ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:31 pm

יענער ארטיקל איז פול מיט לעכער, א מחיה צו ליינען די קאמענטס דארט וואס צונעמען עס אויף שטיקלעך.
(גראדע איז דער ארטיקל אויך מודה אז אויטאמאציע גייט גאנץ מעגליך ערזעצן דזשאבס בעתיד, נאר נישט אז עס האט שוין.)
אגב איז אינטערעסאנט אז זיי בויען אויף קרוגמאן, דער זעלבער וואס האט געשאצט אין 1998 אז דער אינטערנעט וועט האבן א קלענערע אפעקט אויף די עקאנאמיע ווי דער פעקס מאשין. אין 1998! דער מענטש איז א גאון אין נישט זען אפענע טרענדס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:35 pm

אויף טוויטער טרענד יעצט נומער איינס Boycottmsnbc פארן איגנארירן יענג
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:03 pm

math איז ר"ת מ"עיק א"מעריקע ט"ינק ה"ארדער..

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:43 pm

איך האב לעצטענס באמערקט די אשכול דורך א צווייטע, איך ליג נישט אין פאליטיק, אבער נאכן בליקן די ערשטע 20 בלעטער בין איך נייגעריג צי פארשטיין,


די ערשטע זאך וויפיל געלט גייט די שטאט געבען פאר וועם, איך שרייב דא 9 משלים אין שרייב ביטע די געלט וואס זיי גייען באקימען

1 18 יאריגע
פארדינט 100k
פארדינט 10k
פארדינט 28k לויט די חשבון
10k +3k food stamps 10k sec8 + 5k tax teturn

טאטע מאמע פיר קינדער
פארדינט 100k
פארדינט 30k
פארדינט 48k לויט די חשבון
15k + 15k sec8 +6k food stamps + 12k tax return

מאמע פיר קינדער
פארדינט 100k
פארדינט 30k
פארדינט 48k לויט די חשבון
15k + 15k sec8 +6k food stamps + 12k tax return


צווייטע פראגע, איך וויל פארשטיין ווי שטארק די האלסט אז די פראבלעים איז ?, איך האב געליינט אז 157m מענטשען ארבעטען יעצט אין 132m זענען פול טיים וואס מיינסטו גייט זיין ביידע נומבערס אויב טראמפ געווינט 2020 אין פעניס געווינט 2024 אין 2028 פאר די יארן
2021
2022
2023
2024
2025
2026
2027
2028
2029
2030
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:34 am

איך האב הנאה צו זען אזעלכע דעטאלירטע פראגעס.
צו די ערשטע פראגע, אפאר ביישפילן האב איך שוין געברענגט, אבער דאס בעסטע איז אליינס זיך ארומצושפילן אויף https://www.ubicenter.org/plans
(עס זענען דא נאך פלעצער צו רעכענען, זוך freedom dividend calculator אויף גוגל)

איבער די צווייטע פראגע, ערשט איז גוט אז דו האסט געברענגט די פונקטליכע נומערן. דאס באדייט אז ארום 95 מיליאן אין אמעריקע העכער זעכצן ארבעטן בכלל נישט. דאס איז שוין חוץ פון די וואס ארבעטן פארט-טיים אדער underemployed.

יעצט צום פראגע, פארשטייט זיך אז איך קען דיר נישט זאגן אויפן האר וויפיל מענטשן וועלן ארבעטן אין 2028 און וויפיל אין 2029. וואס יא? צענדליגע עקסטערע שטודיעס דורכגעפירט דורך באזונדערע פארשער, טינק-טענקס, און אנדערע אינסטיטוציעס האבן פרובירט אויסצורעכענען וואו מען וועט האלטן אין 10, 15, 20, 30 יאר. די שטודיעס האבן גענוצט אנדערע מעטאדן, געקומען פון אנדערע ריכטונגען, און געבויט אויף אנדערע מעטריקס און הנחות, און דאך זענען כמעט אלע צוגעקומען צו גאר נאנטע מסקנות איינע צום צווייטן, וואס דאס איז א סימן ווען א זאך שטימט און איז נישט געבויט אויף איין טעות. און יא, טייל פון זיי האבן אויך אריינגערעכנט וויפיל דזשאבס וועלן צוקומען צוליב די נייע טעכניקן. כאטש עס איז נישט מעגליך צו וויסן פונקטליך, קענען זיי אויך נישט אריינרעכענען אלע דזשאבס וואס וועלן פארלוירן ווערן פונקט אזוי.

אסאך פון די מסקנות האב איך שוין געברענגט אין די און די אנדערע אשכול. דאס איז א סעמפל:
א דריטל פון אלע יעצטיגע אמעריקאנע דזשאבס וועלן מער נישט זיין אין 2030, און איבער האלב אין 2055.
83% פון דזשאבס וואס צאלן אונטער $20 א שעה וועלן פארלוירן גיין אין די קומענדיגע 10-15 יאר.
200K דזשאבס וועלן פארלוירן ווערן אינעם בענקינג אינדוסטרי אין די קומענדיגע 10 יאר.
פראנט-אפיס ארבעטער וועלן געשניטן ווערן מיט א דריטל אין די קומענדיגע 10 יאר.
39% פון אלע דזשאבס אינעם ליגעל סעקטאר וועלן אוועקפאלן אין די קומענדיגע 10-15 יאר.
אויטאמאציע וועט אוועקנעמען 800 מיליאן דזשאבס ביז 2035 למספרם.
און נאך און נאך.

איך וועל נישט לייקענען אז געציילטע שטודיעס שטעלן די שאצונגען ביי ווייניגער ווי דעם. (איך האב נאכנישט געזען קיין איין ערנסטע שטודיע וואס שאצט אז עס וועט בכלל נישט זיין קיין נעט פארלוסט פון דזשאבס אינעם נאנטן עתיד, ווי טייל טענה'ן דא, נאר ארטיקלען פון פאנדיטס וואס האבן ליב ארויסצורוקן מיינונגען אנשטאט רעכענען די דאטא). אפאר נקודות צו נעמען אין באטראכט:
יחיד ורבים הלכה כרבים, ובפרט ווען דער רבים קומט צו די זעלבע מסקנות פון אזויפיל פארשידענארטיגע ריכטונגען.
המוציא מחבירו עליו הראיה. די טראנספארמאציע איז נישט נאר אין עתיד נאר אויך אין נאנטן עבר און הוה, און די פאקטן דערווייל ווייזן אז די רבים זענען גערעכט, די יחידים דארפן זיך פארענטפערן אז זאכן גייען זיך בקרוב טוישן. נישט די וואס רעדן פונעם קריזיס זענען די רואי עתידות, נאר גאר די וואס זאגן אז עס וועט נישט זיין.
מיט פאקטן מיין איך צום ביישפיל אז אנגעהויבן פון 2000 זענען שוין איבער פיר מיליאן מאנופעקטשורינג דזשאבס אליין פארלוירן געווארן צו אויטאמאציע, מער ווי צו אוטסאורסינג און אימיגראנטן צוזאמען. א גרויס חלק פון זיי האבן נישט געטראפן קיין ארבעט, און זענען אויך נישט אריינגערעכנט אינעם אנעמפלוימענט סטאטיסטיק, ווייל זיי האבן אינגאנצן אויפגעגעבן און זיך דערקלערט דיסעיבלד. אין געגנטער וואס זענען די מערסטע באטראפן געווארן פון אויטאמאציע זענען צוואנציג פראצענט working age adults אויף דיסעביליטי, און די געגנטער שפרייטן זיך צוביסלעך אויס, פארמירנדיג disability belts.
ארום הונדערט טויזנט ווייניגער ביזנעסער פער יאר ווערן געעפנט אין אמעריקע ווי 12 יאר צוריק.
די שאנס אז איינער געבוירן אין 1990 וועט פארדינען מער ווי זיינע עלטערן איז 50 פראצענט, אין 1940 איז עס געווען 92 פראצענט.
אין יעדע פון די פארגאנגענע דעקעידס זענען געשאפן געווארן נידריגערע פראצענטן פון פרישע דזשאבס.
22% מענער צווישן 21-30 מיט ווייניגער ווי א bachelor’s האבן בכלל נישט געארבעט אין 2017, ארויף פון 9.5% אין 2000.
און אזוי ווייטער.
מה שהיה הוא שיהיה. יעדעס מאל אין היסטאריע האט אזא טראנספארמאציע געברענגט א קריזיס, ווי געברענגט. פארוואס זאל דאס מאל זיין אנדערש?
די דעוויל אין די דיטעילס. די געציילטע פארשונגען וואס טענה'ן אז אסאך דזשאבס וועלן צוקומען זאגן אויך נישט אז יעדעס מאל וואס 10 דזשאבס ווערן עלימינירט וועלן 9 דזשאבס גלייך צוקומען, נאר עס וועט קומען אין דורכברוכן און bursts. כאטש דער העדליין קען זיין אז אין צען יאר ארום וועלן זיין כמעט אזויפיל דזשאבס ווי יעצט, קען עס אבער מיינען אז אין די ערשטע ניין יאר וועלן דזשאבס האלטן אין איין פארלוירן ווערן און מיליאנען וועלן ליידן.
אויך, די געציילטע פארשונגען זענען אויך מודה אז די דזשאבס וועלן צוקומען פאר אנדערע מענטשן און אנדערע פלעצער. כאטש דער סך הכל קען אויסזען גאנץ גוט, איז אבער דער פונקטליכער בילד אז געוויסע געגנטער און פאפולאציעס וועלן האבן א ריזיגע וואוקס, און אנדערע וועלן רוב זיין ארבעטסלאז. דאס, דער ריזיגער קאנטראסט און צוריסנקייט, טייטשט דיזעסטער אויך פאר די מיט דזשאבס.
אם לא יועיל, יזיק? דאס ערגסטע וואס קען געשען, אויב זענען די יחידים גערעכט און מיר הערן זיך צו צום רבים, אז אמעריקע וועט זיך גרייטן פאר א קריזיס וואס וועט נישט אנקומען און באפעסטיגן סאציאלע קניפן און פארבעסערן מיליאנען לעבנס מיט א תירוץ וואס וועט זיך אויסשטעלן אומריכטיג. קיינמאל קיין ערגערס.
אויב זענען די רבים גערעכט און מיר פארלאזן זיך אויף די יחידים צו שלאפן ווייטער, וועט אמעריקע און די וועלט אריינפאלן אין א קריזיס און טאטאלע כאאס וואס וועט נעמען אסאך צייט און מער געלט און כוחות צוריקצודרייען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:33 pm

Yang2020 האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:יענג'ס ביכל, The War on Normal People, פארגעליינט דורך אים אליינס.
https://drive.google.com/file/d/1I4dD_A ... sp=sharing

איך גיי אויך צולייגן נאך מאטעריאל, פון צייט צו צייט, אין דעם פאלדער.
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing



צוגעלייגט זיינע ביכער אין epub.
Smart People Should Build Things
https://drive.google.com/file/d/1vLfr5u ... sp=sharing

The War on Normal People
https://drive.google.com/file/d/18B4lUY ... sp=sharing


לבקשת א חשובער ניק פריוואט, האב איך קאנווערטעד דאס צווייטע ביכל אויך אויף פדף.
The War on Normal People
https://drive.google.com/file/d/1tdMWwV ... sp=sharing
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:49 pm

סיריעסלי?

יענג האט שוין געשריבן 1000 תגובות וועגן עפעס א יענג????

וואס איז נייעס........

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:41 pm

מיינסט צו זאגן אז דיינע 1175 תגובות זענען אלע איבער טראמפ????
ווייל מיינע 1022 זענען נישט אלע איבער יענג.

אין די וואס האבן יא שייכות צו יענג זענען בחסדי השם געפירט געווארן לענגערע שמועסן איבער אויטאמאציע, ארטיפישעל אינטעלידזשענס, קוואנטום קאמפיוטינג, ראבאטן, אנעמפלוימענט און וואס דער נומער באדייט, יוניווערסאל בעיסיק אינקאם, אינפלאציע, פראבלעמען מיט די מידיא און וויאזוי זיי צו פאררעכטן, פארבעסערן דעמאקראטיע און עלימינירן קארופציע און ביג מאני, רענקד טשויס וואוטינג, מעלות און חסרונות פון רוקן דעם זייגער, מעדיקעיר, די שרשים פון גאן וויילענס און וויאזוי זיך צו באפאסן מיט זיי, בעטינג מארקעטס. און נאך.

און דער catalyst צו פירן די געשפרעכן איז געווען א מענטש וואס איז טאקע גאר קלוג אבער שטאלצירט נישט מיט זיין הויכע IQ, און זיכער רופט ער נישט זיינע קעגנער Low IQ.
א גע'רודפ'טער קינד פון אימיגראנטן וואס האט זיך אליינס ארויפגעדראפעט צו הצלחה, און נישט א קינד פון ביליאנערן וואס האט געדרייט מיט יענעמ'ס געלט.
א מענטש וואס האט זיך געטיילט מיט די רווחים פון פארקויפן זיין ביזנעס מיט די ארבעטער, כאטש עס איז נישט געקומען, און נישט איינער וואס ווארפט זיינע איינגעשטעלטע אונטערן באס און געבט זיי נישט אויך וואס קומט זיך.
איינער וואס האט אוועקגעגעבן רוב פון זיין געלט צו העלפן טויזנטער אנדערע מענטשן אויפשטעלן אייגענע ביזנעסער איבער אמעריקע, און נישט איינער וואס האט ארויפגעלייגט זיין אייגענע נאמען איבעראל יעדער זאל אים צאלן אויף אלעמען.
איינער וואס האט אויפגעגעבן זיין קאריערע צו העלפן אנדערע, און נישט איינער וואס מאכט פון פובליק דינסט א פריוואטע ביזנעס.
א גוטמוטיגער מענטש וואס נעמט זיך אן פאר זיינע גרעסטע פיינט, און נישט א צר עין וואס צוקריגט זיך מיט זיינע גרעסטע בעלי טובה.
איינער וואס זיין מעסעדזש איז פאראייניגונג און היילונג, און נישט איינער וואס לעבט אויף האסע און טיילונג.
איינער וואס זיין רעקארד איז שניי ווייס, א ריינער מענטש וואס יעדער וואס קען אים האט נאר גוטס צו פארציילן, און נישט איינער וואס זיינע סקאנדאלן און געמיינהייטן פילן אן גאנצע ביכער.
א איידעלער מענטש וואס דעבאטירט בלויז פאקטן און פלענער, נאכן אנערקענען וואס זיין אפאנענט ברענגט צום טיש, און נישט א בולי וואס טשעפעט מענטשן אויף פערזענליכע פרטים, ווי זייער אויסזען.

וואס איז, ווילסט זיך טוישן?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:58 pm

יענג קודאס...

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 6:00 pm

איך בין נישט 100% זיכער אז ותיק האט דווקא געמיינט שלעכט (אין דעם פאל...)
אבער אזא גלענצענדע smackdown of Trump and everything he stands for איז שוין לאנג נישט ערשינען אויפן וועבזייטל. Kudos.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 24, 2019 6:06 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך מיין אז ותיק האט נישט דווקא געמיינט שלעכט.
אבער אזא גלענצענדע smackdown of Trump and everything he stands for איז שוין לאנג נישט ערשינען אויפן וועבזייטל. Kudos.


RT.

עס קען זיין אז @ותיק האט סתם געוואלט מאכן א וויץ פון "ענדרו יענג" דער קאנדידאט, נישט "@יענג 2020" דער דורך אלעמען געשעצטער ניק.

איך געדענק נישט @ותיק אטאקירן פערזענליך קיין אנטי טראמפ ניקס, און @יענג 2020 איז אפילו נישט עכט א אנטי טראמפ ניק.

אבער @יענג 2020 האט דא געמאכט א מאסיווע קאמפעריזעישן.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג נובעמבער 24, 2019 6:45 pm

נאכן איבערליינען, און נאך א פריוואטע מעסעדזש פון א חשובער ניק, זע איך אז דאס קען זיך אויסטייטשן ווי א שארפע אטאקע קעגן ותיק וחסיד.
איך האב דאס נישט געמיינט, נאר מער א האלב וויצלדיגע פארגלייך צווישן טראמפ און יענג. געווענליך פרוביר איך צו שרייבן איידעלער.

איך בעט דא מחילה פון ותיק וחסיד, וה' יצילנו משגיאות מעתה ועד עולם.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:56 pm

מיר האבן סתם געמיינט צו מאכן אביסל פריש, ח"ו נישט פערזענליך. פארשטייט זיך, אונז אלץ אידן נעם מיר נישט פערזענדליך די גאנצע פאליטיק, איט איז סטריקטלי אנלי פאר אינדשוימענט.

פונקט פארקערט, איך גלייך זייער צו זעהן מענטשן וואס לייגן זיך אריין אין א געוואוסע אינטערסאנטע אנקאמאן נושא און פולן אהן טויזענטע בלעטער מיט א פרישקייט.

קענען שרייבן פון יענגעלע 1000 תגובות איז א דערגרייכונג וואס נישט יעדער קען.

אבער איך טויג נישט אזוי ווי דיר, מיינע אלע תגובות זענען נאר וועגן טראמפ. איך שרייב נישט גארנישט בלויז פרא טראמפ תגובות.

ענד ביטווין מי ענד יאוי, יענג, הגם דו האסט סך הכל ארויסגעברענגט אלע מעלות פון טראמפ, אבער דאך, ווייל דו ווילסטעך אינדשויען מיט דיין יענג דארפסטו נישט אראפרייסן מיין טראמפ.

אינדשויע דיר מיט יענג, ואנן בדידן......

לאז מיר ארומלאכן מיט מיין טראמפ.

חוץ מזה, נניח אז יענג איז מלא געוואלדיגע מעלות און טראמפ נאר די פארקערטע, סוף כל סוף איין קליינע מעלה האט טראמפ איבער יענג, אז ער קען געווינען פרעזידענסי, ווערסאס יענג המושלם האט דאס נישט.

און צום שלוס, איך בין זייער נייגעריג וואס דער ניק אין אישי האט דיר געזאגט אז דו ביסט ארויס מיט אזא תגובה.
לעצט פאראכטן דורך ותיק וחסיד אום זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:05 pm

קודאס יענג, אזא גוטע תגובה האב איך שוין לאנג נישט געזען!


טויגסטיך יא אויף אראפברענגען טראמפ, נו אווי ביסטו געווען ביז יעצט??....

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:24 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:קודאס יענג, אזא גוטע תגובה האב איך שוין לאנג נישט געזען!


טויגסטיך יא אויף אראפברענגען טראמפ, נו אווי ביסטו געווען ביז יעצט??....


ער האט זיך פארלאזט אויף אדם שיעף, עס גייט נישט, ברויך ער אריינקומען בכח.

עכ"פ לאמיר צוריגעבן דעם אשכול פאר יענג, נישט אריינמישן טראמפ דא, לאמיר לאזן יענג אין דעם אשכול (און טראמפ אין די ווייט הויז).

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:35 pm

און איך מיין אונז דארפן יענג אין לבנ"ס הויז אפילו בלויז דערפאר אז די ניק יענג2020 זאל מיר נישט פארשווינדן ווערן

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:02 am

אין מיין ערשטע פראגע האב איך בעיקר געוואלט וויסען צוויי זאכן 1 באקימט מען עקסטער געלט פאר יעדע קינד, די ענטפער זעה איך אז ניין, 2 די רעדסט פון פוד סטעמפס אין וועלפער, וואס איז מיט טעקס קרעדיט פאר מענטשען וואס צאלען נישט קיין טעקס אין סעקשן 8?,

1) די האלטס אז עס איז יושר אז א קאפעל וואס פארדינט 30k זאל אנפאנגען צי פארדינען 54k אין א מאמע מיט 5 קינדער וואס פארדינט 30k זאל ארויף גיין צי 42k? די פאווערטי לעוועל פאר צוויי אדולטס איז $16,910 ד פאווערטי לעוועל פאר א משפחה פין 6 איז $34,590

2) די זאגסט אז עס גייט נישט ברענגען אינפלעשאן, לאמיר זאגן אז ביסט גערעכט, אבער פארוואס מיינסטו אז וואס איך שרייב נעקסט גייט נישט געשעהן?

2a) א פאמיליע וואס גייט מאכען 54k אנשטוט ביז יעצטיגע 30k כמעט א דריטעל אמעריקע איז בערך ביי די נומבער, אביסל העכער אדער נידריגער פין די פאווערטי לעוועל אויב האלטן זיי זייער זשאב פאר נאך 10 יאר, זייער אינקאם האט זיך געדאפעלט, פארקויפט ער זיין הויז פון 60k קויפט א נייע פאר 200k, ליעסט א קאר אנשטוט זיין אלטע, גייט עסען אין שיינע רעסטרונט דא דארט, אין ווען די ראבאט נעמט איבער זיין זשאב אין 10 יאר ארים ער פארדינט נאר 24k פין יענג קען ער נישט באצאלען זיין הויז קאר רעסטרונט, די שטאט העלפט עם גארנישט מער ווייל ער באקימט שוין מעקס,

2b) בערך 15% זענען זייער נישט ציפרידען פין זייער זשאבס אין 45% האבען נישט קיין געפיל פאר זייער זשאבס, 20% - 10% פין ארבעטערס וועלען באשליסען אויפהערען ארבעטען, די מאנס אדער ווייבס געהאלט + 24k פין יענג איז 33% מער פין ביז יעצט, דאס קען קריפלען די עקאנעמי

2c) די משפחה וואס מאכט יעצט 125k אין גייט גארנישט באקימען מער יעצט, ער וועט באקימען 24k ווען ער פאלירט זיין זשאב, ער וועט נאכאלטץ נישט קענען באצאלן זיין הויז, קאר, סקול

3) די רעכענסט בערך $400 שטאטישע הילף א חודש, זייער אסאך באקימען איבער $3,000 א חודש, א משפחה פין זעקס וואס פארדינט 15k + אכטער א יאר 18k + טעקס ריטארן 12k + פוד סטעמפס 6k, זיי פארדינען יעצט 51k טאמער נעמסטו אוועק אדער אפילו די לאזט די זעלבע גייען די דעמעקראטען זאגען אז די העלפסט נישט די ארימע, טאמער רעכענסט נישט די געלט גייען זיי פארדינען 79k א יאר,

4) לאמיר זאגן אז מען טוט גארנישט יעצט אין די קריזיס וואס די זאגסט פאסירט, איז נישט ביליגער אין מער יושרדיג אז די שטאט זאל געבען unemployment פאר א לענגערע צייט,

איך האף אז איך האב געניג קלאר ארויסגעברענגט מיינע זאכן וואס באדערען מיך פין דעים פלאן, איך האף אז קענסט עס מסביר זיין, איך זעה האסט א געשמאקע פעדער,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 8:02 am

ותיק וחסיד האט געשריבן:און צום שלוס, איך בין זייער נייגעריג וואס דער ניק אין אישי האט דיר געזאגט אז דו ביסט ארויס מיט אזא תגובה.


ער האט מיר געשריבן אז די רעטאריק קעגן דיר איז נישט מיין סטיל, וואס געווענליך אטאקיר איך נישט אנדערע. דאן האב איך געכאפט אז עס ליינט זיך ווי רעטאריק קעגן דיר.

וואס טוט זיך האט געשריבן:טויגסטיך יא אויף אראפברענגען טראמפ, נו אווי ביסטו געווען ביז יעצט??....


When we are speaking about Donald Trump, we are losing. -- Andrew Yang
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 8:12 am

קאטאגאריש האט געשריבן:איך האף אז איך האב געניג קלאר ארויסגעברענגט מיינע זאכן וואס באדערען מיך פין דעים פלאן, איך האף אז קענסט עס מסביר זיין, איך זעה האסט א געשמאקע פעדער,


עס איז באמת שיין צו זען ווי דעטאלירט דו גייסט אריין, און א דאנק פארן קאמפלימענט, אבער חוץ פונעם פעדער דארף איך אויך צייט...
אמאל האב איך געהאט מער צייט אוועקצוגעבן, דעריבער עצה טובה קמ"ל, אויב קענסטו ליינען מיינע פריערדיגע תגובות, בעיקר דער אשכול פון אנהויב, וועסטו קלארער ארויסקומען. אויף יעצט וועל איך פרובירן צו שרייבן נאכאמאל.


1) וועגן קינדער האט מען שוין געשמועסט דא אפאר מאל, און מען קען ברענגען צדדים לכאן ולכאן.
ארויסצוברענגען יענג'ס זייט, דער פראבלעם מיט געווענליכע פראגראמען איז אז עס שטופט געוויסע זאכן נישט וויאזוי מענטשן וואלטן געטון נאטורליך (למשל מענטשן נעמען נישט אזוי שנעל קיין ארבעט וואס צאלט מער), און דאס האלט זיי צוריק פון ארויסגיין פון זייער שפל המצב. און די מעלה מיט יוניווערסאל בעיסיק אינקאם איז אז עס איז יוניווערסאל, אן קיין טוישונגען צווישן מענטשן און מצבים, וואס לאזט פרייהייט פאר מענטשן זיך אליינס צו אנטוויקלען לויטן וועג וואס איז די בעסטע פאר זיי.

לענינינו, אויב צאלסטו לויט קינדער טייטשט עס אז דו באצאלסט פארן האבן קינדער. עס איז נישט פאסיג צופיל אריינצוגיין דא, אבער בני נח זענען נישט מצווה אויף פו"ר, און איינס פון די גרויסע פראבלעמען ביי די אומגליקליכסטע פון זיי איז דווקא די צופארענע משפחות מיט קינדער אן קיין חשבון און אן קיין עזר בחיים, און אסאך פון די געווענליכע פראגראמען מאכן עס נאר ערגער.

דו פרעגסט צו עס איז יושר אז א מאמע מיט 5 קינדער זאל ארויפגיין ווייניגער ווי א קאפל. אבער דאס וועט טאקע געבן דעם שטופ פאר די מאמע נישט צו האבן דעם זעקסטן קינד, און אנשטאט דעם זיך טרעפן א זיווג צו פארדאפלען די הכנסה, וואס וועט סתם אזוי העלפן די קינדער מער ווי א איבריגע טויזנטער.
אין אנדערע ווערטער, עס איז פונקט אזוי נישט קיין יושר אז די אחריות'דיגע קאפל זאל באקומען ווייניגער כדי צו קענען באצאלן פאר די אימפולסיווע מאמע וואס פאראומגליקליכט אירע דורות.
(פארשטייט זיך אז דאס איז זייער שארף ארויסגעברענגט, און אסאך מאל איז די איינצלנע מאמע באמת גארנישט שולדיג און רוב מאל איז זי נישט אינגאנצן שולדיג. אבער דער פוינט בלייבט אז די רעגירונג דארף נישט צושטעלן אינסענטיווס פאר אומגליקליכע מצבים און דארף נישט שטופן ארימע משפחות צו האבן נאך קינדער צו פארגרעסערן די קאסע)

פאר אונז היימישע אידן וואלט אוודאי געווען בעסער מען זאל יא צאלן לויט די קינדער, און אפשר וועט עס נאך יענג איינפירן אויף עפעס א וועג אין זיין צווייטן טערמין :wink:


2) דו קוקסט אן טעקס קרעדיט ווי א בענעפיט וואס די רעגירונג געבט, און דו פרעגסט צו עס וועט זיך אראפרעכענען. זיי וויסן אז רוב דערפון איז בסך הכל א הלואה וואס דו האסט געגעבן פאר די רעגירונג (מיטן איבערצאלן), און זיי געבן דיר עס צוריק אן צו צאלן פראצענטן. יענג האט א פאליסי צו סטרימליינען די גאנצע שטייער פראצעדור אזוי אז דו וועסט מער נישט געבן אומזיסטע הלוואות פאר די רעגירונג.
עס קען זיך אויך מאכן אז עס זאל זיין א אמת'ע הכנסה. איך האב נישט געזען דער חלק זאל זיין אריינגערעכנט אינעם חשבון פון וואו צו באצאלן דער פרידאם דיווידענד, גלייב איך אז דאס וועט נישט אראפגערעכנט ווערן.
סעקשאן 8 ווערט אויך נישט אראפגערעכנט. (ווי איך פארשטיי וועט נאך יענג ארויסלייגן א "יענג-סטיל" פלאן איבער האוזינג, אבער עכ"פ דער פרידאם דיווידענד בארירט נישט די האוזינג פראגראמען אויף סיי וועלכע וועג)


2a) די פראגע האט אסאך ענטפערס.
ערשטענס גייט די קאסט אוו ליווינג נישט סתם ארויף אן קיין חשבון ווען איינער באקומט א סטעדי טויזנטער מער א חודש. עס גייט בעיקר פאר געזונטע שפייז, אינוועסטירן, אא"וו. ספענדן סתם איבריג געלט קומט אדער ווען איינער האט טאקע אסאך איבריג געלט, נישט קיין בלויזע טויזנטער מער, אדער ווען איינער האט פערצופאל געלט אין טאש אן קיין געהעריגע חשבון און ער וויל עס אויסנוצן, נישט ווען דער טויזנטער איז סטעדי און ער רעכנט עס אריין אין זיינע לאנג טערמיניגע פלענער.
צווייטנס גייט די אויטאמאציע כוואליע באפאלן גאנצע געגנטער אויפאמאל, ווי די ראסט בעלט יעצט און ווי די truck stop communities בקרוב. וועט די קאסט אוו ליווינג פאלן פארן גאנצן געגנט.
דריטנס איז דער פרידאם דיווידענד פארטעבל, און דער זעלבער טויזנטער גייט ווייטער אין געוויסע פלעצער ווי אין אנדערע, פלוס יענג האט געדאנקען וויאזוי צו שטופן אמעריקאנער זיך צו באוועגן מער און זוכן פרישע מעגליכקייטן.
פערטענס איז טאקע נישט דער פלאן ער זאל פשוט לעבן אויף די רעגירונג'ס מאגערע קאסע, נאר די מיליאנען וואס די רעגירונג פאמפט דא אריין אין געגנט יעדן חודש (א טויזנטער פאר יעדן באזונדער) וועט זיין ווי א שטענדיגע סטימולאציע אויפצולעבן די לאקאלע עקאנאמיע, און דער יחיד וועט קענען טרעפן פרישע אפערטוניטיס. איך האב עס מסביר געווען אנהייב אשכול מיט א טראקער וואס עפנט א קאפע-הויז. דאס איז נישט סתם א שיינע משל נאר מעשים בכל יום אין פלעצער וואו UBI ווערט איינגעפירט.
namibia.png
namibia.png (86.29 KiB) געזעהן 816 מאל

(זע ביטע אין יענע תגובה באריכות אויך וואס איז נוגע צו די אנדערע פראגן)
און נאך און נאך.

אבער דער עיקר איז, אז דאס איז בכלל נישט דער ריכטיגער מיינדסעט לדעתי. די רעגירונג זאל נישט געבן, ווייל אפשר שפעטער וועט ער פארלירן עפעס אנדערש און ער וועט זיך נישט קענען קיין עצה געבן? וואס איז ער, א אומבאהאלפן קינד?
דער צוגאנג פאסט ביי אנדערע פראגראמען, וואס זענען טאקע געבויט אויף דעם אז די רעגירונג פירט דעם מענטש'ס פריוואטע לעבן ווי א מאמע וואס ווישט אפ דאס נאז פון איר צוציק. דער פרידאם דיווידענד איז געבויט אויף געבן כח און זעלבסטשטענדיגקייט פאר מענטשן פריוואט, זיי זאלן זיך אליינס הייבן דעם שטאנד און אינוועסטירן אין זיך אויפן וועג וואס איז די בעסטע פאר זיי. און אויב איז זיין קאסט אוו ליווינג צו הויך פאר אים, זאל ער מוחל זיין איינציען דעם פאסיק. קיינער איז אים גארנישט שולדיג.


2b) די מציאות ווייזט אז מענטשן הערן נישט אויף צו ארבעטן ווען UBI אדער אנדערע קעש טרענספערס ווערן איינגעפירט, חוץ פון די וואס ארבעטן בלית ברירה און טאקע בעסער אז זיי ארבעטן נישט (ווי איינצלנע מוטערס). פארקערט גאר, פראדוקציע גייט ארויף.

דו קוקסט עס יעצט אן ווי א איבריגע טויזנטער, און אז איך האב א איבריגע טויזנטער אין טאש אן גארנישט צו טון, פארוואס זאל איך נאך גיין ארבעטן? אבער ווען עס וועט ווערן איינגעפירט וועט עס שוין נישט זיין איבריג. יעדער וועט עס באקומען, עס וועט אריינגערעכנט ווערן אינעם בודזשעט, און כלפי דעם סטאטוס שפיל וועט טויזנט הייסן די נייע זיראו. א מענטש וועט נישט ווילן זיין דער לא יוצלח וואס ברענגט נאר אהיים טויזנט (זיראו) יעדן חודש.

אבער די נומערן וואס דו ברענגסט צייגן נאר ווי ווייט UBI פעלט אויס און פארוואס פראדוקציע גייט ארויף ווען עס ווערט איינגעפירט. כמעט העלפט פון אלע מענטשן האבן נישט קיין געפיל צו דעם וואס זיי טוען רוב טאג פאר רוב פון זייער לעבן! (אנדערע סטאטיסטיקס לייגן עס נאך העכער) איז דאס נארמאל?! איז א תכלית אזוי צו לעבן?
מענטשן געבן אוועק רוב צייט פון זייער לעבן פאר זייער ארבעט, און זיי האבן נישט קיין לופט צו אטעמען און קיין צייט זיך אפצושטעלן טראכטן צו דאס איז טאקע דאס בעסטע וואס זיי קענען און וועלן זיי נישט ציען מער סיפוק פון ערגעץ אנדערש. ווי יענער מתמיד וואס ר' חיים בריסקער האט געזאגט אויף אים אז ער האט נישט קיין צייט צו געדענקען דאס לערנען. און אפילו אויב טראכטן זיי שוין יא קענען זיי זיך נישט ערלויבן צו ריזיקירן, ווייל אויב ארבעט זיך עס נישט אויס זענען זיי אינגאנצן פארלוירן. דאס ווערט גערופן wage slavery, און רוב מענטשן זענען wage slaves.

UBI נעמט דאס אוועק. מענטשן באקומען די רואיגקייט צו טראכטן און די שטארקייט איינצושטעלן. איינער וועט באשליסן אריינצושפרינגען און עפענען אן אייגענע ביזנעס, א צווייטער וועט באשליסן צו ארבעטן ביי א פלאץ וואס צאלט ווייניגער אבער געבט אים מער סיפוק, און א דריטער וועט נוצן די עפענונג אינעם העכער-צאלנדן פלאץ וואס האט זיך יעצט געמאכט.
נאך די גאנצע רעארגאניזאציע וועלן פונקט אזויפיל מענטשן ארבעטן, אבער ביי פאזיציעס וואס זענען בעסער פאר זיי. דאס, פארשטייט זיך, הייבט פראדוקציע.


2c) ערשטענס איז נישט קיין גזירת הכתוב אז די משפחה פון 125K קען גארנישט באקומען יעצט, עס ווענדט זיך וויפיל זיי געבן אויס. א געווענליכע משפחה פון 125K פארדינט נאך יא (cutoff איז אן עוורעדזש העכער 200K). די צווייטע העלפט פונעם פראגע איז שוין בארירט געווארן אין 2a.


3) שוין פארענטפערט אויבן איבער סעקשאן 8 און טעקס ריטוירנס. אבער גראדע איז דיין ביישפיל ווייט נישט טיפיקל איבער אמעריקע. איך רעד דאך נישט דווקא פון אונזער געגנט וד"ל.
6bdn1zkfg2n31.png
6bdn1zkfg2n31.png (460.8 KiB) געזעהן 816 מאל

D_x9C1BXkAAXbUE.jpg
D_x9C1BXkAAXbUE.jpg (36.75 KiB) געזעהן 816 מאל



4) אנעמפלוימענט בענעפיטן און די אנדערע פראגראמען זענען בכלל נישט אויסגעשטעלט צו קענען ריכטיג פונקציאנירן ווען א ריזיגע פראצענט פון סאסייעטי דארף צוקומען דערצו פאר א לענגערע צייט. ווי געברענגט באקומען שוין יעצט רוב נישט וואס זיי דארפן, צוליב די קאמפליצירטע ביוראקראטיע און אויפגעבלאזנקייט פון די פראגראמען.

אפילו ווען יא, אויב די גאנצע זאך וואס דארף א לעזונג איז פשוט אז מענטשן זאלן נישט אויסגיין פאר הונגער וואלט עס געווען גענוג, אבער עס גייט אסאך ברייטער און טיפער, ווי געשריבן אין יענע תגובה אנהייב אשכול. איך גיי עס דא פרובירן איבערצושרייבן אביסל אנדערש.

עס זענען שוין יעצט דא פלעצער וואו 20% לעבט אויף דיסעביליטי. נישט ווייל עס פעלט זיי א האנט, נאר ווייל זיי טרעפן נישט קיין ארבעט און זיי האבן זיך אריינגעגעבן אלס עמאושענאל דיסעבלד. די disability belts, וואס שפרייטן זיך צוביסלעך אויס, קוקן אויס ווי צוריקגעשטאנענע אפריקאנישע לענדלעך, אויסגעלאשן און מוטלאז. נאך מער, אינעם טאג וואס די טשעקלעך קומען אן זענען דא מער געוואלדטאטן, מער טויטפעלער צוליב דראג אווערדאוז און מער זעלבסטמארדן.
פארגלייך דאס צו די פלעצער ווי UBI אדער ענליכס איז איינגעפירט געווארן. דארט קומט אריין א פרישע חיות, מענטשן ווערן מער אקטיוו און פראדוקטיוו, קריים פאלט דראסטיש, דראג באנוץ גייט אראפ, צופרידנהייט און פרייליכקייט הייבט זיך. וואס איז פשט פונעם חילוק?

ווען איינער לעבט אויף די רעגירונג'ס קאסע דורך די געווענליכע פראגראמען און בענעפיטן קען ער ביי זיך שפירן צוויי זאכן: אדער אז ער איז ווערטלאז און א לא יוצלח, א פוילע אויסנוצער וואס האט אבער נישט קיין צווייטע ברירה, א טאטאלער דורכפאל אן דעם וואס ער האט געטון עפעס שלעכט. א לאסט אויף סאוסייעטי מיט דעם וואס ער לעבט, א הונט וואס עסט די צוגעווארפענע ביינדלעך אונטערן טיש, א אפיציעל באשטעטיגטע לוזער. אדער אז ער איז ענטייטלט, די גאנצע וועלט איז אים שולדיג. אמער, ער איז דאך אפיציעל אריבער די רחמנות טעסט, ער איז א אביון מהודר לויט אלע ביוראקראטישע סטאנדארטן, און יעצט דארף אים די רעגירונג העלפן צובינדן די שיך בענדלעך. איי זיי קענען נישט? נישקשה, וועט מען נעמען נאך אביסל פון די "איין פראצענט", זיי דארפן זיך מער צושטעלן. האבן זיי נישט קיין הארץ?!
צומאל קען אפילו דער זעלבער מענטש שפירן ביידע זייטן.
אזעלכע מענטשן ווערן פול מיט האס און פארלוירנקייט, אויפגערעגט אויף די גאנצע וועלט, נוצן מער דראגס, באקומען מענטל העלט פראבלעמען, העכערן די זעלבסטמארד ראטע, און ווערן עקסטרעמיסטיש און פאליטיש ראדיקאל, צווישן אנדערע פראבלעמען. שוין אפגערעדט פון דעם וואס דאס געלט האלט אים פארכאפט אין נעץ, ווייל איינמאל ער פארלירט דעם רחמנות סטאטוס שטיצט אים די רעגירונג מער נישט.

דער פרידאם דיווידענד איז אזוי פארקערט פון דעם אז נאר!
דו דארפסט נישט זיין קיין כשר'ער נעבעך עס צו באקומען. דו דארפסט נישט אריבערשפרינגען קיין hoops, נישט דא קיין באאמטער וואס קוקט איבער דיין סיטואציע און דארף באשליסן צו דו ביסט טאקע דער שלימזל פון די ביכער, און דו פארלירסט עס קיינמאל נישט. (אמת אז די גרעסטע אויסגעבער, וואס זענען געווענליך די גרעסטע עשירים, וועלן צוריקצאלן מער ווי זיי באקומען, אבער סימבאליש קומט אן דער טשעק צו זיי פונקט אזוי. עס האט נישט קיין סטיגמא, און עס טוישט נישט דעם סטאטוס אין מוח צו אומבאהאלפענע וויקטים)

דאס געלט ווערט איבערגעגעבן אין דיינע הענט צו נוצן ווען און וויפיל און צו וואס דו ווילסט. אנשטאט די רעגירונג זאל באשליסן פאר דיר דארפסטו אליינס באשליסן, און אז ער האט איינמאל באשלאסן אומריכטיג וועט ער אליינס עסן די פירות, און אז ער האט געמאכט א קלוגן געשעפט וועט ער אליינס פארדינען דערפון אנשטאט אראפטראסקענען פונעם פראגראם. דאס מאכט אים סיי מער אחריות'דיג און סיי ער שפירט מער רואיג און זיכער און אין קאנטראל פון זיין סיטואציע.
אסאך ארימעלייט זענען קלוג און שעפעריש, און די רעגירונגס ביוראקראטן האבן נישט קיין אנונג ווי ווייט נויט איז דער פאטער פון ערפינדונג. טייל פון זיי וואלטן זיך אן עצה געגעבן אן קיין פרוטה פאר עסן, דורכן סערווירן ביי סעודות און עסן די שיריים למשל, און אנשטאט גענוצט דאס געלט פאר דברים של קיימא. באקומען קעש מוטיגט אזא צוגאנג, אבער די וועלפעיר פראגראמען דערשטיקן דאס. עס מאכט זיי פאר קליינע קינדער אן קיין אייגענע איניציאטיוו וואס קענען זיך נישט בעסער אויסרעכענען ווי עפעס אן אנגעפאשעטער אין וואשינגטאן.
בלית ברירה, אז דער ארעמאן באקומט די פאר הונדערטערס פאר עסן און נאר עסן, נוצט ער טאקע די גאנצע פאר דעם, גייט ער טאקע נישט סערווירן ביי סעודות און קומט נישט אויף מיט אנדערע שעפערישע פלענער, לייגט זיך נישט אוועק קיין געלט און קוקט אויס פאר די פוד סטעמפס די נעקסטע חודש.

עס געבט עפעס צו פארלירן פאר מענטשן וואס האבן נישט וואס צו פארלירן. דער היימלאזער וואס קימערט זיך נישט מיט גארנישט, ווייל סאוסייעטי קימערט זיך נישט מיט אים, וועט שוין יא אויפפאסן מען זאל אים נישט אראפרעכענען פונעם טויזנטער.
אין טורמע באקומט מען עס נישט, און דער זעלבער טויזענטער איז ווערט אזויפיל מער ווען ער לייגט עס אוועק און אינוועסטירט עס מיט שכל. יעדער נאר איז א חכם פאר זיך, ער דארף נאר זען אז ער האט באמת א וועג ארויס און ער קען באמת ערגעץ אנקומען אויב טוט ער ריכטיג.

דאס געלט באקומסטו נישט ווייל דו ביסט ארים, נאריש, אומבאהאלפן אדער ווייל די וועלט איז דיר שולדיג, נאר פשוט ווייל אמעריקע וויל אירע בירגער זאלן מצליח זיין און אינוועסטירט אין זיי פונקט ווי א קאמפעני אינוועסטירט אין די ארבעטער. נישט ווייל די ארבעטער זענען א רחמנות, נאר ווייל די קאמפעני וויל האבן בעסערע ארבעטער. (דערפאר רופט ער עס פרידאם דיווידענד)
דזשעף בעזאס וועט עס אויך באקומען, דאס וועט אים זיין א חודש'ליכע דערמאנונג אז ער איז אן אמעריקאנער בירגער וואס קען ברענגען שטאלץ און הצלחה פאר אמעריקע. אמעריקע איז משקיע אין די הצלחה פון אלע אירע בירגער, און די בירגער צאלן צוריק מיט דעם וואס זיי בויען זיך אויף און פארבעסערן זייער שטאנד, יעדער לויט וואס ער קען און צו וואס ער טויג.

דאס אלעס איז שוין חוץ פון דעם וואס דער פראבלעם פון אויטאמאציע איז ווייט נישט די איינציגסטע סיבה פארוואס איינצופירן UBI. עס איז פארגעשלאגן געווארן נאך בעפאר די ערשטע אינדוסטריעלע רעוואלוציע, און שטודיעס פון דאן ביז יעצט האלטן אין איין טרעפן פרישע מעלות און אויפטוען דערפון. קיין שום אנדערע רעגירונגס פראגראם קען עס בכלל נישט אנהייבן נאכצומאכן, זיכער נישט פאר אזוי ביליג און מיט אזוי ווייניג אווערהעד.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:54 am

Yang2020 האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:איך האף אז איך האב געניג קלאר ארויסגעברענגט מיינע זאכן וואס באדערען מיך פין דעים פלאן, איך האף אז קענסט עס מסביר זיין, איך זעה האסט א געשמאקע פעדער,


1) וועגן קינדער האט מען שוין געשמועסט דא אפאר מאל, און מען קען ברענגען צדדים לכאן ולכאן.
ארויסצוברענגען יענג'ס זייט, דער פראבלעם מיט געווענליכע פראגראמען איז אז עס שטופט געוויסע זאכן נישט וויאזוי מענטשן וואלטן געטון נאטורליך (למשל מענטשן נעמען נישט אזוי שנעל קיין ארבעט וואס צאלט מער), און דאס האלט זיי צוריק פון ארויסגיין פון זייער שפל המצב. און די מעלה מיט יוניווערסאל בעיסיק אינקאם איז אז עס איז יוניווערסאל, אן קיין טוישונגען צווישן מענטשן און מצבים, וואס לאזט פרייהייט פאר מענטשן זיך אליינס צו אנטוויקלען לויטן וועג וואס איז די בעסטע פאר זיי.

לענינינו, אויב צאלסטו לויט קינדער טייטשט עס אז דו באצאלסט פארן האבן קינדער. עס איז נישט פאסיג צופיל אריינצוגיין דא, אבער בני נח זענען נישט מצווה אויף פו"ר, און איינס פון די גרויסע פראבלעמען ביי די אומגליקליכסטע פון זיי איז דווקא די צופארענע משפחות מיט קינדער אן קיין חשבון און אן קיין עזר בחיים, און אסאך פון די געווענליכע פראגראמען מאכן עס נאר ערגער.

דו פרעגסט צו עס איז יושר אז א מאמע מיט 5 קינדער זאל ארויפגיין ווייניגער ווי א קאפל. אבער דאס וועט טאקע געבן דעם שטופ פאר די מאמע נישט צו האבן דעם זעקסטן קינד, און אנשטאט דעם זיך טרעפן א זיווג צו פארדאפלען די הכנסה, וואס וועט סתם אזוי העלפן די קינדער מער ווי א איבריגע טויזנטער.
אין אנדערע ווערטער, עס איז פונקט אזוי נישט קיין יושר אז די אחריות'דיגע קאפל זאל באקומען ווייניגער כדי צו קענען באצאלן פאר די אימפולסיווע מאמע וואס פאראומגליקליכט אירע דורות.


סארי באט האסט נאך נישט געווינען מיין וואט, אין למען האמת איך בין נישט זעכער אז די קענסט, ווייל נאכן ליינען וואס די האסט מיך גענטפערט, איז מיך גארנישט פארענטפערט געווארן, אבער איך האב שטארק הנאה פין אזא פראפעשענעל קאפיינער דא אויף אינזער וועלטעל, אין איך האף אז די וועסט יא ענטפערן,

איך וועל מיך האלטן צי איין זאך כדי גרינגער צי מאכן פאר דיך אין מיך,

איך מיין אז די האסט פארגעסען אז UBI איז נישט קיין וועלפער, איך האב גערעדט פין א פאמיליע וואס נעמט נישט קיין שטאטישע הילף זי פארדינט 30k, מיט די UBI גייט זי מאכן 42k אין נאכן אראפנעמען די נייע טעקס איז זי צריק כמעט צים אלטן, אין איר שכן די צוויי ליידיגייער וואס ביידע פארדינען יעצט 15k, ציזאמען 30k ווייל זיי זענען פויל, רופסטו אן אחריות'דיג אין זיי גייען פארדינען 54k,

אין די couch potato וואס וואוינט אין זיין מאמעס בעסמענט אין ארבעט נישט אין שפילט געמס א גאנצען טאג באקימט 12k

אין אגב האסט געשריבן אין די ערשטע בלעטער אז מען גייט געבען 12k כדי עס זאל נישט זיין מער ווי פאווערטי לעוועל, א פעמילי פין צוויי איז פאווערטי לעוועל 17k די געבסט 24k סאיז 50% העכער
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 8:19 am

איך בין נישט דא צו געווינען דיין וואוט, און איך בין נישט קיין פראפעשענאל קאמפיינער. אז דו פרעגסט ענטפער איך, דו דארפסט זיך אויף גארנישט אנטשולדיגן.
ניטאמאל האב איך געשריבן צו איך בין מסכים מיט יענג אויף דעם, נאר ארויסגעברענגט זיין זייט. (שאקער: איך בין נישט מסכים מיט יענג אויף אלעמען, כאטש בסך הכל האלט איך אז א לאנגע תקופה איז שוין פארביי פון ווען אמעריקע האט געהאט אזא גוטע קאנדידאט)

יעדע וועג וויאזוי דו וועסט אויסשטעלן א פראגראם קען מען טרעפן היכי תמצא'ס וואו עס איז נישט יושר'דיג. ווילאנג דער אומ'יושר איז נישט אז איינער באקומט ווייניגער ווי יעצט, נאר אז אנדערע באקומען מער, איז דער עיקר צו קוקן אויפן ברייטן בילד.

טאקע ווייל UBI איז נישט קיין וועלפעיר, פעלט אויס עס זאל זיין מיט וואס ווייניגער ביוראקראטיע און אז עס זאל וואס ווייניגער זיך אריינמישן אין די אינסענטיווס פון מענטשן נאר לאזן דעם נאטורליכן פלוס. וואס מער חילוקים און יוצאים מן הכלל דו לייגסט צו (קינדער, מערידזש סטאטוס), אלץ מער קומט צו ביוראקראטיע און אלץ מער קענען זיך טוישן נאטורליכע נייגונגען, און אלץ מער איז דער געפאר עס זאל ווערן פון UBI צו א פראגראם ווי אלע.

די מאמע פון 5 קינדער וואס פארדינט יעצט 30K און מיטן פרידאם דיווידענד 42K גייט נישט זיין כמעט ביים אלטן נאכן אראפנעמען די נייע שטייער. סיי ווייל עס איז נישט אזוי הויך בכלל, און סיי ווייל עס איז נישט אויף לעבנס פראדוקטן. און אויב די איינצלנע מוטער פון 5 קינדער אין אזא שטאנד געבט אויס אזויפיל פאר לוקסוס אייטעמס, איז טאקע זייער גוט אז זי באקומט נישט מער.

און פארוואס ביי אירע שכנים שרייבסטו אז זיי גייען פארדינען 54K? נאכן טעקס גייען זיי נישט זיין כמעט ביים אלטן?
און אגב, זיי זענען נישט קיין ליידיגייער בכלל, זיי זענען זייער אויסגערעכנט און אחריות'דיג, זיי פארדינען נאר 15K ווייל זיי האלטן אינמיטן שטודירן. ווען זיי וועלן ענדיגן, (וואס זיי וועלן נאר קענען באווייזן צוליב די מנוחת הנפש וואס דער פרידאם דיווידענד וועט זיי געבן), וועט ער אנטדעקן די רפואה פאר קענסער ל"ע, און זי וועט אויסשטעלן דעם מיטל-מזרח שלום פלאן וואס וועט ענדליך ארבעטן.

און דער קאוטש פאטעיטא וואס האט ביז יעצט געוואוינט אין זיין מאמע'ס בעיסמענט און נישט געארבעט און געשפילט געימס אגאנצן טאג, און זיין מאמע האט נישט געהאט קיין הארץ אים צו קאנפראנטירן ווייל וואו וועט ער גיין און וואס וועט ער טון, וועט זי אים יעצט זאגן "קינד מיינס, איך גיי פארדינגען דעם בעיסמענט. מיט דיינע 12K וועסטו זיך קענען אן עצה געבן אין די ביליגסטע געגנטער אין אמעריקע, קענסט דארט ווייטער שפילן"
און איינמאל ער וועט שוין האבן א פלאץ פאר זיך און פירן זיין אייגענעם בודזשעט, וועט די יש לו מנה רוצה מאתים אנהייבן צו ווירקן, און ער וועט שוין אנהייבן עפעס צו טון.

די איינציגסטע וועג צו פארשטיין די ווערט פון געלט איז צו פירן אליינס א בודזשעט. די יעצטיגע פראגראמען נעמען אוועק פון די געברויכער דעם קאפוויי פון זיך אויסרעכענען, די רעגירונג באציט זיך צו דיר ווי א קליין קינד וואס קען נאכנישט אליינס באשליסן וואס איז גוט פאר אים, און זאגט אים "שעפעלע, דו דארפסט נוצן די פאר הונדערט פאר עסן, זאלסט חלילה נישט זיין הונגעריג. שטעק עס נישט איין אין ריעל עסטעיט, דיין קעפעלע קען נאך וויי טון".
UBI וועט געבן פאר יעדן בירגער א בודזשעט צו פירן, פלוצלינג וועט יעדער פארשטיין אז געלט וואקסט נישט אויפן בוים און אז מען איז פויל האט מען נישט אין מויל.

איך האב געשריבן אז דער חלק וואס די רעגירונג גייט געבן פאר יעדן בירגער באזונדער וועט זיין הארט אונטערן פאווערטי לעוועל. זיכער וועט מען קענען נוצן דאס געלט אנצוקומען העכערן פאווערטי לעוועל, איין וועג איז דורך ארבעטן אביסל צו די זייט, א צווייטע וועג איז דורך חתונה האבן, א דריטע וועג איז אפאר חברים זאלן זיך צאמשטעלן אין איין קאסע.

די UBI איז נישט פאר די משפחות, נאר פאר יעדן בירגער העכער 18, צוליב די סיבות וואס איך האב געשריבן אויבן (ווייניגער ביוראקראטיע, נישט טוישן די נאטורליכע פלוס). דאס אז די זעלבע געלט גייט ווייטער ווען מענטשן שטעלן זיך צוזאם, צו איז עס מיט חתונה האבן אדער סתם א גרופע חברים, איז עפעס וואס די רעגירונג האט נישט וואס אריינצורעדן, און איז גראדע זייער א גוטע סייד אפעקט. דאס היינטיגע לעבן אויף די גאס איז צופיל אפגעטיילט און אפגעזונדערט יעדער פאר זיך, און דאס וועט זיין א שטופ פאר א געזונטערע לעבן.

USA - Marriage rate 1990-2017 Statista.png
USA - Marriage rate 1990-2017 Statista.png (26.17 KiB) געזעהן 659 מאל

1.png
1.png (189.03 KiB) געזעהן 659 מאל

living_alone.jpg
living_alone.jpg (90.15 KiB) געזעהן 659 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 8:43 am

Yang2020 האט געשריבן:לענינינו, אויב צאלסטו לויט קינדער טייטשט עס אז דו באצאלסט פארן האבן קינדער. עס איז נישט פאסיג צופיל אריינצוגיין דא, אבער בני נח זענען נישט מצווה אויף פו"ר, און איינס פון די גרויסע פראבלעמען ביי די אומגליקליכסטע פון זיי איז דווקא די צופארענע משפחות מיט קינדער אן קיין חשבון און אן קיין עזר בחיים, און אסאך פון די געווענליכע פראגראמען מאכן עס נאר ערגער.

דו פרעגסט צו עס איז יושר אז א מאמע מיט 5 קינדער זאל ארויפגיין ווייניגער ווי א קאפל. אבער דאס וועט טאקע געבן דעם שטופ פאר די מאמע נישט צו האבן דעם זעקסטן קינד, און אנשטאט דעם זיך טרעפן א זיווג צו פארדאפלען די הכנסה, וואס וועט סתם אזוי העלפן די קינדער מער ווי א איבריגע טויזנטער.
אין אנדערע ווערטער, עס איז פונקט אזוי נישט קיין יושר אז די אחריות'דיגע קאפל זאל באקומען ווייניגער כדי צו קענען באצאלן פאר די אימפולסיווע מאמע וואס פאראומגליקליכט אירע דורות.
(פארשטייט זיך אז דאס איז זייער שארף ארויסגעברענגט, און אסאך מאל איז די איינצלנע מאמע באמת גארנישט שולדיג און רוב מאל איז זי נישט אינגאנצן שולדיג. אבער דער פוינט בלייבט אז די רעגירונג דארף נישט צושטעלן אינסענטיווס פאר אומגליקליכע מצבים און דארף נישט שטופן ארימע משפחות צו האבן נאך קינדער צו פארגרעסערן די קאסע)


2.png
2.png (281.18 KiB) געזעהן 639 מאל


יעדע פאל וואס האט געהויבן דעם סטאטיסטיק מיט נאך איינס, איז נאך א בראך פאר סאסייעטי, נאך א טראגעדיע פארן קינד און זיינע ארומיגע, און נאך א בכיה לדורות.
און יא, דער וועג וויאזוי געוויסע רעגירונגס פראגראמען זענען אויסגעשטעלט איז אסאך שולדיג. ווער עס גלייבט מיר נישט זאל ליינען דאס ביכל Losing Ground: American Social Policy, 1950-1980, פון Charles Murray.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 9:59 am

נישט צו געבן א איינזייטיגע בליק, יענג האט פארשידענע פלענער צו העלפן איינצלנע עלטערן אין זייער טרויעריגן מצב. דאס רעכנט אריין העלפן בויען סופארט נעטווארקס, העלפן צושטעלן פאזיטיווע role models פאר די פאמיליעס, העלפן אויסצאלן טשיילדקעיר, און נאך.

די צד השוה שבהן איז אז זיי העלפן די משפחות ארויסצוקריכן, אן דעם וואס זיי זאלן געבן א סיבה אריינצוקריכן נאך טיפער אין גרוב.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 1:19 pm

איך האב געניצט די דוגמא צי ווייזן די נישט יושר, ווייל די נומבערס איז שטארק איינזייטיג, לאמיר גיין צי א אנדערע דוגמא,

אין אמעריקע איז דא איבער 7 מיליאן משפחות מיט דריי קינדער

צוויי עלטערן דריי קינדער די טאטע ארבעט די מאמע איז אינדערהיים ער פארדינט 50k די ראבאטס קימען ער פארלירט זיין זשאב זיי באקימען 24k פאווערטי לעוועל פאר א משפחה פין 5 יעצט פאר די אינפלעשן וואס UBI קען ברענגען איז $30,170 דאס מיינט אז זיי באקימען 80% פין פאווערטי לעוועל (דאס מיינט עס גייט זיי פעלען $6,170 צי קויפן עסען),

דער וואס שפילט געמיס ביי זיין מאמע גייען באקימען 150% (זיי גייען באקימען $7,500 א יאר מער ווי עס קאסט דאס לעבען) ער קען יעצט קויפן א נייע קאר קאמפיטער טעיקאט יעדען טאג,

אין די מאמע פין 4 קינדער וואס איר מאן איז געווען א פאליס וואס איז דעשאסן געווארן אדער א פייערלעשער אין פארברענט געווארן זי גייט נאר באקימען 33% פין פאווערטי לעוועל, איר פעלט $18,000, איר הויז וועט דער געים שפילער קויפן ווען די באנק נעמט עס אוועק, ער וועט האלטן דארט זיינע אלטע קאמפיטערס

וועסט מיר מוחל זיין אבער איך פאנג אן צי טראכטן אז יענג האט נאר געטראכט פין די ליבעראלע קאלעדש יוגענט ווען ער האט געמאכט די פלאן, ווייל נאר פאר זיי ארבעט עס, דער נארמאלע גוי מיט א משפחה באקימט די short end of the stick
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 1:26 pm

איין זאך וואס איך וויל פארשטיין, אויב די ציל פון UBI איז אז מען זאל האבן נאנט צו די poverty level, פארוואס נישט בינדן UBI צו די poverty level? מען זאל זאגן אז UBI איז 80% poverty level. טויזענט דאללער היינט איז וועט נישט זיין ווערט קיין טויזענט דאללער אין 10 יאר ארום. ממילא אז מען מאכט עס אזוי, וועט שוין אויסקומען אז איינער מיט קינדער וועט באקומען מער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”