ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

תגובהדורך עציץ נקוב » מיטוואך מארטש 25, 2020 12:52 pm

וואס האט עס מיט יענג עס איז נישט די ערשטע מאל מען טוט אזא זאך
ווען מען וועט געבן אין פרידנס צייטן און פאר יעדעם דעמאלטס איז עס זיינס
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך מארטש 25, 2020 1:41 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:וואס האט עס מיט יענג עס איז נישט די ערשטע מאל מען טוט אזא זאך
ווען מען וועט געבן אין פרידנס צייטן און פאר יעדעם דעמאלטס איז עס זיינס

עס איז קלאר אז ער האט עס ארויפגעלייגט אויף די ארענע אין די לעצטע תקופה. חוץ וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך שואל עצה געווען מיט אים.

ביידעוועי ווען איז עס שוין געווען? קום אריין מיט דיטעילס ביטע.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:23 pm

רואיג! האט געשריבן:חוץ וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך שואל עצה געווען מיט אים.


ווי אויך עטליכע קאנגרעסלייט און סענאטארן.
חוץ מזה האט ער (מיט זיין ארגאניזאציע) שטילערהייט געלייגט פרעשור אויף אן א שיעור פאליטיקאנטן און דעה-זאגער ארויסצוקומען אין שטיצע, און אויף קאנגרעסלייט און סענאטארן צו שטימען דערפאר.
אויף די ליסטע פון מענטשן פאר וועמען דער ביל איז צו פארדאנקען, דארף ענדרו יענג זיין לכה"פ פון די ערשטע פינף.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:53 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:אויב די סטימיאלאס פלאן ווערט אויסגעפירט, עקספעקט איך כאטשיג יענג צו באקומען א מעדאל פון פרידאם.
קומט זיך אים.

אמאי?

ביי די פאריגע קראך האט מען דאך אויך געגעבן טשעקס.

און מאן יימר אז עס איז בכלל א גוטע איידיע, וואלט נישט געווען בעסער צו געבן דאס געלט פאר יעדן לויט זייער שאדן?

------------------

פון די צוויי טריליאן איז "בלויז" ארום 300-350 ביליאן פאר די דירעקט דעפאזיט טשעקס.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוך, ר' איד, שמעי און 35 געסט