יולי 4 למספרם פייערונגען אין וואשינגטאן די סי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:15 pm

שרייב ווערק האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב די "בלינדע אהבה" צו טראמפ האט זיך שוין ארויסגעוויזן דא אויפן וועלטל אזוי שטארק ווי אין די אשכול

אגב: סתם אינטערעסאנט אנצומערקן בנוגע די בלינדע אהבה\שנאה. כמעט יעדע שטארקע טראמפ שטיצער דא אויף אייוועלט האב איך שוין געטראפן עטליכע מאל זיך בייזערן אויף טראמפ, אבער די אנטי'ס... זאל ער טון וואס ס'זאל נאר זיין גוט צו שלעכט... זייער גלעזער "קען פשוט נישט" זעהן קיין שום פאזיטיווע זאך אויף טראמפ.
און איך ווייס אויך וואס דיין ענטפער וועט זיין: "זעהסט! אפי' זיין שטיצער זענען מודה אז ער איז משוגע....!" אבער כ'מיין דו ווייסט וואס איך מיין...

ווייל עס איז נישט נאר וואס ער טוט. ער איז פשוט א געפאר צו דעמאקראטיע. זיין גאנצע באנעמונג איז ווי אלע אויטאקראטן. עס איז א שאד אז היימישע יונגעלייט קענען היסטאריע נאר פון קינדליין קאמיקס....


לאמער סעטן די רעקארד סטרעיט..אלע אנטי טראמפ ניקס דא זענען קאלידזש עדזשיוקעיטעד, שטודירט די זאך, קענען אמעריקאנע היסטארי, און האבן אנערקענט אז טראמפ איז א געפאר פאר אמעריקא...

ווידער טראמפ סופארטערס זענען קינדליין קאמיקס עדזשיוקעיטעד... אדער ווי מאנכע רופן עס דיפלאורעבלס...

איימסארי אבער אלע, און איך זאג נאכאמאל אלע "טראמפ סופארטערס" ווי דו רופסט זיי האבן אנגעקוקט טראמפ ביז איין טאג פאר ער איז אריין אין די פארמעסט פונקט אזויווי די "אנטי טראמפ ניקס" ווי דו רופסט זיי קוקן אים היינט אן, סאו יא, מענטשן וואס זענען טראמפיסטן אדער האבן זיי נישט אדער נוצן זיי עס נישט.


אדער זענען זיי מענטשן וואס זענען גרייט צו זאגן אז זיי האבן זיך טועה געווען. (מבשרי אחזה).
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:16 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'שטייט אינעם מקור וואס דו האסט געברענגט!! די ווייסע הויז האט ביידע געמאלדן דערוועגן, איינער האט געבעטן בעסערע שטיי-פלעצער טיקעטס און איינער נישט.

קענסט ענגליש? ליין ביזן סוף.

איך ווייס אז דו ליינסט נאר קעפלעך... אבער ליין די ארטיקל ביטע.

איך האב עס געליינט און נישט געזען.
אפשר פעסטו עס אהער?

וואס נאך זאל איך טון פאר דיר? גייסט זיך סייווי האלטן ביי דיינס...

'טון פאר מיר?'
פאר דיר!
אז דיין ווארט זאל נאך מיינען עפעס, ווייל איך האב עס נישט געזען, און מעגליך פארזעהן, אבער דו וואס די טראמפעסט ארום מיט דעם פאקט, בעט מען איין זאך 'מקור'!

איך ציטער... איך האב דיר געגעבן א מקור, קוק עס נאך.

אז דו זעסט נישט דארפסטו אדער נייע גלעזער, א בעסערע ענגליש, נישט זיין אזוי בלינד קעגן טראמפ.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:18 pm

דאס אז איך האלט אז ער איז א טאטאלער צודרייטער נעמט נישט אוועק פון דעם וואס ער האט אייזערנע פאליסיס לויט מיין בליק, יא, איך האב טאקע געהאלטן אויף טראמפ דאס וואס יעדער האט געהאלטן, און איך האלט נאך אלס אזוי, אבער זיינע פאליסיס זענען גאר שטארק.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:18 pm

ישראל גרינער האט געשריבן:


ווען די רעפובליקאנער אהבה צו אומגעבוירענע וואלט געווען אייניג צו זייער שנאה צו פרויען וואלטן די רויטע סטעיטס נישט געהאט די העכסטע ראטעס פון די סארט רציחות.

ניתי ספר ונחזה
State by State Abortion Statistics (2014):
State Abortion Rate* Total Abortions % of Pregnancies Aborted Abortion Facilities
Alabama 8.3 8,020 12% 9
Alaska 10 1,470 11% 8
Arizona 9.8 12,870 13% 12
Arkansas 8 4,590 11% 4
California 19.5 157,350 24% 512
Colorado 12.1 13,160 17% 36
Connecticut 19.2 13,140 27% 59
Delaware 16.7 3,010 22% 6
District of Columbia 32.7 5,820 38% 9
Florida 20.6 75,990 26% 86
Georgia 15.7 33,000 20% 28
Hawaii 14 3,760 17% 29
Idaho 4.2 1,320 5% 5
Illinois 16.3 42,270 21% 40
Indiana 6.3 8,180 9% 11
Iowa 7.5 4,380 10% 13
Kansas 12.9 7,240 16% 4
Kentucky 4.1 3,530 6% 3
Louisiana 10.8 10,150 14% 5
Maine 9.5 2,220 15% 9
Maryland 23.4 28,140 28% 41
Massachusetts 15.3 21,020 23% 43
Michigan 15.4 29,120 20% 29
Minnesota 9.3 9,760 12% 11
Mississippi 3.8 2,290 6% 2
Missouri 4.4 5,130 6% 2
Montana 9.1 1,690 12% 5
Nebraska 6.3 2,280 8% 5
Nevada 19.4 10,970 23% 13
New Hampshire 10.4 2,540 17% 12
New Jersey 25.8 44,460 30% 79
New Mexico 11.7 4,650 15% 11
New York 29.6 119,940 33% 218
North Carolina 15.1 29,960 20% 37
North Dakota 8.7 1,260 10% 1
Ohio 10.3 22,730 14% 17
Oklahoma 7 5,330 9% 5
Oregon 12 9,330 17% 27
Pennsylvania 13.3 32,030 18% 42
Rhode Island 17 3,580 25% 5
South Carolina 6.4 6,040 9% 7
South Dakota 3.5 550 4% 2
Tennessee 10.7 13,880 15% 11
Texas 9.8 55,230 12% 44
Utah 4.6 2,960 5% 6
Vermont 12.1 1,400 19% 9
Virginia 12.5 21,080 17% 34
Washington 13.7 19,230 18% 50
West Virginia 6 2,020 9% 5
Wisconsin 5.6 6,050 8% 7
Wyoming 1.1 120 2% 3
United States 14.6 926,240 19% 1,671

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:20 pm

Goodmorning האט געשריבן:גוד ביי. ענדזשויטס אייער פאטריאטישע פאראדע מיטן מלך בראש! יעי, אמעריקע איז גרעיטער ווי גרעיט! מיר האבן אויך א קעניג ווי סאודי אראביע, א מיליטער ווי איראן!


אנטשולדיגט וואס באדערט אייך?

אידישע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

תגובהדורך אידישע געדאנקען » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:22 pm

וויאזוי האב איך געוואוסט נאך פאר די אשכול האט זיך געעפענט וועלכע זייט הכל הבל, פעיק ניוס, וויכטיג מאכער,בוידעם, eller, אסדר לסעודתא, שפיגליצקי וכדו' גייען דעפענדן?

ישראל גרינער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 23, 2014 9:17 am

תגובהדורך ישראל גרינער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:22 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:דו פארשטייסט ב''ה זייער גוט וואס דו האסט יעצט געטון.


גראדע איז דער פרעזידענט דער ערשטער פאטריאט וואס ערענדזשט עס און מאכט זיכער צו רעדן פון זיך און גארנישט פון וואס די דעקלערעישאן אף אינדעפענדענס איז געווען ווייל זיין מח באגרייפט באמת נישט מאראלן און אידעאלן.

א האטעל וואס אנדערע רעגירונגען ווייסן צו שטיצן צו קענען געפעלן דעם קעניג.

דער פרעזידענט רעדט אסאך פון זיך, אויך פון זיין לאנד, און אויך פון זיין מיליטער. כך הוא דרכם של פרעזידענטן, איינער מער און אייניגער ווייניגער.

פראנקרייך איז א דעמאקראטיע אדער מאנארכיע?

פראנקרייך איז א דעמאקראטיע. זייערע באסטיל טאג פאראדע איז א טראדיציע זייט 1880, מן הסתם באזירט און א טראדיציע פון הונדערטער יארן פריער. פראקרייך איז אויך די איינציגסטע גרויסע דעמאקראטיע וואס האט אזעלכע פאראדעס היינט צוטאגס.
כמעט יעדע דיקטאטאריע האט אזעלכע טאטערישע בלוטעדיגע פאסיק פאראדעס, פון דער שמויגער-טיראן אינעם קליינטשיגן לענדל אין אפריקע מיט א האלב מיליאן בלוטיג-ארימע בירגער, דער איבערוואגיגע יונגאטש אין קארעא מיט זיינע מיליאנען אין צוואנגס לאגערן ביזן איאטאלע אין איראן מיט זיינע רעוואלוציאנערע גווארדיעס, די קאמוניסטישע כינע און פוטין מיט זיינע פילע זשורנאליסט-סעמעטעריס.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:22 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז די ערשטע מאל וואס איך בין אזוי אקטיוו אין א פארטייאישע דעבאטע. געווענליך האב איך נישט ליב די זאכן. אבער די נאנסענס פון די אנטי'ס האט דערגרייכט א נייע לעוול וואס האט מיך ערנסט אויפגערעגט.


איך בין מיט דיר

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:23 pm

בוידעם האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
ישראל גרינער האט געשריבן:ווען די אהבה צום רויט ווייס און בלויער לייוואנט און מארד מאשינען וואלט געווען האלב פון די שנאה צו די צעדרייטע ליבעראלן (ליין: מער ווי 50% פונעם פאלק) וואלטן מיר גוט געשטאנען.
ווען די ליבשאפט צו די ווירדן און אידעאלן וואס ווערן מחודש אין די גרינדונג פאפירן פונעם לאנד גרייכט א פערטל פון די שנאה און אפשיי צום נעבעכדיגן מאמע וואס אנטלויפט פון א לעבנס געפאר אדער ביטערע אומשטענדן צום לאנד פון האפענונג און מעגליכקייטן מיט איר קליינע יונגעלע וואלטן מיר געשטאנען בעסער.
ווען די שטאלץ אין די געזעצן און אינסטיטוציעס וואס (דארפן) זיין די וועגווייזער פארן לאנד גרייכן א צענטל פון די קולטישע אייפער וואס טראמפ וועקט אויף אין אונזערע פאטריאטן וואלטן מיר נישט געשטאנען אזוי ביטער.


טאקע ידוע די גרויסע רחמנות וואס די צעדרייטע ליבעראלן (50% פונעם לאנד) האבן צו קליינע קינדערעלעך...... חוקי רציחה איז א רעפוליקאנער גענויגטע געזעץ.....

טאולק טו מי עבאט רחמנות.

אויך פון די קאנסערוועטיוון, זיי ווייסן נאר פון חוקי רציחה צו די אומגעבוירענע, די געבוירענע זאלן אלע אויסגעשאסן ווערן צוליב דעם וואס מ'דארף פראטעקטן די NRA.

טאולק טו מי עבאט רחמנות, הא לן והא להו.


עס איז באמת נישט די פלאץ דא, און איך בין גראדע יא פאר שטערקערע גאן קאנטראל. אבער די נערישע ארגומענט איז נישט ווערט די טינט מיט וואס עס איז געשריבן געווארן.

אן אריינגיין אין לאנגע וויכוחים, זאלסט אפילו אפמאלן די גאן רעכטן מיט די ערגסטע פארבן, איז עס אבער נישט שטיצן צו הרג'ענען מענטשן. דאס מערסטע וואס מען קען זאגן אז עס איז, איז א גרמא בנזיקין, vs חוקי רציחה וואס איז מיוסד אויף צושניידן קינדער.

די צושטעל וואלט געווען גוט ווען די רעפובליקאנער שטיצן גאן שיסערייען אויף אומשולדיגע מענטשן.

די איראניע איז, אז די זעלבע דעמאקראטן וואס פייטן פאר די רציחה רעכטן, זענען אבער קאמפס גרייט קעגן די רעכטן זיך צו פראטעקטן.

רעדענדיג פון איראניע, לפי די צעפראסקעטע דעמאקראטן, נאכדעם וואס א פרוי האט אויסגעפירט אירע רעכטן, טאר מען אבער נישט אריינלייגן דאס קינד אין א פלעסטיק בעג, צוליב ענווייערמענטעל סיבות..
ואכמ"ל.

צוריק צום פאראדע.


עס איז ממש אות באות די זעלבע איך קען נישט מאריך זיין צוליב...

איר דארפט אויך וויסן אז אין נישט תורה'דיגע בליק, וואס יעדער גוי איז, האט א צוואנציג יעריגער מענטש מער חשיבות ווי א... אזוי ווי אן עלטערער שוואכערער מענטש האט ביי זיי א שוואכערער חשיבות.

ווען א מענשט קומט אן אין טְשאָרטש וואס זענען אויסגעשאסן געווארן 9 אומשילדיגע מענשטן מיט אנדערע צודרייטע הער סטייל, האט ער בעסיקלי ליצנות געמאכט פון אלע הרוגים און געזאגט אמעריקאנער גייטס שיסט ווייטער.

דו אלע אזויגערופענע חברה וואס זענען אזוי קעגן חוקי רציחה, ווען עס קומט צו זיי, געבן זיי נישט קיין בלינק מיטן אויג, זיי טוען דאס כות גירי קשתא - אין אן אויגן בליק, מ'האט זיי טויזענטער מאל געכאפט, פאליטישאנס, גלחים און ווער נישט, נאר יענער זאל נישט, היפעקריטן דאס.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:23 pm

א גולם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז די ערשטע מאל וואס איך בין אזוי אקטיוו אין א פארטייאישע דעבאטע. געווענליך האב איך נישט ליב די זאכן. אבער די נאנסענס פון די אנטי'ס האט דערגרייכט א נייע לעוול וואס האט מיך ערנסט אויפגערעגט.


איך בין מיט דיר

איך אויך.....

א גולם
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:24 pm

צ/ק

קען איינער ברענגן בילדער, פארעדיגע בילדער , נייעס, פינעם מעמד?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:25 pm

אידישע געדאנקען האט געשריבן:וויאזוי האב איך געוואוסט נאך פאר די אשכול האט זיך געעפענט וועלכע זייט הכל הבל, פעיק ניוס, וויכטיג מאכער,בוידעם, eller, אסדר לסעודתא, שפיגליצקי וכדו' גייען דעפענדן?


די זעלבע וועג וויאזוי איך האב געוויסט וועלכע זייט כאפצעם, שקר גוד מארנינג, עכט היימיש גייען נעמען.

נישט ממש די זעלבע. ווייל איך האב עכט נישט געזעהן וואס עס איז דא צו זיין קעגן. אבער איך האב געוויסט אז זיי וועלן אויפקומען מיט עפעס, וכך הוה.

אגב, איך האב נישט גענומען קיין זייט ביז יעצט.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:26 pm

ישראל גרינער האט געשריבן:טאולק טו מי עבאט רחמנות.

ווען די רעפובליקאנער אהבה צו אומגעבוירענע וואלט געווען אייניג צו זייער שנאה צו פרויען וואלטן די רויטע סטעיטס נישט געהאט די העכסטע ראטעס פון די סארט רציחות.[/quote]
ניתי ספר ונחזה
State by State Abortion Statistics (2014):
State Abortion Rate* Total Abortions % of Pregnancies Aborted Abortion Facilities
Alabama 8.3 8,020 12% 9
Alaska 10 1,470 11% 8
Arizona 9.8 12,870 13% 12
Arkansas 8 4,590 11% 4
California 19.5 157,350 24% 512
Colorado 12.1 13,160 17% 36
Connecticut 19.2 13,140 27% 59
Delaware 16.7 3,010 22% 6
District of Columbia 32.7 5,820 38% 9
Florida 20.6 75,990 26% 86
Georgia 15.7 33,000 20% 28
Hawaii 14 3,760 17% 29
Idaho 4.2 1,320 5% 5
Illinois 16.3 42,270 21% 40
Indiana 6.3 8,180 9% 11
Iowa 7.5 4,380 10% 13
Kansas 12.9 7,240 16% 4
Kentucky 4.1 3,530 6% 3
Louisiana 10.8 10,150 14% 5
Maine 9.5 2,220 15% 9
Maryland 23.4 28,140 28% 41
Massachusetts 15.3 21,020 23% 43
Michigan 15.4 29,120 20% 29
Minnesota 9.3 9,760 12% 11
Mississippi 3.8 2,290 6% 2
Missouri 4.4 5,130 6% 2
Montana 9.1 1,690 12% 5
Nebraska 6.3 2,280 8% 5
Nevada 19.4 10,970 23% 13
New Hampshire 10.4 2,540 17% 12
New Jersey 25.8 44,460 30% 79
New Mexico 11.7 4,650 15% 11
New York 29.6 119,940 33% 218
North Carolina 15.1 29,960 20% 37
North Dakota 8.7 1,260 10% 1
Ohio 10.3 22,730 14% 17
Oklahoma 7 5,330 9% 5
Oregon 12 9,330 17% 27
Pennsylvania 13.3 32,030 18% 42
Rhode Island 17 3,580 25% 5
South Carolina 6.4 6,040 9% 7
South Dakota 3.5 550 4% 2
Tennessee 10.7 13,880 15% 11
Texas 9.8 55,230 12% 44
Utah 4.6 2,960 5% 6
Vermont 12.1 1,400 19% 9
Virginia 12.5 21,080 17% 34
Washington 13.7 19,230 18% 50
West Virginia 6 2,020 9% 5
Wisconsin 5.6 6,050 8% 7
Wyoming 1.1 120 2% 3
United States 14.6 926,240 19% 1,671[/quote]

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:27 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
ישראל גרינער האט געשריבן:ווען די אהבה צום רויט ווייס און בלויער לייוואנט און מארד מאשינען וואלט געווען האלב פון די שנאה צו די צעדרייטע ליבעראלן (ליין: מער ווי 50% פונעם פאלק) וואלטן מיר גוט געשטאנען.
ווען די ליבשאפט צו די ווירדן און אידעאלן וואס ווערן מחודש אין די גרינדונג פאפירן פונעם לאנד גרייכט א פערטל פון די שנאה און אפשיי צום נעבעכדיגן מאמע וואס אנטלויפט פון א לעבנס געפאר אדער ביטערע אומשטענדן צום לאנד פון האפענונג און מעגליכקייטן מיט איר קליינע יונגעלע וואלטן מיר געשטאנען בעסער.
ווען די שטאלץ אין די געזעצן און אינסטיטוציעס וואס (דארפן) זיין די וועגווייזער פארן לאנד גרייכן א צענטל פון די קולטישע אייפער וואס טראמפ וועקט אויף אין אונזערע פאטריאטן וואלטן מיר נישט געשטאנען אזוי ביטער.


טאקע ידוע די גרויסע רחמנות וואס די צעדרייטע ליבעראלן (50% פונעם לאנד) האבן צו קליינע קינדערעלעך...... חוקי רציחה איז א רעפוליקאנער גענויגטע געזעץ.....

טאולק טו מי עבאט רחמנות.

אויך פון די קאנסערוועטיוון, זיי ווייסן נאר פון חוקי רציחה צו די אומגעבוירענע, די געבוירענע זאלן אלע אויסגעשאסן ווערן צוליב דעם וואס מ'דארף פראטעקטן די NRA.

טאולק טו מי עבאט רחמנות, הא לן והא להו.


עס איז באמת נישט די פלאץ דא, און איך בין גראדע יא פאר שטערקערע גאן קאנטראל. אבער די נערישע ארגומענט איז נישט ווערט די טינט מיט וואס עס איז געשריבן געווארן.

אן אריינגיין אין לאנגע וויכוחים, זאלסט אפילו אפמאלן די גאן רעכטן מיט די ערגסטע פארבן, איז עס אבער נישט שטיצן צו הרג'ענען מענטשן. דאס מערסטע וואס מען קען זאגן אז עס איז, איז א גרמא בנזיקין, vs חוקי רציחה וואס איז מיוסד אויף צושניידן קינדער.

די צושטעל וואלט געווען גוט ווען די רעפובליקאנער שטיצן גאן שיסערייען אויף אומשולדיגע מענטשן.

די איראניע איז, אז די זעלבע דעמאקראטן וואס פייטן פאר די רציחה רעכטן, זענען אבער קאמפס גרייט קעגן די רעכטן זיך צו פראטעקטן.

רעדענדיג פון איראניע, לפי די צעפראסקעטע דעמאקראטן, נאכדעם וואס א פרוי האט אויסגעפירט אירע רעכטן, טאר מען אבער נישט אריינלייגן דאס קינד אין א פלעסטיק בעג, צוליב ענווייערמענטעל סיבות..
ואכמ"ל.

צוריק צום פאראדע.


עס איז ממש אות באות די זעלבע איך קען נישט מאריך זיין צוליב...

איר דארפט אויך וויסן אז אין נישט תורה'דיגע בליק, וואס יעדער גוי איז, האט א צוואנציג יעריגער מענטש מער חשיבות ווי א... אזוי ווי אן עלטערער שוואכערער מענטש האט ביי זיי א שוואכערער חשיבות.

ווען א מענשט קומט אן אין טְשאָרטש וואס זענען אויסגעשאסן געווארן 9 אומשילדיגע מענשטן מיט אנדערע צודרייטע הער סטייל, האט ער בעסיקלי ליצנות געמאכט פון אלע הרוגים און געזאגט אמעריקאנער גייטס שיסט ווייטער.

דו אלע אזויגערופענע חברה וואס זענען אזוי קעגן חוקי רציחה, ווען עס קומט צו זיי, געבן זיי נישט קיין בלינק מיטן אויג, זיי טוען דאס כות גירי קשתא - אין אן אויגן בליק, מ'האט זיי טויזענטער מאל געכאפט, פאליטישאנס, גלחים און ווער נישט, נאר יענער זאל נישט, היפעקריטן דאס.


מיין ענטפער אין איין ווארט: נאנסענס.
לעצט פאראכטן דורך בוידעם אום דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:27 pm

א גולם האט געשריבן:צ/ק

קען איינער ברענגן בילדער, פארעדיגע בילדער , נייעס, פינעם מעמד?
צוגעלייגטע
t.PNG
t.PNG (675.75 KiB) געזעהן 383 מאל

שרייב ווערק
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

תגובהדורך שרייב ווערק » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:28 pm

בוידעם האט געשריבן:
שרייב ווערק האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אגב: סתם אינטערעסאנט אנצומערקן בנוגע די בלינדע אהבה\שנאה. כמעט יעדע שטארקע טראמפ שטיצער דא אויף אייוועלט האב איך שוין געטראפן עטליכע מאל זיך בייזערן אויף טראמפ, אבער די אנטי'ס... זאל ער טון וואס ס'זאל נאר זיין גוט צו שלעכט... זייער גלעזער "קען פשוט נישט" זעהן קיין שום פאזיטיווע זאך אויף טראמפ.
און איך ווייס אויך וואס דיין ענטפער וועט זיין: "זעהסט! אפי' זיין שטיצער זענען מודה אז ער איז משוגע....!" אבער כ'מיין דו ווייסט וואס איך מיין...

ווייל עס איז נישט נאר וואס ער טוט. ער איז פשוט א געפאר צו דעמאקראטיע. זיין גאנצע באנעמונג איז ווי אלע אויטאקראטן. עס איז א שאד אז היימישע יונגעלייט קענען היסטאריע נאר פון קינדליין קאמיקס....


לאמער סעטן די רעקארד סטרעיט..אלע אנטי טראמפ ניקס דא זענען קאלידזש עדזשיוקעיטעד, שטודירט די זאך, קענען אמעריקאנע היסטארי, און האבן אנערקענט אז טראמפ איז א געפאר פאר אמעריקא...

ווידער טראמפ סופארטערס זענען קינדליין קאמיקס עדזשיוקעיטעד... אדער ווי מאנכע רופן עס דיפלאורעבלס...

איימסארי אבער אלע, און איך זאג נאכאמאל אלע "טראמפ סופארטערס" ווי דו רופסט זיי האבן אנגעקוקט טראמפ ביז איין טאג פאר ער איז אריין אין די פארמעסט פונקט אזויווי די "אנטי טראמפ ניקס" ווי דו רופסט זיי קוקן אים היינט אן, סאו יא, מענטשן וואס זענען טראמפיסטן אדער האבן זיי נישט אדער נוצן זיי עס נישט.


אדער זענען זיי מענטשן וואס זענען גרייט צו זאגן אז זיי האבן זיך טועה געווען. (מבשרי אחזה).

כ'האב הנאה פון דיין אויפריכטיגקייט, וואלסט דאך געקענט זאגן אז דו האלטסט נאך אלס אז ער איז משוגע נאר דו האסט ליב זיינע פאליסיס אזויווי אנדערע זאגן (און קלוג טוען זיי, איך וואלט מיך אויך געשעמט צו זאגן אז איך האלט נישט טראמפ פאר א מטורף), און צוליב אויפריכטיגקייט האסט עס נישט געזאגט...

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:28 pm

בוידעם האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
טאקע ידוע די גרויסע רחמנות וואס די צעדרייטע ליבעראלן (50% פונעם לאנד) האבן צו קליינע קינדערעלעך...... חוקי רציחה איז א רעפוליקאנער גענויגטע געזעץ.....

טאולק טו מי עבאט רחמנות.

אויך פון די קאנסערוועטיוון, זיי ווייסן נאר פון חוקי רציחה צו די אומגעבוירענע, די געבוירענע זאלן אלע אויסגעשאסן ווערן צוליב דעם וואס מ'דארף פראטעקטן די NRA.

טאולק טו מי עבאט רחמנות, הא לן והא להו.


עס איז באמת נישט די פלאץ דא, און איך בין גראדע יא פאר שטערקערע גאן קאנטראל. אבער די נערישע ארגומענט איז נישט ווערט די טינט מיט וואס עס איז געשריבן געווארן.

אן אריינגיין אין לאנגע וויכוחים, זאלסט אפילו אפמאלן די גאן רעכטן מיט די ערגסטע פארבן, איז עס אבער נישט שטיצן צו הרג'ענען מענטשן. דאס מערסטע וואס מען קען זאגן אז עס איז, איז א גרמא בנזיקין, vs חוקי רציחה וואס איז מיוסד אויף צושניידן קינדער.

די צושטעל וואלט געווען גוט ווען די רעפובליקאנער שטיצן גאן שיסערייען אויף אומשולדיגע מענטשן.

די איראניע איז, אז די זעלבע דעמאקראטן וואס פייטן פאר די רציחה רעכטן, זענען אבער קאמפס גרייט קעגן די רעכטן זיך צו פראטעקטן.

רעדענדיג פון איראניע, לפי די צעפראסקעטע דעמאקראטן, נאכדעם וואס א פרוי האט אויסגעפירט אירע רעכטן, טאר מען אבער נישט אריינלייגן דאס קינד אין א פלעסטיק בעג, צוליב ענווייערמענטעל סיבות..
ואכמ"ל.

צוריק צום פאראדע.


עס איז ממש אות באות די זעלבע איך קען נישט מאריך זיין צוליב...

איר דארפט אויך וויסן אז אין נישט תורה'דיגע בליק, וואס יעדער גוי איז, האט א צוואנציג יעריגער מענטש מער חשיבות ווי א... אזוי ווי אן עלטערער שוואכערער מענטש האט ביי זיי א שוואכערער חשיבות.

ווען א מענשט קומט אן אין טְשאָרטש וואס זענען אויסגעשאסן געווארן 9 אומשילדיגע מענשטן מיט אנדערע צודרייטע הער סטייל, האט ער בעסיקלי ליצנות געמאכט פון אלע הרוגים און געזאגט אמעריקאנער גייטס שיסט ווייטער.

דו אלע אזויגערופענע חברה וואס זענען אזוי קעגן חוקי רציחה, ווען עס קומט צו זיי, געבן זיי נישט קיין בלינק מיטן אויג, זיי טוען דאס כות גירי קשתא - אין אן אויגן בליק, מ'האט זיי טויזענטער מאל געכאפט, פאליטישאנס, גלחים און ווער נישט, נאר יענער זאל נישט, היפעקריטן דאס.


מיין ענטפער אין איין ווארט: נאנסענס.

אקעי....

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:30 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:מקור?
סתם א לינק צו א נייעס באריכט וואס שרייבט עס איז אויך גוט

ס'שטייט אינעם מקור וואס דו האסט געברענגט!! די ווייסע הויז האט ביידע געמאלדן דערוועגן, איינער האט געבעטן בעסערע שטיי-פלעצער טיקעטס און איינער נישט.

קענסט ענגליש? ליין ביזן סוף.

איך ווייס אז דו ליינסט נאר קעפלעך... אבער ליין די ארטיקל ביטע.

איך האב עס געליינט און נישט געזען.
אפשר פעסטו עס אהער?

וואס נאך זאל איך טון פאר דיר? גייסט זיך סייווי האלטן ביי דיינס...

אטא דא איז די ארטיקל. ביטע אנצייגן ווי דא שטייט אז ס'איז געווען עוועילעבל פאר ביידע פארטייען.

RNC Giving Tickets to Donors for Trump’s Fourth of July Celebration

For decades, it’s been a nonpartisan celebration of America. But this Thursday, President Donald Trump’s hijacked Independence Day event in Washington, D.C. will be distinctly Republican. So much so, in fact, that the Republican National Committee has reportedly been handing out tickets to major donors so they can take in Trump’s speech. One RNC fundraiser who was offered free tickets told HuffPost: “He’s going to have tanks out there. It’s going to be cool... He wants to have a parade like they have in Moscow or China or North Korea.” Meanwhile, Trump’s re-election campaign and the RNC announced Tuesday that they had raised $105 million in the second quarter of this year, surpassing what President Barack Obama raised in the same period during his re-election campaign.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:31 pm

שרייב ווערק האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
שרייב ווערק האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ווייל עס איז נישט נאר וואס ער טוט. ער איז פשוט א געפאר צו דעמאקראטיע. זיין גאנצע באנעמונג איז ווי אלע אויטאקראטן. עס איז א שאד אז היימישע יונגעלייט קענען היסטאריע נאר פון קינדליין קאמיקס....


לאמער סעטן די רעקארד סטרעיט..אלע אנטי טראמפ ניקס דא זענען קאלידזש עדזשיוקעיטעד, שטודירט די זאך, קענען אמעריקאנע היסטארי, און האבן אנערקענט אז טראמפ איז א געפאר פאר אמעריקא...

ווידער טראמפ סופארטערס זענען קינדליין קאמיקס עדזשיוקעיטעד... אדער ווי מאנכע רופן עס דיפלאורעבלס...

איימסארי אבער אלע, און איך זאג נאכאמאל אלע "טראמפ סופארטערס" ווי דו רופסט זיי האבן אנגעקוקט טראמפ ביז איין טאג פאר ער איז אריין אין די פארמעסט פונקט אזויווי די "אנטי טראמפ ניקס" ווי דו רופסט זיי קוקן אים היינט אן, סאו יא, מענטשן וואס זענען טראמפיסטן אדער האבן זיי נישט אדער נוצן זיי עס נישט.


אדער זענען זיי מענטשן וואס זענען גרייט צו זאגן אז זיי האבן זיך טועה געווען. (מבשרי אחזה).

כ'האב הנאה פון דיין אויפריכטיגקייט, וואלסט דאך געקענט זאגן אז דו האלטסט נאך אלס אז ער איז משוגע נאר דו האסט ליב זיינע פאליסיס אזויווי אנדערע זאגן (און קלוג טוען זיי, איך וואלט מיך אויך געשעמט צו זאגן אז איך האלט נישט טראמפ פאר א מטורף), און צוליב אויפריכטיגקייט האסט עס נישט געזאגט...


דאס איז דאך מילתא דפשיטא, ער איז טויט משוגע. ודבר שפתים אך למחסור.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

שרייב ווערק
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

תגובהדורך שרייב ווערק » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:35 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שרייב ווערק האט געשריבן:איימסארי אבער אלע, און איך זאג נאכאמאל אלע "טראמפ סופארטערס" ווי דו רופסט זיי האבן אנגעקוקט טראמפ ביז איין טאג פאר ער איז אריין אין די פארמעסט פונקט אזויווי די "אנטי טראמפ ניקס" ווי דו רופסט זיי קוקן אים היינט אן, סאו יא, מענטשן וואס זענען טראמפיסטן אדער האבן זיי נישט אדער נוצן זיי עס נישט.

נישט איך!! זיין ערשטע דערקלערונג אז זיין מערכה גייט זיין טשיינע מיט מעקסיקא האט מיר ערשטוינט! קענסט עס נישט טשעקן ווייל איך בין נאכניטש געווען אויף אייוועלט, אבער איך האב געהאלטן אז ער קומט מיט סחורה צום טיש.


יא, און דו האסט נישט געקענט שטיצן בערני וואס האט געהאט די זעלבע פאליסיס נאך פאר ער איז אריין אין די רעיס ווייל דו ביסט א "רעכטער" וואס איז קעגן די "ראדיקאל לינקע", אבער ווען איינער פארקויפט דיר אז ער שטיצט דאס אלס "רעפובליקאנער" ביסטו געווארן פרייליך דערמיט... הדא הוא דכתיב: טראמפיסטן זענען ארימע שלעפערס וואס ליידן פון רעפובליקאנער פאר-ביזנעס פאליסיס, אבער אזויווי זיי האבן שוין לאנג באשלאסן אז די דעמאקראטישע פארטיי איז טרייף האבן זיי געברויזט פארוואס די רעפובליקאנער פארטיי שטעלט זיך נישט צו צו זייערע (לינקע) געברויכן עד שבא טראמפ ונגילה ונשמחה בו... ס'איז אבער דא א פשוט'ערע און מער אפעקטיווע עצה: טויש פארטיי! אבער פארדעם דארף מען שוין טראכטן צו טיף...

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:36 pm

מצב כללי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:גוד ביי. ענדזשויטס אייער פאטריאטישע פאראדע מיטן מלך בראש! יעי, אמעריקע איז גרעיטער ווי גרעיט! מיר האבן אויך א קעניג ווי סאודי אראביע, א מיליטער ווי איראן!


אנטשולדיגט וואס באדערט אייך?

די לאנד אמעריקע איז געווען געגרינדעט אויף מאראלן פון ליבערטי, עיקוועליטי, פרייהייט פון רעליגיע, אנדערש פון אייראפע וואו נאר די קעניגן, פריצים, גראפן, און די קירכע האבן געהאט א כח.

דיקטאטורן אין וועמען'ס לאנד עס איז נישטא די סארט פרייהייט, דארפן אריינברענגן א שטאלצע נאציאנאליסטישע געפילן דורך ווייזן מיליטערישע שטארקייט. אמעריקע האט ביז היינט דאס נישט געדארפט. אמעריקאנער זענען געווען שטאלץ מיט די דעמאקראטיע, פירערשאפט, מעגליכקייטן צו הצלחה, און פרייהייט פון זייער לאנד.

אזוי ווי טראמפ פארשטייט נישט צו די אלע הויכע ווערטער ווי פרייהייט, גלייכע רעכטן, איבער וואס די לאנד האט ארויסגעשיינט און געווען די וועג ווייזער פאר די גאנצע וועלט, ברענגט ער אויך קיין אמעריקע די רוסלאנד/כינע/נ. קארעא/ איראן סטייל פאטריאטישע געפילן מיט צייגן שטארקייט און סטארן דעם פירער.

מוחל טובות.

ווער עס פארשטייט, פארשטייט, און ווער נישט, קען איך נישט העלפן. עס איז א חלק אין מח וואס קען פארנעמען מער ווי נאר טרוקענע פאקטן און נומבערס, און קען פארשטיין אז נישט אלעס וואס איז נישט קיין פארברעך, איז גוט צו טון.
לעצט פאראכטן דורך Goodmorning אום דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:37 pm

Goodmorning האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:גוד ביי. ענדזשויטס אייער פאטריאטישע פאראדע מיטן מלך בראש! יעי, אמעריקע איז גרעיטער ווי גרעיט! מיר האבן אויך א קעניג ווי סאודי אראביע, א מיליטער ווי איראן!


אנטשולדיגט וואס באדערט אייך?

די לאנד אמעריקע איז געווען געגרינדעט אויף מאראלן פון ליבערטי, עיקוועליטי, פרייהייט פון רעליגיע, אנדערש פון אייראפע וואו נאר די קעניגן, פריצים, גראפן, און קירכע האבן געהאט א כח.

דיקטאטורן אין וועמען'ס לאנד עס איז נישטא די סארט פרייהייט, דארפן אריינברענגן א שטאלצע נאציאנאליסטישע געפילן דורך ווייזן מיליטערישע שטארקייט.

אזוי ווי טראמפ פארשטייט נישט צו די אלע הויכע ווערטער ווי פרייהייט, גלייכע רעכטן, איבער וואס די לאנד האט ארויפגעלייגט פון די גאנצע וועלט, ברענגט ער אויך קיין אמעריקע די רוסלאנד/כינע/נ. קארעא/ איראן סטייל פאטריאטישע געפילן מיט צייגן שטארקייט און סטארן דעם פירער.

איך זאג מוחל טובות.

ווער עס פארשטייט, פארשטייט, און ווער נישט, קען איך נישט העלפן. עס איז א חלק אין מח וואס קען פארנעמען מער ווי נאר טרוקענע פאקטן און נומבערס, און קען פארשטיין אז נישט אלעס וואס איז נישט קיין פארברעך, איז גוט צו טון.

נעבעך...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:37 pm

שרייב ווערק האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב די "בלינדע אהבה" צו טראמפ האט זיך שוין ארויסגעוויזן דא אויפן וועלטל אזוי שטארק ווי אין די אשכול

אגב: סתם אינטערעסאנט אנצומערקן בנוגע די בלינדע אהבה\שנאה. כמעט יעדע שטארקע טראמפ שטיצער דא אויף אייוועלט האב איך שוין געטראפן עטליכע מאל זיך בייזערן אויף טראמפ, אבער די אנטי'ס... זאל ער טון וואס ס'זאל נאר זיין גוט צו שלעכט... זייער גלעזער "קען פשוט נישט" זעהן קיין שום פאזיטיווע זאך אויף טראמפ.
און איך ווייס אויך וואס דיין ענטפער וועט זיין: "זעהסט! אפי' זיין שטיצער זענען מודה אז ער איז משוגע....!" אבער כ'מיין דו ווייסט וואס איך מיין...

ווייל עס איז נישט נאר וואס ער טוט. ער איז פשוט א געפאר צו דעמאקראטיע. זיין גאנצע באנעמונג איז ווי אלע אויטאקראטן. עס איז א שאד אז היימישע יונגעלייט קענען היסטאריע נאר פון קינדליין קאמיקס....


לאמער סעטן די רעקארד סטרעיט..אלע אנטי טראמפ ניקס דא זענען קאלידזש עדזשיוקעיטעד, שטודירט די זאך, קענען אמעריקאנע היסטארי, און האבן אנערקענט אז טראמפ איז א געפאר פאר אמעריקא...

ווידער טראמפ סופארטערס זענען קינדליין קאמיקס עדזשיוקעיטעד... אדער ווי מאנכע רופן עס דיפלאורעבלס...

איימסארי אבער אלע, און איך זאג נאכאמאל אלע "טראמפ סופארטערס" ווי דו רופסט זיי האבן אנגעקוקט טראמפ ביז איין טאג פאר ער איז אריין אין די פארמעסט פונקט אזויווי די "אנטי טראמפ ניקס" ווי דו רופסט זיי קוקן אים היינט אן, סאו יא, מענטשן וואס זענען טראמפיסטן אדער האבן זיי נישט אדער נוצן זיי עס נישט.



טראמפ סופארטערס זענען דיפלאורעבלס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:39 pm

הכל הבל האט געשריבן:ישראל גרינער האט געשריבן:


ווען די רעפובליקאנער אהבה צו אומגעבוירענע וואלט געווען אייניג צו זייער שנאה צו פרויען וואלטן די רויטע סטעיטס נישט געהאט די העכסטע ראטעס פון די סארט רציחות.

ניתי ספר ונחזה
State by State Abortion Statistics (2014):
State Abortion Rate* Total Abortions % of Pregnancies Aborted Abortion Facilities
Alabama 8.3 8,020 12% 9
Alaska 10 1,470 11% 8
Arizona 9.8 12,870 13% 12
Arkansas 8 4,590 11% 4
California 19.5 157,350 24% 512
Colorado 12.1 13,160 17% 36
Connecticut 19.2 13,140 27% 59
Delaware 16.7 3,010 22% 6
District of Columbia 32.7 5,820 38% 9
Florida 20.6 75,990 26% 86
Georgia 15.7 33,000 20% 28
Hawaii 14 3,760 17% 29
Idaho 4.2 1,320 5% 5
Illinois 16.3 42,270 21% 40
Indiana 6.3 8,180 9% 11
Iowa 7.5 4,380 10% 13
Kansas 12.9 7,240 16% 4
Kentucky 4.1 3,530 6% 3
Louisiana 10.8 10,150 14% 5
Maine 9.5 2,220 15% 9
Maryland 23.4 28,140 28% 41
Massachusetts 15.3 21,020 23% 43
Michigan 15.4 29,120 20% 29
Minnesota 9.3 9,760 12% 11
Mississippi 3.8 2,290 6% 2
Missouri 4.4 5,130 6% 2
Montana 9.1 1,690 12% 5
Nebraska 6.3 2,280 8% 5
Nevada 19.4 10,970 23% 13
New Hampshire 10.4 2,540 17% 12
New Jersey 25.8 44,460 30% 79
New Mexico 11.7 4,650 15% 11
New York 29.6 119,940 33% 218
North Carolina 15.1 29,960 20% 37
North Dakota 8.7 1,260 10% 1
Ohio 10.3 22,730 14% 17
Oklahoma 7 5,330 9% 5
Oregon 12 9,330 17% 27
Pennsylvania 13.3 32,030 18% 42
Rhode Island 17 3,580 25% 5
South Carolina 6.4 6,040 9% 7
South Dakota 3.5 550 4% 2
Tennessee 10.7 13,880 15% 11
Texas 9.8 55,230 12% 44
Utah 4.6 2,960 5% 6
Vermont 12.1 1,400 19% 9
Virginia 12.5 21,080 17% 34
Washington 13.7 19,230 18% 50
West Virginia 6 2,020 9% 5
Wisconsin 5.6 6,050 8% 7
Wyoming 1.1 120 2% 3
United States 14.6 926,240 19% 1,671



דו קענסט אויפהערן מיט פאקטן! דא קומען נישט אריין קיין פאקטן, דא שרייבט יעדער וואס ער וויל סאל זיין...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:40 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז די ערשטע מאל וואס איך בין אזוי אקטיוו אין א פארטייאישע דעבאטע. געווענליך האב איך נישט ליב די זאכן. אבער די נאנסענס פון די אנטי'ס האט דערגרייכט א נייע לעוול וואס האט מיך ערנסט אויפגערעגט.

בא לכלל כעס בא לכלל טעות.

אסדר די ענטפערסט נישט קיין איין תשובה כהוגן! בארואיג זיך פון דיין אויפגערעגטקייט און טראכט איבער די טענה, דאן ענטפער.

------

איך בין זייער נייגעריג צו די RNC איז טאקע דער וואס פארטיילט טיקעטס, אויב איז עס טאקע אזוי, איז דאס א הוחכה אז די גאנצע מיליטערישע מארטש איז באמת א פאליטישע ראלי.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער, לעכטל און 36 געסט