ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5584
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:32 pm

עס איז שטארק דערפרישענד צו זעהן די ניק יאונג ווי ער ברענגט אריין א פרישקייט אין די פאליטישע אשכולות ווי אלעס גייט בהשכל ובתבונה, קודאס מיסטער יאונג.

מיין מיינונג איבער יאונג איז אז ער האט א סך פראבלעמען:

1. ער איז נישט כאריזמאטיש און נישט ענערגעאיש, איך הער דיין אנטווארט אז אויב גלייבסטו אין זיין פלאן לאז אפ די אפטיקס, אבער איך שטיץ נישט בשום אופן א קאנדידאט וואס האט נישט די צוויי מעלות ווייל א פרעזידענט וואס האט די צוויי מעלות האט א שאנס צו געווינען. אויפצוטוהן אין וואשינגטאן בין איך נאך סקעפטיש צו עס איז נאך בכלל דא אזא מעגליכקייט.

2. געבן טויזענט דאלער פער מענטש האט אפאר מעיזשאר טשעלענדזשס
1. דער טויזענט דאלער גייט אין אנפאנג שטארק ארויפברענגען די קאוסט אוף ליווינג, ווייל דער עולם גייט פילען באקוועם צן ספענדען מיט די עקסטערע טויזענטער אויף איין זאך מער ווי וואס ער/זי האט געהאט ביז יעצט.
2. וואס גאראנטירט די פעדעראלע גאווערמענט אז מען וועט דאס געלט ניצען זיך צו עדזשיוקעיטאן פאר א נייע זשאב? פרייע קאלעדזש (בערניס איידיע) איז סך א בעסערע פלאן פאר זשאב טרעינינג קאנסידערינג אז די געלט גייט דירעקט צו טרעינינג און די רעפובליקאנע וועל דאס נאך איין טאג קענען צובינדען צו וועלפעיר.

3. וואס איז די נאמבער טויזענט פאר א ניו יארקער? און פארוואס אזוי סך געלט פאר א ווייאמינג רעזידענט? יעדע שטאט האט א אנדערע קאסט אוף ליווינג, נישט אזוי? און וואס איז טאמער אין 2023 איז איין שטאט ארויף אין קאסט אוף ליווינג און א צווייטע שטאט אראפ? קען מען דען דאס האלטען אין איין ריקען ארויף אין אראפ?

אויטאמעישאן איז אין מיין אפיניען די בעסטע שטופ פאר מער זשאבס און דא איז מיין סיבה פארוואס איך האלט אזוי: אמאל פלעגט יעדע פראדוקט געמאכט ווערן קאסטום, מיט די טויש פון די פעקטארי עידזש האט מען קריעטעד מיליאנען פראדוקטען מיט א וואן סייז פיט אלל מענטאלעטי און די אויטאמעישאן שטופט די מהלך פון קוואנטעטי פאראויס אבער די קאנסומערס וואס קענען זיך ערלויבען קאסטום פראדוקטען זענען די מענטשען וואס ספענדען די מערסטע געלט סאו די הייער ענד מארקעט שטייגט און דאס געט די מעגליכקייט פאר מענטשען מיט שכל צו מאכען פרנסה אין די היינטיגע עקאנמיע און איך רעד פון עקספיריענס.

בקיצור אני כשלעצמי זעהט נישט די יאונג פלאן אלס לעגיטימעט עז אוף נאו.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:32 pm

הרב יענג, איך ווייס נישט וויפיל איך אגרי מיט'ן עכטן יענג, אבער פאר דיר וואט איך, זייער א שיינע דשאב געמאכט, און שיין צולייגט דעם קאנדידאד, מיט זאכליכע חומר, יעצט קען מען טראכטן און טענה'ן, עס האט דעם אמאליגן וועלטל חן.

קיפ איט אפ, וממנו ילמדו וכן יעשו..

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:37 pm

@ שלמה

די מצב דא אין ניו יארק סיטי איז, אז די אלע פאליטישאנס נעמן קרעדיט אז זיי ברענגן אהער דזשאבס צו די סיטי, אבער די מציאות איז אז די אלע דזשאבס ברענגן אהער מענטשען פון אנדערע סטעיטס וואס באקומען עס.

ניו יארקערס זענען נישט די וואס בענעפיטירן פון דעם (דירעקטלי) און נישט די סטעיטס געלונגענע עדיוקעישאן פראגראמען אין זייערע שולעס האבן ערצייגט די טאלאנטפולע ארבייטער וואס מאכט די גרויסע טעק קא. אובער, גוגל וכו' זיך אהערציען.

The simple facts on the ground

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:47 pm

ניו יארק, און וואשינגטאן סטעיט, און קאליפארניע, און מעסאטשוסעטעס, און מערילענד, און קאנעטיקוט, און אילינוי, און ווירדזשיניע, און פענסילוועניע, און מינעסאוטע, און ניו דזשערזי.

קאם אן, ס'איז נישט נאר ניו יארק סיטי אדער ניו יארק סטעיט.

image_search_1563507700532.png
image_search_1563507700532.png (607.64 KiB) געזעהן 1740 מאל


טעקסאס האט א גרויסע הייטעק אויל עקסטערעקשאן אינדוסטרי און צוויי גרויסע בומינג יונגע ליבעראלע סיטיס.

דו האלטסט אז גוגל און אמאזאן קומען צו די טייערסטע ריעל-עסטעיט אין לאנד סתם ווייל זיי ווילן פארתחלעווען געלט?
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » פרייטאג יולי 19, 2019 6:24 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
דו האלטסט אז גוגל און אמאזאן קומען צו די טייערסטע ריעל-עסטעיט אין לאנד סתם ווייל זיי ווילן פארתחלעווען געלט?

ניין.

זיי קומען אהער ווייל דא 'קומען' די אינגע טאלאנטפולע מענטשען, האט גארנישט מיט די אלטגעזעצענע ניו יארקער, און מיט די סטעיטס חינוך סיסטעם, און קיין שום ליבעראלע געזעץ וואס האט דאס דעליווערט. (קען זיין אז די ליבעראלע טוישונגען אויף מאראלישע ווירדן ציהט אהער די חברה, אבער דאס אלעס)

אלע גוגל/אמאזאן/וכו' ארבייטער זענען פון אינדרויסן פון שטאט.

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג יולי 19, 2019 7:17 am

פרידן, א שאד אז די מיליאנען וואס זענען שוין יעצט ארבעטסלאז צוליב אויטאמאציע (מער ווי פון אימיגראנטן און אוטסאורסינג צוזאמען) ווייסן נישט פון אמאזאן און עטסי. אפשר גייסטו זיי פארציילן?

ריכטיג אז פרישע מעגליכקייטן קומען צו און וועלן נאך צוקומען, ווי איך האלט אין איין שרייבן, דאס נעמט אבער נישט אוועק פונעם פאקט אז דער פארלוסט קומט שנעלער (און שנעלער, exponential), מער סיסטעמאטיש, און פון מער דירעקציעס.
לאמיר זאגן אז נאך פופציג יאר וועט די וואוקס דערגרייכן דעם פארלוסט און דער מארקעט וועט זיך צוריק אויסגראדן (איך גלייב נישט אז דאס גייט אמאל געשען, אבער לאמיר זאגן), וואס איז למעשה דיין פלאן פאר די פופציג יאר?
(און אויב האלטסטו אז ראבאטן וועלן קיינמאל נישט פארקויפן זייערע "קאסטום-מעיד" זאכן אויף עטסי, וועלן מיר כאפן א שמועס אפאר יאר ארום).

און פערצופאל טראכסטו אויך לויט יעצט, ווען דער מארקעט פון אכט ביליאן איז אפן פאר דיר אלס consumers. אבער נאך אביסל וועלן זיי זיך אויפוועקן און אויך ווערן producers, און ווען די גאנצע וועלט פארקויפט פאר די גאנצע וועלט איז עס נישט אזויפיל אנדערש ווי ווען א לאקאלער ביזנעסמאן סערווירט זיין לאקאל. (נישט ממש, נאר גוט צו וויסן אז גלאבאליזאציע איז נישט קיין panacea).

אינדוסטריעל רעוואלושענס האבן אלעמאל געברענגט מאסיווע אומרוען, דאס איז נישט קיין חידוש. דער חידוש איז נאר אז דאס מאל וועט עס זיין אסאך ערגער. ארום 60% פון אלע יעצטיגע דזשאבס וועלן אוועקפאלן ביז 2055. לאמיר זיין גאר אפטימיסטיש און זאגן אז האלב דערפון וועט צוריקגעפילט ווערן דורך פרישע מעגליכקייטן, רעדסטו פון 30% אנעמפלוימענט. אונזער יעצטיגע סיסטעם איז נישט געמאכט דאס אויסצוהאלטן. (דאס ערגסטע אין אמעריקאנע היסטאריע איז געווען 24.9% ביים גרויסן דעפרעסיע).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג יולי 19, 2019 7:18 am

@טעאריע וואס לעבט
He is a centrist, not as Kamala Harris or Joe Biden are centrists, by not diverging too far from the status quo, but in that he presents his policy proposals in language that disorients voters from the known ideological maps of their political platforms.

https://www.newyorker.com/news/news-des ... ded-nation
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג יולי 19, 2019 7:19 am

שלמה הילדעסהיימער, וויפיל אין סיליקאן וואלי זענען קאליפארניער געבוירענע?

געגנטער ווערן מאטראפאליטענס און צענטערן צוליב סיבות וואס קומען נישט צופיל אריין דא, און ציען פאסיגע מענטשן פון איבערן לאנד און וועלט.
אויב איז דא שייכות צווישן ליבעראליזם און צענטערן פון קולטור איז עס פארקערט, וואוינען אין גרויסע סיטיס שטופט מענטשן צו ליבעראליזאציע (ווייל עס צעברעכט די אינטימע סענס אוו קאמיוניטי אויף וואס קאנסערוואטיוויזם איז געבויט, און נאך טעמים). פארשטייט זיך אז איינמאל עס איז שוין אזוי ציט עס פרישע ליבעראלן (און פארטרייבט קאסערוואטיוון), ווערט עס מער ליבעראל, וחוזר חלילה.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג יולי 19, 2019 7:23 am

מטעמים פרעגט זייער גוט, און איך האב שוין מרמז געווען אביסל ביי די אפט געפרעגטע פראגן. איך גיי שרייבן לענגער נעקסטע וואך, יעצט נאר די פאקטן.

UBI ברענגט כמעט נישט ארויף די קאסט אוו ליווינג. אזוי ווייזט דער מציאות. די טעמים דערצו קען מען דיסקוסירן.

גארנישט גאראנטירט נישט פאר די רעגירונג אויף וואס די געלט וועט גענוצט ווערן, און בעסער אזוי. מענטשן ווייסן בעסער וואס זיי האבן צו טון, און אויב פאלן זיי דורך איין מאל קענען זיי אנהייבן פריש נעקסטע חודש. דער פאקט אז UBI שניידט קריים מיט 42%, עפעס וואס די רעגירונג קען קיינמאל נישט טון, דארף זיין גענוג אויפצוהערן מיט די איינרעדענישן כאילו די רעגירונג ווייסט די בעסטע.

בערני'ס פרייע קאלעדזש איז כמעט גארנישט ווערט. א 20 סענטורי סעלושען פאר א 21 סענטורי פראבלעם. לאמיר עס לאזן אויף קומענדיגע וואך. אויף יעצט איז גענוג צו דערמאנען אז א גרויס חלק פון וואס ווערט געלערנט אין קאלעדזש וועט אויך אוועקפאלן, און א גרויס חלק פון וואס וועט נישט אוועקפאלן אזוי שנעל ווערט נישט געלערנט אין קאלעדזש.

מיטן freedom dividend זענען מענטשן ווייניגער צוגעבינדן צו זייערע פלעצער, און יענג האט נאך פאליסיס צו שטופן דעם עולם זיך צו ציען. דאס איז א חלק פונעם פלאן, צו געבן אינסענטיווס אויפצולעבן פארשלאפענע פלעצער. און אויב וויל איינער דווקא פארשווענדן דעם טויזנטער אויף גארנישט כדי צו וואוינען אין ניו יארק, קוקט אויס אז עס איז אים בעסער אזוי און ער קען זיך עס ערלויבן, נו פארוואס זאל אים די רעגירונג צאלן מער?

דיין שטעלונג אז אויטאמעישאן שטופט פאר דזשאבס איז זייער ריכטיג, אבער די operative word דא איז "פאר מענטשען מיט שכל", און איך וואלט צוגעלייגט אויך מזל און עפעס מיט וואס אנצוהייבן. דאס שניידט שוין ארויס רוב פון די פאפולאציע. עס געבט עפענונגען פאר געלונגענע מענטשן וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהאט, אבער רוב מענטשן פארלירן.

(וועגן כאריזמאטיש און ענערגיש וועלן מיר מעגליך זיין ביי די זעלבע מיינונג נאך די דעבאטע. איך האף אז דו וועסט מודה זיין צו מיר און נישט פארקערט).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג יולי 19, 2019 9:10 am

וויפיל מענטשן גייען קויפן דראגס אדער אנדערע אום אויסגעאלטענע זאכן, מיט די 1000 דאללער. אדער קויפן א נייע אייפאן יעדע חודש.

געלט וואס קומט אן גרינג ספענט מען אויף שטותים.

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג יולי 19, 2019 9:47 am

צוקער וואסער האט געשריבן:וויפיל מענטשן גייען קויפן דראגס אדער אנדערע אום אויסגעאלטענע זאכן, מיט די 1000 דאללער. אדער קויפן א נייע אייפאן יעדע חודש.

געלט וואס קומט אן גרינג ספענט מען אויף שטותים.


Yang2020 האט געשריבן:אפט געפרעגטע פראגעס
וויאזוי וועט מען עס באצאלן?
וועט עס נישט הייבן פרייזן? וועט עס נישט ברענגען אינפלאציע?
וועלן נישט מענטשן אויפהערן צו ארבעטן?
וועלן עס נישט מענטשן אויסנוצן פאר דראגס און אנדערע נארישקייטן?

דאס אלעס וויל איך ענטפערן שפעטער, ווייל דער פאוסט איז שוין צו לאנג. אבער דערווייל אפאר ספוילערס.
יענג'ס פלאן וועט זיך אויסצאלן אן צוצולייגן א פעני צום דעפיציט.
ווילאנג דו קויפסט איין פאר ווייניגער ווי 120K א יאר (און אפילו מער) וועסטו פארדינען. ווייניגסטנס 96 פראצענט וועלן פארדינען.
דער פלאן ברענגט נישט קיין פרישע געלט אינעם סיסטעם. קיין אינפלאציע.
מענטשן וועלן ווערן מער פראדוקטיוו און נוצן ווייניגער דראגס, ווי שטודיעס ווייזן.



זע אויך וואס איך האב דארט אראפגעברענגט, אז מענטשן אויף UBI קויפן איין מער גרינצייג און פרוכט.
אסאך פון די עפעקטן פון UBI זענען קאונטער-אינטואיטיוו, אבער מיט פאקטן קען מען זיך נישט קריגן. און די פאקטן קען מען אויך מסביר זיין.
פאקטיש ווייסן מענטשן וואס איז גוט פאר זיי בעסער ווי מען געבט זיי קרעדיט פאר. און ווער נישט האט טאקע א פראבלעם. יענג פארלייגט זיך טאקע אויך אויף מענטל העלט אישוס און אדיקציע. (כאפן ענק שוין ווי גוט זיינע פאליסיס ארבעטן איינס מיט די אנדערע? :smile: )
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » פרייטאג יולי 19, 2019 12:21 pm

לאמיר זיך מצייר זיין א עקסטרעמע פאל אין יענגלענד.

5 פראצענט זענען בעזאס/צוקערבערג וכו' און די איבעריגע 95 זיצט און טוט גארנישט (ס'איז פשוט נישט דא וואס צו טוהן) און דארף נאר אויספיגערן וויאזוי צו לעבו אויף $1000 א חודש וואס גייט באצאלט ווערן פון די 5-10 פראצענט רייכע. ריכטיג?

דו ביזט מסביר זייער שיין דעם פראבלעם, איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי ubi גייט פלוצים שאפן מער ארבעט? דער מענטש גייט וואוינען אין א אמאזאן אפט. גיין צו גוגל דאקטער און און ארומפארן אין א אובער קאר, בקיצור די 5 פראצענט רייכע גייען גיבן דעם געהאלט פאר די מענטשען אז זיי זאלן ווייטער אויסגעבן דאס געלט ביי זיי.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » פרייטאג יולי 19, 2019 2:09 pm

איך וואונדער מיך אויף עטליכע זאכן, אולי וועט מיר @יענג קענען קלאר מאכן.

קודם כל דער מענטש וועט אייביג זיין דער סוף און דער אנהויב פון סיי וועלכע פראדוקט אדער מאשין וואס ווערט קּריעטעד אויף דער וועלט. אפילו ריזיגע אויטאמטישע סיסטעמען וועט דארפן האבן א מענטש וואס זאל דאס מאכן און צוזאמשטעלן און עס וועט דארפן האבן א מענטש וואס וועט דאס קויפן און זיך נויטיגן אין אט דעם פראדוקט אדער מאשין. און וויבאלד די וועלט רוקט זיך היינט פאראויס צו א מער אויטאמאטישע וועלט, דארף מען האבן מער מענטשן וואס זאלן דאס פראגראמירן, דאס הייסט מען דארף האבן קאדינג און ענדזשינירינג.

אויב אזוי, הייב איך נישט אן צו פארשטיין די טענה אז מען נעמט אוועק דזשאבס. מען גיט דאך דזשאבס פאר אנדערע מענטשן, איי מענטשן פארלירן זייער וועליו פון יארן לאנג, דאס איז אבער נישט קיין טענה ווייל פונקט אזוי ווי דער בעל עגלה האט פארלוירן זיין פרנסה ווען ער האט פלוצלונג זיך געדארפט גיין לערנען ווי צו דרייווען א קאר און אזוי ווייטער. קוק וויפיל מענטשן האבן היינט דזשאבס אין קאן עדיסאן, ווערייזען, אא״וו. ווען מען וואלט נישט געלזאט די וועלט שפאנען פאראויס מיט עלעקטריק וואו וואלטן די מענטשן געארבעט? ווער מאכט אפ וועמנס בלוט איז רויטער אז עס קומט זיך יענער די דזשאב און פארן אנדערן נישט?

א חוץ פון דעם וואס דאס איז דאך א חלק פון קאפאטאליזם, ניין? מען מאכט ביזנעס און מען מאכט געלט, פון סיי וועלכע זאך. א רעגירונג וואס קאנטראלירט אינדוסטריען איז קיין קאפיטאליזם נישט!
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש יולי 20, 2019 10:32 pm

El Rushbo האט געשריבן:לאמיר זיך מצייר זיין א עקסטרעמע פאל אין יענגלענד.

5 פראצענט זענען בעזאס/צוקערבערג וכו' און די איבעריגע 95 זיצט און טוט גארנישט (ס'איז פשוט נישט דא וואס צו טוהן) און דארף נאר אויספיגערן וויאזוי צו לעבו אויף $1000 א חודש וואס גייט באצאלט ווערן פון די 5-10 פראצענט רייכע. ריכטיג?

דו ביזט מסביר זייער שיין דעם פראבלעם, איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי ubi גייט פלוצים שאפן מער ארבעט? דער מענטש גייט וואוינען אין א אמאזאן אפט. גיין צו גוגל דאקטער און און ארומפארן אין א אובער קאר, בקיצור די 5 פראצענט רייכע גייען גיבן דעם געהאלט פאר די מענטשען אז זיי זאלן ווייטער אויסגעבן דאס געלט ביי זיי.


איך בין נישט זיכער וואו ווייט מיין מיסקאמיוניקאציע גייט. איז דיין שאלה נאר ביי די עקסטרעמע פאל אדער אלעמאל?

לאמיר ערשט רעדן ביי די נישט עקסטרעמע פאל (30 פראצענט אויטאמאציע). דארט האב איך געשריבן א ביישפיל פון א טראקער וואס עפנט א קאפי-הויז. אבער אן משלים, מענטשן נוצן נישט אויס אלע זייערע מעגליכקייטן. בעיקר די וואס ארבעטן ביי די סארט רוטינע דזשאבס וואס גייען די ערשטע ווערן אויטאמעיטעט נוצן נישט עכט אויס זייער פאטענשל. פארוואס טאקע נישט, ווייל זיי האבן נישט די פרייהייט און מעגליכקייט. דאס שטעלט UBI צו.
נישט יעדע ארבעט וואס ווערט נישט אזוי שנעל אויטאמאטיזירט (די איבריגע 70%) איז שוין יעצט פול. UBI וועט געבן א סארט upward mobility פון רוטין צו נאן-רוטין דזשאבס. דאס איז איינס.
נאכדעם וועלן זיין מענטשן וואס וועלן טאקע מער נישט ארבעטן פאר באצאלט, נאר שעפן סיפוק פון וואלונטיר ארבעט און ענליכע זאכן וואס ווערן נישט גערעכנט היינט אינעם מארקעט. דאס איז פארבינדן מיט אנדערע פון יענג'ס פאליסיס, אבער דער פוינט דערווייל איז אז אויטאמאציע פאדערט א reevaluation פון די ווערט פון א מענטש'ס צייט און ארבעט, און UBI מאכט אז פעיראל זאל מער נישט זיין די be all וואס עס איז יעצט.

יעצט צום עקסטרעמע פאל, אפאר זאכן.
- איך בין נישט אזוי זיכער אז דער עקסטרעמער פאל גייט אמאל אנקומען. קאמפיוטערס קענען בעסער שפילן שאך ווי מענטשן, אבער מענטשן שפילן ווייטער מיט מענטשן. מענטשן וועלן ווייטער נוצן מענטשן פאר זאכן וואס האבן מיט פארבינדונג. און פאר נאך סיבות גלייב איך שווער אז דאס גייט אמאל געשען.

- אויך אויב וועט עס געשען, וועט עס זיין גאנץ לאנג ארום. די אלע דורכברוכן וואס געשעען יעצט זענען גאנץ לימיטעד, כאטש זיי בארירן אזויפיל. נישט דא קיין סיבה צו טראכטן אז אונז זענען צופיל נענטער צו artificial general intelligence ווי צען יאר צוריק. יענג'ס פלענער וועט אונז געבן צייט און רואיגקייט דערווייל, אדער א soft landing ווי ער רופט עס, און האפנטליך וועט זיך א בעסערע סאסייעטי פארמירן אויף צייט.
ווי געשריבן, יענג שלאגט נישט פאר 'דעם' סעלושען, נאר א רייע פאליסיס וואס שטופן צוזאמען אויפן ריכטיגן דירעקציע. בעסערע פלענער קענען צוקומען פאר פארשארפטע פראבלעמען.

- אויך אויב קומט אן דער טאג, און מיר האבן גארנישט בעסערס ווי יענג'ס פאליסיס, איז אויך נישט עק וועלט (און אסאך בעסער ווי די יעצטיגע סיסטעם). אמת, עס פילט זיך אביסל נאריש און אויסגעשפילט צו רוקן געלט פון גוגל'ס טאש צו אמאזאן'ס און צוריק, אבער קיינמאל קיין ערגערס. כאטש גייען זיך די מענטשן נישט פילן ווערטלאז, אובד עצות און אויסגעשפיגן, ווי היינטיגע וועלפעיר באנוצער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש יולי 20, 2019 10:35 pm

ממש אזוי האט געשריבן:איך וואונדער מיך אויף עטליכע זאכן, אולי וועט מיר @יענג קענען קלאר מאכן.

קודם כל דער מענטש וועט אייביג זיין דער סוף און דער אנהויב פון סיי וועלכע פראדוקט אדער מאשין וואס ווערט קּריעטעד אויף דער וועלט. אפילו ריזיגע אויטאמטישע סיסטעמען וועט דארפן האבן א מענטש וואס זאל דאס מאכן און צוזאמשטעלן און עס וועט דארפן האבן א מענטש וואס וועט דאס קויפן און זיך נויטיגן אין אט דעם פראדוקט אדער מאשין. און וויבאלד די וועלט רוקט זיך היינט פאראויס צו א מער אויטאמאטישע וועלט, דארף מען האבן מער מענטשן וואס זאלן דאס פראגראמירן, דאס הייסט מען דארף האבן קאדינג און ענדזשינירינג.

אויב אזוי, הייב איך נישט אן צו פארשטיין די טענה אז מען נעמט אוועק דזשאבס. מען גיט דאך דזשאבס פאר אנדערע מענטשן, איי מענטשן פארלירן זייער וועליו פון יארן לאנג, דאס איז אבער נישט קיין טענה ווייל פונקט אזוי ווי דער בעל עגלה האט פארלוירן זיין פרנסה ווען ער האט פלוצלונג זיך געדארפט גיין לערנען ווי צו דרייווען א קאר און אזוי ווייטער. קוק וויפיל מענטשן האבן היינט דזשאבס אין קאן עדיסאן, ווערייזען, אא״וו. ווען מען וואלט נישט געלזאט די וועלט שפאנען פאראויס מיט עלעקטריק וואו וואלטן די מענטשן געארבעט? ווער מאכט אפ וועמנס בלוט איז רויטער אז עס קומט זיך יענער די דזשאב און פארן אנדערן נישט?

א חוץ פון דעם וואס דאס איז דאך א חלק פון קאפאטאליזם, ניין? מען מאכט ביזנעס און מען מאכט געלט, פון סיי וועלכע זאך. א רעגירונג וואס קאנטראלירט אינדוסטריען איז קיין קאפיטאליזם נישט!


געב א זוך ai automated coding אויף גוגל, וועסטו געוואויר ווערן נייע זאכן :o .

דו שרייבסט גאר פיין, אבער דו פירסט נישט אויס. יא, דער בעל עגלה האט זיך געקענט לערנען דרייווען א קאר, און אויב רעכנט מען וויפיל דזשאבס זענען פארלוירן געווארן און וויפיל צוגעקומען ביים אינדוסטריעל רעוואלושען איז דער דיפרענץ מסתמא נישט צו גרויס. נו פיר אויס, דאך זענען געווען מאסיווע ראיאטן און סאושעל אנרעסט. איך וואלט נישט געוואלט לעבן אין אזעלכע צייטן.
יעצט מאך דעם קל וחומר, ווען די דזשאב פארלוסט איז ווייניגסטנס אין אנהייב orders of magnitude מער ווי די נייע דזשאבס. וויפיל קאודערס און ענדזשינירס ארבעטן אויף סעלף דרייווינג vehicles איבער די גאנצע וועלט? איך גלייב אז אסאך ווייניגער ווי הונדערט טויזנט. די טראקערס אליין אין אמעריקע אליין איז מער ווי דריי מיליאן! עס האנדלט זיך נישט פון די זעלבע סארט נאמבערס.
אויב וואלט איך נישט געוואלט לעבן ביים ערשטן אינדוסטריעל רעוואלושן, וויל איך זיכער אז עפעס זאל יעצט געטון ווערן צום רעוואלושן וואס גייט יעצט קומען, און גייט זיין הונדערטער מאל מער דראסטיש.

קוקט אויס אז דו האסט פארשטאנען אז יענג וויל קאנטראלן אינדוסטריען און צוריקהאלטן אויטאמאציע. זיכער נישט! פארקערט, יענג האט א באזונדערע פאליסי זיך צו פארלייגן אויף AI, די טשייניזע זאלן אונז נישט אויסכאפן. (ביי איינע פון זיינע שמועסן האט אים טאקע איינער געפרעגט, אפשר וואלט געווען בעסער די רעגירונג זאל בענען אויטאמאציע. אבער יענג האט געענטפערט אז ערשטענס קען מען עס נישט עכט קאנטראלן, עס וועט ארויפקומען פון אזויפיל אנדערע ריכטונגען, און צווייטנס וועט עס אונז מאכן א צוריקגעשטאנענע לאנד).
יענג וויל נאר צושטעלן מעגליכקייטן פאר מענטשן, זיי זאלן נישט ווערן פארלוירן ווען ראבאטן נעמען איבער זייער ארבעט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש יולי 20, 2019 10:45 pm

אלס א תנאי קודם צו מיין תגובה פאדער איך אז ניק@ יענג2020 זאל מיך קודם זאגן די נאמען פון זייע ארגינעלע ניק דא אויפן וועלטל :grin: :grin:

ווערטלעך אינדערזייט
די עולם איז דא ביזי דעבאטירן די נושא, און מ׳כאפט זיך ניטאמאל אז דא איז אריינגעשווימען א פעטע פישל מיט א געלונגענע פעדער מלא דעת ותבונה

נישט קיין חילוק וואס העט זיך אויסלאזן מיט AI סמאטכע קודם האבן מיר פארדינט א זאפטיגע שמועס

ייש״כ און זייט ממשיך
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » מוצ"ש יולי 20, 2019 11:04 pm

פרידן האט געשריבן:ער איז ב"ה הונדרעט פראצענט נישט גערעכט

ער קוקט אן די היינטיגע וועלט מיט די מארגענדיגע טעכנעלאגיע אנטשולדיג די מארגענדיגע טעכנעלאגיע גייט זייו אין די מארגענדיגע וועלט

אמת אסאך אינדעסטריס וועלן אינטער גיין אבער אסאך וועלן ארויף קומען

אמאל אז די האסט געוואלט פארקויפן פאר די מערסטע מענטשן דורך די גרעסטע ריטעל נעץ וואלמארט האסטו געקענט חלומען דערפין באנאכט היינט קען יעדער שמויגער פארקויפן פאר מיליאנען מענטשן אויף עמעזאן, אמאל אויב האסט עפעס געטויגט צו מאכן האסט עס געקענט מאכן פאר דיין סוכה היינט קענסטו פארקויפן פאר מיליאנען מענטשן אויף עטסי

די טעכנעלאגליע טוט צווי זאכן איינס נעמט איבער ארבייט פין מענטשן
אבער טוט אויך מאכן די וועלט קלענער אין קלענער
אמאל איז כמעט נישט געווען במציאות אז אין ניו יארק זאלסטו פארקויפן אדער צושטעלן סערוויס אין קאלעפארניע היינט איז אלע פופציג סטעיט ווי איין מייל אנדערע לענדער איז נאך יא אביסל ווייטער אין די מארגענדיגע ארטעפישעל עפאכע גייט די גאנצע וועלט זיין ווי איין מייל אין ווען ביזט אפען צו א מארקעט פין א 8 ביליאן מענטשן וועט זיין אסאך מער געלעגענהייטן ווי היינט
בקיצור די גאנצע מציאות ווי אזוי די לעבן גייט צוגיין גייט זיין אנדערש מיט אנדערע געברויכען

א שטורעם אין א גלעזל וואסער.
שבעה מי יודע!?

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מוצ"ש יולי 20, 2019 11:11 pm

וואס זענען זיינע אויסערן פאליטיק פאליסיס?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » מוצ"ש יולי 20, 2019 11:18 pm

Yang2020 האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איך וואונדער מיך אויף עטליכע זאכן, אולי וועט מיר @יענג קענען קלאר מאכן.

קודם כל !


געב א זוך ai automated coding אויף גוגל, וועסטו געוואויר ווערן נייע זאכן :o .
. די טראקערס אליין אין אמעריקע אליין איז מער ווי דריי מיליאן! עס האנדלט זיך נישט פון די זעלבע סארט נאמבערס

פון דריי מיליאן טראקערס וועט א מיליאן גיין ארבעטען אפצולאדענען טראקס, איין מיליאן טראקערס וועלן גיין ארבעטען צו איבערמאכעו די ראןדס אז ס'זאל קענען פארנעמען AI טראקס, די איבעריגע מיליאן ווען בלייבן דרייווען טראקס פאר לאקאלע קאסאטם דעליוועריס ווי ס' לוינט נישט אטאמאציע,

שלאפט ראויג.
שבעה מי יודע!?

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2601
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מוצ"ש יולי 20, 2019 11:49 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:אלס א תנאי קודם צו מיין תגובה פאדער איך אז ניק@ יענג2020 זאל מיך קודם זאגן די נאמען פון זייע ארגינעלע ניק דא אויפן וועלטל :grin: :grin:

ווערטלעך אינדערזייט
די עולם איז דא ביזי דעבאטירן די נושא, און מ׳כאפט זיך ניטאמאל אז דא איז אריינגעשווימען א פעטע פישל מיט א געלונגענע פעדער מלא דעת ותבונה

נישט קיין חילוק וואס העט זיך אויסלאזן מיט AI סמאטכע קודם האבן מיר פארדינט א זאפטיגע שמועס

ייש״כ און זייט ממשיך
Agree. We have some new talent here, and we are not taking it for granted.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג יולי 21, 2019 12:11 am

וואס עפעס? האט געשריבן:די עולם איז דא ביזי דעבאטירן די נושא, און מ׳כאפט זיך ניטאמאל אז דא איז אריינגעשווימען א פעטע פישל מיט א געלונגענע פעדער מלא דעת ותבונה
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג יולי 21, 2019 12:21 am

א שיינעם דאנק פאר אלע קאמפלימענטן. מיי פלעזשור.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג יולי 21, 2019 12:22 am

מטעמים האט געשריבן:עס איז שטארק דערפרישענד צו זעהן די ניק יאונג ווי ער ברענגט אריין א פרישקייט אין די פאליטישע אשכולות ווי אלעס גייט בהשכל ובתבונה, קודאס מיסטער יאונג.

מיין מיינונג איבער יאונג איז אז ער האט א סך פראבלעמען:

1. ער איז נישט כאריזמאטיש און נישט ענערגעאיש


א נייע ארטיקל אין des moines register טענה'ט אז ער איז צו כאריזמאטיש...
https://desmoinesregister.com/story/opi ... 785419001/

די ארטיקל האט אסאך אומקלארקייטן, אבער אינטערסאנט צו ליינען אויב וויל זיך איינער באקענען מיט יענג'ס פערסאנאליטי.

Yang brings this same mix of intellectual agility steeped in compassion to issues like corporate responsibility and health care


Meeting with him is like sitting in on a graduate seminar, with ideas sparking but a relaxed, not-too-nerdy atmosphere


If voters are serious about actually solving problems, as opposed to just winning the next election, Yang’s website http://www.yang2020.com should be on their reading list.


און נאך אינטערעסאנטע שטיקלעך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג יולי 21, 2019 12:23 am

ממש אזוי האט געשריבן:וואס זענען זיינע אויסערן פאליטיק פאליסיס?


איך וויל נאך אנקומען צו דעם. דערווייל וועל איך צוצייכענען צו זיין בלאט.
https://www.yang2020.com/policies/forei ... rinciples/
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג יולי 21, 2019 12:23 am

zibala האט געשריבן:פון דריי מיליאן טראקערס וועט א מיליאן גיין ארבעטען אפצולאדענען טראקס


און די וואס לאדענען יעצט אראפ טראקס גייען טון וואס?
אה, איך ווייס שוין, זיי גייען סייווי איבער גענומען ווערן דורך ראבאטן. נישט לאנג ארום, נאר שוין יעצט.

zibala האט געשריבן:איין מיליאן טראקערס וועלן גיין ארבעטען צו איבערמאכעו די ראןדס אז ס'זאל קענען פארנעמען AI טראקס


און די וואס פלאסטערן יעצט די ראודס גייען טון וואס?
אה, איך ווייס שוין, זיי גייען סייווי איבער גענומען דורך ראבאטן. נישט לאנג ארום, נאר שוין יעצט.

zibala האט געשריבן:די איבעריגע מיליאן ווען בלייבן דרייווען טראקס פאר לאקאלע קאסאטם דעליוועריס ווי ס' לוינט נישט אטאמאציע,


און ווען עס וועט שוין יא לוינען? פערסאנעל קאמפיוטערס האט זיך אויך אמאל נישט געלוינט, אבער די וועלט בלייבט נישט שטיין.

zibala האט געשריבן:שלאפט ראויג.


איך וואלט עפרישיעטעד אויב קענסטו ערקלערן וואס דו זאגסט צו די מיליאנען וואס האבן שוין פארלוירן זייערע דזשאבס צוליב אויטאמאציע, מער ווי פון אוטסאורסינג און אימיגראנטן צוזאמען, ווי איך האב שוין אזויפיל מאל געשריבן. פארוואס זאלן די קומענדיגע מיליאנען זיין אנדערש? און וואלטן דען נישט די פריערדיגע מיליאנען בעסער אפגעשניטן ווען זיי שלאפן ווען נישט אזוי רואיג?


סייווי, יענג'ס פאליסיס זענען נישט געבינדן צו אויטאמאציע, און זייערע מעלות און בענעפיטן זענען שוין אויפגעברענגט געווארן אין א וועלט אן אויטאמאציע, ווי געשריבן. וועגן דעם מיין איך אז די גאנצע שמועס צו אויטאמאציע וועט יא אדער נישט געשען איז נישט אזויפיל נוגע אהער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט