בלאט 57 פון 64

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 10:20 am
דורך וויכטיג מאכער
געליינט אביסל איבער די דיבעיט, ווי יענג שרייבט, ווארען הייסט ביי מאנכע די געווינער, ווייל מ'האט איר אטאקירט, דאס איז א סימן אז זי איז די פראנט ראננער... ביי מאנכע א לוזער, ווייל זי האט געכאפט און נישט געהעריג געענטפערט בנוגע טעקסן די מידל קלאס...

כ'ווייס ווער ס'האט געוואטשט די דיבעיט, אבער נאר אן עליט מידיע - פערזאן קען טראכטן אז זי איז א געווינער ווייל מ'האט איר אטאקירט און דאס ווייזט אז זי איז די פראנט ראננער... ווען איינער כאפט און קעניש ענטפערן איז זי א לוזער אין די אויגן פון יעדן נארמאלן מענטש!

ביידן איז נישט געווען כמעט צום האבן, און די אבוויעס פראגע איבער זיין זוהן האנטער'ס ביזנעס האטער אפגעבוטשערט... און איך האלט אז טאקע ווייל די מאדערעיטארס האבן עס געפרעגט אזוי איידל מיט זיידענע הענטשעך, דאס האט גורם געווען אז די ענטפער זאל נישט קענען זיין צו קריספי...

פון די נייעס קוקט אויס אז בוטעדזשעדזש האט געהאט א גוטע דיבעיט און די זעלבע איז מיט קלאובעטשער...

סאנדערס האט נישט געהאט עפעס מעידזשער, אבער ער האט עטליעסט געוויזן אז ער איז בכח צו גיין ווייטער...

אויש, איך טרעף נישט בעטא, דער אמאליגער שטערן ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ אפילו צווישן די פארלירער...

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 10:27 am
דורך rutledge
צל עובר האט געשריבן:עס גייט נישט אן ביי וויטנעס טעמפערינג, א חשוב'ער עסקן פון וומס"ב איז דאך געזעצן אפאר וואכן פארן בלויז בעטן איינעם נישט עדות צו זאגן.

סא טראמפ פארדינט זיך אפי נישט א דזאדש זאל אפמאכן אז ער האט גיטעמפערט א וויטנעס נאר זיין גרעסטע שונאים דארפן באשלוסן און קיינער מעג נישט מחולק זיין

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 10:33 am
דורך שלמה הילדעסהיימער
די דריטע דעבאטע אין א רייע וואס א גרעסערע טייל פון די ערשטע שעה איז געווען געווידמעט פאר די מנין קאנדידאטן רעכטס פון ווארען (און די מאדערעיטארס) צו אטאקירן ווארען און סאנדערס איבער מעדיקעיר-פאר-אלל. יעדער מעג טון וואס ער/זי וויל, און ס'איז נישט קיין פאוני אישו, אבער איך מיין אז ספענדן צווישן דרייסיג און פינף און פערציג מינוט איבערצופרעגן אקוראט די זעלבע שאלה וואס איז שוין געפרעגט געווארן צוויי מאל, און דווקא אין אנהייב, איז איבערגעטריבן און נאריש.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 11:03 am
דורך שלמה הילדעסהיימער
:twisted:
Pete Buttigieg tells @NewDay that Warren offered more specifics on how many selfies she took than on healthcare...

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 11:26 am
דורך מטעמים
נישט קיין ספק אז בוטיזשעזש האט געראקט די נאכט, פארקערט ווי העריס און קאסטראו וואס ווען זיי ביידע האבען אטאקירט ביידען אין די פארגאנגענהייט, האט עס זיי סאומהאו שטארק בעקפייערד, פארקערט איז עס מיט בוטיזשעזש וואס איז שטארק אריינגעפארען אין ווארען און אין בעטא און עס איז געוועהן אזוי מין קלאסיש און איך מיין אז זיי האבען ביידע געכאפט הערשט נאך די דיבעיט וואס ער האט מיט זיי געטוהן.

יעצט דארף מען מיטהאלטען די פאולס צו זעהן צו בוטיזשעזש אינקריעסד, האפענטליך יא, ווייל מיט די צוויי אלטע זיידעס גייט עס גאראנטירען א באורינג פארמעסט מיט בוטיזשעזש זעהט אבער נישט אזוי אויס.

פארוואס וויל סי ען ען זעהן גאבארד אראפ פון די פארמעסט? עפעס איז געווארען געליעקט פון סי ען ען איבער די נושא און יענגס פאוסט דעבאטע אינטערוויו איז געוועהן סך בעסער ווי די גאנצע דעבאטע - איך בין נייגעריג פארוואס ער מאכט נישט קיין פאקס טאון האלל, ער קען א סך פארדינען פון אזאנס.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 11:29 am
דורך שלמה הילדעסהיימער
סאנדערס און ווארען גייען זיין באורינג, בוטידזשעדזש נישט... המממ

וויפיל בוטידזשעדזשס קענסטו?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 11:33 am
דורך מטעמים
האסט א פוינט אבער קאנסידערינג זיין נעכטיגע פערפארמענס זעהט ער אויס ווי איינער וואס קען יא די מלאכה.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 11:34 am
דורך מטעמים
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:סאנדערס און ווארען גייען זיין באורינג, בוטידזשעדזש נישט... המממ

וויפיל בוטידזשעדזשס קענסטו?

געמיינט סאנדערס און ביידען - ווארען איז א באבע און אירע דעבאטע פערפארמענס איז דערווייל געוועהן זייער איינגעהאלטען סאו עס איז אוממעגליך צו וויסען צו זי האט די לעבעדיגע דעבאטע מעגליכקייטען.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 11:50 am
דורך שלמה הילדעסהיימער
בוטידזשעדזש איז א צענטריסט און א דזשענטלמאן. גלייך צו ביידען נאר האלב זיין עלטער און האלב זיין כאריזמע.
א סאנדערס גייט זיין צען מאל אזוי לעבעדיג ווי א בוטידזשעדזש דעבאטע.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 11:50 am
דורך צל עובר
rutledge האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:עס גייט נישט אן ביי וויטנעס טעמפערינג, א חשוב'ער עסקן פון וומס"ב איז דאך געזעצן אפאר וואכן פארן בלויז בעטן איינעם נישט עדות צו זאגן.

סא טראמפ פארדינט זיך אפי נישט א דזאדש זאל אפמאכן אז ער האט גיטעמפערט א וויטנעס נאר זיין גרעסטע שונאים דארפן באשלוסן און קיינער מעג נישט מחולק זיין


ווען ער איז וווען נישט פרעזידענט לייגט מען אים אריין פאר א צייט אין חד גדיא דורך א ריכטער, אזוי ווי להבדיל יענעם עסקן, איז ער דאך ליידער יא, וויל זי כאטש אז טוויטער זאל נישט מיטארבעטן מיט זיינע קריימס.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 12:00 pm
דורך Yang2020
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויש, איך טרעף נישט בעטא, דער אמאליגער שטערן ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ אפילו צווישן די פארלירער...


לדעתי, אויב האט ער קלוגע עדווייזערס ציט ער זיך יעצט ארויס פונעם פארמעסט, ווען מען קען זיך נאך איינרעדן אז ער וואלט ווען געמאכט די נאוועמבער דעבאטע, און נישט ווען ער איז שוין א זיכערער לוזער.
לויט ווי עס קוקט אויס פון די נייעס, אז ער איז אריינגעקומען אסאך שוואכער ווי פאריגע מאל (וואס האט אים נאר געברענגט איין קוואליפייאינג אנקעטע), איז כמעט נישט מעגליך ער זאל עס נאך מאכן.


קלאבוטשער'ס ווערן פאררעכנט אלס געווינער קוקט מיר אויך אויס ווי א קעיס פון מידיא עליטס זען אנדערש ווי נארמאלע מענטשן. זי האט באקומען אסאך פראגן און גערעדט לאנג, אבער דאס איז נישט פונקט וואס זי דארף יעצט. מענטשן האבן שוין געהערט פון איר, קענען איר שוין, און רוב זענען נישט באגייסטערט. (דיסקלעימער: איך האב כמעט נישט אויסגעהערט)

די צוויי האבן אויך אויסגעגעבן דעם לעצטן קווארטל מער ווי זיי האבן אריינבאקומען, און האבן שוין נישט צופיל אין די באנק.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 12:02 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
וואס פאלט דיר ביי אז ער האט קלוגע עדווייזערס?

קלאבוטשער האט "געווינען" יעדע דעבאטע און האט זיך נישט גערירט פון אירע 1.5-1.8 אין א האלבע יאר.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 12:08 pm
דורך צל עובר
איצטערט נאך זיין נייע שיטה איבער חוקי תועבה איז דאך שוין עניוועי נישט שייך ער זאל לויפן פאר סענאט אין טעקסאס. סוי עס איז יעצט פרעזידענט אדער באסט.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 12:08 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
פארוואס איז נישט דא קיין שום אנקעטעס איבער די נעכטיגע דעבאטע?
אויב איך געדענק גוט איז שוין די צייט געווען עפעס אנקעטעס נאך פארגאנגענע דעבאטעס.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:28 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
ענדליך עפעס סייענטיפישע אנקעטע ציפערן פונעם דעבאטע.

איפסאס פאר 538.קאם

There's a lot of good news in here for Buttigieg and Klobuchar.

And among the top 3, definitely more good news for Warren than for Biden or Sanders.

https://t.co/ZaBKgSt54A

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:40 pm
דורך צל עובר
לויט ווי איך פארשטיי, אויב ביידן איז ארויף, הגם בלויז א פיצי, האט ער דאך זיכער נישט "פארלוירן" די דעבאטע. אויך זעהט מען אז ער איז דער העכסטער סיי וועם מען קאנסידערט צו שטיצן, ער איז איינס אונטער ווארן מיט פעווארביליטי, און איז ווייטער דער שטערקסטער אויף עלעקטעביליטי, הגם ער האט דארט יא עפעס פארלוירן.

IMG_20191016_152030.jpg
IMG_20191016_152030.jpg (77.68 KiB) געזעהן 512 מאל

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:40 pm
דורך וויכטיג מאכער
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די דריטע דעבאטע אין א רייע וואס א גרעסערע טייל פון די ערשטע שעה איז געווען געווידמעט פאר די מנין קאנדידאטן רעכטס פון ווארען (און די מאדערעיטארס) צו אטאקירן ווארען און סאנדערס איבער מעדיקעיר-פאר-אלל. יעדער מעג טון וואס ער/זי וויל, און ס'איז נישט קיין פאוני אישו, אבער איך מיין אז ספענדן צווישן דרייסיג און פינף און פערציג מינוט איבערצופרעגן אקוראט די זעלבע שאלה וואס איז שוין געפרעגט געווארן צוויי מאל, און דווקא אין אנהייב, איז איבערגעטריבן און נאריש.



זי האט א ברירה צו ענטפערן קלאר, ווילאנג זי ענטפער נישט וועלן אירע אפאונענטס טרייען צו סקארן אויף איר וויפיל ס'גייט!

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:42 pm
דורך וויכטיג מאכער
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:בוטידזשעדזש איז א צענטריסט און א דזשענטלמאן. גלייך צו ביידען נאר האלב זיין עלטער און האלב זיין כאריזמע.
א סאנדערס גייט זיין צען מאל אזוי לעבעדיג ווי א בוטידזשעדזש דעבאטע.



ווערט געזוכט די ביידן כאריזמע...

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:43 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
זינלאז און א disservice צו די מיליאנען וויילער וואס קומען אויסצוגעפונען פרישע אינפארמאציע.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:30 pm
דורך Yang2020
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ענדליך עפעס סייענטיפישע אנקעטע ציפערן פונעם דעבאטע.

איפסאס פאר 538.קאם


די אנליין אנקעטעס זענען שוין באלד מער ווערט...
איך ווייס נישט פארוואס נעיט סילווער לערנט זיך דאס נישט, אבער די סארט אנקעטעס זענען קיינמאל נישט געווען מער ווי אינפא-טעינמענט. פאריגע מאל האט קלאבוטשער "פארדינט" אסאך מער ווי יענג, און העריס' פערפארמענס האט געדארפט צו זיין בעסער.

אגב, 3360 זענען געפרעגט געווארן בעפארן דעבאטע, 1761 דערנאך, פון וואס נאר 712 האבן מיטגעהאלטן די דעבאטע.
אויב ווילן זיי מעסטן וויפיל די דעבאטע האט אויסגעמאכט אויף די וואס האבן נישט מיטגעהאלטן, דארפן זיי געבן אפאר טעג פאר פרישע אינפארמאציע זיך צו פארשפרייטן. אדערווייז איז עס סתם אזוי גארנישט ווערט.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:40 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
מוזט נישט גלייבן, און קלאר אז מידיע דעקונג אין די טעג נאך א דעבאטע מאכט אסאך אויס (אפשר מער, אין די לאנג ראן). אבער דאס איז די בעסטע דאטא וואס מען האט אויף די מינוט. (און ניין, גאבבארד אדער יענג זענען ווארשיינליך נישט די נאמיני, אפגעזען וואס דראדזש און וואשינגטאן עקזעמינער שטרוי אנקעטעס זאגן).

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:52 pm
דורך ליבלעך
8.3 מיליאן מענטשן האבן מיטגעהאלטן די פערטע דעבאטע.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:53 pm
דורך נעכטן
ליבלעך האט געשריבן:8.3 מיליאן מענטשן האבן מיטגעהאלטן די פערטע דעבאטע.

נאך ארום ניין מיליאן אונליין סטריעמינג

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:25 pm
דורך עציץ נקוב
צל עובר האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:עס גייט נישט אן ביי וויטנעס טעמפערינג, א חשוב'ער עסקן פון וומס"ב איז דאך געזעצן אפאר וואכן פארן בלויז בעטן איינעם נישט עדות צו זאגן.

סא טראמפ פארדינט זיך אפי נישט א דזאדש זאל אפמאכן אז ער האט גיטעמפערט א וויטנעס נאר זיין גרעסטע שונאים דארפן באשלוסן און קיינער מעג נישט מחולק זיין


ווען ער איז וווען נישט פרעזידענט לייגט מען אים אריין פאר א צייט אין חד גדיא דורך א ריכטער, אזוי ווי להבדיל יענעם עסקן, איז ער דאך ליידער יא, וויל זי כאטש אז טוויטער זאל נישט מיטארבעטן מיט זיינע קריימס.

דו האסט שוין גפסקנט אז דאס הייסט וויטנעס טעמפערינג אבער אפילו אויב יא קומט אים די מערסטע אויסצומעקען די טוויטס וואס זענען ראונג און דאס וואס זי וויל אז מען זאל אים אראפ ווארפען איז די סיבה ווי איך האב געשריבען אויבן
זיי רוקן זיך צוביסלאך פון סאשעליזים צו קאמיוניזים

חוץ א מעשה אפילו אויב איז עס יא א פעולה פון וויטנעס טעמפערינג איז עניוועיס נישט שייך די גאנצע זאך ווייל עס איז נישט א קאורט קעיס ווייל אויב יא קומצעך אים DUE PROCESS וואס דאס ווילסטע נישט

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:38 pm
דורך עציץ נקוב
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די דריטע דעבאטע אין א רייע וואס א גרעסערע טייל פון די ערשטע שעה איז געווען געווידמעט פאר די מנין קאנדידאטן רעכטס פון ווארען (און די מאדערעיטארס) צו אטאקירן ווארען און סאנדערס איבער מעדיקעיר-פאר-אלל. יעדער מעג טון וואס ער/זי וויל, און ס'איז נישט קיין פאוני אישו, אבער איך מיין אז ספענדן צווישן דרייסיג און פינף און פערציג מינוט איבערצופרעגן אקוראט די זעלבע שאלה וואס איז שוין געפרעגט געווארן צוויי מאל, און דווקא אין אנהייב, איז איבערגעטריבן און נאריש.

איך פארשטיי אז דו האסט א פראבלעם מיט די שאלה ווייל עס שטעלט דיין קאנדידאטקע אין א פראבלעם אבער דאס איז באמת איינער פון די וויכטיגסטע זארגן פון די אמעריקאנע פאבליק און די מידיע האט געהאלטען און איין פאמפען פאולס אויף דעם ווען עס האט זיך זיי געלוינט
(גראדע אלעס וואס איך האב פארויס געשריגען פארוואס אבאמא קעיר מאכט א חורבן און סאך מער קליא ווי עס טוט אויף איז מקוים געווארן און איך זאג פאר נאך ערגער אויף ווארן-סענדערס פלאן עיין אין אנדערע פלעצער ווי איך האב געשריבן פרטים)