בלאט 1 פון 11

פרעזידענט טראמפ ביי אידישע באנקעט (מלפנים: פרעזידענט טראמפ קומט קיין מאנסי)

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 8:13 am
דורך טשאדעלע באדעלע
עס קומט אריין די נייעס אז דער הויעך געשעצטער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ יר״ה וועט אפשטאטן א באזיך אינעם עיר ואם בישראל מאנסי ביז צוויי חדשים ארום.

ווי עס ווערט באריכטעט דורך די ״בעלאז לעפל״ וועט דער פרעזידענט קומען קיין מאנסי ערגעץ אינמיטן די למספ׳ חודש סעפטעמבער זיך באטייליגן אין א פאנדרעיזינג ארגענעזירט דורך דער אידישער פילענטראפ אליעזר שיינער [Louis Scheiner], ווי עס וועלן זיין אנוועזענד פילע אידישע מילאנער׳ן און און גרויסע ביזנעס אייגענטומער.

די ציל פון די פאנדרעיזינג איז צו שאפן א קשר צווישן דער פרעזידענט און פרומע אידישע פילענטראפן פון אמעריקא, עפעס צו וואס דער פרעזידענט האט אלץ געהאט א געשמאק, און אפילו געמאכט געשעפטן דורכאויס די יארן.

אין די נאנטע טעג וועט געמאלדן ווערן גענוי וויפיל זיץ פלעצער עס וועט ווערן ארויסגעגעבן, און ווי ס׳ווערט באריכטעט וועט א זיץ קאסטן מינימום 25 אלפים.

דאס וועט דאכצוך זיין די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א אמעריקאנע פרעזידענט קומט דירעקט באזיכן א אלטראדאקס אידישע קאמיוניטי, און וועט זיין א גוטע געלעגענהייט פאר אידן אין די געגענט אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד המלכות פארן יו״ר פונעם מדינה של חסד אין וואס מיר געפונען זיך, און אייגענטליך האבן די געלעגענהייט צו מאכן דעם ״ברוך שחלק מכבודו״ מיטן שם המלכות.

אין די נאנטע טעג וועט געגרינדעט ווערן א ספעציעלע פאנד דורך אייוועלט באזוכער צו שאפן די נויטיגע סכומים צו דעקן א זיץ פאר אונזער חשובער וואשינגטאן קראנספאדאנט און אלטוועלטליכע נייעס ריפארטער דער וואן ענד אנלי @הכל הבל, פאונדער און קארענט דירעקטאר פונעם טעגליכער פרישע קאווע מיט הייסע קאקאש נייעס ריפארטינג. און אזוי ווי עס וועט דאך זיכער זיין מעטשינג פאנד, וועט אינאיינוועג׳ס שוין זיין די נויטיגע געלטער צו בוק׳ן א זיץ פאר מיר אויך.

#טראמפי וטרוימפי יושבת עיר מאנסי
#קולמעוואסער פורים אפטיילונג קושנער/קידוש/קישקע
#נישט פאר שוואכע הערצער

א בילד פון אליעזר שיינער, דער מכניס אורח

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 8:18 am
דורך moishy56
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
#טראמפי וטרוימפי יושבת מאנסי


;l;p-

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 8:34 am
דורך חמרא
איז מארגן ר״ח תמוז אדער ר״ח אדר?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 8:47 am
דורך געריבענער סוחר
איך גיימער אוועק פון אמעריקע און איך מאף מיר קיין מאנסי.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 8:53 am
דורך אסדר לסעודתא
לויט שמועות גייט מען אהינברענגען דעם ספר פון הייליגן צאנזער רב, קושנער וועט עולה זיין שלישי און גרינבלאט איז מכובד מיט הגבה.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 8:56 am
דורך קרייסלער
דער שיינער האט קשרים מיט זייער אסאך היימישע עשירים, נא נא כקען שוין זעהן וויאזוי דאס גייט אויסזעהן

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 8:56 am
דורך געריבענער סוחר
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לויט שמועות גייט מען אהינברענגען דעם ספר פון הייליגן צאנזער רב, קושנער וועט עולה זיין שלישי און גרינבלאט איז מכובד מיט הגבה.

און משה שמואל וועט פארקויפן די עליות.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 9:03 am
דורך maybeeynot
דעיס איז FAKE NEWS בתפארתה
אן אמעריקאנע פרעזידענט טאר נישט קאמפיינען אין אויסלאנד :lol:

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 9:04 am
דורך יענקעלע
א ריכטיגע קעלוזשען!

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 9:27 am
דורך א גולם
ls trump.jpg
ls trump.jpg (179.27 KiB) געזען 7455 מאל

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 9:40 am
דורך גיב א שמייכל
פיינע נייעס ;l;p-

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 9:48 am
דורך דער טראקער
איך הייב שוין אן מיך ארויס צו לאזן מיטן באליבטן טראק מיינץ פון קוטשא קוטשא ארגענטינא ביז מאנסי ניו יארק א וועג וואס נעמט איבער 2 חדשים.

ווער וויל זיך מיטכאפן?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 9:50 am
דורך בבל
Wow. איך געדענק אלץ קינד ווען גאווערנאר פאטאקי פלעגט קומען אין קרית יואל פלעגט די גאנצע שטאט ארויסקומען לכבדו( עטליסט די חדר ) מן הסתם גייט יהדות מאנסי אפגעבן א קעניגליכע אויפנאמע לענגאויס די 59 סוועט זיין לכבוד המלכות

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 9:56 am
דורך בבל
דער טראקער האט געשריבן:איך הייב שוין אן מיך ארויס צו לאזן מיטן באליבטן טראק מיינץ פון קוטשא קוטשא ארגענטינא ביז מאנסי ניו יארק א וועג וואס נעמט איבער 2 חדשים.

ווער וויל זיך מיטכאפן?

ער איז געווען אין ארגענטינע לעצטנס, ביז נישט דארט געווען?
קענסט פארן מיט א פילע טראק ביידע וועגן סוועט זיך אויסצאלן די וועג.. איך האב א קאווע באטל מיט מעדעצין צו טראגן קיין ארגענטינע אויב ווילסט עס מיטנעמען, איך בין גרייט דיך צי צאלן וויפיל די ווילסט

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 9:59 am
דורך שואלכענין
טאקע נישט דער פרעזידענט אליין, אבער די פוירסט לעידי קלינטאן איז שוין געקומען קיין סקווירא, ביים באנייען די גאס על שם "קלינטאן".

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:02 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
דאכצעך אז פרעזידענט קלינטאן איז אמאל דורכגעפארן וויליאמסבורג אויף פלאשינג עוו

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:02 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
רובאשקין באקומט א זיץ אויבן אן?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:06 am
דורך דניאל אויערבאך
די געלט וואלט געקענט גיין פאר עניי עירך און ארויסהעלפען אסאך משפחות

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:08 am
דורך משהלע
דניאל אויערבאך האט געשריבן:די געלט וואלט געקענט גיין פאר עניי עירך און ארויסהעלפען אסאך משפחות



ער גיבט גענוג און נאך. שתדלנות איז אויך וויכטיג.

Besides, דאס איז מסתמא א באבע מעשה.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:11 am
דורך אבן יקרה
דניאל אויערבאך האט געשריבן:די געלט וואלט געקענט גיין פאר עניי עירך און ארויסהעלפען אסאך משפחות

דער טראמפ האט שוין ארויסגעהאלפן מיט זיין חתימת י"ה [יד הודו] אסאך משפחות, און קען נאכאלץ ארויסהעלפן אסאך משפחות

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:15 am
דורך שמחה ונחת
שואלכענין האט געשריבן:טאקע נישט דער פרעזידענט אליין, אבער די פוירסט לעידי קלינטאן איז שוין געקומען קיין סקווירא, ביים באנייען די גאס על שם "קלינטאן".


ווי אויך וויצע פרעזידענט על גאור איז געווען אמאל אין איין טאג אין סקווירא און אין וויזניץ-מאנסי פאר די וואלן (יארע 2000).
געווען מלכות'דיגע אויפנאמע'ס

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:30 am
דורך טעם וריח
דאס איז לכאורה א דערעקטע רעזאלטאט פון די מעסעדש וואס הרב עזרא פרידלענדער האט איבער געגעבן בשם׳ן פאטער דער ליסקער רבי שליט״א. יאפ מיר האבן שתדלנים צום פרעזידענט דיירעקט.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:34 am
דורך ממה נפשך
פלאס וואן פאר א סיעט פארן אלעמען באליבטן @הכל הבל...

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:34 am
דורך פאראינטערסירט
משהלע האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:די געלט וואלט געקענט גיין פאר עניי עירך און ארויסהעלפען אסאך משפחות



ער גיבט גענוג און נאך. שתדלנות איז אויך וויכטיג.

Besides, דאס איז מסתמא א באבע מעשה.

ס'איז אמת.
ס'נישט קיין באבע מעשה.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:59 am
דורך ברוינע באנאנע