2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג פאברואר 28, 2021 5:36 pm

געשטעטנער זאגט אויף קול מבשר "אויב וועט מען קענען נוצן די נייע צענזוס נאמבערס אין 2022" איז שייך עפעס אנדערש לויטן געזעץ, אז סטעיטס דארפן דאך באקומען מער סא ווי קען מען עס צונעמען פון זיי ווייל עס איז שפעט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 01, 2021 11:05 am

מיט ארום א מאנאט צוריק איז קאנגרעסמאן ראן רייט פון טעקסאס 6 געשטארבן
די דיסטריקט איז געווארן דראמאטיש שמאל און גיענדיג פון שטארק ראמני צו שמעלער טראמפ און דאן נאך שמעלער טראמפ
סערי קים איז א געוועזענע טראמפ אדמינסטראציע איינגעשטעלטער און קלערט ערנסט זיך אנצושליסן אין די פארמעסט אנצופילן יענע זיץ

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:43 pm

געוועזענע גאווערנאר -און יעצטיגע קאנגרעסמאן- טשארלי קריסט טוט לויט באריכטן ערנסט באטראכטן א פארמעסט קעגן פלארידא גאווערנאר ראן דעסאנטיס.

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך זיסע פיש » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:48 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:געוועזענע גאווערנאר -און יעצטיגע קאנגרעסמאן- טשארלי קריסט טוט לויט באריכטן ערנסט באטראכטן א פארמעסט קעגן פלארידא גאווערנאר ראן דעסאנטיס.

דאכציך מיר אז ער איז דער וואס האט באשטעטיגט צו הינריכטען גראסמאן.
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:52 pm

ער געט נישט אויף, קודם האט איז ער געלאפען קעגן רוביא פאר סענאט און 2010 נאכדעם פאר גאווערנער קעגן ריק סקאט און 2014.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:52 pm

זיסע פיש האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:געוועזענע גאווערנאר -און יעצטיגע קאנגרעסמאן- טשארלי קריסט טוט לויט באריכטן ערנסט באטראכטן א פארמעסט קעגן פלארידא גאווערנאר ראן דעסאנטיס.

דאכציך מיר אז ער איז דער וואס האט באשטעטיגט צו הינריכטען גראסמאן.

יא, און ער האט געהאט זיין מפלה נאכדעם.

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך זיסע פיש » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:58 pm

דער קריסט פלעגט זיין א רעפובליקען ווען ער איז געווען גאווענער, היינט צוטאגס איז ער א דעמעקראט.
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:59 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:געוועזענע גאווערנאר -און יעצטיגע קאנגרעסמאן- טשארלי קריסט טוט לויט באריכטן ערנסט באטראכטן א פארמעסט קעגן פלארידא גאווערנאר ראן דעסאנטיס.

דאכציך מיר אז ער איז דער וואס האט באשטעטיגט צו הינריכטען גראסמאן.

יא, און ער האט געהאט זיין מפלה נאכדעם.

יאפ
די מפלה דאן איז געקומען אזוי אומגערישט און אזוי ווילד אז די יד ה' איז געווען בולט

כן יעזורה' להלאה [עי' ערך קאומא]

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 01, 2021 2:12 pm

די נייעס מיט קריסט האט טאקע אצינד געמאכט די העדליינס אין די מידיא
אויף אייוועלט איז שוין די באריכט געווען געלופטערט פעברואר 8 למספרם

הכל הבל האט געשריבן:פלארידא דעמאקראטן שוויצן שטארק אין די לעצטערע מאנאטן צו צו סטראטעגירן ווי אזוי פאראויסצוגיין צו די 2022 למספרם וואלן

די סטעיט פארטיי ווערט געפלאגט פון א רייע ערנסטע פראבלעמען און דורכפעלער אנגעהויבן ביי די לעצטע רונדע פארלוסטן אויף א סטעיט שטאפל ווען רעפובליקאנער האבן געזיגט אין כמעט יעדע סטעיטווייד פארמעסט ביז אן אפגעשוואכטע דעמאקראטישע פארטיי אינפראסטרוקטור און אמפערייען איבערן ריכטונג וואו אהין די פארטיי זאל פאראויסגיין

די פארטיי פאלגט זיך פינאנציעל און האט געלאזט אויסלויפן העלט אינשורענס פלענס פון איר שטאב

סענאטאר מארקא רוביא גרייט זיך צו לויפן פאר א דריטן טערמין זייט ביי זייט מיט די ערשטע ווידערערוויילונג פארמעסט פון גאווערנאר ראן דסאנטיס

דעמאקראטן וואלטן געוואלט נעמען ביידע אבער אנערקענען אז די רוביא זיץ וואלט געווען שווערער און האסן אויך דסאנטיס פיל מער און זענען ביי די מיינונג אז די גאווערנאר שטוהל דארף זיין די העכסטע פריאריטעט

ניקי פריעד איז די איינציגסטע דעמאקראטישע סטעיטווייד ערוועלטע באאמטע אין די איצטיגע רעגירונג ווערנדיג שמאל ערוועלט אין 2018 למספרם אלץ אגריקולטור קאמישאנער

פריעד איז א איד וועמענס נאמען ווערט שוין לאנג געלופטערט אלץ מעגליכע גאווערנאר קאנדידאט און זי זעלבסט שטופט אויך די שמועות אויף סאשעל מידיא
סטעיט רעפרעזענטאט אנא עסקאמאני איז א ליבעראלע פאליטיקאנט פון ארלענדא וועמענס עלטערן האבן עמיגרירט פון איראן און ווערט אויך דערמאנט אלץ מעגליכע קאנדידאט פאר די פאזיציע

קאנגרעספרוי וואל דעמינגס וועלכע האט זיך באקאנט געמאכט אין לויף פון די טראמפ אימפיטשמענטס אלץ איינע פון די קאנגרעס מענעדזשערס וועלכע האבן אויפגעטרעטן ביים סענאט פראצעס

אנדערע נעמען וועלכע צירקולירן זענען סטעיט סענאטארשע אנעט טאדיאו און געוועזענער גאווערנאר טשארלי קריסט וועלכע קריסט איז איצט אין קאנגרעס און זאגט קלאר אז ער באטראכט צו זוכן צוריקצונעמען די זיץ וועלכע ער האט אמאל געהאלטן

עסקאמאני און טאדיאו רייסן אפט ארונטער די פארטיי פירערשאפט און עסקאמאני וועלכע ווערט באטראכט אלץ ליבלונג פון די ליבעראלע באזע רייסט אויך שטאר אראפ פריעד פארן אקצעפטירן קארפארעיט ביישטייערונגען אבער איילט זיך נישט צו באשליסן אויב אריינצוטאנצן בעפאר זי קען בעסער אפשאצן אירע שאנסן

געוויסע אין די פארטיי גלויבן אז קאנגרעסמאן על לאוסאן וואלט געווען א גוטע קאנדידאט צוליב זיין מעסיגע שטאנד אבער דער לעצטער האט געזאגט אז עס איז נישט אויף זיין ראדאר

אויך ענדרו גילאם וועלכע אפגעהאלטן א סורפרייז געוואונס אין די 2018 למספרם פריימערי שפעטער צו פארלירן צו דסאנטיס האט אויסגעשלאסן א פארמעסט
דסאנטיס האט בעפאר די ווירוס אויסברוך גענאסן פון א צופרידנהייט ראטע אין די זיבעציגער נאכן שטופן א רייע אומפארטייאישע פאליסי פריאריטעטן ווי פאנדינג פאר ענווייראמענט און העכערן געהאלט פאר טיטשערס

אבער נאכן נעמען א מער פאסיווע צוגאנג צום ווירוס און זיך נישט געאיילט איינצושטעלן צופיל רעגולאציעס פירנדיג צו אויפברויז אין די מידיא זענען זיינע ציפערן שטארק געפאלן

לויט א לעצטערע אנקעטע דורך א רעפובליקאנע עקספערט וועלכע האט ריכטיג צוגעטראפן אלע לעצטערע פארמעסטן אין די סטעיט איז די צופרידנהייט ראטע מיטן גאווערנאר ביי 52% ענליך צו אן אנקעטע דורך די טשעימבער אף קאמערץ וועלכע שטעלט עס ביי 54%

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מארטש 01, 2021 2:16 pm

הכל הבל האט געשריבן:מיט ארום א מאנאט צוריק איז קאנגרעסמאן ראן רייט פון טעקסאס 6 געשטארבן
די דיסטריקט איז געווארן דראמאטיש שמאל און גיענדיג פון שטארק ראמני צו שמעלער טראמפ און דאן נאך שמעלער טראמפ
סערי קים איז א געוועזענע טראמפ אדמינסטראציע איינגעשטעלטער און קלערט ערנסט זיך אנצושליסן אין די פארמעסט אנצופילן יענע זיץ

די אלמנה פונעם פארשטארבענעם אקאנגרעסמאן קלערט אויך פון לויפן פאר די זיץ.

אזוי אויך ווערט באריכטעט איבער מייקעל וואודס -א 34 יעריגער וועטעראן פון די אפגאניסטאן קריג- וואס וועט מעלדן אז ער שליסט זיך אן אינעם פארמעסט. וואודס וועט לויפן אלס א רעפובליקאנע אנטי-טראמפ קאנדידאט.

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג מארטש 01, 2021 4:52 pm

הכל הבל האט געשריבן:מיט ארום א מאנאט צוריק איז קאנגרעסמאן ראן רייט פון טעקסאס 6 געשטארבן
די דיסטריקט איז געווארן דראמאטיש שמאל און גיענדיג פון שטארק ראמני צו שמעלער טראמפ און דאן נאך שמעלער טראמפ
סערי קים איז א געוועזענע טראמפ אדמינסטראציע איינגעשטעלטער און קלערט ערנסט זיך אנצושליסן אין די פארמעסט אנצופילן יענע זיץ

אבער למעשה האט טראמפ געוואונען די דיסטריקט מיט 3% און רייט מיט 9%, סא רעפובליקענס האבן די עדזש אבער עס וועט זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטן די רעיס.
אבער מען וועט נאכנישט קענען זעהן קיין סאך פאר 2022 קינה לאסף יוכיח.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 02, 2021 10:20 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:געוועזענע קאנגרעסמאן פעט טיבערי (ר) וועלכע איז געקומען זייער נאנט צו לויפן אין 2018 למספרם און פארמאגט נאך א שלל פון קעש שליסט אויס א סענאט קאמפיין

אהייא קאנגרעסמאן ענטאני גאנזאלעז זאגט אז ער וועט העכסט ווערשיינליך נישט אריינטאנצן אין די אהייא סענאט פארמעסט

דזשעין טימקען איז די רעפובליקאנע פארטיי פארזיצערין אין אהייא און האט אצינד אפגעטרעטן פון איר פאזיציע אין א מעגליכע צייכן אז זי גרייט זיך אריינצושפרונגען אין די פארמעסט צו ערפילן די זיץ פון סענאטאר ראב פארטמאן

דזשאיס ביעטי שליסט אויס א פארמעסט

טימקען שפרונגט אפיציעל אריין אינעם פארמעסט

טראמפ שוין געווען גרייט צו אינדארסירן טימקען אבער ביי א זיצונג מיט פארטיי פארזיצער מקדעניעל און נאך הויכע שישקעס האבן זיי אים איבערצייגט צו ווארטן נאך אביסל בעפאר ער מאכט אן אינדארסירונג
טראמפ הצעיר האט געהאלפן באאיינפלוסן זיין פאטער זיך נישט צו איילן מיט א מעלדונג

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מארטש 02, 2021 1:31 pm

קאנגרעסמאן andy biggs טשעיר פון האוז פרידעם קאקוס (טי פארטי) זאגט אין א אינטערוויו אז ער טראכט פון לויפן צום סענאט אין אריזאנע.
אויב איז ער דער נאמיני וועט זיין זייער אינטערעסאנט צו זעהן די רעזאלטס, נאך דעם וואס די עסטעבלישמענט קאנדידאט מעקסעלי האט פארלוירן אין די לעצטע צוויי עלעקשאנס ביידע אריזאנע סענאט זיצן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 02, 2021 2:32 pm

טראמפ אינדארסירט טים סקאט אין דזשערי מארען פאר ווידערערוויילונג

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מארטש 02, 2021 6:49 pm

הכל הבל האט געשריבן:טראמפ אינדארסירט טים סקאט אין דזשערי מארען פאר ווידערערוויילונג

דעס מיינט צו זאגן אז פאפעיא לויפט נישט הא?

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך מארטש 03, 2021 11:24 am

גיי פארשטיי האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:טראמפ אינדארסירט טים סקאט אין דזשערי מארען פאר ווידערערוויילונג

דעס מיינט צו זאגן אז פאפעיא לויפט נישט הא?

פאמפעי פאר סענאט?? עס איז אפילו געווען אזא שמועס? פאר פרעזידענט רעדט מען אז ער וויל לויפן.

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך מארטש 03, 2021 1:21 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:טראמפ אינדארסירט טים סקאט אין דזשערי מארען פאר ווידערערוויילונג

דעס מיינט צו זאגן אז פאפעיא לויפט נישט הא?

פאמפעי פאר סענאט?? עס איז אפילו געווען אזא שמועס? פאר פרעזידענט רעדט מען אז ער וויל לויפן.

עס איז געווען, עיין וויקעפידיע.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך מארטש 03, 2021 1:27 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:דעס מיינט צו זאגן אז פאפעיא לויפט נישט הא?

פאמפעי פאר סענאט?? עס איז אפילו געווען אזא שמועס? פאר פרעזידענט רעדט מען אז ער וויל לויפן.

עס איז געווען, עיין וויקעפידיע.

יענץ איז פון 2020 ווען מען האט שפעקעלירט אז ער וועט לויפן פאר די זיץ פון ראבערטס, למעשה איז ער נישט געלאפען און מארשאל האט געווינען יענע זיץ.

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך מארטש 03, 2021 1:29 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:דעס מיינט צו זאגן אז פאפעיא לויפט נישט הא?

פאמפעי פאר סענאט?? עס איז אפילו געווען אזא שמועס? פאר פרעזידענט רעדט מען אז ער וויל לויפן.

עס איז געווען, עיין וויקעפידיע.

יענץ איז פון 2020 ווען מען האט שפעקעלירט אז ער וועט לויפן פאר די זיץ פון ראבערטס, למעשה איז ער נישט געלאפען און מארשאל האט געווינען יענע זיץ.

זיי ברעגען א ריפארט פון דיסעמבער אסאך נאך יענע פריימערי אז ער קען לויפן פאר די זיץ.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 9:38 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אויך קאנסגרעסמאן סטיוו סטיווערס (ר) טוט לויט א געהילף באטראכטן זיינע אפציעס און געזאגט אין א סטעיטטמענט אז ער וועט עס דיסקוסירן מיט פארטמאן און גאווערנאר דעוויין
סעקרעטערי אף סטעיט פרענק לעראוס זאגט איבער זיינע אייגענע פלענער אז עס איז נאך די א יאר ביזן דעדליין צו פיילן אויב מען וויל לויפן

געוועזענע קאנגרעסמאן פעט טיבערי (ר) וועלכע איז געקומען זייער נאנט צו לויפן אין 2018 למספרם און פארמאגט נאך א שלל פון קעש שליסט אויס א סענאט קאמפיין

אהייא קאנגרעסמאן ענטאני גאנזאלעז זאגט אז ער וועט העכסט ווערשיינליך נישט אריינטאנצן אין די אהייא סענאט פארמעסט

דזשעין טימקען איז די רעפובליקאנע פארטיי פארזיצערין אין אהייא און האט אצינד אפגעטרעטן פון איר פאזיציע אין א מעגליכע צייכן אז זי גרייט זיך אריינצושפרונגען אין די פארמעסט צו ערפילן די זיץ פון סענאטאר ראב פארטמאן

דזשאיס ביעטי שליסט אויס א פארמעסט

קלוב פאר וואוקס שטעלט זיך אונטער די קאנדידאטור פון דזשאש מאנדעל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 11:45 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:געוועזענע קאנגרעסמאן פעט טיבערי (ר) וועלכע איז געקומען זייער נאנט צו לויפן אין 2018 למספרם און פארמאגט נאך א שלל פון קעש שליסט אויס א סענאט קאמפיין

אהייא קאנגרעסמאן ענטאני גאנזאלעז זאגט אז ער וועט העכסט ווערשיינליך נישט אריינטאנצן אין די אהייא סענאט פארמעסט

דזשעין טימקען איז די רעפובליקאנע פארטיי פארזיצערין אין אהייא און האט אצינד אפגעטרעטן פון איר פאזיציע אין א מעגליכע צייכן אז זי גרייט זיך אריינצושפרונגען אין די פארמעסט צו ערפילן די זיץ פון סענאטאר ראב פארטמאן

דזשאיס ביעטי שליסט אויס א פארמעסט

קלוב פאר וואוקס שטעלט זיך אונטער די קאנדידאטור פון דזשאש מאנדעל

טימקען מעלדט אינדארסירונגען פון 38 מיטגלידער פון די סטעיט פארטיי צענטראלע קאמיטע

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:29 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:געוועזענע קאנגרעסמאן פעט טיבערי (ר) וועלכע איז געקומען זייער נאנט צו לויפן אין 2018 למספרם און פארמאגט נאך א שלל פון קעש שליסט אויס א סענאט קאמפיין

אהייא קאנגרעסמאן ענטאני גאנזאלעז זאגט אז ער וועט העכסט ווערשיינליך נישט אריינטאנצן אין די אהייא סענאט פארמעסט

דזשעין טימקען איז די רעפובליקאנע פארטיי פארזיצערין אין אהייא און האט אצינד אפגעטרעטן פון איר פאזיציע אין א מעגליכע צייכן אז זי גרייט זיך אריינצושפרונגען אין די פארמעסט צו ערפילן די זיץ פון סענאטאר ראב פארטמאן

דזשאיס ביעטי שליסט אויס א פארמעסט

קלוב פאר וואוקס שטעלט זיך אונטער די קאנדידאטור פון דזשאש מאנדעל

ווער זענען זיי?

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:39 pm

א קאנסערוועטיווע ארגענעזאציע וואס איז אקטיוו און שטיפן רעכטע פאלעסיס.

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:45 pm

אזוי קאנסערוואטיוו איז ער?

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מארטש 07, 2021 4:08 pm

סענאטאר רענד פאול לויפט, אפי' ער האט געשטיפט צו איינפירן טורם לימיט אין סענאט.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Ban Mazel, Like news, PetalBot, בלינצע, יוסף פריעדמאן, ליבי ובשרי, משה צימערינג, שמערלער און 64 געסט