דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:06 pm

הרב יענג, גאנץ א שטארקע שטיקל צוגעצייכענט. דער זאגט דאך מורא'דיג קלארע זאכן בנוגע די ציל פונעם דעבעיט (ס'כדאי אדורכצוליינען - אויב מ'פארשטייט גוים שפראך - פאר מ'טענה'ט זיך איבער ווער האט געוואונען/פארלוירן דעם דעבעיט), ס'טוישט די גאנצע בליק.

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז צו באקומען נעים-רעקאגנישאן, נאכדעם וואס א קאנדידאט האט שוין נעים-רעקאגנישאן קען ער זאגן וואס ער האט צו זאגן, ווילאנג ס'נישא דא נעים-רעקאגנישאן האט נישט קיין שום פשט צו אטאקירן (אפילו רעדן סתם האט אויך נישט קיין פשט).
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:38 pm

וויכטיג מאכער, דו ביסט אוודאי גערעכט אז ער האט אויך פארלוירן, דאס איז נישט קיין שאלה. די פראגע איז נאר צו ער האט נישט אויך פארדינט פון די צווייטע זייט, און צו זיין נעט געין איז נישט עפעס וואס האט זיך געלוינט און ער וואלט עס שווער געקענט מאכן אויף א צווייטע וועג.

איך האב נישט צופיל צוצולייגן צו וואס איך האב שוין געשריבן, נאר צוויי זאכן. ער האט דיר געהאט "געכאפט" מיט זיין אנאונסמענט, און ער האט דיר פארלוירן. מיינט דאס אז דו וואלסט געשטימט פאר אים? דאונעטעד? אנדערש געשטיצט? איך מיין אז ניין.
זיכער איז דאס נאך אלץ א פארלוסט, אבער עס איז נישט tangible, און זיינע פארדינסטן זענען יא.

און צווייטנס, וואן אישו קאנדידאט. איך פארשטיי אז אזא אימפרעשאן האט ער געקענט מאכן אמאל. אבער ביי די דעבאטע האט ער נאר דערמאנט דער פרידאם-דיווידענד צוויי מאל, איינמאל ביים אריינפיר און די צווייטע מאל ברמז ביים רעדן וועגן שולעס. אלעס עפעס אנדערש האט ער געענטפערט צום פוינט מיט ארגינעלע מיינונגען, און ער האט דווקא יא געוואוסט וואס ער זאגט...

חוץ פון דעם וואלט איך ערווארטעט מאדערעיטערס זאלן מאכן א טראפעלע האומווארק, וואלטן זיי אנדעקט אז ער איז דער לעצטער וואס קען באצייכנט ווערן וואן אישו קאנדידאט. ער האט צען מאל מער פאליסיס ווי אנדערע קאנדידאטן, (איבער 120), און זיינע פאליסיס זענען עקסטרעם דיטעילד. עליזאבעט "איך האב א פלאן פאר דעם" ווארען קומט בכלל נישט צו צו אים. ער האט שוין איינמאל א מיינונג אויף אלעס אין אלעמען, און קען דיר אויפן פלאץ בארעגענען מיט סטאטיסטיקס און טעאריעס און געדאנקען אויף יעדע אישו וואס דו ברענגסט נאר ארויף. אים צוצוגלייכן צו הערמאן קעין איז... bizarre, מילד גערעדט.

ווילסט ספעסיפיקס? זיין גאן פאליסי איז הערליך בעלענסד און ניואנסד, (און ניין, גארנישט מיט UBI), א בליק פון דריי סעקונדעס אויף זיין בלאט ווייזט שוין אז ער איז אייגנארטיג און גייט נישט אריין אין די באקסעס פון "כאפ צו אלע גאנס" קעגן "כאפ נישט צו", אבער ער איז דער איינציגסטער וואס איז בכלל נישט געפרעגט געווארן איבער גאנס.

זיין קלימאט טויש פלאן איז זייער רייך און באלד און קאמפריהענסיוו פאר א קלענערע פרייז ווי אנדערע, און רעכנט אריין פראבלעמען און סעלושענס וואס אנדערע רירן בכלל נישט אן, אריינגערעכנט די זיכערע טאריום ריעקטארס. (כאטש ווארען האט געזאגט אז מיר דארפן נוצן אלע טולס איז זי אבער נישט די וואס נוצט אלע טולס, יענג איז, און UBI איז גראדע נישט איינס פון זיי). אבער כאטש ער האט געהאלטן זיין האנט די גאנצע צייט ווען קלימאט טויש איז דיסקוסירט געווארן, איז ער בכלל נישט גערופן געווארן (איך מיין אז מיט דעם איז ער אויך דער איינציגסטער).

דאס האב איך געמיינט צו שרייבן אויבן איבער lack of education פון די מאדערעיטערס. זיי ווייסן נישט וואס צו פרעגן און נישט פון וועם דאס צו פרעגן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
ביידען2020
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

תגובהדורך ביידען2020 » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:23 pm

לויט וויפיל איך האב געליינט פון עקספערטן און פארשטייער למיניהם ערווארט מען א ערנסטע שפרינג אין די אנקעטעס פאר דזשאו נאכפאלגענדיג די סוקסעספולע דעבאטע נאכט



דער אפיציעלער ווידיאו פון די הויכפונקט מאמענטן פון דזשאו ביים דעבאטע, ארויסגעשטעלט דורך זיין קאמפיין

image.png
image.png (338.28 KiB) געזעהן 1729 מאל
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:04 pm

מען הערט לעצטנס אזוי פיל מאל רעפערירן צו טראמפ 2016, ווי כאילו דאס וואס האט געארבעט פאר אים איז געווען אז יעדער האט גערעדט פון אים, סא אויב א קאנדידאט מאכט מען זאל רעדן פון אים, איז ער אויטאמאטיש א געווינער, איך בין אבער בכלל נישט קאנווינסד אזוי

גיטס נאר א קוק אויף די תגובה

להגדיל שמו האט געשריבן:קודם דארף מען פארשטיין וואס עס מיינט געווינען די דיבעיט אז מען זאל קענען זאגען ווער עס האט געווינען.
ביי די דיבעיט איז קיינער נישט ארויס קיין געווינער! קיינער האט נישט געמאכט אן אמתדיגע שטארקע סטעיטמענט וואס די מידיע זאל רעדן דערפון פאר די נעקסטע פאר טעג/וואכען.
ביי די 2016 דעבעיטס האט מען עס געקענט זען גאר שטארק, ווען ביי יעדע (אדער כמעט יעדע) דיבעיט איז מען געווען ביזי ווי טראמפ האט מיעס פארלוירן די דיבעיט, אבער למעשה ווען מען קוקט צוריק יעצט מיט א ניכטערע בליק זעט מען אז ער האט עס געווינען. די גאנצע נייעס סייקל די קימענדיגע טעג נאך די דיבעיט איז געווען דאנאלד טראמפ!
אויב עפעס ארויס נעמען פון די נעכטיגע דיבעיט איז די זיכערע לאזערס, און דאס איז קאסטרא.


דער איז זיך דאך סותר מיני' ובי'!!
אויב זיין אין די נייעס איז וואס הייסט א געווינס, קיינער כמעט גלייב איך איז נישט געווען אזוי שטארק אין די נייעס ווי קאסטרא, (לויט ווי איך האב פארשטאנען פון אפאר קאמענטס דא)
סא, לויט די מהלך, איז דאך קאסטרא גאר דער געווינער פון די נאכט!

נאר וואסזשע דען, עס איז נישט דווקא נאר פארבינדן מיט זיין אין די נייעס, דעבלאזיא איז אויך געווען שטארק אין די נייעס, אין אנהייב, אבער עס האט אים געהאלפן א הויקער, טראמפ אין 2016, איז געווען אין די נייעס פאר א קעמפער, א בולי, גייט זיין וועג אלל די וועי, שלאגט זיך מיט די עליט, דאס איז וואס עס האט אים געהאלפן. יא, טאקע אין די פראפעשנעל קאלידזש גראדואירטע וועלט, האט מען אים אנגעקוקט ווי א מטורף א אומערצויגנס (איז עס נישט אמת?..) אבער מיליאנען איבערן לאנד, האבן געזען אין אים א מוסטער וואס זיי דארפן, איינער וואס גייט קעמפן פאר זייערע רעכטן, וכו' וכו'

און דער אמת איז אויך ווי איך האב געשריבן אויף יענג, אסאך לאכן פון זיין דיבעיט פארשלאג, אבער וואס רעכנט, איז נישט די מיינונג פון די פאנדיטס, נאר די מיינונג פון וויילער, און נישט אלע וויילער האבן געלערנט קאמאן קאור אלס קינדער... איז זייער שווער צו פארשאצן וויאזוי זיי גייען עס אויפנעמען

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:33 pm

לויט וויפל איך האב מיטגעהאלטן דעם יענג גייט ער נישט אנקומען צו ווייט ווייל ער איז זייער א שוואכער קאנעקטער ער רעדט אין ער פירט זיך אויף זייער ראבאטיש
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:03 pm

בכלל קומט מיר צו לאכן ווען מען קאמפערט יענג צו טראמפ. טראמפ איז אראפגעקומען מיט זיין עסקעלעט יוני 16 יארע 15' האבענדיג איין גאנצע פראצענט אין די אנקעטעס, א וואך דערויף איז ער געשטאנען די העכסטע פון אלע קאנדידאטן און דאס האט אנגעהאלטן עד זיבולא בתרייתא, כאטש וואס יעדן טאג האט מען געהאלטן אז היינט גייט עס פלאצן.

לעומת זה מאכט יענג אויסערגעווענליכע פארשריט ווען נאכן זיין אינעם פארמעסט פאר 5 חדשים איז ער ארויף פון 2 % צו גאנצע 3%.

ניטאמאל איז ער ענליך צו פיארינע...
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:14 am

בוידעם, נאר זיכער צו מאכן. דו נעמסט די 2016 רעפובליקאנע פריימעריס, וואו עס איז נישט געווען קיין קלארער פראנט ראנער, וואו דער עסטאבלישמענט טשויס איז געווען דער שוואכער דזשעב פון די אומבאליבטע בוש דינאסטיע, וואו וואלקער האט אים צומישט די קארטן, וואו יעדער האט געהאט א צייט ווען ער האט געווינען (יא, אפילו פיארינע), און וואו עס איז אריינגעשפרינגען דער אלט-באקאנטער מויל מאכער און פאליטישע דעה זאגער און טיווי פערסאנאליטי און מולטי-ביליאנער און האוזהאולד ברענדנעים טראמפ און ער האט גלייך איבערגענומען זיין באזע. (אה, פאר ער איז אריין אינעם פארמעסט האט ער געהאט 1%, טאקע א שטארקע ראיה).

און דאס שטעלסטו צו צו די יעצטיגע דעמאקראטישע פריימעריס, וואו דער פראנט ראנער איז די גאנצע צייט פאראויס מיט כאטש 10 פראצענט, וואו דער עולם איז אסאך באקוועמער מיטן עסטאבלישמענט אויסוואל און זוכט דווקא די סעיף טשויס, וואו די נעקסטע 35 פראצענט זענען פארכאפט דורך לאנגיעריגע פאליטישע מאשינען, וואו קיינער חוץ פון יענג און ווארען האבן נישט געוויזן קיין סטעדי טרענד אויף ארויף, און וואו עס איז געקומען דער גענצליך אומבאקאנטער און איינגעהאלטענער יענג וואס האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק, נישט געווען אויף טיווי, איז נישט קיין מולטי-ביליאנער, און איז גאר אן עזשיען-אמעריקען און קינד פון אימיגראנטן צו אלע מעלות. און ער איז געגאנגען פון 0% צו 3% (ניין, נישט פון 2%. נאכנישט קיין חודש פארביי פון ווען יש ברירה האט געהאמערט מיט זיין 1.3%).

פיין מיט מיר, נאר קיין דובנער מגיד וועסטו שוין נישט אויסוואקסן :smile:

(שוין נישט אריינרעכנדיג אנדערע פאקטארן, ווי אז דאס אלעס האט ער דערגרייכט מיט די נידריגסטע בודזשעט און ווייניגסטע מידיא דעקונג, און אז זיין מעסעדזש איז נישט אזוי סימפל ווי בוי די וואנט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:18 am

אין כל חדש האט געשריבן:קיינער כמעט גלייב איך איז נישט געווען אזוי שטארק אין די נייעס ווי קאסטרא, (לויט ווי איך האב פארשטאנען פון אפאר קאמענטס דא)


אז יעדער האט אים פארדאמט פאר זיינע ווילדע אטאקעס מיינט נאכנישט אז ער איז פון די וואס דאמינירן די נייעס.
די זאכן זענען גרינג צו וויסן היינט. לויט spectrym.news איז סעפטעמבער 12 (די טאג פון די דעבאטעס) קאסטרא געווען דער צענטער, פאר רעפערענס איז יענג געווען דער דריטער.
סעפטעמבער 13 איז קאסטרא געווען דער צווייטער, טאקע א שיינע שפרינג. יענג איז געווען דער זעקסטער.
סעפטעמבער 14 איז קאסטרא שוין צוריק געווען דער ניינטער. יענג איז געווען דער פינפטער.
סעפטעמבער 15 איז קאסטרא געווען דער פינפטער, יענג דער זעקסטער.
היינט איז דערווייל דא צוויי ארטיקלען אויף קאסטרא, פינף אויף יענג.

דאס ווייזט וואס איך האב געשריבן אויבן. יענג האט טאקע נישט געמאכט קיין בענג, אבער ער ווערט געדעקט יעדן טאג פון די פינף-זעקס העכסטע און צומאל מאכט ער עס אפילו דער דריטער (אין קאנטראסט צו פריער, ווען ער איז בכלל נישט געדעקט געווארן לויט זיין שטאנד אין די אנקעטעס און געדארפט האבן מזל געדעקט צו ווערן אין די ערשטע צען).
קאסטרא מאכט גרעסערע שפרינגעס (דער ערשטער איז ער קיינמאל נישט), אבער דאס איז נישט עפעס וואס האלט זיך.


אבער זיכער איז אמת וואס דו שרייבסט, אז סתם זיין אין די נייעס פארזיכערט נאכנישט קיין זיג. דאך, ווען א קאנדידאט'ס לימיטינג פעקטאר איז נעים רעקאגנישאן, איז זיכער מאכן אז ער ווערט געדעקט כאטש אזויפיל ווי לויט זיין ראנג א שטארקע ציל.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:35 am

Yang2020 האט געשריבן:בוידעם, נאר זיכער צו מאכן. דו נעמסט די 2016 רעפובליקאנע פריימעריס, וואו עס איז נישט געווען קיין קלארער פראנט ראנער, וואו דער עסטאבלישמענט טשויס איז געווען דער שוואכער דזשעב פון די אומבאליבטע בוש דינאסטיע, וואו וואלקער האט אים צומישט די קארטן, וואו יעדער האט געהאט א צייט ווען ער האט געווינען (יא, אפילו פיארינע), און וואו עס איז אריינגעשפרינגען דער אלט-באקאנטער מויל מאכער און פאליטישע דעה זאגער און טיווי פערסאנאליטי און מולטי-ביליאנער און האוזהאולד ברענדנעים טראמפ און ער האט גלייך איבערגענומען זיין באזע. (אה, פאר ער איז אריין אינעם פארמעסט האט ער געהאט 1%, טאקע א שטארקע ראיה).

און דאס שטעלסטו צו צו די יעצטיגע דעמאקראטישע פריימעריס, וואו דער פראנט ראנער איז די גאנצע צייט פאראויס מיט כאטש 10 פראצענט, וואו דער עולם איז אסאך באקוועמער מיטן עסטאבלישמענט אויסוואל און זוכט דווקא די סעיף טשויס, וואו די נעקסטע 35 פראצענט זענען פארכאפט דורך לאנגיעריגע פאליטישע מאשינען, וואו קיינער חוץ פון יענג און ווארען האבן נישט געוויזן קיין סטעדי טרענד אויף ארויף, און וואו עס איז געקומען דער גענצליך אומבאקאנטער און איינגעהאלטענער יענג וואס האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק, נישט געווען אויף טיווי, איז נישט קיין מולטי-ביליאנער, און איז גאר אן עזשיען-אמעריקען און קינד פון אימיגראנטן צו אלע מעלות. און ער איז געגאנגען פון 0% צו 3% (ניין, נישט פון 2%. נאכנישט קיין חודש פארביי פון ווען יש ברירה האט געהאמערט מיט זיין 1.3%).

פיין מיט מיר, נאר קיין דובנער מגיד וועסטו שוין נישט אויסוואקסן :smile:

(שוין נישט אריינרעכנדיג אנדערע פאקטארן, ווי אז דאס אלעס האט ער דערגרייכט מיט די נידריגסטע בודזשעט און ווייניגסטע מידיא דעקונג, און אז זיין מעסעדזש איז נישט אזוי סימפל ווי בוי די וואנט)


קודם, טראמפ איז געווען ביי איין פראצענט שוין זייענדיג אינעם פארמעסט. ער האט ארויפגעשאסן ערגעץ אנהויב, ושם נשאר עומד, און אפילו ווען אנדערע האבן געהאט גוטע נומערן פאר עטליכע מינוט, איז ער געבליבן שטיין בתקפו (על אפי ועל חמתי....).

שנית, דו ברענגט דאך ארויס ממש די זעלבע וואס איך זאג. טראמפ איז נישט יענג, יענג איז נישט טראמפ. דאס איז דאך ממש וואס איך זאג.

אגב, דיין טענה אז דזשעב איז געווען א שוואכע קאנדידאט, איז נישט וואר. ער איז געווען פונקט אזוי שטארק ווי ביידן, עד שבא טראמפ הגדול וטרף אותו. און טאקע דאס מאכט מיר לאכן ווען מען יובל'ט אז יענג מאכט פארשריט וואס דערמאנט פון טראמפ, וואלט ער געווען ווי טראמפ, וואלט ביידן געווען ווי בוש. נישט נאר איז ער נישט ווי טראמפ, נאר ניטאמאל איז ער ווי קריסטי...

שלישית, צוזאמען שטעלן יענג מיט ווארן ווייל ביידע האבן א טרענד אויף ארויף, איז ווי זאגן אז א באלון מיט א פליגער זענען אייניג צוליב וואס ביידע פליען אויף ארויף.

באדעם ליין. יענג איז א סופער שוואכע קאנדידאט וואס ציט אן זייער ענג אין די אנקעטעס, לעומת טראמפ וואס האט געראקט היי סקיי.

אפילו די שטארקע קאנדידאטן ווי ווארן און סאנדערס רירן נישט אן טראמפ'ס קנעכל. טראמפ איז אנגעקומען ווי א בולדהאזער און פלאך געמאכט די ערד פון 5טע עוו. גראד צום ווייסן הויז. משא"כ ווארן און סאנדער'ס האקן מיט העק. יענג קומט בכלל נישט אריין אינעם בילד.

והעיקר שכחתי, גיין פון 0 צו 3 איז כמעט ווי בלייבן ביי זערא, ניטאמאל א נומער צו באמערקן.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:05 am

לאמיר נאר קלאר מאכן אז איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז יענג איז ווי טראמפ, פול סטאפ. דאס מערסטע וואס איך האב געשריבן איז אז פונקט ווי מען האט נישט פארשטאנען צו טראמפ'ס קאמפיין, און ער האט געווינען אין גרויסן טייל דווקא צוליבן שפילן נישט ריכטיג, האט יענג'ס קאמפיין אויך ענליכקייטן דערצו. און יענג אליינס קען אויך זיין א שטיקל "טראל" ווען עס פעלט אויס.

יעצט, איך האב נישט מיטגעהאלטן דעם פארמעסט פיר יאר צוריק, נאר גענומען מיין אינפארמאציע פון וויקיפעדיע. אויב איז עס נישט ריכטיג קענסטו עס פאררעכטן. דארט שטייט אז דזשעב איז געווען א שוואכער פראנט ראנער און נאר פאר א קורצע צייט, און וואלקער האט אים נאכמער אפגעשוואכט און געגעבן א געלעגנהייט פאר נידריגערע קאנדידאטן זיך צו הייבן. איך האב אויך פארשטאנען פון דארט אז טראמפ איז פון גאר פרי געווען שטארק.

יעצט האב איך נאכגעקוקט אויף רקפ. אין יוני 16 2015 איז בוש געווען 10.8%, א גאנצע פינפטל פון א פראצענט פאראויס פון וואלקער. דאס איז באמת א פארמידעבל פראנט ראנער...
טראמפ איז געווען צוויי וואכן שפעטער 6%, וואס איז טאקע אביסל אנדערש ווי איך האב עס אראפגעלייגט אבער טוישט נישט קיין סאך. צאמנעמען א בעיס קען נעמען אביסל צייט, אבער עס איז גאר עפעס אנדערש ווי באשאפן אנהענגערס יש מאין.

איבער דיין שנית, איך זאג אז דער פעלד ארום און אנדערע פאקטארן זענען שווערער פאר יענג ווי געווען פאר טראמפ, און דעריבער האט נישט קיין פשט צו זאגן אז יענג קען נישט באווייזן וואס טראמפ האט והא ראיה אז ער מאכט עס נישט אזוי שנעל און גרינג. טראמפ בכבודו ובעצמו וואלט עס אויך נישט געמאכט אזוי גרינג ווען ער האט ווען יענג'ס קעיס.

און דיין שלישית מיינט אוודאי ארויסצוברענגען אז יענג וואקסט אסאך מער פערצענטועל ווי ווארען, און ווארען האט נאכנישט באוויזן אז זי קען דאס וואס יענג. ריכטיג?...
אבער ערנסט, האב איך נישט געמיינט צאמצושטעלן ווארען מיט יענג, נאר קאנטראסטן זיי קעגן אלע אנדערע קאנדידאטן. וואס ווייזט וויפיל שווערער עס איז צו מאכן פארשריט ביי דעם עלעקשאן סייקל ווי געווענליך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:12 am

יענג'ס קאמפיין האט געמאלדן אז ארום א האלב מיליאן מענטשן האבן זיך איינגעשריבן צום פרידאם-דיווידענד טרייעל אין די ערשטע 72 שעות פונעם דעבאטע. איבער 90% פון זיי זענען פרישע אימעילס, נישט פון געוועזענע שטיצער.

זיי האבן אויך אויפגעטריבן איבער א מיליאן דאלער אין די צייט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:51 am

עניוועי.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 11:17 am

קומט אריין דא, מיין איך



When it comes to reelection, Donald Trump with boastful confidence stated, “The only thing I worry about is that some total unknown that nobody ever heard of comes along.”

Andrew Yang just might be that unknown.

This is an article about persuasion, not politics. And Yang seems to be the only Democratic candidate thus far that understands the psychology of persuasion.


און די אויספיר

During primaries, it’s understandable candidates need to throw red meat to the base to demonstrate their anti-Trump credentials. But the danger is that this message, a message that attacks Trump voters indirectly, will be broadcast too loudly or for too long and offend those who might actually switch their vote. The only hope of changing the minds of Trump supporters is to validate their problems and fears, point to a new villain and a bold solution, and finally, offer a meme-worthy compelling vision of the future.

A recent poll conducted by Economist/YouGov found that Andrew Yang and Bernie Sanders are the only Democratic candidates with double-digit support from previous Trump voters. As Yang further refines and repeats his message, and as the established candidates continue to talk about Trump, we can expect this support to only get stronger.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 4:55 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:

ווארען, מיט די העכסטע נעט פעיוואריביליטי אריינגייענדיג צום דעבאטע, איז געשטיגן מיט א פרישע 7.5 פונקטן און איז איינע פון די צוויי קאנדידאטן וואס האבן פארבעסערט זייערע אנפעיוואריביליטי ציפערן.
זי האט איבערגענומען ביידען מיטן באקומען די העכסטע פעיוואריביליטי ציפערן (ביידען איז מער באקאנט און זיינע אנפעיוואריביליטי ציפערן זענען באלד טאפלט איר'ס).
נאר בעטא האט א געזען בעסערע נעט פעיוואריביליטי טויש פונעם נאכט.
Screenshot_20190913-143228__01.jpg


Shift in Net Favorability
O'Rourke +8.6
Warren +7.5
Klobuchar +5.8
Booker +5.5
Buttigieg +5.5
Harris +3.8
Yang +2.6
Biden -0.2
Sanders -0.3
Castro -6.8

https://projects.fivethirtyeight.com/de ... mber-poll/


https://projects.fivethirtyeight.com/de ... mber-poll/
538 האט אפדעיטעד די נאמבערס
ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז דא א שיין ביסל טוישונגען, און געוויסע איז זייער פארשטענדליך, נאכדעם, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ביידען האט נישט פארגעסן, נאר קאסטרא האט עפעס שלעכט פארשטאנען, אבער אויף אנדערע האב איך נישט עכט קיין הסבר
(איך האב נישט באוויזן, צו האלטן שלמה'ס סקרינשאט, אויב ווייסט איינער ווי אזוי צו ציטירן א תגובה און לאזן די אימעדזש וויזיבל, אדרבה לאזט מיר וויסן אין אישי)

זי האט איבערגענומען ביידען מיטן באקומען די העכסטע פעיוואריביליטי ציפערן
נאך נישט

O'Rourke +8.6
+7.3
Warren +7.5
+4.4
Klobuchar +5.8
+3.7
Booker +5.5
+2.7
Buttigieg +5.5
+3.6
Harris +3.8
+1.1
Yang +2.6
-0.3
Biden -0.2
+1.4
Sanders -0.3
+0.3
Castro -6.8
-10.2

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:21 pm

אקעי, איי וויל טעיק איט.

Screenshot_20190916-170651__01.jpg
Screenshot_20190916-170651__01.jpg (198.42 KiB) געזעהן 1202 מאל
בעסטע פעיוואריביליטי פארן דעבאטע + בעסטע דעבאטע פערפארמענסעס.


Screenshot_20190916-170656__01.jpg
Screenshot_20190916-170656__01.jpg (112.15 KiB) געזעהן 1202 מאל
ביידען -0.8
ווארען 2.4+
סאנדערס 1.6-
העריס 2.5-

Screenshot_20190916-170708__01.jpg
Screenshot_20190916-170708__01.jpg (176.06 KiB) געזעהן 1202 מאל
פעיוואריביליטי 2.2 נידריגער ווי ביידען מיט איר אנפעיוואריביליטי גאנצע 8 פונקטן בעסער ווי אים.
זיין פעיוואריביליטי 1.6 העכער נאכן דעבאטע, איר'ס 4.7+.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:25 pm

בדוו
שלמה, אפשר פארשטייסטו וואס די פעיוואריביליטי נאמבערס אויפן ערשטן טשארט זענען? (דארט זענען א שיינע פאר העכער פון ביידען)
אפשר איז יענס די עוורידזש
און די אנדערע מער צום אונטן זענען איפסאס?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:42 pm

נישט העכער (חוץ ווארען). די ליסטע איז אויסגעשטעלט לויט די דיבעיט פערפארמענסעס (רעכטס).

קען זיין ער נוצט א צווייטע דורכשניט אדער אז ער רעכנט נאר די פעיוואריביליטי מינוס אנפעיוואריביליטי אן די 'אומבאקאנט' און 'אומבאשלאסן.' איך האב נישט די קאפ אדער נערוון דאס אויסצורעכנען יעצט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:46 pm

.
צוגעלייגטע
IMG_20190916_174605.jpg
IMG_20190916_174605.jpg (224.15 KiB) געזעהן 1151 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 6:19 pm

אנשאור קומט אריין שטארק!

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 6:28 pm

Yang2020 האט געשריבן:טראמפ איז געווען צוויי וואכן שפעטער 6%, וואס איז טאקע אביסל אנדערש ווי איך האב עס אראפגעלייגט אבער טוישט נישט קיין סאך. צאמנעמען א בעיס קען נעמען אביסל צייט, אבער עס איז גאר עפעס אנדערש ווי באשאפן אנהענגערס יש מאין.


איך בין פערצופאל אנגעקומען צו דעם בלאט אויף וויקיפעדיע, און איך זע אז ווי איך האב געשריבן אנהייב איז ריכטיג. אין די ערשטע אנקעטע וואס איז דורכגעפירט געווארן נאך טראמפ'ס אריינטרעטן אין פארמעסט (The Economist/ YouGov, June 20–22, 2015 ) איז שוין טראמפ דער ערשטער (צוזאמען מיט צוויי אנדערע) ביי 11%. נאכדעם איז געווען אפאר מאל ווי בוש איז געווען פאראויס מיט אביסל (מערסטענס איז ער געווען 19%), אבער טראמפ איז קיינמאל נישט אראפ אונטער 11%. (די רקפ עוורעדזש רעכנט געוויס אריין אויך די אנקעטעס פון פאר טראמפ'ס אריינשפרינגען, דעריבער זענען די נאמבערס אסאך נידריגער אנהייב).

פאר א אוטסיידער און טאוטעל אומבאקאנטער צו גיין פון 0% צו 3% איז אסאך שווערער ווי צו גיין פון 11% צו 17% (וואו טראמפ איז געווארן פראנט ראנער). איך רעד שוין נישט פון די יעצטיגע עלעקשאן סייקעל, ווען אלעס איז אסאך שווערער, נאר אפילו סתם אזוי. די ערשטע מיליאן מאכט מען שווערער ווי די צווייטע, די ערשטע פאר חותמים אויף א תקנה אדער קול קורא קווענקלען מער ווי די שפעטערע, די ערשטע תושבים אין א נייע ישוב צעגערן מער ווי די נעקסטע פאר הונדערט, און די ערשטע 3% שטיצער קומען שווערער ווי די נעקסטע. ופשוט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:46 am

Yang2020 האט געשריבן:יענג'ס קאמפיין האט געמאלדן אז ארום א האלב מיליאן מענטשן האבן זיך איינגעשריבן צום פרידאם-דיווידענד טרייעל אין די ערשטע 72 שעות פונעם דעבאטע. איבער 90% פון זיי זענען פרישע אימעילס, נישט פון געוועזענע שטיצער.

זיי האבן אויך אויפגעטריבן איבער א מיליאן דאלער אין די צייט.


מאפע פון די פאראייניגטע שטאטן, לויט וויפיל פראצענט פונעם באפעלקערונג האבן זיך איינגעשריבן אינעם פרידאם-דיווידענד פילאט פראגראם אין די ערשטע 72 שעה.

fd-pilot-map.png
fd-pilot-map.png (97.76 KiB) געזעהן 1021 מאל


רויט = אונטער 0.1% (נידריגסטע איז מיסיסיפי, ביי 0.08%)
געל = ביז 0.15%
ליכטיג בלוי = ביז 0.2%
טונקל בלוי = פון 0.2% און ארויף (העכסטע איז ארעגאן, ביי 0.25%)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 7:05 pm

.
edwal19ij6n31.png
edwal19ij6n31.png (413.57 KiB) געזעהן 959 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 8:53 am

The Democratic Debates Aren’t Pleasing Anyone

The candidates hate them. The campaigns hate them. The press hates them. For once in American politics, there’s a consensus.


“The candidates and the campaigns probably only agree on two things in this race: First, we have to beat Trump. And second, debates with 10 people every month are a complete waste of time,” said an aide who helped prep one of the candidates onstage for the three debates, and who, like others I talked with for this story, spoke on the condition of anonymity out of concern for the professional consequences of sharing their grievances.


https://www.theatlantic.com/politics/ar ... one/598306
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:19 pm

איך זאג גארנישט, אבער די דאטא קוקט כמעט אויס ספעציעל פאבריצירט צו קענען אויפבויען קאנספיראציע טעאריעס...

nmtax8d7i0o31.png
nmtax8d7i0o31.png (311.2 KiB) געזעהן 737 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 3:44 pm

נאך לאנגע צעגערנישן האט די DNC געמאלדן וואס קאנדידאטן וועלן דארפן דערגרייכן צו קוואליפיצירן פאר די נאוועמבער דעבאטע.

זיי וועלן דארפן האבן 165K באזונדערע דאונערס (ארויף פון 135K), און 3% אין 4 נאציאנאלע אנקעטעס אדער 5% אין 2 פריע שטאטן דורך קוואליפייאינג פאולסטערס אין אנקעטעס ערשינען צווישן סעפטעמבער 13 און 7 טעג בעפאר די נאוועמבער דעבאטע.

ווי עס קוקט אויס, אויב וועלן נישט זיין קיין גרויסע סורפרייזעס, וועלן קאסטרא, סטייער, קלאבוטשער, און גאבארד (אויב וועט זי מאכן די אקטאבער דעבאטע) ארויספאלן פון די נאוועמבער דעבאטע. בוקער קען עס מאכן, אויב טרייבט ער טאקע אויף זיין 1.7 מיליאן דעם חודש, און ארורק קען עס מאכן, אויב האלט ער אן זיין לעצטיגע מאמענטום (וואס איז גאנץ וואקלדיג)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט