ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 7:32 am

אמביציע האט געשריבן:כ'האב פאר דיר איין פראגע צייכן.. האלסטו פאר איין רגע אז יענג גייט זיין די נאמעני????

צו כמעט געוואונען יוטא ברויך מען נישט זיין די נאמעני.....

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 8:34 am

א גוטע ניק האט געשריבן:וואס מיינט מארמאנען?

א רעליגיעזע און קולטורעלע גרופע מיט שייכות צו מארמאניזם (א רעליגיע געבויט אויף קריסטענטום אבער אסאך געטוישט).
אין 1844, ארום צוואנציג יאר נאכן שאפונג פון די רעליגיע, האבן זיי אויסגעוואנדערט צו די טעריטאריע פון יוטא, דארט אויפצושטעלן זייערע אייגענע שטעטלעך. יוטא איז דאן נאכנישט געווען פון די פאראייניגטע שטאטן (כאטש עס האט שוין געהערט פאר אמעריקע אלס טעריטאריע), און איז הערשט אריינגענומען אינעם בונד ווי דער 45'סטער סטעיט אין 1896.

ארום 62% פון יוטא בירגער זענען מארמאנען, און אויך פון די איבריגע זענען אסאך באאיינפלוסט פון זייער קולטור און טראדיציעס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 9:29 am

פאר די וואס קענען זיך אויס אינעם וועלט פון שאך, קען דאס זיין גאנץ אינטערעסאנט...
y52hdee53v641.png
y52hdee53v641.png (23.4 KiB) געזעהן 1281 מאל

נאקאמורא איז דער בעסטער שאך שפילער אין אמעריקע, און הייסט דער בעסטער שאך שפילער איבערן וועלט קעגן קאמפיוטערס. (ער איז כמעט דער בעסטער שאך שפילער איבערן וועלט בכלל, און די איין-צוויי וואס זענען העכער אים זענען מער אויסגערעכנט און פרעדיקטעבל ווי אים, און דעריבער שוואכער קעגן קאמפיוטערס)

אין אנדערע ווערטער, ער איז דער פאן-טרעגער פונעם מערכה קעגן שאך אויטאמאציע :wink:
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 10:03 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:איך האב דעם טאמעס פעין קיינמאל נישט געזען.. און ווייל ער שרייבט עפעס וואס איז א דבר פשוט שוין אלע דורות בין איך בכלל נישט מחיוב צו מקבל זיין זיין בויך ווייטאג!!
צוטיילן פון מיינע נכסים טויזנט דאלער א וואך פער משפחה איז א סתירה מיט שלי שלי פינטל. און אויב זעסטו עס נישט, זעה איך נישט אזא פערזענליכקייט ווי ענדרו יענג....ווער זאגט ער עקזיסטירט בכלל??? אויב פארשטייסטו נישט קום אריין אין מיין אשכול ווי כהעל דיך עס מסביר זיין באריכות......... אבער ליצנות אין א זייט געלייגט, איך האב געבליקט אין דעם יענג אשכול און דארטן נישט געטראפן קיין דברים של טעם חוץ אינפארמאציע און מאטעמאטישע חשבונות(וואס איז בעצם גארנישט ווערד אויב קומט עס נישט געבויט אויף "אמת'ע" גרינדן פון יושר)

וואס מאכסטו שיעלע?

איך וויל זי טענה'ן מיט דיר, אבער קודם דארף איך פארשטיין וואס דו האלטסט. וואס איז דיין מיינונג לגבי מעדיקעיד? מען נעמט געלט פון מיר (מיטל קלאס), מען געבט אינשורענס פאר ארימע, אבער איך באקום גארנישט. איז דאס אויסגעהאלטן לויט די "אמת'ע" גרינדן פון יושר?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 10:14 am

נאכמער, יעדער פרעזידענט וואס וויל איבערבויען די אמעריקאנע בריקן און ראודס איז מחולק אויפן יסוד פון שלי שלי און וויל טוישן (חרוב מאכן) די וועלט ווי היטלער און סטאלין?
ווייל איך גיי צאלן די געלט, און בתוך עמי אנכי יושבת, איך בין א פיסגייער וואס גייט בכלל נישט נהנה זיין פון די אלע גרויסע בריקן.
אה, לייג אויך צו גאסן לעקטערס, ווייל איך בין געווענליך אינדערהיים ווען עס איז טונקל. איך נוץ נישט די לעקטערס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

שיעלע בהמה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:27 pm

סזענען אוואדע דא געוויסע זאכן וואס די גאווערנמענט דארף צושטעלן, די אמת איז אז איך בין אליינס נישט פונקטליך קלאר וואס יא און וואס נישט אזויווי יעדער נארמאלער מענטש..... ווייל סאיז באמת גרעי עריע.
אבער די אמת איז אז אסאך פון די יעצטיגע סאציאלע פראגראמען איז פשוט באראבעוועט שווער אויסגעהארעוועטע געלט און עס פארשווענדעט אין מיסט (יא איינער וואס הייבט אן מיט די זאכן וויל נישט אזוי שנעל זיך שטעלן אליינס אויף די פיס..... הייסט דען דאס נישט געווארפן אין מיסט?, הגם דאס איז בעצם יענגס טענות, אבער שוין).

בקיצור אינטערשטע שורה איבער סאציאלע פראגראמען, צוריק גייט א קאזע און בכל דור ודור איז מען א מוסיף והולך.......(ממוז דאך ברענגען חידושים צום טיש, ניין? קען מען דען זיין א טריקענע רעפאבליקאנער?!)
און דא שטיי מיר היינט!!
היינט וועט יענג מוסיף זיין א טויזענטער און פיר יאר נאכדעם וועט בענג מוסיף זיין פינעף טויזנט און פיר יאר נאכדעם וועט שוין איינער קאמפיינען צו געבן א געהעריגע יערליכע געהאלט...
בקיצור לאמיר שניידן די קרעפלעך נאך פאר מקאכט א זופ!!
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום פרייטאג דעצמבער 27, 2019 1:27 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

שיעלע בהמה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 1:18 pm

בנוגע העלט קעיר,
ערשטנס איך ווייס נישט.
צווייטנס, דאס איז אמאל זיכער אז עס איז נישט קיין רייט,
די באגריף "רעכט" מיינט עפעס וואס איך בין ערלויבט און קיינער מעג מיך נישט אפשטעלן.
די ביסט טאקע ערלויבט צו האבן העלט קעיר און קיינער מעג דיך נישט אפשטעלן, אבער דאס מיינט נישט אז דו מעגסט לייגן דיין הענט אין יענעמס טאש...... און אפילו נניח אז דו האסט געמאכט א פורים תורה פארוואס צו מעגן בא'גנב'נען א צווייטן, הייסט דאס נאכנישט קיין "רייט" דאס הייסט צוגענומען יענעמס "רייט"!!

יעצט סאיז אפשר דא סברה צו זאגן אז ס'מוז זיין אזא זאך ווי מעדיקעיד,די ווערד פוןא מענטשליכע לעבן וכו',
אבער פארשטייט זיך אז דאס מוז דעקן בלויז די מינימאלסטע געברויכן און דאס אלעס,
לעבט מען אבער אין א וועלט וואס אלעס איז רעגולירט און אלס רעזולטאט קאסט גוטע אישורנס די הויזן און אסאך פאלן אריין אין די קאטעגאריע פון מעדיקעיד (פידעליס), מוזן זיי אוואדע זיין גוט צוגעשטעלט, אז די גאווערנמענט מאכט די חורבן זאלן זיי עס פאררעכטן..
אבער ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט, וואלט געדארפט זיין ביליגע גוטע פריוואטע אישורנס קאמפעניס אין די גאסן אזויווי קאר אישורנס, אין מעדיקעיד וואלט געדארפט זיין די אינשורנס פאר הארלעם..
אזוי זאגט מיך מיין קליינע קעפעלע, מעיבי איים ראנג.
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום פרייטאג דעצמבער 27, 2019 1:41 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

שיעלע בהמה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 1:26 pm

בנוגע אינפראסטראקטשער.
ווער דען זאל עס בויען? דאס איז דאך פשוטע ישוב העולם! אוואדע קען נישט די פעדעראלע רעגירונג געבן געלט פאר לאקאלע אינפראסטראקטשער, וואס האט טעקסעס מיט א ניו יארקע ברידזש?
אבער אינטערסטעיט הייוועיס וכדומה וואס בענעפיטירט דעם גאנצן לאנד איז דא א שטארקע מקום צו זאגן אז זיי זאלן זיך משתתף זיין,
און פארשטייט זיך אז די לאקאלע מוניציפאל מעג בויען און טעקסן דעם עולם.

אבער ווען די גאנצע געבויאכץ פעלט זיך נישט אויס און ווערט בלויז געבויט כדי צו בוסטן די עקאנאמי, און פארשאפן דזשאבס דאן איז עס שוין גאר אן אנדערע מעשה...
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 7:14 pm

זיי מוחל, שיעלע, אבער צו זאגן אז ווייל עס זענען דא רעגולאציעס דארף אויך זיין מעדיקעיד, און אז הייוועיס בעניפיטירן דעם גאנצן לאנד און דעריבער זאלן זיי זיך משתתף זיין, דאס איז אלעס אינפארמאציע און אפילו מאטעמאטישע חשבונות (כאטש די נאמבערס זענען באהאלטן).

וואס מען פארלאנגט פון דיר, פונקט ווי דו פארלאנגסט פון מיר, איז "אמת'ע" גרינדן פון יושר.

אגב וועל איך אויך שרייבן אז צענדליגע ניקס האבן מיר געשריבן ברבים און פריוואט אז זיי זענען איבערגעצייגט געווארן פון מיין אשכול, אפאר פון זיי ספעציעל קלוג און פול מיט שכל הישר און נאו-נאנסעס. דאס טייטשט אז לויט זיי קען מען דא יא טרעפן עפעס דברים של טעם.
אנדערע, וואס זענען נישט אינגאנצן איבערגעצייגט געווארן, האבן אבער אויך נישט געשריבן אז דא קען מען נישט טרעפן קיין דברי טעם.
אוודאי קען זיין אז זיי זענען זיך טועה און איר זענט גערעכט, אבער דערווייל זענט איר המוציא מחבירו עליו הראיה - זיי האבן יא געליינט דעם אשכול און איר נישט...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 7:23 pm

Yang2020 האט געשריבן:Karen Kwan, א קאנגרעספרוי פון יוטא, האט אינדארסירט ענדרו יענג, אין נאך אן אנדייטונג אז זיין קאמפיין רוקט זיך צום מעינסטרים.

בארבארא האפקינס, מעיאר פון סעלערס, סאוט קאראליינע, האט אינדארסירט ענדרו יענג.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג דעצמבער 29, 2019 11:16 am

אין די צייט וואס ווארען האלט זיך אינמיטן פארטיפן אין יענג'ס ביכל, האט א צווייטער פאליטיקאנט אנגעהויבן דאס ביכל נאכאמאל פון אנהייב, ארויסצונעמען דאס מאקסימום דערפון נאכן ליינען די ערשטע מאל.
דאס איז Lee Nak-yeon, דער פרעמיער מיניסטער פון סאוט קאוריע
https://twitter.com/nylee21/status/1211100202775433217
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » זונטאג דעצמבער 29, 2019 11:31 am

Capture.PNG
Capture.PNG (58.55 KiB) געזעהן 799 מאל

שיעלע בהמה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג דעצמבער 29, 2019 1:56 pm

Yang2020 האט געשריבן:זיי מוחל, שיעלע, אבער צו זאגן אז ווייל עס זענען דא רעגולאציעס דארף אויך זיין מעדיקעיד, און אז הייוועיס בעניפיטירן דעם גאנצן לאנד און דעריבער זאלן זיי זיך משתתף זיין, דאס איז אלעס אינפארמאציע און אפילו מאטעמאטישע חשבונות (כאטש די נאמבערס זענען באהאלטן).

וואס מען פארלאנגט פון דיר, פונקט ווי דו פארלאנגסט פון מיר, איז "אמת'ע" גרינדן פון יושר.

אגב וועל איך אויך שרייבן אז צענדליגע ניקס האבן מיר געשריבן ברבים און פריוואט אז זיי זענען איבערגעצייגט געווארן פון מיין אשכול, אפאר פון זיי ספעציעל קלוג און פול מיט שכל הישר און נאו-נאנסעס. דאס טייטשט אז לויט זיי קען מען דא יא טרעפן עפעס דברים של טעם.
אנדערע, וואס זענען נישט אינגאנצן איבערגעצייגט געווארן, האבן אבער אויך נישט געשריבן אז דא קען מען נישט טרעפן קיין דברי טעם.
אוודאי קען זיין אז זיי זענען זיך טועה און איר זענט גערעכט, אבער דערווייל זענט איר המוציא מחבירו עליו הראיה - זיי האבן יא געליינט דעם אשכול און איר נישט...

גערעכט
אבער דאס זענען געבויט אויף יסודות פון שכל און יושר, משא"כ ווען מנעמט זיך אויסחשבונען וויאזוי צו צוטיילן מיין געלט.
איך גיי יעצט נישט מאריך זיין אבער נעם די נקודה
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג דעצמבער 29, 2019 4:17 pm

קוקט אויס איר האט נישט געכאפט מיין נקודה, וועל איך עס מסביר זיין מיט א מעשה.
צוויי פילאסאפער האבן זיך גע'טענה'ט צי רעדן איז א גוטע זאך אדער נישט, און דער קייזער האט זיי געלאדנט מסביר צו זיין זייערע פאזיציעס. ערשט האט דער אין שטיצע פון דיבור אראפגעלייגט זיין שטעלונג בטוב טעם ודעת, דערנאך איז גענומען די רייע אויפן בעל השתיקה. אבער ווי נאר ער האט גענומען דאס ווארט האט אים דער אנדערער דערלאנגט א פראסק, היתכן ער נוצט דיבור אויפצואווייזן דאס אומנוצליכקייט פון דיבור.

סתם זאגן, אין אבסטראקט, אז מען דארף גיין לויט די גרונדן פון יושר איז בלויז פוסטע רעטאריק ווילאנג עס ווערט נישט אויסגעשמועסט וויאזוי די פרינציפן זענען חל אויף למעשה, וואו איין און וואו אויס, און איינמאל מען גייט אריין אינעם עולם העשי' איז נישט מעגליך אן אינפארמאציע און אפילו מאטעמאטיק, כאטש מען דארף זיך אוודאי ווייטער האלטן צו יושר.

דעריבער, איז זאגן אז אינפארמאציע און מאטעמאטיק איז גארנישט ווערט, ווייל מען דארף אנשטאט "אמת'ע" גרינדן פון יושר, נישט מער ווי א הייסע לופט באלאן.
איין שטיקל אינפארמאציע וואס פעלט דיר למשל איז, אז דווקא יענג נעמט זיך נישט אויסחשבונען וויאזוי צו צוטיילן דיין געלט, ווייל דו גייסט צוריקבאקומען הארטע קעש מער ווי דו געבסט אויס. משא"כ ביי מעדיקעיר און אינפראסטראקטשער, וואו אזעלכע חשבונות קומען דווקא יא אריין.

מאריך זיין טייטשט רעלאטיוו צו ווי קורץ עס וואלט געקענט געשריבן ווערן. למשל ווען איינער שרייבט אין פינף ווערטער עפעס וואס וואלט געקענט געשריבן ווערן אין פיר, איז דער אריכות מיט א פערטל מער. ווי איז אבער ווען איינער שרייבט עפעס וואס וואלט געקענט געשריבן ווערן אין זעראו ווערטער, פשוט ווייל עס שטייט דארט גארנישט? דאן איז נישט קיין חילוק וויפיל ווערטער ער נוצט למעשה, עס איז אלעמאל בתכלית האריכות.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

תגובהדורך בלי לחץ » זונטאג דעצמבער 29, 2019 5:10 pm

Wow!!
ר' יענג איר האט אן אויסטערלישע שכל הישר מיט בליציגע געדאנקען און א פליסיג פעדער. מיין פעיוואריט אשכול סאו פאר

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 1:40 pm

יענג קאמפיין שאצט פאהר אז די פאנרעיזינג איז געשטיגען אין די לעצטע קווארטעל מיט 25% צי איבער $12.5 מיליאן (אריינגרעכענט מיינע פאר $ לכבוד אונזער חשובער ניק יענג2020)
https://www.cnbc.com/2019/12/30/yang-ca ... -haul.html
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 2:13 pm

בלי לחץ האט געשריבן:Wow!!
ר' יענג איר האט אן אויסטערלישע שכל הישר מיט בליציגע געדאנקען און א פליסיג פעדער. מיין פעיוואריט אשכול סאו פאר

Wow, אזאנע שיינע שבחים.
א דאנק אייך!

עפרות זהב האט געשריבן:יענג קאמפיין שאצט פאהר אז די פאנרעיזינג איז געשטיגען אין די לעצטע קווארטעל מיט 25% צי איבער $12.5 מיליאן (אריינגרעכענט מיינע פאר $ לכבוד אונזער חשובער ניק יענג2020)
https://www.cnbc.com/2019/12/30/yang-ca ... -haul.html

א דאנק!

אין אנדערע נייעס האט שוין די קאמפיין באקומען ביישטייערונגען פון 400K באזונדערע דאונערס, אין א מיליאן באזונדערע נדבות.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 4:57 pm

Yang2020 האט געשריבן:קוקט אויס איר האט נישט געכאפט מיין נקודה, וועל איך עס מסביר זיין מיט א מעשה.
צוויי פילאסאפער האבן זיך גע'טענה'ט צי רעדן איז א גוטע זאך אדער נישט, און דער קייזער האט זיי געלאדנט מסביר צו זיין זייערע פאזיציעס. ערשט האט דער אין שטיצע פון דיבור אראפגעלייגט זיין שטעלונג בטוב טעם ודעת, דערנאך איז גענומען די רייע אויפן בעל השתיקה. אבער ווי נאר ער האט גענומען דאס ווארט האט אים דער אנדערער דערלאנגט א פראסק, היתכן ער נוצט דיבור אויפצואווייזן דאס אומנוצליכקייט פון דיבור.

סתם זאגן, אין אבסטראקט, אז מען דארף גיין לויט די גרונדן פון יושר איז בלויז פוסטע רעטאריק ווילאנג עס ווערט נישט אויסגעשמועסט וויאזוי די פרינציפן זענען חל אויף למעשה, וואו איין און וואו אויס, און איינמאל מען גייט אריין אינעם עולם העשי' איז נישט מעגליך אן אינפארמאציע און אפילו מאטעמאטיק, כאטש מען דארף זיך אוודאי ווייטער האלטן צו יושר.

דעריבער, איז זאגן אז אינפארמאציע און מאטעמאטיק איז גארנישט ווערט, ווייל מען דארף אנשטאט "אמת'ע" גרינדן פון יושר, נישט מער ווי א הייסע לופט באלאן.
איין שטיקל אינפארמאציע וואס פעלט דיר למשל איז, אז דווקא יענג נעמט זיך נישט אויסחשבונען וויאזוי צו צוטיילן דיין געלט, ווייל דו גייסט צוריקבאקומען הארטע קעש מער ווי דו געבסט אויס. משא"כ ביי מעדיקעיר און אינפראסטראקטשער, וואו אזעלכע חשבונות קומען דווקא יא אריין.

מאריך זיין טייטשט רעלאטיוו צו ווי קורץ עס וואלט געקענט געשריבן ווערן. למשל ווען איינער שרייבט אין פינף ווערטער עפעס וואס וואלט געקענט געשריבן ווערן אין פיר, איז דער אריכות מיט א פערטל מער. ווי איז אבער ווען איינער שרייבט עפעס וואס וואלט געקענט געשריבן ווערן אין זעראו ווערטער, פשוט ווייל עס שטייט דארט גארנישט? דאן איז נישט קיין חילוק וויפיל ווערטער ער נוצט למעשה, עס איז אלעמאל בתכלית האריכות.

;l;p-
אמאל איז דא גוטער פליק, אבער עס ליגט נישט גארנישט אונטער דעם, אמאל איז דא גוטע ענפער, אבער עס האט נישט קיין 'פאנטש ליין'.

ווען ביידע קומען זיך צאם, קען מען זיך באלעקן!

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 6:08 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:

כ'האף יענג צאלט דיר.... ער איז שוין געווארן מיין צווייטע טשויס...

וואלט אפילו געווען מיין ערשטע אבער איך בין נאכנישט קאנפידענט אז ער איז נישט צו א נייס גיי אנטקעגן אזא בולי ווי טראמפ, און צו עכט עפעס אויפטוען און וואשינגטאן. מעקאנעל וואלט אים דאך פשוט איגנארירט....
שויתי ה' לנגדי תמיד

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 1:54 am

Goodmorning האט געשריבן:

לויט ווי איך פארשטיי האט דער היימישער הייקער געמיינט דא ארייצונפליקן דעם יענג
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 8:10 am

Goodmorning האט געשריבן:כ'האף יענג צאלט דיר.... ער איז שוין געווארן מיין צווייטע טשויס...

וואלט אפילו געווען מיין ערשטע אבער איך בין נאכנישט קאנפידענט אז ער איז נישט צו א נייס גיי אנטקעגן אזא בולי ווי טראמפ, און צו עכט עפעס אויפטוען און וואשינגטאן. מעקאנעל וואלט אים דאך פשוט איגנארירט....

א דאנק.

מיט טראמפ, אויב מיינסטו געווינען דעם דעת הקהל צו קענען זיגן אין די וואלן, האב איך געברענגט הארטע ציפערן אין אנדערע אשכולות אז ער שטייט דווקא די בעסטע אין דעם. ער האט די העכסטע פעיווארעביליטי, בפרט ביי אינדעפענדענטס, אין די צייט וואס געוויסע פראנט ראנערס זענען ווייניגער פעיווארעבל ווי טראמפ. ער ציט די בעסטע שטיצע פון אלע שיכטן פון פאלק, אריינגערעכנט מענטשן אומאינטערעסירט אין פאליטיק און אפילו טראמפ וויילער, אויף א פארנעם וואס קיין אנדערע קאנדידאט באווייזט נישט. און אזוי ווייטער.

און אויב מיינסטו געווינען ביי די דעבאטעס (אויב גייען בכלל זיין דעבאטעס), ערשטענס, וואס איז שלעכט ער זאל פארלירן די דעבאטעס אבער געווינען די וואלן? אזוי איז דאך געווען ביי טראמפ קעגן קלינטאן. צווייטנס, ווער האלטסטו וועט יא געווינען? טראמפ קען גוט זיין פאך. דווקא יענג קען די בעסטע ארויסקומען מיט א אויבערהאנט מיט דעם וואס ער שפילט נישט טראמפ'ס געים. ער וועט אנהייבן מיטן מסכים זיין מיט טראמפ אויף עפעס, צו טראמפ'ס שאק, און גיין ווייטער אריינפלעכטנדיג זיין זייט און זיינע ארגומענטן מיט לאגיק און הומאר, איידלערהייט אונטערציפנדיג אויף א וועג וואס נאר ער קען. דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי טראמפ'ס בוליאינג וועט נאר בעקפייערן.

די קלארע פאקטן זענען אז אזעלכע מענטשן ווי טאקער קארלסאן און בען שפירא זענען ארויס פון התפעלות פון יענג, נאכדעם וואס זיי האבן אים פרובירט אראפצונאגלען. ער האט דעבאטירט א הארווארד פראפעסאר ביי א אקאדעמישע קאנווענשאן פון ליבערטעריענס און ארויס דער זיגער (און קיינער האט אים נישט ארויסגעשייגעצט). דאס זענען זאכן וואס קיין אנדערע דעמאקראטישע קאנדידאט קען נישט זאגן אויף זיך.

מיט מעקאנעל, ווייטער, וועלכע קאנדידאט ווואלט ער נישט איגנארירט? זאל זיין ווי אגרעסיוו, א פעלז ווערט נישט בארירט פון קיין שטויס, דווקא שטילע וואסערן גראבן טיף.
אדער ווערט מעקאנעל אויס סענאט פירער, אדער דארף דער פרעזידענט זיין איינער וואס קען גאר גוט בויען קאאליציעס מיט די אנדערע זייט און האט דעם דעת הקהל מיט זיך. ווי אלע סימנים דייטן איז יענג גאר דער בעסטער אין די געביטן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 8:20 am

@יענג קום אריין איבער זיין טוישן די העלט קעיר פלאן

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 8:56 am

ער האט נישט געטוישט, דער טעות קומט פון אזעלכע וואס מיינען אז "מעדיקעיר פאר אלע" איז טרעידמארקד דורך סאנדערס. (פאקטיש איז דער ערשטער M4A פלאן נענטער אין געדאנק צו יענג'ס פלאן ווי צו סאנדערס'). איך האב שוין געשריבן דא חדשים צוריק אז זיין פלאן איז נישט ווי סאנדערס'.

ער האט נישט געהאט געשריבן פונקטליך וואס זיין פלאן איז, און יעצט האט ער אויך נאר ארויסגעשטעלט איין העלפט. איז נישט שייך צו זאגן אז ער האט געטוישט.

איך האב עס נאכנישט באשריבן, ווייל איך בין נישט אזוי קלאר אין די סוגיא, און ווייל איך האף צו באשרייבן די גאנצע אויפאמאל. ווי איך פארשטיי איז יענג'ס עיקר פונקט אז דער עיקר דגוש דארף זיין צו נידערן די קאסטן, וואס מאכט אסאך גרינגער פותר צו זיין די פראגע פון דעקונג.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 9:04 am

למעשה האט ער געניצט א סלענג און יעצט איז מסביר אז ער האט דאס נישט געמיינט

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 9:13 am

קוקט אויס אז עס איז אים נישט איינגעפאלן (פונקט ווי פאר מיר) אז מעדיקעיר פאר אלע מוז מיינען דווקא איין געוויסע סארט וועג פון עס צושטעלן, ובפרט אז עס איז גענוצט געווארן אין אמעריקע און איבער די וועלט פאר אזויפיל באזונדערע סארטן פלענער.

יעדער וואס האט נאר אמאל געכאפט א בליק אויף זיין פאליסיס בלאט אדער געזען אן אינטערוויו וואו ער רעדט וועגן העלטקעיר האט גלייך פארשטאנען אז זיין פלאן גייט זיין אנדערש, ער האט עס קיינמאל נישט פרובירט צו באהאלטן. די וואס טומלען יעצט אז ער האט געטוישט גייען נישט מיטן אמת.

מערסטענס האט ער אומריכטיג גענוצט אן אויסדרוק בטעות. ער האט נעכטן מסכים געווען (צו די פראגע פון א שטיצער) אז "יוניווערסאל העלטקעיר" וואלט געווען א בעסערע טערמין.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”