ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

Yang2020 האט געשריבן: רעאליסטיש זענען זיינע שאנסען טאקע נישט צו גוט. איך וואלט אים געגעבן ארום 10-20 פראצענט אז ער גייט געווינען

אבער אפילו אויב געווינט ער נישט, וועט ער גאר אסאך אויפטון אויב ציט ער אן גענוג שטארק, מיטן צוריקברענגען אנדערע פאליטיקאנטן צו נארמאלקייט און זיי צווינגען צו אדרעסירן זיינע פאליסיס, (בערני האט געהאט מער השפעה אויף די דעמאקראטן אין 2016 ווי קלינטאן). ער טוט דאס שוין אביסל יעצט, ווי געשריבן אויבן, און זיין השפעה ווערט נאר שטערקער.

אויך וועט ער מסתמא לויפן נאכאמאל 4 אדער 8 יאר ארום, ווען זיינע שאנסן וועלן מסתמא זיין אסאך בעסער. סיי ווייל מער מענטשן וועלן וויסן פון אים, און סיי ווייל זיינע געדאנקען זענען אביסל ahead of the times.

עניוועי, פארשטיי איך קיינמאל נישט וואס מענטשן האבן אזוי מורא צו שטיצן א קאנדידאט וואס גייט מסתמא נישט געווינען. אויסגעבן געלט איז איין זאך, אבער אויב טוסטו סייווי אין פאליטיקס וואס שטערט דיר צו שטיין אויף יענעמ'ס זייט, זיך אננעמען פאר אים, אויפקלערן אנדערע?
קוקט אויס מענטשן האבן מורא פון די ציפ וואס זיי גייען כאפן ווען זייער פעיווארייט גייט פארלירן. אבער דאס איז אומלאגיש, ווייל אויב האלטסטו פון יענעם כאפסטו שוין יעצט די ציפ ווען דו הייבסט הענט. נו וואס א חילוק אויב כאפסטו די ציפ יעצט אדער שפעטער?

זקן מלא רחמים.
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

דערמאנט מיך פון יענער וואס פלעגט ווייטער פאנדרעיזען פאר א ארגענעזאציע וואס האט זיך מיט די צייט געשלאסן האט אים איינער פארגעהאלטן דערויף האט ער גענטפערט אז אמת די ארגענעזאציע האט זיך פארמאכט אבער די פאנדרעיזענג דעפארטמענט פונקציענירט יא געהעריג.

יענג אינז דארף מיך דא ווייטער האבן אפילו די קאמפיין איז געשלאסן.
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

נו ווען קומט פאר די פרעסע קאנפערענץ
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

די מעשה איז געגאנגען אזוי:

משה שמעון שימשאנאוויטש איז געגאנגען פאר די בארימטע שימשענאוויטשע מוסדות, און ווי יעדעס יאר פאר די לעצטע 20 יאר שטייט ער זונטאג תולדות ביים טיר פון הרבני הנגיד רודצו''ח שמשון מאשקאוויטש אפנעמען זיין יערליכע טויזענטער פאר די הייליגע שימשענאוויטשער מוסדות, ער גראדט זיך אויס דאס רעקל און קלאפט אן מיט גרויס ערעהפארכט אויפן גאלדענעם טיר און צו זיין גוט מזל איז דער נגיד אליינס ערשינען ביים שוועל

א גוט יאר - באגריסט אים דער נגיד - קומסט פאר די שימשענאוויטשער מוסדות?
יא! - ענטפערט דער גבאי צדקה
גוט, ווארטס דא א מינוט איך ברענג אייך שוין דעם טשעק - זאגט דער נגיד

גייט אריבער איין מינוט און ער קומט צוריק מיט א טשעק פון $999

גבאי צדקה: המממ א גרויסן דאנק! א געוואדיגע מצוה טוט איר ! המממ דער באשעפער וועט אייך אוודאי צוריק צאלן כפלי כפליים!
נגיד: אמן!
גבאי: עהעם(כארכעלט זיך דאס גארגעל)
נגיד: וואס איז? וואס גייט פאר? האסט געוואלט עפעס פרעגן?
גבאי: יא, עהעם.. מממ... אויב איך מעג פרעגן, וואס איז פשט פון די סומע וואס איר האט געשריבן אין טשעק? איר פלעגט אלעמאל געבן א גאנצע טויזענטער וואס האט איר באשלאסן אראפצונעמען איין דאלער? די איינע דאללער וועט אייך רייכער מאכן?
נגיד: אה, דאס פרעגט איר, איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב געהערט גאר שלעכטע מעשיות פארציילן אויף די שימשענאוויטשע מוסדות, איך וויל אייך נישט וויי טאן, אבער איך וועל אייך זאגן דעם אמת די שימשענאוויטשער מוסדות האבן געטון גאר שלעכטע זאכן דעם פארגאנגענעם יאר און איך בין מער נישט גרייט זיי צו שטיצן!!!
גבאי: עהעם... (כארכעלט זיך ווייטער) אבער איך ווינדער זיך, מעג איך אפשר פרעגן, אויב זענט איר אזוי ברוגז אויף די מוסדות דאן וואס איז פשט פון די $999 נדבה?
נגיד: אה קעגן דיר האב איך נישט גארנישט! ביסט א וואילע איד! די ביסט דאך גארנישט שולדיג אז די מוסדות טוען עוולות! זייער חלק האב איך אראפגענומען פון מיין טשעק, אבער דיינע יערליכע $999 וועל איך דיר אוודאי ווייטער געבן בחפץ לב..!


לעניננו, דער 'טייוואנער יענג' האט געקנסעלט זיין קאמפיין, סוספענדעד! פערטיג! אבער וואס האט עס מיט אונזער 'ניק יענג' ? וואס זענען אונז שולדיג אז יענער האט נישט נושא חן געווען?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

בד'"וו
ווי וואוינט דער יענג?
(דער קאנדידאט, נישט די ניק )
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאץ קשיא »

אקעי.. איך האב רעכט צו ווארפן א שטינק באמבע? א שפעקילאציע, כ׳מיין מיט רעכט.

@יענג2020 איז גאר @דערבארומדיג׳ער

אלע סימנים שטומען, ווער ס׳קען זיך אויס מיט די ניקס קען פארשטיין וואס איך זאג.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

פעטער שמואל האט געשריבן:בד'"וו
ווי וואוינט דער יענג?
(דער קאנדידאט, נישט די ניק )

ניו יארק
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

קלאץ קשיא האט געשריבן:אקעי.. איך האב רעכט צו ווארפן א שטינק באמבע? א שפעקילאציע, כ׳מיין מיט רעכט.

@יענג2020 איז גאר @דערבארומדיג׳ער

אלע סימנים שטומען, ווער ס׳קען זיך אויס מיט די ניקס קען פארשטיין וואס איך זאג.

שכח פאר די קאמפלימענט..!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

איין זאך האט יענג זיכער אויפגעטון מיט זיין קאמפיין, ער האט געוויזן אז מיטן קאמפיינען אויף אייוועלט געווינט מען נישט קיין עלעקשאנס...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

WOW! אזוי עמאושענעל! די אלע באגריסונגען דא...

איך בלייב דא, בלי נדר. און יעצט וועט מען מיר שוין האפנטליך נישט איבערהאקן, ווען איך שרייב פון אנדערע זאכן, מיט די פראגע וואס האט דאס מיט יענג :wink:

עס איז געווען א געשמאקע רייזע, אסאך אינטערעסאנטע שמועסן געפירט און אסאך חברים איינגעקויפט. און איך וויל טאקע נאכאמאל איבערבעטן די וואס איך האב געטשעפעט בעידנא דריתחא.
(ת.נ.צ.ב.ה.)
אבער די revolution of reason גייט ווייטער אן! יענג פלאנט צו לויפן נאכאמאל, און אויך איז געפלאנט אזא סארט "כוואליע" פון יענג-סטיל קאנדידאטן פאר קאנגרעס אד"ג. דער קעפל וועט נאך אפשר געטוישט ווערן צו "ענדרו יענג'ס פאליטישע באוועגונג".

לענגערע שמועס איבער יענג'ס ארויסציען, (און הספדים פון זיינע קברנים), וועט אפשר נאכפאלגן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

Yang2020 האט געשריבן:איך בלייב דא, בלי נדר. .......


!!!!!!!!!YAY
;1@ ;1@ ;1@
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

Yang2020 האט געשריבן:WOW! אזוי עמאושענעל! די אלע באגריסונגען דא...

איך בלייב דא, בלי נדר. און יעצט וועט מען מיר שוין האפנטליך נישט איבערהאקן, ווען איך שרייב פון אנדערע זאכן, מיט די פראגע וואס האט דאס מיט יענג :wink:

עס איז געווען א געשמאקע רייזע, אסאך אינטערעסאנטע שמועסן געפירט און אסאך חברים איינגעקויפט. און איך וויל טאקע נאכאמאל איבערבעטן די וואס איך האב געטשעפעט בעידנא דריתחא.
(ת.נ.צ.ב.ה.)
אבער די revolution of reason גייט ווייטער אן! יענג פלאנט צו לויפן נאכאמאל, און אויך איז געפלאנט אזא סארט "כוואליע" פון יענג-סטיל קאנדידאטן פאר קאנגרעס אד"ג. דער קעפל וועט נאך אפשר געטוישט ווערן צו "ענדרו יענג'ס פאליטישע באוועגונג".

לענגערע שמועס איבער יענג'ס ארויסציען, (און הספדים פון זיינע קברנים), וועט אפשר נאכפאלגן.

א גרויסן ישר כח!
וועט דיין קאנדידאט קאנסידערן לויפן פארן סענאט אדער הויז?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

עס איז פאסיג צו ענדיגן יענג'ס פארמעסט דא אויפן וועלטל, מיט זיינע ווערטער פארענדיגנדיג זיין ביכל:

There’s a very popular notion out there that ideas change the world. That’s wrong. People change the world. People making commitments and sacrifices and doing something about the forces that are tearing our society apart. Whom do we serve, Humanity or the Market?
Are we the opiated masses, the elites in our enclaves, careening toward a conjoined bleak destiny that we are powerless to stop?
Is there enough character and will and confidence and independence left to build the world and do what is required? Is there enough empathy? Capital doesn’t care about us. We must evolve beyond relying upon it as the primary measurement of value. Human Capitalism will give us the chance to define what’s important and pursue it.
The choice is essentially to cut and run or to stand and fight. We must convert from a mindset of scarcity to a mindset of abundance. The revolution will happen either before or after the breakdown of society. We must choose before.
Fight for each other like our souls depend on it. Climb to the hilltop and tell others behind us what we see.
What do you see?
And build the society we want on the other side.
...
The rest of you, get up. It’s time to go. What makes you human? The better world is still possible.
Come fight with me.


מערקט וואס ער שרייבט נישט. ער שרייבט נישט "שטימטס פאר מיר פאר פרעזידענט". אינעם גאנצן ביכל דערמאנט ער בכלל נישט אז ער לויפט פאר פרעזידענט.
זיין הויפט פארמעסט איז געווען צו פארשפרייטן זיינע געדאנקען און טוישן דאס געשפרעך, און דאס האט ער שוין געווינען מער ווי יעדע אנדערע קאנדידאט.
ער האט זיך יעצט ארויסגעצויגן, נאכן באשליסן אז בלייבן אינעם פארמעסט אויף אזא וועג וועט שעדיגן זיין מעסעדזש.
יעצט האט ער געמאלדן, אז ער גייט נאר אינדארסירן איינער וואס וועט אדאפטירן זיין הויפט פאליסי, UBI.
ער האט טאקע געהאט די מערסטע פאן אויפן טרעיל, ווי איינער האט דא געשריבן, און ער האט זיך זעלבסט גענומען די ווייניגסטע ערנסט, אבער זיין מעסעדזש האט ער שוין איינמאל גענומען ערנסט.
(אגב, א ליסטע פון 28 קאנדידאטן וואס לויפן אין אמעריקע אליינס אין שטיצע פאר UBI. רוב פון זיי פאר קאנגרעס, אפאר פאר סענאט, און איינער פאר די רעפובליקאנער פרעזידענטליכע נאמינאציע. זיי זענען אלע אינספירירט געווארן דורך יענג).

ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט שוין געברענגט פאקטישע רעזולטאטן ביים לויפן, מער ווי געוויסע אנדערע ברענגען נאכן געווינען. צי איז עס די דרייצן משפחות וואס ער האט אויפגעראכטן מיט א טויזנטער א חודש, די הונדערטער וואס ער האט געברענגט פון דעפרעסיע און סועסיידל נייגונגען צו אפטימיזם און האפענונג, די טויזנטער וואס ער האט געברענגט פון ראדיקאליזם און האסע צו גוטברודערשאפט און ליבשאפט, די צענדליגע טויזנטער וואס ער האט צוריק פאראייניגט מיט זייערע משפחות און אנדערע נאנטע וואס האלטן אנדערש ווי זיי, די הונדערטער טויזנטער וואס ער האט אויפגעוועקט פון אפאטיע און פארגליווערונג צו אקטיוויזם און פארבעסערן די וועלט, אדער די מיליאנען וואס ער האט אויסגעלערנט פרישע געדאנקען און פארברייטערט זייערע האריזאנטן.

ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געברענגט פאראייניגונג אין די יעצטיגע צוריסענע אמעריקע. ביי אים האבן זיך געטראפן דאס פלאץ צוקאכטע טראמפיסטן זייט ביי זייט מיט הייסע בערני בראוס, עקסטרעם רעכטע מיט ראדיקאל לינקע, און אלעס אינצווישן.
ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט אלעמאל דערמאנט אז "זיי" (די אנדערע זייט, סיי ווער עס איז אויף די מינוט) האבן אויך וואס צו פארקויפן, זיי זענען אויך גערעכט מיט געוויסע נקודות. און אפילו וואו זיי זענען נישט גערעכט, זענען זיי אבער מענטשן, און עס איז דא א סיבה פארוואס זיי מאכן דעם טעות.

ער איז געווען דער איינציגסטער אין א לאנגע צייט (אפשר גאר בכלל אין אמעריקאנע היסטאריע) וואס האט ערנסט אויסגענוצט די רעכטן פון א איינפאכער אמעריקאנער בירגער צו לויפן פאר פרעזידענט. א איינפאכער בירגער - נישט קיין פאליטיקאנט, נישט קיין ביליאנער, נישט קיין גענעראל, נישט קיין סעלעבריטי, נישט קיין ניו עידזש גורו - מיט בליציגע געדאנקען.

ער איז געווען דער איינציגסטער אין א לאנגע צייט וואס די אמת און דאטא איז געווען נר לרגלו. ער האט נישט געהאט קיין שיטה אדער אידעאלאגיע אדער "רעליגיע", נאר וואס די פאקטן ווייזן.

היסטאריקער האבן אסאך מאל ליב זיך צו שטעלן אויף counterfactuals. וואס וואלט געווען ווען די אמעריקאנע רעוואלוציע פאלט אדורך? וואס וואלט געווען ווען שפאניע געווינט די מלחמה קעגן אמעריקע? וואס וואלט געווען ווען די קאנפעדערעיטס געווינען דעם בירגער קריג?
קיינער ווייסט נישט וואס וועט זיין אין די קומענדיגע פיר יאר, אבער עס איז נישט קיין ספק אז א יענג פרעזידענטשאפט וואלט אויך געווען א ווענדפונקט. "וואס וואלט געווען ווען יענג געווינט ווען אין 2020" וועט נאך אמאל זיין א וויכטיגע היסטארישע פראגע. אפשר וועל איך פרובירן ארויסצוהעלפן די צוקונפטיגע פארשער מיט מיינע אנאליזן דא, וויאזוי א יענג פרעזידענטשאפט וואלט געטוישט דאס בילד...
דערווייל האט אמעריקע פארלוירן פיר זאטע יארן פון פראגרעס און פארבעסערונג אין אלע הינזיכטן. און רוב אמעריקע ווייסט עס ניטאמאל.

איך האב זיך אויך געלערנט וויפיל די מידיא און עסטאבלישמענט פירט אונז נאך ביי די נאז, און ווי ווייט מענטשן קענען זיך פארמאכן די אויגן און נישט קוקן אויף זאכן וואס זיי ווילן נישט זען. ווען די מידיא האט באשלאסן אז קלאבוטשער האט געווינען האט זי אנגעהויבן צו געווינען, און פון די אנדערע זייט קען מען מיוטן מייקס, שרייבן אפענע שקרים, ארויסשניידן א מענטש פון טשארטס און ארטיקלען, דערמאנען זיין נאמען אומריכטיג, שרייבן אז ער איז נישט ביים דעבאטע ווען ער איז יא, פרעגן אפן ראסיסטישע פראגן, מאכן זיכער אז ער קוואליפיצירט נישט, און נאך און נאך, און מענטשן שלאפן ווייטער רואיג. רעוואלוציעס האבן אמאל אויסגעבראכן פאר קלענערע סיבות.
אזא פורים גדול משולש ווי דער אייאווע סומאטאכע קען פאסירן, און דער עולם גייט ווייטער נאך פאליטיקס עז יוזשועל ווי בלינדע קעלבער.
איך האב זיך געלערנט אז די סאטירישע צייטונג The Onion איז א בעסערע קוואל פון נייעס היינטיגע צייטן. אז יענג קען אפהאלטן א ראלי פון 1.5 טויזנט מענטשן בעפאר נאציאנאלע רעפארטערס פון אלע צייטונגען, וואס זענען איינגעשטאנען אינעם זעלבן האטעל א טאג בעפארן אייאווע קאוקעס, אבער קיין פיפס וועט מען נישט הערן דערפון. מיט זיין ארויסגאנג איז יענג מער באשריבן געווארן ווי אין די גאנצע צוויי יאר פון זיין קאמפיין.
אבער ווי אנדערע שרייבן שוין, די דנס האט דא געווינען דעם שלאכט אבער פארלוירן דעם קריג. יענג איז געווען דער שטערקסטער צו באזיגן טראמפ לויט סיי וועלכע מעטריק מען נוצט, ווי שוין אסאך געברענגט דא. 55% פון זיינע דאונעישאנס זענען געקומען פון רעפובליקענס און אינדעפענדענטס, עפעס וואס קיין צווייטע קאנדידאט קען אפילו נישט חלומ'ן, אבער די דנס האט געשריגן "תמות נפשי עם יענג".
לאמיר זאגן א קדיש נאך אונזער דעמאקראטיע, ווייל זי איז שוין נישט מער ווי א בייזער שאטן. נאך אפאר יאר, און עס הייבט זיך אן דער תחיית המתים...

איך, און די גאנצע יענג גענג, וועט דערווייל ארבעטן צו שטופן די געדאנקען פאראויס, אין א צייט ווען עס זענען נישט דא אזויפיל נגיעות דערקעגן (ווייל עס קומט נישט מיט שטיצן א קאנדידאט) און יענג'ס פרעדיקשענס ווערן פארווירקליכט אלץ שנעלער. פיר יאר ארום וועל איך זיין שטאלץ צו זיין פון די אלטע גווארדיע.
ווער עס וויל מיטארבעטן, קען זיך איינשרייבן דא.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

האפנטליך קען מען יעצט שמועסן אביסל רואיגער...

קאטאגאריש האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:איך גלייב נישט אז עס איז דא אפילו איין בוטידזשעזש וויילער וואס האלט אז בוטידזשעזש איז נישט ווייעבל און וועט נישט גיין אין ערגעץ, און דאך דארף מען אים שטיצן ווייל ער איז דער בעסטער. אבער אויב איז דא אזאנע וועל איך צו יעדע פון זיי טרעפן פינף בוטידזשעזש וויילער וועלכע האלטן אז ער איז נישט דער בעסטער, אבער האלט סייווי ביים געווינען (און דעריבער דארף מען אים שטיצן אפצוהאלטן סאנדערס אדער בלומבערג).


אפשר קען מיר איינער דאס איבערטייטשן,

איך פארשטיי אז דאס איז א ענטפער פארוואס בוטידזשעזש וואס האט נישט קיין טשענס צי געווינען די פריימעריס און פארקויפט גארנישט, האט אנגעצויגן 25% אין אייאווע, אין יענג וואס זיין פלאן האט 61% שטיצע, האט נאר אנגעצויגן 5.4% מיטן תירוץ וויייל ער קען נישט געווינען,

אדער די אנדערע פרוי כגעדענק נישט איר נאמען יעצט ציט אויך אן מער ווי יענג,


זייער פשוט. דו האלטסט אפשר אז בוטידזשעזש אדער קלאבוטשער גייען נישט אין ערגעץ, אבער די וואס וועלן פאר זיי האלטן אנדערש. זיי האלטן אז עס איז דא א שטארקע שאנס אז זיי גייען אנגיין צו געווינען, און זייער שטימע גייט ציילן.

לויט אינטערנעל סטאטס וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן, האבן איבער 30% אין אייאווע און איבער 40% אין ניו העמפשיר געענטפערט פאר phonebankers און textbankers אז זיי האלטן אז יענג איז דער בעסטער קאנדידאט, אזא שאד אז זיי קענען נישט שטימען פאר אים ווייל זיי ווילן נישט ארויסווארפן זייער שטימע פאר גארנישט. נישט קיין חילוק וויפיל מען האט זיי פרובירט מסביר צו זיין אז אזוי זאגן נאך איבער א דריטל אדער קרוב צו א העלפט פון אלע איינוואוינער, און אויב וועלן זיי אלע באשליסן צו גיין פאר זייער בעסטע וועט ער אריינקומען דער שטערקסטער, האט עס אבער נישט געהאלפן. די public perception וואס די מידיא האט געהאלפן שאפן איז גאר שווער געווען צו טוישן.
(איך ווייס, אינטערנעל סטאטס. אבער דאס איז וואס איך האב).

---

קאנסילמאן האט געשריבן:טיעם טראמפ (דער נעקטער בעסטער קאנדידאט נאך יענג) וויל זיך אראפ זעצען מיט דיר און סיינען קאנטראקט, לאז וויסען.


וויכי האט פארפאסט דעם געלעגנהייט. פארפאלן...

---

די אלע וואס זענען מרמז איבער מיינע אנדערע ניקס, ענק ציען מיר עכט אן. ביטע שרייבטס ארויס ברבים, ווער איר האלט אז איך בין...

---

נאך פונדערהיים האט געשריבן:איין זאך האט יענג זיכער אויפגעטון מיט זיין קאמפיין, ער האט געוויזן אז מיטן קאמפיינען אויף אייוועלט געווינט מען נישט קיין עלעקשאנס...


מיינסט צו זאגן אז מיט שרייבן צו ניו יארקער איינוואוינער געווינט מען נישט איינוואוינער פון אייאווע און ניו העמפשיר? Who would have thought?
עטליכע הונדערטער פאטענציאלע וויילער זענען אריבער צו יענג דורך מיין ארבעט, וואס איך ווייס פון. נישט מיין שולד אז זיי וואוינען נישט אין די ערשטע צוויי שטעט...

---

בעריש'ל האט געשריבן:וועט דיין קאנדידאט קאנסידערן לויפן פארן סענאט אדער הויז?


ער טראכט נאך איבער זיינע אפציעס. אבער פון עטליכע רמזים פארשטיי איך אז ער פלאנט נישט צו "לויפן" נאכאמאל אזוי שנעל. ער וועט אדער זיין אין איינעמ'ס קאבינעט, אדער ווארטן אפאר יאר און ארבעטן פון די גראונד ארויף, און לויפן נאכאמאל פיר יאר ארום.

back.png
back.png (10.97 KiB) געזען 1705 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

בריוועלע פון ענדרו:

Thank you for your incredible support these past months. You all have uplifted me and inspired me and Evelyn and this campaign at every turn. Your passion and energy. Your donations and hundreds of thousands of hours of calling and volunteering. Your enthusiasm, dedication and commitment.

We have accomplished so much together. We have brought a message of Humanity First and a vision of an economy and society that works for us and our families to millions of our fellow Americans.

We went from a mailing list that started with just my Gmail contact list to receiving donations from over 430,000 people and support from millions more across the country.

One of the things I’m most proud of -- we gave $1,000 a month for a year to 13 families across the country.

We highlighted the real problems in our communities as our economy is being transformed before our eyes by technology and automation. We stood on the debate stage and shifted our national conversation to include the fourth industrial revolution, a topic no one wanted to touch.

Our signature proposal, Universal Basic Income, has become part of the mainstream conversation. We increased the popular support for Universal Basic Income to 66% of Democrats and 72% among voters 18-34.

And without a doubt, we accelerated the eradication of poverty in our society by years, perhaps even generations,

And that is thanks to all of YOU!

Though thousands of voters came out for our campaign tonight in New Hampshire, it is not the outcome we fought so hard for. It is bitterly disappointing for many of us.

But it should not be.

Every single day I’ve had supporters say to me:

“Your campaign helped me out of a depression. Thank you.”

“Working on this campaign has made me a better human being.”

“I met my significant other because of you.”

“Your campaign brought my family together. Your campaign got me excited about politics for the first time.”

These are all things that people have said to me in the past days. I’m incredibly proud of this campaign. We have touched and improved millions of lives and moved this country we love so much in the right direction.

And while there is great work left to be done, I am the MATH guy. And it is clear tonight from the numbers that we are not going to win this race. I am not someone who wants to accept donations and support in a race that we will not win.

And so tonight, I am suspending my campaign for president.

This is not an easy decision. Endings are hard and I’ve always intended to stay in this race until the very end. But I have been convinced that the message of this campaign will not be strengthened by my staying in this race any longer.

Endings are hard. But this is not an ending.

This is a beginning.

This is the starting line. This campaign has awakened something fundamental in this country and ourselves.

We’ve outlasted over a dozen senators, governors, and members of Congress and become the most exciting force in this entire race.

The Yang Gang has fundamentally shifted the direction of this country and transformed our politics, and we are only continuing to grow
.

My goal when I first started was always to solve the problems that got Donald Trump elected. And I know in order to do that, I will support whoever is the Democratic nominee. That said, I hope this campaign can be a message, and word of caution, to all of my Democratic colleagues.

Donald Trump is not the cause of all of our problems. He is a symptom. We must cure the disease that got him elected, and in order to do that we must address the real problems that affect our people and offer solutions to actually solve them.

Those solutions are bold, and many think they are crazy. But I hope my campaign has made it a little less crazy to think we can lead our country to eradicate poverty. In fact, five candidates in this field have already supported it or expressed openness to supporting Universal Basic Income.

I stand before you today and say that while we did not win this election, we are just getting started
.

This is the beginning.

This movement is the future of American politics.

This movement is the future of the Democratic party.

This wave is just beginning and it will continue to build until we rewrite the rules of this economy to work for us, the people of this country.

Thank you to each and every person who made this campaign possible, I love and appreciate you. Being your candidate has been the privilege of my life. We will continue to do the work and move this country forward.

Thank you all. God bless you. And God bless the United States of America.

-Andrew
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
שייקע
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייקע »

סי בי עס האט היינט געוואוסט צו באריכטן שפעקולאציעס אז יענג באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן פאר מעיאר אין ניו יארק סיטי
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

שייקע האט געשריבן:סי בי עס האט היינט געוואוסט צו באריכטן שפעקולאציעס אז יענג באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן פאר מעיאר אין ניו יארק סיטי

און נאכן מיאוס פארלירן דארט, וועט ער געוואויר ווערן וואס יעדע חדר אינגל ווייסט, אז מען הייבט אן פון אונטן ארויף.... קודם לאקעל אפיס, נאכדעם מעיאר, נאכדעם גאווערנאר, און אפשר אפשר אפשר, נאכדעם פרעזידענט.

MATH#
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

טראמפ?
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

איך וויל דא אויסדרוקן מיין טיפע טרייסט צו אונזער חשוב'ע ניק יענג, ענדרו יענג, און די גאנצע יענג כת (מייסעלף אינקלודעד).

עס איז געווען תענוג רוחני צו זען א קאמפיין וואס ווערט געפירט פאזיטיוו, נישט אראפרייסן, חכמה, גוטע געדאנקען, מיט א פארשטאנד צו דעם עתיד. סיי דא אויף אייוועלט דורך יענג2020, און סיי אינדרויסן.

עס איז קלאר אז די השפעה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף אמעריקע און איבער די וועלט, איז מער ווי סיי וועלכע קאנדידאט וואס איז געלאפן און נישט געווינען. (און אפשר אפילו געוויסע וואס האבן יא געווינען...)

ש'כח יענג פארן בלייבן מיט אונז, איך קוק ארויס צו הערן פון דיר אין אלע ענינים, איך האף אז יענג וועט לויפן אין 4 יאר און איך וועל זיין מיט דיר אין די אלטע גווארדיע. (אפשר קענסטו טוישן צו יענג2024 ?)

צו דיין שאלה וואס דיין אלטע ניק איז, איך וואלט געזאגט ____ ____ :wink: :lol:
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

היימישער הייקער האט געשריבן:טראמפ?

טראמפ איז געווען אן אינטערנאציאנאלע אייקאן פאר צענדליגע יארן.

בוטיטעדזש איז א חידוש, עס געשעהט נישט צו יעדן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

רואיג! האט געשריבן:איך וויל דא אויסדרוקן מיין טיפע טרייסט צו אונזער חשוב'ע ניק יענג, ענדרו יענג, און די גאנצע יענג כת (מייסעלף אינקלודעד).

עס איז געווען תענוג רוחני צו זען א קאמפיין וואס ווערט געפירט פאזיטיוו, נישט אראפרייסן, חכמה, גוטע געדאנקען, מיט א פארשטאנד צו דעם עתיד. סיי דא אויף אייוועלט דורך יענג2020, און סיי אינדרויסן.

עס איז קלאר אז די השפעה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף אמעריקע און איבער די וועלט, איז מער ווי סיי וועלכע קאנדידאט וואס איז געלאפן און נישט געווינען. (און אפשר אפילו געוויסע וואס האבן יא געווינען...)

ש'כח יענג פארן בלייבן מיט אונז, איך קוק ארויס צו הערן פון דיר אין אלע ענינים, איך האף אז יענג וועט לויפן אין 4 יאר און איך וועל זיין מיט דיר אין די אלטע גווארדיע. (אפשר קענסטו טוישן צו יענג2024 ?)

צו דיין שאלה וואס דיין אלטע ניק איז, איך וואלט געזאגט ____ ____ :wink: :lol:


;l;p-



די רומער אז יענג גייט לויפן פאר מעיאר שטאמט פון שפעקולאציעס, וואס יענג האט בסך הכל נישט אפגעווארפן. עס איז מיר שווער צו גלייבן אז ער גייט דאס טון. (ער קען נאר באשטיין צו בלייבן אינעם ספאטלייט וואס לענגער, גלייב איך).
א צווייטע שמועה, וואס איז מער באגרונדעט כאטש ווייניגער באריכטעט (ווי געווענליך ביי יענג :wink: ), איז אז ער גייט עפענען א מין venture for America פאר פאליטיקאנטן, וואו טאלאנטן מיט גוטע רצונות אן ענליכע פלאטפארמעס צו זיינס וועלן זיך לערנען און געשטיצט ווערן. שפעטער גייט ער אליינס אויך לויפן נאכאמאל, לכאורה 2024 פאר פרעזידענט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אגב, פאר די אלע וואס זענען זיכער אז דער קען קיינמאל נישט געווינען, חוץ אפשר אפשר אפשר אויב הייבט ער אן ביים לאקאלן אפיס אא"וו, איך האב נאכנישט געהערט קיין הסבר פארוואס טאקע איז מען אזוי ארויס פון וועג אים אפצושטעלן?
ער וואלט נאך יעצט געווען אינעם פארמעסט ווען זיין מייק וואלט נישט געווען מיוטעד ביי די לעצטע דעבאטע, למשל. א ריזן חלק פון ניו העמפשיר האט נאכנישט געהאט באשלאסן ביז נאך די דעבאטע. דערפאר איז קלאבוטשער אזוי ארויף, און דערפאר איז יענג אזוי אראפ. אסאך האבן געזאגט אז זיי גייען נישט שטימען פאר יענג, ווי זיי האבן געהאט גערעכנט, ווייל עס קוקט אויס ווי ער האט שוין אויפגעגעבן (לויט ווי ווייניג ער האט זיך אנגערופן).
א וואוילער שטילער מענטש וואס גייט סייווי נישט גיין אין ערגעץ, וועמען שטערט אים צו לאזן רעדן רואיג און נישט אויסנוצן יעדע געלעגנהייט אים צו דערשטיקן?

די אלע וואס האבן אים אוועקגעמאכט אנהייב, אריינגערעכנט די ני"ט, האבן יעצט געשריבן אז ער איז געגאנגען אסאך ווייטער און שטערקער ווי זיי וואלטן זיך געקענט פארשטעלן. בלייבט נאר איבער צו שפעקולירן וואס וואלט געווען ווען מען וואלט אים נישט אקטיוו געשטערט, און אפילו נאך געגעבן געהעריגע דעקונג, ווי ווייט ער וואלט געגאנגען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
גליק
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליק »

Capture.PNG
Capture.PNG (20.52 KiB) געזען 1293 מאל
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

פון די שיריים וואס איך בין נאכנישט אנגעקומען אויסצופאקן (בעיקר דאס וואס וועט נישט צונוצקומען אפאר יאר ארום):

jet.png
jet.png (26.83 KiB) געזען 1157 מאל


---

The man whose whole life is spent in performing a few simple operations, of which the effects are perhaps always the same, or very nearly the same, has no occasion to exert his understanding or to exercise his invention in finding out expedients for removing difficulties which never occur. He naturally loses, therefore, the habit of such exertion, and generally becomes as stupid and ignorant as it is possible for a human creature to become.


עדעם סמיט. (פאר ווער עס ווייסט נישט, דער פאטער פון עקאנאמיקס און קאפיטאליזם)

---

די לעכטיגע קינדערלעך וועלן דארפן אביסל ווארטן
kj.png
kj.png (734.62 KiB) געזען 1157 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
קלאץ קשיא האט געשריבן:אקעי.. איך האב רעכט צו ווארפן א שטינק באמבע? א שפעקילאציע, כ׳מיין מיט רעכט.

@יענג2020 איז גאר @דערבארומדיג׳ער

אלע סימנים שטומען, ווער ס׳קען זיך אויס מיט די ניקס קען פארשטיין וואס איך זאג.

שכח פאר די קאמפלימענט..!

כמעט אלע סימנים שטימען, אבער נאופ, יענג2020 איז לכאורה א פינעווער בעת וואס דערבארומדיג'ער איז א זעלבסט-אידענטיפיצירטער זיבענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”