2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג אוגוסט 07, 2022 8:09 pm

די פריימערי'ס אין וויסקאנסאן קומען פאר די וואך דינסטאג.

טראמפ האט פרייטאג אפגעהאלטן א ריזן ראלי אין וויסקאנסאן אין שטיצע פון זיין אינדארסירטע גאווערנאר קאנדידאט ביזנעסמאן טים מייקעלס (ר).

IMG_20220806_230147_895.jpg
IMG_20220806_230147_895.jpg (110.78 KiB) געזעהן 706 מאל
IMG_20220806_230201_647.jpg
IMG_20220806_230201_647.jpg (73.56 KiB) געזעהן 706 מאל


- - -

עמערסאן אנקעטע פון די רעפובליקאנער גאווערנאר פריימערי אין וויסקאנסאן:

געוועזענע לויטענענט גאווערנאר ראבעקע קלעיפיש - 41%
טראמפ אינדארסירטע ביזנעסמאן טים מייקעלס - 39%
סטעיט רעפיזענטעטיוו טימעטי רעמטאם - 8%
קעווין ניקאלסאן - 7%

IMG_20220806_231146.jpg
IMG_20220806_231146.jpg (65.02 KiB) געזעהן 706 מאל


ניקאלסאן האט זיך מיט עטליכע וואכן צוריק ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט.

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג אוגוסט 07, 2022 11:36 pm

א געריכט אין פלארידע האט דיסקוואליפעצירט ראבעקא דזשאונס (ד) צו לויפן אין די דעמאקראטישע פריימערי אין פלארידע'ס 1'טע דיסטריקס, צו קענען לויפן אין נאוועמבער קעגן קאנגרעסמאן מעט געיטז (ר) אין די שטארק רויטע רעפובליקאנער דיסטריקט.

דזשאונס האט אויפגעטריבן שווערע געלטער אין די לעצטערע חדשים, און איז באקאנט מיט טעגליכע גאר שארפע קריטיק קעגן פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטאס (ר).

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג אוגוסט 07, 2022 11:37 pm

רעפובליקאנער סענאט נאמעני אין קאלעראדא דזשאו אדיע (ר) זאגט אז ער האפט אז טראמפ וועט נישט לויפן פאר פרעזידענט אין 2024, און אויב ער לויפט וועט ער אים נישט שטיצען.

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג אוגוסט 07, 2022 11:40 pm

אנקעטע פון St Pete פון די רעפובליקאנער קאנגרעסניאלע פריימערי אין פלארידע'ס 4'טע דיסטריקט, א טראמפ 6.6%+ דיסטריקט וואס איז אפען נאכדעם וואס די רעפובליקאנער האבן עס רעדיסטריקט פון בלויע צו רויט:

סטעיט סענעטאר עראן ביען - 59%
נעווי וועטעראן עריק אגיולער - 16%
דזשאן טשאבע - 6%
אומבאשלאסן - 19%

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 6:33 am

אנקעטע פון א דעמאקראטישע פראגרעסיווע גרופע אין פלארידע Progress Florida פון די פלארידע פארמעסטן:

גאווערנאר פארמעסט:

גאווערנאר ראן דיסענטאס (ר) - 47%
טשארלי קריסט (ד) - 44%

גאווערנאר ראן דיסענטאס (ר) - 49%
ניקי פריעד (ד) - 43%

סענאט פארמעסט:

סענעטאר מארקאו רוביאו (ר) - 45%
קאנגרעספרוי וואל דאמינגס (ד) - 45%

דזשענעריק בעלאט אין פלארידע:

רעפובליקאנער - 46%
דעמאקראטן - 46%

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 8:22 am

פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטאס (ר) וועט קומענדיגע וואך פרייטאג אראפקומען קיין אהייא און אפהאלטן א קאמפיין ראלי פאר די רעפובליקאנער סענאט נאמעני אין אהייא דזשעי די ווענס (ר)

דיסענטאס לויפט אליינס פאר ווידערוויילונג, אבער קוקט אויס ווי ער איז אזוי פארזיכערט מיט א געווינס אז ער האט גאר צייט ארום צו לויפן קאמפיינען פאר אנדערע רעפובליקאנער קאנדידאטן איבערן לאנד.

דיסענטאס וועט אויך אפהאלטן ראלי'ס אין די קומענדיגע וואכן אין ניו מעקסיקא, אריזאנע, און פענסילוועניע, אריינגערעכנט א ראלי אין פענסילוועניע מיט די רעפובליקאנער גאווערנאר נאמעני דאג מאסטריאנא (ר)

IMG_20220808_081939.jpg
IMG_20220808_081939.jpg (105.15 KiB) געזעהן 484 מאל

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 10:19 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטאס (ר) וועט קומענדיגע וואך פרייטאג אראפקומען קיין אהייא און אפהאלטן א קאמפיין ראלי פאר די רעפובליקאנער סענאט נאמעני אין אהייא דזשעי די ווענס (ר)

דיסענטאס לויפט אליינס פאר ווידערוויילונג, אבער קוקט אויס ווי ער איז אזוי פארזיכערט מיט א געווינס אז ער האט גאר צייט ארום צו לויפן קאמפיינען פאר אנדערע רעפובליקאנער קאנדידאטן איבערן לאנד.

דיסענטאס וועט אויך אפהאלטן ראלי'ס אין די קומענדיגע וואכן אין ניו מעקסיקא, אריזאנע, און פענסילוועניע, אריינגערעכנט א ראלי אין פענסילוועניע מיט די רעפובליקאנער גאווערנאר נאמעני דאג מאסטריאנא (ר)

דיסענטאס וועט קומענדיגע וואך זינטאג אפהאלטן א ראלי אין ניו מעקסיקא פאר די רעפובליקאנער גאווערנאר נאמעני מארק ראנטשעטי (ר), און נאכדעם וועט ער אראפ פארן קיין אריזאנע ווי ער וועט אפהאלטן א ראלי פאר די רעפובליקאנער גאווערנאר און סענאט נאמעני'ס קערי לעיק (ר) און בלעיק מעסטערס (ר).

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:11 pm

אין די FiveThirtyEight סענאט פארקעסט זענען די דעמאקראטישע שאנסן אנצוהאלטן די סענאט ארויף צו 60% נאך די לעצטיגע גוטע דעמאקראטישע סענאט אנקעטעס.

IMG_20220808_120930.jpg
IMG_20220808_120930.jpg (165.17 KiB) געזעהן 339 מאל

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 5:47 pm

אינערליכע לי אנקעטע גענומען דורך די רעפובליקאנער פאולסטער WPA Intelligence פון די יוטא סענאט פארמעסט:

סענעטאר מייק לי (ר) - 49%
עווין מעקמאלין (א/ד) - 35%

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 6:17 pm

אנקעטע פון א דעמאקראטישע גרופע אין אקלעהאמא גענומען דורך די דעמאקראטישע פאולסטער Change Research פון די אקלעהאמא גאווערנאר פארמעסט:

גאווערנאר קעווין סטיט (ר) - 42%
דזשאו האפמייסטער (ד) - 34%

- - -

די פאולסטער טענה'עט אז אין א אנקעטע וואס זיי האבן דורכגעפירט אין יאנואר למספרם האט סטיט געהאט א צופרידענהייט ראטע איבערן וואסער, אבער יעצט איז עס אינטערן וואסער.

IMG_20220808_131410.jpg
IMG_20220808_131410.jpg (73.66 KiB) געזעהן 208 מאל

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 10:29 pm

פיינעל טראפאלגער אנקעטע פון די רעפובליקאנער גאווערנאר פריימערי אין וויסקאנסאן וואס קומט פאר מארגן דינסטאג:

טראמפ אינדארסירטע ביזנעסמאן טים מייקעלס - 43.8%
געוועזענע לויטענענט גאווערנאר ראבעקע קלעיפיש - 43.4%

IMG_20220808_222719.jpg
IMG_20220808_222719.jpg (73.42 KiB) געזעהן 116 מאל


- - -

ס'איז די צווייטע אנקעטע נאך עמערסאן וואס זאגט פאר א נעילבייטער פארמעסט.

טראפאלגער לייגט צו אז אין די לעצטע פאר וואכן האט קלעיפיש געהאט די אויבערהאנט, אבער אין די לעצטערע טעג האט מייקעלס שטארקע מאמענטאם.

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:38 pm

א דעמאקראטישע גרופע אין וויאמינג האט געלאזט אין גאנג א רעקלאמע ווי עטליכע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט בעטן דעמאקראטן אין וויאמינג זיך צו רעגעסטרירן אלץ רעפובליקאנער אין שטימען פאר אינפיטשמענט קאנגרעספרוי ליז טשעיני (ר).

די געזעץ אין וויאמינג זאגט אז מען מוז זיין א רעפובליקאנער צו שטימען אין די רעפובליקאנער פריימערי'ס, אבער מען קען זיך רעגעסטרירן צו א אנדערע פארטיי אפילו ביי די שטום בוטקעס אין עלעקשן דעי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”