ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך ינואר 08, 2020 7:48 am

עס איז נאך דא קנאפע צוויי טעג צו קואליפייען פאר די קומענדיגע דעבאטע, האט נאך יענג א טשענס?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך ינואר 08, 2020 9:24 am

א טשענס האט ער נאך. (אפילו נאר צוויי קוואליפייאינג ניו העמפשיר אנקעטעס פון נארמאלע פאולסטערס קענען זיין גענוג, זאלן זיי נאר ארויסקומען)

איך האב געהערט א סברא אז פאולסטערס (מיט אנקעטעס וואס קענען טוישן וועלכע קאנדידאטן האבן קוואליפייד) ווארטן ביז די לעצטע מינוט, צו באקומען די מערסטע קליקס און אטענשאן. אזוי איז געווען פאריגע מאל. קען דעריבער זיין אז ער האט שוין די נויטיגע אנקעטעס, און עס וועט ארויסקומען סוף וואך. לאמיר האפן.

אויב נישט קען נאך אפשר זיין אז די דעבאטע וועט אפגעשטופט ווערן צוליב אימפיטשמענט, און די קוואליפייאינג פעריאד וועט פארלענגערט ווערן.

(אבער בסך הכל זענען זיינע שאנסן צו געווינען די נאמינאציע העכער ווי זיינע שאנסן צו זיין ביי די קומענדיגע דעבאטע. ברוך השם פאר דעם :smile: )
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך ינואר 08, 2020 2:00 pm

דער הויפט עקאנאמיקס קאמענטעטאר פאר די וואל סטריט דזשורנאל האט דארט געשריבן אן אפיניאן שטיקל, צו שטיצן UBI און ספעציפיש ענדרו יענג'ס פרידאם דיווידענד.

Let’s Rethink What Counts as Paid Work
The ‘robot apocalypse’ is generating support for a once-in-a-generation rewriting of the basic contract of the labor market, writes chief economics commentator Greg Ip


As artificial intelligence and automation multiply, so do dystopian predictions that millions of employees will become redundant, their tasks performed more reliably and cheaply by a machine.

But must the “robot apocalypse” be quite so apocalyptic? It may provide a once-in-a-generation opportunity to rewrite the basic contract of the labor market: Your paycheck reflects your contribution. In this alternative future, robots will take over much of the routine drudgery, freeing millions of us to do what we truly love or society truly needs, from raising children to writing poetry to befriending the lonely.

The key to making this happen is “universal basic income,” or UBI, a lump sum every adult gets regardless of job status, income or ability. UBI proposals date back centuries but interest has surged in recent years. Advocates on the left see it as the solution to intensifying income inequality as automation displaces middle-skill jobs such as assembly-line workers and secretaries. Advocates on the right think it’s a tidier, less paternalistic alternative to the countless means-tested programs that comprise the current safety net.

The most prominent advocate is Democratic presidential candidate and entrepreneur Andrew Yang, who routinely warns audiences that automation is about to wipe out millions of good paying jobs. The centerpiece of his campaign is the “Freedom Dividend,” $1,000 paid each month to every adult, no strings attached.

Value and price aren’t the same thing. Some of the most valuable work in society is unpaid. And because it’s unpaid it’s undersupplied since the people who would supply it, usually women, are out earning a living.

Critics say UBI is anti-work since it makes it easier for recipients to quit their jobs. In an interview Mr. Yang counters that it’s pro-work once you “broaden what we think of as a job. My wife is at home with our two boys, one of whom is autistic. She works incredibly hard and is doing vital and challenging work for the next generation that I think is probably a million times more of a contribution than many of the jobs that are out there where someone is showing up nine to five.”

The border between paid and unpaid work has always been somewhat arbitrary. In 1965 the economists James Tobin and William Nordhaus, both of whom would later win the Nobel Prize, estimated that if unpaid activity including child care, cleaning and food preparation were paid, gross national product (similar to GDP) would be roughly 50% larger.

Around that time, much of that work did start to get paid. Women began joining the job market in droves, paying others to do some of what they used to do for free. Between 1960 and 2000, the share of women who were homemakers fell to 30% from 56%, while the share of women who were paid workers increased to 70% from 40%, economists Nancy Folbre and Julie Nelson wrote in the Journal of Economic Perspectives in 2000. “Paid child care, nursing homes for the elderly, talk therapy are just a few examples” of tasks that have moved from the “private realm of family and social relationship” to the “public world of markets and government,” they wrote.

On the plus side, this gave women newfound economic and personal freedom. And sometimes paid workers did the job better: Nursery schoolteachers had training that most parents lack. On the minus side, many of the newly created jobs also went to women who ended up poorly paid; child care is notorious for high turnover and spotty quality, Ms. Folbre and Ms. Nelson noted. More than a few parents would prefer to stay home with their children, but can’t afford to.

Some argue this means too much of what was once outside the market has become part of the market, and should move back. “The market systematically ignores many of the things that we know are incredibly important,” Mr. Yang says. “Not just parenting and nurturing and caregiving. There’s also volunteerism, and arts and creativity and entrepreneurship and risk taking.” One way UBI could revive volunteerism is through “time-banks.” First proposed in the 1980s by Edgar Cahn, a speech writer for Sen. Robert Kennedy, time banks are co-ops in which one member performs a task for another, such as taking an elderly neighbor to the doctor, and receives a one-hour credit the member can later use, for example, for piano lessons from another member. They aren’t physical structures but ledgers, originally on paper but now typically online.

They’ve struggled to evolve beyond a niche. Much of what people need can’t be purchased with their own time: car repairs, doctor’s care, shelter. One of the more successful time banks is in Wisconsin’s Dane County (which includes Madison, the state capital). It has 2,800 registered members of whom 100 are logging activity at any given time. Stephanie Rearick, who founded it in 2005, says UBI could free more people to do the types of work that they and society really need via the time bank. Mr. Yang believes volunteering such as through time banks could be “supercharged” by UBI.

UBI is not the only new idea for remaking the labor market. Rather than pay people for work on which the market doesn’t put a price, why not put a price on work that is now unpaid? That idea is gaining currency with the rise of online platforms. When you search on Google, “like” a post on Facebook or send a tweet on Twitter, you contribute data that makes the algorithms that drive these platforms smarter, and more profitable for the companies who use the data to sell ads or other products. Glen Weyl, an economist at Microsoft Corp.’s in-house think tank, and Jaron Lanier, a computer scientist credited with creating virtual reality, say users should be paid for their contribution. They propose the creation of “mediators of individual data,” essentially guilds that would negotiate with digital companies on behalf of their users to set the price and conditions under which their data can be used. “A future person of retirement age will earn a small sum from each of hundreds of data schemes they participated in over their lifetimes (captioning pictures, commenting on products, and the like),” they wrote in Harvard Business Review in 2018.


https://www.wsj.com/articles/lets-rethi ... 1578488558

(דער חלק פון באצאלן פאר דאטא, וואס ווערט אראפגעלייגט ווי די צווייטע זייט פונעם מטבע, איז גראדע אויך איינס פון יענג'ס יסודות און מאטיוואציעס)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:11 pm

סאו ענדרו יענג האט נאך א טשענס? (קיינער האט מיר נישט געפרעגט, איך שרייב מיין מיינונג עניוועי...)

איך האב געהאלטן אפאר חדשים צוריק אז ער האט א פיינע טשענס, די סיבה איז, ווייל זייער אסאך מאל מאכט זיך אז קאנדידאטן גייען ארויף פאר א חודש צוויי, און נאכדעם גייען זיי צוריק אראפ. אבער מיין געפיל האט מיר געזאגט, אז אויב יענג וואלט ארויפגעגאנגען פאר א וואך, וואלט ער שוין געבליבן אויבן.

פארוואס זאג איך אזוי? ווייל איך קען זייער אסאך מענטשן, אין ריעל לייף, און אינעם ווירטואל וועלט, וואס האבן נישט גענומען יענג ערנסט, און אים געזען ווי א מינדערוויכטיגע קאנדידאט. ביז איין טאג ווען זיי האבן אנגעהויבן צו האלטן פון אים, האבן זיי מער קיינמאל נישט געטוישט זייער בליק אויף אים. אנדערש איז למשל מיין פערזענליכע עקספיערנס מיט העריס, די ערשטע מאל וואס איך האב איר געהערט האב איך געטראכט, זי קומט אריין שטארק, א פרוי פון קאליר, אפשר קען זי זיין א גברא. ס'האט נישט גענומען צו לאנג און איך האב געטוישט מיין מיינונג איבער איר. ווארען האט עס יא גענומען אביסל לענגער, א פרוי מיט עקספיריענס, און אויך מיט פרישע געדאנקען, גאנץ פיין, אבער מיט די צייט האט זי פארלוירן מיין שטיצע.

למעשה האט יענג נישט געהאט קיין איין עכט שטארקע וואך, קען איך נישט וויסן אויב מיינע סברות זענען אמת אדער נישט. אבער עס ליגט מיר אין קאפ אז יענג די ניק האט אויך אמאל געשריבן אזא זאך, אז ער האלט אז יענג האט א טיפינג פוינט.


יעצט טראכט איך שוין נישט אז יענג האט א טשענס צו ווערן די נאמעני (ער האט א טשענס, זייער א קליינע...), אבער ער וועט לדעתי אריינקומען שטערקער און אייווע ווי די פאולס. סיי צוליב דאס וואס יענג2020 שרייבט אז די פאולס שאצן אינטער זיינע דעמאגראפיקס, און אויך ווייל עס איז א קאוקעס. עס קענען זיין אסאך מענטשן וואס האבן שוין געהערט פון יענג, און האבן א פאזיטיווע בליק אויף אים, אבער גלייבן נאכנישט אז ער איז אן ערנסטע קאנדידאט. אבער ווען מען שטייט און מען שמועסט עס דורך, און מען זעט אז יענג האט ערנסטע שטיצער, קען זיך די בליק אביסל טוישן.

איך האב נאכנישט געזען קיין קופקע ווי מען טוט דורך אן ענין, און דער עולם גייט אוועק מיט די מיינונג אז יענג איז נישט קיין גוטע קאנדידאט...

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:27 pm

איך בין פולשטענדיג איינשטימיג.
זיינע שאנסן לויפן צוביסלעך אויס ווייל די צייט פאר אים צו האבן א "גוטע וואך", ווי דו רופסט עס, לויפט אויס.

ער קען נאך געווינען, אויב קומט ער אריין אסאך שטערקער אין אייאווע ווי געראכטן. אדער אויב פירט ער דורך אין די נאנטע טעג עפעס אויסטערליש, וואס וועט אים "מוזן" געבן א גוטע וואך.

וואס איך האב מורא אז דא איז געשען איז, אז די קאמפיין האט מער ווי א יאר דורכגעשוויצט אויפן אומגעווענליכן וועג, ווארטנדיג דאס געלט זאל אנהייבן אריינצופליסן צו קענען ווערן א געהעריגע קאמפיין. ווי נאר דאס געלט האט אנגעהויבן אריינצוקומען האט מען עס אנגעהויבן נוצן ווי א געהעריגע קאמפיין, אויף טיווי עדס.
אביסל האט עס טאקע אויסגעפעלט, צו באקומען לעגיטימיזאציע און צו געווינען ביי זיינע שוואכע דעמאגראפיקס גענוג צו קענען זיין ביי די לעצטע דעבאטע. אבער יענג קען נישט געווינען מיט א געווענליכע קאמפיין. איך האף אז די קאמפיין פירער וועלן זיך דאס כאפן און נישט אויסנוצן די גאנצע געלט אויפן געווענליכן וועג.

איך האב זיי גראדע געשריבן אפאר פלענער.
איינס פון זיי איז צו שיקן זיין ביכל אומזיסט צו יעדן איינוואוינער אין די דריי ערשטע שטאטן. (די קאסטן עס עקסטער ביליג אפצודרוקן און שיקן זענען נישט קיין סאך מער ווי ער געבט יעצט אויס פאר טיווי עדס, איך האב עס אויסגערעכנט. עס קען נאך אויסקומען ביליגער ווייל א חלק וועט ווערן צוריקגעצאלט, זע ווייטער). צו דעם זאל מיטקומען א פערזענליכע בריוו פון ענדרו, אז ער האט אריינגעלייגט אסאך כוח און צייט צו שרייבן דאס ביכל, וואס איז יעצט א ניו יארק טיימס בעסטסעלער, אבער ער שיקט עס אומזיסט ווייל עס איז וויכטיג יעדער זאל וויסן פון די אישוס גייענדיג צו די וואלן.
אויף צוריק דארף ער א קליינע טובה, נישט אז מען זאל שטימען פאר אים און נישט קיין געלט (כאטש דאס וואלט אויך געווען זייער גוט!), נאר ממש א קלייניגקייט, ער וויל נאר הערן וואס אמעריקע האלט. דעריבער זייט מוחל, ליינט דורך דאס ביכל (אדער כאטש אפאר בלעטער דא דארט), און גייט צו YangBookReview.com (אדער א אנדערע ספעציעלע בלאט וואס וועט ווערן צוגעשטעלט אויף יענג'ס וועבסייט), לייגט אריין אייער באזונדערע ID (וואס גייט מיטקומען מיטן ביכל), און ענטפערט אפאר גרינגע פראגן.

ווען יענער לייגט אריין זיין ID (וואס וועט זיין פארבינדן ביים קאמפיין מיט זיין אדרעס), וועט ארויפקומען א מעסעדזש ווי "א דאנק פארן קומען אפגעבן אייער אפיניאן! 317 בירגער פון אייער זיפקאוד האבן ביז יעצט געשטעלט יענג פאר זייער ערשטע אויסוואל פאר פרעזידענט. 94% פון אייאווענס האבן געגעבן דאס ביכל פינף שטערנדלעך".
דערנאך וועט יענער אויספילן אפאר פראגן: געבן דעם ביכל פון איין ביז פינף שטערנס. פארצייכענען זייער שטיצע פאר יענג פון ערשטע אויסוואל ביז פינפטע. אויב יענג איז נישט די ערשטע, שרייבן ווער יא און פארוואס. אפשרייבן אין זייערע ווערטער וואס האט זיי געכאפט פונעם ביכל און וואס נישט. און אויב זיי ווילן געבן זייער אימעיל אדער אנדערע פארבינדונג.

נאכן אויספילן וועלן זיי ווערן רעדירעקטעד צו א עקט בלו בלאט וואו זיי קענען (נאר אויב זיי ווילן) דאונעיטן פאר יענג.


איך האלט אז אזא פלאן קען אינגאנצן טוישן די געים.
די ערשטע דריי שטעט זענען קליינע, מיט אסאך פלייסיגע ליינער. רוב פון די וואס גייען באקומען א קורצע ביכל וואס איז א ניו יארק טיימס בעסטסעלער גייען עס ליינען, ובפרט די עלטערע (וואס מיט זיי איז יענג די מערסטע אונטערשטעליג).
רוב פון די וואס גייען עס ליינען גייען ווערן יענג שטיצער אדער אויפן וועג דערצו (איך גלייב נישט אז עס איז מעגליך צו ליינען דאס ביכל און אים נישט שטעלן לכה"פ פאר די ערשטע צוויי אויסוואלן).
אפילו די וואס גייען עס נישט ליינען וועלן ווערן אימפרעסד מיט זיין אוועקגעבן אזא גוט-גייענדע ביכל אומזיסט, נאר צו הערן אפיניאנס פון אמעריקאנע (דאס פאסט זייער גוט אריין מיט זיין "פאטער און פאטריאט" ברענד).
ער וועט ווערן דאס געשפרעך פון שטעטל, אין יעדן שטעטל. אפילו די וואס וועלן עס נישט ליינען וועלן יעצט וויסן מער פון אים ווי ווען זיי וואלטן געקוקט אלע זיינע עדס. זיין פעיווארעביליטי וועט בלי ספק ארויפשיסן.
רוב וועלן זיך שפירן פארפליכטעט צו ערפילן זיין נישטיגע בקשה. דאס פאר זיך וועט שוין ברענגען א קירוב הדעת פון זיי צו יענג, ווי ר' ישראל סאלאנטער'ס עצה (אז דו ברענגסט יענעם דיר צו טון א קלייניגקייט וועט ער שפעטער גרינגער ווערן דיין חבר).
יעדער באזוכער וועט גלייך באקומען סאושעל קאנפירמעישאן און לעגיטימיזאציע פאר יענג. אויב אזויפיל שטיצן דא יענג איז ער דאך נישט קיין נאובאדי, קען איך זיך אויך וואגן אים צו שטיצן.
די קאמפיין וועט אריינבאקומען אוצרות פון ווערטפולע דאטא. פונקטליך ווער איז איבערגענומען פונעם ביכל אבער שטיצט דאך נישט יענג, און פארוואס? פונקטליך אין וועלכע זיפ קאוד איז יענג דער צווייטער, און ווער איז זיין גרעסטע קאמפעטישאן?
ווען מען קומט אן צום עקט בלו בלאט, וועלן ווידער רוב פילן שלעכט נישט צו דאונעיטן כאטש א דאלאר, נאכן באקומען אזא מתנה וואס איז ווערט אסאך מער. דאס וועט קודם כל אויסצאלן א חלק פון די הוצאות, נאכדעם איז עס ווייטער ר' ישראל סאלאנטער'ס עצה אויף א פרישע שטאפל (יעצט זענען זיי שוין אפיציעלע דאונערס!).
יענג שטיצער וועלן יעצט זיין זייער "געלערנט" אין אלע טאלקינג פוינטס, וואס איז גאר א גרויסע הילף אין א קאוקעס.
און נאך און נאך.


איך האף אז זיי גייען מיר פאלגן, אבער זיי מוזן ארבעטן שנעל.
אפשר אויב אייוועלט ליינער וועלן שרייבן צו זיי, מודיע זיין וויפיל איך האב שוין אויפגעטון פארן קאמפיין, וועלן מיינע עצות מער עושה רושם זיין :wink:
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:44 pm

ש'כח פאר די ארבעט וואס דו לייגסט אריין. ווען דו באקומסט א פאזיציע אין יענג'ס ווייסע הויז, געדענק אז איך בין געווען גוט מיט דיר...

אויב רעדט מען פון טשענסעס, האלט איך אז עס איז שטארק מעגליך אז ער וועט באקומען א פאזיציע אינעם ווייסן הויז. און ער איז אויך גרייט דערפאר. (געזאגט און אן אינטערוויו)

אויב ביידן איז די קאנדידאט (טראכט איך נישט אז ער וועט זיין פרעזידענט, אבער אויב יא), ווייס איך נישט אויב זיי וועלן ווילן למעשה נעמען איינעם מיט אזעלכע נייע געדאנקען. און אפי' אויב יא, גלייב איך נישט אז די אלטע געווארדיע וועט צולאזן צופיל פון זיינע פלענער.

אויב סענדערס איז פרעזידענט, וועט ער כמעט זיכער ווערן אינווייטעד צום ווייסן הויז, און וועט לכאורה קענען האבן א היבשע השפעה.

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:57 pm

Yang2020 האט געשריבן:וואס איך האב מורא אז דא איז געשען איז, אז די קאמפיין האט מער ווי א יאר דורכגעשוויצט אויפן אומגעווענליכן וועג, ווארטנדיג דאס געלט זאל אנהייבן אריינצופליסן צו קענען ווערן א געהעריגע קאמפיין. ווי נאר דאס געלט האט אנגעהויבן אריינצוקומען האט מען עס אנגעהויבן נוצן ווי א געהעריגע קאמפיין, אויף טיווי עדס.
אביסל האט עס טאקע אויסגעפעלט, צו באקומען לעגיטימיזאציע און צו געווינען ביי זיינע שוואכע דעמאגראפיקס גענוג צו קענען זיין ביי די לעצטע דעבאטע. אבער יענג קען נישט געווינען מיט א געווענליכע קאמפיין. איך האף אז די קאמפיין פירער וועלן זיך דאס כאפן און נישט אויסנוצן די גאנצע געלט אויפן געווענליכן וועג.

א שטיקל ראיה דערצו האט מען געזען ביי איינע פון זיינע קאמפיין אויפטריטן אין אייאווע, ווען ער האט געפרעגט וויפיל פון דא האבן געזען זיינע טיווי עדס, און בלויז 5 האבן אויפגעהויבן די האנט

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 3:28 pm

רואיג! האט געשריבן:ש'כח פאר די ארבעט וואס דו לייגסט אריין. ווען דו באקומסט א פאזיציע אין יענג'ס ווייסע הויז, געדענק אז איך בין געווען גוט מיט דיר...


די ערשטע זאך וואס איך וועל אויפטון פאר כלל ישראל וועט זיין, אז זיינע פרעזידענטליכע טוויטס וועלן דא ארויפגעשטעלט ווערן אויף אייוועלט נאך פריער ווי ער טוויט זיי :lol:

ליבלעך האט געשריבן:א שטיקל ראיה דערצו האט מען געזען ביי איינע פון זיינע קאמפיין אויפטריטן אין אייאווע, ווען ער האט געפרעגט וויפיל פון דא האבן געזען זיינע טיווי עדס, און בלויז 5 האבן אויפגעהויבן די האנט


אבער דאס איז טאקע נאר א שטיקל ראי', ווייל זיינע ראליס זענען פשוט צו "ענערגיש" און נישט אזוי פאסיג פאר די טיווי-עדס דעמאגראפיק.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 3:54 pm

ס'לוינט נישט יענג זאל זיין די נאמעני, וואל דאן וועלעך האבן א הארד טיים צו דעסיידען פאר וועם צו וואטען! אלע אנדערע קאנדידאטן איז מיין טשויס קלאר.

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 5:36 pm

יענג איך גיי גויגוי פאר דיין עצה סנישט נארמאל דיין חכמה וואס ד יי לייגסט דא אריין
איים פולי און- ווי שרייבט מען?

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 5:53 pm

משק ביתי האט געשריבן:יענג איך גיי גויגוי פאר דיין עצה סנישט נארמאל דיין חכמה וואס ד יי לייגסט דא אריין
איים פולי און- ווי שרייבט מען?


#גאם

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 5:58 pm

@יענג, יוי ביסטו לעכטיג, איך גיי נאטס פאר דיר.
וואס האט די קאמפיין געענפערט אויף די איידיעס וואס דו האסט זיי געשיקט?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 6:01 pm

א דאנק!
מען קען שרייבן צו info@yang2020.com און צו yangweek2020@gmail.com
אדער אויף https://www.humanityfwd.org/propose

כולל, די קאמפיין האט נאכנישט געענטפערט. איך וועל בלי נדר אפדעיטן.
לעצט פאראכטן דורך Yang2020 אום דאנארשטאג ינואר 09, 2020 6:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6061
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 6:10 pm

ניק יענג,זייער א אימפרעסיוו ארבייט - איך בין טאטעלי wow’d! לכבוד גילוי קען איך נישט מרחיב זיין אבער אין מיין ליין צאלט מען א סך געלט פאר אזא מיינד ווי דיר.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג ינואר 10, 2020 7:30 am

מטעמים האט געשריבן:ניק יענג,זייער א אימפרעסיוו ארבייט - איך בין טאטעלי wow’d! לכבוד גילוי קען איך נישט מרחיב זיין אבער אין מיין ליין צאלט מען א סך געלט פאר אזא מיינד ווי דיר.


א דאנק פאר די געשמאקע קאמפלימענט!

אגב, דער כלל פון ר' ישראל סאלאנטער איז א געוואלדיגע יסוד וואס קומט צונוץ אין אלע געביטן פון לעבן: ליבשאפט און געטרייהייט צו יענעם קומט נישט ווייל איך באקום עפעס פון יענעם (דאס קען אויך געשען, אבער מיט אסאך קאמפליקאציעס), נאר דורך דעם וואס איך געב עפעס פאר יענעם.
למשל ווען א קינד איז פאר'עקש'נט און האלט נישט ביים פאלגן. די אויבערפלעכליכע וועג פון אים איינקויפן מיט א צוקערל איז א דרך קצרה וארוכה, כאטש אמאל דארף מען דאס אויך. בעסער איז - און ווער עס האט נאכנישט פרובירט וועט נישט גלייבן ווי גוט עס ארבעט! - ערשט צו בעטן א נישטיגע קלייניגקייט וואס ער וועט זיכער פאלגן, ("טו מיר א גרויסע טובה, שלמה'לע, און הייב אויף די פעני וואס איז דא אראפגעפאלן", אדער אפילו "העלף מיר ארויס א מינוט, זאג מיר די ערשטע נאמבער וואס פאלט דיר איין פון 1 ביז 100"), נאכדעם זיך הערצליך באדאנקען און בעטן די גרעסערע זאך ("האסט מיר שטארק ארויסגעהאלפן שלמה'לע!, יעצט לויף טו זיך אן פידזשאמעס")

ולכשתמצי לומר איז דאס אויך דער יסוד החילוק צווישן געווענליכע רעגירונגס פראגראמען און יענג'ס פלענער. טיילן מתנות איז איין זאך, און קומט מיט אסאך קאמפליקאציעס. אבער יענג'ס וויזיע איז אויסגעשטעלט אז די בירגער זאלן זיין די וואס טיילן און אינוועסטירן, די רעגירונג ערמעגליכט זיי נאר. די בירגער אינוועסטירן אין זייער לאקאלע עקאנאמיע מיט די פרידאם דיווידענד דאלארן, די בירגער צאלן פון זייער טאש פאר זייער דעמאקראטיע מיט די דעמאקראטיע דאלארן, די בירגער באטייליגן זיך אין פילאנטראפישע צוועקן מיט זייער פראספעריטי גרענטס, און אזוי ווייטער. דאס ברענגט אז זיי זאלן שפירן אינוועסטעד אין די הצלחה פון זייער סביבה און לאנד, און דעריבער זיין געטרייע בירגער און בעסערע און פלייסיגערע מיטגלידער פון זייער סאסייעטי.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש ינואר 11, 2020 6:50 pm

0695b9vpo5a41.jpg
0695b9vpo5a41.jpg (153.21 KiB) געזעהן 605 מאל


נאך וואס 55 טעג זענען פארביי אן קיין איין קוואליפייאינג אנקעטע, (כאטש וואס צוויי דעבאטעס זענען פארגעקומען און מעידזשאר קאנדידאטן האבן זיך ארויסגעצויגן), נאך וואס קיין איין קוואליפייאינג נעשאנאל אנקעטע איז נישט ארויסגעקומען נאכן מעלדן די רעקווייערמענטס, און נאר זעקס קוואליפייאינג אנקעטעס זענען ארויסגעקומען אנשטאט די געווענליכע דרייסיג, איז דער דעדליין פארביי.

דאס איז א דערמאנונג אז די דנס האט צוריקגערוקט דעם קוואליפייאינג פעריאד צו פריער ווי געווענליך, צו א צייט וואס וואס וועט פארזיכערן קלאבוטשער'ס קוואליפיקאציע אבער פונקט ארויסשניידן יענג'ס.

דאס איז א דערמאנונג אז ווען די ליסטע פון קוואליפייאינג פאולסטערס וואלט געווען באזירט אויף סיי וועלכע געהעריגע קריטעריע, וואלט יענג קוואליפיצירט בריווח.

דאס איז א דערמאנונג אז ווען דער נומער פון קוואליפייאינג אנקעטעס וואלט געווען פראפאציאנעל צו וויפיל אנקעטעס קומען ארויס, וואלט יענג קוואליפיצירט בריווח גדול.

דאס איז א דערמאנונג אז יעדער האט געוויסט פון פאראויס אז עס וועלן ארויסקומען ווייניגער אנקעטעס (כאטש אזוי ווייניג איז נישט נארמאל) און מער דאונעישאנס (צוליב ענדע יאר). די דנס איז אבער געגאנגען בתר איפכא און כמעט נישט געהעכערט די געפאדערטע דאונערס, נאר עס געשטעלט פונקט דארט ווי קלאבוטשער האט געהאלטן, און יא געהעכערט די אנקעטעס. דאס האבן זיי פארענטפערט מיט א טענה אז קיינער האט נאכנישט געהאלטן ביי 4% אין אזא צייט און געווינען די נאמינאציע, א טענה וואס איז פשוט פאלש.
ווען זיי וואלטן געהעכערט די דאונערס און נישט די אנקעטעס, וואלט יענג קוואליפיצירט בריווח גדול מאד, און קלאבוטשער און סטייער וואלטן נישט.

דאס איז א דערמאנונג אז יענג איז דער איינציגסטער וואס איז ארויס צוליב די אומלאגישע און אומבויגזאמע רעקווייערמענטס. קיינער חוץ פון אים וואלט נישט צוגעקומען אויב לאזן זיי עס ביי 4%, אדער אויב לאזן זיי אזעלכע גוטע פאולסטערס ווי מארנינג קאנסאולט און עמערסאן צו קוואליפייען, אדער אויב רעכענען זיי ווען דעם צאל פון אנקעטעס גענויטיגט פראפאציאנעל צו וויפיל קומען ארויס.

דאס איז א דערמאנונג אז ווען מאנמאוט וואלט גענוצט נארמאלע וועיטינגס, באזירט אויף די פאקטן פון 2016, אזויווי יעדע אנדערע פאולסטער, וואלט יענג קוואליפייד. און אויך א דערמאנונג אז ווען יוגאוו וואלט נישט ארויסגעשניטן מער ווי האלב פון זייער דאטא, (זיי שניידן למשל ארויס אלע אונטער 22 יאר! אן קיין פארוואס), וואלט יענג קוואליפיצירט בריווח.

דאס איז נישט קיין פארענטפערונג, באשולדיגונג אדער באקלאגעניש. דאס איז נאר א דערמאנונג פון די פאקטן.


אבער דאך בין איך יעצט מער אפטימיסטיש איבער יענג'ס שאנסן ווי געווען אין א לאנגע צייט. פארוואס, פרעגט איר? אפאר סיבות, אבער בעיקר דאס: איך האב באקומען גוטע נייעס איבער מיין פלאן. נאכנישט גענויע פרטים, אבער עפעס קאכט זיך...
אויב וועט עס אויסגעפירט ווערן גענוג שנעל און גענוג גוט, וועט עס אויפטון צענדליגע מאל מער ווי די דעבאטע וואלט געקענט. און אויב האט פארפאסן די דעבאטע גורם געווען די קאמפיין זאל גרייט זיין אריינצושפרינגען אין דעם, האט זיך עס שוין איינמאל געלוינט.
צום ערשטן מאל שטעל איך יענג'ס שאנסן אסאך העכער ווי די בעטינג מארקעטס, פשוט ווייל איך האב אינסייד אינפארמעישאן וואס די מארקעטס האבן נישט.

אין אנדערע נייעס, איז יעצט דא מער ווי הונדערט טויזנט סובסקרייבערס אויף יענג'ס סוברעדיט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » מוצ"ש ינואר 11, 2020 7:12 pm

Yang2020 האט געשריבן:צום ערשטן מאל שטעל איך יענג'ס שאנסן אסאך העכער ווי די בעטינג מארקעטס, פשוט ווייל איך האב אינסייד אינפארמעישאן וואס די מארקעטס האבן נישט.

פליז טייל מיט מוט אונז די אינסייד אינפא
איך בין שוין באמת גרייט צו וואוטען פאר יענג ענדליך צוליב דיינע געוואלדיגע ארבעט, לאז מיך נישט אליין אויפען וואסער בשעת ווען די קאנעקטס מיט די אינסיידערס, די ווערסט א חלק פין די עליטע....
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש ינואר 11, 2020 7:26 pm

עפרות זהב האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:צום ערשטן מאל שטעל איך יענג'ס שאנסן אסאך העכער ווי די בעטינג מארקעטס, פשוט ווייל איך האב אינסייד אינפארמעישאן וואס די מארקעטס האבן נישט.

פליז טייל מיט מוט אונז די אינסייד אינפא


מיט אינסייד אינפא האב איך געמיינט דאס וואס איך האב געשריבן העכער דעם. נאכנישט דא קיין פונקטליכע פרטים, און איך וויל נישט פארשפרייטן פאלשע שמועות, אבער עס קוקט אויס גאנץ מעגליך אז עפעס וועט ווערן מיט מיין אויבנדערמאנטן פלאן. אויב נישט אינגאנצן, דאן למחצה לשליש ולרביע, און אפשר גאר נאך בעסער.
(ווען די נייעס ברעכט אויס אין די מידיא, געדענקט אז איר האט עס דא געליינט ערשט...)

סתם אזוי בין איך אפטימיסטיש נאכן טאפן דעם דופק פון דער נאנט אביסל, יענג שטיצער זענען נאך קיינמאל נישט געווען אזוי אויפגעהייטערט און מונטער און גרייט צום קעמפן. איינער צאלט אויס 200K דאלער פון זיין טאש פאר טראנספארטאציע קאסטן פאר די וואס וועלן קומען קאמפיינען אין אייאווע, אנדערע קומען צו פארן פון איבער די וועלט, און אזוי ווייטער. הונדערטער שטיצער לאזן זיך אראפ אין יעדן פארשטופטן געגנט אין אייאווע, וואו אנדערע קאמפיינען קומען בכלל נישט צו.

אין אייאווע איז דער עיקר גראונד ווארק און ענטוזיאזם. צוזאמען מיט דעם אז די מערסטע באטראכטן אקטיוו יענג און ער איז די ווייניגסטע אנפעיווארעיבל, אזויפיל זענען נאך אומבאשלאסן און דער פראנט ראנער האט קארגע 20%, איז גאנץ מעגליך אז יענג וועט שטארק איבעראשן אין אייאווע. און דאס פארפאסן די דעבאטע וועט נאר מאכן די איבעראשונג גרעסער, און איבעראשונג איז וואס ער דארף וויכטיג.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:38 pm

איינער דא האט אויפגעברענגט א פלאן אז בשעת די דעבאטע זאל יענג אין א ריזן זאל ענפערן אויף איעדע קשיא וואס די מאדערעטער פרעגט די קאנדידאטן
סוועט אים ברענגען אסאך פאבליסעטי
איך האלט אז די זאלסט עס פארשלאגן פאר די הויכע פענסטערס

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:48 pm

יא, בר דעת האט עס אויפגעברענגט, און איך האב עס פארגעשלאגן פאר די העכערע פענסטערס, אבער עס איז נישט קלאר פונקטליך וואו ווייט ער מעג גיין דערמיט. זע דא.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש ינואר 11, 2020 10:57 pm

@יענג, לויט ווי די טשארט וואס דו ברענגסט, האט יענג געהאט לויט די די.נן.סי.'ס רולס צוויי קוואליפייאינג אנקעטעס?
(CNN און דעס מוינס פון נעכטן)
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » זונטאג ינואר 12, 2020 1:11 am

Yang2020 האט געשריבן:אנדערע קומען צו פארן פון איבער די וועלט.

סתם אינטערעסאנט, איך האב אויך באמערקט אז יענג איז גאר פאפולער אינטערנאציענאל. לדעתי וועט ער צוריק ברענגען די רעספעקט צו די פאזיציע אין אמעריקע און איבער די וועלט.

פייערקרעקערס
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » זונטאג ינואר 12, 2020 2:30 am

@יענג, דו קומסט אריין משוגע קלאר, גיי אן! איך בין מיט דיר אלל דעי וועי! ווען מ'וועט דיר אויפנעמען פארן עקאנאמישן מינעסטעריום געדענק אז איך בין גוט מיט דיר!

פייערקרעקערס
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » זונטאג ינואר 12, 2020 2:37 am

כבוד @יענג, ש'כוח פאר דיינע אויסערגעווענליכע רייכע און קלארע אנאליזן, דו באציסט זיך מייסטנס איבער יענגס וועלפעיר פלאן וכדומה, איידער איך דערקלער מיך אפיציעל אלס א יענג שטיצער דארף איך אבער וויסן זיין אויסערן פאליטיק אין אלגעמיין און באזונדער זיין מהלך ווען ס'קומט צום מיטל- מזרח און ספעציעל בנוגע מד''י/פאלעסטיין קאנפליקט?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג ינואר 12, 2020 8:21 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:@יענג, לויט ווי די טשארט וואס דו ברענגסט, האט יענג געהאט לויט די די.נן.סי.'ס רולס צוויי קוואליפייאינג אנקעטעס?
(CNN און דעס מוינס פון נעכטן)


דא ודא אחת היא. די דע מוין אנקעטע איז געווען געספאנסערט דורך CNN און ווערט דא גערופן על שמם.
אבער ער האט טאקע געהאט צוויי. די אנדערע איז געווען די לעצטע נאציאנאלע אנקעטע וואס איז ארויסגעקומען בעפאר די אנקעטעס טרוקעניש, מאריסט/PBS.

--

@פייערקרעקערס, אביסל איבער זיין אויסערן פאליסי ובפרט ווען עס קומט צו מדנ"י האב איך געשריבן אויבן.

איך האב אויך גע'טענה'ט אויף א צווייטע פלאץ אז מיר האבן שוין א סיסטעם וויאזוי צוצוקומען צו גוטע לעזונגען מיט די צייט, וואס רופט זיך דעמאקראטיע. די זאך איז נאר אז אונזער דעמאקראטיע מאשין איז פארראסטעט. יענג'ס עיקר אויפטו איז נישט זיין וועלפעיר פלאן אדער די עקאנאמיע, נאר דאס פאררעכטן אונזער דעמאקראטיע, וואס וועט אונז שוין ברענגען צו גוטע לעזונגען אין אלע אישוס.
געב א קוק דארט צי דו ביסט מסכים.

אמאל האב איך געהאלטן אז אויסערן פאליסי און אויסהאמערן דיעלס מיט לענדער איז נישט יענג'ס עקספערטיז. אבער לויט זיינע פרינציפן און מהלך און זיין טאלאנט צו פארשטיין צו מענטשן און ארויסברענגען פון זיי דאס בעסטע, וואלט ער אויסגעוועלט א גוטע סעקרעטערי אוו סטעיט אד"ג.
אבער שפעטער האב איך באגעגנט א גאנצע אינטערוויו מיט יענג וואס דרייט זיך נאר איבער אויסערן פאליסי, און געווארן איבערגעצייגט אז ער פאר זיך פארשטייט צו דעם בעסער ווי רוב קאנדידאטן, אסאך בעסער ווי איך וואלט געגלייבט.
איך גיי אפשר שפעטער אין וואך באשרייבן זיין צוגאנג צו ספעציפישע פראגעס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביסל טיפער, אמאל געווען, ווייס פרעזידענט, וויכטיג מאכער, קריסטאל-קלאר, ר' זעקל, שאהן הענניטי און 67 געסט