ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:44 am

און ס'גייט נישט זיין קיין פראבלעם אז מענטשן האבן נישט וואס צו טון, ווייל מ'גייט טוישן די וועג וויאזוי מ'מעסט די חשיבות פון פעולות.

למשל שרייבן אויף אייוועלט, וועט ווערן אנערקענט אלץ וויכטיגע סערוויס פאר די מענטשהייט.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:20 pm

צווייפעל האט געשריבן:מר. יענג, נאך א קשיא

לאמיר זאגן אז 1000 דאללער איז טאקע א קליינע סכום, אבער למעשה עפענט עס אויף א נייע באגריף, אז מען קריגט געלט אומזינסט ! אן גארנישט טון !

סא דער קומענדיגער קאנדידאט נאך יענג, וועט קאמפיינען אז ער וועט גיבן 1500, ווייל טויזנט איז דאך גארנישט, נאכדעם וועלן עטליכע ליבעראלן פארלאנגען 2k אדער מער, איז דאס נישט קיין וועג צו א סעלף דעסטראקשן ?

די רגע וואס עס ווערט א נארמאלע מושג אז געלט קומט אן אומזינסט, ווער גייט דאס צוימען צו טויזנט ?

דאס איז די פשוטסטע וועג מסביר צו זיין וויאזוי די יענג פלאן וועט ברענגן מער חורבן ווי נוצן.

בכלל קוקן זיינע פאליסיס אויס ווי איינער - גראדע א קלוגע פערזאן מיט א הויכע איי קיו - זיצט ביי א קאומפיוטער און רי-דיזיינט די גאנצע געזעלשפאט, איין פאליסי איז געוואנדן אינעם צווייטן, און שטעלט אויס א גאנץ שאך ברעטל וויאזוי אמעריקע דארף/זאל אויסקוקן אין זיין דמיון, נישט קיין שלעכטע באשעפטיגונג אבער איך זעה נישט וויאזוי דאס זאל זיין דורכפירבאר, אפשר זאל ער לויפן פארן פרעזידענטס אמט אויפן מאדים א רעגירן אויף עלאן מאסק'ס לאנד.

די איידיע ווי מ'טוישט די וועג וויאזוי מ'מעסט חשיבות איז שוין אמאל ערגעץ אויספראבירט געווארן?.

היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

תגובהדורך היט-אפ מויל & קיפעד » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:28 pm

צווייפעל האט געשריבן:מר. יענג, נאך א קשיא

לאמיר זאגן אז 1000 דאללער איז טאקע א קליינע סכום, אבער למעשה עפענט עס אויף א נייע באגריף, אז מען קריגט געלט אומזינסט ! אן גארנישט טון !

סא דער קומענדיגער קאנדידאט נאך יענג, וועט קאמפיינען אז ער וועט גיבן 1500, ווייל טויזנט איז דאך גארנישט, נאכדעם וועלן עטליכע ליבעראלן פארלאנגען 2k אדער מער, איז דאס נישט קיין וועג צו א סעלף דעסטראקשן ?

די רגע וואס עס ווערט א נארמאלע מושג אז געלט קומט אן אומזינסט, ווער גייט דאס צוימען צו טויזנט ?

די זאך איז, די ערשטע טויזענט דאלער איז דאך נאר צו קענען געווינען די קאנדידאטור, אדער בלויז צו קוואלאפאצירן צום צווייטן דעבאטע... צושטאנד קומען וועט דאס ממילא נישט. אשא״כ איז עס טאקע נישט קיין פראבלעם

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:32 pm

אויף די שאלה קען זיין אסאך וועגן צו ענטפערן, אפשר וועל איך שפעטער האבן מער צייט.
די וואס האלטן אז אלעס וועט ווערן אויטאמאטיזירט נעמען אן פאר פשוט אז דאס איז טאקע די לאגישע און ריכטיגע ענדציל, ווי רואיג! העכער מיר און ווי שלמה הילדעסהיימער אפאר בלעטער ארויף. מענטשהייט וועט סוף סוף באפרייט ווערן פון די קללה פון ארבעט און אלע וועלן געניסן פון די השפעה וואס ראבאטן וועלן ברענגען. איך בין נישט אזוי זיכער.

אבער סייווי בין איך אומבאקוועם מיט די סארט סליפערי סלאופ ארגומענטן. דער פרידאם דיווידענד איז אויסגעשטעלט מיט measurables, מיט א חשבון פון וואו צו נעמען דאס געלט אן איבערצודרייען די גאנצע עקאנאמיע, און אז דאס געלט זאל זיין אונטערן פאווערטי ליין, אא"וו. אויב וועט איינער קומען און פארשלאגן 100K א חודש וועט עס זיין זייער א אנדערע סארט פלאן, און האפנטליך וועלן רוב מענטשן זיין גענוג קלוג דאס צו פארשטיין. ווען סאושעל סעקיוריטי למשל איז איינגעפירט געווארן, וואלט אויך געקענט זיין א זארג אז יעדער פאליטישען וועט אראפברענגען די רעטייערמענט עידזש מיט נאך 5 יאר, אבער עס גייט נישט ממש אזוי.

פארוואס זאלן מיר זיך צוריקהאלטן פון צו טון וואס איז די בעסטע פאר אונז, ווייל די שפעטערדיגע דורות וועלן זיך אפשר באנארישן? לאמיר טון די בעסטע פאר יעצט, און לאזן די שפעטערע זיך ספראווען מיט זייערע פראבלעמען.

---

על ראשדא האקט. נאך דא אסאך מסביר צו זיין פארוואס די "חורבן" איז א איינרעדעניש און איז נישט קיין טענה בכלל, אפשר שפעטער. דער כלל וואס איך נעם אלעמאל אן איז אז פאקטן קומען פאר טעאריעס, און אין פאקט איז דער פראבלעם קיינמאל נישט געשען אין אלאסקא און אנדערע פלעצער ווי UBI אדער סעמי UBI גייט אן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:34 pm

היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:מר. יענג, נאך א קשיא

לאמיר זאגן אז 1000 דאללער איז טאקע א קליינע סכום, אבער למעשה עפענט עס אויף א נייע באגריף, אז מען קריגט געלט אומזינסט ! אן גארנישט טון !

סא דער קומענדיגער קאנדידאט נאך יענג, וועט קאמפיינען אז ער וועט גיבן 1500, ווייל טויזנט איז דאך גארנישט, נאכדעם וועלן עטליכע ליבעראלן פארלאנגען 2k אדער מער, איז דאס נישט קיין וועג צו א סעלף דעסטראקשן ?

די רגע וואס עס ווערט א נארמאלע מושג אז געלט קומט אן אומזינסט, ווער גייט דאס צוימען צו טויזנט ?

די זאך איז, די ערשטע טויזענט דאלער איז דאך נאר צו קענען געווינען די קאנדידאטור, אדער בלויז צו קוואלאפאצירן צום צווייטן דעבאטע... צושטאנד קומען וועט דאס ממילא נישט. אשא״כ איז עס טאקע נישט קיין פראבלעם


האט איר געוואוסט אז א UBI געזעץ איז שוין צוויי מאל דורכגעפירט געווארן אין קאנגרעס אין די צייטן פון ניקסאן, און איז אפגעהאלטן געווארן אין סענאט דורך די דעמאקראטן?

איינמאל יענג איז פרעזידענט, און איז בעיקר געווארן פרעזידענט אויף אזא פלאטפארמע, איז דער פלאן בכלל נישט אזא ווייטער חלום.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:02 pm

@יענג.

נעמט טאקע די סאושעל סעקיוריטי פלאן וואס איז- דערווייל -דענסטינד צו באנקראטירן, גייט צוריק צו די מאלן-טאוועל פון די פלאנירער, און זאג מיר צו די זעהסט סוקסעס אדער חורבן?.

אויב היסטאריע פראווט איינמאל און נאכאמאל אז וועלפעיר פראגראמען ווערן אביוזד און אויסגענוצט דורך פאליטישאנס, פאסט זיך צו זאגן אויף הונדערט פראצענט אז מיט די יענג פלאן וועט געשען דאס זעלבע, אויב אזוי האבן מיר נישט קיין יענג פלאן, מיר לאזן זיך אריין אין א פראגראם וואס איך קען דיר כמעט פארשרייבן וויאזוי דאס גייט אויסקוקן אין אפאר צענדליג יאר ארום (און מן הסתם פריער), און דאס ענדעלט ניטאמאל צו יענג'ס פלאן.

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:16 pm

דאס איז נישט קיין וועלפעיר פלאן. דאס איז די פונדאמענטאלע חילוק. וועלפעיר פראגראמען ציען צו ביוראקראטיע, דאס שניידט - אויב עפעס - אוועק ביוראקראטיע.

דו קענסט טיילן פעטע מוציא'ס פאר א געוויסע גרופע כדי זיך צו לעקן צו זיי, אבער ווען דו געבט פאר אלע די זעלבע דיקע רעפטלעך ווערן זיי ראציאנאל און אפילו סקעפטיש. די גרעסטע ראיה איז, אז עס איז קיינמאל נישט געשען אזא סצענע אין אלע פלעצער וואו UBI איז שוין איינגעפירט. די צווייט גרעסטע ראיה איז, פארוואס איז טאקע קיין איין פאליטישאן נאכנישט געשפרינגען צו טיילן 10K א חודש? אלע וועלן דאך וועלן פאר אים, ניין? (די דריט גרעסטע ראיה איז, אז יענג האלט נאכנישט ביי דאבל-דידזשיטס אין די פאולס...)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:25 pm

Yang has all the makings of a dark horse candidate who could go deep in the election if enough people don’t take him seriously and the right people do.


Yang’s message resonates with both Sanders and Trump voters because it starts from the premise that things are broken and going to get worse for American workers. He doesn’t blame rich people (Sanders) or immigrants (Trump). Instead, he blames automation. It’s the robots that are stealing your job, not the Mexican family down the street. And, in case you haven’t heard, this message is working: Yang is surging.


If I had to bet on anyone breaking through, I’m putting my money on Yang.


The Democrats have a new dark horse.



אין אנדערע נייעס, באריכטעט בעלאטפעדיע אז יענג דאמינירט שוין די פעידזש וויוס די צווייטע וואך אין א צי (זע אויבן), און איז דער צווייטער קאנדידאט אנצוקומען צו 100K וויוס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 1:46 pm

Yang2020 האט געשריבן:The Democrats have a new dark horse.


אויך נעיט סילווער און זיינע מיטארבעטער אויף 538 באטיטלען יענג 'דער' טונקעלער פערד פון די עלעקשאנס אין זייער פאדקעסט (אנגעהויבן ביי 17 מינוט).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:21 pm

Yang2020 האט געשריבן:אויף די שאלה קען זיין אסאך וועגן צו ענטפערן, אפשר וועל איך שפעטער האבן מער צייט.
די וואס האלטן אז אלעס וועט ווערן אויטאמאטיזירט נעמען אן פאר פשוט אז דאס איז טאקע די לאגישע און ריכטיגע ענדציל, ווי רואיג! העכער מיר און ווי שלמה הילדעסהיימער אפאר בלעטער ארויף. מענטשהייט וועט סוף סוף באפרייט ווערן פון די קללה פון ארבעט און אלע וועלן געניסן פון די השפעה וואס ראבאטן וועלן ברענגען. איך בין נישט אזוי זיכער.

אבער סייווי בין איך אומבאקוועם מיט די סארט סליפערי סלאופ ארגומענטן. דער פרידאם דיווידענד איז אויסגעשטעלט מיט measurables, מיט א חשבון פון וואו צו נעמען דאס געלט אן איבערצודרייען די גאנצע עקאנאמיע, און אז דאס געלט זאל זיין אונטערן פאווערטי ליין, אא"וו. אויב וועט איינער קומען און פארשלאגן 100K א חודש וועט עס זיין זייער א אנדערע סארט פלאן, און האפנטליך וועלן רוב מענטשן זיין גענוג קלוג דאס צו פארשטיין. ווען סאושעל סעקיוריטי למשל איז איינגעפירט געווארן, וואלט אויך געקענט זיין א זארג אז יעדער פאליטישען וועט אראפברענגען די רעטייערמענט עידזש מיט נאך 5 יאר, אבער עס גייט נישט ממש אזוי.

פארוואס זאלן מיר זיך צוריקהאלטן פון צו טון וואס איז די בעסטע פאר אונז, ווייל די שפעטערדיגע דורות וועלן זיך אפשר באנארישן? לאמיר טון די בעסטע פאר יעצט, און לאזן די שפעטערע זיך ספראווען מיט זייערע פראבלעמען.

---

על ראשדא האקט. נאך דא אסאך מסביר צו זיין פארוואס די "חורבן" איז א איינרעדעניש און איז נישט קיין טענה בכלל, אפשר שפעטער. דער כלל וואס איך נעם אלעמאל אן איז אז פאקטן קומען פאר טעאריעס, און אין פאקט איז דער פראבלעם קיינמאל נישט געשען אין אלאסקא און אנדערע פלעצער ווי UBI אדער סעמי UBI גייט אן.

ערשטנס, לויט דיר איז די 1000 דאלאר דיווידענט געמאכט געווארן, אז ווען די וועלט וועט זיך דערזען מיטן פאקטישן חורבן פון אטוימעישן, זאל מען האבן מיט וואס צו לעבן, יא?

איז דו האלטסט אז מען קען לעבן פון $1000 א חודש? ניין, איז פארוואס זאל עס א פאליטישן נישט וועלן הייבן צו 1500 און 2000 אא"וו? איי פרעגסט,ו אז אין די פלעצער וואו מען האט עס איינגעפירט איז עס נישט געשען למעשה, נו, דערווייל ארבעט נאך דער עולם און מען מאכט געלט, איז הכל ריוח.. עפעס א באנוס פון די גאווערמענט... אבער אויב איז די טעאריע אז מיר גייען אנקומען צו א מצב וואס מיר גייען נישט האבן פון וואו צו לעבן און מען דארף האבן א פראקטישע דרינגענדע פתח הצלה, נו אוודאי וועלן מענטשן זיין דעספרעט אז מען זאל עס הייבן און די פאליטישנ'ס וועלן אוודאי געבן זייערע צוזאגונגען...

צווייטנס, דו כאפסט אן פונקט רעטייערמענט, איך וועל דיר ווייזן העלט קעיר. פונקט ווי דו זעסט מיט העלט קעיר, קודם גיבט מען כלל נישט קיין העלט קעיר, נאכדעם גיבט מען נאר פאר נידריגע פארדינער, און דערנאך פאדערט מען אז אינשורענס קאמפאניס זאלן געבן ביליגע פלענס און דערנאך פארלאנגט מען מעדיקעיר פאר אלל.... מיט וואס איז דאס אנדערש?..

דריטנס,איך וואלט געראטן פאר אזעלכע ווי בערני סענדערס און עליזאבעט ווארען, זאלן אויך נוצן די אטוימעישן סלאגאן אלס א קאמפיין טול... "עס גייט קומען א חורבן! אטוימעישן גייט צונעמען אונזערע דזשאבס! מיר גייען נישט מאכן קיין געלט! מען מוז געבן פאר יעדן העלט קעיר מען מוז באצאלן סטודענט לאונס וכו'... כ'מיין וואס האט אטוימעישן מער חתונה געהאט מיט יענג'ס פלאן ווי מיט אנדערע וואס זאגן צו גרויסע מוציא'ס?....

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 9:18 am

איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן. איך בין נאר א מענטש (נישט קיין ראבאט :wink: ), איך האב זיך מיין טאג, און איך קען נישט האלטן אין איין איבערשרייבן די זעלבע זאכן אינעם זעלבן אשכול.

אויף וויפיל איך פארשטיי האב איך די אלע שאלות שוין פארענטפערט אויף די לענג און אויף די ברייט. אויף אזוי ווייט, אז ווען איך זע ווען נישט די נאמען "פעיק נוז" וואלט איך זיך גערעגט אויפן ניק וואס האט נישט געליינט פון אנהויב, נאר ער טאנצט אריין ביים צוועלפטן בלאט און פאקט אויס זיינע קושיות. אבער אזא רעספעקטירטע ניק וועל איך נישט חושד זיין אין דעם, נאר מוז זיין אז איר פרעגט דקות'דיגע נקודות וואס זענען נאכנישט פארענפערט געווארן. אבער איך בין נישט זוכה צו פארשטיין.

דער פרידאם דיווידענט איז נישט געמאכט געווארן אז ווען מען דערזעט זיך מיטן חורבן פון אויטאמאציע זאל מען האבן פון וואו צו לעבן, לכל הפחות נישט אויף דעם וועג ווי איר לייגט אראפ. עס איז געמאכט געווארן צווישן אנדערע אוועקצונעמען די קאלאטארעל דעמעדזש וואס פאסירט ווען אזויפיל פראצענט פון סאוסייעטי טרעפט זיך פלוצלינג אן א וועג ווייטער, און צו גרינגער מאכן זייער איבערגאנג צו דזשאבס וואס זענען פאסיג פאר זיי און זענען נישט אויטאמאטיזירט, און צו געבן פרייהייט און קאנטראל אויף זיך צו קענען טרעפן אדער ערפינדן פרישע מעגליכקייטן, און נאך און נאך.
דער פרידאם דיווידענד פאר זיך איז נישט קיין סעלושען, און זיכער נישט דער סעלושען. עס איז א ערד אונטער די פיס, וואס צוזאמען מיט אנדערע פאליסיס העלפט עס יעדער מענטש און יעדע קאמיוניטי טרעפן זייער אייגנארטיגע סעלושען.
איך האב דאס שוין אזויפיל מאל געשריבן און ערקלערט, פון אנהויב אשכול ביז יעצט, אז איך ווייס באמת נישט וויאזוי נאך עס צו מסביר זיין.

נאר וואס דען, אויב האלט איינער אז אלע דזשאבס וועלן צום סוף ווערן אויטאמאטיזירט, דעמאלט קען מען אנקומען צו דיין ווערסיע, וואו דער פרידאם דיווידענד איז פשוט וועידזשעס געצאלט פאר בירגער פאר דעם וואס זיי עקזיסטירן. פון דעם האב איך געשריבן אויבן, סיי אז איך בין נישט אזוי זיכער אז דאס וועט אזוי שנעל געשען און סיי אז אין אזא פאל איז מסתמא טאקע נישט דא קיין צווייטע עצה, אבער מיר וועלן לאזן די שפעטערדיגע דורות באשליסן.
אבער ביטע נישט אראפלייגן ווי דאס איז וואס יענג זאגט.

אויך די צווייטע שאלה האב איך שוין פארענטפערט אפאר מאל פאר על ראשדא און אנדערע. נעם אוועק מיין ביישפיל פון סאושעל סעקיוריטי און די תירוצים בלייבן. חוץ אויב מיינסטו עפעס טיפערס, דארפסטו עס פרעגן אויף א וועג וואס וועט דורכלעכערן מיין פארשטאפטע קאפ. סארי.

און אזוי אויך די דריטע, כאטש וואס איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה, האב איך עס שוין פארענטפערט אפאר מאל, אריינגערעכנט פאר דיר אליינס. זע דא און דא אונטערן קעפל וויאזוי סאלווט עס 'דעם' פראבלעם? AKA, וואו פונקטליך ליגט זיין גאונות?
עם איי מיסינג סאמטינג?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 9:46 am

Yang has differentiated himself from the field by putting forward an affirmative and cogent agenda focused on the economy and automation. You don't have to agree with his solution to understand its appeal.

Yang understands that a Democrat can't get back the 80,000 voters in the Rust Belt that won the Electoral College, or the millions who flipped to vote GOP in 2016, by simply disparaging as racists people who are motivated by job losses and diminished economic opportunities. Even the most ardent libertarians opposed to Yang's universal basic income proposal at least have to appreciate that it's a solution to our current economic shifts more thoughtful than punishing job creators with $15-per-hour minimum wages or exorbitantly taxing the rich for free gender-studies degrees.


Yang has carved out an intellectually interesting and unoccupied space in the primary. His campaign is as self-made as his career. He deserves every poll increasingly demonstrating that.


Of course Andrew Yang is beating Beto; he's a vastly superior candidate
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 9:49 am

יענג, איך מיין אז די נושא איז אזוי פרעמד ביים עולם און די איידיע פון טיילן געלט איז אזוי אפגעפרעגט אז אויב דאס איז אנדערש דארף מען עס האקן און האקן ביז דער עולם וועט כאפן.

איך בין אויך נישט קלאר מיט די פאליסי און איך וויל עס אויך פארשטיין, און ווי מער מאל העסט מיר עס מסביר זיין וועט עס מסתם מער אריינגיין אין קאפ, דארפסט נישט טרעפן א נייע הסבר, די זעלבע הסבר נאכאמאל און נאכאמאל מיט א טוויסט וועט עס מאכן.

(נישט אז דו ביסט מחיוב עפעס, נאר ווען דער עולם פרעגט מיינט אז מ'האלט ערגעץ...)

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:07 am

צווייפעל האט געשריבן:לאמיר זאגן אז 1000 דאללער איז טאקע א קליינע סכום, אבער למעשה עפענט עס אויף א נייע באגריף, אז מען קריגט געלט אומזינסט ! אן גארנישט טון !


א נייע באגריף? קריגן נישט קיין ביזנעס אונערס די פראפיט פון זייער ביזנעס אפילו אויב זיי טוען גארנישט?

ממה נפשך האט געשריבן:איך מיין אז די נושא איז אזוי פרעמד ביים עולם און די איידיע פון טיילן געלט איז אזוי אפגעפרעגט אז אויב דאס איז אנדערש דארף מען עס האקן און האקן ביז דער עולם וועט כאפן.


אזוי אפגעפרעגט? איז נישט איינגעפירט אז דיווידענטס ווערט אויסגעטיילט פאר שותפים אין ביזנעסער?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:12 am

ממה נפשך, א דאנק פאר דיינע שיינע דיבורים.

איך בעט דא איבער הרב פעיק נוז ברבים. איך האב געשריבן אין איילעניש היינט צופרי, אויף א וועג וואס איז זיך אים נישט געקומען.

איך האף אז איך וועל שפעטער האבן צייט און ישוב הדעת צו פארענטפערן נאכאמאל די דריי קושיות אויף א שענערן אופן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:23 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:לאמיר זאגן אז 1000 דאללער איז טאקע א קליינע סכום, אבער למעשה עפענט עס אויף א נייע באגריף, אז מען קריגט געלט אומזינסט ! אן גארנישט טון !


א נייע באגריף? קריגן נישט קיין ביזנעס אונערס די פראפיט פון זייער ביזנעס אפילו אויב זיי טוען גארנישט?

ממה נפשך האט געשריבן:איך מיין אז די נושא איז אזוי פרעמד ביים עולם און די איידיע פון טיילן געלט איז אזוי אפגעפרעגט אז אויב דאס איז אנדערש דארף מען עס האקן און האקן ביז דער עולם וועט כאפן.


אזוי אפגעפרעגט? איז נישט איינגעפירט אז דיווידענטס ווערט אויסגעטיילט פאר שותפים אין ביזנעסער?

האסט באמת נישט פארשטאנען וואס ער זאגט? אדער דו מאכסט זיך נאר...?
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:45 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:לאמיר זאגן אז 1000 דאללער איז טאקע א קליינע סכום, אבער למעשה עפענט עס אויף א נייע באגריף, אז מען קריגט געלט אומזינסט ! אן גארנישט טון !


א נייע באגריף? קריגן נישט קיין ביזנעס אונערס די פראפיט פון זייער ביזנעס אפילו אויב זיי טוען גארנישט?

ממה נפשך האט געשריבן:איך מיין אז די נושא איז אזוי פרעמד ביים עולם און די איידיע פון טיילן געלט איז אזוי אפגעפרעגט אז אויב דאס איז אנדערש דארף מען עס האקן און האקן ביז דער עולם וועט כאפן.


אזוי אפגעפרעגט? איז נישט איינגעפירט אז דיווידענטס ווערט אויסגעטיילט פאר שותפים אין ביזנעסער?

האסט באמת נישט פארשטאנען וואס ער זאגט? אדער דו מאכסט זיך נאר...?


ער זעט נישט אויס ווי קיין לץ, ער מיינט עס ערענסט.

ממה נפשך זאגט גוט, עס איז זייער שווער פאר א מענטש צו פארשטיין אן ענין וואס איז פונקט פארקערט פון וואס ער טראכט געווענליך.

לגבי טעאריע וואס לעבט, קען מען זאגן די זעלבע סברה אויף פארקערט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:12 pm

Yang2020 האט געשריבן:איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן. איך בין נאר א מענטש (נישט קיין ראבאט :wink: ), איך האב זיך מיין טאג, און איך קען נישט האלטן אין איין איבערשרייבן די זעלבע זאכן אינעם זעלבן אשכול.

אויף וויפיל איך פארשטיי האב איך די אלע שאלות שוין פארענטפערט אויף די לענג און אויף די ברייט. אויף אזוי ווייט, אז ווען איך זע ווען נישט די נאמען "פעיק נוז" וואלט איך זיך גערעגט אויפן ניק וואס האט נישט געליינט פון אנהויב, נאר ער טאנצט אריין ביים צוועלפטן בלאט און פאקט אויס זיינע קושיות. אבער אזא רעספעקטירטע ניק וועל איך נישט חושד זיין אין דעם, נאר מוז זיין אז איר פרעגט דקות'דיגע נקודות וואס זענען נאכנישט פארענפערט געווארן. אבער איך בין נישט זוכה צו פארשטיין.

איך וועל מודה זיין, אבער איך האב נישט 'דורכגעליינט' דעם אשכול, נאר אביסל, און קען זיין אז איך האב פארזען אסאך פון דיינע פוינט'ס, און גיי עס יעצט נישט איבערליינען, עס איז צו לאנד פאר מיר כעת, וואס איך וועל יא טון, איך וועל דיר טרייען אויסצוקוועטשן יעצט, וויפיל דו וועסט דיר לאזן...

און טענקס פאר מיר 'רעספעקטירן'..
דער פרידאם דיווידענט איז נישט געמאכט געווארן אז ווען מען דערזעט זיך מיטן חורבן פון אויטאמאציע זאל מען האבן פון וואו צו לעבן, לכל הפחות נישט אויף דעם וועג ווי איר לייגט אראפ. עס איז געמאכט געווארן צווישן אנדערע אוועקצונעמען די קאלאטארעל דעמעדזש וואס פאסירט ווען אזויפיל פראצענט פון סאוסייעטי טרעפט זיך פלוצלינג אן א וועג ווייטער,
און צו גרינגער מאכן זייער איבערגאנג צו דזשאבס וואס זענען פאסיג פאר זיי און זענען נישט אויטאמאטיזירט, און צו געבן פרייהייט און קאנטראל אויף זיך צו קענען טרעפן אדער ערפינדן פרישע מעגליכקייטן, און נאך און נאך.

די קאלאטארעל דעמעדזש פון וואס דו רעדסט, דעפרעסיע, סועסייד וכו' וכו', איז איבערגעטריבן אין גרויסן, די מציאות פון דעם אז זאכן גייען ווערן אויטאמאזירט גייט נישט געשען פלוצלינג, עס געשעט צעביסלעך, און אין פאקט געשעט עס שוין יעצט, און מענטשן טרעפן נייע דזשאב'ס, ווילאנג נעמט צו טרעפן א נייע דזשאב? איך רעד לויט דיר אז עס גייט יא זיין אומאויטאמאזירט דזשאב'ס.

צווייטנס, אפי' לאמיר זאגן אז עס איז אמת וואס דו זאגטס? פארוואס גייט די די UBI מער העלפן די קאלאטארעל דעמעדזש מער ווי אנדערע בענעפיטן?

יעצט, ממ"נ אויב גייט קומען א קריזיס און מיליאנען מענטשן גייען זיך פלוצלינג טרעפן אן א דזשאב, איז 1000 דאלאר גארנישט ווערד, און עס גייט ארויף גיין צו 2000 און 3000 אא"וו, און אפי' נאכדעם וואס דער עולם גייט זיך סעטלען מיטן אויטאמאזירטן מציאות, גייט מען עס נישט אוועקנעמען פונעם עולם, און מענטשן גייען נישט גיין געהעריג ארבעטן, אזוי איז עס ווען מען טיילט קעש, מען ווערט געספוילט. קוק אין קאנאדע, אין קאנאדע ארבעט מען ווייניגער, מענטשן זענען מער פויל, מען באקומט קעש פון די געווארמענט, מען כאפט נישט אז בעצם איז עס ווייניג געלט, איך באקום דאך געלט, און אזוי גייט עס, יעדער פאליטיקאנט זאגט צו צו הייבן די אמאונט'ס און פארטיג.. א פיינע לאנד...

פון די אנדערע זייט אויב געשעט עס צעביסלעך איז עס נישט קיין כלליות'דיגע קריזיס, און עס פעלט נישט אויס, דער עולם וועט טרעפן דזשאבס, דאנט ווארי, און אדרבה, די דיווידענט וועט נאר אפהאלטן מענטשן פון טרעפן דזשאבס, מען וועט נאר זיין ביזי צו פארלאנגען פון די רעגירונג נאך און נאך. איך קוק עס אן (דערווייל) אז ער וויל נאר שפילן אויף די געפילן אראפצולייגן 'יענע' מציאות די מערסטע שווארץ וואס שייך, צוזאמנעמען אלע מיני שווארצע נביאות וואס זענען נאר פארהאן און עס אנלייגן אויף 'יענע זמנים', אז אזוי גייט עס אויסקוקן.
נאר וואס דען, אויב האלט איינער אז אלע דזשאבס וועלן צום סוף ווערן אויטאמאטיזירט, דעמאלט קען מען אנקומען צו דיין ווערסיע, וואו דער פרידאם דיווידענד איז פשוט וועידזשעס געצאלט פאר בירגער פאר דעם וואס זיי עקזיסטירן. פון דעם האב איך געשריבן אויבן, סיי אז איך בין נישט אזוי זיכער אז דאס וועט אזוי שנעל געשען און סיי אז אין אזא פאל איז מסתמא טאקע נישט דא קיין צווייטע עצה, אבער מיר וועלן לאזן די שפעטערדיגע דורות באשליסן.

אפי' אלע דזשאבס גייען אויטאמאזירט ווערן, גייען נישט אלע מענשן האבן פרנסה דערפון, ווייל א ראבאט גייט קאסטן עטליסט אזוי ווי א קאר און סתם מענטשן גייען נישט האבן קיין מעגליכקייט צו קויפן אזאנס בעפאר מען האט א געהעריגע דזשאב און מען קען אוועקעלייגן א מטבע עס צו קויפן, כדי צו קענען דורכדעם מאכן פרנסה. איז וואו גייט מען ארבעטן? אין א ראבאט קאמפאני, זיין א טעקנישן, מאנופעקטשערן ראבאטס, וכו', וויפיל אזעלכע ביזנעסער גייען זיין? עס גייט זיין אסאך, אבע גייט דאס דען זיין גענוג צו געבן דזשאבס פאר אלע אמעריקאנער? אוודאי נישט, סאו אוודאי וועלן זיין אומאויטאמאזירטע דזשאבס אויך, וואו מענטשן וואס קענען נישט טרעפן קיין אויטאמאזירטע דזשאבס אדער מיטל קלאס מענטשן וואס קענען נישט אינוועסטן אין א ראבאט ביזנעס צוליב די הויכע קאסטן דערפון, וועלן גיין ארבעטן און מאכן ביזנעס געהעריג און די מענטשן פון געגנטער פון סתם עמך-מיטל קלאס פארדינער וועלן זיי נוצן אנשטאט גיין ערגעץ ווייס איך וואו, וואו עס איז דא א גרויסע אויטאמאזירטע ביזנעס.

למשל לאמיר אנכאפן א גרעפיק ביזנעס, פון וואו זאל דער עמך-מיטל קלאס מענטש, האבן געלט צו קויפן ראבאטס וואס זאלן דערליווערן זיינע סערוויסעס וואס ער טוט פאר מענטשן? אוודאי וועלן זיין רייכע פארדינער וואס וועלן זיך יא קענען ערלויבן, אבער וויפיל אזעלכע וועלן זיין אין יעדע שטאט? אויף יעדע גאס? פארשטייסט? סאו עס גייט נישט געשען א מצב פון א ריינע אויטאמאזירטע וועלט, וואו יעדער לעבט תחת גפנו ותחת תאנתו.

אה, סאו וואס ברענג איך ארויס? יא, אז עס גייט נישט קומען צו אזא מצב, און אפי' אויב יא וועט די גאווערמענט הערשט נישט האבן פון וואו צו באצאלן, די קאסע וועט זיין לער, ווייל עס וועט נישט זיין ווער עס זאל באצאלן שטייער, און אויב וועט יא זיין ווער, אזוי ווי איך האב געשריבן אז דער עולם גייט געהעריג האבן פרנסה, דארף מען עס אוודאי נישט האבן...
אויך די צווייטע שאלה האב איך שוין פארענטפערט אפאר מאל פאר על ראשדא און אנדערע. נעם אוועק מיין ביישפיל פון סאושעל סעקיוריטי און די תירוצים בלייבן. חוץ אויב מיינסטו עפעס טיפערס, דארפסטו עס פרעגן אויף א וועג וואס וועט דורכלעכערן מיין פארשטאפטע קאפ. סארי.

אקעי, איך נעם אוועק אלע ביישפילן, האב איך געשריבן, אז ווילאנג דער עולם האט נאך דזשאבס פילט מען ווי די $1000 איז נאר א באנוס און מען פארלאנגט נישט מער, די רגע מען גייט אנהייבן שפירן אז עס ווערט וויכטיג, גייט מען שוין איינמאל פארלאנגען נאך און נאך... און דאס איז די תירוץ/קשיא אויף דעם וואס דו זאגסט אז אין געוויסע פלעצער וואו מען האט דאס שוין געטון איז עס נישט געשען.
און אזוי אויך די דריטע, כאטש וואס איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה, האב איך עס שוין פארענטפערט אפאר מאל,

שוין פריער מער מסביר געווען מיין קשיא:
Yang2020 האט געשריבן:צווייטנס, אפי' לאמיר זאגן אז עס איז אמת וואס דו זאגטס? פארוואס גייט די די UBI מער העלפן די קאלאטארעל דעמעדזש מער ווי אנדערע בענעפיטן?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:23 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:לאמיר זאגן אז 1000 דאללער איז טאקע א קליינע סכום, אבער למעשה עפענט עס אויף א נייע באגריף, אז מען קריגט געלט אומזינסט ! אן גארנישט טון !


א נייע באגריף? קריגן נישט קיין ביזנעס אונערס די פראפיט פון זייער ביזנעס אפילו אויב זיי טוען גארנישט?

ממה נפשך האט געשריבן:איך מיין אז די נושא איז אזוי פרעמד ביים עולם און די איידיע פון טיילן געלט איז אזוי אפגעפרעגט אז אויב דאס איז אנדערש דארף מען עס האקן און האקן ביז דער עולם וועט כאפן.


אזוי אפגעפרעגט? איז נישט איינגעפירט אז דיווידענטס ווערט אויסגעטיילט פאר שותפים אין ביזנעסער?

האסט באמת נישט פארשטאנען וואס ער זאגט? אדער דו מאכסט זיך נאר...?


וואס ווער זאגט? מיינסט לכאורה "וואס זיי זאגן" ווייל כ'האב ציטירט און רעאגירט אויף צוויי תגובות.

וואו האסטו מיך געזען שרייבן אז איך פארשטיי נישט וואס זיי זאגן? פאקטיש האבן זיי גארנישט געזאגט נאר זיך געוואונדערט און גע'חידוש'ט (אינעם פאל פון צווייפעל האט ער געפרעגט, און אינעם פאל פון ממה נפשך האט ער ארויסגעברענגט אז ס'איז שווער פאר'ן עולם עס צו כאפן), און איך האב זיי עס פארענטפערט (פאר צווייפעל אז ס'איז נישט קיין נייע באגריף, און פאר ממה נפשך וואס זאגט אז מ'דארף אריינהאקן אינעם עולם אז זיי זאלן כאפן ווי פשוט ס'איז, האב איך פונקטליך דאס געטוהן).
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:47 pm

טעאריע, איך מיין אז א ריזן חלק בירגער זענען מער גלייך צו קאסטומערס ווי צו אינוועסטארס אין די ביזנעס. שטעל דיך פאר וואל-מארט זאל טיילן א טשעק פאר אלע קאסטומערס ביים באצאלן...

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:48 pm

איך רעדט צו טעאריע וואס עפנט גרויסע אויגן אויף זייערע דיבורים, און איך פרעג צו ער כאפט טאקע נישט אז ביזנעס איז גאר עפעס אנדערש.
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:58 pm

פעיק נוז, צוליב רעספעקט אויס וועל איך נישט לאזן לאנג ווארטן, און קודם גלייך שרייבן אז דיינע אלע נקודות האב איך שוין בארירט. א חלק אין דעם אשכול, א חלק אינעם אויטאמאציע אשכול, און א חלק אין ביידע אשכולות.

איך גיי פראבירן צו פאלגן די עצות, און צוריקשרייבן פון דאס ניי מיט פרישע טוויסטס, אבער דאס וועט נישט געשען אזוי שנעל. בלי נדר נעקסטע וואך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 1:01 pm

איך ווארט מיט נייגער.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 1:03 pm

ממה נפשך האט געשריבן:טעאריע, איך מיין אז א ריזן חלק בירגער זענען מער גלייך צו קאסטומערס ווי צו אינוועסטארס אין די ביזנעס. שטעל דיך פאר וואל-מארט זאל טיילן א טשעק פאר אלע קאסטומערס ביים באצאלן...

חחח, דו ווייסט צו וועם דו רעדסט דא? דו רעדסט דא צו טעאריע, ער איז א סאושעליסט.. ביי אים זענען די ריזן חלק בירגער פון וועם די רעדסט טאקע יא גלייך אדער גאר מער ווי די אינוועסטארס.... ס'איז זייער טיף, אפשר איין טאג וועסטו עס נאך פארשטיין....

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:32 am

His campaign has gone from a long slog convincing skeptical voters about his pledge to provide every American adult with $1,000 a month, to a solid run for the Democratic nomination that few saw coming, and which puts him in the next nationally televised debate with nine other Democrats.

Yang, 44, has seen his crowds, once numbering a few dozen people or fewer, nudge into the hundreds, sometimes 1,000-plus, and readily sits for interviews with conservative commentators, leading to broad cross-party exposure.


Come September 12, Yang will be the only non-politician on the debate stage, standing alongside political giants like former vice president Joe Biden and Senator Bernie Sanders.


He is relaxed and direct, a skilled explainer beholden to no political camp. One year ago he was a political nobody. By February he was the novelty candidate. Today he is outpolling three sitting US senators, a current and former congressman, and the mayor of New York.

"People started catching on to the fact that I was proposing solutions, not sound bites, and that we can actually start solving the problems on the ground," Yang told AFP in Iowa at a Democratic dinner. "I'm identifying things that politicians only occasionally pay lip service to," like rising rates of suicide and depression, and declining US life expectancy.


US Tech Entrepreneur Andrew Yang, Upending 2020 White House Race
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, אור, באגלייבט, בשבילי נברא, וויכטיג מאכער און 37 געסט