ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

רואיג! האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן: יענג רעדט זייער אפען פון זיינע אפיניענס איבער אלס און אלעמען, אריינגערעכנט וועלכע ספארט טיעמס זענען גארנישט ווערט. דאס מיינט נישט אז ער גייט הייסן עלטערן חתמ'ענען צעטעלעך פאר זיי שיקן זייערע קינדער צו יענע טיעמס.

און יענג איז נעבעך א חסיד פון אלע לוזער טיעמס...

וואס איז געשען מיט די יענג vs קרוז געים? (דאס איז שוין א שאלה).


יא! :smile:
איך גלייב אז דאס פרעגט מען אים שוין.
און איך גלייב אז דער ענטפער איז אז עס וועט פארקומען אין א פאסיגע געלעגנהייט (ליין: ווען ער קען נוצן די פובליסיטי צו בעסטע אפעקט)


אגב, איבער צען טויזנט פראגן זענען אריינגעקומען אין די ערשטע פאר שעה, און אנדערש ווי א פשוטע signup נעמען מענטשן זייער צייט צו טראכטן וואס צו פרעגן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

יענג'ס AMA (עסק מי עניטינג) סעסיע וועט זיך ציען מארגן פון 10 צופרי ביז 8 ביינאכט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

טעכנאלאגיע פיאניר Philip Rosedale אינדארסירט ענדרו יענג. ער האט אויך געשריבן א מערקווירדיגע פאוסט וואו ער נוצט זיין לאנגע ערפארונג מיט ווירטואלע עקאנאמיעס און געלטער צו ערקלערן פארוואס דער פרידאם דיווידענד וועט נישט זיין אזוי שווער אויסצופירן ווי מענטשן מיינען.

אין אנדערע נייעס, האט דער באוואוסטער עקאנאמיקער גרעגארי מענקיוו, צווישן אנדערע דער הויפט פונעם Council of Economic Advisers אונטער בוש, אויסגעדרוקט צופרידנהייט פון יענג'ס פראפאוזעלס און באזונדער פון UBI.
דאס קומט נאך וואס ער האט געשריבן אן ארטיקל פאר די ניו יארק טיימס וואו ער פארגלייכט יענג און ווארען איבער שטייער, און קומט צו די מסקנא אז יענג'ס פלענער זענען בעסער אין יעדן הינזיכט, אריינגערעכנט פראקטישקייט.

(אגב, האט פראפעסאר Lawrence H. Summers, וואס האט צווישן אנדערע געדינט אונטער די קלינטאן און אבאמא אדמיניסטראציעס, שארף אראפגעריסן דעם wealth tax, און אנגערופן די מעטאדן און מעטריקס אויף וואס עס איז געבויט מיסט. זאגנדיג אז ער האט אויסגערעכנט זיין אייגענע רייכטום לויט די מעטריקס און עס איז מער ווי א מייל גערוקט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א האלב מיליאן מענטשן האבן מיטגעהאלטן יענג'ס צען שעה'יגע AMA לייוו.
רוב פון דעם איז געווען אויף א ווידיאו סטרים, אבער א חלק איז געווען שריפטליך אויף רעדיט. יענער פאוסט איז געווען די העכסטע אויף גאנץ רעדיט, און האט באקומען די מערסטע reddit awards (איבער זיבעציג טויזנט מעדאלן) פון סיי וועלכע AMA אין היסטאריע. און רעדיט עז עי האול איז דווקא נישט קיין פאליטישע פלאץ.
אויף טוויטער איז #AskAndrew געווען די העכסטע טרענד.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

וואו קען מען זען די קשיות אין תירוצים?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

ממה נפשך האט געשריבן:וואו קען מען זען די קשיות אין תירוצים?


די שריפטליכע חלק איז דא, די ווידאוס זענען אויף יוטיוב. איך גיי פרובירן עס ארויפצולייגן נאך יו"ט.


חוץ פון ענטפערן אויף די פראגעס וואס האבן זיך אנגעזאמעלט בעפאר דעם, האט ער אויך פון צייט צו צייט רענדאמלי אויסגערופן א נאמען פון איינער פון די וואס האבן מיטגעהאלטן, און זיי האבן געקענט פרעגן.

איך ווייס נישט וויפיל נאך קאנדידאטן אין היסטאריע וואלטן געקענט אזאנס באווייזן, זיצן צען שעה אין א צי ווי א אפענער בוך און ענטפערן אויף אלע סארטן פראגעס אומצוגעגרייט. דאס ווייזט זיין אויסטערלישע אפענקייט און אויטענטישקייט. ער ענטפערט אלעס נאטורליך און באהאלט גארנישט.

להבדיל איז באוואוסט די מעשה ביי ר' בנציון באבובער הי"ד, אז ער האט נישט גענוצט דער אתרוג וואס איז געווען א פראכט מיט אלע מעלות, ווייל ער האט געזאגט אז אלע מעלות איז נישט דא און ווער ווייסט וואס דער באהאלטענער חסרון איז, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פיטום איז געווען באהאפטן מיט א נאדל.

להבדיל, קיין איין קאנדידאט האט נישט אלע מעלות. אבער אין די צייט וואס אנדערע רעכענען אויס זייער מעסעדזש לויט וואס עס לוינט זיך זיי פאליטיש, אין דעריבער איז נישט גרינג צו וויסן וואו מען האלט מיט זיי און וואס זייער אמת'ע חסרון איז. איז מיט יענג אלע קארטן אויפן טיש. דאס אליין מאכט מיר וועלן פאר אים אנשטאט פאר אנדערע.
(גראדע איז יענג מיט זיינע אפענע חסרונות בעסער ווי די פאליטיקאנטן מיט זייערע שיינע מאסקעס, לדעתי, אבער דאס איז שוין א חוץ א מעשה...)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ניוט גינגריטש איז מיין איך דער איינציגסטער פאליטישען וואס וואלט דאס געקענט נאכטוהן, אויך אייביג גערעדט פון די איידיע איבער מאכען א לינקאלן דאגלעס סטייל דעבאטע אן א זייגער.

דיין שטיצע פאר יענג דערמאנט מיר שטארק איבער מיין שטיצע פאר טראמפ!!! די פראבלעם ״דערווייל״ איז אז די דעמאקראטען זענען נאך סטאק ערגעץ צווישען יא מעדיקעיר פאר אלל אדער נישט און זיי זענען נאך נישט גרייט צו טוישען די סאובזשעקט פון אימפיטשמענט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, האט דער באוואוסטער עקאנאמיקער גרעגארי מענקיוו, צווישן אנדערע דער הויפט פונעם Council of Economic Advisers אונטער בוש, אויסגעדרוקט צופרידנהייט פון יענג'ס פראפאוזעלס און באזונדער פון UBI.
דאס קומט נאך וואס ער האט געשריבן אן ארטיקל פאר די ניו יארק טיימס וואו ער פארגלייכט יענג און ווארען איבער שטייער, און קומט צו די מסקנא אז יענג'ס פלענער זענען בעסער אין יעדן הינזיכט, אריינגערעכנט פראקטישקייט.


קליפ פון א רעדע וואו ער ברענגט ארויס אז א יענג-סטיל UBI איז דער בעסטער וועג צו אדרעסירן אינעקוואליטי, און אז די אלע "פראבלעמען" מיט דעם הייבן זיך נישט אן.
https://drive.google.com/file/d/1JJ4u9v ... sp=sharing

מענקיוו'ס בוך אויף עקאנאמיקס איז דער דע-פאקטא סטאנדארד טעקסט-בוך און בעסט-סעלער וואס ווערט באנוצט אין כמעט אלע קאלעדזשעס. דער הארווארד פראפעסאר איז דער מערסט פראמינענטער מעקרא-עקאנאמיסט אין דער וועלט. ער האט פראדוצירט די ניינט מערסטע שטודיעס, און ער איז דער 11'ט מערסט נאכגעברענגטער.
אה, און די וואס זארגן זיך איבער אינפלאציע, זייט וויסן אז מענקיוו'ס בוך איז דער רעפערענס פאר די ערשטע און צווייטע פאראגראפן פונעם וויקיפעדיע ארטיקל אויף inflation...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

מטעמים האט געשריבן:דיין שטיצע פאר יענג דערמאנט מיר שטארק איבער מיין שטיצע פאר טראמפ!!!


דער חילוק איז, אז אפילו די גרעסטע טראמפ שטיצער וועלן מודה זיין אז ער איז א שפילער, און זיין אפענקייט איז (ווייניגסטנס צומאל) אויך א חלק פונעם שפיל.
פון וואו נעם איך דאס? פון דיין אונטערשריפט. איך וואלט אפשר אויך בעסער געוואלט אויסגענארט ווערן דורך א שווינדלער ווי דורך אזויגערופענע דזשענטלמענער, אבער נאך בעסער וואלט געווען נישט אויסגענארט צו ווערן בכלל.

אזוי אויך מיט גינגריטש, ער וואלט עס געקענט טון נישט ווייל ער איז א גראדער, אפענער, נארמאלער מענטש וואס באהאלט גארנישט, נאר ווייל ער איז א פאליטיקאנט וואס קען גוט די מלאכה. (איך וועל מודה זען אז איך קען אים נישט צו גוט, אבער פון וויפיל איך האב געזען איבער אים קוקט מיר אזוי אויס)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:וויאזוי מענטשן וועלן ספענדן זייערע טויזנט דאלאר
b3p5t6j40sn31.jpg

איינס פון די זאכן וואס שטייען ארויס איז, קוק וויפיל פארשידענארטיגע סארט וועגן מענטשן וועלן נוצן דאס געלט, יעצט פרוביר זיך איינצורעדן אז די רעגירונג וואלט געקענט דעזיינען פון אויבן אראפ א פראגראם פאר יעדן סלייס פונעם רונדע וואס זאל זיין מער ווירקזאם ווי דירעקטע קעש טרענספער. חלומות שחלמו אחרים על אחרים, אזא זאך איז קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט געשען.
פאליטיקאנטן און ביוראקראטן מוזן קענען פעיסן די פאקט אז דאס לעבן איז מער קאמפליצירט ווי אלע זייערע רולס, און יעדער נאר קען זיין א חכם פאר זיך און זיך העלפן מער ווי די בעסט אויסגערעכנטע פראגראמען. דערווייל ווען א פראגראם ארבעט זיך נישט אויס און עס שטעלט זיך ארויס אז עס דעקט נישט אלע קנייטשן, באשאפט מען א פרישע פראגראם איבער דעם.

די קאנדידאטן מיט גרויסע אבער ספעציפישע פלענער מוזן אויך מודה זיין אז זיי גייען נישט קענען דורכפירן אלעס, און די פאר פלענער וואס זיי גייען יא דורכפירן גייען נאר בארירן געוויסע גרופעס אין אמעריקע (אין די צייט וואס גאנץ אמעריקע וועט צאלן העכערע שטייערן). אפילו די געוויסע גרופעס וואלטן בעסער געהאלפן געווארן דורכן פרידאם-דיווידענד, וואס וועט אבער בארירן גאנץ אמעריקע גלייך.


יענץ איז געווען פון טוויטער, דאס איז פון רעדדיט.
qchZ52G.png
qchZ52G.png (95.36 KiB) געזען 1586 מאל


אלע וואס גייען עס נוצן אויף דראגס און אלקאהאל זענען צוזאמען ווייניגער ווי איין פראצענט. און די רעדע איז פון רעדדיט, וואו עס איז cool זיך צו מאכן ווי מען פארברענגט א חיים טובים.
און דאס איז נאך בעפארן אראפרעכענען וויפיל פראצענט וועלן אראפגיין פון דראגס און אלקאהאל צוליבן האבן בעסערע שאנסן אין לעבן און האפענונג פארן צוקונפט, ווי שטודיעס ווייזן.

און ווייטער, נישט דא קיין וועג די רעגירונג זאל קענען ארויסהעלפן מענטשן מיט זייערע באזונדערע (און אפילו יוניק) געברויכן בעסער ווי די מענטשן קענען זיך אליינס העלפן מיט קעש.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

צוויי באלערנדע קליפס איבער UBI, וואס זענען נאך פון בעפאר יענג'ס קאנדידאטור.

די ערשטע איז א קורצע און באלאנסירטע אריינפיר, וואס שמועסט קלאר אויס ביידע זייטן און צווינגט נישט ארויף קיין מסקנות
https://drive.google.com/file/d/1MI9ESC ... sp=sharing

און די צווייטע איז א רייכע און אויגן-עפענדע שמועס איבער ארעמקייט און וויאזוי זיך ארויסצוזען דערפון
https://drive.google.com/file/d/1g44LXi ... sp=sharing



בשייכות צו די צווייטע, ער רעדט וועגן מאכן אומריכטיגע באשלוסן, אבער פונקט אזוי איז נישט מאכן ריכטיגע באשלוסן. מענטשן שטופן אפ לעבנסוויכטיגע באשלוסן, אריינגערעכנט אזעלכע וואס וואלטן זיי אריינגעברענגט געלט און געהאלפן אין לענגערן טערמין, ווען זייער גאנצע קאפ איז פארזונקען אין חובות אדער פארנומען צו זוכן וועגן דורכצושטופן דעם חודש.

unnamed.png
unnamed.png (175.85 KiB) געזען 1525 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

איך מיין אז פון א אידיש בליק מאכט עס נישט אויס, ווייל געלט איז באשערט פאר יעדן איינעם פון דער אייבישטער.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

ווען א מענטש קען זיך נישט העלפן ביסטו גערעכט, אז ער טאר נישט ווערן פארלוירן אדער פארביטערט, נאר זיך שטארקן אז געלט (און אלעס אנדערש) איז באשערט פאר יעדן איינעם פון דער אייבישטער.
אבער ווען ער קען זיך יא העלפן (און דאס רעכנט אריין שטיצן קאנדידאטן מיט פלענער אים צו העלפן), איז דווקא די אידישע מהלך צו טון השתדלות און נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט, ווי מען זעט צווישן אנדערע מקורות אויך אין די וואכענדיגע פרשה.

אויך, די זאך איז נישט נאר וויאזוי צו העלפן זיך, נאר וויאזוי צו העלפן אלע מיליאנען אידן וואס וואוינען אין אמעריקע. און אויף צו העלפן אנדערע אידן איז דאך באוויסט פון ר' בונם דארף מען נוצן מידת האפיקורסות.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

לוינט זיך צו כאפן א בליק אינעם שייטל אשכול צו זעהן הרב יענג דרייען מיטן גראבן פינגער כאחד הלומדים....
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

חמרא טבא האט געשריבן:לוינט זיך צו כאפן א בליק אינעם שייטל אשכול צו זעהן הרב יענג דרייען מיטן גראבן פינגער כאחד הלומדים....


יענץ איז נישט קיין אפיציעלע פאליסי, נאר א פערסאנעל אפיניאן :lol:


---

יענג'ס AMA ווידיאו סטריעם, ערשטע חלק
https://drive.google.com/file/d/1t1iVsW ... sp=sharing

(עס הייבט זיך זייער שטיל די ערשטע דרייצן מינוט בערך)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Yang2020 האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:לוינט זיך צו כאפן א בליק אינעם שייטל אשכול צו זעהן הרב יענג דרייען מיטן גראבן פינגער כאחד הלומדים....


יענץ איז נישט קיין אפיציעלע פאליסי, נאר א פערסאנעל אפיניאן :lol:


---

יענג'ס AMA ווידיאו סטריעם, ערשטע חלק
https://drive.google.com/file/d/1t1iVsW ... sp=sharing

(עס הייבט זיך זייער שטיל די ערשטע דרייצן מינוט בערך)


שכח פארן ברענגען.

כ'האב עס נאכנישט אויסגעהערט, אבער וויפיל מענטשן האלסטו גייען זיצן און אויסהערן שעה'ן פון רעדן? מענטשן האבן נישט קיין געדולד.

ער דארף האבן א געזונטן מעסעדזשינג סיסטעם ארויסצוברענגען די גוטע חלקים דערפון און עס טאקע נוצן אין די מארקעטינג אלץ די אלטערנעטיוו פאר די דעבאטעס. רעדיט און סאשעל מידיע איז נישט גענוג.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך האב עס דא געברענגט נאך פערזענליכע בקשות.

ווי געברענגט האבן א האלב מיליאן מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה לייוו.

אבער דו ביסט גערעכט, בעיקר מיטן לעצטן פאראגראף. איך האף אז זיינע לעצטע קנאקעדיגע סטעף צוגעקומענע וועלן העלפן מיט דעם.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

חמרא טבא האט געשריבן:לוינט זיך צו כאפן א בליק אינעם שייטל אשכול צו זעהן הרב יענג דרייען מיטן גראבן פינגער כאחד הלומדים....

אינטערסאנט איך האב קיינמאל נישט אריין געקיקט אין דעם דאזיגען אשכול, יעצט ווען איך האב געליינט ענדרו יענג אינעם פאה אשכול, אין געזען אז מען רעד דא פין א איד א יודע ספר, האב איך געמיזט אריין בליקן וואס דער ענדרו יענג האט צי פארקויפן.

למעשה האט ער מיר נישט אנטוישט, איך מיין ער האט מיין וואט, אויב עס וועט נאך זיין נוגע דענסמאל
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

דער 'ענדרו יענג' איז באשריבן געווארן אין 'די שריפט' די וואך...
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

האסט מיך אויסגעכאפט...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ס'איז געווען אן ארטיקל איבער "די אויטאמאציע קריזיס, און דער קאנדידאט וואס קאמפיינט דערפאר".

געווען געשריבן מיט גאנץ א פראו יענג פעדער...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הייסט אונזער הרב יענג שרייבט אפ עדס...
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א שרייבער דארטן האט געצויגן אינטערעסע צו שרייבן איבער יענג, און איך האב אים געשיקט חומר.
איינער קען עס דא ארויפשטעלן? עס איז מיר אינטערעסאנט צו זען וואס ער האט געמאכט דערמיט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

נעכטן זענען פארגעקומען מארשן איבער די וועלט לטובת UBI. אינספירירט דורך ענדרו יענג.
די מארשן זענען פארגעקומען אין 30 שטעט איבער אמעריקע (אריינגערעכנט NYC מיט 500 באטייליגטע), און דרייצן לענדער אין זעקס קאנטינענטן - פון קאריע ביז דייטשלאנד ביז קאלאמביע ביז קאנאדע - איבער די וועלט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:פראפעסאר John B. Goodenough, וואס ווערט געגלייבט צו זיין דער עלטסטער מיטגליד אינעם יענג גענג (97), האט באקומען היינט דער נאבעל פרייז אין כעמיסטרי (צוזאמען מיט צוויי אנדערע) פאר די אנטוויקלונג פון lithium-ion batteries.

די בעטעריס ווערן גענוצט אין אלעס פון טעלעפאנען צו לעפטאפ קאמפיוטערס צו קארס, אין ביליאנען מענטשן באנוצען זיך דערמיט יעדן טאג. אויך ריינע ענערגיע ווערט אין גרויסן טייל ערמעגליכט דורך דעם.

חוץ פון דעם האט פראפעסאר גודענאפ געהאלפן אנטוויקלען RAM, די מעמארי וואס ווערט גענוצט אין קאמפיוטערס, און אנדעקט דעם superexchange געזעץ אין פיזיקס.

ער האט אויסגעהערט די צווייטע דעמאקראטישע דעבאטע, און יענג האט אים זייער געצויגן. ער האט זיך מער אריינגעטון און געווארן א פולשטענדיגער שטיצער.

און אויב איז יענג Goodenough פאר אים, איז ער אויך Goodenough פאר מיר...


איך האב יעצט באמערקט אז די היי-יעריגע נאבעל פרייז קומט אין דעם אשכול צוליב נאך א סיבה.
צוויי פון די דריי וואס האבן באקומען דעם נאבעל פרייז אין עקאנאמיקס, Esther Duflo און Abhijit Banerjee, קאמפיינען פאר UBI אלס דער בעסטער וועג צו רעדוצירן ארעמקייט, אוועקשניידן קארופציע און מינימיזירן ביוראקראטיע.

(נישט אז דאס איז עפעס א חידוש - די ליסטע פון נאבעל פרייז UBI שטיצער איז לאנג, נאר סתם א באמערקונג)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”