ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בלינצע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » זונטאג אוקטובער 13, 2019 1:55 am

יענג'ס קאמפיין לאגא קוקט אויס ווי א עיר ליין לאגא

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 10:11 am

יענג האט געמאלדן ביי די ענדע פון די לעצטע דעבאטע, אז (וויבאלד די דעבאטעס זענען מער ווייניגער ווערטלאז), קען מען אים אריינשיקן פראגעס אויף זיין וועבסייט, https://www.yang2020.com , און ער וועט אוועקגעבן צען שעה דעם קומענדיגן פרייטאג זיי צו ענטפערן לייוו.

אלס א סערוויס פאר די אייוועלט מעמבערס, וואס טייל פון זיי זענען בלאקירט פון יענעם סייט, קען מען מיר שרייבן (בעסער פריוואט). מען דארף א גאנצע נאמען (קען זיין א פאלשע), אימעיל אדרעס, זיפ קאוד, און פראגע אויף ענגליש.
נאך מער, אויב וועט יענג נישט אנקומען צו אייער פראגע, וועל איך עס פרובירן צו פארענטפערן, מיט די צייט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 11:31 am

איך וואלט געוואלט וויסען פארוואס ער טוהט זיך אויף מיט אלאסקעס אימפלימענטען יו בי איי ווען אלאסקע איז פון די איינציגסטע שטאטען וואס האבען דיקריעסד מיט נייע זשאבס און די צייט וואס די גאנצע לאנד האט אינקריעסד אין נייע זשאבס.

חוץ טאמער ער וויל פון דארט אויפווייזען אז רעפובליקאנע זענען פאר די יו בי איי איידיע (אלאסקע האט א רעפובליקען לידערשיפ) אויב דאס איז די סיבה זאל ער דאס אוועק לייגען פאר די זשענעראל עלעקשאן ווייל אין קעיס ער ווייסט נישט לויפט ער דערווייל אויף די דעמאקראטישע טיקעט.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10274
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 12:10 pm

ער ברענגט אסאך ארויס אז רעפאבליקאנער וועלן עס זיין גרייט צו מאכן, דאס איז א וויכטיגע זאך ביים עולם, אז עס זאל עכט קענען ווערן געזעץ.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 12:25 pm

מטעמים, קענסטו ביטע ברענגען א מקור אז דזשאבס אין אלאסקא האבן דיקריעסד? דו האסט נאר געברענגט אז אנעמפלוימענט איז העכער ווי אין לאנד, אבער דאס איז אלעמאל געווען אן קיין שייכות צו UBI, ווי שוין ערקלערט אויבן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:12 pm

אפשר פרעגסט עם וואס עס גייט עם אן א מענטשן מל'ן זייערע קינדער?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:43 pm

אפשר פרעגט ער דיר פארוואס דו גלייבסט יעדע נארישע לשון הרע'לע? :wink:
זע דא און ווייטער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:48 pm

Yang2020 האט געשריבן:אפשר פרעגט ער דיר פארוואס דו גלייבסט יעדע נארישע לשון הרע'לע? :wink:
זע דא און ווייטער.

געזען ער זאגט אז פאר רעליגיעזע סיבות אז ער פאר דעם, מיין קשיא איז וואס עס גייט עם אן אז מען טוהט עס אפילו בלויז פאר פיער פרעשור? אדער פאר געזונטהיינט סיבות? אין אנדערע ווערטער פארוואס בכלל נעמען א שטעלונג?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 6:47 pm

נישט קיין שטעלונג, נאר סתם א פערזענליכע אפיניאן. און נישט אז פאר רעליגיעזע סיבות זאגט ער גארנישט, נאר די איינציגסטע זאך וואס שטערט אים איז ווען דאקטוירים לייגן דרוק אויף עלטערן (דורך פארציילן נאר די האלבע זייט), כאילו מילה איז די איינציגסטע סענסיבל אפציע.

איך קען אים פרעגן די שאלה, אבער עס ריכטיג אראפצולייגן דארף איך ערשט פארשטיין די אנדערע זייט. דו האלטסט אז עס נישט קיין פראבלעם אז עלטערן ווערן געפירט צו טון מיט זייער קינד'ס קערפער עפעס וואס זיי וואלטן נישט געטון ווען זיי הערן ווען ביידע זייטן? און אויף אזוי ווייט נישט קיין פראבלעם, אז עס איז אינטערעסאנט פארוואס איינער האט בכלל א פערזענליכע אפיניאן דערוועגן? קענסטו זיך מסביר זיין?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:05 pm

Yang2020 האט געשריבן:נישט קיין שטעלונג, נאר סתם א פערזענליכע אפיניאן. און נישט אז פאר רעליגיעזע סיבות זאגט ער גארנישט, נאר די איינציגסטע זאך וואס שטערט אים איז ווען דאקטוירים לייגן דרוק אויף עלטערן (דורך פארציילן נאר די האלבע זייט), כאילו מילה איז די איינציגסטע סענסיבל אפציע.

איך קען אים פרעגן די שאלה, אבער עס ריכטיג אראפצולייגן דארף איך ערשט פארשטיין די אנדערע זייט. דו האלטסט אז עס נישט קיין פראבלעם אז עלטערן ווערן געפירט צו טון מיט זייער קינד'ס קערפער עפעס וואס זיי וואלטן נישט געטון ווען זיי הערן ווען ביידע זייטן? און אויף אזוי ווייט נישט קיין פראבלעם, אז עס איז אינטערעסאנט פארוואס איינער האט בכלל א פערזענליכע אפיניאן דערוועגן? קענסטו זיך מסביר זיין?

ער וויל מער פון דעם, ער וויל -און דאס איז יא א פאליסי- אז מען זאל מסביר זיין און שפיטאל בטוב טעם ודעת ביידע צדדים אין א קונטרוס, פונקט ווי מען טוהט היינט מיט מציצה, און איך קען נישט זאגן אז ס'איז אומגערעכט פאר זוך. אבער בכלל רעדען פון דעם נושא מאכט מיר אומבאקוועם. ווי לאנג דער גוי האלט אז עס איז נארמאל און געזונט בין איך פארזיכערט אז קיין גזירה קעגן ברי"מ וועט נישט קומען.

איבער זיין פערזענליכע אופניען האט ער זיך קלאר פאררופען אויף די אנטי-מילה גרופ, זאגענדיג אז history will be more on their side כאטש זיי ווילן אז אפילו אידען זאל נישט קענען זיך מל'ן. נאר שפעטער האט ער קלארגעשטעלט אז פאר רעליגיע האלט ער אנדערש.

בקיצור פארוואס בכלל רעדן דערפון? עס איז פאר יעדעם אסאך אנגענעמער אז מען רעדט נישט פון דעם.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:37 pm

Waukesha האט געשריבן:
ער וויל מער פון דעם, ער וויל -און דאס איז יא א פאליסי-

סארי, איך האב זיך אפגעשטעלט דא.
ער האט איבער 130 פאליסיס אויף זיין בלאט, קענסטו מיר ביטע טון א טובה און מיר ווייזן וואו דער פאליסי איז? איך זוך עס שוין חדשים לאנג!...

(און יעצט אז אזא אפענע זאך איז נישט אמת, פארוואס זאלסטו גלייבן דיין סאורס אויף די איבריגע?)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:50 pm

און אנדערע ווערטער, אויב ווילסטו האבן די סערוויס צו קענען פרעגן א שאלה פון יענג אויף אידיש, וועט עס קודם מוזן ווערן עפראווט דורך יענג2020. ער גייט נישט שיקן א שאלה וואס ער האלט נישט דערפון. (וועט איינער אויפקומען מיט אזא גוטע שאלה? טיים וויל טעל...)

וויאזוי גייט עס ארבעטן, ער וועט זיצן 10 שעה בלי הפסק און יעדער וועט עס קענען מיטהאלטן?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 8:10 pm

רואיג! האט געשריבן:און אנדערע ווערטער, אויב ווילסטו האבן די סערוויס צו קענען פרעגן א שאלה פון יענג אויף אידיש, וועט עס קודם מוזן ווערן עפראווט דורך יענג2020. ער גייט נישט שיקן א שאלה וואס ער האלט נישט דערפון. (וועט איינער אויפקומען מיט אזא גוטע שאלה? טיים וויל טעל...)

:lol:

אויב וויל מיר איינער נוצן אלס שליח, איבערצוגעבן א שאלה געשריבן אויף ענגליש, וועל איך עס גערן טון. אבער אליין איבערטייטשן עפעס וואס איך האלט נישט דערפון בין איך טאקע פויל.

רואיג! האט געשריבן:וויאזוי גייט עס ארבעטן, ער וועט זיצן 10 שעה בלי הפסק און יעדער וועט עס קענען מיטהאלטן?

יא. ער האט שוין געטון אזאנס אויף רעדיט און אויף Quora. כאטש נישט אזויפיל שעה.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 8:12 pm

Yang2020 האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
ער וויל מער פון דעם, ער וויל -און דאס איז יא א פאליסי-

סארי, איך האב זיך אפגעשטעלט דא.
ער האט איבער 130 פאליסיס אויף זיין בלאט, קענסטו מיר ביטע טון א טובה און מיר ווייזן וואו דער פאליסי איז? איך זוך עס שוין חדשים לאנג!...

(און יעצט אז אזא אפענע זאך איז נישט אמת, פארוואס זאלסטו גלייבן דיין סאורס אויף די איבריגע?)

דאס איז מיין מקור

But in an interview with The Daily Beast, he said that if he were elected he would incorporate that view into public policy, mainly by pushing initiatives meant to inform parents that they don’t need to have their infants circumcised for health reasons.

נאכן איבערליינען זעה איך אז ער זאגט נישט טאקע די ווארט קונטרס, נאר initiatives meant to inform איך האב דאס גענומען צו מיינען קונטרסים, אבער איך שיהי' וויל ער אז מען זאל גוט דורכרעדן די זאך, אז די זאך זאל ליגן אויפ'ן טיש. דאס איז א זאך וואס מאכט מיר זייער אומבאקוועם, און קיין גוטס פאר אידן וועט זיכער נישט קומען פון דעם.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 8:22 pm

אט האסטו נאך אפאר קעפלעך פון די דעילי ביעסט איבער יענג:

Andrew Yang's Dumb Gimmick Stepped

2020 Democrats Laugh After Andrew Yang

Democrats, Beware of Andrew Yang's Insane Vision for America

און אזוי ווייטער. אויב כאפסטו נאך אלץ נישט, איז די דעילי ביעסט פון די גרעסטע באשמוצער פון יענג, קיין נארמאלע ארטיקל איבער אים פון זיי וועסטו פאר קיין רפואה נישט טרעפן.
(איך מיין אז זיי קעמפן פאר סענדערס און באשמוצן אלע אנדערע. אבער נישט קיין חילוק די סיבה, דאס זענען די פאקטן)

"דאס איז יא א פאליסי" טייטשט אז יענג אדער זיין קאמפיין האט עס אפיציעל דערקלערט אלס פאליסי, אדער ווייניגסטנס אז ער האט אפיציעל דערקלערט אז ער פלאנט עס איינצופירן אלס פאליסי. די דעילי ביעסט'ס חלומות, ווען ער האט שוין אזויפיל מאל דערקלערט אז עס איז נישט קיין פאליסי און וועט קיינמאל נישט זיין, איז ערגער ווי דברים בטלים.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 8:25 pm

Yang2020 האט געשריבן:אט האסטו נאך אפאר קעפלעך פון די דעילי ביעסט איבער יענג:

טענה'סט אז די daily beast האט סתם אויפגעמאכט א quote וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט? די interview איז כאטש יא געווען? אדער דאס איז אויך פאלש?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 8:33 pm

Yang2020 האט געשריבן:נישט קיין שטעלונג, נאר סתם א פערזענליכע אפיניאן. און נישט אז פאר רעליגיעזע סיבות זאגט ער גארנישט, נאר די איינציגסטע זאך וואס שטערט אים איז ווען דאקטוירים לייגן דרוק אויף עלטערן (דורך פארציילן נאר די האלבע זייט), כאילו מילה איז די איינציגסטע סענסיבל אפציע.

איך קען אים פרעגן די שאלה, אבער עס ריכטיג אראפצולייגן דארף איך ערשט פארשטיין די אנדערע זייט. דו האלטסט אז עס נישט קיין פראבלעם אז עלטערן ווערן געפירט צו טון מיט זייער קינד'ס קערפער עפעס וואס זיי וואלטן נישט געטון ווען זיי הערן ווען ביידע זייטן? און אויף אזוי ווייט נישט קיין פראבלעם, אז עס איז אינטערעסאנט פארוואס איינער האט בכלל א פערזענליכע אפיניאן דערוועגן? קענסטו זיך מסביר זיין?

וואקסינען האלט ער אויך אז מען דארף מסביר זיין ביידע צדדים בטוב טעם ודעת?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 8:40 pm

Waukesha האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:אט האסטו נאך אפאר קעפלעך פון די דעילי ביעסט איבער יענג:

Andrew Yang's Dumb Gimmick Stepped

2020 Democrats Laugh After Andrew Yang

Democrats, Beware of Andrew Yang's Insane Vision for America

און אזוי ווייטער. אויב כאפסטו נאך אלץ נישט, איז די דעילי ביעסט פון די גרעסטע באשמוצער פון יענג, קיין נארמאלע ארטיקל איבער אים פון זיי וועסטו פאר קיין רפואה נישט טרעפן.
(איך מיין אז זיי קעמפן פאר סענדערס און באשמוצן אלע אנדערע. אבער נישט קיין חילוק די סיבה, דאס זענען די פאקטן)

"דאס איז יא א פאליסי" טייטשט אז יענג אדער זיין קאמפיין האט עס אפיציעל דערקלערט אלס פאליסי, אדער ווייניגסטנס אז ער האט אפיציעל דערקלערט אז ער פלאנט עס איינצופירן אלס פאליסי. די דעילי ביעסט'ס חלומות, ווען ער האט שוין אזויפיל מאל דערקלערט אז עס איז נישט קיין פאליסי און וועט קיינמאל נישט זיין, איז ערגער ווי דברים בטלים.

טענה'סט אז די daily beast האט סתם אויפגעמאכט א quote וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט? די interview איז כאטש יא געווען? אדער דאס איז אויך פאלש?

יא. זיי האבן שוין געטון ערגערס. משא"כ יענג האב איך נאכנישט געכאפט ביי קיין ליגנט.

און עס איז נישט קיין דירעקטע קוואוט, און דער אינטערוויו איז אפשר טאקע געווען, און יענג האט זיך אפשר אויסגעדרוקט מיט ווערטער וואס אויב וויל מען זייער שטארק קען מען זיי אזוי אויסדרייען. זיי זענען שונד-בלאט שרייבער און מומחים אין פארדרייען, און ער איז נישט קיין פאליטישאן און ער רעדט זייער אפען פון זיינע אפיניאנס איבער אלעס און אלעמען, אריינגערעכנט וועלכע ספארט טיעמס זענען גארנישט ווערט. דאס מיינט נישט אז ער גייט הייסן עלטערן חתמ'ענען צעטעלעך פאר זיי שיקן זייערע קינדער צו יענע טיעמס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 8:41 pm

Think and Thank האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:נישט קיין שטעלונג, נאר סתם א פערזענליכע אפיניאן. און נישט אז פאר רעליגיעזע סיבות זאגט ער גארנישט, נאר די איינציגסטע זאך וואס שטערט אים איז ווען דאקטוירים לייגן דרוק אויף עלטערן (דורך פארציילן נאר די האלבע זייט), כאילו מילה איז די איינציגסטע סענסיבל אפציע.

איך קען אים פרעגן די שאלה, אבער עס ריכטיג אראפצולייגן דארף איך ערשט פארשטיין די אנדערע זייט. דו האלטסט אז עס נישט קיין פראבלעם אז עלטערן ווערן געפירט צו טון מיט זייער קינד'ס קערפער עפעס וואס זיי וואלטן נישט געטון ווען זיי הערן ווען ביידע זייטן? און אויף אזוי ווייט נישט קיין פראבלעם, אז עס איז אינטערעסאנט פארוואס איינער האט בכלל א פערזענליכע אפיניאן דערוועגן? קענסטו זיך מסביר זיין?

וואקסינען האלט ער אויך אז מען דארף מסביר זיין ביידע צדדים בטוב טעם ודעת?

לאמיר ציטירן מיין תגובה פון אויבן.

Yang2020 האט געשריבן:זייער ריכטיג. דאס איז א זאך וואס געוויסע אין די מידיא, וואס האבן ליב סענזאציעס, האבן אויפגעבלאזן ארויס פון יעדן פראפארץ.

ענדרו יענג האט זייער אסאך פאליסיס אויף זיין בלאט, אריינגערעכנט אויף זאכן וואס הייסן נארמאל צו קליין פאר א פרעזידענט, ווי עלימינירן דעם פעני און אפשטעלן ראבא-קאלס. אבער איבער מילה שטייט נישט און איז קיינמאל נישט געשטאנען דארט, כאטש די מידיא האט א שטיק צייט גערודערט איבער זיין מילה "פאליסי".

דאס איז נישט קיין פאליסי נאר א פערסאנעל אפיניאן וואס איינער האט ארויסגעקוועטשט פון אים, און האט גארנישט מיט אונזער מילה.
ארום 50% גויים אין אמעריקע נעמען אראפ די ערלה, אין טייל וועגן שוואכע שטודיעס וואס צייגן שוואכע געזונטהייט בענעפיטן, אבער אין די זעלבע צייט זענען אויך דא שוואכע שטודיעס וואס צייגן שוואכע געזונטהייט בענעפיטן אויף פארקערט. רוב עלטערן ווייסן גארנישט איבער דעם, און אסאך דאקטוירים שטופן אראפצונעמען די ערלה פון ניי געבוירענע אלס דיפאלט.
אויף דעם האט ער געזאגט אז ער פערזענליך האלט אז דאס איז נישט ריכטיג, און דאקטוירים וואלטן געדארפט אראפלייגן די גאנצע קעיס פאר די עלטערן, זיי זאלן באשליסן.
פארשטייט זיך אז דאס האט בכלל נישט קיין שייכות מיט אונזער הייליגע מילה, וואס איז נישט פאר געזונטהייט נאר אות ברית קודש. א שאד די גאנצע מדובר.

(אויב עפעס איז עס א מעלה אז ווייניגער גויים וועלן זיך מל'ן, ווי די מפרשים פרעגן אויף יוסף וואס האט געהייסן די מצריים זיך מל'ן)

נאך עפעס שווער?
לויט ווי איך קען אים, אויב וואלט געווען א קאנצעזוס אז אראפנעמען די ערלה איז מעדיציניש ראטזאם, אזא סארט קאנצעזוס ווי ביי וואקסינען, וואלט ער געטוישט זיין מיינונג אינעם זעלבן טאג.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 8:45 pm

אנטשולדיגט, אבער דו האסט בכלל נישט געענטפערט מיין פראגע.
וואס איז דער קובע ביי וועלכע זאך דאקטוירים דארפן פארשטעלן ביידע זייטן, און ביי וועלכע זיי מעגן זאגן נאר זייער אייגענע מעדיצינישע מיינונג?

---------
אקעי, איך זעה יעצט דיין לעצטע שורה (צוגעשריבן נאכ'ן פאוסטן?). סאו יעדע זאך וואס איז נישט קיין קאנסענסוס מ טאר דער דאקטאר נישט זאגן וואס ער האלט?
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מיטוואך אוקטובער 16, 2019 9:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 8:47 pm

האב איך געפרעגט דירעקט טאמער דאס וואס די daily beast שרייבט איז ריכטיג צו נישט, וועלען מיר זען טאמער און וואס ער וועט ענטפערען אויף פרייטאג.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 9:01 pm

Think and Thank האט געשריבן:אנטשולדיגט, אבער דו האסט בכלל נישט געענטפערט מיין פראגע.
וואס איז דער קובע ביי וועלכע זאך דאקטוירים דארפן פארשטעלן ביידע זייטן, און ביי וועלכע זיי מעגן זאגן נאר זייער אייגענע מעדיצינישע מיינונג?

פונקטליכע גדרים קען איך דיר נישט זאגן על רגל אחת, אבער ווען 1) עס טוישט דאס קינד'ס קערפער, 2) די מעדיצינישע פאקטן זענען זייער שוואך און אומזיכער, 3) מענטשן ווייסן נישט בכלל אז עס איז א נושא, און דאקטוירים לייגן אראפ זייער אייגענע מיינונג כאילו עס איז נישט דא קיין צווייטע זייט, האלט יענג אז עס איז נישט קיין יושר.

עס וואונדערט מיר אז אזא מיינונג איז בכלל קאנטראווערסיאל. אבער עניוועי, דאס איז זיין פערזענליכע אפיניאן, און ער האלט אויך אז באבל טיי איז מער געשמאק ווי געווענליכע טיי. איך בין קאטעגאריש מחולק.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 9:02 pm

Waukesha האט געשריבן:האב איך געפרעגט דירעקט טאמער דאס וואס די daily beast שרייבט איז ריכטיג צו נישט, וועלען מיר זען טאמער און וואס ער וועט ענטפערען אויף פרייטאג.

גוט האסטו געטון!
ער וועט מסתמא נישט אנקומען צו ענטפערן אלע פראגן, אבער איך האף אז דאס וועט ער ענטפערן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

בלינצע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 9:24 pm

Waukesha האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:נישט קיין שטעלונג, נאר סתם א פערזענליכע אפיניאן. און נישט אז פאר רעליגיעזע סיבות זאגט ער גארנישט, נאר די איינציגסטע זאך וואס שטערט אים איז ווען דאקטוירים לייגן דרוק אויף עלטערן (דורך פארציילן נאר די האלבע זייט), כאילו מילה איז די איינציגסטע סענסיבל אפציע.

איך קען אים פרעגן די שאלה, אבער עס ריכטיג אראפצולייגן דארף איך ערשט פארשטיין די אנדערע זייט. דו האלטסט אז עס נישט קיין פראבלעם אז עלטערן ווערן געפירט צו טון מיט זייער קינד'ס קערפער עפעס וואס זיי וואלטן נישט געטון ווען זיי הערן ווען ביידע זייטן? און אויף אזוי ווייט נישט קיין פראבלעם, אז עס איז אינטערעסאנט פארוואס איינער האט בכלל א פערזענליכע אפיניאן דערוועגן? קענסטו זיך מסביר זיין?

ער וויל מער פון דעם, ער וויל -און דאס איז יא א פאליסי- אז מען זאל מסביר זיין און שפיטאל בטוב טעם ודעת ביידע צדדים אין א קונטרוס, פונקט ווי מען טוהט היינט מיט מציצה, און איך קען נישט זאגן אז ס'איז אומגערעכט פאר זוך. אבער בכלל רעדען פון דעם נושא מאכט מיר אומבאקוועם. ווי לאנג דער גוי האלט אז עס איז נארמאל און געזונט בין איך פארזיכערט אז קיין גזירה קעגן ברי"מ וועט נישט קומען.

איבער זיין פערזענליכע אופניען האט ער זיך קלאר פאררופען אויף די אנטי-מילה גרופ, זאגענדיג אז history will be more on their side כאטש זיי ווילן אז אפילו אידען זאל נישט קענען זיך מל'ן. נאר שפעטער האט ער קלארגעשטעלט אז פאר רעליגיע האלט ער אנדערש.

בקיצור פארוואס בכלל רעדן דערפון? עס איז פאר יעדעם אסאך אנגענעמער אז מען רעדט נישט פון דעם.

קענסט זיין העכסט רואיג, זיין מיינונג גייט נישט אויסמאכן קיין כי הוא זה.

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 11:11 pm

Yang2020 האט געשריבן: יענג רעדט זייער אפען פון זיינע אפיניענס איבער אלס און אלעמען, אריינגערעכנט וועלכע ספארט טיעמס זענען גארנישט ווערט. דאס מיינט נישט אז ער גייט הייסן עלטערן חתמ'ענען צעטעלעך פאר זיי שיקן זייערע קינדער צו יענע טיעמס.

און יענג איז נעבעך א חסיד פון אלע לוזער טיעמס...

וואס איז געשען מיט די יענג vs קרוז געים? (דאס איז שוין א שאלה).

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”