ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 18, 2019 7:55 am

יוד אלף האט געשריבן:Does he have a Twitter account?


https://twitter.com/AndrewYang

שמועס מיט בען שפירא.

שפעטער גיי איך ארויפלייגן נאך שמועסן און זיינע ביכער.

zibala האט געשריבן:די אקסן טרייבערס האבן אויך לוחם געווען קעגן די טראנספארט באנען בימים בהם, אשר על כן ברויך מען זיך רעכענען מיט זיי?


האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אויבן, די חילוקים צווישן די פריערדיגע אינדוסטריעל רעוואלושנס און די יעצטיגע?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:02 am

און אויב האלט איינער אז די גאנצע אויטאמאציע פראבלעם איז בעלאוניס קען ער נאך אלץ שטיצן UBI. עס איז געווען גאר א גוטע פלאן יארן צוריק, און איז ווייטער א גוטע פלאן מיט בלויז ריוח, אויך אויב גארנישט טוישט זיך נישט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:30 am

Thank you!

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 18, 2019 2:58 pm

בבל האט געשריבן:וואס זאגן די פאלס אויף אים?


זיי זאגן אז ער שטייט העכער ווי ביל קלינטאן איז געשטאנען אין 1991. און דאס איז כאטש ווייניגער מענטשן אין אמעריקע ווייסן שוין פון אים.
l2v81okc40b31.png
l2v81okc40b31.png (399.23 KiB) געזעהן 1351 מאל


זיי זאגן אז ער איז דער זעקסטער אין א פעלד פון 24. העכער סענעטארן און קאנגרעסלייט, גאווערנערס און מעיארס און ביליאנערן. און אז מער מענטשן וועלן וויסן פון אים, אזעלכע ווי איך און דו, וועט ער גיין נאך העכער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 18, 2019 2:59 pm

אור האט געשריבן:פון אלע 25 קאנדידאטן האסטע פונקט איהם גענומען .. ?


לאמיר מאכן א געשעפט, טרעף מיר איין קאנדידאט וואס איז ווייניגער divisive, ווייניגער פארנומען מיט העצע קעגן אנדערע און identity politics, און איך וועל אים קאנסידערן. געמאכט?
ער איז סיי די מערסטע מענטשליך און קלוג (רואה את הנולד) און באוואוסטזיניג מיט די ברייטסטע וויזיע, סיי זיינע פלענער זענען די מערסטע פראגמאטיש און שכל'דיג און געבויט אויף דאטא, און סיי זיין צוגאנג איז די מערסטע צום שורש און קרויזט אויס די גאנצע רעכט/לינק דיכאטאמיע. וואס קען נאך זיין בעסער?

איך האב שוין געשריבן אז איך בין אינגאנצן אנטוישט געווארן אין אמעריקע און פארגרוילט געווארן פון פאליטיק וואס ברענגט ארויס די ערגסטע ביי מענטשן און טוט כמעט גארנישט גוטס, ביז יענג האט צוריקגעברענגט מיין האפענונג. אויב טרעפסטו עפעס נאך בעסער וועל איך דיר נישט קענען גענוג דאנקען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 18, 2019 3:00 pm

א פרישע ארטיקל איבער ענדרו יענג אינעם ניו יארקער בארירט אויך אנדערע פון זיינע פאליסיס, נישט נאר דער freedom dividend מיט וואס ער איז די מערסטע באקאנט. די ארטיקל האט עטליכע אומפונקטליכקייטן, אבער אוועראל איז עס פון די בעסטע ארטיקלען אויף יענג אין די מידיא.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 18, 2019 3:03 pm

מענטשן וואס ווערן געוואויר פון יענג גייען געווענליך דורך א לאנגע פראצעדור. אנדערש ווי אנדערע פאליטיקאנטן וואס גייען גרינג אריין אין באקסעס אדער קענען ארויסגעברענגט ווערן אין סאונד בייטס, נעמט לענגער צו פארדייען יענג און זיינע געדאנקען.
4rcbnln30p831.jpg
4rcbnln30p831.jpg (89.03 KiB) געזעהן 1356 מאל


ביי וועלכע שטאפל זענט איר? (איך בין 7, וועט יעדער מודה זיין 8.) )
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 18, 2019 3:57 pm

יענג'ס ביכל, The War on Normal People, פארגעליינט דורך אים אליינס.
https://drive.google.com/file/d/1I4dD_A ... sp=sharing

איך גיי אויך צולייגן נאך מאטעריאל, פון צייט צו צייט, אין דעם פאלדער.
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דאנארשטאג יולי 18, 2019 6:20 pm

הרב יענג, איך האב זייער הנאה פון דיין ארבעט! ביסט פיינע נייעס, איך האלט נאך אינמיטן דורכליינען די חומר וואס דו האסט ארויפגעלייגט, באט קודם א שכח!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 7:10 pm

איז דען טויזנט דאלער א חודש גענוג?


ווי איך קוק דאס אן איז דאס די ענד-סטעידזש קאפיטאליזם וואו צען מענטשן own'ען 100% פון אויטאמאטיזירטע פראדוקציע (און דאטא, טעכנאלאגיע, ענערגיע און קאמערס) אמאזאן, עפל, גוגל, צוקערבערג און אלען מאסק און 99.9% פון די פאפולאציע איז ווערדלאז (מיינס טאקע אז נורסעס און טיטשערס קענען קיינמאל נישט ווערן ערזעצט?).
די עצה דערצו, לויט יענג, איז 100% פראצענט קאפיטאליזם, פאר די צען פראדוצירער, און 100% סאציאליזם וואו די רעגירונג האלט אויס 100% פון די איבעריגע, ווערדלאזע פאפולאציע דורך שטייערן אויף די קאפיטאליסטן און רייכע באנוצער.

יענג'ס $1000 איז נאר די ערשטע שטאפל ווען די אויטאמאציע איז נענטער צו 5% ווי צו 100%.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 18, 2019 7:46 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איז דען טויזנט דאלער א חודש גענוג?


$1000 א חודש, $12000 א יאר, איז כמעט פונקט די poverty level.
UBI דארף דווקא נישט גיין העכער דעם poverty level אויב איז די צוועק קאפיטאליזם מיט א floor, אדער human-centered capitalism, און נישט כמו סאציאליזם. (און דערמיט איז אויך אביסל בארירט די צווייטע טייל פון דיין תגובה).

די איבריגע תגובה וויל איך שפעטער אויסשמועסן. נאר כדאי צו וויסן אז יענג'ס פאליסיס זענען היפש פארבינדן איינס מיטן צווייטן, און פון איין פאליסי קען מען נאכנישט ארויסהאבן זיין גאנצע פילאזאפיע.

נאך עפעס, די טשארט ווייזט יעצטיגע דזשאבס וואס גייען בקרוב ווערן ערזעצט, אבער ווייזט נישט דזשאבס וואס גייען עווענטועל צוקומען (מעגליך 50+ יאר ארום), ווייל דאס ווייסט מען נישט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 7:54 pm

יא יא. די טריק איז שיין ווען עטליכע מיליאן טראקערס זענען ארבעטסלאז, נישט ווען פינף און דרייסיג פראצענט אדער פופציג פראצענט ארבעטספעאיגע האבן נישט קיין ארבעט פון וואס צו לעבן.
ווען האלב פאלק לעבט אויף צוועלף טויזנט א יאר, פונקט גענוג נישט צו זיין אונטער די ארעמקייט-שטאפל, קען גארנישט אפהאלטן די "נישט ארימע" פון דעמאקראטיש אריינוועלן די 2000-א-חודש פארטיי. נישט קיין געזעץ און נישט קיין קונסטיטוציאנאלע אמענדמענט.
און ווען די בעזאס-מאסק-צוקערבערג קלאב own'ען און פראדוצירן אלעס אינעם העמיספעיר קען גארנישט אפהאלטן די "נישט ארימע+" פון דעמאקראטיש אריינוועלן די 5000-א-חודש פארטיי. (נישט אז עס איז דא א ריזן פארוואס טאקע נישט).
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:13 pm

אגב, דו נוצט סאציאליזם אין פלאץ פון קאמוניזם. די צוויי זענען נישט אימערטוישליך(?), ווי איך בין זיכער אז די ווייסט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:18 pm

דער דארף קודם טוישן זיין צורה און נאמען,

שטעלט אייך פאר אין צען יאר ארום זיצן קים, דזשי, טשאול, און יענג ביים G4 סאמיט

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:20 pm

נו, וואס איז דער פראבלעם? (בעסער ווי קים, דזשי, טשאול, און טראמפ איז דאס זיכער).
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:22 pm

אויף די בילדער וועט מען דאך נישט דערקענען ווער ס'איז ווער

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:25 pm

@שלמה.

איז דא איינער מיט א פלאן צו לייזן דעם אויטאמאציע פראבלעם?

האבן די לינקע עפעס פארצושלאגן?

איך קוק אן יענג'ס אלפ'ל א חודש צו ערזעצן די וועלפעיר סטעיט, און אויף דעם איז עס גאר גוט.

אויף א פאפולאציע ווי 50-60 פראצענט קען נישט ארבעטן צוליב אויטאמאציע זעה איך נאכנישט קיין פלאן בכלל

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:30 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:אויף די בילדער וועט מען דאך נישט דערקענען ווער ס'איז ווער


אין צען יאר פון יעצט וועט די Homo sapien OS שוין זיין גענוג פארגעשריטן אז איך און דיר וועלן קענען דערקענען מענטשליכע פענימער.
צוגעלייגטע
image_search_1563495889639.jpg
image_search_1563495889639.jpg (98.77 KiB) געזעהן 1130 מאל
image_search_1563495841271.jpg
image_search_1563495841271.jpg (19.16 KiB) געזעהן 1130 מאל
image_search_1563495872801.jpg
image_search_1563495872801.jpg (116.72 KiB) געזעהן 1130 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:33 pm

El Rushbo האט געשריבן:@שלמה.

איז דא איינער מיט א פלאן צו לייזן דעם אויטאמאציע פראבלעם?

האבן די לינקע עפעס פארצושלאגן?


די עימיש?

אפשר האבן די לינקע יא עפעס אן אנונג?

2019.03.12_Metro_Automation-geography-discontent_2.png
2019.03.12_Metro_Automation-geography-discontent_2.png (49.83 KiB) געזעהן 1126 מאל

די לינקע און די מארמאנער? דזשארדזשיע טרענד לינקס. אריזאנע טרענד לינקס. אלע איבעריגע ליכטיגע זענען שוין לינקס. נאר יוטא איז ליכטיג און נישט לינקס.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:35 pm

ר' שלמה, קיינער האט נישט געזאגט אז האלב פאבליק וועט לעבן ביים ארעמקייט שטאפל. איך גלייב אז א גרויס חלק וועט ווייטער טרעפן עפעס צו פארדינען און אויפטון (אפשר פארט-טיים אדער ענליכס), אבער אפילו אויב נישט, קען דער עולם חתונה האבן און פארדאפלען די קאסע אן צו פארדאפלען די הוצאות, אדער זיך צאמשטעלן אפאר חברים און פארברענגען א שיין לעבן. דאס אליינס איז א אויפטו, צו דינען אלס אינסענטיוו קעגן די מאדערנע איזאלאציע.

אבער אויב וועט טאקע אויפשווימען א 2000 -א-חודש פארטיי וועלן מיר זען, וואס האבן מיר זיך יעצט צו זארגן. (יענג שרייבט גראדע יא אז צו טוישן וועט אויספעלן אן אמענדמענט, איך בין נישט קלאר אין דעם).

גראדע זענען די בעזאס-מאסק-צוקערבערג קלאב די שטערקסטע שטופער פאר UBI, ווייל זיי זעען דעם פראבלעם און זיי ווילן לעבן אין א נארמאלע סאוסייעטי, כאטש זיי גייען אויסצאלן די גרעסערע חלק.

(ווען דער גאנצער עולם מישט סאציאליזם מיט קאמוניזם וועל איך נישט זיין דער איינציגסטער חכם :smile: ).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:35 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אויף די בילדער וועט מען דאך נישט דערקענען ווער ס'איז ווער


אין צען יאר פון יעצט וועט די Homo sapien OS שוין זיין גענוג פארגעשריטן אז איך און דיר וועלן קענען דערקענען מענטשליכע פענימער.


דאס קוקט מיר אויס ווי א דרילינג

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג יולי 18, 2019 9:16 pm

ער איז ב"ה הונדרעט פראצענט נישט גערעכט

ער קוקט אן די היינטיגע וועלט מיט די מארגענדיגע טעכנעלאגיע אנטשולדיג די מארגענדיגע טעכנעלאגיע גייט זייו אין די מארגענדיגע וועלט

אמת אסאך אינדעסטריס וועלן אינטער גיין אבער אסאך וועלן ארויף קומען

אמאל אז די האסט געוואלט פארקויפן פאר די מערסטע מענטשן דורך די גרעסטע ריטעל נעץ וואלמארט האסטו געקענט חלומען דערפין באנאכט היינט קען יעדער שמויגער פארקויפן פאר מיליאנען מענטשן אויף עמעזאן, אמאל אויב האסט עפעס געטויגט צו מאכן האסט עס געקענט מאכן פאר דיין סוכה היינט קענסטו פארקויפן פאר מיליאנען מענטשן אויף עטסי

די טעכנעלאגליע טוט צווי זאכן איינס נעמט איבער ארבייט פין מענטשן
אבער טוט אויך מאכן די וועלט קלענער אין קלענער
אמאל איז כמעט נישט געווען במציאות אז אין ניו יארק זאלסטו פארקויפן אדער צושטעלן סערוויס אין קאלעפארניע היינט איז אלע פופציג סטעיט ווי איין מייל אנדערע לענדער איז נאך יא אביסל ווייטער אין די מארגענדיגע ארטעפישעל עפאכע גייט די גאנצע וועלט זיין ווי איין מייל אין ווען ביזט אפען צו א מארקעט פין א 8 ביליאן מענטשן וועט זיין אסאך מער געלעגענהייטן ווי היינט
בקיצור די גאנצע מציאות ווי אזוי די לעבן גייט צוגיין גייט זיין אנדערש מיט אנדערע געברויכען

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:22 pm

El Rushbo האט געשריבן:@שלמה.

איז דא איינער מיט א פלאן צו לייזן דעם אויטאמאציע פראבלעם?

האבן די לינקע עפעס פארצושלאגן?

איך קוק אן יענג'ס אלפ'ל א חודש צו ערזעצן די וועלפעיר סטעיט, און אויף דעם איז עס גאר גוט.

אויף א פאפולאציע ווי 50-60 פראצענט קען נישט ארבעטן צוליב אויטאמאציע זעה איך נאכנישט קיין פלאן בכלל


איך וויל נישט זאגן יענג'ס שטארקייט הויעך דא אויפ'ן וועלטל, ווייל באלד וועט ער פארלירן אלע זיינע שטיצער דא, אבער די פורים וואס ער מאכט מיט געוויסע איז געוואלדיג...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:16 pm

@שלמה.

איך האב דיר געפרעגט א פלאן, און ענטפערסט מיר פאולס און טרענדס. איך זוך מיט לעכט וועלכע פארטיי ס'האט דעם ענטפער צו א סאסייעטע ווי 60 פראצענט ווארקפארס איז ארבעטסלאז.

יענג'ס מאטיוון זענען סאציאליסטישע, אבער אויף צו ערזעצן וועלפעער פראגראמען וואלט עס געווען זייער גוט.

@פרידן, פוינט וועל טעיקן, הגם ס'איז קלאר אז די דזשאב מארקעט ווערט זייער נישט סטאביל אין אזא ענווייראמענט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:31 pm

איך לויף נישט פארן אמט, איך האב נישט קיין פלאן. איך האב נאר אנגעוויזן אז ליבעראלע סטעיטס האבן נישט די פראבלעם אויפן זעלבן שטאפל ווי קאנסערוואטיווע, שטאטן.
דאס האט מן הסתם דערמיט וואס ליבעראלע שטאטן לייגן א שטערקערע געוויכט אויף עדזשוקעישן און מאכן א באקוועמע אטמאספער וואו יונגע פראפעסיאנאלן ווילן וואוינען און אויפשטעלן פאמיליעס און ערציען קינדער. די גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס קענען נישט טרעפן קיין ארבעטער אינדערויסן פון די גרויסע ליבעראלע סיטיס און מעטראפאליטאן געגנטער.
די סערוויס סעקטאר איז ווייט פון אימיון פון אויטאמאציע, און עס וועט נאר ווערן שווערער אינעם צוקונפט, אבער לאו טעק מאניפעקטשורינג איז זיכער די ערשטע קרבן פון אויטאמאציע (און אוטסאורסינג קיין אזיע).
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלינצע, יש ברירה, ר' יום טוב און 37 געסט