ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

דער אשכול איז געווידמעט פאר ענדרו יענג'ס פילאזאפיע און פלאטפארמע, פלענער און פאליסיס.

עס איז טאקע נישט איינגעפירט דא צו עפענען באזונדערע אשכולות פאר די קאנדידאטן, אבער האפנטליך וועט נישט זיין קיין פראבלעם צו מאכן א אויסנאם. יענג איז אומבאקאנט, זיין גאנג איז אומגעווענליך, זיינע נקודות הערן זיך ראדיקאל און אסאך מיסאינפארמאציע איז פארשפרייט איבער זיי. איך בין שוין פארבעטן געווארן מסביר צו זיין בקיצור פאר וואס ער שטייט, אבער לויט וויפיל פאליסיס ער האט (ארום 110) און ווי פארבינדן זיי זענען, איז מקצר זיין נישט לויט מיין יכולת. עפן איך בעסער א באזונדער אשכול, אנשטאט אריינצוהאקן אין די אלגעמיינע 2020 פרעזידענטליכע וואלן אשכולות.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

ענדרו יענג איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, 1975 למספרם, צו זיינע עלטערן, אימיגראנטן פון טייוואן. (זיין טאטע האט געארבעט פאר IBM און General Electric, און ערפינדן ארום 70 פאטענטן.) ער האט שטודירט עקאנאמיקס און געזעץ אין Ivy League קאלעדזשעס, און גראדואירט מיט די העכסטע צייכענס. דערנאך האט ער אנגעפירט עטליכע ביזנעסער.

מיט די צייט האט יענג איינגעזען אז א סטרוקטורעלע פראבלעם עקזיסטירט אין די אמעריקאנע עקאנאמיע, א פראבלעם וואס ווערט ערגער מיט די צייט. קלוגע און טאלאנטפולע קינדער פון איבער גאנץ אמעריקע קומען אן צו געקליבענע פרעסטיזשפולע יוניווערסיטיס, וואו א ריזיגע חלק פון זיי לערנען זיך professional services - פינאנס, קאנסאלטינג און געזעץ, און זיי ווערן קאנצענטרירט אין געציילטע גרויסע שטעט. אין די זעלבע צייט ווערן נישט פארפולט מאסיווע געברויכן אין אנדערע סעקטארס. די איבער-סופליי פון טאלאנט ווערט גאר וויכטיג געזוכט אין קליינע ביזנעסער און פרישע קאמפעניס אין פארשידענע אינדוסטריעס, און עס וואלט אריינגעבלאזן פרישע עקאנאמישע חיות אין שטעטלעך איבער גאנץ אמעריקע.

יענג האט דעריבער געגרינדעט אין 2011 די נאן-פראפיט ארגאניזאציע Venture for America. א פעלאושיפ פראגראם געצילט צו מאביליזירן יונגע כוחות און זיי צושטעלן די נויטיגע טאלאנטן און רעסורסן צו עפענען ביזנעסער (אדער צוהעלפן אין נארוואס געעפנטע סטארטאפס) און שאפן דזשאבס לענגאויס אמעריקע, בעיקר אין שטעט מיט עקאנאמישע טשעלענדזשעס. דאס האט שוין געשאפן איבער 2,500 דזשאבס.
אין 2014 האט ער ארויסגעגעבן זיין ביכל, Smart People Should Build Things, וואו ער לייגט פאר דעם פראבלעם און זיין לעזונג, מיט פארשלאגן פאר די רעגירונג און עדיוקעשענל אינסטיטושענס.


עס איז אבער געווארן קלאר פאר יענג אז שאפן דזשאבס אויף דעם וועג קען נאר זיין א קליינע טייל פונעם ענטפער, ווייל עס העלפט נישט מיטן מאסיוון דזשאב פארלוסט וואס דווקא נארמאלע מענטשן שטייען אויס מיט automation און artificial intelligence. ווי ער שרייבט אין זיין ביכל The War on Normal People, געווענליכע מענטשן אין אמעריקע זענען טראק דרייווערס, טעקסי דרייווערס, קעשיערס, קאל סענטער ווארקערס, פעקטארי ווארקערס, דאס זענען אלעס דזשאבס וואס זענען שוין בארירט געווארן דורך automation, אויף א מאס וואס מענטשן כאפן זיך נישט. אבער דאס איז נאר דער אנהייב פונעם כוואליע, און ווען די וואסערן וועלן זיך הייבן העכער וועלן זיי עלימינירן אויך ווייסע-קאלנער דזשאבס אויף א פרעצעדענטלאזע אופן, אנגעהויבן מיט back office jobs, אבער אריינגערעכנט אפילו אזעלכע גוט-באצאלטע שטעלעס ווי אינשורענס אגענטן, ראדיאלאגיסטן און געוויסע סארטן דזשורנאליסטן. איבער פיר מיליאן דזשאבס זענען שוין פארלוירן געגאנגען אין אמעריקע דורך technological unemployment, אנגעהויבן פון 2000, און א דריטל פון אלע יעצטיגע אמעריקאנע דזשאבס וועלן מער נישט זיין אין 2030, און איבער האלב אין 2055. אנדערש ווי אין די אנדערע אינדוסטריעל רעוואלושענס וועט דאס זיין פיל שנעלער (א פראגראם וואס קען ערזעצן איין קאל סענטער ארבעטער קען אויך ערזעצן אלע מיליאנען פון זיי), קומט פון אלע ריכטונגען (א גוטע machine learning algorithm קען גענוצט ווערן אויף צענדליגע באזונדערע פראבלעמען), נעמט אוועק אלע רוטין דזשאבס און ברענגט אסאך ווייניגער נייע דזשאבס (איין פראגראמער קעגן הונדערטער טויזנטער ארבעטער).

יענג האט צוגעקוקט ווי קלינטאן ענטפערט אפ טראמפ אז אמעריקע איז שוין גרעיט, און נישט געקענט פארנעמען ווי די דעמאקראטן פארשטייען נישט אז עפעס ערנסט שפילט זיך באמת אפ אין אמעריקע, און מיליאנען זענען מיט רעכט אויפגעברויזט און פארלוירן. און טאקע די שטעט וואס טראמפ האט געדארפט געווינען און האט געווינען זענען (דערווייל) די מערסטע באטראפן געווארן דורך די great displacement.
vkdyul2ybx621.jpg
vkdyul2ybx621.jpg (163.64 KiB) געזען 14473 מאל

צוויי-פיסיגע ראבאטן שפאצירן טאקע נישט אויף אונזערע גאסן, אבער יעדער ווייסט אז לאקאלע געשעפטן פארמאכן זיך אין גרויסן צוליב אזעלכע ווי אמאזאן, (30% פון אלע malls), און עס פעלט נישט אויס צו טראכטן מער ווי א מינוט דאס צו זען פאר נאך א ביישפיל וואו אויטאמאציע נעמט אוועק דזשאבס. אין זיין בוך ברענגט ער נאך ימען מיט דאטא און סטאטיסטיקס, און די מסקנא איז זייער קלאר: וואס קוקט אויס ווי עקאנאמישע וואוקס איז באמת א שלעכטע חלום פאר די מיטל קלאס. וואס זיי בויען יעצט איז ווי א פאלאץ געבויט אויף זאמד. אונזער סאושעל פעבריק איז אין סכנה.

אפאר פאקטן צו נעמען אין באטראכט אויב איז איינער נאך סקעפטיש: 78% ארבעטער לעבן פעיטשעק צו פעיטשעק. 70% סטארטאפס נעמען אוועק דזשאבס פון אנדערע טיילן אין די עקאנאמיע. 83% פון דזשאבס וואס ווערן געצאלט אונטער $20 א שעה וועלן בקרוב ווערן עלימינירט, ארום 3 מיליאן דורך self-driving vehicles אליינס. די U.S. labor force participation rate איז 62.9%, נידריגער ווי כמעט אלע אנטוויקלטע עקאנאמיעס און בערך די זעלבע ווי על סאלוואדאר און אוקריינע. די נומער פון working-age אמעריקאנע וואס ארבעטן נישט האלט ביי א רעקארד הויכע 95 מיליאן. די זעלבסטמארד ראטע איז די העכסטע פון די צווייטע וועלט מלחמה.
באסעס וואס דרייוון זיך אליינס פארן שוין ארום אין אסלא, ראבאטן בויען שוין בנינים, זיי נעמען שוין איבער לייברעריענס, און זיי מאכן אפילו וויסנשאפטליכע אנטדעקונגען. זיי סערווירן שוין געטראנקן אין רעסטוראנטן, זיי ארבעטן שוין אויף די פארמס, און זיי האבן שוין גענצליך מענטשליכע שטימעס (ווילאנג נאך ביז קול מבשר נוצט איינס? אויב טוען זיי עס נאכנישט :P ). א מאשין קען דעבאטירן סיי וועלכע נושא בעסער ווי רוב מענטשן, און האט כמעט באזיגט דעם debate champion of the world.
ראבאטיקס און ארטיפישל אינטעליזשענס האבן לאנגע יארן אויסגעקוקט ווי א דזשאוק, אבער יעצט קען זיך נאך נאר א בת היענה איינרעדן אז זיי גייען נישט דראסטיש טוישן די וועלט אין די קומענדיגע יארן.

יענג איז א קאפיטאליסט. ער העצט נישט קעגן "די איין פראצענט", ווייל זיי טוען באמת גארנישט שלעכט. פארקערט, זיי טוען פונקט וואס זיי דארפן, מאקסימיזירן פראפיטס פאר זייער קאמפאני און דורך דעם הייבן לעבנס קוואליטעט פאר די גאנצע וועלט. self-driving vehicles למשל זענען א ברכה. זיי וועלן אראפקלאפן די קאסטן פון אלעס וואס דארף ווערן טראנספארטירט, ראטעווען מיליאנען לעבנס יערליך דורך שניידן עקסידענטס, און האלטן ריינער די לופט דורך שפארן גאז.
ער טענה'ט נאר אז די רעגירונג דארף העלפן קאפיטאליזם זיך אנטוויקלען צו די נעקסטע שטאפל, ווייל מיר שטייען פאר א טשעלענדזש וואס מיר האבן נאך קיינמאל נישט געהאט. די ווערט פון א מענטש אויף די פרייע מארקעט איז לויט וויפיל זיין ארבעט איז ווערט, אבער צום ערשטן מאל אין היסטאריע דארף מענטש ארבעט מער ווי ארבעט דארף מענטש, און מיליאנען מענטשן טרעפן זיך אויפאמאל ווערטלאז.

איז ער ארומגעגאנגען מיט זיינע געדאנקען צו פאליטיקאנטן און אקטיוויסטן, אבער זיי האבן אים אפגעווארפן מיט לעכערליכע ענטפערס, ווי אז מ'וועט רעטרעינען די אלע ארבעטערס. ער האט גאנץ שנעל איינגעזען אז די פאליטישענס זענען אפגעהאקט פון ריאליטי, און האבן שוין לאנג נישט קיין שייכות צום פשוטן המון וועם זיי דארפן אפיציעל צו פארטרעטן. און די סיבות צו דעם פראבלעם זענען גראדע גאנץ ענליך, ווייל פאליטיקס איז געווארן א פרייע מארקעט פאר קאריערע, קארופציע און inertia.
יעצט זענען שוין צוגעקומען סעלושענס וויאזוי צו פאררעכטן פאליטיקס, און אין נאוועמבער 6 2017 האט ענדרו יענג זיך איינגעגעבן ביי די FEC צו לויפן פאר די דעמאקראטישע פריימעריס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך וויל באשרייבן זיינע פאליסיס, און מיט וואס זיי זענען אנדערש פון די פון אנדערע קאנדידאטן. צו מאכן א שטיקל סדר, ביטע שרייבטס מיר פריוואטע מעסעדזשעס וועלכע פון זיינע פאליסיס איך זאל באשרייבן. אדער שרייבטס פריוואט א טעמע וואס קאכט זיך, און איך וועל פראבירן צו שרייבן וואו יענג שטייט איבער דעם.

יענג'ס צווייטע בוך, The War on Normal People, קען מען הערן בחינם אויף יוטיוב. אויב קען עס איינער ארויפלייגן אויף א בעסערע פלאץ וועל איך שיקן די לינק.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

יישר כוחכם, ער איז ביטער גערעכט

מענטשען כאפן פשוט נישט די אפעקט פון אזופיהל זייטיגע מארקעטס
פאר א דוגמא, סעלף דרייוינג קארס, גייט אוועקנעמען די גאנצע קאר אינשורענס אינדוסטרי (ווארען באפעט גייט פאלירן בילניאנען)

און מען רעדט פון געציילטע יאר
לעצט פארראכטן דורך נישט אום דינסטאג יולי 16, 2019 11:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

Yang2020 האט געשריבן:
איז ער ארומגעגאנגען מיט זיינע געדאנקען צו פאליטיקאנטן און אקטיוויסטן, אבער זיי האבן אים אפגעווארפן מיט לעכערליכע ענטפערס, ווי אז מ'וועט רעטרעינען די אלע ארבעטערס. ער האט גאנץ שנעל איינגעזען אז די פאליטישענס זענען אפגעהאקט פון ריאליטי, און האבן שוין לאנג נישט קיין שייכות צום פשוטן המון וועם זיי דארפן אפיציעל צו פארטרעטן.

פארוואס איז ריטרעינען ארבעטער נישט קיין גוטע סעלושען?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

ריטרעינען איז א חלק פון די סעלושען אינעם לאנגען טערמין, און ער בארירט עס אין זיין פלאטפארמע. אבער ווען מען רעדט פון זאכן וואס געשעען שוין, און געשעען שנעלער און שנעלער, מיינט ריטרעינען קוקן אויף די אנדערע זייט.
נאנט צו 70% אין אמעריקע האבן נישט קיין קאלעזש דעגרי. און דער עוורעדזש אמעריקאנער האט (ביי דעפיניציע) עוורידזש IQ. גיי זאג פאר א 50 יעריגער טראק דרייווער ער זאל זיך ריטרעינען און ווערן א פראגראמער, דאס מיינט חוזק געמאכט פון אים. און אז ער וועט זיך שוין יא ריטרעינען, וויפיל קאמפאניס וועלן אים אננעמען אנשטאט די פריש-געביגלטע קאלעדזש גראדואירטע?

ער האט א עקסטערע קאפיטל אין זיין בוך איבער ריטרעינינג, וואו ער ווייזט קלאר אויף פון שטודיעס אז אויפן קורצן טערמין איז עס כמעט גארנישט ווערט, און אויפן לאנגן טערמין איז עס אויך נאר א קליין חלק פון וואס דארף געטון ווערן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

Yang2020 האט געשריבן:ריטרעינען איז א חלק פון די סעלושען אינעם לאנגען טערמין, און ער בארירט עס אין זיין פלאטפארמע. אבער ווען מען רעדט פון זאכן וואס געשעען שוין, און געשעען שנעלער און שנעלער, מיינט ריטרעינען קוקן אויף די אנדערע זייט.
נאנט צו 70% אין אמעריקע האבן נישט קיין קאלעזש דעגרי. און דער עוורעדזש אמעריקאנער האט (ביי דעפיניציע) עוורידזש IQ. גיי זאג פאר א 50 יעריגער טראק דרייווער ער זאל זיך ריטרעינען און ווערן א פראגראמער, דאס מיינט חוזק געמאכט פון אים. און אז ער וועט זיך שוין יא ריטרעינען, וויפיל קאמפאניס וועלן אים אננעמען אנשטאט די פריש-געביגלטע קאלעדזש גראדואירטע?

ער האט א עקסטערע קאפיטל אין זיין בוך איבער ריטרעינינג, וואו ער ווייזט קלאר אויף פון שטודיעס אז אויפן קורצן טערמין איז עס כמעט גארנישט ווערט, און אויפן לאנגן טערמין איז עס אויך נאר א קליין חלק פון וואס דארף געטון ווערן.

נאכמער, אלע ארבעט וואס דארף נישט זיין קריעטיוו גייט/קען ווערן ריפלעיסט, און אנדערע ווערטער אלע רוטינע ארבעט גייען/קענען ווערן ריפלעיסט. וואס גייען טוהן אלע מענטשען וואס קענען נישט טוהן עפעס אנדערש?

אבער די אמת איז. די מענשהייט וועט קיינמאל נישט ווערן ריפלעיסט, אי"ה מען וועט האבן מער צייט וועט מען מאריך זיין
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קודם א גרויסן יישר כח @יענג פאר די אשכול. איך האב שוין לאנג געוואלט ארויסהאבן דעם קאנדידאט, עפעס האט ער מיר געצויגן.

סאו דריי זאכן:

1. וואס איז 'זיין' סעלושען פאר די אטוימעישן פראבלעם?
2. וואס האט זיין פלאן פון געבן $1000 קעש פאר יעדן העכער 18 מיט דעם פראבלעם?
3. פון וואו זאל אמעריקע נעמען די געלט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אקעי, ואס העלפט נישט ווייסמיר שוין.. יעצט וואס איז 'יא' זיין סעלושען?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צווייטענס, די אנאימפלוימענט ראטע איז ביי %4, דאס הייסט א פראבלעם?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

כאפצעם האט געשריבן:צווייטענס, די אנאימפלוימענט ראטע איז ביי %4, דאס הייסט א פראבלעם?


ניין, די פראבלעם איז, אז מענאווירן די טאלק איבער אנעמפלוימענט ווען די פראבלעם איז ביי די עמפלויעט איז די מהלך פונעם בת היענה, דהיינו אז אויב איך דריי מיר אויס צו מזרח, זעה איך נישט וואס גייט פאר אויף מערב
עס איז דא א פראבלעם 70/80% פון די אימפלויד קענען נישט אויסלעבן, און אויך אז די ארבעט וואס זיי האבן גייט ווערן אוועקגענומען פון מענטשן
ווען מען האלט זיך צוריק פון קוקן ווי מען דארף וועט מען אנקומען דארט ווי פּאַלם איז אנגעקומען מיט זייערע פּאַלם פיילאטס

נאר וואס דען,איך גלייב שווער אז איינער קען באמת אויפרודערן אמעריקע פאר ריעל
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

וואס זאגן די פאלס אויף אים?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יוד אלף האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:צווייטענס, די אנאימפלוימענט ראטע איז ביי %4, דאס הייסט א פראבלעם?


ניין, די פראבלעם איז, אז מענאווירן די טאלק איבער אנעמפלוימענט ווען די פראבלעם איז ביי די עמפלויעט איז די מהלך פונעם בת היענה, דהיינו אז אויב איך דריי מיר אויס צו מזרח, זעה איך נישט וואס גייט פאר אויף מערב
עס איז דא א פראבלעם 70/80% פון די אימפלויד קענען נישט אויסלעבן

סאו וואס האט דאס מיט מעניופעקטשורינג זשאבס, דער פעסט פוד ארבייטער אדער סעקרעטערי ליידט דאך דערפון פונקט אזוי, ניין?
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

פון אלע 25 קאנדידאטן האסטע פונקט איהם גענומען .. ?
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

כאפצעם האט געשריבן:צווייטענס, די אנאימפלוימענט ראטע איז ביי %4, דאס הייסט א פראבלעם?


תריץ

Yang2020 האט געשריבן:די נומער פון working-age אמעריקאנע וואס ארבעטן נישט האלט ביי א רעקארד הויכע 95 מיליאן.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

פעיק נוז האט געשריבן:קודם א גרויסן יישר כח @יענג פאר די אשכול. איך האב שוין לאנג געוואלט ארויסהאבן דעם קאנדידאט, עפעס האט ער מיר געצויגן.

סאו דריי זאכן:

1. וואס איז 'זיין' סעלושען פאר די אטוימעישן פראבלעם?
2. וואס האט זיין פלאן פון געבן $1000 קעש פאר יעדן העכער 18 מיט דעם פראבלעם?


אויב מ'דארף נישט קיין ארבעט צו פראדוצירן זאכן, דארף מען געבן פאר מענטשן געלט אפילו אויב זיי ארבעטן נישט (זיי זאלן עס פשוט קענען אדורכלעבן).

די טויזענט דאלאר א חודש וועט זיכער מאכן אז מ'הייבט נישט אן דעם חודש מיט זיראו אויב מ'האט נישט קיין דזשאב, נאר מיט טויזענט.

פעיק נוז האט געשריבן:3. פון וואו זאל אמעריקע נעמען די געלט?


12 טויזענט דאלער פאר יעדע ערוואקסענער קומט אויס דריי טריליאן דאלער און די יעצטיגע פראגראמען וואס מ'גייט נישט געבן איז 1.2 טריליאן דאלאר. 600 ביליאן דאלאר גייט געשפארט ווערן אויף תפיסות, היימאלזיגקייט, עמערדזשענסי רום העלט קעיר, און אנדערע זייטיגע עקאנאמישע בענעפיטן וואס גייט שפארן געלט פאר די רעגירונג ווען אזויפיל מענטשן האבן אזויפיל מער געלט צו אויסגעבן, 400 ביליאן דאלאר גייט זיין די שטייערן וואס גייט אנקומען צו די רעגירונג פון די פארגרעסערטע עקאנאמישע וואוקס, און א VAT וועט צוגעלייגט ווערן צו פראדוקטן און סערוויסעס אויף וואס מ'שפארט זיך די ריזיגע פעיראל קאסטן א דאנק אוטאמעישאן וואס וועט דעקן די איבריגע 800 ביליאן דאלאר.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

צוקער וואסער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:צווייטענס, די אנאימפלוימענט ראטע איז ביי %4, דאס הייסט א פראבלעם?


תריץ

Yang2020 האט געשריבן:די נומער פון working-age אמעריקאנע וואס ארבעטן נישט האלט ביי א רעקארד הויכע 95 מיליאן.


די תירוץ איז נישט ריכטיג

עיקר טענות
The 95 million figure isn't a good measure of the talent left on the sidelines of America's job market.

"The overwhelming majority of the people in this group are unlikely to enter the labor market under almost any circumstances," says Guy Berger, chief economist at LinkedIn.
Here's the breakdown of the 95 million Americans who weren't working, according to the latest figures from the Atlanta Federal Reserve, which conducted a review based on figures through September:

-- 94.6 million people above the age of 16 were out of the workforce.

Of those:

-- 44.5 million were retired.

-- 14.5 million were in school or job training.

-- 12.8 million were taking care of a loved one.

-- 15.3 million weren't working because of an illness or disability.

In all, of the 94.6 million not working, 87.1 million were retired, in school, taking care of a loved one or physically unable to work.

That leaves 7.5 million people. What about them?

Of those, 1.6 million had looked for a job in the past year or wanted a job but had given up searching for more than a year. And 5.9 million workers listed "other" as a reason for not wanting or having a job. We don't know much about these workers.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

זה הכלל, אויב הערט איר פון איינעם די סעלושען צו דעם קאמפליצירטן פראבלעם לויפט אוועק. סיי אויב יענער שרייט ריטרעינען! נידערן/העכערן שטייערן! אויסטיילן כינעזישע האניג! איז יענער א נאר אדער האלט ער זיינע צוהערער פאר נאראנים. יענג איז קלוגער פון דעם.

ער האט נישט די סעלושען, נאר ער שלאגט פאר, פאר א אנהויב, א רייע פאליסיס וואס וועלן צוזאמען איינזאפן דעם שאק, געבן אינסענטיווס און זיכערקייט צו טרעפן נייע געלעגנהייטן, עפענען נייע מעגליכקייטן, און אין אלגעמיין שטופן דעם עולם צום ריכטיגן דירעקציע.
ווען איך וועל באשרייבן זיינע פאליסיס וועל איך פראבירן צו שרייבן ביי יעדע פון זיי וויאזוי עס העלפט, און וואס די שייכות איז צו זיינע אנדערע פאליסיס.

נאך עפעס, מיר קענען נישט וויסן וועלכע דזשאבס וועלן נאך צוקומען ביז 50 יאר, קומט אויס אז די רעדע איז נישט דווקא פון א אייביגע דיסטאפיע. נאר די ארבעטס פארלוסט לויפט אסאך שנעלער ווי ארבעטס שאפונגען, און אמעריקע דארף זען איבערצולעבן דעם קריזיס געזונטערהייט און שטערקער ווי בעפאר.

כאפצעם האט געשריבן:צווייטענס, די אנאימפלוימענט ראטע איז ביי %4, דאס הייסט א פראבלעם?


ערשטענס, האט שוין יוד אלף גוט געענטפערט.
צווייטנס, האט שוין צוקער וואסער גוט געענטפערט. דער אנעמפלוימענט ראטע פאר זיך איז זייער נישט קיין גוטע מעסטער, עס מעסט נישט די וואס האבן זיך שוין מייאש געווען פון טרעפן ארבעט. רוב פון די פיר מיליאן וואס האבן שוין פארלוירן זייער דזשאב צוליב אויטאמאציע זענען נישט אריינגערעכנט אינעם אנעמפלוימענט טאטעל.
לטענת Waukesha, אנעמפלוימענט ראטע איז נישט די גאנצע בילד, working-age וואס ארבעטן נישט איז אויך נישט די גאנצע בילד, labor force participation rate (וואס איז אויך גאר נידריג ווי געברענגט אויבן) איז נאך א חלק פונעם בילד. מען דארף צאמשטעלן אסאך פרטים צו זען די גאנצע בילד, און די גאנצע בילד איז נישט אזוי גוט ווי מענטשן מיינען.
דריטנס, מיליאנען וואס ארבעטן זענען שוין יעצט בעצם איבריג. למשל, די סאפטוועיר צו ערזעצן קאל-סענטער ארבעטער אויף א פערפעקטן אופן עקזיסטירט שוין, נאר קאמפאניס יאגן זיך נישט צו זיין די ערשטע צוליב סיבות. רוב פון די ארבעטער לעבן פון פעי-טשעק צו פעי-טשעק, ווי געשמועסט, און ווייסן בכלל נישט אז זיי לעבן אויף געבארגטע צייט. איינמאל איין גרויסע קאמפאני וועט אדאפטירן דעם סאפטוועיר וועט זיך עס פארשפרייטן ווי א וואלד-פייער, און אלע אנדערע קאמפאניס וועלן זיי נאכטון. די זעלבע מיט self-driving vehicles און אסאך אנדערע טעכנאלאגיעס וואס עקזיסטירן שוין יעצט. דאס מיינט אז אין א בעלענסד מארקעט וואלטן די אלע מיליאנען געווען ארבעטסלאז, און באמת איז זייער ארבעט שוין יעצט גארנישט ווערט. קומט אויס אז דער עכטער אנעמפלוימענט ראטע איז נענטער צו %14 ווי צו %4, נאר %10 רעדט זיך איין אז זיי ארבעטן, און זיי באקומען דערווייל באצאלט פאר גארנישט.

כאפצעם האט געשריבן:סאו וואס האט דאס מיט מעניופעקטשורינג זשאבס, דער פעסט פוד ארבייטער אדער סעקרעטערי ליידט דאך דערפון פונקט אזוי, ניין?


ווער האט געשריבן מעניופעקטשורינג זשאבס? דאס האב איך געשריבן אויבן.
Yang2020 האט געשריבן:געווענליכע מענטשן אין אמעריקע זענען טראק דרייווערס, טעקסי דרייווערס, קעשיערס, קאל סענטער ווארקערס, פעקטארי ווארקערס, דאס זענען אלעס דזשאבס וואס זענען שוין בארירט געווארן דורך automation, אויף א מאס וואס מענטשן כאפן זיך נישט. אבער דאס איז נאר דער אנהייב פונעם כוואליע, און ווען די וואסערן וועלן זיך הייבן העכער וועלן זיי עלימינירן אויך ווייסע-קאלנער דזשאבס אויף א פרעצעדענטלאזע אופן, אנגעהויבן מיט back office jobs, אבער אריינגערעכנט אפילו אזעלכע גוט-באצאלטע שטעלעס ווי אינשורענס אגענטן, ראדיאלאגיסטן און געוויסע סארטן דזשורנאליסטן.


דזשאבס אין אלע סעקטארס וועלן בארירט ווערן, מחוטב עציך ועד שואב מימיך. ווי ווייט דאס גייט קען מען זיך נישט פארשטעלן ביז ווען מען לייגט זיך אביסל אריין דערין. מיליאנען וואס רעדן זיך איין אז א קאמפיוטער וועט זיי קיינמאל נישט קענען נאכמאכן וועלן זיך איין טאג טרעפן שאקירט אז זייער ארבעט ווערט מער נישט געזוכט.

איך זע אז דער עולם האט שוין געפרעגט און געענטפערט איבער זיין freedom dividend, וועל איך דאס באשרייבן די ערשטע. אויף ווייטער ביטע שרייבן פריוואט ווי געשריבן אויבן, צו קענען האלטן חשבון.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:קודם א גרויסן יישר כח @יענג פאר די אשכול. איך האב שוין לאנג געוואלט ארויסהאבן דעם קאנדידאט, עפעס האט ער מיר געצויגן.

סאו דריי זאכן:

1. וואס איז 'זיין' סעלושען פאר די אטוימעישן פראבלעם?
2. וואס האט זיין פלאן פון געבן $1000 קעש פאר יעדן העכער 18 מיט דעם פראבלעם?


אויב מ'דארף נישט קיין ארבעט צו פראדוצירן זאכן, דארף מען געבן פאר מענטשן געלט אפילו אויב זיי ארבעטן נישט (זיי זאלן עס פשוט קענען אדורכלעבן).

די טויזענט דאלאר א חודש וועט זיכער מאכן אז מ'הייבט נישט אן דעם חודש מיט זיראו אויב מ'האט נישט קיין דזשאב, נאר מיט טויזענט.

אה איך האב געמיינט אז ער האט עפעס א סעלושען וואס וועט אנרירן די שורש פונעם פראבלעם. סאו וואס דארף ער ארום פיליזאפירן מיט מכלומרשטע עקאנאמישע חשבונות זאל ער זאגן איך וויל טיילן 1000 דאלאר פאר יעדן העכער 18 און פארטיג. וואס איז די חילוק צווישן אים און די אנדערע ליבעראלע קאנדידאטן וואס זאגן צו אנדערע מתנות, זיי קענען פונקט אזוי אנהייבן רעדן זיין היי לענגוויטש און זיי וועלן צו קומען אז אלא מאי איז די סעלושען מעדיקעיר פאר אלל פרי קאלעדזש וכו'.

כ'מיין, וואו פונקטליך ליגט זיין גאונות?
פעיק נוז האט געשריבן:3. פון וואו זאל אמעריקע נעמען די געלט?


12 טויזענט דאלער פאר יעדע ערוואקסענער קומט אויס דריי טריליאן דאלער און די יעצטיגע פראגראמען וואס מ'גייט נישט געבן איז 1.2 טריליאן דאלאר. 600 ביליאן דאלאר גייט געשפארט ווערן אויף תפיסות, היימאלזיגקייט, עמערדזשענסי רום העלט קעיר, און אנדערע זייטיגע עקאנאמישע בענעפיטן וואס גייט שפארן געלט פאר די רעגירונג ווען אזויפיל מענטשן האבן אזויפיל מער געלט צו אויסגעבן, 400 ביליאן דאלאר גייט זיין די שטייערן וואס גייט אנקומען צו די רעגירונג פון די פארגרעסערטע עקאנאמישע וואוקס, און א VAT וועט צוגעלייגט ווערן צו פראדוקטן און סערוויסעס אויף וואס מ'שפארט זיך די ריזיגע פעיראל קאסטן א דאנק אוטאמעישאן וואס וועט דעקן די איבריגע 800 ביליאן דאלאר.

קודם, וואס הייסט 12 טויזענט דאלאר?
צווייט'נס, סאו יעדע משפחה וואס גייט באקומען די טויזענט דאלאר גייט מוזן אויפגעבן אלע אנדערע פראגראמען?
דריטנס וויאזוי לויט זיין מהלך גייט זיין א פארגרעסערטע עקאנאמישע וואוקס?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

פעיק נוז האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:קודם א גרויסן יישר כח @יענג פאר די אשכול. איך האב שוין לאנג געוואלט ארויסהאבן דעם קאנדידאט, עפעס האט ער מיר געצויגן.

סאו דריי זאכן:

1. וואס איז 'זיין' סעלושען פאר די אטוימעישן פראבלעם?
2. וואס האט זיין פלאן פון געבן $1000 קעש פאר יעדן העכער 18 מיט דעם פראבלעם?


אויב מ'דארף נישט קיין ארבעט צו פראדוצירן זאכן, דארף מען געבן פאר מענטשן געלט אפילו אויב זיי ארבעטן נישט (זיי זאלן עס פשוט קענען אדורכלעבן).

די טויזענט דאלאר א חודש וועט זיכער מאכן אז מ'הייבט נישט אן דעם חודש מיט זיראו אויב מ'האט נישט קיין דזשאב, נאר מיט טויזענט.

אה איך האב געמיינט אז ער האט עפעס א סעלושען וואס וועט אנרירן די שורש פונעם פראבלעם. סאו וואס דארף ער ארום פיליזאפירן מיט מכלומרשטע עקאנאמישע חשבונות זאל ער זאגן איך וויל טיילן 1000 דאלאר פאר יעדן העכער 18 און פארטיג. וואס איז די חילוק צווישן אים און די אנדערע ליבעראלע קאנדידאטן וואס זאגן צו אנדערע מתנות, זיי קענען פונקט אזוי אנהייבן רעדן זיין היי לענגוויטש און זיי וועלן צו קומען אז אלא מאי איז די סעלושען מעדיקעיר פאר אלל פרי קאלעדזש וכו'.

כ'מיין, וואו פונקטליך ליגט זיין גאונות?


פארוואס רופסט עס "מכלומרשטע עקאנאמישע חשבונות"? שטימט עס נישט אלס עקאנאמישע חשבונות? און איך האלט טאקע אז די אנדערע פלענער מאכט אויך סענס, און פארוואס ער האט גענומען די מהלך פון עס מסביר זיין אזוי איז אדער צוליב זיין פרעזענליכע נאטור, אדער צוליב א פאליטישע סטראטעגיע באשלוס וואס ער האט געמאכט צו וועלכע סארט מענטשן ער וויל אפעלירן און וואסערע סארט קאמפיין ער וויל פירן.

פעיק נוז האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:3. פון וואו זאל אמעריקע נעמען די געלט?


12 טויזענט דאלער פאר יעדע ערוואקסענער קומט אויס דריי טריליאן דאלער און די יעצטיגע פראגראמען וואס מ'גייט נישט געבן איז 1.2 טריליאן דאלאר. 600 ביליאן דאלאר גייט געשפארט ווערן אויף תפיסות, היימאלזיגקייט, עמערדזשענסי רום העלט קעיר, און אנדערע זייטיגע עקאנאמישע בענעפיטן וואס גייט שפארן געלט פאר די רעגירונג ווען אזויפיל מענטשן האבן אזויפיל מער געלט צו אויסגעבן, 400 ביליאן דאלאר גייט זיין די שטייערן וואס גייט אנקומען צו די רעגירונג פון די פארגרעסערטע עקאנאמישע וואוקס, און א VAT וועט צוגעלייגט ווערן צו פראדוקטן און סערוויסעס אויף וואס מ'שפארט זיך די ריזיגע פעיראל קאסטן א דאנק אוטאמעישאן וואס וועט דעקן די איבריגע 800 ביליאן דאלאר.

קודם, וואס הייסט 12 טויזענט דאלאר?


טויזענט דאלער א חודש, צוועלף טויזענט א יאר.

פעיק נוז האט געשריבן:צווייט'נס, סאו יעדע משפחה וואס גייט באקומען די טויזענט דאלאר גייט מוזן אויפגעבן אלע אנדערע פראגראמען?


אדער אויפגעבן, אדער אראפרעכענען פון די טויזענט דאלאר. אין אנדערע ווערטער, אויף יעדע דאלאר וואס די רעגירונג גייט ווייטער געבן אין פוד סטעמפס גייען זיי נישט געבן די UBI.

פעיק נוז האט געשריבן:דריטנס וויאזוי לויט זיין מהלך גייט זיין א פארגרעסערטע עקאנאמישע וואוקס?


ווייל אז "מענטשן" באקומען געלט, נוצן זיי עס איינצוקויפן פראדוקטן און סערוויסעס, פון וואס ארבייטער און ביזנעסער מאכן געלט דערויף.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

ערשטענס, ער האט יא א סעלושען וואס רירט אן דעם שורש פונעם פראבלעם, די UBI טוט אויף אסאך מער ווי בלויז געבן געלט פאר מענטשן וואס ארבעטן נישט, און צוזאמען מיט זיינע אנדערע פאליסיס טוט עס אויף נאכמער. ווי איך וועל נאך שרייבן.
צווייטנס, UBI איז נישט דווקא א ליבעראלע פאליסי, נאר האט גאר שטארקע שטיצע פון פארשער און דענקער רעכטס און לינקס. ווי איך וועל נאך שרייבן.
דריטנס, וואו קומט דא בכלל אריין מעדיקעיר פאר אלל און פרי קאלעדזש? אמת טאקע אז איינער וואס האט נישט קיין מקור פרנסה האט א פראבלעם מיט געזונטהייט קאסטן, אבער ווען ער איז שוין געהיילט איז ער ווייטער ווערטלאז אין די היינטיגע וועלט.

און דאס איז טאקע וואס איך וואונדער זיך גאר שטארק אויף די אנדערע קאנדידאטן. איך זוך נישט קיינעם אראפצורייסן דא, אבער זיי פירן זייערע קאמפיינען ווי אין 1969. אימיגראציע, מעדיקעיר, וועיזשעס, דאס זענען אלעס זאכן וואס זענען ווייט אוועק פונעם שורש פון אונזערע פראבלעמען היינט און אינעם נאנטן עתיד. און זייערע לעזונגען זענען אויך oh so 20th century. כאפן זיי טאקע נישט וואס דא גייט פאר? די אלע זאכן דארפן טאקע אויך פאליסיס, אבער בכלל זיך נישט וויסנדיג מאכן פונעם טעמע וואס דעפינירט אונזער תקופה?
א גאנצע דעבאטע איז אפגעראכטן געווארן איבער צוויי נעכט, און קיינער האט נישט דערמאנט אויטאמאציע, כאילו דער פראבלעם עקזיסטירט בכלל נישט.

(די רעדע איז פון עקאנאמישע פאקטן, נישט עקאנאמישע חשבונות, מכלומרשטע צו נישט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

יוד אלף האט געשריבן:נאר וואס דען,איך גלייב שווער אז איינער קען באמת אויפרודערן אמעריקע פאר ריעל


מיר אלע זענען אמעריקע, און ענדרו יענג איז דער איינער. ווארט נישט אויף קיין צווייטן, ווייל ער וועט נישט קומען אזוי שנעל.
מיר קענען אלע רודערן. אפשר נישט גענוג אז יענג זאל געווינען, אבער גענוג אז ער זאל האבן מער השפעה, און אנדערע פאליטיקאנטן זאלן זיך מוזן רעכענען אביסל.
דאס פאסירט שוין. ביידען האט געזאגט צו יענג נאך די דעבאטע אז סיי וואס איז די אויסקום פונעם געלויף, דארפן זיי זיך אוועקזעצן און שמועסן איבער די פראבלעמען און סעלושענס, ווייל ער וויל וויסן וואס איז דא צו טון.
וואס מער visibility יענג וועט האבן וועט זיין השפעה גרייכן ווייטער. אפשר גענוג אז אמעריקע זאל זיך נעמען טון עפעס אין פיר יאר ארום אנשטאט אכט.
וויפיל זאכן זענען היינט א מדובר נאר ווייל סענדערס איז געלאפן (און פארלוירן) ביי די פארגאנגענע וואלן?

פארסטו אויף א באס, טעקסי, אדער דורך אובער? פרעג דעם דרייווער צו ער ווייסט אז די טעכנאלאגיע וואס וועט אוועקנעמען זיין חיונה איז שוין דא. פארצייל אים אז ענדרו יענג איז דער איינציגסטער וואס פראבירט עפעס צו טון.
האסטו איינגעקויפט אין א געשעפט, און דו רעכנסט דיינע זאכן ביים קאסע? פרעג דעם קאסירער צו ער ווייסט אז די טעכנאלאגיע וואס וועט אוועקנעמען זיין חיונה איז שוין דא. פארצייל אים אז ענדרו יענג איז דער איינציגסטער וואס פראבירט עפעס צו טון.
קומט אן דער דעליווערי צו דיר אהיים? פרעג דעם דעליווערי מען צו ער ווייסט אז די טעכנאלאגיע וואס וועט אוועקנעמען זיין חיונה איז שוין דא. פארצייל אים אז ענדרו יענג איז דער איינציגסטער וואס פראבירט עפעס צו טון.
זיצטו ביים דענטיסט, און דו ווארטסט אריינצוגיין? פרעג דעם סעקרעטערי צו ער ווייסט אז די טעכנאלאגיע וואס וועט אוועקנעמען זיין חיונה איז שוין כמעט דא. פארצייל אים אז ענדרו יענג איז דער איינציגסטער וואס פראבירט עפעס צו טון.
שפאצירסטו אהיים, און דו גייסט אריבער א פלאץ וואו א נייע בנין ווערט געבויט? פרעג די בויער צו זיי ווייסן אז די טעכנאלאגיע וואס וועט אוועקנעמען זייער חיונה איז שוין דא. פארצייל זיי אז ענדרו יענג איז דער איינציגסטער וואס פראבירט עפעס צו טון.
הערסטו א פאליטישע אנאליז אויף קול מבשר? פרעג דעם בעל דרשן צו - אופס, אביסל פארקראכן.

הקיצור, מענטשן זענען עפעס צופיל רעזיגנירט. אמת טאקע אז we the people זענען שוין נישט געהעריג רעפרעזענטירט אין פאליטיק, אבער עפעס איז אונזער דעמאקראטיע נאך דאך ווערט. און אויב וועלן גענוג מענטשן אויפהערן מאכן די חשבונות, נאר רעדן צו זייערע נאנטע וחברך חברא אית ליה, איז נישט אזוי ווייט די מעגליכקייט אז די ריכטיגע פראבלעמען וועלן אנערקענט ווערן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

Yang2020 האט געשריבן: און אויב וועלן גענוג מענטשן אויפהערן מאכן די חשבונות, נאר רעדן צו זייערע נאנטע וחברך חברא אית ליה, איז נישט אזוי ווייט די מעגליכקייט אז די ריכטיגע פראבלעמען וועלן אנערקענט ווערן.


Does he have a Twitter account?
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

נישט האט געשריבן:יישר כוחכם, ער איז ביטער גערעכט

מענטשען כאפן פשוט נישט די אפעקט פון אזופיהל זייטיגע מארקעטס
פאר א דוגמא, סעלף דרייוינג קארס, גייט אוועקנעמען די גאנצע קאר אינשורענס אינדוסטרי (ווארען באפעט גייט פאלירן בילניאנען)

און מען רעדט פון געציילטע יאר

סיז ביטער ווי א זית, ס'וועט מער נישט זיין אזויפיל פאטאליטעטן
סגייט מיר נישט אריין אין קאפ אריין,
טראכט וויפיל ביליאנען ווערן פארלוירן פון עקסידענטן טראכט וויפיל דזשאבס אין די סעלף דרייוו אידוסטרי זענען געווארן און וועלן ווערן קריעטד

די אקסן טרייבערס האבן אויך לוחם געווען קעגן די טראנספארט באנען בימים בהם, אשר על כן ברויך מען זיך רעכענען מיט זיי?
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

פאליסי #1 - דער Freedom Dividend


אין קורצן
יעדער אמעריקאנער סיטיזען העכער 18 וועט באקומען $1000 א חודש, $12000 א יאר. אפגעזען פון זיין ארבעטס סטאטוס אדער סיי וועלכע אנדערע פאקטאר. דאס וועט זיי אלע ערמעגליכן צו צאלן זייערע בילס, זיך לערנען, עפענען ביזנעסער, זיין מער קריעטיוו, בלייבן געזונט, זיך אוועקציען פאר ארבעט, פארברענגען מיט די קינדער, קעיר נעמען פון באליבטע, און האבן א חלק אינעם עתיד.

א Universal Basic Income אויף דעם שטאפל וועט צולייגן צום עקאנאמיע 12.56 ביז 13.1 פראצענט - אדער ארום $2.5 טריליאן ביז 2025 - און צולייגן 4.5 ביז 4.7 מיליאן מענטשן צום labor force. אריינלייגן קעש אין די הענט פון מענטשן פאר פרייוויליגע באנוץ וועט זיין א שטענדיגע שטופ און שטיצע פאר דזשאב וואוקס און די עקאנאמיע.


היסטאריע פון Universal Basic Income
די איידיע איז גאנץ אלט, און איז פארגעשלאגן געווארן דורך דענקער און אידעאלאגן פונעם גאנצן פאליטישן ספעקטרום. דער פילאזאף Thomas More האט עס געשילדערט און זיין באוויסטע אוטאפיע. דער אמעריקאנער רעוואלוציאנער Thomas Paine האט עס באצייכנט א "נאטורליכע נחלה". נאבעל-פרייז עקאנאמיקער Milton Friedman און F.A. Hayek, ביידע קאנסערוואטיוון, האבן געשטופט דעם פלאן. דאס איז די פשוטסטע און מערסט אפעקטיווע לעזונג פאר ארעמקייט, האט געשריבן Martin Luther King. איבער 1000 עקאנאמיקער פון איבער 125 יוניווערסיטיס האבן אונטערגעשריבן א פארלאנג פון פרעזידענט ניקסאן דאס איינצופירן אין אמעריקע.

פרעזידענט ניקסאן האט טאקע אויפגעברענגט א פלאן פון גאראנטירטע income floor, וואס איז צוויי מאל דורכגעגאנגען קאנגרעס אבער דורכגעפאלן אין סענאט - דווקא דורך די דעמאקראטן, ווייל זיי האבן פארלאנגט א העכערע סכום, נישט די $500 וואס די פלאן האט געלויטעט.

היינט צוטאג האט עס די שטיצע פון מארק זוקערבערג, עלאן מאסק, נועם כאמסקי, ענדרו יענג, די קאסערוואטיווע Cato Institute, און נאך אסאך.

Universal Basic Income איז נישט קיין נייע מאדע. עס איז א אלטע געדאנק וועמענס צייט איז געקומען.


וויאזוי סאלווט עס 'דעם' פראבלעם? AKA, וואו פונקטליך ליגט זיין גאונות?
דער פראבלעם איז געווען אז איבער פיר מיליאן דזשאבס זענען שוין פארלוירן געגאנגען צו אויטמאציע צווישן 2000-2015, און א דריטל פון אלע אמעריקאנע וועלן פארלירן זייערע דזשאבס ביז 12 יאר. אויטאמאציע נעמט אוועק מער דזאבס ווי אימיגראנטן און טשיינע (און אנדערע לענדער) צוזאמען. אונזער יעצטיגע סיסטעם איז בכלל נישט פעאיג צו הענדלן אזא קריזיס.
automation-and-unemployment.jpg
automation-and-unemployment.jpg (435.78 KiB) געזען 13320 מאל


אבער לאמיר שוין זאגן אז וועלפעיר וועט טון גענוג א גוטע ארבעט צו שפייזן די אלע ארבעטסלאזע, איז נאך דער עיקר חורבן גענצליך אומבארירט. דער הויפט פראבלעם איז די קאלאטארעל דעמעדזש וואס קומט ארויס פון אזויפיל ארבעטסלאזע, וואס קען ברענגען די צאמפאל פון אונזער סאוסייעטי.

אונזער יעצטיגע געים פון קאפיטאליזם איז א שפיל פון לעבן און טויט. ווער עס מאכט נישט צום לעבן קומט בעצם דער טויט, ער איז ווערטלאז, נאר מיר האבן רחמנות אויף אים און ווארפן אים צו גענוג אויף צו דערהאלטן דעם חיות, ווילאנג ער קען זיך טאקע נישט קיין עצה געבן. די סטיגמע געבט א געפערליכע קלאפ פארן סעלף-עסטים, חוץ פון דעם וואס עס מאכט דעם מענטש אפאטיש און אובד עצות.

טראכט א מינוט פונעם 54 יעריגן טראקער וואס האט שווער געארבעט זיין גאנץ לעבן, און פלוצלינג איז ער מער גארנישט ווערט. גאנץ שנעל זעט ער איין אז ער איז נישט וועלקאם ביי קיין שום אנדערע ארבעט. ער האט אגאנץ לעבן באטראכט די וועלפעיר נוצער ווי פוילע אויסנוצער, אבער יעצט האט ער נישט קיין צווייטע ברירה אויב וויל ער בלייבן לעבן. וויאזוי פילט ער זיך? ער פילט זיך א טאטאלער דורכפאל אן דעם וואס ער האט געטון עפעס שלעכט. ער פילט זיך א לאסט אויף סאוסייעטי מיט דעם וואס ער לעבט, א הונט וואס עסט די צוגעווארפענע ביינדלעך אונטערן טיש, א אפיציעל באשטעטיגטע לוזער.

שטודיעס ווייזן, וואס שכל הישר זאגט, אז אזעלכע מענטשן ווערן פול מיט האס און פארלוירנקייט, אויפגערעגט אויף די גאנצע וועלט, נוצן מער דראגס, באקומען מענטל העלט פראבלעמען, העכערן די זעלבסטמארד ראטע, און ווערן עקסטרעמיסטיש און פאליטיש ראדיקאל.
2019.03.12_Metro_Automation-geography-discontent_2.png
2019.03.12_Metro_Automation-geography-discontent_2.png (49.83 KiB) געזען 13320 מאל


(וואס איז איראניש ווייל די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארשארפט דעם אויטאמאציע פראבלעם)

יעצט מאך דאס אלעס טיימס הונדערט מיליאן. שטעל דיר פאר אז א דריטל פון אמעריקע איז אויפגערעגט אויף אמעריקע, די גאנצע וועלט און זיך אליין, זיי ווילן אלעס חרוב מאכן.
די טראקערס וואס גייען פארקירן זייערע טראקס אין די ברייט פון די הייוועיס, כדי צו פאראליזירן גאנץ אמעריקע, גייען עס נישט טון ווייל זיי זענען הונגעריג. זיי גייען עס טון ווייל זיי גייען פילן rejected by society, און זיי גייען זוכן נקמה.

און נישט נאר די וואס גייען פארלירן זייער ארבעט, נאר אויך די וואס ארבעטן יא (און וועלפעיר ווייסט נישט פון זיי) גייען ווערן דערשראקן און אומזיכער, נישט וויסנדיג ווען זייער צייט וועט קומען. שטודיעס ווייזן אז דאס קען מאכן א מענטש נארישער און אומראציאנאל, ער פארלירט פאקטיש 12 IQ פוינטס. אונזער יעצטיגע public discourse איז פול מיט האסע און קינדערישקייט. לינקע באשולדיגן טראמפ, רעכטע באשולדיגן AOC און אירס גלייכן. אבער באמת זענען זיי סימפטאמען פון זייער צייט, און לויט די יעצטיגע מהלך וועט עס נאר ווערן ערגער.
און פארשטייט זיך אז ווען א מענטש פארלירט צוועלף IQ פוינטס איז אים שווערער צו טראכטן פונעם עתיד און זען וואס ער קען יא טון, ווערט דער פראבלעם נאך ערגער.

שטעל דיר פאר א גרופע שפילער זיצן ארום א טעלער פאפקארן און שפילן מאנאפאלי. איינער פון זיי האט נישט באקומען קיין געלט אנצוהייבן, און ער קוקט זיך צו ווי די אנדערע שפילן, געווינען און פארלירן. אבער זיי לאזן אים עסן פון די פאפקארן. וואס טראכסטו, ער איז פול מיט דאנקבארקייט?


דא קומט Universal Basic Income און טוישט די גאנצע מעשה. קאפיטאליזם ווערט א געים געשפילט מיט הנאה פונקט ווי געווענליכע מאנאפאלי. מער נישט קיין פראגע פון לעבן און טויט, נאר פונעם מינימום און מער. דו ביסט קיינמאל נישט ווערטלאז, ווייל יעדער איז ווערט און בארעכטיגט צום הכרח, אלס מענטש און בירגער אינעם מערסט-אנטוויקלטע עקאנאמיע. דו האסט אלעמאל עפעס מיט וואס אנצוהייבן.

עס ברענגט צוריק די נארמאלע שכל, אז מער אויטאמאציע ברענגט אונז מער פרייהייט, דער באשעפער פארגרינגערט דעם בזעת אפיך תאכל לחם.
C2OjBzFXAAE7nuc.jpg
C2OjBzFXAAE7nuc.jpg (311.12 KiB) געזען 13320 מאל


דער אויבנדערמאנטער טראקער, ווען ער ווערט אפגעזאגט, וועט נישט ווערן אינגאנצן צוטראסקעט, ווייל ער באקומט נאך דער טויזנטער ווי יעדע אנדערע אמעריקאנער. ער וועט זיך נעמען די צייט און רואיג אוועקזעצן טראכטן וואס ער קען אויפטון אויף דער וועלט און צוגעבן פארן מארקעט, עפעס וואס מאשינען קענען נישט. לאמיר זאגן ער וועט קומען צו די מסקנא צו עפענען א קאפי-הויז. ער קען זיך און ער קען זיינע שכנים און ער ווייסט אז ער קען צושטעלן א איינגארטיגע אטמאספערע וואו דער עולם וועט הנאה האבן צו פארברענגען און הערן זיינע וויצן.
אמאל וואלט ער נישט געהאט די געלט איינצושטעקן, און סייווי איז ער געווען צו פארפלאגט ביי די ארבעט צו טראכטן פון א תכלית (wage slavery). אויך וועלפעיר וואלט אים נישט געהאלפן, און ער וואלט ארויסגעפאלן גלייך ביים עפענען א ביזנעס. און זיינע שכנים וואלטן סייווי נישט געהאט די געלט און צייט צו פארברענגען ביי אים.
דאס אלעס האט זיך אבער געטוישט. ער קען נאר פארדינען. יעדן איינציגן חודש קומט דא אריין מיליאנען, יעדער האט קעש ביי זיך, און עס גיסט זיך די שפע.
בילד
בילד

דאס טוישט דעם גאנצן מיינדסעט פון וועט דאס דורכפאלן צו וועט דאס געלונגען. רייכע קינדער זענען מער מצליח נישט דווקא ווייל זיי באקומען פון זייער טאטע'ס רייכטום, נאר ווייל זיי האבן די דרייסטקייט צו פראבירן, ווייל זיי ווייסן אז זאל זיין וואס זאל זיין וועלן זיי נישט אינגאנצן צוגרונד גיין. אונזער פאטערלאנד קען דינען דעם זעלבן צוועק.
די מעגליכקייטן און טויערן וואס דאס וועט עפענען פאר מענטשן איז אוממעגליך זיך צו פארשטעלן.
אסאך טוען נישט וואס ברענגט זיי באפרידיגונג און העלפט פאר סאוסייעטי, ווי וואלונטירן פאר וויכטיגע צוועקן, ווייל זיי זענען פאריאגט און פארפלאגט. אסאך נוצן נישט די בעסטע אויס זייערע טאלאנטן, ווייל זיי האבן נישט קיין רגע זיך אפצושטעלן. דאס אלעס קען זיך טוישן.


דאס אלעס? זענען דא נאך בענעפיטן?
גוט אז דו פרעגסט! UBI איז שוין טיילווייז אויסגעפירט געווארן אויף אסאך פלעצער, און די שטודיעס וואס רעכענען אויס די מעלות וואס דער סיסטעם ברענגט פארנעמען גאנצע ביכער. דאס איז א טיילווייזע סך הכל פון אסאך שטודיעס צוזאמען.
בילד

פאר מער זע https://www.reddit.com/r/BasicIncome/wi ... vidence.3F
https://medium.com/@2noame
https://basicincometoday.com/

איך וועל אויסשמועסן מער אויב וועט זיין אינטערעסע.


איז דאס נישט סאציאליזם? ליבעראלע מתנות?
ממש נישט. קוק אויבן וועסטו טרעפן אסאך קאנסערוואטיוון, ליבערטעריענס, און פרייע מארקעט פארטיידיגער וואס האבן געקעמפט פאר דעם פלאן.
בילד

דאס איז ווייטער קאפיטאליזם, אבער קאפיטאליזם וואס הייבט זיך אן ביי 1000 אנשטאט 0. קאפיטאליזם מיט א floor, וואו קיינער קען נישט פארלירן זיין צורת אנושי.
עס איז א אפגרעיד פאר קאפיטאליזם וואס פאסט הערליך אריין, און וועט מאכן וואקסן אונזער יעצטיגע קאפיטאליסטישע סיסטעם מיט $2.5 טריליאן אין אכט יאר.

נאך מער, די רעגירונג געבט סייווי אויס אזויפיל געלט פאר פראגראמען, זאלן זיי עס כאטש מאכן אויף א בעסערע וועג. די רעגירונג איז זייער נישט גוט אין באשליסן ווער דארף באקומען געלט און פאר וואס, בעסער זאל די גאווערמענט אונז געבן די פרייהייט אליינס צו טון ווי מיר זעען פאר ריכטיג. דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס די פראגראמען מאכן אסאך קאליע מיטן באוויסטן welfare trap, די אלע פראבלעמען פאלן אוועק. נישט אומזיסט ווילן כמעט אלע באנוצער פון פראגראמען בעסער דאס אויפטוישן אויף בעיסיק אינקאם.

די טיף-רויטע סטעיט אלאסקא האט שוין לאנג א כמו basic income באזירט אויף זייער אויל. טעכנאלאגיע איז היינט די אויל פון גאנץ אמעריקע, און מיר קענען נוצן די געלט פונקט אזוי.


אפט געפרעגטע פראגעס
וויאזוי וועט מען עס באצאלן?
וועט עס נישט הייבן פרייזן? וועט עס נישט ברענגען אינפלאציע?
וועלן נישט מענטשן אויפהערן צו ארבעטן?
וועלן עס נישט מענטשן אויסנוצן פאר דראגס און אנדערע נארישקייטן?

דאס אלעס וויל איך ענטפערן שפעטער, ווייל דער פאוסט איז שוין צו לאנג. אבער דערווייל אפאר ספוילערס.
יענג'ס פלאן וועט זיך אויסצאלן אן צוצולייגן א פעני צום דעפיציט.
ווילאנג דו קויפסט איין פאר ווייניגער ווי 120K א יאר (און אפילו מער) וועסטו פארדינען. ווייניגסטנס 96 פראצענט וועלן פארדינען.
דער פלאן ברענגט נישט קיין פרישע געלט אינעם סיסטעם. קיין אינפלאציע.
מענטשן וועלן ווערן מער פראדוקטיוו און נוצן ווייניגער דראגס, ווי שטודיעס ווייזן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”