בלאט 94 פון 342

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 4:20 pm
דורך ר' זעקל
גיי פארשטיי האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:באריכטן האבן היינט געזאגט אז ניו יארק סיטי מעיאר ערוועלט עריק עדעמס (ד) האט געבעטן לאנג איילענד קאנגרעסמאן טאם סוזי (ד) צו זיין זיין דעפיוטי מעיאר.

סוזי'ס סטעיטמענט אויף די באריכטן

IMG_20211121_004525.jpg

אויב סוזי באשליסט אנצונעמען די דעפיוטי מעיאר פאזיציע, וועט עס זיין א דראמאטישע אנטוויקלונג.

סוזי פרעזענטירט א דיסטריקט וואס ביידען האט געוואונען מיט 10%, און מיט א ספעשל עלעקשאן וועלן די רעפובליקאנער האבן א גוטע שאנס צו פליפן די דיסטריקט, און מאכן נאך שמעלער די דעמאקראטישע אויבערהאנט אין קאנגרעס.


אויב די רעפובליקאנער פליפען טאקע דיסטריקט וועט דאס טאקע זיין דראמאטיש!

איך גלייב נישט אז סוזי גייט עס אננעמען.

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 4:21 pm
דורך גיי פארשטיי
ר' זעקל האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:באריכטן האבן היינט געזאגט אז ניו יארק סיטי מעיאר ערוועלט עריק עדעמס (ד) האט געבעטן לאנג איילענד קאנגרעסמאן טאם סוזי (ד) צו זיין זיין דעפיוטי מעיאר.

סוזי'ס סטעיטמענט אויף די באריכטן

IMG_20211121_004525.jpg

אויב סוזי באשליסט אנצונעמען די דעפיוטי מעיאר פאזיציע, וועט עס זיין א דראמאטישע אנטוויקלונג.

סוזי פרעזענטירט א דיסטריקט וואס ביידען האט געוואונען מיט 10%, און מיט א ספעשל עלעקשאן וועלן די רעפובליקאנער האבן א גוטע שאנס צו פליפן די דיסטריקט, און מאכן נאך שמעלער די דעמאקראטישע אויבערהאנט אין קאנגרעס.


אויב די רעפובליקאנער פליפען טאקע דיסטריקט וועט דאס טאקע זיין דראמאטיש!

איך גלייב נישט אז סוזי גייט עס אננעמען.


איך האב בעיקר געמיינט צו זאגן אז פאר זיי פליפען עס איז עס נאך נישט עפעס מורה'דיג דראמאטיש!

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 4:22 pm
דורך ר' זעקל
איך האב גערעדט אין דזשענערל אז איך גלייב נישט אז סוזי גייט אננעמען די דעפיוטי מעיאר פאזיציע.

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 4:26 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
פאליטיקא באריכטעט אז די טראמפ אינדארסירטע פענסילוועניע סענאט קאנדידאט סען פארנעל וואס גייט יעצט דורך ביטערע צייטן אין געריכט, גרייט זיך צו פארלאזן די פארמעסט אויב ער ווערט געפינען שילדיג אויף די קלאגעס.

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 7:49 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
ווערמאנט קאנגרעסמאן פיטער וועלטש (ד) האט אפציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר סענאט אין ווערמאנט.

ער איז ערווארטעט גרינג צו געווינען די דעמאקראטישע נעמאנאציע, און ווערן סענעטאר.

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 7:50 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:ווערמאנט קאנגרעסמאן פיטער וועלטש (ד) האט אפציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר סענאט אין ווערמאנט.

ער איז ערווארטעט גרינג צו געווינען די דעמאקראטישע נעמאנאציע, און ווערן סענעטאר.

וועלטש איז די 27'טע קאנגרעס מידגליד וואס לויפט נישט פאר ווידערוויילונג אין 2022, אריינגערעכנט 17 דעמאקראטן און 10 רעפובליקאנער.

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:12 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:ווערמאנט קאנגרעסמאן פיטער וועלטש (ד) האט אפציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר סענאט אין ווערמאנט.

ער איז ערווארטעט גרינג צו געווינען די דעמאקראטישע נעמאנאציע, און ווערן סענעטאר.

וועלטש הייבט אן מיט די רעכטע פיס באקומעניג די אינדערסירונג פון ווערמאנט סענעטאר בערני סענדערס.

IMG_20211122_081109.jpg
IMG_20211122_081109.jpg (147.84 KiB) געזען 686 מאל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:17 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
ווי אזוי די Cook Political סענאט רעיטינגס קוקט יעצט אויס.

IMG_20211122_081623.jpg
IMG_20211122_081623.jpg (138.65 KiB) געזען 679 מאל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:28 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
St Pete אנקעטע פון די פלארידע סענאט פארמעסט:

סענעטאר מארקאו רוביא (ר) - 51%
וואל דעמינגס (ד) - 44%

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:30 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
St Pete אנקעטע פון די פלארידע גאווערנאר פארמעסט:

גאווערנאר ראן דיסענטעס (ר) - 51%
טשארלי קריסט (ד) - 45%

גאווערנאר ראן דיסענטעס (ר) - 51%
ניקי פריד (ד) - 42%

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:16 am
דורך הכל הבל
לאנגיעריגע טעקסאס דעמאקראטישע קאנגרעספרוי עדי בערניס דזשאנסאן וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג
די דיסטריקט איז גאר שטארק בלוי און איז נישט ערווארטעט צו זיין קאנקורירנד

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:19 am
דורך הכל הבל
מעקס מילער איז א געוועזענע טראמפ געהילף האט צוריק אין פעברואר למספרם געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר די 16'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין אהייא אין א פריימערי פארמעסט אקעגן דעם רעפובליקאנע קאנגרעסמאן ענטאני גאנזאלעז
אין סעפטעמבער למספרם האט גאנזאלעז געמאלדן אז ער וועט נישט זוכן צו לויפן פאר ווידערערוויילונג אבער אצינד קומט די נייעס אז מילער וועט
אין ליכט פון די מאפע איבערשרייבונג לויפן אין די נייע 13'טע דיסטריקט וואס איז פיל מער קאנקורירנד אין די אלגעמיינע וואלן ווי די דיסטריקט אין וועלכע ער האט געפלאנט צו לויפן

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:20 am
דורך הכל הבל
הכל הבל האט געשריבן:די פארלאפענע וויקענד איז אפגעהאלטן געווארן א רעפובליקאנע סענאט פריימערי פארום אין אהייא וואו בערני מארענאו האט גערופן פאר די באפרייאונג פון אלע קעפיטאל איבערפאלער און מארק פאקיטא האט גערופן פאר די ארעסט פון געווארנאר מייק דעווין

פאקיטא וועלכע האט ביז היינט אנגעצויגן צי שוואך צו ווערן דערמאנט אין די אנקעטעס האט לעצטענס געלופטערט א רעקלאמע אין וועלכע א שטימע פרעגט "דארפן מיר זיך טאקע איינרעדן אז דער קאנדידאט מיט די שטארקסטע קריסטליכע ווירדן איז גאר דער אידישע קאנדידאט?"

דורכאויס די פארום איז פאקיטא געפרעגט געווארן אויב ער איז אנטיסעמיטיש אויף וועלכע ער האט געענטפערט אז " דזשאש מאנדעל איז אידיש, ער איז אידיש און אלע דארפן דאס וויסן"

פאקיטא האט אצינד ארויסגעשטעלט זיין העלט קעיר פלאן
איינע פון די געדאנקן לויטעט אז אמעריקאנער זאלן מיט ליבליכקייט פארשעמען די וועלכע זענען איבערוואגיג און זיי מוטיגן צו פארלירן פונט

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:54 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פאליטיקא באריכטעט אז די טראמפ אינדארסירטע פענסילוועניע סענאט קאנדידאט סען פארנעל וואס גייט יעצט דורך ביטערע צייטן אין געריכט, גרייט זיך צו פארלאזן די פארמעסט אויב ער ווערט געפינען שילדיג אויף די קלאגעס.

און די גערעכט האט יעצט געאורטיילט קעגן פארנעל.

וועלן מיר זעהן ווי אזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן.

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:00 am
דורך הכל הבל
הכל הבל האט געשריבן:לאנגיעריגע טעקסאס דעמאקראטישע קאנגרעספרוי עדי בערניס דזשאנסאן וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג
די דיסטריקט איז גאר שטארק בלוי און איז נישט ערווארטעט צו זיין קאנקורירנד

דזשעין האופ העמילטאן שפרונגט אריין אינעם פארמעסט
זי איז א געוועזענע הויכע געהילף צו די ביידען פרעזידענט קאמפיין אין טעקסאס

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:31 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פאליטיקא באריכטעט אז די טראמפ אינדארסירטע פענסילוועניע סענאט קאנדידאט סען פארנעל וואס גייט יעצט דורך ביטערע צייטן אין געריכט, גרייט זיך צו פארלאזן די פארמעסט אויב ער ווערט געפינען שילדיג אויף די קלאגעס.

און די גערעכט האט יעצט געאורטיילט קעגן פארנעל.

וועלן מיר זעהן ווי אזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן.

אוטש..

IMG_20211122_113033.jpg
IMG_20211122_113033.jpg (101.16 KiB) געזען 514 מאל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:44 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:און א שטארקע געווינס פאר די רעפובליקאנער וועט נארט קעראליינע קאנגרעסמאן באטערפילד (ד) פון די 1'טע דיסטריקט מארגן מעלדן אז ער ריטייערט.

זיין דיסטריקט איז געווארן מיט די נייע רידיסטרעקטינג מאפע א גאר נאנטע דיסטריקט מיט דעם וואס ביידען האט עס געוואונען מיט 3%+.

יעצט אלץ א אפענע פארמעסט און מיט א רעפובליקאנער מאמענטעם וועלן עס די רעפובליקאנער גרינג קענען פליפן ביי די קומענדיגע מידטוירם וואלן.

ער איז די 15'טע דעמאקראטישע קאנגרעס מידגליד צו מעלדן ריטייערמענט.

נארט קעראליינע סענאט קאנדידאט עריקע סמיט (ד) גרייט זיך לויט באריכטן ארויסצוגיין פון די סענאט פארמעסט און אריינשפרינגן אין די אפענע קאנגרעס זיץ פארמעסט.

סמיט האט זיך ארויסגעצויגן פונעם סענאט פארמעסט, און געפיילט פאפירן צו לויפן פאר די אפענע קאנגרעס זיץ.

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:50 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
אריזאנע סענעטאר מארק קעלי'ס (ד) צופרידענהייט ראטע

IMG_20211122_114858.jpg
IMG_20211122_114858.jpg (29.23 KiB) געזען 492 מאל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 3:35 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פאליטיקא באריכטעט אז די טראמפ אינדארסירטע פענסילוועניע סענאט קאנדידאט סען פארנעל וואס גייט יעצט דורך ביטערע צייטן אין געריכט, גרייט זיך צו פארלאזן די פארמעסט אויב ער ווערט געפינען שילדיג אויף די קלאגעס.

און די גערעכט האט יעצט געאורטיילט קעגן פארנעל.

וועלן מיר זעהן ווי אזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן.

ברעיקינג

IMG_20211122_153502.jpg
IMG_20211122_153502.jpg (123.33 KiB) געזען 425 מאל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 3:56 pm
דורך ר' זעקל
סאו ער געבט אויף זיין קאמפיין?

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 3:59 pm
דורך בעסער אזוי
ר' זעקל האט געשריבן:סאו ער געבט אויף זיין קאמפיין?

ער שרייבט קלאר אז ער קען נישט אנגיין מיטן קאמפיין

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 4:08 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
ר' זעקל האט געשריבן:סאו ער געבט אויף זיין קאמפיין?

יא.

ער האט אנגעריפן אינדערפרי טראמפ אים אינפארמירן.

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 4:51 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
געוועזענע פענסילוועניע קאנגרעסמאן קאסטילא (ר) גרייט זיך לויט באריכטן אריינצושפרינגן אינעם סענאט פארמעסט.

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 5:11 pm
דורך עפעס אנדערש
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:געוועזענע פענסילוועניע קאנגרעסמאן קאסטילא (ר) גרייט זיך לויט באריכטן אריינצושפרינגן אינעם סענאט פארמעסט.

זיין היסטאריע מיט טראמפ?

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 5:16 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
IMG_20211122_171405.jpg
IMG_20211122_171405.jpg (149.92 KiB) געזען 264 מאל