גזירת החינוך ענגלאנד

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:17 pm

סא וועגן דעם קען מען נאר נעמען רבנים ואוס האבן נישט קיין מוסדות
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

ראנדער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 12:43 pm

תגובהדורך ראנדער » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:32 pm

מען דארף נעמען אין עסקניםוואס האבן נישט קיינמאל געטוהן לצרכי הכלל, ווייל דעי כעוורע וואס טוען אייביג עסקנות פארן כלל האבן געווענליך נגיעות (ופארוואס דען טוען זיי אייביג פארן ציבור)
#אנטי עסטעבלישמענט

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:39 pm

סיפורי צדיקים האט געשריבן:סא וועגן דעם קען מען נאר נעמען רבנים ואוס האבן נישט קיין מוסדות


איך ווייס נישט די תשובה. זייער נסיון איז זיכער קלענער. יעדער דארף רחמים, מען דארף לאזן יעדן רעדן ווילאנג מען איז נישט מבזה מענטשן. עס העלפט צו . תורה הוא וללמוד אני צריך.

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:43 pm

אבער ווען מ'גייט מיט די קאפ אין וואנט אריין איז עס שוין נישט קיין תורה ממילא קענסט עס אוועקלייגן צו לערנען ניטל (האסט נאך אביסל צייט דערווייל לערן עפעס אנדערש)
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:44 pm

משהלע דער נער האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן:@משה דער נער: אויב האסטו מיך געמיינט מיט דער ''מאנכע'' וואס ווילן אראפמאלן פאר די גאנצע וועלט אז אין די היימישע מוסדות דאהי אין לאנדאן גרייט מען שוין צו די 'לעסאנס' אויף עוואלושען.. און מען וועט נישט קענען לערנען מיט די קינדער בראשית ברא אלוקים', האסטו נישט געצילט דיינע ווערטער צו די ריכטיגע אדרעסס, פאר סאם ריעזאן גלייבסטו אז איך האלט אז מ'גייט מארגען אנהייבן (אדער היינט שוין אנגעהויבן..) אויסלערנען עוועלושען פאר אונזערע קינדער, איך בין 100% גלייך מיט דיר אז און אונזערע מוסדות וועט מען נישט ח''ו לערנען כפירה און בורא עולם חס מלהזכיר,
אבער זאגן מיט א שטארקייט אז אין אונזערע היימישע מוסדות לחינוך בני ובנות ישראל על טהרת הקודש איז נישט קיין שום ספק וויאזוי מען פרעגלט אריין אין די הערצער פון אונזערע לעכטיגע קינדערלעך די הייליגע אמונה פון ''בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ'' און מען וועט זיך קיינמאל נישט אוועקרירן פון דעם! ואפי' מפני שום רוח שבעולם!!!! נעמט נישט אוועק די מעכטיגקייט פון די גאווערמענט צו פארמאכן אונזערע מוסדות טאמער אונז קומען נישט נאך זייערע פארלאנגען און שטעלן זיך נישט צו צו לערנען וואס די געזעץ פארלאנגט, די סכנה איז נישט אז די מנהלי המוסדות וועלן איינפירן צו לערנען כפירה מיט אונזערע קינדער די סכנה איז אז אונזערע מוסדות וועלן זיין אומלעגאל און די איינציגסטע לעגאלע פלאץ ווי צו שיקן די קינדער וועט זיין און פאבליק סקול ה''י
אמת אז די עסקנים טוען פעולות אבער דאס איז אלץ פאר די גיידענס איז אין קראפט און אפילו אזוי זעהט נישט אויס אז די DFE און OFSTED זאלן נאכלאזן פון זייער עיקר ציל.
ממילא דאס וואס דו זאגסט אז ''געלויבט גאט אז מען האלט נישט ביי דעם און מען וועט ווייטער בעז"ה קענען ממשיך זיין צו מחנך זיין אונזערע קינדער אויף די הייליגע אמונה טהורה ע"ד המסורה!!!'' ליידער עפ''י דרך הטבע זעהט אויס אביסל אנדערש ח''ו וה''י
אשע''כ ר' משה שלאפט נישט רואיג און זייט נישט קיין נער און רייסט איין שמים וארץ אז דיצד הקדושה זאל מנצח זיין אין די ביטערע רוחיות'דיגע מלחמה.
ולה' הישועה


טייערער ''מי כעמך''
איך בעט אייך איבער אז איהר האט זיך אפשר געפילט געטראפן פון מיינע נעכטיגע ווערטער, איך האב אויסדרוקליך נישט אייך געמיינט, און אויב איהר האט א קלער אז די ווערטער זענען יא געווען געצילט צו אייך דאן דארפט איהר מאכן דעם חשבון הנפש פארוואס איהר האט געפילט אזוי (אויפן ...'ס קאפ ברענט דאס היטל... בדרך צחות...) עכ"פ איך בעט אייך איבער!
מיינע ווערטער זענען דייקא יא געווען געצילט קעגן די יעניגע 'מאנכע' וואס פארשפרייטן חדשים לבקרים קונטריסים פאשקעווילן מודעות און מאמרים קעגן די געטרייע עסקנים שליט"א וואס ארבעטן ע"פ הוראת הרבנים שליט"א און מען באשמיצט זיי מיט ארויסגעזויגענע שקרים פרישע טעגליכע געבעקסן, אלס מיטן ציהל צו פרשווארצן זייער פנים ווי כאילו זיי זענען גרייט צו פארקויפן אלע מוסדות התורה והחינוך צו די הענט פונעם שטן רח"ל.

אבער ברשותכם לאמיר קוקן אויף די פאקטן אין פנים אריין!
איהר שרייבט אז 'גאווערמענט' קען איין טאג פארמאכן אונזערע מוסדות און שיקן אונזערע קינדער אין די פאבליק שולעס רח"ל .
די מציאות איז אבער אז זינט 'חינוך יו קעי' האט איבערגענומען די לייצעס האט נאך קיין ''איין איינציג מוסד'' וואס האט געניצט זייער הילף, נישט באקומען קיין 'רעסטריקשאן ארדער' (ד.מ. טאטאלע פארשליסונג) פון די רעגירונג! ס'איז א פאקט! און אפי' מוסדות וואס האבן געהאט בעפאר דעם באקומען אזעלעכע פארארדענונגען נאך איידער 'חינוך יו קעי' איז געגרינדעט געווארן, האט מען בס"ד די לעצטע שטיק צייט אראפגענומען די ארדער און די מוסד גייט ווייטער אן מיט איהם פולסטן פראכט ע"ד המסורה!!!
נאך א פאקט: מענטשן ווייסן נישט און כאפן נישט, מען מאכט איין גרויסן קוגל פון OFSTED מיט DFE, אופסטעד איז א אינספעקשאן קאמפאני 'געדינגען' ביי די רעגירונג און זיי זענען ממונה צו גיין צו די מוסדות און אינספעקטירן און ברענגען זייער רעפארט פאר די רעגירונג, אופסטעד האט נישט די מאכט צו פארשפארן א מוסד!!! נאר די DFE!!!, אינערהאלב אופסטעד הערשט זייער א רשעות'דיגן אטמאספער און זיי ווילן פייניגן די מוסדות! אבער אינערהאלב די DFE איז די ווינט אויסדריקליך נישט אזוי! נאר זיי זענען מער ליבעראל געשטימט ממילא מאכן זיי די מינע געזעצן אבער מיט א פארשטאנד אז עס קען אמאל זיין אן אויסנאם...
וויפיל איך פארשטיי - רעדנ'דיג מיט כלל טוהער'ס - נעמען די עסקנים פון חינוך יו קעי און טי אי סי די ליניע צו גיין אין שתדלנות מיט די רעגירונג און מלחמה מיט אופסטעד און כפי הנראה זענען זיי בס"ד פיין מצליח... ואכהמ"ל.
און דאס וואס איהר ענדיגט צו מען זאל נישט שלאפן רואהיג און איינרייסן, אויף דעם בין איך אינגאנצן מסכים מיט אייך און מ'דארף מיר אלע מקיים זיין דעם פסוק 'קומי רוני בלילה לראש אשמורות שפכי כמים לבך ... על נפש עולליך אז די טייערע און ערליכע עסקנים בראשות הרבנים שליט"א זאלן מצליח זיין מיט זייער עבודת הקודש לנצח על מלאכת בית ה' למען קיום דורותינו!!!

במאמר המוסגר דאס וואס איהר רעדט זיך אפ איבער מיין נאמען 'נער' וויל איך אייך דערמאנען אז דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט געזאגט איך בין א 'נער' און איך גלייב
די זעלבע ביי אונז טראץ וואס די אנדרייערס שרייען טאד און נאכט אז די רבנים ועסקנים פארקויפן זיך פאר'ן שטן דאך זענען מיר 'נערנים' און מיר גלייבן וואס די ערליכע רבנים זאגן אונז ולאורם נסע ונלך!!!!!

און איבער אייער נאמען וועל איך מיך באציען: ''מי כעמך ישראל'' גוי ''אחד'' בארץ! מי יתן והיה אז מען זאל זיך שוין אויסלערנען צו ארבעטן באחדות כאיש ''אחד'' למען המטרה און נישט אנדרייען מחלוקת ושנאת חנם מיט פאלשע בלבולים אויף די ערליכע עסקנים ורבנים שליט"א

;l;p- ר' משה איר קומט אריין קלאר גארנישט ווי קיין נער,
קודם כל נעמט אייך נישט צום הארצן איר זענט איבערגעבעטן, איך האב מיך לגמרי נישט געפילט געטראפן איר האט פשוט נישט ארויס געהאט וואס איך וויל ממילא האב איך געפילט פאר וויכטיג קלאר צו מאכן אז איך בין מיט דיר אז די מוסדות וועלן נישט טוישן עקרי אמונה.
וואס איר רעדט פון די אנדערע מאנכע וויל איך אייך קלאר מאכן אז אויף מיין קאפ ברענט נישט קיין היטל ווייל איך האב מיט זיי זירא.
איך בין אינגאנצן מיט דעם אז די עסקנים וואס טוען שתדלנות כהוראת רבני עירנו זענען ווערד א מעדאל און די וואס טוען ארונטער רייסן טוען חרוב מאכן ומכאן הקריאה יוצאת פאר אלע ניקס וואס האבן אנדערש פארשטאנען, נאר וואס מיך באדערט איז אז טאמער קען ר' משה זאגן אז מ'קען שלאפן רואיג בעת ס'קאכט זיך אזאנע ערענסטע גזירות (דאס ביסטו דאך מודה ניין?) און נישט נאר איר האלט אזוי נאר רוב עולם אין לאנדאן פילן רואיג און זיכער איז פשט אז די עולם איז נישט AWARE וואס דא גייט פאר, א מלחמה פון קדושה ווס טומאה, ווען עס עט קומען למעשה ווען די קולר וועט שוין זיין על הצוואר ח''ו היל''ת וועט שוין זיין זייער שפעט זיך אויפצוועקן.
בכלל איז די עולם זייער מיסאינפארמד די עסקנים געבן כמעט נישט ארויס וואס זייערע דעגרייכונגען זענען חוץ פון זאגן כסדר אז ''מ'טוט אויף'' אן קיין דיטעלס וואס אגב מאכט עס אז די מענטשען וואס בעצם זענען זיי נישט קיין עקסטרעמיסטן אבער זיי ווייסן יא ווי ווייט די גזירה גייט, נעמען אן אז חינוך יו. קעי. טוט גארנישט אויף, (הפנים אידען זיכן נישט צו גלייבן מער ווי וואס אונז זענען מחויב..) און דאס געבט פלאץ פאר מחלוקת און רייבערייען (וואס אגב הייבט זיך רוב מאל אן פון מיסאנדערסטענדינג נאר שפעטער פאסט נישט צו חוזר זיין). די קאנפידענשעל דאקומענט וואס די האסט דא ארויפגעלייגט איז מיך אויך געווען א חידוש און שכוח פארן קלאר מאכן, ''יעצט'' זעה איך עפעס וואס מ'האט אויפגעטון.
דאס וואס איר שרייבט אז די DFE זענען ליבעראלן אבער ווייסן פון מאכן אן אויסנאם, סאונדס אביסל תמימות'דיג ואפרש, די חברה ווילן זעהן אונזערע סקולס אדער לערנען וואס זיי פארלאנגען אדער פארמאכט, זיי ווייסן אז אונז זעמיר נישט מסכים צום געשעפט אזוי ווי דיך און איך ווייסן, יעצט אויב הייבן זיי אן אגרעסיוו ממוז זיך טוישן immediately ווייסן זיי אז מיר וועלן אויך גיין אגרעסיוו ממילא פארשטייען זיי אליין אז זיי דארפן קןמען און זאגן קוק אהער דאס איז די געזעץ דאס און דאס (כפירה תועבה) קען איך אוועק קוקן אבער דאס און דאס (למשל סעיפגארדינג אדער רעספעקטען רעליגיעס [נאר דוגמא]) קען איך נישט פארקוקן, פיין מסודר, גייט דורך א תקופה און מען ריוויוט די גיידענס און ממאכט נייע סעיפים יעצט זאגן זיי דאס קען איך שוין נישט פארקוקן ווייל די געזעץ זאגטעך אזוי, כקען נאר פארקוקן מער א קלענערע מינדערוויכטיגע זאך, כדרכי הסוחרים וואס ווילן נעגושיעטן, און אזוי מאכן זיי שמעלער און שמעלער עד שאומר לך לך עבוד וכו' און דעמאלס וועקט מען זיך אויף... און מכאפט זיך אז ער האטיך שוין פעסט און זאק אריין, און טאקע פארדעם האלט איך אזוי ווי כ'האב מסביר געווען און א פריערדיגע תגובה בנוגע די באריכט פון BBC אז די גאווערמענט וועט האבן א גרויסע פראבלעם טאמער די עלטערן וועלן מאכן א ויצעקו, און טאקע דאס איז פשט פארוואס זיי פארשטייען צו מאכן א אויסנאם.
איך האף כ'האב מיך גענוג קלאר ארויסגעברענגט, און אזוי ווי איר האט אנגעמערקט אויף מיין נאמען מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ זאל השי''ת העלפען מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו בלייבן דעם גוי אחד די עם הנבחר און בייקומען די אלע וואס פארגינען אונז נישט דעם טיטל.
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
פאלם טרי
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 08, 2017 9:53 am

תגובהדורך פאלם טרי » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:46 pm

אז ער האט נישט קיין מוסדות מיינט אז ער האט נישט קיין חסידים איז זיין מיינונג אינגאנצען נישט מאסגעבינד
נאך דערצו ווען קיינער האט עים נישט אויפ גענומען אויף קיין שום פאזישען נישט אין שטאטישע קהילה נישט אין ערגעץ
לעצט פאראכטן דורך פאלם טרי אום דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:46 pm

ראנדער האט געשריבן:מען דארף נעמען אין עסקניםוואס האבן נישט קיינמאל געטוהן לצרכי הכלל, ווייל דעי כעוורע וואס טוען אייביג עסקנות פארן כלל האבן געווענליך נגיעות (ופארוואס דען טוען זיי אייביג פארן ציבור)
#אנטי עסטעבלישמענט


עס קען ליגן אן אמת אין די פאקט וויבאלד די רעגורונגן זענן געווארן זייער פארדארבן איז בעסער צו נעמן א נייע מהלך צו ארבעטן אינדערויסן אוןאפהאקן פון די רעגורונגן און עסטעבלישמענט. די אלטע זענן נישט געבויט פאר אזא סארט צוגאנג.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:48 pm

Tahares hakodesh האט געשריבן:
ראנדער האט געשריבן:מען דארף נעמען אין עסקניםוואס האבן נישט קיינמאל געטוהן לצרכי הכלל, ווייל דעי כעוורע וואס טוען אייביג עסקנות פארן כלל האבן געווענליך נגיעות (ופארוואס דען טוען זיי אייביג פארן ציבור)
#אנטי עסטעבלישמענט


עס קען ליגן אן אמת אין די פאקט וויבאלד די רעגורונגן זענן געווארן זייער פארדארבן איז בעסער צו נעמן א נייע מהלך צו ארבעטן אינדערויסן אוןאפהאקן פון די רעגורונגן און עסטעבלישמענט. די אלטע זענן נישט געבויט פאר אזא סארט צוגאנג.

איז דא מעגליכקייט אז ראנדער מיט טהרת זענען איינס?... :roll:
ווייל ער איז א דרשו איד!

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:51 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
Tahares hakodesh האט געשריבן:
ראנדער האט געשריבן:מען דארף נעמען אין עסקניםוואס האבן נישט קיינמאל געטוהן לצרכי הכלל, ווייל דעי כעוורע וואס טוען אייביג עסקנות פארן כלל האבן געווענליך נגיעות (ופארוואס דען טוען זיי אייביג פארן ציבור)
#אנטי עסטעבלישמענט


עס קען ליגן אן אמת אין די פאקט וויבאלד די רעגורונגן זענן געווארן זייער פארדארבן איז בעסער צו נעמן א נייע מהלך צו ארבעטן אינדערויסן אוןאפהאקן פון די רעגורונגן און עסטעבלישמענט. די אלטע זענן נישט געבויט פאר אזא סארט צוגאנג.

איז דא מעגליכקייט אז ראנדער מיט טהרת זענען איינס?... :roll:

וואס מישטו אריין 'איינס' און פיקטשער.. :?
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
פאלם טרי
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 08, 2017 9:53 am

תגובהדורך פאלם טרי » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:57 pm

איך פארשטיי בכלל נישט די טענעריי סהאבן זיך צאם גענומען אלע מוסדות אין געגרינדעט צוזאמען חינוך UK וואס זיי טיען אלעס על דעת כל הרבנים (ובכללם רב דחסידי מהרז"ל)

ווער איז בכלל נייגעריג וואס אפאר יחידים-- וואס לעבין פין דעים אז זיי זענען פרימער פין יעדעם אין נאר זיי פארשטייען די פראבלעים אין נאר זיי ווייסען וואס מדארף טיען-- האבען צו זאגען

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 5:19 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:ביטע, איינער זאל מיר גאראנטיען אז די זעלבע "הייליגע" שיטה איז נישט אויפן וועג קיין נ"י ביי אונזער חינוך אישו.

יא יא ס'איז זייער ווייטאגליך, אבער ווער עס קען די מציאות ווייסט אז דא רעדט מען סך־הכל פון א געוויסער מענטאליטעט מענטשן, דאס איז אייביג געווען, חלילה זיי אוועקצומאכן זיי מיינען עס אמתדיג..

מען דארף פארשטיין אז דאס אז די עסקני חינוך U. K האבן נישט ארויסגעבן קיין דעטאלן פון זייערע אקטיוויטעטן האט געגעבן ביי מאנכע א געפיל אז מען טוט נישט גארנישט און מ'נארט איין די עולם וכ'ו
אלס גאר נאנטע צו איינער פון די עסקנים פון חינוך U. K איז מיר זייער אונטערסאנט געווען צו צוזען ווי בשעת די עסקנים זענען געזעסן אויף מיטינגען מיט חשובסטע רבנים אין ענגלאנד און מיט ריזיקער לויערס און דורכגעטון וואס די בעסטע צוגאנג איז, בשעת דעמאלט זענען "די" אלע יודן געווען פארנומען אין מקווה אז ס'לויערט א גזירה און מען מאכט א שוואג..


מען דארף מתפלל זיין אז די ביטערע גזירות זאלן בטול ווערן און די געטרייער עסקנים זאלן קענען טון זייערע השתדלות אום געשטערט...

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 5:27 pm

פאלם טרי האט געשריבן:אז ער האט נישט קיין מוסדות מיינט אז ער האט נישט קיין חסידים איז זיין מיינונג אינגאנצען נישט מאסגעבינד
נאך דערצו ווען קיינער האט עים נישט אויפ גענומען אויף קיין שום פאזישען נישט אין שטאטישע קהילה נישט אין ערגעץ


זיי ביטע מוחל
א איד א ת"ח א גדול בתורה האט א דעת תורה, נישט קיין חילוק צו ער האט יא חסידים צו ער האט נישט קיין חסידים, א דעת תורה בלייבט עס, צו מ'האט עם יא אויפגענומען אדער נישט,נישט דאס איז דער משקל,
דרך אגב אסאך פון גדולי ישראל לדורותיהם וואס גאנץ כלל ישראל חרדו לדבריהם, האבן נישט געהאט קיין חסידים ומוסדות, און אפילו וואס האבן יא געהאט נישט דאס האט זיי גרויס געמאכט, דער חזון איש האט נישט געהאט קיין שום עמטליכע תפקיד, וכהנה רבות, (ר' חיים קאנייעווסקי האט אויך נישט קיין שום עמטליכע תפקיד) און רב וואזנער בעל שבט הלוי איז אויך נישט געווען גרויס צוליב זיין רבנות אין זכרון מאיר אדער די ישיבה חכמי לובלין,

הכלל א דעת תורה האט נישט צו טוה'ן מיט חסידים וכד',

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 5:47 pm

סאיז דא א חילוק צווישן א ת''ח וואס פארשטייט צי מנהיגות און א ת''ח וואס איז אויסגעטאן פון די גשמיותדיגע וועלט

מחשב
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 6:37 pm

לייטער האט געשריבן:סאיז דא א חילוק צווישן א ת''ח וואס פארשטייט צי מנהיגות און א ת''ח וואס איז אויסגעטאן פון די גשמיותדיגע וועלט


און אזא איינער קען אויך זיין עמיצער וואס איז גראדע אויף א מנהיגות שטעלע.
הוי מחשב...

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:16 pm

חזקלשלעז האט געשריבן:
בלי שם האט געשריבן:איך טראכט שוין בא מיר אפאר טעג, און איך ווייס נישט צו יא צו ניין, ענדע האב איך זיך בארעכנט יא צו משתף זיין דער ציבור מיט מיינע געפיהלן, אדרבה לאמיר הערן וואס יעדער זאגט און וואס איז זיין דיעה,

כלל ישראל לדורותיה האט מיט געמאכט אסאך פולמוסים, און אסאך נושאים וואס איז געווען חילוקי דיעות,
יעדע מאל וואס ס'איז געווען חילוקי דיעות האט דער המון עם זיך נוהג געווען יעדער ווי זיין רב, און אויך האט יעדע דיעה ארויס געגבן תשובות בהלכה וכד' צו בעאינפלוסן אז מיט עם איז די רעכט, יעדע מאל איז אויך געווען אין יעדע זייט אפאר היציגע וואס האבן נוהג געווען שלא ע"פ תורה און אויסגעניצט דעם הזדמנות מבזה זיין גדולי תורה פון די אנדערע זייט, אבער דאס איז כמובן געווען א מיעוט,
לאמיר נעמען א דוגמא דער ענין פון גיין צו בחירות אין ארץ ישראל גדולי ישראל מצד העדה החרדית האבן געאסרט באיסור חמור, און ההולכים לאורם האבן ארויס געגעבן כסדר קונטרסים מסביר זיין אז דאס איז די אמת'ע וועג, מאידך די רבנים פון אגודת ישראל האבן מתיר געווען און אפילו מחייב געווען, און אנשי אגודת ישראל געבן ארויס קונטרסים צו מוכיח זיין צדקת דרכם,

די לעצטע יאהר'ן האב איך א געפיהל אז א נייע מציאות איז אויף געקומען אויף כלל ישראל, ס'מאכט זיך חילוקי דיעות צווישן גדולי ישראל בדברים העומדים על הפרק, און די תלמידים פון יעדע זייט האבן א נייע טאקטיק פשוט אויס מעקן און שטיל מאכן די אנדער זייט יעדער איינער פיהרט א קאמפף קעגן צווייטן אז ס'איז נישטא קיין אנדער דיעה, און אויב איינער דערוואגט זיך צו זאגן א אנדער דיעה לייגט מען פרעשע און דריק פון אלע זייטן ער זאל צוריק ציהען,
די זעלבע האט זיך געטוהן די לעצטע פאר יאהר אין ארץ ישראל ביי כמה מערכות ווי גזירת הגיוס, תוכנית הליבה, קברי גאלעבענציץ, ועוד, און יעצט חזר'ט זיך די זעלבע איבער אין לאנדאן לגבי די גזירות החינוך,

איך גיי איבער דער אשכול, איך הער פון באקאנטע וואס וואוינען אין לאנדאן איך זעה אז יעדע צד האט גדולי תורה וואס זענען תומך איך דער צד, לאמיר אונז אלע שטיין אין זייט מכבד זיין יעדע צד זאל נוהג זיין כדעת רבו, און אונז וועלן שטיין אין זייט און מתפלל זיין לביטול כל הגזירות



זייער גוט געזאגט !

איך וויל מוסיף זיין נישט אלס זילזל חס ושלום נאר די טריקענע פאקט איז אז אזעלעכע שאלות מעג מען נאר פרעגען פון רבנים וואס פירען דייקא נישט קיין מוסדות.

די תוה’ק זאגט ‘כִּי הַשֹּׁחַד יְעַוֵּר עֵינֵי חֲכָמִים וִיסַלֵּף דִּבְרֵי צַדִּיקִם’ - מרעדט דא דייקא פין צדיקם!

די תורה ווייסט אז די פארשידענע דרכי הפעולה וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די הייליגע מערכה להצלת יהדות ענגלאנד פון די גזירות הנוראות על הדת והאמונה וואס שוועבט אין די לופט, קען נאר ווערען געפירט אויף אזא אופן.

די געלט וועט גיין צו ארויסברענגען פארן ברייטן ציבור די מציאות און פאקטן אז יעדער זאל וויסן און יעדער זאל מיטהאלטן פונטקליך וואס גייט פאר בעניני הגזירות על הדת.

אין אדם שומע לי ומפסיד, יהדות ענגלאנד וועט מיט אן אחדות און פאראייניגקייט אנגיין מיט א מלחמה קעגן יעדע שינוי, ולה' הישועה גדול הרועה המצילן, אכי"ר.


והריני מוסיף על דבריו, ממילא מוז מען מעביר זיין די גאנצע מושג פון מוסדות ביי כלל ישראל, היות ס'איז גורם נגיעות ושוחד, און ממילא וועט שוין נישט זיין די גזירות, און שלום על ישראל!

חזקלשלעז
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 4:48 am

אסיפות “עצרת תפילה והסברה”- די דריטע אין די רייע

תגובהדורך חזקלשלעז » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:19 pm

דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

טראצדעם וואס עס איז געווען געפלאנט צו זיין אינגאנצן א גאר ענגע אסיפה אין די רייע אסיפות ע׳י עסקני קהילות הקודש וואס איז יעצט געווען די דרייטע אין די רייע, און מען האט זיך געהאט גערישט אויף א ענגע צאל משתתפים, צוליב וואס נאר איינצעלע צעטלעך זענען געהאנגען געווארן ווייניגער ווי 24 שעות בעפאר די אסיפה, האט דאס אבער צוזאם געברענגט א שיינער ציבור, און איז פארוואנדלט געווארן צו א גרעסערע אסיפה ווען עס ווערן אנגעזעהן בראש רבנים ומורי צדק שליט”א, ראשי כוללים, מגידי שיעור, תלמידי חכמים, גדולי העסקנים לכל קדשי ישראל, מנהלי מוסדות, און פילע בני תורה און חשוב’ע בעלי בתים מסלתה ומשמנה פון תושבי עירינו.

דברי פתיחה האט אויפגעטראטן יושב ראש המעמד הרב הגאון רבי יצחק שלמה אלבוים שליט”א רה”כ חו”מ טשאבא, וואס האט ארויסגעברענגט אז מיר דארפן בעיקר קלארשטעלן אז מיר אידן האבן א חינוך וואס איז אינגאנצן אומפארשטענדלעך פאר אנדערע, און עס איז נישט מעגליך אז זיי זאלן בכלל פארשטיין אונזער וועג, און זיי דארפן וויסן אז אידן זענען אנדערש פון אלע, ער האט געברענגט די מעשה פון זקינו הגאון הקדוש רבי יוסף חיים זונענפעלד זצוק”ל דער ירושלימ’ער רב, וואס איז געפארן איינמאל צום קעניג עבדאלא פון ירדן צו ערלעדיגן צו ארויסהעלפן א געוויסע ענין אין אידישקייט וואס דער קעניג האט פרובירט צו פאדערן פון די ערליכע אידן אין ירושלים, ע”פ עצתו האט הקדוש ר’ ישראל יעקב דיהאן הי”ד וואס האט באגלייט דער ירושלימ’ער רב זצ”ל געפרעגט דעם ירושלימ’ער רב א שאלה אין ‘הלכות פוטבאל שפיל’, האט רבי יוסף חיים זצ”ל פארשטייט זיך געענטפערט אז ער ווייסט נישט, האט ער אנגעפרעגט דעם קעניג די שאלה האט ער באלד געענטפערט, דערנאך האט ר’ ישראל יעקב געפרעגט פארן קעניג א שאלה אין הלכות שבת, האט דער קעניג געענטפערט אז ער פארשטייט נישט צו דעם, האט רבי ישראל יעקב געפרעגט דעם ירושלימער רב די שאלה האט ער געענטפערט, האט רבי ישראל יעקב געזאגט אז יעדער ווייסט צו ענטפערן אין זיינע ענינים, אין אנדערע ענינים האט ער נישט קיין אהנונג און פונקט ווי רבי יוסף חיים זצ”ל ווייסט נישט צו זיך מישן אין פוסבאל, אזוי איז דער קעניג מודה אז ער ווייסט נישט זאכן פון אידישע זאכן, און דער קעניג האט דאס פארשטאנען.

ס׳איז שפעט איך וועל צוענדיגען מארגן אין אויך ארויפלייגען בילדער אי״ה.

ביים שלוס איז ארויסגעברענגט געווארן אז מען נעמט אן פארשידענע דרכי פעולה, ווען איינס פון די וועגן איז ארויסצוגיין מיט א מלחמה נגד די וואס פאנעגען אונז, אין מיר גייען נישט אננעמען קיין שום עניני כפירה יהי’ מה שיהי’ ובאיזה אופן שיהי’, מיר קענען נישט טוישן קיין ריר פון אונזער אלטע תורה.

די ציבור איז ארויס זייער אויפגעוואכט און מיט אנטשלאסנקייט צו גיין מיט א מערכה צו אפראטעווען אונזערע קינדער זאלן ווייטער זאגן שמע ישראל, און טאקע אינזינען האבן צו גלייבן באמונה שלימה, עס האט זיך ממש אנגעזעהן אויפן ציבור ווי זיי האבן נאר אויסגעווארט און געלעכצעט א לאנגע צייט אויף אזא גלאנצנדיגען געלענהייט צו זיך צוזאמען אדורכשמועסן און הערן ריכטיגע ווערטער, דאס ריכטיגע געשריי פון א איד וואס דארף געהערט ווערן אין אזא צייט, ווערטער פון אמונה אין באשעפער אמונה אין נצחיות התורה אן קיין שינוים לעולמי עד, און מיר גייען שטיין אינעם פראנט פון א מערכת קודש צו ציעהן ווייטער דעם גאלדענעם קייט פון כלל ישראל לנצח נצחים.

חזקלשלעז
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 4:48 am

תגובהדורך חזקלשלעז » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:20 pm

אגב ווייסט איינער ווי אזוי מ׳טוישט די ניק?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:33 pm

Tahares hakodesh האט געשריבן:
ראנדער האט געשריבן:מען דארף נעמען אין עסקניםוואס האבן נישט קיינמאל געטוהן לצרכי הכלל, ווייל דעי כעוורע וואס טוען אייביג עסקנות פארן כלל האבן געווענליך נגיעות (ופארוואס דען טוען זיי אייביג פארן ציבור)
#אנטי עסטעבלישמענט


עס קען ליגן אן אמת אין די פאקט וויבאלד די רעגורונגן זענן געווארן זייער פארדארבן איז בעסער צו נעמן א נייע מהלך צו ארבעטן אינדערויסן אוןאפהאקן פון די רעגורונגן און עסטעבלישמענט. די אלטע זענן נישט געבויט פאר אזא סארט צוגאנג.


עס קען טאקע זיין אבער עס קען אויך זיין אז נייע עסקנים ביז זיי וועלן אויספיגערן דעם ריכטיגן מהלך וועט שוין זיין דער פראבלעם סאך סאך גרעסער.

דארפסט פארשטיין אז א מחלוקת מיט א רעגירונג איז נישט די זעלבע ווי א מחלוקת מיטן ראש הקהל אויב מען זאל מעגן געבן טאמעטא דיפ פאר שלש סעודות

אנפורטשונעטלי זייער אסאך מאל מיינען נייע עסקנים אז עס איז די זעלבע זאך אין נאכדעם קומט ארויס א גרויסער חורבן

אני הקטן האב ב׳׳ה גוט ארויס דעם רעגירונג און אויך דעם לעגאלער סיסטעם אין ניו יארק און אויף איין פרט מבין הפרטים בין איך אומאיינשטימונג מיטן מהלך.
איך האב דאס ערווענט ביי א שטיקל ויכוח מיט איינעם פון די עקזעקוטיוו באורד פון פיערלס אויך דערוועגן.

אבער איך פארשטיי אויך זייער זייער גוט פונקט אזוי פארוואס יענער האט מיט מיר נישט מסכים געווען

צו וויסן ווער עס איז גערעכט קען מען באמת נישט וויסן ווייל גיי ווייס וואס דער גוישער קאפ וועט דיסיידען און וועלכע וועג איז בעסער

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:36 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
חזקלשלעז האט געשריבן:
בלי שם האט געשריבן:איך טראכט שוין בא מיר אפאר טעג, און איך ווייס נישט צו יא צו ניין, ענדע האב איך זיך בארעכנט יא צו משתף זיין דער ציבור מיט מיינע געפיהלן, אדרבה לאמיר הערן וואס יעדער זאגט און וואס איז זיין דיעה,

כלל ישראל לדורותיה האט מיט געמאכט אסאך פולמוסים, און אסאך נושאים וואס איז געווען חילוקי דיעות,
יעדע מאל וואס ס'איז געווען חילוקי דיעות האט דער המון עם זיך נוהג געווען יעדער ווי זיין רב, און אויך האט יעדע דיעה ארויס געגבן תשובות בהלכה וכד' צו בעאינפלוסן אז מיט עם איז די רעכט, יעדע מאל איז אויך געווען אין יעדע זייט אפאר היציגע וואס האבן נוהג געווען שלא ע"פ תורה און אויסגעניצט דעם הזדמנות מבזה זיין גדולי תורה פון די אנדערע זייט, אבער דאס איז כמובן געווען א מיעוט,
לאמיר נעמען א דוגמא דער ענין פון גיין צו בחירות אין ארץ ישראל גדולי ישראל מצד העדה החרדית האבן געאסרט באיסור חמור, און ההולכים לאורם האבן ארויס געגעבן כסדר קונטרסים מסביר זיין אז דאס איז די אמת'ע וועג, מאידך די רבנים פון אגודת ישראל האבן מתיר געווען און אפילו מחייב געווען, און אנשי אגודת ישראל געבן ארויס קונטרסים צו מוכיח זיין צדקת דרכם,

די לעצטע יאהר'ן האב איך א געפיהל אז א נייע מציאות איז אויף געקומען אויף כלל ישראל, ס'מאכט זיך חילוקי דיעות צווישן גדולי ישראל בדברים העומדים על הפרק, און די תלמידים פון יעדע זייט האבן א נייע טאקטיק פשוט אויס מעקן און שטיל מאכן די אנדער זייט יעדער איינער פיהרט א קאמפף קעגן צווייטן אז ס'איז נישטא קיין אנדער דיעה, און אויב איינער דערוואגט זיך צו זאגן א אנדער דיעה לייגט מען פרעשע און דריק פון אלע זייטן ער זאל צוריק ציהען,
די זעלבע האט זיך געטוהן די לעצטע פאר יאהר אין ארץ ישראל ביי כמה מערכות ווי גזירת הגיוס, תוכנית הליבה, קברי גאלעבענציץ, ועוד, און יעצט חזר'ט זיך די זעלבע איבער אין לאנדאן לגבי די גזירות החינוך,

איך גיי איבער דער אשכול, איך הער פון באקאנטע וואס וואוינען אין לאנדאן איך זעה אז יעדע צד האט גדולי תורה וואס זענען תומך איך דער צד, לאמיר אונז אלע שטיין אין זייט מכבד זיין יעדע צד זאל נוהג זיין כדעת רבו, און אונז וועלן שטיין אין זייט און מתפלל זיין לביטול כל הגזירות



זייער גוט געזאגט !

איך וויל מוסיף זיין נישט אלס זילזל חס ושלום נאר די טריקענע פאקט איז אז אזעלעכע שאלות מעג מען נאר פרעגען פון רבנים וואס פירען דייקא נישט קיין מוסדות.

די תוה’ק זאגט ‘כִּי הַשֹּׁחַד יְעַוֵּר עֵינֵי חֲכָמִים וִיסַלֵּף דִּבְרֵי צַדִּיקִם’ - מרעדט דא דייקא פין צדיקם!

די תורה ווייסט אז די פארשידענע דרכי הפעולה וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די הייליגע מערכה להצלת יהדות ענגלאנד פון די גזירות הנוראות על הדת והאמונה וואס שוועבט אין די לופט, קען נאר ווערען געפירט אויף אזא אופן.

די געלט וועט גיין צו ארויסברענגען פארן ברייטן ציבור די מציאות און פאקטן אז יעדער זאל וויסן און יעדער זאל מיטהאלטן פונטקליך וואס גייט פאר בעניני הגזירות על הדת.

אין אדם שומע לי ומפסיד, יהדות ענגלאנד וועט מיט אן אחדות און פאראייניגקייט אנגיין מיט א מלחמה קעגן יעדע שינוי, ולה' הישועה גדול הרועה המצילן, אכי"ר.


והריני מוסיף על דבריו, ממילא מוז מען מעביר זיין די גאנצע מושג פון מוסדות ביי כלל ישראל, היות ס'איז גורם נגיעות ושוחד, און ממילא וועט שוין נישט זיין די גזירות, און שלום על ישראל!

שוחד איז א תירוץ נאכדעם וואס מען איז מכיר אז יענער איז בלינד, די קשיא איז נאר וויאזוי קען עס זיין. שוחד שטייט אין די תורה, שוחד איז די רצון אנצועמן א געוויסע מהלך. מכח די שטארקע שוחד זעהט מען די זאך נישט קלאר און מען איז זיך מורה היתר. מקען דאס זעהן אגאנצן טאג ביי אלע מענטשן, קיינער איז נישט קיין מלאך, עס פאסירט ביי איעדען. איך פארשטיי נישט די אנדערע צד. ה' יאיר עינינו ועיני כל ישראל, ותחזנה עינינו בשובך לציון.

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:39 pm

חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

פון וועמען מאכט איר ליצנות? 2000 מענטשן האבן זיך באטייליגט אין א קליינע שבע ברכות זאל?

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:44 pm

חזקלשלעז האט געשריבן:אגב ווייסט איינער ווי אזוי מ׳טוישט די ניק?

מען קען נישט
קענסט פראבירן צי עפענען א נייע

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:50 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
Tahares hakodesh האט געשריבן:
ראנדער האט געשריבן:מען דארף נעמען אין עסקניםוואס האבן נישט קיינמאל געטוהן לצרכי הכלל, ווייל דעי כעוורע וואס טוען אייביג עסקנות פארן כלל האבן געווענליך נגיעות (ופארוואס דען טוען זיי אייביג פארן ציבור)
#אנטי עסטעבלישמענט


עס קען ליגן אן אמת אין די פאקט וויבאלד די רעגורונגן זענן געווארן זייער פארדארבן איז בעסער צו נעמן א נייע מהלך צו ארבעטן אינדערויסן אוןאפהאקן פון די רעגורונגן און עסטעבלישמענט. די אלטע זענן נישט געבויט פאר אזא סארט צוגאנג.


עס קען טאקע זיין אבער עס קען אויך זיין אז נייע עסקנים ביז זיי וועלן אויספיגערן דעם ריכטיגן מהלך וועט שוין זיין דער פראבלעם סאך סאך גרעסער.

דארפסט פארשטיין אז א מחלוקת מיט א רעגירונג איז נישט די זעלבע ווי א מחלוקת מיטן ראש הקהל אויב מען זאל מעגן געבן טאמעטא דיפ פאר שלש סעודות

אנפורטשונעטלי זייער אסאך מאל מיינען נייע עסקנים אז עס איז די זעלבע זאך אין נאכדעם קומט ארויס א גרויסער חורבן

אני הקטן האב ב׳׳ה גוט ארויס דעם רעגירונג און אויך דעם לעגאלער סיסטעם אין ניו יארק און אויף איין פרט מבין הפרטים בין איך אומאיינשטימונג מיטן מהלך.
איך האב דאס ערווענט ביי א שטיקל ויכוח מיט איינעם פון די עקזעקוטיוו באורד פון פיערלס אויך דערוועגן.

אבער איך פארשטיי אויך זייער זייער גוט פונקט אזוי פארוואס יענער האט מיט מיר נישט מסכים געווען

צו וויסן ווער עס איז גערעכט קען מען באמת נישט וויסן ווייל גיי ווייס וואס דער גוישער קאפ וועט דיסיידען און וועלכע וועג איז בעסער


זייער גוט האסטו געטוהן אז די האסט געלאזט זיך הערן וואס די האלסט. כה לחי.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:54 pm

חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.
.

אמממ....
בילדער ביטע?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:55 pm

גבר ישראל האט געשריבן:
חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

פון וועמען מאכט איר ליצנות? 2000 מענטשן האבן זיך באטייליגט אין א קליינע שבע ברכות זאל?

וואס פארשטייסטו נישט? ס'געווען מאקסימום 200 מענשטשן, אבער יעדער האט 10 ניק'ס! (דער חזקלשלעז האלט שוין באלד אויך ביים עפענען א צווייטע, עי' לעיל) נאר כ'בין נישט זיכער אז 200 פיטן יא אריין!

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:57 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:
חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

פון וועמען מאכט איר ליצנות? 2000 מענטשן האבן זיך באטייליגט אין א קליינע שבע ברכות זאל?

וואס פארשטייסטו נישט? ס'געווען מאקסימום 200 מענשטשן, אבער יעדער האט 10 ניק'ס! (דער חזקלשלעז האלט שוין באלד אויך ביים עפענען א צווייטע, עי' לעיל) נאר כ'בין נישט זיכער אז 200 פיטן יא אריין!

:lol:
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנפין נהירין און 47 געסט