ער ווערט פרעזידענט, ער קען שוין יעצט נוצן זיין פלאטפארמע צו געבן אזא רעדע.
צו דעם וועט מען ערשט דארפן אויפשטעלן א בלאט וואס וועט זיין דער נייער אמעריקאנער סקאורקארד (וואס ער וויל איינפירן). דאס וועט ברענגען דאטא אויף אזעלכע זאכן ווי זעלבסטמארדן, וויפיל אמעריקאנער לעבן פון פעיטשעק צו פעיטשעק, די עכטע אנעמפלוימענט נומער וואס רעכנט אריין די וואס זוכן שוין נישט קיין ארבעט, די עכטע וועידזשעס נאכן אראפרעכענען אינפלאציע, אא"וו אלע זאכן וואס יענג טענה'ט אז מען דארף פונקט אזוי וויכטיג מעסטן ווי GDP, און געבן א סקאור ווי גוט אמעריקע האלט.
יענג וועט דאן האבן איין רעדע יעדעס יאר מיטן גאנצן ערנסטקייט און פרעזידענטליכקייט, אויסשמועסן די פראבלעמען און די לעזונגען. זיינע שטיצער וועלן דאן זיכער מאכן עס זאל גיין וויירעל.


יומעניטי פוירסט אקטיוויזם

די באוועגונג קען נישט סתם זיצן און ווארטן ביז יענג לויפט. רוב פון זיינע שטיצער זענען געווען ניי צו פאליטיק, און זיי קענען נוצן נאך איבונגען און איבערגעבן זייער ערפארונג פאר פרישע מיטגלידער.

צענדליגע יענג שטיצער האבן שוין געמאלדן אז זיי לויפן פאר קאנגרעס און אנדערע פאזיציעס, און דער גאנצער אפאראט וועט מאביליזירט ווערן צו העלפן יעדן פון זיי. פארשטייט זיך אז דאס וועט שפעטער העלפן יענג אויך מיט דעם וואס ער וועט קענען באקומען ענדארמענטס דורך זיי, און ווייניגער באטראכט ווערן ווי א דרויסנדיגער.
נאך א ציל איז לייגן דרוק אויף סתם פאליטיקאנטן אנצונעמען כאטש געוויסע פון יענג'ס פאליסיס, אריינשטעלן ארטיקלען אין צייטונגען און אנדערע וועגן פון אויפקלערן דעם עולם, אא"וו.

עס וועלן אפגעהאלטן ווערן רעגלמעסיגע סעסיעס, וואו ערפארענע מיטגלידער וועלן לערנען די פרישע וויאזוי צו טעלעפאנירן, קלאפן אויף טירן, וויאזוי זיך אן עצה געבן ביים קאוקעס. דאס רעכנט אריין אומזיסטע ליעדערשיפ לעסאנס פאר פריסינקט קאפיטאנען, סאושעל סקילס פאר רופער און טיר קלאפער, אא"וו.

באזונדער וועט זיין א סיסטעם צו באגלייטן נייע וויילער און זיי העלפן זיך רעגיסטרירן צו קענען שטימען אין לאקאלע און פעדעראלע וואלן. ווי אויך זיכער מאכן אז זיי גייען טאקע שטימען יעדעס מאל וואס עס זענען דא וואלן (אויך אויב איז נישט דא קיין פאסיגע קאנדידאט, וואס דאן וועלן זיי פשוט אריינשרייבן יענג צו ווער), כדי זיי זאלן באטראכט ווערן "ווארשיינליכע וויילער" און זייער מיינונג זאל געציילט ווערן אויף די קומענדיגע אנקעטעס.

עקסטער וועט מען זיך פארלייגן אויף די וואס זענען יעצט 14-15 און ארויף, און וועלן זיין 18 ביי די 2024 וואלן. זיי ווערן נישט עכט אדרעסירט דורך אנדערע פאליטישע גרופעס, און יענג האט געווינען דעם אייאווע יוגנט שטרוי-אנקעטע, וואס מיינט אז ער איז דער שטערקסטער ביי די יונגסטע (נאך מער ווי סאנדערס). א שאד צו פארלירן דעם שטארקייט.

דער יענג געשעפט זאל ווייטער פארקויפן סחורה, אבער נישט מיט זיין נאמען אדער פארבינדן מיט זיין קאמפיין, נאר מיט זיינע פאליסיס. דאס רעכנט אריין קליינע סטיקערס וואס מענטשן קענען ארויפקלעבן אויף זייערע זאכן. דאס וועט העלפן אנהייבן שמועסן און פארשפרייטן די געדאנקען, ווייל מענטשן וועלן ענדערש זיין נייגעריג און וויליג צו פארשטיין וואס "Rank my Vote" מיינט ווי ווען עפעס איז קלאר פארבינדן צו א פאליטישע קאמפיין.

אויך זאל דער Pledge for Humanity ווייטער אויסגעפירט ווערן יערליך.


מאדערניזירן פאליסיס בלעטער

ווען איינער קומט יעצט צו יענג'ס וועבסייט זעט ער א בארג פון פאליסיס, גרויסע און קליינע. און ווען ער עפנט א פאליסיס בלאט דערזעט ער זיך מיט א וואנט פון טעקסט, בעיקר נאר לאגישע ארגומענטן, וואס ער דארף צולייגן קאפ דורכצוליינען. דאס דארף מען אביסל טוישן.

די בלעטער דארפן איבערגעארבעט ווערן, צו נוצן אביסל מער עמאושענעל און סלאגאנען שפראך פון איין זייט, אבער נישט אפלאזן די לאגישע קלארקייט און פאקטן-פאראויס צוגאנג. דאס קען מען טון דורכן מאכן דעם עיקר בלאט קורץ און שארף, מיט קלינגעדיגע סלאגאנען, און אריינשטעלן די פאקטן און ריסוירטש אין באזונדערע סעקשאנס אויפן בלאט וואס קענען ווערן געעפנט אדער צוגעמאכט דורכן קליקן דערויף.

באזונדער דארף שטארק איבערגעארבעט ווערן די מעסעדזשינג און שפראך איבער העלט קעיר. דאס איז די וויכטיגסטע אישו פאר דעמאקראטן, און יענג'ס פלאן איז זייער אייגנארטיג און אויסטערליש גוט, אבער עס איז אראפגעלייגט געווארן היבש צומישט. ווייניגער האבן עס ארויס ווי רעלאטיוויטי...
אויך די שפראך און טאלקינג פוינטס איבער אויטאמאציע קען געשלייפט ווערן. עס דארף אראפגעלייגט ווערן ווי א פראבלעם (אדער גרופע פון פראבלעמען) און נישט ווי א געפאר, ווייל מענטשן שטימען אויף פראבלעמען און נישט אויף געפארן.

יעדע בלאט זאל האבן אינפא-גראפיקס, ווידיאוס, און אפילו נייעס געשיכטעס בשייכות צו דעם פאליסי.
באזוכער וועלן קענען צולייגן פון די אלע, און אויך צולייגן קאמענטס אדער פרעגן. עס גייט נישט גלייך ארויפגיין, און זיי גייען דארפן צושטעלן אן אימעיל אדרעס וואו מען קען זיי ענטפערן. וואלונטירן גייען עס איבערקוקן, און ארויפשטעלן געקליבענע פון זיי.

יעדע בלאט וועט האבן סצענעריאס, וויאזוי אמעריקע קען אויסקוקן אויב ווערט עס דורכגעפירט און אויב נישט, אריינגעשטעלט אין קאנטעקסט. למשל דער בלאט איבער UBI קען זיין אינטערעקטיוו, און וועט צייגן א באזונדערע בילד פאר באזונדערע קאמיוניטיס און דעמאגראפיקס, וויאזוי זיי גייען אויסקוקן צען יאר ארום אנעם UBI און וויאזוי מיט. ביי יעדע פאליסי דארף אויך ווערן קלאר ארויסגעברענגט דער קאנטראסט צווישן דעם און וואס אנדערע קאנדידאטן שלאגן פאר. נישט נוצן קיין נעמען פון קאנדידאטן, אבער יא פון פאליסיס.
רוב בלעטער קענען אויך נוצן א ראוד מאפע וויאזוי און ווען בערך עס קען רעאליסטיש ווערן דורכגעפירט.

עס זאל זיין פונקציעס צו קענען גרינג מיטטיילן (share) די בלעטער אויף סאושעל מידיא. די פאליסיס זאלן דאן סארטירט ווערן אויפן הויפט בלאט לויט זייער פאפולאריטעט.
עס קען זיין נאכמער געקונצלט, ווי נוצן geolocation צו צייגן די בלעטער לויט ווי פאפולער זיי זענען אין דעם לאקאציע, אא"וו. אויך קען אויף יעדן בלאט זיין רעקאמענדאציעס פאר אנדערע בלעטער ("באזוכער וואס האבן געקוקט דעם בלאט האבן אויך געזען...", "באזוכער וואס האבן מיטגעטיילט דעם בלאט האבן אויך הנאה געהאט פון...", אד"ג).

עס זאל זיין א טשעט באט, פאר יעדן בלאט באזונדער, וואס מען קען אים פרעגן בעיסיק פראגן בשייכות צו דעם בלאט ("וויאזוי וועט מען עס באצאלן?", פאר די וואס האבן נישט קיין צייט דורכצוקוקן דעם בלאט פאר זייער פראגע), ווי אויך אויפן הויפט בלאט, צו טרעפן פאסיגע בלעטער ("וואס איז יענג'ס עצה אפצושטעלן די השפעה פון גרויסע געלטער אויף פאליטיק?" וועט צושטעלן דעם לינק צו זיין בלאט אויף דעמאקראטיע דאלארן אא"וו).

באזונדער קען זיין א טשעט באט וואס זאל זיך ארומדרייען אויף אלע סאושעל מידיא סייטס און קאמענט סעקשאנס, און זאל זיך אנרופן ווען אימער מיסאינפארמאציע ווערט פארשפרייט אדער בעיסיק פראגן געפרעגט בשייכות צו יענג, מיט קלארע ענטפערס און פונקטליכע לינקס (timestamped) צו ווידיאוס וואו יענג שמועסט עס אויס. וויבאלד עס וועט קלאר באצייכנט ווערן אלס א באט, און וויבאלד יענג וועט דאך נישט לויפן אפיציעל, וועט עס נישט אנגענומען ווערן אזוי נעגאטיוו.
דער אויפטו איז נישט נאר פארשפרייטן אינפארמאציע, אז מיט די צייט זאל זיין קאמאן נאולעדזש אז UBI ברענגט נישט אינפלאציע, נאר אויך ברענגען פרישע צוקוקער צו זיינע לענגערע שמועסן.


ביז אהער איז אלעס געווען ווילאנג יענג לויפט נאכנישט. יעצט גייט ער אנהייבן צו נוצן די 18 מיליאן...

פארשפרייטן The War on Normal People

(דאס איז דער פלאן פון אויבן, מיט עטליכע שינויים)

א שטיקל צייט בעפארן מעלדן זיין קאנדידאטור, זאל יענג באשטעלן ביים פאבלישער 1.2 מיליאן עקזאמפלארן פון זיין ביכל. די האלסעיל פרייז פאר אזא ביכל מיט א ווייכע דעקל מיט גענוג צייט פאראויס באשטעלט קומט אויס דריי דאלער פער שטיקל, (מעגליך אז ענדרו וועט קענען אויסארבעטן פאר נאך ביליגער זייענדיג דער מחבר, און נאכן זיך אונטערנעמען אז דאס גייט נישט ווערן פארקויפט ווייטער און ער גייט נישט מאכן קיין פראפיט, אבער לאמיר רעכענען אז נישט).
איין שורה פונעם ביכל זאל געטוישט ווערן, צו צייגן אז יעדער פון 18 און העכער וועט באקומען דעם פרידאם דיווידענד (נישט 18-64, ווי די אמאליגע פלאן).

דער דעקל זאל זיין די פון א ליידיגע ווערהאוז (נישט וואו מען זעט יענג'ס פנים), און דערויף זאל פראמינענט שטיין "ניו יארק טיימס בעסטעלער. איבער א מיליאן קאפיס רעפרינט".

באזונדער, זאל ער קאפיען 1.7 מיליאן DVDs פונעם אויבנדערמאנטן דאקומענטערי, און אויך ארויפלייגן דערויף זיין ביכל אין אוידיא. קאפיען אזא קוואנטום פון DVDs (אריינגערעכנט די לעיבלס) קומט אויס 40 סענט א שטיקל אדער ווייניגער.


הארט בעפארן מעלדן זיין קאנדידאטור, זאל ער ארויסשיקן א פעקל צו יעדן רעגיסטרירטן דעמאקראט אין אייאווע און ניו העמפשיר (ארום א מיליאן צוזאמען), מיט זיין ביכל, דער DVD, און א פערזענליכע בריוו. (אלעס צוזאמען וועט עס אים קאסטן ארום פיר דאלער פער פעקל, אבער זע ווייטער אז ווייניגסטענס א חלק דערפון וועט זיך כמעט גלייך אויסצאלן).

אינעם בריוו זאל שטיין אז ער שיקט דא א ביכל וואס פארקויפט זיך פאר דרייצן דאלער אויף אמאזאן, א ניו יארק טיימס בעסטסעלער, א אמאזאן בעסטסעלער אין עטליכע קאטאגאריעס, וואס האט פון די בעסטע רעיטינגס אויף אמאזאן און גוד ריעדס, וואס איז שוין איבערגעדרוקט געווארן אפאר מאל ווייל עס איז אויספארקויפט געווארן. דאס באקומסטו יעצט אומזיסט, אן דעם וואס ענדרו זאל עפעס פארדינען דערפון.
ער האט אריינגעלייגט אסאך כוח און צייט צו שרייבן דאס ביכל, אבער ער שיקט עס אומזיסט ווייל עס איז וויכטיג יעדער זאל וויסן פון די אישוס אריינגייענדיג אינעם וואלן סעזאן.
אויף צוריק דארף ער א קליינע טובה, נישט אז מען זאל אים שטיצן און נישט קיין געלט (כאטש דאס וואלט אויך געווען זייער גוט!), נאר ממש א קלייניגקייט, ער וויל נאר הערן וואס אמעריקע האלט. דעריבער זייט מוחל, ליינט דורך דאס ביכל, אדער הערט עס אויס פונעם DVD ווען איר האט צייט. איר קענט אויך הנאה האבן פונעם דאקומענטערי פאר עקסטערע קלארקייט, און דאן גייט צו YangBookReview.com (אדער א אנדערע ספעציעלע בלאט וואס וועט ווערן צוגעשטעלט אויף יענג'ס וועבסייט), לייגט אריין אייער באזונדערע ID (וואס גייט מיטקומען מיטן ביכל, אדער סקענט א QR code), און ענטפערט אפאר גרינגע פראגן.
(דער בריוו זאל אויך קלאר מאכן אז סאושעל סעקיוריטי, העלטקעיר, און נאך פראגראמען ווערן נישט אראפגערעכנט פון די טויזנט דאלער. און אז נאבעל-פרייז עקאנאמיקער האבן אינדארסירט סיי זיין פלאן און סיי דער וועג וויאזוי ער פלאנט עס צו באצאלן).

יענג זאל דאן דערקלערן זיין קאנדידאטור אינעם טאג וואס די פעקלעך קומען אן צו זייערע דעסטינאציעס.

דער סיסטעם וועט ארבעטן אז ווען יענער לייגט אריין זיין ID (וואס וועט זיין פארבינדן ביים קאמפיין מיט זיין אדרעס), וועט ארויפקומען א מעסעדזש ווי "א דאנק פארן קומען אפגעבן אייער אפיניאן! 317 בירגער פון אייער זיפקאוד האבן ביז יעצט געשטעלט יענג פאר זייער ערשטע אויסוואל פאר פרעזידענט. 94% פון אייאווענס האבן געגעבן דאס ביכל פינף שטערנדלעך".
דערנאך וועט יענער אויספילן אפאר פראגן: געבן דעם ביכל פון איין ביז פינף שטערנס. פארצייכענען זייער שטיצע פאר יענג פון ערשטע אויסוואל ביז פינפטע. אויב יענג איז נישט די ערשטע, שרייבן ווער יא און פארוואס. אפשרייבן אין זייערע ווערטער וואס האט זיי געכאפט פונעם ביכל און וואס נישט. און אויב זיי ווילן געבן זייער אימעיל אדער אנדערע פארבינדונג.

נאכן אויספילן וועלן זיי ווערן רעדירעקטעד צו א עקט בלו בלאט וואו זיי קענען (נאר אויב זיי ווילן) דאונעיטן פאר יענג. דארט וועט נאכאמאל שטיין אז דאס ביכל קאסט דרייצן דאלער און דער DVD כך וכך, אבער זיי האבן עס באקומען אומזיסט ווייל יענג זוכט צו פארשפרייטן דעם וויכטיגן מעסעדזש.
די וואס האבן אויסגעפילט אז זיי שטיצן יענג וועלן אויך אריינגעפילט ווערן אינעם "יענג שטיצער רעדזשיסטערי" (מיט די סיבה אריינגעפילט אלס The War on Normal People פעקעדזש), און רעדירעקטעד ווערן צו א בלאט וואו זיי קענען שרייבן זייערע קוואליפיקאציעס וואס קענען צונוץ קומען אינעם פראדזשעקט טרעקער.
אלע וואס פילן עס אויס גייען צוריקבאקומען א אימעיל פונעם קאמפיין, קאסטומייזד לויט זייערע ענטפערס. איין פאר אלע וואס גלייכן יענג אבער האלטן אז ער האט נישט קיין שאנס, א צווייטע פאר די וואס דארפן איינעם מיט פאליטישע עקספעריענס, אא"וו. עס וועט זיך צוענדיגן מיט "אויב ווילסטו וויסן מער איבער די אישוס, זע די צוויי קורצע ווידיאוס וואס האבן נישט קיין שייכות צו אונזער קאמפיין און זענען ארויסגעקומען בעפאר ענדרו איז געלאפן די ערשטע מאל", מיט לינקס צו די צוויי "קורץ געזאגט" ווידיאוס וואס איך האב שוין דא אמאל געברענגט.

א חלק פון די בענעפיטן:
די ערשטע צוויי שטעט זענען קליינע, מיט אסאך פלייסיגע ליינער (פון די העכסטע אין literacy skills און library use). רוב פון די וואס גייען באקומען א קורצע ביכל וואס איז א ניו יארק טיימס בעסטסעלער גייען עס ליינען, ובפרט די עלטערע (וואס מיט זיי איז יענג די מערסטע אונטערשטעליג). די פארנומענערע וועלן אנצינדן דעם אוידיא ביכל צו הערן אויפן וועג אד"ג.
רוב פון די וואס גייען עס ליינען גייען ווערן יענג שטיצער אדער אויפן וועג דערצו (איך גלייב נישט אז עס איז מעגליך צו ליינען דאס ביכל און אים נישט שטעלן לכה"פ פאר די ערשטע צוויי אויסוואלן).
אויך די וואס גייען נישט ליינען אדער הערן דעם ביכל גייען אסאך פון זיי קוקן דעם דאקומענטערי. אויב איז עס גוט געמאכט איז עס ווערט מער ווי הונדערט TV עדס.
אפילו די וואס גייען עס נישט ליינען, הערן אדער קוקן וועלן ווערן אימפרעסד מיט זיין אוועקגעבן אזא גוט-גייענדע ביכל אומזיסט, נאר צו הערן אפיניאנס פון אמעריקאנע (דאס פאסט זייער גוט אריין מיט זיין "פאטער און פאטריאט" ברענד).
ער וועט ווערן דאס געשפרעך פון שטעטל, אין יעדן שטעטל. אפילו די וואס וועלן עס נישט ליינען וועלן יעצט וויסן מער פון אים ווי ווען זיי וואלטן געקוקט אלע זיינע עדס. זיין פעיווארעביליטי וועט בלי ספק ארויפשיסן.
רוב וועלן זיך שפירן פארפליכטעט צו ערפילן זיין נישטיגע בקשה. דאס פאר זיך וועט שוין ברענגען א קירוב הדעת פון זיי צו יענג, ווי ר' ישראל סאלאנטער'ס עצה (אז דו ברענגסט יענעם דיר צו טון א קלייניגקייט וועט ער שפעטער גרינגער ווערן דיין חבר).
יעדער באזוכער וועט גלייך באקומען סאושעל קאנפירמעישאן און לעגיטימיזאציע פאר יענג. אויב אזויפיל שטיצן דא יענג איז ער דאך נישט קיין נאובאדי, קען איך זיך אויך וואגן אים צו שטיצן.
די קאמפיין וועט אריינבאקומען אוצרות פון ווערטפולע דאטא. פונקטליך ווער איז איבערגענומען פונעם ביכל אבער שטיצט דאך נישט יענג, און פארוואס? פונקטליך אין וועלכע זיפ קאוד איז יענג דער צווייטער, און ווער איז זיין גרעסטע קאמפעטישאן?
ווען מען קומט אן צום עקט בלו בלאט, וועלן ווידער רוב פילן שלעכט נישט צו דאונעיטן כאטש א דאלאר, נאכן באקומען אזא מתנה וואס איז ווערט אסאך מער. דאס וועט קודם כל אויסצאלן א חלק פון די הוצאות, נאכדעם איז עס ווייטער ר' ישראל סאלאנטער'ס עצה אויף א פרישע שטאפל (יעצט זענען זיי שוין אפיציעלע דאונערס!).
די וואס האבן זיך דערקלערט יענג שטיצער וועלן ווערן נאכמער אפגעסטעמפלט ביי זיך, מיטן זיך אנשליסן אינעם שטיצער רעדזשיסטערי און פראדזשעקט טרעקער. שוין אפגערעדט אז די קאמפיין וועט אריינבאקומען אזויפיל פרישע כוחות אויפן גראונד וואס קענען גענוצט ווערן לעת הצורך.
יענג שטיצער וועלן יעצט זיין זייער "געלערנט" אין אלע טאלקינג פוינטס, וואס איז גאר א גרויסע הילף אין א קאוקעס.
די צוויי נייעסן, אז יענג האט געשיקט זיין ביכל און געבעטן אפיניאנס און אז ער לויפט, וועלן ווערן אויסגעמישט אין מענטשנ'ס מוח, אויך אן דעם וואס איינער זאל עס קלאר זאגן. עס וועט אויסקוקן פאר איינוואוינער אין אייאווע און ניו העמפשיר אז יענג האט געבעטן זייער הסכמה בעפארן לויפן, וואס וועט זיי שטארק שמעקן. אבער נאכמער, לויט וויאזוי די פסיכאלאגיע פון זכרון ארבעט וועט מיט די צייט ווערן באשטימט ביי מענטשן (אן דעם וואס זיי זאלן עס אליינס כאפן) אז יענג האט באקומען די הסכמה פון די צוויי שטעט בעפארן לויפן. נו, אז ער האט זייער הסכמה, וויאזוי איז נאך שייך אים אוועקצומאכן?...


א צוויי וואכן שפעטער, ווען עס וועט שוין אראפגיין פון די נייעס, זאל ער ווידער ארויסשיקן פעקלעך. דאס מאל צו אלע רעגיסטרירטע דעמאקראטן אין נעוואדע און אלע פאקטישע דעמאקראטישע פריימערי וויילער אין סאוט קאראליינע, ארום 700K צוזאמען. די פעקלעך וועלן אנטהאלטן נאר דעם DVD מיטן בריוול. מענטשן וועלן עס נאר קענען הערן (און קוקן דעם דאקומענטערי) אנשטאט ליינען דעם ביכל, אבער עס וועט שטיין דערויף מיט גרויסע אותיות, "טייל מיט דיין אפיניאן, וועסטו מעגליך באקומען דעם ביכל אומזיסט מיט דיין אפיניאן דערויף, אונטערגעשריבן דורך ענדרו!"

ווען זיי קומען אן צום בלאט וואו זיי קענען שרייבן זייער אפיניאן, וועלן זיי קענען אנדייטן אויב זיי ווילן באקומען דעם פאפירענעם ביכל. די שרייבערס פון די בעסטע (לענגסטע, אינטערעסאנטסטע, דורכגעטראכטסטע) אפיניאנס וועלן באקומען א ביכל אומזיסט.
אבער עס שטעלט זיך נישט אפ דא. די דאזיגע בעסטע אפיניאנס וועלן ארויסגעשטעלט ווערן צום פאבליק, און וועלן קענען ווערן מיטגעטיילט אויף אלע סאושעל מידיא סייטס. די שרייבערס פון די צען מערסט מיטגעטיילטע אפיניאנס וועלן באקומען א ספעציעלע אויסלאגע, מיט זייער אפיניאן געדרוקט אלס דער blurb און אונטערגעצייכנט דורך ענדרו.

אזוי וועלן לאנגע, אינטערעסאנטע, דורכגעטראכטע רעוויוס פונעם ביכל פארפלייצן סאושעל מידיא, און דאס ביכל וועט ציען אטענשאן אויך איבערן לאנד.
די איבריגע קען אלעס גיין ווי אין די ערשטע צוויי שטעט.
(שפעטער קען אזא שפיל אויך איבערגע'חזר'ט ווערן מיט אלע פאקטישע דעמאקראטישע פריימערי וויילער אין קאליפארניע און טעקסעס, די צוויי גרעסטע שטעט - וועלכע גייען ביידע צו די שטים בודקעס אין סופער טוסדעי, פאר בלויז 6.5 מיליאן. דאס וועט בלי ספק אויפטון מער ווי 65 מיליאן אין טיווי עדס).

אויב זאלן מיר רעכענען אז א צענטל פון אלע וועלן פארלאנגען און שרייבן גענוג גוטע רעוויוס צו באקומען ביכלעך (מסתמא איבערגעטריבן), וועט נאך פארבלייבן 130K ביכער. זיי קענען פארטיילט ווערן אין אלע פריע שטעט לייברעריס, סעניאר סענטערס און רעטייערמענט האומס, בארבער שאפס, דאקטוירים ווארטזאלן, קאפע הייזער, קאמיוניטי צענטערן, און איבעראל וואו מענטשן זיצן צוזאמען און זוכן עפעס איבער וואס צו רעדן.


מאכנדיג דעם חשבון, וועלן די אלע ביכער, DVDs, בריוון און שיפינג אפקאסטן א קנאפע 5.3 מיליאן. לאמיר זאגן אז מיט די ארומיגע אווערהעד (מענטשן אנצופירן די לאדזשיסטיקס, אויסשטעלן דעם וועבסייט און דאטאבעיס, אא"וו) וועט עס אנקומען צו 5.7 מיליאן. מען קען אבער רואיג רעכענען אז די דאונעישאנס וועלן באטרעפן 1.7 מיליאן (נישט אלע וועלן דאונעיטן, אבער די וואס יא וועט עס ע"פ רוב זיין מער ווי איין דאלער), שטייען מיר ביי פיר מיליאן אויסגעגעבן, פערצן מיליאן פארבליבן.

שפעטער, ווען עס וועט זיין די ערשטע דעבאטע, וועט זיך יענג קענען בארימען "מיר האבן אריינבאקומען דאונעישאנס פון יעדע איינע זיפ קאוד פון אייאווע, ניו העמפשיר, נעוואדע און סאוט קאראליינע. איינער האלט נאך אז איך בין נישט קיין סיריעס קאנדידאט?"

רעדנדיג פון דעבאטעס, אויב וועט אלעס ביז אהער גיין כשורה וועט ער נישט אזוי גרינג באזייטיגט ווערן, און אויב יא וועט ער גרינגער קענען מאכן א טומל, אבער דאך לוינט זיך צו נעמען preventive measures. עס קען זיין כדאי צו גיין צו א vocal coach וואס זאל אים לערנען זיך צו הערן מער דאמינירנד, אויך אן דעם וואס ער זאל זיין מער אגרעסיוו, ווי אויך איבערגיין אלע דעבאטעס מיט א debate coach וואס זאל אים איבן וויאזוי בעסער צו נוצן זיין צייט און וואו ער וואלט מער געקענט אריינהאקן.
(אויך זאל ער מיטנעמען א פייפער ביי זיך אין טאש, און געבן א פייף ווען זיין מייק איז מיוטעד :P )


טיווי אדווערטייזמענטס, ווייט אראפ אויפן ליסטע

יענג האט דאס מאל אויסגעגעבן רוב פון די געלט פאר טיווי עדס, דאס איז געווען א טעות. זיין שטארקייט און באזע זענען די וואס ווערן צוגעצויגן צו לענגערע און אינטערעקטיוו קאמיוניקאציע.
טיווי עדס האט א נוצן, פאר די עלטערע היימזיצערס, צו צעמענטירן זייער אינטערעסע נאכדעם וואס ער האט עס שוין געצויגן, און זיי מאכן שפירן סעיף מיט יענג. למשל נאכן ארויסשיקן די ביכער, קען זיך לוינען צו לאזן לויפן אן עד וואו ער באציט זיך דערצו (באדאנקט זיך פאר זייער שטיצע און פארשפרעכט ווייטער צו קעמפן פאר די סענטימענטן וואס זיי האבן אים געשריבן).
אבער אפילו דאס איז בעסער ווען ער קען עס טון אויף א צווייטע וועג, ווי געבן א אינטערוויו אויף די שטעטישע טיווי איבער זיין פארפלייצן דאס שטאט מיט זיינע ביכער. דארט קען ער פארליינען רעוויוס וואס איינוואוינער האבן אריינגעשיקט, און פארברייטערן מיט זיינע טאלקינג פוינטס. דאס וועט אויסקומען ביליגער, לענגער און מער עפעקטיוו ווי א געהעריגע עד.

בקיצור, לאזן לויפן טיווי עדס פון צייט צו צייט, צו דערמאנען די עלטערע אז ער לויפט, בעיקר נאך א גרעסערע געשעעניש. אבער נישט אויפן חשבון פון וויכטיגערס.


גראונד ווארק

איינמאל די פלייץ פון אפיניאנס הייבט זיך אן אפצושטעלן, וואס מיינט אז רוב פון די low hanging fruit זענען שוין אקטיווע יענג שטיצער, איז צייט צו עפענען לאקאלע אפיסעס אין די פיר ערשטע שטעט.

דאס מאל איז געווען אסאך פראבלעמען, ווען די באצאלטע סטעף איז נישט געווען געטריי אדער גוט. אבער מיט די פראדזשעקט טרעקער וואס האלט אלע שטיצער פארבינדן וועט די ארגאניזאציע זיין אסאך בעסער, ווייל עס וועט אויך דינען ווי א balance of power - אויב גענוג שטיצער מיט גענוג רעפוטאציע באקלאגן זיך, וועט דער סטעף געפייערט ווערן. אויך, ווען מעגליך, וועלן אויפגענומען ווערן ערפארענע שטיצער (מיט הויכע רעפוטאציע) אלס טייל פונעם סטעף.

אלע שטיצער אינעם געגנט וועלן באקומען א נאטעפיקאציע ווען א לאקאלע אפיס עפנט זיך, מיט א איינלאדענונג צו קומען אפנעמען א כמעט אומזיסטע yard sign אד"ג (כמעט אומזיסט, ווייל אויב אינגאנצן בחינם וועלן מענטשן עס קומען נעמען נאר צו העכערן זייער רעפוטאציע). דער ציל וועט זיין יעדער שטיצער אין די ערשטע פיר שטאטן זאל ארויסשטעלן א יארד סיין און/אדער ארומגיין מיט יענג קליידונג און ארומפארן מיט א יענג באמפער סטיקער, אים צו געבן מאסיווע אנוועזנהייט אין ריעל לייף.

די געגנטער וואו עס זענען נישט דא קיין סאך יענג שטיצער און דעריבער זעט ער זיך נישט אן דארט, קען זיך אפשר לוינען די סטראטעגיע: אויפשטעלן א ראדיא סטאנציע וואס וועט די גאנצע צייט שפילן יענג אינטערוויוס/פאדקעסטס, און ארויפשטעלן עדס אויף בילבאורדס אויף די ראודס ארום יענע געגנטער, מיט ציענדע אבער אומקלארע מעסעדזשעס אדער פראגעס אן די ענטפערס, מיטן אויספיר "צינד אן די און די ראדיא סטאנציע צו פארשטיין".
דרייווערס וואס גייען ליידיג אויף די ראודס וועלן הערן יענג'ס רעדעס (ווידער, נישט אפגעהאקט און פאסיוו ווי טיווי עדס, נאר אקטיוו און לאנג), און אין איינוועגס וועלן די בילבאורדס צוגעבן אנוועזנהייט אין יענע געגנטער.

נאכדעם הייבט זיך אן די ערנסטערע ארבעט, פון לאקאלע איווענטס און קאנעקשאנס. דאס איז עפעס וואס וועט דאסמאל כמעט אינגאנצן איבערגענומען ווערן דורכן פראדזשעקט טרעקער, און לאזן די אפיציעלע קאמפיין מיט מער צייט פאר אנדערע זאכן.
וואלונטירן וועלן קענען רופן אלע פלעצער וואו א יענג באטייליגונג קען זיי זיין אינטערעסאנט. (יענג, אנדערש ווי רוב קאנדידאטן, האט יוניווערסאל אפיעל און איז וועלקאם כמעט איבעראל וואו א קאנדידאט קען זיין וועלקאם). סעניאר סענטערס, וועטעראנען ארגאניזאציעס, טראקינג יוניאנס און אסאסיאציעס, מאנופעקטורינג יוניאנס און אסאסיאציעס, פארשידענע קלאבס, היי סקולס און קאלעדזשעס קענען אלע גערופן ווערן, הערן זייער סקעדזשועל און עס פארגלייכן מיטן קאמפיין'ס קאלענדער צו באשטימען א דאטום.
וואלונטירן מיט א גוטע חוש איבערצורעדן, לאקאלע ווען מעגליך, וועלן אויך קענען רופן די מענטשן מיט אסאך לאקאלע קאנעקשאנס און hubs פון אינפארמאציע, און זיי אינאיינוועגס פרובירן צו שטופן צו יענג'ס זייט. דאס רעכנט אריין אזעלכע ווי אקאונטענטס, לויערס, אינשורענס אגענטן, פיינענשל אדווייזערס, ריעל עסטעיט אגענטן, קאנטראקטערס, קליינע ביזנעס אייגנטומער, רעסטוראנט אייגנטומער, פלעי-גרופ אנפירער. די מענטשן האבן געווענליך דאס פלאץ און א לאנגע ליסטע מיט קאנטאקטן עס אנצופילן, און די קאמפיין קען צושטעלן טעימה און אנדערע געברויכן.
נאך יעדע אזא פארזאמלונג וועלן די אנוועזנדע וואס זענען איבערגעצייגט געווארן באקומען יארד סיינס אא"וו, און איינגעשריבן ווערן אינעם רעדזשיסטערי און דער פראדזשעקט טרעקער, און אפשר אויך דאונעיטן נאר איין דאלער זיכער צו מאכן אז די רעפוטאציע סיסטעם ארבעט טאקע...
די אויבנדערמאנטע לאקאלע אינפלוענסערס וועלן אויך באקומען פאוסטערס און ביכער און פאמפלעטן, וואס וועט זיך נארמאלערהייט דארט געפונען (אויפן פלאץ וואו אזויפיל לאקאלע איינוואוינער האלטן אין איין דורכגיין) ביז נאך די וואלן.


אדווערטייזינג און אריינברענגען פרישע שטיצער

יענג'ס שטארקייט איז אלעמאל געווען בעיקר צווישן די וואס זענען נישט די געווענליכע וויילער, נאר די סיבות פארוואס זיי האבן זיך למעשה כמעט נישט באוויזן ביים שטימען איז ווייל ער איז געווען צו שוואך ביי געווענליכע וויילער און דעריבער האט מען אויפגעגעבן אויף אים, און פראבלעמען אין מאביליזאציע און ארגאניזאציע.

איינמאל ער איז ביי 10-15% אין די אנקעטעס, איז צייט זיך צו פארלייגן אויף די אומגעווענליכע וויילער.


די ערשטע זאך צו נעמען אין באטראכט, איז אז יענג איז טאקע א סינגל אישו קאנדידאט - אבער ער האט 165 "סינגל אישוס". דאס הייסט, ער האט אזויפיל פאליסיס וואו ער איז אייגנארטיג, און מענטשן וואס האלטן ווי אים און נישט ווי אלע אנדערע פאליטיקאנטן וועלן שטימען פאר אים צוליב דעם אליינס. דאס זענען קליינע פראצענטן, אבער פרוטה פרוטה מצטרפת. עס זענען זיכער דא עפעס מענטשן איבער גאנץ אמעריקע וואס די פעני שטערט זיי אזוי שטארק (און פרעזידענטליכע וואלן גייט זיי אזוי ווייניג אן), אז זיי וואלטן געשטימט פאר יענג נאר צוליב די פאליסי אליינס, זיי דארפן נאר וויסן דערפון.
אויב זאל מען רעכענען א צענטל פון א פראצענט פאר יעדע אזא אישו, קומט עס אויס 16.5% נאר דורך די אלע סינגל אישוס. דאס איז מעגליך איבערגעטריבן, אבער דער פוינט איז ריכטיג.
און דאס איז די סיבה פארוואס מייקרא-טארגעטעד מארקעטינג איז די נעים אוו די געים פאר יענג.

זיין טיעם וועט דארפן טרעפן אלע אזעלכע קיווארדס אין זיינע פאליסיס וואס צייגן וואו ער איז אייגנארטיג, און ארבעטן אויף SEO און/אדער גוגל עדס, אז ווען איינער זוכט דערפאר זאל יענג זיין דער ערשטער. און די עדס דארפן דרוקן, "יענג איז דער איינציגסטער/ערשטער..."

און פארשטייט זיך אויך מייקרא-טארגעטעד מארקעטינג אויף פעיסבוק און אנדערע אזעלכע פלאטפארמעס.


חוץ פון דעם, אבער, איז עס ארימע און פארנומענע מענטשן וואס האבן נישט קיין צייט צו פאליטיק (און האבן נישט קיין "סינגל אישו"), וואס וואלטן אבער די מערסטע פארדינט פון יענג. זייער סינגל אישו איז קעש.
זיי קענען אויך געצילט ווערן אויף פעיסבוק און אינסטאגראם. מען קען למשל לאזן לויפן אן עד, טארגעטעד פאר מענטשן וואס לעבן פון פעיטשעק צו פעיטשעק, וואו עס זאל פשוט שטיין "וואס וואלסטו געטון מיט איבריגע $12,000 יערליך, לעבנסלענגליך? דו קענסט דאס באקומען! ענטפער די פראגע צו וויסן וויאזוי, דו דארפסט נישט ארויסגעבן פערזענליכע אינפארמאציע".
ווען זיי קליקן דערויף ברענגט עס זיי צו א בלאט וואו זיי דארפן ענטפערן די איין שאלה (וואס גייען זיי טון דערמיט) בעפאר זיי קענען זען וויאזוי זיי קענען עס באקומען.
מיטן אריינגעבן דעם ענטפער קומען זיי אן צו א בלאט וואו עס שטייט דער פרידאם דיווידענד פלאן, קורץ אבער מיט עמאושענעל שפראך, און שמועסט אויס די געווענליכע knee-jerk רעקאציעס און פארוואס זיי זענען נישט ריכטיג. דער בלאט וועט זיין פערסאנעלייזד לויט וואס זיי האבן געהאט געענטפערט (דאס הייסט, איינער וואס דארף עס פאר עסן באקומט א צווייטע בלאט ווי איינער וואס דארף עס אויפצושטעלן א ביזנעס).
נוצנדיג זייער IP לאקאציע, וועט אויך געוויזן ווערן וויפיל זייער לאקאלע קאמיוניטי וועט פארדינען דערפון יעדן חודש (https://everysinglemonth.org).
דער בלאט וועט זיך צוענדיגן מיט א באמערקונג, אז זיי וואלטן עס שוין געקענט באקומען אפאר יאר צוריק, נאר געוויסע האבן זיכער געמאכט אז ער און זיינס גלייכן זאלן נישט וויסן דערפון. פאר זיין טובה זאל ער זיך מער נישט לאזן, נאר עס פארשפרייטן צווישן זיינע באקאנטע און שוין זיך איינשרייבן אינעם באוועגונג. אויב דארף ער הילף זיך צו רעגיסטרירן צו שטימען שטייט אן ארמיי גרייט אים צו העלפן.

נאך א געדאנק איז, וואלונטירן זאלן אויפזוכן די מענטשן וואו זיי דרייען זיך אין ריעל לייף. פון האומלעס שעלטערס און פאלקס-קיכן ביז ביליגע שנעלע-עסן רעסטוראנטן און מינימום וועידזש ארבעטער דארט וואו זיי ארבעטן. נאכן ארויסהעלפן אביסל אדער קויפן עפעס און אנקניפן א פארבינדונג, זיי פארציילן אז זיי קענען באקומען $12K א יאר, און טיילן פאמפלעטן אדער קארטלעך, און זיי העלפן זיך צו רעגיסטרירן אויפן פלאץ. יעדער וואלונטיר קען נעמען אחריות אויף א גרופע פון די וואס דארפן מער הילף (ווי די האומלעס), זיכער צו מאכן אז זיי קענען גיין שטימען.

אויך, אדווערטייזן אויף באסעס, באס סטאפס און סובוועיס. רוב פון די באנוצער זענען פארנומענע און נידריגערע אינקאם.

אין די פריע שטעט, (אפשר אפילו ביז נאך סופער טוסדעי), קען זיך לוינען צו צאלן פאר מענטשן צו הערן א לענגערע אינטערוויו פון יענג, ובפרט אין די געגנטער וואו יענג האט נאכנישט קיין שטיצער. דער קאמפיין זאל אנאנסירן אין די לאקאלע אומזיסטע בלעטל אדער ביליגסטע צייטונג, אז מען קען באקומען צוואנציג דאלער פארן אויסהערן א ווידיאו פון איין שעה און ענטפערן אפאר פראגן. דאס וועט געווענליך ציען מענטשן מיט ווייניג אינקאם.
דער באטרעפנדער וועט ערשט ענטפערן אפאר פראגן, וואס וועט גענוצט ווערן אפצומאכן וועלכע ווידיאו אים צו ווייזן (בען שפירא פאר א קאנסערוואטיוו, אא"וו). דאן וועט ער עס זען, און ענטפערן דערנאך וויפיל ער איז איינשטימיג מיט יענג, מיט וואס איז ער מחולק, צי ער וואלט געשטימט פאר אים, אא"וו.
אויב וואלט ער געשטימט פאר אים, ווערט ער איינגעשריבן בספרן של יענג גענג, און ער ווערט ארויסגעהאלפן זיכער צו מאכן אז ער איז רעגיסטרירט, און אנגעטראגן א אומזיסטע יארד סיין.
צילנדיג מענטשן מיט ווייניג אינקאם, און צופאסנדיג די ווידיאו צו זיינע פראגן, וועט עס מסתמא האבן לכה"פ א 50% סוקסעס ראטע, וואס מיינט אויסגעבן $40 פער וויילער. דאס איז זייער ביליג אין די פריע שטאטן.

אבער נישט נאר פאר פארנומענע און נידריגע פארדינער איז קעש זייער סינגל אישו. אויך פאר אנדערע אומפאליטישע איז עס, ווילאנג עס ווערט ריכטיג געפרעימט.
וואלונטירן קענען הענגען "רעקלאמעס" וואס מען קען אראפרייסן אינפארמאציע פון אונטן, און די צעטלעך זאלן זיין צוגעפאסט צו די אומשטענדן. ביי א דזשים אדער געזונטהייט צענטער קען עס דרוקן וויאזוי UBI ברענגט געזונטהייט, ביי א מוזעאום וויאזוי עס וועט מאכן בליען די ארטס, ביי א קאפע הויז וויאזוי עס וועט אויפבליען ביזנעסער, ביי א גראסערי וויאזוי עס וועט העלפן מיט נוטרישען, און נאך און נאך.


גייענדיג צו די וואלן

א וואך צוויי בעפאר די וואלן, קען זיך לוינען צו טעקסטן יעדן איינוואוינער אין שטאט מיט א סעלפאן, מיט א לאנגע אינטערוויו וואס איז צוגעפאסט פאר זיי, אדער די אוידיא בוק.

אנטוויקלען א עפפ, גערופן Shadow, וואס זאל קאנטראלירן די שטימען און זיכער מאכן אז יענג געווינט. אופס...
אבער ערנסט, קען זיך לוינען צו האבן אזא סארט עפפ ווי אובער, וואו יענג שטיצער וואס דארפן טראנספארטאציע און וואס פארן צום קאוקעס און האבן פלאץ, זאלן זיך משדך זיין.

דאס איז פארשטייט זיך חוץ פון וואס שוין אויסגעשמועסט אין אנהייב, פון האבן געשולטע פריסינקט קאפיטאנען מיט א הויכע רעפוטאציע און א שטארקע סיסטעם פאר מאביליזאציע (דורך peer pressure און אנדערע טאקטיקן).


תם ולא נשלם. אבער אויב ווערן די אלע פארשלאגן נאכגעפאלגט עצהיו"ט, און עס קומען נישט קיינע גאר גרויסע סורפרייזעס (ווי א נייער שטערן וואס נעמט איין די וועלט אויף גאר אן אנדערע פארנעם), איז שווער צו זען וויאזוי יענג זאל נישט זיין פון די דריי העכסטע אין די פיר ערשטע שטעט. וואס קען זיין מער ווי גענוג צו געווינען די וואלן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג פאברואר 17, 2020 3:55 pm

פיינע נייעס הרב יענג!

נאר געליינט דערווייל די ערשטע שורות, דו ווייסט וויפיל ער גייט באצאלן פאר קרעדיט קארדס פיעס צו טשארדשן א פעני אדער א ניקל יעדן טאג?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג פאברואר 17, 2020 4:00 pm

פארשטייט זיך אז עס אז נישט עכט א פעני טעגליך, נאר $3.65 יערליך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובהדורך שניי באל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 4:34 pm

ווען די פסוק רעדט פון !WOW מיינט מען דאס.

!!!!!!!!!WOW WOW WOW

זאג נאר וואס טוסטו פאר פרנסה??.....

ירנן
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

תגובהדורך ירנן » מאנטאג פאברואר 17, 2020 5:03 pm

מ'קען נאך צולייגן זאכן אדער האסט עס שוין ארויסגעשיקט?
שרייב זיך איין צו פארדינן געלט ביי איינקויפן איר פארדינט 10$ פאר מער אין אישי
Home Depot - Staples - eBay - Amazon - Target -BestBuy - Lowe's - Walmart


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 41 געסט