דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג ינואר 05, 2020 5:07 pm

ווען אי די נעקסטע דיבעיט?

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » זונטאג ינואר 05, 2020 5:30 pm

אהבת השם האט געשריבן:ווען אי די נעקסטע דיבעיט?

נעקסטע וואך דינסטאג ולמספרם יוניאר 14.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:00 pm

צל עובר האט געשריבן:סתם פאר אינטרעסאנטקייט, די סי בי עס אנקעטעס פון אייאווע און ניו העמשיר, זענען גענוג צו קוואליפייען עמי קלאבאשער, באקומענדיג 2 אנקעטעס פון 7 פראצענט שטיצע אין ערלי סטעיט אנקעטעס.


קלאבוטשער'ס קוואליפייען קומט איר ערליך. איך פארגין איר באמת און ווינטש איר אסאך הצלחה ביים דעבאטע.

אבער פאקט בלייבט אז עס איז נישט געווען ערווארטעט אז אלע וואס זענען ווערט צו קוואליפייען זאלן עס מאכן אין בלויז צוויי אנקעטעס, והא ראיה אז עס איז דא נאך א וועג צו קוואליפייען, מיט פיר אנקעטעס. און פון ווען די דנס האט געמאלדן די רעקווייערמענטס איז נאכנישט מעגליך געווען פאר נאך א קאנדידאט צו קוואליפייען אויף דעם וועג, ווייל עס איז נאך פשוט נישט ארויסגעקומען פיר דעבאטעס.

דאס איז כאילו איך וואלט באשטימט ביי מיר אינדערהיים אז די וואס זייער דריידל איז געפאלן דריי מאל אויפן ג' זענען געווינער (אריינגערעכנט אפאר וואס זייער דריידל איז שוין אזוי געפאלן אין די פארגאנגענע 15 מינוט), אבער דא וואלט איך מער נישט געלאזט דרייען דעם דריידל מער ווי צוויי מאל. אלע מיינע קינדער וואלטן געשריגן אז דאס איז נישט פעיר, דאס טייטשט אז איך האב גלייך באשטימט ווער איז דער געווינער, אן קיין טעמים, און דאס דריידל דינט דא נאר פאר א כסות עינים.

עס איז ניטאמאל געווען ערווארטעט אז זיי זאלן עס מאכן אין פיר אנקעטעס, והא ראי' אז זיי האבן נישט באשטימט אז מען דארף האבן 5% אין יעדע אנקעטע (אדער אפילו א עוורעדזש פון 5%), נאר עס דארף געלונגען פיר מאל ארויס פון דרייסיג בערך.

די ארטיפישעל מאנגל אין אנקעטעס צוזאמען מיט די אומבויגזאמע רולס האט עס געמאכט אויסקוקן כאילו קלאבוטשער איז מיילן העכער פון יענג און סטייער, ווען פאקטיש איז קלאר אז יענג האט אסאך שטערקערע שטיצע פונעם פאלק (איך מיין אז די גרעסטע יענג סקעפטיקער וועלן דאס מודה זיין) און סטייער איז בערך די זעלבע ווי קלאבוטשער.

יענג האט אויפגעטריבן איינס און א האלב מאל אזויפיל אין Q4 ווי קלאבוטשער.
יענג האט אויפגעטריבן זעקס מיליאן דאלער מער אין 2019 ווי קלאבוטשער.
יענג'ס פאנדרעיזינג איז געוואקסן 871% פון Q1 צו Q4, קלאבוטשער'ס 119%.
יענג האט נאנט צו דאפלט אזויפיל אינדיווידואלע ביישטייערער ווי קלאבוטשער.
אפילו אין די אנקעטעס, וואס שאצן לכאורה איבער קלאבוטשער'ס שטיצע פאר די זעלבע סיבות וואס זיי שאצן אונטער יענג'ס (זי האט די עלטסטע שטיצער און פון די מערסטע ווייס), איז דאך יענג פאראויס אין עוורעדזש.
און דאס אלעס האט יענג באוויזן מיט אסאך ווייניגער ווי העלפט פון איר מידיא דעקונג, עסטאבלישמענט שטיצע, נעים רעקאגנישאן און נעשאנאל פראופייל.

א סיסטעם וואס קוואליפייד איר אבער נישט אים איז אבוויעסלי צובראכן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 08, 2020 5:29 pm

מאנמאוט קומט מארגן ארויס אי"ה מיט א ניו העמשיר אנקעטע.

אויב יענג האט דארט אפילו 7% איז דאס אליינס נאכנישט גענוג צו קוואליפייען, אבער עס קען ארויסקומען נאך אנקעטעס ביז דעם דעדליין פון פרייטאג צונאכטס 12:00.

אבער, אויב ווייזט עס אז יענג האט כאטש 5%, ווייזט עס אז ווען נישט די אנקעטע טריקעניש וואלט ער מסתמא קוואליפיצירט, און דאס קען אים געבן א שטארקע טענה.

אויך געבט עס אים די צווייטע פון די 4 קוואליפיצירטע אנקעטעס, און אפשר וועט זיין נאך.

אלע אנדערע קאנדידאטן חוץ די 5 קאוואליפיצירטע האבן כמעט קיין שום שאנס צו זיין ביים דיבעיט, זינט זיי אלע האבן ביז דערווייל קיין איין לעצטיגע אנקעטע ווי זיי האבן בכלל 5%, אדער אין בלומבערגס פאל, וויבאלד ער האט בכלל נישט קיין דאנערס.

חזרה, יענג האט איין קוואליפיצירטע אנקעטע פון 5%.
מען דארף אדער 4 אנקעטעס פון כאטש 5 פראצענט שטיצע אין 4 נאציאנאלע און/אדער ערלי סטעיט אנקעטעס. אדער אויב מען האט כאטש 7% אין 2 ערלי סטעיט אנקעטעס.

די דעבאטע וועט אי"ה פארקומען דינסטאג אין אייאווע.

אויב אימפיעטשמענט וועט מאכן אז די סענעטארן וועלן נישט זיין עוועליבעל, וועט מען עס ריקן.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל ער איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך ינואר 08, 2020 5:44 pm

מאנמאוט שטעלט געווענליך יענג אויף די נידריגע זייט, רעלאטיוו צו אנדערע פאולסטערס, (זיי האבן אים לעצטע מאל געגעבן 3% אין ניו העמפשיר, קעגן 5% וואס אנדערע האבן אים געגעבן), אבער זיי זענען כאטש בעסער ווי יוגאוו.
7% גלייב איך נישט אז זיי גייען אים געבן, אבער אפשר יא 5%.
אויב דאס אויך נישט, וואלט טאקע בעסער געווען פאר יענג ווען זיי קומען ווען בכלל נישט ארויס...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מיטוואך ינואר 08, 2020 5:46 pm

די אייאווע דעבאטע האט שוין אמאל געהאט עפעס א שטארקע אימפעקט אויף די רעיס לטב ולמיטב פאר קאנדידאטן?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 08, 2020 10:06 pm

עס איז דא א מאן דאמר אז טראמפ האט פארלוירן אייאווע, ווייל ער איז נישט געקומען צו די אייאווע דעבאטע.

ער האט געבלאזן אויף קעלי וואס איז געווען יעמאלט ביי פאקס, און זי האט עס מאדערעיטעד.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל ער איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:37 am

@יענג2020 די פראבלעם איז, אז יענג באקומט נישט דווקא זיין דאונעישנס און אנליין שטיצע פון ער לי סטעיטס, סאו וואס יענג דארף יעצט די מערסטע איז זיך נאר נאכמער באקאנט מאכן.

סאו אויב יענג קוואליפיצירט נישא פארן דעבאטע, געב איך אויף אויף אים.
האפנטליך העט ער צוריקקומען אין פיר יאר ארום ווען די דעמאקרטישע פארטיי העט שוין האבן געלערנט זייער לעסן. (איך האלט אז ער דארף נישט לויפן אויפן דעמאקראטישן פארטיי אפילו)

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:39 am

ער וועט צוריקומען ווען אלע ראבאטס וועלן שוין האבן שטים רעכטן... (נאר א וויץ)
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:15 am

טראמפ האט פארלוירן אייאווע ווייל ער איז נישט געקומען צו זייער דעבאטע ווען ער וואלט געקענט קומען. די אייאווענס זענען זייער שטאלץ מיט זייער סטאטוס אלס ערשטע וויילער און האלטן זיך פאר ערנסטע בירגער וואס לייגן אריין צייט און קאפ בעפארן מאכן זייער אויסוואל. באיקאטירן זייער דעבאטע איז פאר זיי א פראסק אין פנים וואס זיי האבן נישט געוואלט אראפשלינגען.

נישט אנקומען צו די דעבאטע ווייל עס זענען נישט ארויסגעקומען גענוג אנקעטעס אים צו קוואליפייען איז אינגאנצן עפעס אנדערש.


קיין איין קאנדידאט באקומט נישט קיין ערנסטע פראצענט פון זיינע דאונעישאנס פון די פריע שטאטן. אבער אנדערש פון אלע אנדערע (חוץ פון די פראנט ראנערס), וואס זייער הויפט שטיצע קומט פון א ספעציפישע ראיאן (קלאבוטשער פון מינעסאטע, בוקער פון ניו דזשערזי, אא"וו), איז יענג'ס שטיצע כאטש פיין אויסגעשפרייט איבערן לאנד.

יענג האט באזונדערע סוברעדיטס פאר יעדע פון די פריע שטאטן מיט איבער טויזנט איינגעשריבענע. קיין איין אנדערע קאנדידאט האט נישט גענוג צו מאכן באזונדערע סוברעדיטס בכלל. (פארשטייט זיך אז דאס האט אויך מיט דעם וואס יענג'ס שטיצערס זענען מער אקטיוו אנליין)


אויב קומען ארויס אנקעטעס פון גוטע פאולסטערס, און זיי צייגן אז יענג'ס שטיצע אין די פריע שטאטן האלט נישט אין ערגעץ, קען איך פארשטיין פארוואס איינער זאל אויפגעבן, (נאכן אננעמען אז זיי שאצן אים נישט אונטער, וואס זיי טוען יא). אבער אויב וועט יענג נישט קוואליפייען צו די דעבאטע (ווי עס קוקט יעצט אויס) צוליב "טעכנישע סיבות", מיינט דאס אז דו האסט געלאזט די דעמאקראטישע פארטיי דיר לערנען א לעסאן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:54 am

אויב איך מאך נישט קיין טעות האט טראמפ זיך געשטארקט דורך אייאווע, נאכ'ן איינזען אז זיינע ריזיגע פאול ציפערן נאציאנאל זענען קראנט און נישט אויפגעבלאזן ווי מאנכע האבן גע'טענה'ט.

אויך האט טראמפ פארלוירן שטיצע ווען רוביא האט זיך געהויבן דעם קאפ עטליכע טעג פריער און אריינגעקומען גאר נאנט צו טראמפ. דאס האט מער געהאט מיט רוביא'ס פאפולעריטעט ווי איידער טראמפ'ס דעבאטע.

די אלע וואס האבן דעמאלטס געזאגט אז טראמפ האט פארלוירן צוליב די דעבאטע, האבן פארדעם געזאגט אז טראמפ האט קיין שאנסן אין אייאווע... דעמאלטס זענען אלע געווען שאקירט פון זיין ריזיגן געווינס אריינצוקומען צווייט - וואס ווייניג האבן געגלייבט טראץ די גינסטיגע פאולס.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

נקדימון
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:42 am

Screenshot_20200109-094017.png
Screenshot_20200109-094017.png (611.19 KiB) געזעהן 492 מאל

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 11:17 am

מאנמאוט אין ניו העמפשיר

בוטידזשעדזש 20
ביידען 19
סאנדערס 18
ווארען 15
קלאובאשאר 6
גאבארד 4
סטאיאר 4
יענג 3

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 11:19 am

ראנג אשכול!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:42 pm

Goodmorning האט געשריבן:ער וועט צוריקומען ווען אלע ראבאטס וועלן שוין האבן שטים רעכטן... (נאר א וויץ)

ווען די ראבאטס וועלן האבן שטים רעכטן, וועלן זיי נישט שטימען פאר יענג...

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:51 pm

ווען די ראבאטס וועלן איבערנעמען די מאכט, וועלן זיי באטראכטן דעם פראבלעם פון פירן דאס לאנד ווי א optimization problem, און זיי וועלן איינפירן אז שטימעס ווערן גערעכנט לויט די IQ. יענג וועט דאן צוריקקומען און זיין דער פראנט ראנער... (נאר א וויץ)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:55 pm

צל עובר האט געשריבן:עס איז דא א מאן דאמר אז טראמפ האט פארלוירן אייאווע, ווייל ער איז נישט געקומען צו די אייאווע דעבאטע.

ער האט געבלאזן אויף קעלי וואס איז געווען יעמאלט ביי פאקס, און זי האט עס מאדערעיטעד.

איך מיין צו פרעגן אויב א קאנדידאט האט שוין געווינען אדער פארלוירן אייאווע ווייל ער איז געווען גאר גוט/שלעכט ביי די אייאווע דיבאטע

איך פרעג נישט אויב איינער האט שוין פארלוירן פארן זיך נישט צושטעלן אינגאצן צום "אייאווע פוירסט" סינדראם (ווי דו ברעגסט לגבי טראמפ)
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:53 pm

אין אייאווע טאקע ביי יענע דעבאטע האט רוביא געהייסן דער געווינער, און גאנץ שיין ארויף.

אין ניו העמשיר האבן שוין דעבאטעס אויך זיכער אויסגעמאכט, ביי בוש ווס רעיגן, און ביי קריסטי ווס רוביא.

איך קלער אז אויב איינער איז גוט/ שלעכט אבער נישט עקסעפשענעל גוט/שלעכט, ווייסעך טאקע נישט וויפיל עס מאכט אויס, אבער אויב איינער איז "עקסעפשענעל" גוט/שלעכט, אודאי מאכט עס אויס, אין 2012 האבן זיך אפאר מאל געטוישט די אנקעטעס נאך דעבאטעס.

און אפילו אין 2019 ביי ביידן ווס קאמאלע האט עס געהאט א שטארקע שארט טערם אפעקט.

------------------------

ענדרו, איך זאג נישט אנדערש, איך האב געקלערט טאקע אויב איך זאל עס בעסער ארויסברענגן, איך האב זיך איינגערעדט אז שרייבן פארוואס טראמפ איז נישט דארט געווען, וועט עס מאכן גענוג קלאר.

@עושר וכבוד, דער עולם האט זיך טאקע איינגערעדט אז די אנקעטעס שאצן וועי איבער טראמפ.

למעשה איז טראמפ געווען קלאר פאראויס אין אייאווע ביז די דעבאטע, און נאכדעם האט ער עס פארלוירן, דאס וואס דו זאגסט וועגן רוביא, איך גלייב נישט אז צופיל האבן געסוויטשט פון טראמפ דירעקט צו רוביא. אבער עס איז נאך מער, ביז יענע דעבאטע האט קיינער נישט געקענט עכט שיינען ביי א דיבעיט, ווייל אלעס האט זיך געדרייט ארום טראמפ, און טאקע ווייל טראמפ איז נישט געגאנגען, האט רוביא באוויזן עס גוט איינצוקעשן, און אפילו קרוז האט פארדינט אז ער האט אויסגעזעהן דארט פראנטראנער.

------------------

דע מוין רעדזשיסטער קומט ארויס מיט א אייאווע אנקעטע פרייטאג צונאכטס 5:00 אייאווע זייגער.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל ער איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 3:33 pm

@יענג2020 רוף שנעל אן דע מוין רעדזשיזטער און אפפער זיי אן אפותיקי אז זיי זאלן זיי גאר שטארק פארן קאנדידאט...
עס וועט בלייבן טאפ סיקרעט, אונז גיימיר נישט אויסזאגן פאר קיינעם..

דזשאסט קידינג
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 3:39 pm

וויפיל אנקעטעס דארף נאך יענג האבן?

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 4:33 pm

בר דעת האט געשריבן:וויפיל אנקעטעס דארף נאך יענג האבן?

3

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 4:35 pm

אדער 2 פון 7%.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 4:57 pm

איבער די שאלה צי נאכן פארפעלען די דעבאטע קען מען נאך געווינען, זע איך יעצט אז אבאמא האט פארפאסט די אייאווע דעבאטע אין Sept 20, 2007, און פארשטייט זיך אז ער האט געווינען אייאווע און די נאמינאציע.
(נישט אז די סיטואציע איז אינגאנצן די זעלבע, נאר א שטיקל פרעצעדענט).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 5:36 pm

Yang2020 האט געשריבן:איבער די שאלה צי נאכן פארפעלען די דעבאטע קען מען נאך געווינען, זע איך יעצט אז אבאמא האט פארפאסט די אייאווע דעבאטע אין Sept 20, 2007, און פארשטייט זיך אז ער האט געווינען אייאווע און די נאמינאציע.
(נישט אז די סיטואציע איז אינגאנצן די זעלבע, נאר א שטיקל פרעצעדענט).

טאקע? איך האב קיינמאל נישט געוויסט דערפון, טאקע אינטערעסאנט
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 5:38 pm

צוליב וועלעכע סיבה האט ער עס פארפאסט?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שווארץ אפעל און 27 געסט