ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

קען זיין, אבער דער באטאם ליין ווען עס קומט צו יענג איז בערך ווי אויף PredictIt, און בכלל נישט ווי אויף Betfair, וואו ער איז דער זעקסטער ביי עפעס העכער פיר.
איך האב אלעמאל געהאלטן אז Betfair איז פונקטליכער, אבער געהאט א געפיל אז יענג דארף זיין נענטער צו 10 ווי צו פיר (און דארף זיכער זיין העכער בוטידזשעזש). איך הנאה אז איך האב זיך נישט גענארט...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

בעלאטפעדיע באריכטעט אז יענג'ס בלאט האט געהאט די מערסטע וויוס, צום ערשטן מאל פון מארטש.

לויט זייער טעאריע, קען א אויבערהאנט אין וויוס אויף זייער פלאטפארם זיין א פריע צייכן אז א קאנדידאט האלט ביים שטייגן. בערני איז געוואקסן אין וויוס אין 2016 א שטיקל צייט פאר ער איז ארויף אין די אנקעטעס, און אזוי נאך ביישפילן.
וועלן מיר זען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

מער פון בעלאטפעדיע
On the GOP side, former Massachusetts Gov. Bill Weld had 16,895 pageviews to President Trump’s 1,844.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

ריכטיג, דאס קען מיינען (לויט זיי) אז וועלד וועט מער וואקסן ווי טראמפ, כאטש בסך הכל וועט אוודאי טראמפ בלייבן שטערקער.

זע אויך זייערע באווארענונגען. צווישן אנדערע:

Campaign pages for candidates that receive more coverage outside of Ballotpedia, such as Joe Biden and Donald Trump, may receive fewer pageviews compared to candidates who receive less coverage.

Well-known candidates might also receive fewer pageviews due to name recognition. Our comparison of pageview stats and polling data shows that candidates who perform better in the polls receive fewer pageviews relative to their poll performance. In other words, as a candidate grows more popular, their pageviews tend to not increase at the same rate.



איך ווייס נישט אויב זייער טעאריע שטימט, איך ברענג נאר וואס זיי שרייבן (און עס מאכט אביסל סענס).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

Yang2020 האט געשריבן:א רייכע און אינפארמאטיווע אינטערוויו מיט לאס אנדזשעלעס טיימס.
עס הייבט זיך אן שטרענג, אלע קשיות פון דא ווערן דארט געפרעגט, אבער יענג ענטפערט הערליך, און געבט א פרישע בליק וויאזוי אלע זיינע פאליסיס גייען צוזאמען.

https://www.latimes.com/opinion/story/2 ... dend-taxes

נארוואס געענדיגט ליינען, זייער אינטערעסאנט, ש׳כח פאַרן שעירן
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

טאקע א וויכטיגע אישו...

Screenshot_20190821-172006_Chrome.jpg
Screenshot_20190821-172006_Chrome.jpg (291.58 KiB) געזען 2948 מאל
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

נישט די איינציגסטע אומגעפערליך-וויכטיגע אישו אויף וואס ער האט א פאליסי...
פון איין זייט ווייזט דאס אז ער קומט נישט מיט אגענדעס און פאליטישע חשבונות, נאר ער איז א העביטועל פראבלעם סאלווער. ער טרעפט פראבלעמען (זאל זיין אויך קליינע) און זוכט סעלושענס.

דאס איז וואס Michael Wear, דער אבאמא געהילף וואס איך האב אויבן צוגעברענגט, שרייבט איבער דעם:

It’s amazing to read some of the reporting and analysis of this aspect of Yang’s campaign. Political journalists, who have rightly learned that most campaigns think of policy as a tool for building a political coalition, look at Yang’s approach as a novelty. Why on earth is he highlighting daylight savings time on a presidential campaign? What voters will turnout because of that policy? Do voters really hate the penny that much?

I think a certain kind of voter looks at Yang’s website, and hears Yang talk, and thinks that here’s a guy who is not trying to manipulate them. $1000 monthly government checks aside, Yang is someone who just has some ideas about how to make the nation better. He’s not trying to piecemeal his way to 50%+1 or 270 electoral votes. He’s not proposing these policies because they poll well or excite the right kinds of people.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די בערני-יענג אנקעטע איז אינטערעסאנט ווייל ביידע נעמען זייער הויפט שטיצע פון יונגע 'קאנעקטעד' וויילער. ווארען וואס האט אייניג שטיצע פון יעדע עלטער גרופע און ביידען וועמענ'ס שטיצע איז באזירט צווישן עלטערע וויילער קען מען נישט פארגלייכן צום יענג גענג.


גערעכט, און טאקע אינטערעסאנט פארוואס יענג איז אזויפיל פאראויס קעגן בערני. אבער די אנקעטע איז נאך אפן פינף טעג, איך שטעל זיך פאר אז בערני וועט צום סוף זיין דער געווינער.


דער פאול איז יעצט פארמעקט געווארן, פינף טעג פאר עס האט זיך געדארפט ענדיגן. כמעט 14 טויזנט שטימעס זענען שוין אריינגעקומען.

76rckvn2evh31.jpg
76rckvn2evh31.jpg (88.48 KiB) געזען 2913 מאל


איינער דרוקט זיך אויס, שוין לאנג געוואוסט אז די בערני בראוס זענען די מערסטע closed-minded פון אלע דעמאקראטן, אבער אז עס איז זיי שווערער ווי די טראמפיסטן צו קוקן דעם אמת אין פנים איז שוין א חידוש...

מיר מאכט עס טראכטן אז אפשר איז בערני'ס שטארקייט איבערגעטריבן, און זיי וואלטן טאקע פארלוירן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

הימל, ערד, און טוויטער פאולס...

א צווייטער בערני שטיצער האט געעפנט א פרישע בערני-יענג אנקעטע, און ער פארשפרעכט עס נישט אויסצומעקן.
epyedbfelyh31.jpg
epyedbfelyh31.jpg (77.27 KiB) געזען 2846 מאל


דערווייל, נאך ארום 6 טויזנט שטימעס, האלט עס ביי 89% פאר יענג.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

איך האב מורא אז זיין סוקסעס קען קיינמאל נישט זיין עכט וויבאלד מען קען ארויפלייגן א נאסע ליילעך פון זיין לויעל צו טשיינע וויבאלד זיינע אויגן שטייען נישט גראד, אפילו עס איז פעיק ניוז וועט עס נאכאלץ ווערן אנגענומען ביים עולם גולם. ווארט נאר אויף טראמפ'ס טוויטס וואנס ער פילט זיך טרעטענט פון איהם.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

מיט דעם האסטו א פוינט. און געוויסע האבן שוין אויסגעכאפט טראמפ'ס טאלקינג פוינט פאר אים, און שרייבן שוין אנליין אז ער איז א טשייניזע שפיאן און קאמוניסט, און זענען פאר'עקשנ'ט נישט קיין חילוק וויפיל מען פרעגט זיי אפ.

איין גוטע ארגומענט קעגן דעם איז אויסצודרייען די טענה: טראמפ'ס פוירסט לעדי איז אויפגעוואקסן אין קאמוניסטישע סלאוועניע, איר טאטע איז געווען א קאמוניסט. טעד קרוז'ס טאטע קומט און איז אויפגעוואקסן אין קאמוניסטישע קובא. מעקאנעל'ס ווייב און טראנספארטאציע סעקרעטערי קומט פון טשיינע און איר משפחה האט געארבעט פאר די קאמוניסטישע רעגירונג. קעגן דעם איז באשולדיגן איינער וואס זיינע עלטערן קומען פון טייוואן, וואס איז א דעמאקראטישע רעגירונג אין קריג מיט טשיינע, און ער אליין איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין אמעריקע און רעדט נישט קיין כינעזיש, זייער נאריש.
א צווייטע וועג איז צו זאגן אז מיט די טענה נעמט מען אן די זייט פון די קאמוניסטישע טשיינע, אז טייוואן געהערט פאר טשיינע...

אבער ארגומענטן ארבעטן נישט מיט די מענטשן. מיין האפענונג איז אבער אז רוב מענטשן קימערן זיך נישט אזויפיל מיט די קאנספיראציעס, און קוקן בעיקר וואס איז בעסער פאר זיי. אויב וועט יענג זיי קענען איבערצייגן אז ער וועט זיי מאכן בעסער דאס לעבן, וועלן זיי שטימען פאר אים.


ביידעוועי, זיינע אויגן שטייען פיין גראד, און אזוי אויך די אויגן פון די אנדערע אזיאנע. דאס איז א באוואוסטע וועלטס טעות, נוץ א ראלער אויב גלייבסטו מיר נישט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

ס'איז מאדנע וויאזוי פאליטיק ארבעט היינט אין אמעריקע. ראטעווען מענטשליכע לעבנס דורכ'ן אויפהערן דעם צייט טויש, כא כא כא... אזא נישט וויכטיגע אישו... אפילו דער ניק יענג2020 איז מסכים אז ס'איז א אומגעפערליך-וויכטיגע אישו, סוכ"ס רעדט מען בסך הכל פון מענטשליכע לעבנס, נו וועמען דארף עס אנגיין...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך האב זיך נישט עכט באצויגן צום אויפהערן צייט טויש פאליסי. נאר איך גיי נישט פראבירן צו פארלייקענען אז יענג האט פאליסיס אויף נישט ממש וויכטיגע נושאים, אדער ווייניגסטענס נישט אזוי וויכטיג אז א געווענליכער פרעזידענטליכער קאנדידאט זאל זיך קימערן מיט זיי.

מיר געפעלט גראדע די פאליסיס, און נישט נאר צוליב די אויבנדערמאנטע סיבה, נאר ווייל דאס געבט א בילד פון אים אלס מענטש מיט יוניק אישוס וואס טרייבן אים, נישט נאר א דזשענעראל פורפויס פראבלעם סאלווינג ראבאט...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

איך גלייך אויך די קליינע פאליסיס, בעיקר געפעלט מיר זיינע געזונט פאליסיס און וויאזוי איין פאליסי מאכט שטערקער צווייטע. מ'זעהט ער זארגט זיך פאר די מענטשהייט.

די וועג וויאזוי ער רעדט פון מענטל העלט, מערידז קאונסלינג, פסיכילאג און ווייסע הויז, און נאך.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

איך מוז עס אהער ברענגען, איך בין נישט דער איינציגסטער וואס קוקט ענק ארויף.

בארואיגט-אייך האט געשריבן:דעבאטירן אויף א נארמאלע וועג אזוי ווי יענג מיט יש ברירה ביי די פאליטישע אשכול איז געזונט אין אונטערעסאנט מיטצוהאלטן.

פון דא
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א גרויסן יישר כח! יו מעיד מיי דעי!

איך פראביר טאקע צו שרייבן רואיג. און איך בין מוסר מודעה אז אויב כאפ איך זיך ארויס מיט עפעס שארף אדער פערזענליך מיין איך עס נישט אמת'דיג, עס קומט נאר פון שרייבן שנעל ווען עס מאכט זיך מיר א מינוט. אבער זיכער זוך איך נישט וויי צו טון אידן, אין פאליטישע דעבאטעס אדער אנדערע שמועסן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

גאנץ א שיין ארטיקל, אונטערן קעפל The Big Yang theory.


As the Democratic presidential primary campaign heads into fall, the entrepreneur has emerged from the sprawling pack and is now tied for fifth place, according to a Fox News poll.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

יענג איז באקאנט מיט זיין פרידאם-דיווידענד פאליסי, אויף אזוי ווייט אז געוויסע באטראכטן אים ווי א קאנדידאט מיט איין פאליסי. אבער באמת האט ער די מערסטע פאליסיס פון אלע קאנדידאטן, און די וואס קומען די ערשטע מאל צו זיין פאליסיס בלאט קענען ווערן פארלוירן און נישט וויסן וואו אנצוהייבן.

איך האב שוין אמאל צוגעצייכנט צו https://www.yanggle.com וואס איז ווי גוגל פאר יענג'ס פאליסיס. דארט קענט איר זוכן לויט ווערטער, אדער טרעפן אלע פאליסיס וואס זענען געבויט אויף א געוויסע פרינציפ.

מיט א צייט צוריק האט איינער געמאכט דער בילד, וואו אלע פאליסיס פון יענג זענען צוטיילט אין קאטעגאריעס. אבער עס איז אוטדעיטעד און רעכנט נישט אויס א שיין חלק.
4nst71le3ci31.jpg
4nst71le3ci31.jpg (340.62 KiB) געזען 2439 מאל


נאנט צו דעם האט איינער אויסגעשטעלט אויף prezi, וואו איר קענט אריינזומען פון קאטעגאריעס צו סובקאטעגאריעס צו באזונדערע פאליסיס.

א צווייטע מהלך, צו לערנען זיינע געדאנקען אויפן שפיץ גאפל, האט איינער צאמגעקליבן א סעריע טוויטס פון יענג אליינס וואו ער באציט זיך אדער ערקלערט א גרויס חלק פון זיינע פאליסיס. דאס האט די באקאנטע מעלות פון טוויטס אבער אויך די באקאנטע חסרונות, אויב באגעגנט איר עפעס וואס קוקט אייך אויס אומפארשטענדליך אדער ערגער, פוילט אייך נישט און קוקט נאך די פאליסי אויף זיין וועבסייט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

די גרינע פאליסיס אויף די רעכטע זייט גלייך איך נישט.
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

מר. יענג,
איך פאלוא מיט אינטערעס שוין א שטיקל צייט, אבער איך האב נישט געפונען קיין קלארע ענטפער פון אייער קוק ווינקל.

וואס וועט זיין ווען יעדער וועט באקומען אן אלף פער חודש, וועט דען די ווערט פון דעם דאלער נישט שטארק פאלן?

אויב צו קויפן א ברויט קאסט 2 דאלער, און דער ארבייטער און די בעקעריי באקומט באצאלט $12 א שעה, אויב באקומט ער אן איבריגע אלף אפי׳ ער קלאצט, פארוואס זאל ער ווייטער ארבייטן פאר די $12 ווען ער האט סייווי צו עסן?

וועט דאך דער בעקער מוזן באצאלן מער, וועט דער פרייז פון ברויט ארויף גיין, וועט די אלף גארנישט ווערט זיין, וועט מען מוזן עדזשאסטן די UBI עקארדינג צו די קאסט און ליווינג............ א״כ מה הואילו חכמים?

עס שטערט מיר די קשיא, און איך האב נישט באגעגנט מר. יענג דאס אדרעסן. האב איך עפעס פארפאסט?

ישר כח למפרע
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

שמואל בארג האט געשריבן:די גרינע פאליסיס אויף די רעכטע זייט גלייך איך נישט.


אלע פון זיי? וואס איז שלעכט מיטן אמעריקען עקסטשענדזש פראגראם למשל?

א חלק פון זיי גלייך איך אויך נישט. ווי איך האב שוין געשריבן אפאר מאל קום איך פון די אנדערע זייט. אבער -

1. קיין איין פרעזידענט גייט נישט זיין הונדערט פראצענט פערפעקט מיט אלעמען. אמעריקע שטייט יעצט פאר גרעסערע פראבלעמען, און נאר ער אדרעסירט זיי ריכטיג.

2. געוויסע זאכן מוז ער אננעמען כדי צו קענען לויפן אלס דעמאקראט, דאס מיינט נישט אז ער גייט זיך אויף זיי פארלייגן, (ער גייט דאך נישט קענען אלעס אויספירן). ווען מען הערט אים אויס אדער ליינט פון אים איז קלאר אז זיינע פראיאריטיס זענען די סטרוקטשועל פארבעסערונגען און פרישע געדאנקען, ווי פרידאם דיווידענד און דעמאקראטיע דאלארן אא"וו, און נישט די אלטמאדישע ליבעראלע פאליסיס. ער זאגט אסאך מאל אז די גאנצע רעכט/לינק דיכאטאמיע איז אוטדעיטעד, און מיר דארפן זיך רוקן פאראויס.

3. א דעמאקראטישער פרעזידענט וועט סייווי אמאל זיין, און די זאכן וועלן סייווי זיין אויף די אגענדע אין אמעריקע. בעסער זאל עס שוין קומען דורך יענג, וואס ארבעט מיטן מארקעט צו פארבעסערן די אינסענטיווס (און איז א קאפיטאליסט אין הארץ), ווי דורך א געווענליכער ליבעראל וואס איז קעגן דעם גאנצן אמעריקאנעם סיסטעם. וויקטימיזעישאן איז אינגאנצן פרעמד פאר אים, (ער האט נישט מורא צו זאגן אז ווייסע זכרים אין אמעריקע האבן שוועריקייטן וואס אנדערע האבן נישט), און זיין מהלך צו העלפן די שוואכע איז נישט דורך זיי לאזן אין פעקל און דאס באשטימען פאר זייער אידענטיטעט.

4. לאמיר קוקן מיטן ברייטערן בליק און מער ניואנסד. צב"ש חוקי רציחה, וואס יענג איז אפיציעל פאר זיי, לויט ווי עס שטייט אין קורצן אויפן בילד. אבער ווען מען קוקט נאך אויף זיין וועבסייט זעט מען אז ער פארשטייט זייער גוט די אנדערע זייט, (נישט ווי די געווענליכע ליבעראלע טאלקינג פוינט אז דאס איז ביגאטרי אא"וו), און פאקטיש גייט ער מיט זיינע פאליסיס פארמינערן די רציחות מער ווי דער גרעסטער אנטי חוקי רציחה פרעזידענט אין היסטאריע. (איינס פון די טעמים איז, ווייל רוב פון די רציחות קומען ווייל די משפחה האט נישט קיין געלט. דער פרידאם דיווידענד וועט דאס אוועקנעמען). ועל הכלל כולו יצא.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

קונדיטון האט געשריבן:מר. יענג,
איך פאלוא מיט אינטערעס שוין א שטיקל צייט, אבער איך האב נישט געפונען קיין קלארע ענטפער פון אייער קוק ווינקל.

וואס וועט זיין ווען יעדער וועט באקומען אן אלף פער חודש, וועט דען די ווערט פון דעם דאלער נישט שטארק פאלן?

אויב צו קויפן א ברויט קאסט 2 דאלער, און דער ארבייטער און די בעקעריי באקומט באצאלט $12 א שעה, אויב באקומט ער אן איבריגע אלף אפי׳ ער קלאצט, פארוואס זאל ער ווייטער ארבייטן פאר די $12 ווען ער האט סייווי צו עסן?

וועט דאך דער בעקער מוזן באצאלן מער, וועט דער פרייז פון ברויט ארויף גיין, וועט די אלף גארנישט ווערט זיין, וועט מען מוזן עדזשאסטן די UBI עקארדינג צו די קאסט און ליווינג............ א״כ מה הואילו חכמים?

עס שטערט מיר די קשיא, און איך האב נישט באגעגנט מר. יענג דאס אדרעסן. האב איך עפעס פארפאסט?

ישר כח למפרע


איך האב עס שוין יא פארענטפערט אפאר מאל, אבער אין קורצן, מעגליך דערפאר האט איר דאס פארפאסט. איך האף נאך אמאל ברייטער אויסצושמועסן.

די ווערט פון דעם דאלער וועט נישט שטארק פאלן, דאס איז נישט וויאזוי אינפלאציע ארבעט.
טויזנט א חודש איז פונקט אונטער די פאווערטי ליין. שטודיעס ווייזן אז די איינציגסטע וואס וועלן אויפהערן צו ארבעטן זענען די וואס טאקע בעסער אז זיי ארבעטן נישט, ווי סינגל מוטערס און אנדערעידזש ארבעטער, די אנדערע וועלן ווערן מער פראדוקטיוו.

viewtopic.php?p=1966486#p1966486
viewtopic.php?p=1966682#p1966682
viewtopic.php?p=1979719#p1979719 (האט אויך לינקס צו לענגערע הסברים)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

מר. יענג, נאך א קשיא

לאמיר זאגן אז 1000 דאללער איז טאקע א קליינע סכום, אבער למעשה עפענט עס אויף א נייע באגריף, אז מען קריגט געלט אומזינסט ! אן גארנישט טון !

סא דער קומענדיגער קאנדידאט נאך יענג, וועט קאמפיינען אז ער וועט גיבן 1500, ווייל טויזנט איז דאך גארנישט, נאכדעם וועלן עטליכע ליבעראלן פארלאנגען 2k אדער מער, איז דאס נישט קיין וועג צו א סעלף דעסטראקשן ?

די רגע וואס עס ווערט א נארמאלע מושג אז געלט קומט אן אומזינסט, ווער גייט דאס צוימען צו טויזנט ?
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

דאס איז טאקע די פלאן, און 50 יאר פון יעצט וועט יעדער באקומען 250K פער יאר (פער עדאלט), און די ראבאטס וועלן טון די ארבעט. איך קען קוים ווארטן. :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”